ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: קדושה אדער טומאה? 190 באזוכער

קדושה אדער טומאה? כ"ח חשון התשפ"א 13:47 #269188

  • השפעות
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 5
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0

איך גיי יעצט שרייבן דא די ערשטע מאל איך בעט איבער פון פארדעם איך בין נישט קיין שרייבער דאך וועל איך פארבירן, איך האב שוין אסאך גבלעטערט דא אין מרעדט שוין דערפון איינער כאפט'ס אן פון דעי זייט און א צווייטער פון דא 
זייט די 14 יאר לייד איך פון א גוויסע ציאנגס קראפט צו שיין אויסזעידיגע בחורים/אינגעלייט איך האב שוין געהאט אין עבר אז ס'זאל ציברענגען נישט גיטע זאכן (נישט בהקיץ נאר בחלום ווען יענער האט זיך באוויזן צו מיר בפנים התחתון) ווייסעך אז ס'איז א פראבלעים 
נאר איך האב געוואלט וויסן ווי אן און ווי אויס, נאך מיין חתונה האט זיך גענדיגט די עכט גפערליכע פראבלעים וויל איך וויסן וואס איך האב צו טיען ס'דא יעצט א אינגערמאן אין מיין כולל ביהמ''ד וואס ממש איך ניץ אים פאר א משל צו דאס וואס מ'זאגט צדיקים יושבים....ונהנים מזיו השכינה, פשוט ווייל איך בין נהנה מזיוו ס'האט מיר נאך נישט געשאדט
וואס איך וויל וויסן איז
אזוי: ס'שטייט איין פלאץ, נמשל אין ספר באר מים חיים פר' משפטים (נישט פינקלעך די לשון) ואף בלכתו בשווקים לא ישא עיניו למעלה....וביותר להביט בצורות נאות בזכרים ובנקיבות להתאבות על ידיהן
אין פון די אנערע זייט שטייטעך אין גמרה: אמר ריש לקיש (נישט פינקלעך די לשון) העותק בתורה בלילה מושך עליו חוט של חסד ביום זאגט רש''י נתן חינו בעיני הבריאות
אין גראדע איז דער אינגערמאן א פלייסיגער(איך ווייס נישט צו ער לערנט באנאכט)
אין פארוואס האב איך מיר יעצט דערמאנט? ווייל איך בין געזיצן קעגן איבער אים נעכטן ביי של''ס (ס'נישט געווען אויס געלאשן די לייט) ונהניתי מאוד

ענטפער: קדושה אדער טומאה? כ"ח חשון התשפ"א 14:58 #269190

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 44 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 28
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
  • קאָרמא: 3

א גוט יאר שלום עליכם השפות
מזל טוב צי דיין נייעם טרעד זאל דיר עס ברענגען "השפות" טובות
אויב איז מעגליך אז די זאלסט אביסל קלארער ארפלייגן דיין שאלה אונז זאלן קענען בעסער פארשטיין
פון דיין פריינד: שיע

ענטפער: קדושה אדער טומאה? כ"ח חשון התשפ"א 15:09 #269192

  • השפעות
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 5
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0

זייער פשוט מעג איך ווייטער נהנה זיין פון אים אדער דארף איך מיר איינהאלטן

ענטפער: קדושה אדער טומאה? כ"ח חשון התשפ"א 16:22 #269197

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 215 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 283
  • האט שוין געלייקט: 76 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 383 מאל
  • קאָרמא: 14

פותחין בכבוד הכסני'
שלום אליכם טייערע השפעות 
דער אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל זיך גיסן השפעות לרב תמיד אמן

צום שאלה,
איך בין נישט קיין דיין, און אויב פרעגסטו עס להלכה, דארפסטו פרעגן איינער וואס ווייסט,
לענין די אייגענע ארבעט, וואס מען וויל פשוט פטור ווערן פון האבן נסיונות, און קענען זיצן אין ביהמ"ד אן קיין לאסטן, דאס קען איך פשוט מיטיילן מיינע עקספיריענטס וואס איך האב געהאט אין דעם ענין,
איך פלעג זייער שטארק ליידן אין ביהמ"ד בפרט, ווען איך פלעג באגעגענען בחורים און יונגעלייט וואס האבן מיך געכאפט, ובפרט וואס איך האב געוויסט אז זיי פלאגן זיך דערמיט, 
געווען זייער שווערע צייטן, ווען איך האב מיך געפילט דערהויבן צו הייליגע טעג, צו ביי געהויבענע דאווענען ווי די איין רגע ארויסקוקן פון סידור האט אלעס אוועקגעלייגט....
ב"ה איך קען טאקע נישט זאגן אז איך בין שטענדיג פארזיכערט, אבער ווען איך ארבעט אויף מיך, און איך ווייס אז איך קען מיך נישט פירן, און איך בעהט דעם אייבערשטען אז איך גיי יעצט אריינגיין אין ביהמ"ד און איך ווייס אז עס קען זיין אז עס וועלן זיין דארט די חברה... העלפט עס מיר, און איך קען אזוי זיין שעות ארוכות מיטן אפילו זיי באמערקן און עס איז כאילו לא הי',
נאך אן עצה וואס עס האט געארבעט ביי מיר, די חלק פון אריינעמען אין קאפ וואספארא עולה איך טו פארן עבדזשעקטעפייען א אומשולדיגע נארמאלע געזונטע מענטש, ווען איך האב מיך אריינגענומען אין קאפ צו וויסן אז ער איז א געהעריגע מענטש און איך האב נישט קיין רשות אים צו מאכן אין מיינע אויגן ווי אן אנדערע זאך (וד"ל) און דאס האט מיך און העלפט מיר אסאך ארויס,

אויב ווילסטו הערן מער בין איך דא פאר דיר,
דיין חבר גדלי'

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
גרייט זיך צו העלפן, מיטן דיר ארויסהעלפן, איך ווארט אויף דיר פריוואט, 

ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן  אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט  אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט  פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן.

ענטפער: קדושה אדער טומאה? כ"ח חשון התשפ"א 16:36 #269199

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 224
  • האט שוין געלייקט: 14 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
  • קאָרמא: 12

שלום עליכם אונזער חבר 'השפעות'
אָאָה גייט קומען השפעות

ס'איז א שטארקע זאך ארויף צוקומען אנהייבן שרייבן און זיך אויסקלארן אין די ענינים הצריכין קלארקייט ואין למי לפנות

איך שטום מיט מיט גדלי'ס ענפער, כ'פארשטיי אבער אז ס'מעגליך צריך ביאור יותר, שעם דיר נישט און פרעג, ויתברר הדברים היטב
חזק ואמץ!

ענטפער: קדושה אדער טומאה? כ"ח חשון התשפ"א 19:41 #269202

  • השפעות
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 5
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0

א גרןיסן יש''כ 
ס'איז גאר אנדערש ווען מ'ווייסט אז מ'איז נישט אליין
איך ווייס אז ס'דא פראבלעימן מיט דעי זאכן, אין ישובה האבן זיך געמאכט אפי' אז די משגיחים האבן זיך געמיזט אריין מישן, און ווען ס'טאקע א פראבלעים איז בכלל נישט דא קיין פראגעס, נאר איך פיל אז איך בין שוין אויס-געוואקסן, ס'נאך אלץ דא אמאל וואס עפעס כאפט מיר, און כאפ גראד אז דאס איז א חן של טומאה, אין איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך גיי ווייטער און איך דערמאן מיך אז אין מיין בחורישע יארן וואלט איך יעצט גווען פערטיג פאר די נעקסטע פאר טעג 
נאר איך האב געוואלט וויסן ווי אן אין ווי אויס
נאכאמאל זהעסטאך אז עפעס מעג מען, די גמרה זאגט שוין נתן חינו בעיני הבריאות
ווי טיילט זיך עס?

לעצט פארראכטן: כ"ח חשון התשפ"א 19:44 דורך השפעות.

ענטפער: קדושה אדער טומאה? כ"ח חשון התשפ"א 21:01 #269203

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

שלום עליכם און מזל טוב צום נייעם טרעד!!!
כ'מיין אז די עולם האט הנאה פון אזעלכע שרייבערס ווי דיך, וואס קימען אריין מיט א קלארקייט, און ווייזן ארויס זייער שטארקע רצון צו ריינקייט, ס'האט א אמת'ע חן!!!

פון מיין עקספיריענס, ווען ס'דא א סעקסואלע חן צו א צווייטן, ווערט מען גוט משוגע.     יעדע סדר דארף מען וויסען ווי אין ביהמ''ד ער זיצט.       ווען דו גייסט אריבער זיין פלאץ און דו הערסט ווי ער לערנט, גייסטו אויס פאר אים.            ער בעהט דיך א פען צו בארגען, פיהלסט עקסייטעד.       זאגסט אים א גוט מארגען און ער ענטפערט שוואך, פיהלסטו באליידיגט.         מ'חלומ'ט פון אים בייטאג און ביינאכט............ אזוי זעהט עס אויס און די הויעכע לעוועלס, מ'גליסט אויף טויזענט, מ'בלייבט אויסגעהינגערט, און מ'בלייבט אהן קיין קאפ און הארץ, מ'לעהבט נישט די אייגענע טאג.

כ'מיין אז דו ביזט נאכנישט אזוי פארזינקען, אבער  אויב ס'איז א גופניות'דיגע חן, איז עס נישט געזינט בגשמיות וברוחניות, ס'וועט נישט ברענגען קיין שום תענוג.

ס'קען זיין אז כ'האב נישט גוט גענטפערט לויט דיין מצב,  כ'האב געשריבן פון מיין עקספיריענס.                      הצלחה!!!

ענטפער: קדושה אדער טומאה? כ"ח חשון התשפ"א 21:26 #269204

  • השפעות
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 5
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0

וואוו!! שכ''ח הרב בעלים שם האסט מיר געפאקט ביי די מעשה 
איך האלט דא און איין באדעקן די מעשה ווייל איך זיך א היתר, די סמנים וואס די האסט געגעבן אין די ערשטע קטעגאריע איז גאנץ ענדליך אבער איך רעד מיך איין אז ס'העלפט מיר אין אידישקייט נמשל איך טראכט אייביג אז ווען ער וועט מיר בעטן א טובה וואלט איך געלאפן אין פייער אין וואסער, 
טראכטעך אייביג  אז דאס מיינט דינען דעם אייבידשטען מתוך אהבה
אבער איך קען לערנען 
נאך מער, מ'חלומ'ט פון אים בייטאג און ביינאכט, יעצט פארשטיי איך וואס מזאגט אז צדיקים האבן נישט מסיח דעת געווען פונם אייבערשטען אפי' איין רגע

אבער וואס איז די צווייטע קטעגאריע? אויב דו האלטסט אז ס'נישט נוגע פאר מיר (ווייל איך האב מיך געטראפן מער ווייניגער אין די ערשטע,) דארפסטו נישט ענטפערן

לעצט פארראכטן: כ"ח חשון התשפ"א 21:51 דורך השפעות.

ענטפער: קדושה אדער טומאה? כ"ח חשון התשפ"א 22:14 #269205

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

א גוטן הרב השפעות!!! ס'איז א מדריגה אז בשעת נסיון זיכסטו די אמת!!! דער איינציגסטער וואס פארשטייט די  שטארקייט וואס סליגט אין דעם, איז לכאורה די באשעפער אליינס!!!  געווענטליך ווערט מען פאר'שיכור'ט, און ס'נישטא צו וועם צו רעדן.....

וואס איך האב אנגעריפן סעקסואלע חן\גופניות'דיגע חן, איז די זעלבע זאך.

ס'דא א אנדערע סארט חן, למשל, גיי צו א פיש טענק, וועסטו זעהן אז געוויסע פיש האבן מער חן אין דיינע אויגן, און געוויסע ווייניגער.      גיי אין א וואלד, געוויסע ביימער האבן מער חן אין דיין אויגן, און געוויסע ווייניגער.      קוק דא ביי די מעסעדשעס, געוויסע האבן א ספעציעלע חן אין דיין אויגן, און געוויסע ווייניגער.      די חן איז איגאנצן א אנדערע חן ווי די תאווה'דיגע חן וואס אונז רעדן דא, מסתמא דעיס וואס ס'שטייט בחז''ל חוט של חסד רעדט מען פון א ריינע סארט חן.

די חן וואס אונז רעדן דא איז נישט מער ווי תאוות נשים, נאר וואס דען, דו קענסט זעהן אויכעט אויף מענער תאוות נשים.

שטעל דיך פאר יענע יונגערמאן בעהט דיך א טובה: לאז דיך אפ פון מיך!!! דעמאלטס וואלט די אזויגעריפענע אהבה דיך געשטיפט אים צי פאלגען, אדער פארקערט??

האסט געשריבן:אבער וואס איז די צווייטע קטעגאריע? אויב דו האלטסט אז ס'נישט נוגע פאר מיר (ווייל איך האב מיך געטראפן מער ווייניגער אין די ערשטע,) דארפסטו נישט ענטפערן.                            איך בין א יונגערמאן פונקט ווי דיר , נסיונות פונקט ווי דיר, כ'שרייב דיר אלס חבר, און נישט אלס מורה דרך,  איך בעהט דא אויכעט צימאהל שטענדיג חיזוק און עצות פון די חברים,  במילא דארפסטו נישט האבן אזויפיהל הכנעה צו מיר!!!
האב הצלחה אין דיין הייליגע וועג!!!

לעצט פארראכטן: כ"ח חשון התשפ"א 22:17 דורך בעילום שם.

ענטפער: קדושה אדער טומאה? כ"ט חשון התשפ"א 00:42 #269207

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 178 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 225
  • האט שוין געלייקט: 478 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל
  • קאָרמא: 6

קודם שלום עליכם הרב השפעות, די קומסט אריין דא מיט א געוואלדיגע קלארקייט. 
אין פאר בעילום שם אזוי גוט צי ענפערן, האסט מיר ממש געטראפן אין פינטל איך לייד זייער שטארק פון דעם.  יישר כח

לעצט פארראכטן: כ"ט חשון התשפ"א 00:43 דורך אשרי זקנותינו.

ענטפער: קדושה אדער טומאה? כ"ט חשון התשפ"א 21:28 #269220

  • השפעות
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 5
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0
ס'ליגט מיר עפעס אין קאפ אז די נפשי אויסגאבע, וואס קומט ארויס פון די מאמענט אויסגבע, האט אמאל עפעס געשריבן פון דעם, תשרי תש''פ איך קען עס אבער יעצט נישט אפיר זיכן, אפשר ווייסט איינער ווי מקען עס דא ארויף ברענגען, לתועלת הציבר
לעצט פארראכטן: כ"ט חשון התשפ"א 21:29 דורך השפעות.

ענטפער: קדושה אדער טומאה? א' כסלו התשפ"א 00:15 #269222

  • בעילום שם
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 31 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 7

פאר ווער ס'זיכט מער וועגן דעם ענין, ס'איז דא אופן ענגלישע סייט אסאך וועגן דעם, ביי די פארום.

לעצט פארראכטן: א' כסלו התשפ"א 00:27 דורך בעילום שם.

ענטפער: קדושה אדער טומאה? א' כסלו התשפ"א 01:23 #269223

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 224
  • האט שוין געלייקט: 14 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
  • קאָרמא: 12
בעילום שם געשריבן on כ"ח חשון התשפ"א 22:14:

א גוטן הרב השפעות!!! ס'איז א מדריגה אז בשעת נסיון זיכסטו די אמת!!! דער איינציגסטער וואס פארשטייט די  שטארקייט וואס סליגט אין דעם, איז לכאורה די באשעפער אליינס!!!  געווענטליך ווערט מען פאר'שיכור'ט, און ס'נישטא צו וועם צו רעדן.....

וואס איך האב אנגעריפן סעקסואלע חן\גופניות'דיגע חן, איז די זעלבע זאך.

ס'דא א אנדערע סארט חן, למשל, גיי צו א פיש טענק, וועסטו זעהן אז געוויסע פיש האבן מער חן אין דיינע אויגן, און געוויסע ווייניגער.      גיי אין א וואלד, געוויסע ביימער האבן מער חן אין דיין אויגן, און געוויסע ווייניגער.      קוק דא ביי די מעסעדשעס, געוויסע האבן א ספעציעלע חן אין דיין אויגן, און געוויסע ווייניגער.      די חן איז איגאנצן א אנדערע חן ווי די תאווה'דיגע חן וואס אונז רעדן דא, מסתמא דעיס וואס ס'שטייט בחז''ל חוט של חסד רעדט מען פון א ריינע סארט חן.

די חן וואס אונז רעדן דא איז נישט מער ווי תאוות נשים, נאר וואס דען, דו קענסט זעהן אויכעט אויף מענער תאוות נשים.

שטעל דיך פאר יענע יונגערמאן בעהט דיך א טובה: לאז דיך אפ פון מיך!!! דעמאלטס וואלט די אזויגעריפענע אהבה דיך געשטיפט אים צי פאלגען, אדער פארקערט??

האסט געשריבן:אבער וואס איז די צווייטע קטעגאריע? אויב דו האלטסט אז ס'נישט נוגע פאר מיר (ווייל איך האב מיך געטראפן מער ווייניגער אין די ערשטע,) דארפסטו נישט ענטפערן.                            איך בין א יונגערמאן פונקט ווי דיר , נסיונות פונקט ווי דיר, כ'שרייב דיר אלס חבר, און נישט אלס מורה דרך,  איך בעהט דא אויכעט צימאהל שטענדיג חיזוק און עצות פון די חברים,  במילא דארפסטו נישט האבן אזויפיהל הכנעה צו מיר!!!
האב הצלחה אין דיין הייליגע וועג!!!


 אויב איך מעג צולייגן מיינע צוויי סענט, 
איך געדענק ביי מיר אלס גרויס קינד ביי עפעס שמחה פון נישט היימישע מענטשן אבער א גאר נאענטע משפחה שמחה וד"ל, וואס פארשטייט זיך געווען דארט אלע סארט מענער, מאדארנע און היימישע מאדערנע וד"ל
איז צוגעקומען איינער צו מיר זאגן אז אזוי ווי מ'טאר נישט קוקן אויף פרויען איז דא געוויסע מענער וואס מ' טאר נישט קוקן, והמבין יבין! 
כל טוב
זייטס מיר געזונט ריין און ריין געזונט
  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.71 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא