ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: שוין העכט די צייט 1454 באזוכער

ענטפער: שוין העכט די צייט ה' אדר התשפ"א 14:36 #270920

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 138 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
  • קאָרמא: 8

מזל טוב מזל טוב ידידי וידיד כל בית הד"א הרב הקדוש נישט שפעט לכבוד דיין אנקום צום אסטרנאמישע סכום פון 40 טעג ריין!!!!!
יעצט איז טאקע א פאסיגע זמן זיך צי באדאנקען פאר דיינע פילע לייסטונגען לטובת די גאנצע חבריה, עס איז כמעט נישט דורך א טאג וואס איך האב נישט געהאט די זכי צי פארברענגען אינאיינעם, עס האט מיר אריינגעגעבן גאר אסאך חיזיק.
זאל ג-ט ברוך הוא דיר געבן ווייטער כח זאסלט קענען גיין ממדריגה למדריגה ריינערהייט. "איין טאג אויפאמאל"....
"יא עס איז קיינמאל נישט שפעט"

ענטפער: שוין העכט די צייט ה' אדר התשפ"א 14:38 #270921

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 240
  • האט שוין געלייקט: 350 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 294 מאל
  • קאָרמא: 8

מזל טוב מזל טוב פון טיפן הארצן פאר די 40 טעג.
דער באשעפער זאל דיך באגלייטן אויף ווייטער

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: שוין העכט די צייט ה' אדר התשפ"א 18:03 #270930

  • חיים חייקל
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 238
  • האט שוין געלייקט: 1323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
  • קאָרמא: 16

מזל טוב כבוד הרב נישט שפעט!
זאל דיר דער אויבערשטער העלפן פאר לאנגע געזינטע יארן

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: שוין העכט די צייט ה' אדר התשפ"א 18:22 #270935

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 53 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 171 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
  • קאָרמא: 5

יישר כח פאר אלע חיזוק געבער'ס. איך דאנק ענק אויף די אוועק געבן די צייט פון שרייבן.
איך בין מודה ומתוודה: יעדע ווארט חיזוק איז שטארק מחזק!
עס גיט אריין א רוח חיים און שמחה פנימית ווען מ'זעט חברים האלטן מיט און מ'פרייט זיך מיט.


זייער כדאי דאס טוהן ווי מער, איינער פארן צווייטן, איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.
נעמט אין חשבון אז ענקער ווארט וועט מציל זיין א אידישע נשמה! און אפילו אויב נאר פון איין נפילה, איז ענקער שכר און זכות עד אין לשער.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט ו' אדר התשפ"א 11:59 #270963

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1805
  • האט שוין געלייקט: 4295 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3203 מאל
  • קאָרמא: 59

ארבעים יום רצופין!
מזל טוב!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: שוין העכט די צייט ו' אדר התשפ"א 13:37 #270967

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 53 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 171 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
  • קאָרמא: 5

טאטע'ניו העלף מיר ענגידן די טאג ריין! 
איך וועל ביטער חרטה האבן 

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט ו' אדר התשפ"א 14:28 #270969

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 240
  • האט שוין געלייקט: 350 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 294 מאל
  • קאָרמא: 8

חזק ואמץ

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: שוין העכט די צייט ו' אדר התשפ"א 19:17 #270976

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 138 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
  • קאָרמא: 8

מיין הענט טוען זיך ווארפן,, פשוט איך שטיי אין ציטער,, וואס איז געווארן מיט ידידי הצדיק נישט שפעט איינער ווייסט עפעס  מער פרטים זאל ארויפקומען, ביזדערווייל לאמער בעטן ג-ט, ווייל נאר ער קען אים העלפן בלייבן סאבער...
זאל דער אייבערשטער העלפן מען זאל נאר הערן גוטע בשורות...אמן!!!!

ענטפער: שוין העכט די צייט ו' אדר התשפ"א 20:04 #270978

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 23 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 238
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
  • קאָרמא: 4

מזל טוב מזל טוב א אמת'דיגע שמחה... ביז 400 אין 40000

ענטפער: שוין העכט די צייט ז' אדר התשפ"א 01:44 #270982

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 53 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 171 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
  • קאָרמא: 5
געהאט א אראפגעקלאפטע נערוועזע טאג נעכטן, און איך האב געשפירט אז נאר פון "יענער מקום" וועט קומען די ישועה אין די גליק, אבער ב"ה דער אייבישטער האט מיר געהאלטן ריין. ש'כח טאטע און שכח חברים פאר די חיזוק

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט ז' אדר התשפ"א 13:23 #270987

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 138 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
  • קאָרמא: 8
נישט שפעט געשריבן on ז' אדר התשפ"א 01:44:
געהאט א אראפגעקלאפטע נערוועזע טאג נעכטן, און איך האב געשפירט אז נאר פון "יענער מקום" וועט קומען די ישועה אין די גליק, אבער ב"ה דער אייבישטער האט מיר געהאלטן ריין. ש'כח טאטע און שכח חברים פאר די חיזוק

WOW!!!! שכח נישט שפעט פאר די גוטע נייעס !!!!!
טאטע איך דאנק דיר טאטע איך לויב דיר.. 
שכח יעצט עמיר קענען צי גיין צום שבת מיט עטוואס מער רואיגקייט!!!

לעצט פארראכטן: ז' אדר התשפ"א 13:23 דורך שיע.

ענטפער: שוין העכט די צייט י' אדר התשפ"א 12:32 #271007

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1805
  • האט שוין געלייקט: 4295 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3203 מאל
  • קאָרמא: 59

וואס טוט זיך חבר?
ביסט רואיג? ס'איז שווער?

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: י' אדר התשפ"א 12:33 דורך ich vil zan ehrlich.

ענטפער: שוין העכט די צייט י' אדר התשפ"א 12:37 #271008

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 53 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 171 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
  • קאָרמא: 5
ich vil zan ehrlich געשריבן on י' אדר התשפ"א 12:32:

וואס טוט זיך חבר?
ביסט רואיג? ס'איז שווער?


ב"ה היינט איז די הנהגה פון באשעפער מיט מיר בחסדים באיתגליא, ממילא איז היינט ב"ה פיין און רואיג.
מארגן איז א טאג פאר זיך, איך דאגה נישט יעצט אויף מארגן.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט י' אדר התשפ"א 18:03 #271013

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 53 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 171 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
  • קאָרמא: 5

הייליגע טאטע, יוצרי ובוראי, בוחן כליותי ולבי.

פארוואס? פארוואס ברענגסטו מיר צו אזעלכע נסיונות? פארוואס? 

איך ווייס אז אלעס איז פון דיר. איך ווייס אז אלעס איז בלויז פאר מיין טובה.

איך ווייס אז דו שיקסט מיר א נסיון נאר ווייל דו גלייבסט אין מיר אז איך וועל זיך קענען מתגבר זיין און דעמאלטס וועט זיין א געוואלדיגע שמחה און המתקה אין אלע עולמות.

איך ווייס אז יעדע נסיון איז מיט א חשבון. א נסיון ריקט זיך נישט אונטער, א נסיון קומט במכוון פון דיר טאטע אין הימל, און דו טאטע מיט די פמליא של מעלה ווארטן זעהן ווי איך בין זיך מתגבר.

איך ווייס דאס טאטע...

אבער, טאטע, מיין ליבער טאטע, וואס נאר דו פארשטייסט מיר באמת...

טאטע, איך האב נישט קיין כח צו נסיונות! דיינע הייליגע צדיקים האבן שוין מתקן געווען בעטן ביים דאווענען "אל תביאני לידי נסיון!". 

אפילו ס'איז לטובתי, ס'איז מצד החסד והרחמים, אבער איך בעט דיר "הראנו ה' חסדך", גיב מיר חסדים וואס איך זאל זיי קענען זעהן מיט מיינע אויגן און זיי פארשטיין מיט מיין פליישיגע מוח.

טאטע איך בין צו שוואך, איך וועל נישט קענען ביישטיין.

איך וויל דיר טוהן נחת רוח מיט תורה ותפילה און אהבת ישראל.

אפשר נאך א ריינערע געזונטע תקופה וועט מיר זיין גרינגער טוהן אויך די עבודה פון דיר דינען דורך שטיין אין נסיונות. אבער יעצט איר מיר עס נאך שווער.

אנא ה' הושיעה נא. 

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט י' אדר התשפ"א 18:12 #271014

  • חפץ בטוב
  • איצטיגע שטרעקע: 172 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
  • קאָרמא: 2

אה, אזעלכע הארציגע דברים היוצאים מן הלב.
זאל דער בוחן כליות ולב זיך שוין מרחם זיין אויף אונז אלע און אונז ברענגען א רפואה שלימה במהרה.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"א אדר התשפ"א 16:19 #271019

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 181
  • האט שוין געלייקט: 108 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
  • קאָרמא: 30

יעפ, ערב פורים, ערב פסח, ערב סוכות, יעדער איז פארנומען, און מיר זענען פארנומען מיט אונזערע אייגנארטיגע עבודה, פון זיך קאנטראלירן די רייצנדע תאוות.

זאל דיר ה' געבן די כוחות צו ביישטיין די נסיונות, און דיר העלפן טרעפן א וועג ווי זאלסט נישט זיין אויסגעשטעלט צו קיין נסיונות.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ב אדר התשפ"א 07:08 #271020

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 53 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 171 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
  • קאָרמא: 5

ש'כח טייערע חברים פאר ענקער חיזוק, דא אין פריוואט.

און יא, מ'טאר זיך נישט לאזן נאכגיין נאך די ווייטאגליכע געפילן. אונז מוזן זיין שטערקער פון דעם. ואין הדבר תלוי אלא בי.
ס'איז טאקע שווער, אבער כי לכך נוצרת.

איך רעד צו מיר אליין: וחזקת והיית לאיש, מיט א פרישקייט.
און נישט פארגעסן די גרויסע כלל: איין טאג אויפאמאל! אינטרעסירט מיר נישט פון מארגן.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט נעכטן 11:16 #271061

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 53 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 171 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
  • קאָרמא: 5

ב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האלט מען ביי 52 ריינע טעג.

איך האב שטארק אנגעזעהן, בפרט די לעצטע פאר טעג, אז עיקר גדול, די ראש וראשון, איז: שמירת עינים!!
נישט לחינם הייסט די סייט "היט דיינע אויגן", ווייל אן היטן די אויגן, זאמלט זיך אין די מוח נאך און נאך נייע שמוץ, און ס'איז כמעט נישט שייך במציאות זיך האלטן ריין.

מ'מוז זיך היטן די אויגן. פינטל. דאס איז די ערשטע זאך. אזוי ווערט די מוח מער און מער ריין, און מ'ווערט ווייניגער אנגערייצט. מיט די צייט ווערט עס גרינגער און די אויגן הייבן זיך נישט אויף אטמאטיש ביי יעדע ראיה אסורה. ווייל די מוח איז שוין ווייניגער אנגערייצט.
אבער פארזיכטיג דארף מען זיין, ווייל מ'קען זייער שנעל צוריק פאלן.

כל זמן די שמירת עינים איז שטארק, איז די גאנצע נסיון בחסד. אויב מ'איז מזלזל בשמירת עינים, ווערט די נסיון אסאך שטערקער ווייל מ'איז סאך מער אנגערייצט.

שמירת עינים = דו זאלסט היטן דיינע אויגן
שמירת עינים = די אויגן היטן אויף דיר זאלסט נישט משוגע ווערן.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: נעכטן 11:21 דורך נישט שפעט.

ענטפער: שוין העכט די צייט נעכטן 12:18 #271067

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 301
  • האט שוין געלייקט: 36 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל
  • קאָרמא: 13
שמירת עינים = דו זאלסט היטן דיינע אויגן
שמירת עינים = די אויגן היטן אויף דיר זאלסט נישט משוגע ווערן.

שטארק ווארט

ענטפער: שוין העכט די צייט נעכטן 16:15 #271070

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 53 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 171 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
  • קאָרמא: 5

איך האב געטראכט די פורים, אז עס שטייט לגבי עמלק "צא והלחם בעמלק מחר".
די וועלט טייטשט אז עמלק וויל אלעמאל אפשטופן די התעוררות אויף מארגן כדי די התעוררות זאל אויסוועפן.
האב איך געטראכט לאידך גיסא, עמלק וויל אייביג מ'זאל טראכטן פון מארגן. ער קומט אונז זאגן, ריכטיג אז יעצט ביסטו פיין און ריין אבער וואס וועט זיין מארגן? וואס וועט זיין איבער מארגן? ער וויל מיר מאכן שווער די גאנצע ענין און ברענגט פאר מיינע אויגן די קימעדיגע טעג כדי מאכן א שווערע עול און מיר מאכן אנגעצויגן.
הייסט אונז דער הייליגער באשעפער: צא הלחם בעמלק מחר, פאלג נישט עמלק וואס ער וויל זאלסט קוקן אויף מארגן, קוק נאר אויף היינט! היום אם בקולו תשמעו. ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו. איך קוק נאר אויף יעצט. און יעצט איז ב"ה גוט, ש'כח טאטע.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט נעכטן 18:03 #271072

  • אויף די ריכטיגע וועג
  • איצטיגע שטרעקע: 12 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 9
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
  • קאָרמא: 1
נישט שפעט געשריבן on י' אדר התשפ"א 18:03:

הייליגע טאטע, יוצרי ובוראי, בוחן כליותי ולבי.

פארוואס? פארוואס ברענגסטו מיר צו אזעלכע נסיונות? פארוואס? 

איך ווייס אז אלעס איז פון דיר. איך ווייס אז אלעס איז בלויז פאר מיין טובה.

איך ווייס אז דו שיקסט מיר א נסיון נאר ווייל דו גלייבסט אין מיר אז איך וועל זיך קענען מתגבר זיין און דעמאלטס וועט זיין א געוואלדיגע שמחה און המתקה אין אלע עולמות.

איך ווייס אז יעדע נסיון איז מיט א חשבון. א נסיון ריקט זיך נישט אונטער, א נסיון קומט במכוון פון דיר טאטע אין הימל, און דו טאטע מיט די פמליא של מעלה ווארטן זעהן ווי איך בין זיך מתגבר.

איך ווייס דאס טאטע...

אבער, טאטע, מיין ליבער טאטע, וואס נאר דו פארשטייסט מיר באמת...

טאטע, איך האב נישט קיין כח צו נסיונות! דיינע הייליגע צדיקים האבן שוין מתקן געווען בעטן ביים דאווענען "אל תביאני לידי נסיון!". 

אפילו ס'איז לטובתי, ס'איז מצד החסד והרחמים, אבער איך בעט דיר "הראנו ה' חסדך", גיב מיר חסדים וואס איך זאל זיי קענען זעהן מיט מיינע אויגן און זיי פארשטיין מיט מיין פליישיגע מוח.

טאטע איך בין צו שוואך, איך וועל נישט קענען ביישטיין.

איך וויל דיר טוהן נחת רוח מיט תורה ותפילה און אהבת ישראל.

אפשר נאך א ריינערע געזונטע תקופה וועט מיר זיין גרינגער טוהן אויך די עבודה פון דיר דינען דורך שטיין אין נסיונות. אבער יעצט איר מיר עס נאך שווער.

אנא ה' הושיעה נא. 


wow wow דעס זענען באמת דברים היוצאים מן הלב איך האב עס גליינט און איבער געליינט אין עס איז מיר געקומען טרערן אין די אויגן צי זען ווי אין 2021 זענען נאך אלץ דא אידן וואס ווילן באמת זיין אזוי ערליך עס איז מוראדיג חזק חזק אזוי שרייבענדיג דערמאן איך מיר א מעשה וואס איך האב אמאל געהערט איך געדענק נישט מיט וועלכע צדיק דאס איז געשען אבער מעשה שהיה כך היה ערגעץ ווי אין רוסלאנד ווען עס איז געווען די צייטן וואס די אידן זענען געווען געצווינגען צו גיין אין מילטער האט דער צדיק אריין געוואקט אין ביהמ"ד שבת ביינאכט האט ער געזען ווי א רוסישער סולדאט אונגעטון אין די מונדירן זיצט אין לערנט הויך אויפן קול גמרא תוס האט ער עם געפרעגט וואס איז דאס האט עם דער סולדאט גענטפערט אז די רוסן ימ"ש געבן רשות פאר די סולדאטן 12 שעה א וואך זיך צי קענען אפרוען אין ער האט אויסגעקלויבט פרייטאג צונאכטס און ער קומט דא אין ביהמ"ד יעדן שבת אין לערנט האט זיך דער צדיק אונגערופן וועגן אזאלכע אידן ווי דיר קומט נישט משיח ווייל ווען משיח וועט קומען וועט דער רבוש"ע נישט האבן דעי נחת רוח וואס ער האט פין דיר און דאס איז וואס איך קען דיר זאגן הרב נישט שפעט פאר אזאלכע אידן ווי דיר קומט נישט משיח ווייל דער רבוש"ע זאגט אז ווען משיח וועט קומען וועל איך נישט האבען אזאלכע אידן וואס דראפענען זיך אויף די גראדע ווענט צו בלייבן הייליג אזויווי הרב נישט שפעט .

ענטפער: שוין העכט די צייט נעכטן 18:13 #271073

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 53 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 171 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
  • קאָרמא: 5

ש'כח אויף די חיזוק
די מעשה איז געווען מיטן פריעדיגע בעלזער רב זי"ע, ווען ער איז געווען אין וויען, און געהערט ווי א אידישע סאלדאט לערנט בקול ובהתמדה וכו'

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: נעכטן 18:20 דורך נישט שפעט.

ענטפער: שוין העכט די צייט נעכטן 18:48 #271074

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 1
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

א גרויסן שכח טייערע נישט שפעט איך בין זייער איבערגענומען געווארן פון דיינע ווערטער געווענדליך קאסטן מיר דיינע ווערטער אפאר טרערעליך      איך בין דא פריש     און די ווערטער איז מיר זייער צום הארצן ........ אפילו איך ווייס אז מיר זענען אלע דא פאר די זעלבע צוועק אבער אז מען זעט עס פון צייט צו צייט וועקט עס אויף די סטרונעס פון הארץ און סגיבט כח   שרייב נאך           סיי די און סיי ווער סהאט עפעס אויפן צינגל      עס בלזט אריין א חיות אינעם עולם ובפרט פאר די פרישע מעמבערס    (כהאף אז כהאב גוט געשריבן ......... פאר די ערשטע מאל איז עס זיכער גוט )

ענטפער: שוין העכט די צייט נעכטן 18:54 #271075

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 138 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 102
  • האט שוין געלייקט: 198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
  • קאָרמא: 8
טויש געשריבן on נעכטן 18:48:

א גרויסן שכח טייערע נישט שפעט איך בין זייער איבערגענומען געווארן פון דיינע ווערטער געווענדליך קאסטן מיר דיינע ווערטער אפאר טרערעליך      איך בין דא פריש     און די ווערטער איז מיר זייער צום הארצן ........ אפילו איך ווייס אז מיר זענען אלע דא פאר די זעלבע צוועק אבער אז מען זעט עס פון צייט צו צייט וועקט עס אויף די סטרונעס פון הארץ און סגיבט כח   שרייב נאך           סיי די און סיי ווער סהאט עפעס אויפן צינגל      עס בלזט אריין א חיות אינעם עולם ובפרט פאר די פרישע מעמבערס    (כהאף אז כהאב גוט געשריבן ......... פאר די ערשטע מאל איז עס זיכער גוט )


מזל טוב!!!! הרב טויש פאר דיין ערשטע תגובה... זייער שיין..כן ירבה!!!!

  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.46 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא