ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן 365 באזוכער

אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן ז' כסלו התשפ"א 18:06 #269274

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 249
  • האט שוין געלייקט: 564 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 743 מאל
  • קאָרמא: 4

בעזהשי"ת

חלק א' – הקדמה

'כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים', די ווערטער זענען אויסגעשריגן געווארן מיט'ן זעלבן כוונה און האפענונג ביי די ברית'ן פון ביידע פון אונז, ווען די פיצלעך זענען נאך אונטערן רושם פון זייער שבועה פון תהי צדיק ואל תהי רשע צו וואס זיי האבן ביידע מיט'ן גאנצן הארץ צוגעשטימט כאטש וואס ביידע פון זיי האבן געזעהן און מסכים געווען צו א צווייטע בילד פון וואס ס'ווארט זיי אפ. ביידע הענטעלעך זענען אייניג געדרוקט געווארן דורך גוטע אידן אינעם גליקליכן טאג פון זייער אפשערן, ווען אלע האבן געוואונטשן זייערע ווארעמסטע וואונטשן פאר די הארציגע תמימות'דיגע לעכטיגע קינדערלעך וועלכע שטעלן איצט זייערע ערשטע טריט צו אן עתיד פון תורה ויראת שמים. ביידע האבן אנגעהויבן חדר מיט'ן זעלבן חשק אין באגלייטונג פון זייערע ליבע עלטערן וועלכע זענען כסדר פאר זיי מתפלל. אין חדר האבן ביידע געלערנט מיט א געוואלדיגע פלייס, צוזאמען געשפילט, צוזאמען קונה געווען ידיעות התורה, צוזאמען זיך געפריידט אויף סיומים פון חומש, תהלים, משניות און גמרא. צוזאמען געלערנט צוזאמען גע'חזר'ט צוזאמען זיך פארהערט, צוזאמען געזעצן געשפאנט צו די דראמאטישע געשיכטעס פון חז"ל, ורבותינו הקדושים, דערציילט דורך זייערע מלמדים און אייניג ביי זיך צוגעזאגט זיך אפצולערנען פון זייערע מעשים. צוזאמען געזעצן מיט אנגסט הערנדיג די שרעקליכע עונשים וואס ווארט אפ עימיצן וואס לאזט זיך פירן פונעם ייצר הרע, ובפרט אין עניני קדושה, וואס ווען איינער פאלט חלילה דארט אריין איז זיין גאלדענע עתיד פארזיגלט אין היסטאריע... ווען דערביי זענען ביידע זיכער אז אויף דעם זענען זיי גרייט עד מסירת נפש ממש ועד בכלל. און אזוי קען די געשיכטע פארן ווייטער און ווייטער מיט די רוטינע יסודות וואס אלע פון אונז וואקסן אויף אפגעזעהן אין וועלכע מוסד מ'האדעוועט זיך, פחות או יותר, אבער דער סך הכל איז די זעלבע פון אן אויסבליק אויף א הערליכע בליענדע עתיד, זייענדיג אין געיעג נאך קונה זיינע פילע מצוות ומעשים טובים, און פולקאם גרייט פאר א עקשנות'דיגער בלוטיגער קאמפ פארן לעבן מיט'ן מלאך רע העומד ומסית דער שטן. און ווען מיר רעדן פון 'ביידע' 'צוזאמען', איז די רעדע פון נישט קיין צווייטער ווי מיך זעלבסט – אברעמעל - צוזאמען מיט מיין שכן וואס זיצט נעבן מיר אין חדר\כתה\ביהמ"ד, און אז דו ווילסט קענסטו ארויסשניידן מיין נאמען און אריינלייגן דיינס במקומה, ווייל אנשים אחים אנחנו אין אונזער געשיכטע. אויף אט דעם באן זיצן מיר אלע צוזאמען מיט אונזערע חברים אין כתה, אבער ערגעצוואו על אם הדרך האט פאסירט א האסטיגער אפשטעל – א שארטסטאפ. אן אפשטעל וואס פארנעמט ביי אונז אלע עד היום הזה 80-100 פראצענט פון אונזערע מחשבות און געפילן, און דאס איז עפעס וואס קיינער האט אונז אויף דעם עולם נישט פארגעגרייט צו, ולא עוד, אפילו נאכדעם ווערט עס גאר ווייניג אדער בכלל נישט אדרעסירט, וואס דאס לאזט אונז איבער מיט א שרעקליכער צומישעניש פון וואס ס'איז ביטער שווער, און ביי רוב ממש (כמעט) אוממעגליך זיך ארויסצוזעהן דערפון אינגאנצן.

די רעדע איז פון אן אפשטעל וואס איז געקומען ביי אלע פון אונז אין אן אנדערע אבער ענליכע פארעם, ביי יעדעם אין אן אנדערע צייט אין לעבן, און ניין דער אפשטעל איז נישט אלעמאל אנזעהבאר, אויסערליך זעהט אויס ווי ביידע פארן ווייטער אויפן זעלבן ספיד אן קיין אפשטעל, אבער וואס מיר געפונען אויס מיט די צייט איז, אז דער אפשטעל איז נישט געווען בלויז אן אומזעהבארע בלעמ'ס מלאך וואס האט זיך געשטעלט אין וועג און געסטראשעט און געלאזט דערנאך ווייטער פארן, די רעדע איז פון א גניבה וואס איז פארגעקומען לעיני השמש, ווען דער אומזעהבארער רויבער האט בארבאריש ארויסגעפליקט דעם ענדזשין פון אונזער רעלאטיוו שפאגל נייער קאר וואס האט נאך א 110-100 יאר צו פארן ביז'ן דזשאנק יארד, און ניין, דער טשעניזש-ענדזשין לעמפל האט זיך נישט תיכף ומיד אנגעצינדן באלד נאך די גניבה, נאר דער קארעלע האט נאך ווייטער געשמעטערט אויפן ראוד ווען דער דרייווער טוט שווער אנערקענען וואס ס'פעלט אים. און ניין, דער גניבה איז נישט געווען באריכטעט אין קיין שום נייעס קוואל, ווייל קיין איין היימישע נייעס קוואל וועט נישט זיין באקוועם צו באריכטן:


  • אז א קינד איז ליידער געפאלן א קרבן צו זיינס א נאנטער חבר\ברודער\קאזין וועלכער האט פארטייטשט דאס שפילן 'מיט' זיין חבר כפשוטו.
  • אז א מלמד, גלייך נאכ'ן געבן זיין שארפע דרשה איבער עניני קדושה, האט מדקדק געווען לאסוקי שמעתתא אליבי דהילכתא ביז הלכה למעשה ממש...
  • אז א קראנקער פארשוין האט געוואלט פראווען דעם לטהר טמאים ולטמא טהורים אין מקוה...
  • אז א קינד זייענדיג פארקלעמט אין שווערע געפילן, צי צוליב א שווערע שטוב, צי צוליב אנדערע שוועריגקייטן, האט דיסקאווערד עפעס אן אנטלויף-דראג פון וואס ער קען נישט לויז ווערן.
  • אז א קינד\בחור האט באקומען גרינגע צוטריט צו די נו"ן שערי טומאה, זיך שפילנדיג מיט זיין מאמע'ס סעלפאון...

ווען א קאר טרעפט זיך מיט אן ענדזשין ווייניגער... דאן פאסירט איינס פון די פאלגענדע:

אויב דער קאר שטייט ביים עק פון די ראוד הארט נעבן אן אומגעצוימטער קליף, דאן ביים נעקסטן שאקל וואס ער כאפט, טרעפט ער זיך מיט'ן שעיר לעזעזאל פנים אל פנים, ווי ליידער אסאך פון אונזערע חברים האבן געענדיגט.

אויב אבער געפונט זיך דער קאר אינמיטן די ראוד, וועט ער זיך שעמען צו בלייבן שטיין אינמיטן ווען אלע זיינע חברים שמייסן ווייטער אויף 75 מפ"ש, דעריבער וועט ער זיך אנכאפן בשארית כוחותיו און זיך אנקניפן מיטן 'סיסטעם' און ווייטער מיטפארן, אבער מיט איין 'קליינע' שינוי: אן קיין ענדזשין, אן קיין הארץ, אן קיין געפיל, אן קיין האפענונג אויפן עתיד.

וויפיל פון אונז טראכטן כסדר, קוקנדיג מיט קנאה אויף אונזער שכן\חבר\ברודער, אז ווען איך וואלט ווען נישט געכאפט אט דעם פליק, וואלט איך מיט מיינע כשרונות און פעהיגקייטן געהאלטן מעלות גבוהות פיל העכער אין אלע הינזיכטן ברוחניות ובגשמיות, סיי אין הצלחה אין לערנען און סיי אין ביזנעס.

וויאזוי קען איך מסביר זיין פאר א חבר וואס פליט נאך יעצט אן קיין אפשטעל אויפן זעלבן ספיד זינט זיין אפשערן אז בעת:


  • ווען דו האסט געהערט איבער די הארבקייט פון עניני קדושה, האב איך עס געהערט מיט די זעלבע אנגסט, און עס אויפגענומען אויף מיר די זעלבע כוונה, גארנישט ווייניגער, אבער ליידער ביי מיר האב איך געוויסט אז איך האלט שוין לאחר המעשה.
  • ווען דו האסט געהערט יעדע שובבי"ם אז ס'העלפט 'נישט' קיין תשובה, און דו האסט געמאכט ביי דיר גדרים וסייגים נישט חלילה צו קומען צו דעם מצב, האב איך בלויז באקומען נאך א סטעמפל אויף מיין פארפאלענעם עתיד.
  • ווען דיין רבי האט גערעדט פון א חוטא ומחטיא, האסטו געקלערט אז דאס איז בלויז א שטיקל היסטאריע פון ירבעם בן נבט, אבער ביי מיר האב איך געוויסט אז איך – אדער מיין נאנטע חבר - בין גאר א גלגול פון אט דעם ירבעם...
  • ווען דו ביסט ביי דיין בר מצוה באשאנקן געווארן מיט א בחירה, און געהאלטן פאר דעם אויגן דעם ובחרת בחיים, זענען מיר שוין לאנג געווען ליגאל 'ארויסגעסיינט' פון כלל ישראל, אונטערגעשריבן ביי אונזערע מלמדים, באזירט אויף דברי חז"ל.
  • ווען ביי דיר נאך דיין חתונה האסטו פארשטאנען פשט פון דעם מצילות אותן מן החטא, ווען ביי מיר איז דאס געבליבן א תמוה.
  • ווען דו טרעפסט א חבר פון ישיבה באגריסטו זיך אזוי הערצליך, און מ'דערמאנט זיך פון די גוטע צייטן, און ביי מיר מיינט דאס טרעפן די בעסטע חבר צומאל אריבערגיין די אנדערע זייט גאס...
  • ווען דו קומסט אונטער א נסיון, זעצטו זיך לערנען אביסעלע גמרא תוס' לקיים מה שנאמר משכהו לביהמ"ד, ווען ביי מיר ווארט ער מיך אפ אין ביהמ"ד ביי די גמרא...
  • ווען ביי דיר מיינט א פארוואלקענטע טאג אז היינט וועסטו בלויז פארברענגען די צייט אויף די נייעס סייטס אנשטאט ארבעטן, ווען ביי מיר גייט פארקומען א קאמפ בין מות לחיים, יא, מיט מיין בעסטע פילטער...
  • ווען ביי דיר מיינט סטרעס ביי די ארבעט בלויז זיך אויסלופטערן, ווען ביי מיר באשטייט 'אויסלופטערן' א פרישע פארציע פון לאסט-פול סטרעס.
  • ווען ביי דיר מיינט שבתות וימים טובים א זמן פון התעלות, ווען ביי מיר קען דאס פארגיין אין א בלוטיגער געראנגעל מיט חמורות שבחמורות.
  • ווען ביי דיר ווען ס'שטייט אין ספרים אז ס'זענען פארהאן די הייליגסטע צייטן ווען דער ייצר הרע האט 'נישט' קיין שליטה, פארשטייסטו דאס בחוש, ווען ביי מיר דארף איך איבערקוקן צי די ווארט 'נישט' איז גאר א טעות הדפוס...
  • ווען דו זעהסט די ווערטער הבא לטהר מסייעין אותו, כאפט דיך א חשק פון מוסיף זיין אינעם ענין פון הבא לטהר, ווען ביי מיר אסאך מאל נאך אן 'הבא לטהר' התעוררות כאפ איך א שטויס אלץ א רעסיט...
  • ווען דו דרייסט זיך אין ביהמ"ד און דו זאגסט מיט א באהאלטענער גאות בערתי החמץ מן הבית, אלע מיינע כלים זענען בתכלית הכשרות, שריי איך ביי מיר אז אין כשרות הכלים קען איך זיך פארמעסטן מיט דיר, אבער מיין ייצר דערשרעקט זיך גאנץ ווייניג פון דעם סטיקער אויף מיין כלי.
  • ווען דו טאנצט אריין פאר א רגע אין אפיס\קיאסק בלויז אויף נאכצוטשעקן א פרייז פון אן אייטעם אדער א טרענזעקשאן, ביזטו קורצליך דערנאך אינדערהיים, ווען מיר קען זיך עס ענדיגן פאטאל...
  • דיין צוזאמקום מיט משפחה און חברים איז די איינגענעהמסטע צייט, ווען איך שפיר ווי איך וויל בלויז אנטלויפן פון קנאה און צער.
  • ווען דו זעהסט אין די ספרים און דו ווערסט נתעורר לתשובה, ביסטו מקיים אלעס וואס ס'שטייט און דו ביסט בטוח אז ס'הייבט זיך אן א פרישע בלעטל, ווען ביי מיר ווייס איך אז תוך כדי דיבור איז מפטירין כדאתמול.
  • ווען דו נעמסט זיך אונטער א קבלה טובה אין סיי וואס דארפסטו זיך בלויז 'געבן א נעם' און דו האסט פולע קאנטראל, ווען ביי מיר איז 'קאנטראל' בלויז א קנעפל אויף מיין קיבאורד...

יא, די ליסטע קען גיין פיל לענגער, און ניין ברוך ד' איך פערזענליך אידענטיפיציר זיך נישט דוקא מיט די אלע דערמאנטע פאקטן, אבער ווי געשמועסט האב איך געלאזט פלאץ פאר א צווייטן מיך ממלא מקום צו זיין...

אלזא, ווען איך אדער מיין חבר– דו וואס דו ליינסט די שורות – טרעפט זיך נאך פילע וואגלנישן דא אין דעם ביהמ"ד הד"א, וואו ס'איז אן עולם הנשמות ווען די גופות זענען באהאלטן, פאסירט בערך דאס פאלגענדע:

צוערשט ווערט מען איבערגענומען מיט געפילן פון איבעראשונג טרעפנדיג זיך נאך אזויפיל יאר צום ערשטן מאל מיט אמת'ע חברים אן קיין נערווירנדע שטימע וואס שרייט אין דיין געוויסן: ווען ער זאל ווען וויסן אז...


  • ענדליך פארשטייט מיר שוין איינער אז ווען איך פיר זיך אויף ווי א וואנזיניגער צווישן מיינע 4 ווענט, מיינט דאס נישט אז איך בין עכט צורודערט.
  • ענדליך גלייבט מיר שוין איינער אז ווען איך בין א כלב השב על קיאו און בשעת מעשה שריי איך אז איך וויל דאס בשום אופן נישט, מיין איך דאס זייער זייער אמת'דיג אן קיין ספיקות.
  • ענדליך באגרייפט שוין איינער, אז מיין אויסערליכע התנהגות קומט חלילה נישט פון קלות אדער פון שלעכטס נאר פון טיפע צובראכנקייט און טיפע פארלוירנקייט.
  • ענדליך... ענדליך... ענדליך... זעה איך אז איך בין נישט אליינס אויפן שלאכטפעלד, עפעס אן אומגעלונגענע פראדוקט, ס'זענען פארהאן נאך אסאך בני גילי וואס גייען דורך די זעלבע.

דערנאך, נאך אלע ברוך הבא'ס, הייבט מען אן זיך צו באטראכטן, און פילע אלטע וואונדן, וואס זענען ביז היינט געווען הערמאטיש פארטריקענט הייבן אן פאדערן זייערס... און מיט באגלייטונג פון טיפע חיזוק פון חברים, הייבט מען אן גלייבן אין א נייעם עתיד, און די האפענונג וואס איז שוין יארן פארקלאפט באקומט צוריק איר אקסידזשען.

טייל ציילן גלייך מיט א ברכה 90 טעג, אנדערע, אדער בעסער געזאגט רוב, הייבט זיך הערשט יעצט אן די הקפות שניות, ווען די מציאות הייבט אן קלאפן אין פנים אן קיין רחמנות, מ'פאלט און מ'הייב זיך אויף, מ'טראסקעט מ'צובליטוגט זיך, אבער מ'געט נישט אויף, ביי איינעם מער ביי איינעם ווייניגער ענדליך ענדליך ערלויבט מען זיך צו איידענטיפייען מיט עפעס וואס בלית ברירה בעל כרחך יענה אמן: איך בין קראנק! און איינמאל די ווערטער ווערן ארויסגעזאגט, איז שוין א האלבע ישועה, און איך שרייב 'האלבע' ווייל איך וואלט דאס אנגערופן, אז אצינד ביסטו 'אדורכגעפארן דעם גרעניץ', און יעצט דארפט מען האפן אז זאלסט נעמען דעם ריכטיגן ראוד צו גרייכן דעם 'ציל'.

אבער גאט אין הימל: וועלכע ציל? צו וואס ציל איך??! און דא קומט אפיר א פרישע צעמישעניש:

אויב בין איך קראנק מיינט דאס אז פון אלע מאמרי חז"ל איבער עניני קדושה בין איך עקזעמפט? איז אויב אזוי צו וואס ציל איך?

ווידער אויב בין איך יא א חלק פון דעם, און מיין עבר איז יא קובע, דאן פארוואס זאל איך צילן צו זיין ריין, ווען איך בין שוין עניוועי ווייט פון ריין, ווען איך גיי סייווי פלאקערן אין גיהנום וכו' וכו' און ס'העלפט נישט קיין תשובה וכו' וכו'

"דו מוזט טון און נישט אויפטון' אן קיין חשבונות!" לויטעט דעם מימרא פון פילע צדיקים, אבער וואס זאל איך טון ווען איך קום אונטער א מצב און ס'ברענט אין מיר, פארוואס דעמאלטס זאל איך נישט 'איינמאל און פארטיג' טון וואס ס'ברענט, און דערנאך צוריקשיפטן צו די דערהויבענע התנהגות פון טון אן קיין חשבות? (ביז די נעקסטע אטאקע..)

אקעי, לאמיר זאגן אז איך ציל צו זיין ריין בלויז ווייל רחמנא אמר תקעו, ממש ווי די צדיקים הקודמים וועלכע האבן זיך געפריידט צו טאן תורה ומצוות ווען זיי האבן פארלוירן זייער חלק בעוה"ב, זענען מיר דען ביי דעם מדריגה?! איז דאס טאקע וואס די תורה פארלאנגט פון א 2020 יונגערמאן?

ווייסטו וואס, איך ציל צו זיין ריין, ווייל זיין שקוע אין לאסט ברענגט מיך אונטער מיין גאנצע וועזן, ס'ברענגט אונטער מיין שלום בית מיינע קינדער מיין ביזנעס וכו', פשוט א 'גשמיות'דיגער' חשבון... אקעי נישט קיין שלעכטע איידיע, כ'וואלט זיכער אריינגעקוקט דערין אויב איך קען זיך עס ווען ערלויבן, אבער ביז די נעקסטע אטאקע... אזוי ווי 'כ'האב געסעטעלט' ביז היינט, וועל איך זיך נאכדעם אן עצה געבן, נאר איינמאל און פארטיג, אזוי גייט דער נוסח...

דא פארמאכט מען זיך די אויגן צוזאמען מיט די פויסטן, און מ'שרייט אויס: אן קיינע חשבונות פארוואס, איך גיי זאמלען ריינע טעג יעבור עלי מה, און טאמער גיי איך דערלייגן די ביז-איצטיגע מיילשטיינער, גגגיי איךךך... דרוקן ריסעט!... אפס, נישט געפערליך...

בסך הכל, אזוי קען מען גיין ווייטער און ווייטער, דער סך הכל איז איין שטיק צעמישעניש:

בין איך בכלל קראנק אדער סתם א רשע מרושע?

לאמיר זאגן א רשע מרושע, דאן פארוואס זאל איך בכלל ציילן ווען מיין עתיד איז א פארזיגעלטער?!

איז דער אין שום יאוש ניגון געמאכט געווארן בלויז פאר קראנקע אדער אויך פאר רשעים כמוני?

נעע, וויאזוי רעדסטו? ביזט פלעין קראנק, און שוין, נו אויב אזוי בין איך טאקע א חולה פטור מן המצוות? ווען ס'קומט מיר אונטער א ראי' אסורה האט בכלל א פשט דאס פארמאכן די אויגן, אדער דא קומט צו שרייען 'איך בין פאויערלעס אווער לאסט', און ווייטער קוקן... אדער גאר טראכטן אז ווילאנג ס'איז נישט קיין .... סייט, דאן איים אקעי. האט בכלל א פשט צו מאכן גדרים אויב בין איך פאויערלעס?

איז מיין ציל א רוחניות'דיגער אדער בלויז א גשמיות'דיגער כנ"ל?

יא עולם הבא נישט עולם הבא? יא גיהנום נישט גיהנום? יא לשמה אדער גאר שלא לשמה? יא תשובה נישט תשובה? יא ציילן נישט ציילן? יא עס.עי. נישט עס.עי.? יא טערעפי נישט טערעפי? וכו'

אפשר דארף איך טון מה שבידי, אן קיין עקסטערע אנשטרענגונג, און השם וויל דו די רעסט, אבער געוואלד, איך גיי דאך פאלן טיפער און טיפער ביז איך גיי ארויספאלן פון הדא...

טייערע ברודער, לעבן אין אזעלכע צומישענישן, איז א רוטינע זאך וואס בדידי הווא עובדא, און כ'האב אויך אזוי פארשטאנען בעבר ובהווה פון אסאך פון מיינע חברים, און אט די צומישענישן ברענגען נישט קיין גוטס, ווייל ווילאנג אלעס ווערט קלאר קען מען דאך אין די צייט אריינכאפן נאך אביסל פון דעם דראג... וחוזר וחלילה.

די סיבה פארוואס כ'האב ביז יעצט נישט געעפנט דעם טעמע, איז פשוט ווייל כ'האב געלעבט אין אט דעם צומישעניש למחצה ולשליש, געוויסע שורות האב איך אביסל מגזם געווען לצורך הדראמא אבער ביי געוויסע שורות האב איך מחסר געווען אויך, און כ'האב חלילה נישט געוואלט צומישן אנדערע וואס זענען ברוך ד' נישט צומישט, און אוודאי נישט געוואלט סתם שרייבן אן ארטיקל וואס זאל ברענגען בלויז חיזוק אדער גאר פארקערטע רעאקציעס אן באמת אויסקלארן די טעמע עד הסוף. הגם איך וויל שוין לאנג אנהייבן שרייבן אין דעם דירעקציע, אבער כ'האב דערווייל נישט געטראפן קיין צייט, ועוד אפילו כ'האב שוין יא געהאט צייט, האב איך נאכנישט געהאט דעם המשך, און אפילו יעצט איז דאס אויך גע'גנב'עטע צייט, און די המשך האב איך אויך נאכנישט אין דרעפט, דאך פון עקספיריענס ווייס איך אז מ'דארף בלויז אנהייבן, און כ'האף אז די המשך זאל נאכקוקן.

טייערע ידידים, צווישן מיינע נאנטע הדא חברים ווייסן זיי אז איך האב זיך בעבר געפלאגט מיט אט די קושיות וספיקות, למעשה כ'האב אסאך מתפלל געווען צום יוצר כל היצורים דער עילת העילות וסיבות כל הסיבות ער זאל מיך אויסקלארן אביסל, פשוט אויף צו וויסן וואו אהין צו ווענדן מיינע טריט ווייטער. און זיך אסאך געלערנט אויף די אייגענע ביינער, און ברוך ד', די לעצטע תקופה, זענען מיר זאכן אביסעלע אויסגעקלארט געווארן, הגם ווילאנג כ'האב עס נישט אויסגעשמועסט אדער אויסגעשריבן ווייס איך באמת נישט צי כ'בין טאקע קלארער אדער נישט, און טאקע דאס איז די סיבה פאר'ן עפענען אט דעם טרעד, לאו דוקא אז איך זיך ענטפערס, נאר איך וויל פשוט האבן א פלאטפארמע זיך ארויסצוברענגען צו וואס כ'בין צוגעקומען, און בעיקר וואס ס'האלט מיר ריין די לעצטע שטיק צייט בעזר הוי', און כ'האף אז אנדערע זאלן אויך נהנה זיין, ובזכות הרבים זאל איך טרעפן די צייט און די ריכטיגע דיבורים זיך ארויסצוברענגען בהמשך אין די קומענדיגע חלקים בעזר שמו יתברך.

כ'וויל אויסקלארן, כ'האב נישט קיין קלארע מהלך, אדער אייגענע געפינסן, און אפילו וואס איך שרייב איז נישט עפ-די-עי (ליין: עס.עי.) עפפראווד, און אדרבה אויב שפירט עטס אז כ'בין פארפירעריש דאן מאכטס מיר אויפמערקזאם פארוואס דען בין איך אויב נישט צו הערן דעם אמת. ווידער אויב שפירט אז איך בין יא אן טרעק, ביטע לאזט זיך הערן, גלייבטס מיר, אז כאטש איך שפיר ווי כ'בין ב"ה נישט אזוי צומישט ווי כ'האב זיך אראפגעלייגט אין די פריערדיגע פאראגראפן, דאך פון נישט זיין צומישט ביז זיין קלאר קען זיין א ווייטע שטרעקע, און ביי מיר אויף זיך אויסקלארן מוז איך נוצן דעם כח הכתיבה וואס איז אגב נישט אזוי לייכט בפרט ווען כ'בין א פארנומענער מענטש ב"ה, דעריבער איז צום האפן אז ענקער פידבעק וועט געבן חיזוק ווייטער צו שרייבן בעזהשי"ת.

ענטפער: אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן ז' כסלו התשפ"א 20:57 #269275

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 973 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1493
  • האט שוין געלייקט: 2548 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2253 מאל
  • קאָרמא: 16

כאברעמעל!!! און די לענג און אין די ברייט!!! כה לחי! זיך באלעקט מיט דיין שפראך!

איך בין פרייליך אז דו האסט א מהלך וואס סארבייט פאר דיר.
און עס עי האבעך מיך אויסגעלערענט אז פאר יעדעם ארבייט עפעס אנדערש לא הרי זה כהרי זה. איין זאך וואס איך קען טון איז שערן מיין אייגענע עקספיריענטס אין ריקאווערי, אויב דארפסטו וואס איך האב דאן דא האסטו, אויב עפעס אנדערש ארבייט פאר דיר כל הכבוד פאר דיר.

צו זייער אסאך פון דיינע דיגמאות האבעך מיר זייער געזען.

נאכאמאל שכח. 
ווי ניד מאר
ידידך נטע׳לע

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן ח' כסלו התשפ"א 00:06 #269276

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 123 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1056
  • האט שוין געלייקט: 4514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1627 מאל
  • קאָרמא: 23

יישר כח אברעמעל פאר די שטארקע תגובה.

עס איז זייער שווער צו ענטפערן אויף אזא לאנגע תגובה. בפרט איז  דא א סברא פון אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר. איין זאך איז קלאר אז דו ארבעטס אריין אין דיין עבודת הקודש. כה יעזור ה' יתברך להלאה פאר נאך א טאג און נאך א טאג.

נאך א סברא וואס קומט מיר יעצט בשעת שרייבן אריין אין די מחשבה: לאו דוקא אז עס איז סתירה די אלע צדדים. עס קען זיין אז הכל אכניס בקל וחומר, דהיינו, עס קען זיין אלעס איז גערעכט, ווען טייל מאהל איז עס אזוי און טייל מאהל איז עס אזי, וד"ל

נאך א סברא קען זיך מאכן וואס וואלט געוואלט געווען כדאי אריין צוקוקען, אז טייל מאהל ריבוי הספיקות קומט פון א מחלה נפשי וואס הייסט אין ענגליש OCD. איך האב עטליכע חברים וואס זענען אלץ געווען בספיקות אין זייער עבודה ביז זיי האבן מטפל געווען אין די OCD איז רוב פון זייערע ספיקות אוועקגעפאלן.

אויב דאס איז נישט גענוג און דו וואלסט געוואלט אז איך זאל מגיב זיין אויף יעדע פרט באזונדער דעמאלס לאז מיר וויסן און בס"ד ווועל איך פראבירן צו שרייבן באריכות. אבער איך מיין אז אין דעם קורצע תגובה קען אלעס אויסגעקלארט ווערן.

יישר כח פארן לאזן מגיב זיין. אויב איז עס נישט פארשטענדליך אדער אויב עס איז נישט בכבוד הראוי, בעט איך מחילה והוא רחום יכפר עון.

ענטפער: אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן ח' כסלו התשפ"א 14:15 #269279

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 249
  • האט שוין געלייקט: 564 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 743 מאל
  • קאָרמא: 4
@נטע'לע, א גרויסן שכ'ח פאר דיין חיזוק, און יא, מיר זענען דא פאר די זעלבע מטרה צו שעהרן געדאנקן וואס ס'ארבעט פאר אונז, און כ'האף בעז"ה ממשיך צו זיין.

@לומד, ס'איז מיר באמת א כבוד צו באקומען אנערקענונג פון ידידי לומד וואס ס'פארנעמט א באזונדערע מקום ביי מיר אין הארץ. כ'וואלט זיך אבער געוואלט אביסעלע אויסקלארן (שטימט מיט דעם קעפל...):

ווי ס'שיינט האב איך זיך נישט גוט מסביר געווען, די אלע ספיקות, אומקלארקייטן און פאוינטס וואס כ'האב ערווענט איז נישט עפעס וואס איך ליג כהיום אין דעם און איך בין געקומען פארלאנגען א ביאור, דאס זענען זאכן וואס בעבר זענען אלץ 'דורכגעלאפן' אין מיין מחשבה ווען ס'געקומען צו מחליט אז איך וויל ארבעטן אויף סאברייעטי. כהיום שפיר איך זיך אביסעלע קלארער אין דעם געביט ב"ה, און היות שמועסנדיג מיט חברים שפיר איך ווי אסאך לעבן אין אט די אומקלארקייטן אין וועלכע איך האב זיך בעבר געמוטשעט מיט, האב איך באשלאסן אז כ'גיי עפענען א טרעד אין וואס כ'וועל בעזר ד' פראבירן פארצולייגן פאר ווער ס'איז אינטערעסירט וואס ס'איז מיר קלאר געווארן במשך הימים. און דעם חלק א' האב איך נאר געשריבן אלץ אן הקדמה - א דברי המתחיל צו עפענען דעם אפעטיט, אז טאמער עימיצער שפירט זיך אין דעם טרעד, זאל וויסן איך פארשטיי אים ווייל איך קום אויך פון דארט, און איך ציל אז מיט די צייט וועל איך בעז"ה פארלייגן א שטיקל קלארע בליק אויף דעם ענין וואס ס'האט געארבעט פאר מיר, כ'האף אז השי"ת זאל מיך געבן צייט און קלארקייט אויף דעם.

בנוגע OCD וואס דו ערווענסט: ס'איז פארהאן ווען א זאך איז פשוט אומקלאר, ס'איז פארנעפלט, און מ'דארף זיך צאמנעמען, און ווי לאנג די זאכן זענען נישט אויסגעקלארט ווייסט מען נישט קיין ציל, מ'ווייסט נישט ווען צו געבן געז און ווען צו סטאפן, דאס איז א פשוטע געזונטע זאך אין לעבן וואס האט מיט OCD קיין שייכות. נאכדעם איז פארהאן לעבן אין ספיקות כסדר וואס שטערט זיך צו געבן א ריר ווייטער, און די ספיקות זענען מוליד נאך ספיקות און אייניקלעך וכו' וכו', דאס קען זיך שוין לכאורה גרעניצן מיט OCD, אבער איך קלער אז דאס איז נישט דער ענין דא, ווייל ווי געשמועסט איז דאס נישט עפעס אין וואס איך ליג, און כ'קריך נישט ארויס.

אוודאי, אונז אלע קענען נוצן עדווייס פון אידן וואס האבן מער עקספיריענס ווי אונז, אבער ווי ערווענט אין עטליכע פון מיינע ארטיקלען בעבר, איך נוץ דעם כח הכתיבה אלץ טעראפי פאר מיך זעלבסט, זיך אליינס אויסקלארן די געדאנקן וואס בוזשעווען מיר אין קאפ, נאר אנשטאט דאס צו טון פאר מיר אליינס, טוה איך דאס דא ברבים, כדי אז אנדערע זאלן אויך נהנה זיין בחדא מחתא, והעיקר צו באקומען חיזוק, הערות והארות פון חברים, וואס דאס איז קריטיש וויכטיג ווען ס'קומט צו שרייבן בכלל, ובפרט אין אזא סענסעטיווע טעמע, בדברים שהנפש תלוי בה.

כ'האף אז אצינד בין איך געווען קלארער.

ענטפער: אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן ח' כסלו התשפ"א 15:26 #269282

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 134 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 191 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל
  • קאָרמא: 8

אברהם אברהם ויאמר הנני 

שכח אברהם פארן אנהייבען דא דיין גאר אינהאלטסרייכען טרעד זאל ג-ט דיר באגלייטען די גאנצע רייזע ביז מיר וועלן אלע אינאיינעם קלאר ווערן אין די נושא
פין דיין פריינד: שיע

ענטפער: אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן ח' כסלו התשפ"א 15:40 #269283

  • חיים חייקל
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 238
  • האט שוין געלייקט: 1323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
  • קאָרמא: 16

געוואלדיג אברעמעלע!

אנו שותים בצמא את דבריך

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן ח' כסלו התשפ"א 18:10 #269288

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 299
  • האט שוין געלייקט: 35 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 387 מאל
  • קאָרמא: 13
חיים חייקל געשריבן on ח' כסלו התשפ"א 15:40:

געוואלדיג אברעמעלע!

אנו שותים בצמא את דבריך


גם אני מסכים, עס איז געוואלדיג!

איך דריי זיך נאך יא מיט די ספיקות אדער טייל פון זיי
ממילא קוק איך - און מסתמא נאך אסאך אנדערע - קוקן שטארק ארויס אויף די המשך

מי שענה לאברהם בהר המורי"ה הוא יעננו!

ענטפער: אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן י' כסלו התשפ"א 11:18 #269304

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 430 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 276
  • האט שוין געלייקט: 341 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
  • קאָרמא: 35

ישר כח ר׳ אברהם פארן ארויפברענגען די טעמע.

איך האב אסאך צו שרייבן איבער דעם. און איך האף צו האבן צייט צו שרייבן באריכות. יעצט וועל איך איבערלאזן די פלאץ פאר דיר צו שרייבן און זיך אויסקלארן.

צימישעניש confusion איז זייער שרעקעדיג פארן מענטשנ׳ס מח. ווען מען ווייסט נישט וואס עס גייט פאר מיט זיך מען האט נישט קיין סענס איבער וואס עס האט פאסירט. עס איז נישט דא די סעיפטי פארן מח זיך צו ספראווענען דערמיט ווייל מען ווייסט ניטאמאל וואס דער פראבלעם איז. און פארשטייט זיך ווען מען איז צימישט -נישט קלאר ברענגט דאס מער סטרעס און  דער מענטש וועט זוכן זיך צו בארואיגן מיט וואס ער קען. און אויב איז זיין בארואינגונגס מיטל עדיקשן וועט ער עס ניצן אפילו ער וויל באמת נישט. און וועט אים נאכמער צימישן. וחוזר חלילה

זיך אויסקלארן צו וויסן וואס די פראבלעם/פלאגעניש איז. איז שוין א חלק פון די ישועה. און זייער גוט אז דו ברענגסט עס ארויף. אונז ווארט מיר צו הערן מער פון דיר...

הצלחה אין דיין וועג
יונה׳לע

ענטפער: אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן י' כסלו התשפ"א 15:52 #269312

  • עומד בנסיון
  • איצטיגע שטרעקע: 71 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 95
  • האט שוין געלייקט: 210 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 244 מאל
  • קאָרמא: 5

אברעמל איך עגרי צו די ספיקות
ווארט מיר מיט שפאנונג אויף די אויסקלארינג

ענטפער: אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן י' כסלו התשפ"א 18:22 #269316

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 249
  • האט שוין געלייקט: 564 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 743 מאל
  • קאָרמא: 4

בעזהשי"ת

חלק ב' – 'תיקו' איז א תירוץ אין די גמרא אבער נישט אין רעקאווערי.

צוערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די פילע פידבעק – פריוואטע מער ווי אפענע – וואס כ'האב ערהאלטן דורכאויס די לעצטע פאר טעג, קודם האב איך פון דעם קלארער איינגזעהן אז דער פראבלעם איז א צרת רבים, און דאס איז ווי פארשטענדליך א חצי נחמה פאר מיך זעלבסט, און ס'געט חיזוק צו פארזעצן מיט'ן שרייבן.

כ'וויל אויך איבערבעטן מיינע ידידים וואס האבן זיך אפגערעדט אויף די אריכות הלשון, און ווי כ'האב געענטפערט פאר עטליכע פריוואט, אז איך גלייב אויך אין די עדווייס פון חז"ל לעולם ישנה אדם לתלמידו בדרך קצרה, און ווען די מדובר איז דא אז איך גיי עפעס אויסלערנען דא פאר'ן ציבור הרחב עפעס וואס איך ווייס און צווייטער ווייסט נישט, דאן וואלט איך זיך זיכער געהאלטן צו דעם כלל, אבער באמת איז דא די מעשה אינגאנצן אנדערש, איך פיל נישט ווי איך בין דא אויסצולערנען עפעס, בסך הכל וויל איך נוצן דעם פלאטפארמע זיך זעלבסט אויסצוקלארן, און בדרך אגב זאלן מיינע אחים לנסיון אויך מיטהאלטן און צוגעבן דערצו, דעריבער האב איך נישט קיין ברירה און כ'מוז ארויסשרייבן אלעס וואס ליגט מיר אויפן געדאנק, ובעזהשי"ת אויף חפץ ד' וועט מצליח זיין און כ'וועל זיך דערזעהן קלארער צום סוף, דאן וועט אפשר כדאי זיין צאמצונעמען אלע נקודות באופן קצרה פאר די וועלכע סקיפן נאטורליך די סארט לענגערע טרעדס, אבער ס'נאך דא א לאנגע וועג צו גיין ביז אהין.

און כ'האף אז מיט די דיבורים האב איך אויך איבערגעבעטן די וועלכע האבן געהויבן זייער עקספעקטעשאן אז כ'גיי דא פארקויפן עפעס נייע סחורה אשר לא שמעתן אוזן מעולם, אדער כ'האב עפעס אנטדעקט, ווי פארשטענדליך זייענדיג אין רעקאווערי מאוד פאר די לעצטע פאר יאר זענען ביי מיר טאקע געוויסע זאכן קלארער געווארן, אבער ווי שוין ערווענט בין איך ווייט פון פארטיג, און איך בעט השי"ת אז מיט'ן טון אט דעם השתדלות פון זיך אויסשרייבן, זאל דאס מיר – מיט מיינע צוהערער – ברענגען א שטאפל נענטער צו רעקאווערי, כי"ר.

אצינד צום ענין:

איך האב דעם מענטשליכן מח קיינמאל שטודירט, אבער וויפיל איך דענק, איז 'סתירות' פון די גרעסטע שונאים פון אונזער מח, און ווען דער מח באגעגנט עפעס וואס איז זיך סותר מיט אינפארמעשאן וואס זיצט אים אין קאפ, דאן ווערט א ריתחא דאורייתא, די פראקטישע וועג פון באהאנדלען א סתירה איז איר דערגרינטעווען ביז'ן שורש און צוקומען צו זאגן אז ס'איז 'היינו הך' און בכלל נישט קיין סתירה, א גרינגערע מהלך איז צו זאגן 'הא לן והא להו ולא פליגי', ווייל אזוי איז אויס סתירה, א פוילערע וועג איז צו זאגן 'תיובתא', נעמליך אז איינס פון די אינפארמעשאן איז נישט אמת, די פוילסטע וועג איז צו זאגן 'תיקו'. וואס דאן דרוקט מען א סנוז קנעפל אויף ביז ווען דער סתירה גייט נאכאמאל אפירקומען...

ווען איינער זאל אפטייטשן אין א נאט-שעל וואס 'רעקאווערי' אינוואלווד: רעקאווערי אינוואלווד, זיין האנעסט מיט זיך און איידענטיפייען די קרענק, אפטיילן די קרענק פונעם חיי יום יום (אנשטאט: איך בין א קראנקע מענטש וואס שפילט געזונטע מענטש אויפן גאס; איך בין א געזונטע-נארמאלער יונגערמאן וואס ליידט אויף א קרענק), און דערנאך פאוקעסן אויפן קרענק און איר באהאנדלען איר צו סטאביליזירן און מינימיזירן.

זיך פלאגנדיג מיט דעם נסיון, ווערט אונזער מח און הארץ היבש פארנומען מיט פשוט אדורכלעבן דעם טאג זייענדיג היי אלערט אויף אלע לאסט-שטורעמעס מיט וואס מיר ווערן באפאלן, און מיר דארפן דיעלן זיי צו איידענטיפייען, און נוצן די ריכטיגע טול – איש איש כפי ריקאווערי שלו ושורש נשמתו – איר צו אדרעסירן.

אבער חוץ דעם עצם סטראגל, איז אבער פארהאן נאך א קאמפליצירטע זאך וואס אונז מוטשענען זיך, און דאס איז די פילע סתירות וואס מיר שטאלפערן זיך אן מיט, אנגעהויבן מיט די סתירה מיט זיך אליינס, ווען מיר שפירן זיך אין א דאבעל-סטענדערטס לייף סטייל, ווי דער אברעמעל פון די גאס און אברעמעל אין הד"א זענען ניטאמאל קיין ווייטע קרובים, א מינוט א יעקב א יושב אוהל א מינוט אן עשיו איבער דעם נזיד עדשים, ממש ווי רבקה האט געשפירט דעם למה זה אנכי ביז זי איז דערגאנגען דעם 'שני גיים בבטנך' סיקרעט, דערנאך איז פארהאן די סתירה פון וויאזוי מ'האט אונז פארזיגעלט אין די יונגע יארן בנוגע אונזער עתיד בעולם שכולו טוב, וואס כדי מיר זאלן קענען אנגיין מיט'ן אידישן חיי יום יום מוזן מיר דאך יא האבן אן עתיד, און דעריבער מוזן מיר זיך מוטשען צו פארענטפערן יעדעס שטיקל אינפארמעשאן סיי פון וואס מיר האבן געהערט אין חדר, און סיי וואס מיר באגעגענען כסדר אין ספרי קודש.

אויבנאויף זענען די סתירות נישט אויפן אויבערפלאך ווען מ'טראכט פון רעקאווערי, ווייל ווען מיר טראסקענען אריין אין הדא א צעבליטוגטער און א צעביילטער נאך יארן לאנג סטראגלען, איז אונזער מח ווייט פון קלאר צו איידענטיפייען וואס פונקטליך ס'העלפט אדער וואס פונקטליך ס'שטערט צו רעקאווערי, מיר ווילן הערן אנפאנג בלויז איין זאך: ריינע טעג!

פארוואס? ווייל אומריינע טעג דאס איז מיין שונא #1, דאס מאכט מיין לעבן מיזרעבל, און כ'וויל פון דעם פטור ווערן און פארטיג.

ברבות הימים, ווען מ'הייבט אן כאפן אז ריינע טעג איז נישט עפעס וואס געשעהט איינמאל מ'דרוקט דעם ריסעט קנעפל אויף די 90-טעג-ציילן, נאר כדי צו לעבן א לעבן פון ריקאווערי, דארף מען ערשט דרוקן 'ריסעט' אויפן מח, און מ'דארף זיך ערנסט באטראכטן און איידענטיפייען ווער איז אונזער שונא, ווער טרייבט אונז צו די אלע שמוציגע איבלען, פארוואס ערוועקט זיך אין מיר די תאוות אינמיטן העלן טאג אן קיין שום טריגער פון פאראויס, און אזוי דארף מען אנהייבן צו דערגרינטעווען ווער בין איך באמת, ווער איז דער ריכטיגער איך, און ווער איז דער קראנקער נפש, וכו' וכו', דאן הייבן מיט די צייט אן ארויפצוקומען אן ערבוביא פון געפילן און צעמישענישן מיט וואס מיר פלאגן זיך, און ווארטן אומגעדולדיג מיר זאלן זיך אויף זיי אומקוקן, און צווישן די אלע זאכן קומען אויך ארויף אסאך סתירות ווי אויבן ערווענט, און יעצט הייבט זיך אן די עכטע ארבעט פון בירור טוב ורע, וואס איז אמת און וואס נישט, וואס איז איבערגעטריבן און וואס איז אומאקטועל, און דא דארפן מיר באשליסן וויאזוי מ'געט זיך אן עצה מיט די אלע זאכן.

למעשה, וואס געשעהט ווען מיר דארפן דיעלן מיט די אלע סתירות? די אויספיר איז פארשידנארטיג:

טייל וועלן זאגן, הא לן והא להו, די אלע אינפארמעשאן וואס מיר ווייסן איז בלויז אמת פאר די וואס זענען נישט קראנק, אבער איינמאל מיר זענען קראנק איז א תורה חדשה נתנה, און מיר קענען סימפלי איגנארירן אלעס וואס מ'האט אונז געלערנט, ממש גענוי ווי מ'האט געסקיפט הל' נדה אין חדר ווייל ס'איז נישט נוגע היינטיגע צייטן...

א חלק וועלן צוקומען און זאגן 'תיובתא' און זאגן אז וואס מ'האט אונז געלערנט איז נישט כפשוטו וכו' וכו', און מ'באהאלט פון אונז זאכן, און אז 'היינט איז אנדערש' וכו' וכו', בקיצור, דער סך הכל איז די זעלבע ווי די פריערדיגע גרופע: מ'נעמט אלע אינפארמעשאן און מ'ווארפט עס אוועק, אין בעסטן פאל אין שמות לגניזה.

ביי רוב פון אונז, בלייבט דאס בבחינת 'תיקו', און ווי געשמועסט אויבן, מ'האלט זיך אינאיין אנשטאלפערן אין דעם נאכאמאל און נאכאמאל, און מ'דרוקט נאכאמאל דעם 'תיקו-סנוז-קנעפל', און מ'פראבירט ווייטער צו שטופן.

כמעט קיינער פון אונז וועט זיך נישט פלאגן, און דערגרינטעווען דאס ענין צוצוקומען אז 'היינו הך', און ס'איז בכלל נישט קיין סתירה, וואס דאן איז די לעבן בשלום ושלוה אן קיין סתירות, און מ'האט א קלארע מח ווען ס'קומט צו רעקאווערי.

ס'קען זיין אז ס'דא אזעלכע וועלכע קענען סורווייוון מיט א הא לן והא להו, א תיובתא, אדער א תיקו, ווי כ'האב שוין געהערט פון חברים, "זייענדיג אין רעקאווערי, עפן איך נישט קיין ספר, ס'מאכט מיר בלויז ערגער...", איך אבער קען זיך דאס נישט ערלויבן, איך וויל יא קענען טרעפן דעם קלארקייט אין דעם, אויב רעקאווערי איז עפעס וואס מוז מיר מאכן צוקומען אז אלעס וואס שטייט אין ספרי קודש, אדער וואס מ'האט מיך געלערנט אלע יארן, איז נישט אקטועל פאר מיך, מאכט דאס מיר נישט גרינגער די ארבעט, פארקערט, ס'מאכט מיר בלויז שווערער.

איך וועל גיין א שטאפל ווייטער, ווען מ'רעדט פון רעקאווערי, און מ'שפירט ווי פאויערלעס מ'איז און בעיקר ווי שטארק מ'איז אנגעוויזן אויף רחמי השי"ת ער זאל אונז שענקן א ריינע סעקונדעלע, קומט ביי מיר אויף א שטארקע סתירה – און איך באטאון דא אז איך בין חלילה נישט געבליבן ביי דעם סתירה, כ'ברענג עס נאר ארויס לתועלת – און ס'גייט אזוי: אויב פארשטיי איך, און איך ווייס און איך גלייב אז השי"ת פירט די וועלט בכל פרטי' ודקדוקי', און נאר ער קען מיך געבן א ריינע מינוט, ס'איז נישט עפעס וואס איז אין מיין יכולת, זייט'ס ביטע נישט ברוגז, כ'האב אבער א שארפע סתירה צו דעם, אויב בין איך אזוי אנגעוויזן אין זיינע חסדים, בין איך איבערצייגט אז ער גייט עס מיר נישט געבן, ווייל בעבר האט ער מיך חרוב געמאכט דאס לעבן, ער האט מיך געגעבן די שווערע קינדער יארן וואס האבן מיר געברענגט צו אנטלויפן צו אט דעם דראג, און ווערן אזוי קראנק דערנאך, אדאנק אים האב איך פארלוירן יעדע סארט האפענונג פון אן עתיד, ווייל ווער דען אויב נישט ער האט פארמאכט די טויערן צו תשובה, אדער געעפענט די טויערן צו גיהנום פאר דעם, וכו' וכו', און דא גייסטו שרייען: נו, וויאזוי רעדסטו?! אה, הייסט עס ס'איז נישט אמת?! די אלע זאכן זענען טאקע נישט ער געווען, נישט ער האט געברענגט דיין עביוז, ס'איז געווען דיין מלמד, אדער כ'ווייס ווער. נישט ער האט פארמאכט די טויערן פון תשובה, ס'איז נאר עפעס א בחינה פון ספרים, וואס איז נישט נוגע. די גיהנום איז נאר פאר קליינע קינדער אדער פאר די וואס לערנען ראשית חכמה, וכו' וכו', איר פארשטייט וואס איך ברענג ארויס?

אויב ליגט די שליסל פון רעקאווערי אין זיין א מאמין אז הוא עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, און נאר ער קען מיר געבן א ריינע סעקונדע, דאן מוז איך אננעמען אז ער איז שוין געווען אקטיוו ווען דער חורבן איז געשעהן אויך, און איך מוז פארענטפערן אט די אלע סתירות, איידער איך גיי פלוצלינג ארויסברענגען ווי פאויערלעס איך בין און ווי אנגעוויזן איך בין אויף זיינע חסדים.

איך ווייס וואס דו גייסט מיר זאגן יעצט: נע, אונז פארשטייען נישט אלעס, איך בין א נער און איך גלייב. וואס איז געווען איז געווען. טראכט גוט וועט זיין גוט. יא יא, דאס איז אלעס אמת, ווען מיר קענען טאקע נישט פארענטפערן און אויסקלארן די אלע זאכן, איך וויל אבער יא פראבירן זיך צוריקזעצן אין חדר אריין מיט די היינטיגע שכל, און אפלערנען דעם גאנצן נסיון און סטראגל וואס מיין גוטע טאטע, דער וואס געט מיך לעבן, דער וואס געט מיך געזונט, דער וואס געט מיך פרנסה, און דער פאר וועם ס'וואלט בכלל נישט שווער געווען מיך צו געבן זיסע קינדער-יארן, נאר צוליב די זעלבע סיבה פארוואס ער האט מיך געגעבן די אלע זאכן – נישט צוליב ווייל איך בין דאס ווערד, נאר פשוט ווייל ער האט מיך ליב און וויל מיך געבן נאר גוטס, סיי וואס איך זעה קלאר די חסדים בטוב הנראה והנגלה, און פאר די זעלבע סיבה, צוליב אן הטבה וואס איז צומאל למעשה מהשגת אנוש, האט 'ער' מיך געגעבן אט די שוועריגקייט, בל פרטי' ודקדוקי', וואס אין דעם שטעקט מיין תכלית בעוה"ז ובעוה"ב, און איך גלייב און איך האף אז בעז"ה, נאכן ווייטער ממשיך זיין זיך אויסשרייבן און זיך אויסשמועסן, וועט נתברר ווערן אז 'היינו הך', די אלע זאכן וועלן פאלן אין פלאץ מיט א געוואלדיגע קלארקייט, בעזרת השי"ת.

אויב האסטו געליינט ביז אהער, וויל איך נאכאמאל קלאר מאכן, אז איך שרייב אן קיין פלאן פון פאראויס, כ'האב נאכנישט דעם המשך, נאר איך ליידיג אויס מיין מח פון געדאנקען אויף צו מאכן פלאץ פאר נייע, וישן מפני חדש תוציאו, דעריבער פארשטיי אז כ'האב נישט עפעס וואס איך האלט פאר מיר און איך גיי דיר עס געבן בהמשך פון מיין שרייבן, נאר ס'איז פשוט writing therapy, און כ'האף אז ווען דו וועסט מתפלל זיין צוזאמען מיט מיך וועלן זאכן נתברר ווערן מיט די צייט בעזר יתברך שמו ויתעלה, און אלץ גוטע חבר וואלט איך דיך געראטן צו טון די זעלבע, מ'זעהט פלאות!

צום ווידערזעהן...

ענטפער: אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן י"ד כסלו התשפ"א 10:57 #269327

  • חיים חייקל
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 238
  • האט שוין געלייקט: 1323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
  • קאָרמא: 16

אברעמעלע איך האב שטארק הנאה פון דיין ווערק, גיי ווייטער אן

די תמצית וואס דו האסט געשריבן זאגט מען ביי די ערשטע אני מאמין

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו, "הוא עשה" ער איז דער וואס האט מיר געגעבן די שוועריקייטן, "ועושה" און ער איז דער וואס האט מיך אריינגעברענגט אין ריקאווערי, "ויעשה לכל המעשים" און ער וועט מיך ווייטער פירן מיין גאנץ לעבן. איך קען "גארנישט" טוהן אליין, אלעס ווערט געפירט דורכן מלך מלכי המלכים אליין.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: י"ד כסלו התשפ"א 11:55 דורך חיים חייקל.

ענטפער: אברעמעל'ס פראספעקטיוו - לאמיר זיך אויסקלארן י"ז כסלו התשפ"א 15:13 #269407

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 56 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 941
  • האט שוין געלייקט: 1015 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 18

אברהם'לע שרייבסט געוואלדיג !!!

הק' העלפמי

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.15 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא