ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: צעקות נוראות פון א פארכאפטער אין עדיקשאן ! 180 באזוכער

צעקות נוראות פון א פארכאפטער אין עדיקשאן ! כ"ט אדר התשפ"א 23:41 #271296

  • קאוונע
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
  • קאָרמא: 0
וואו איז מיין איך געשטאנען,
ווען טויזנטער גלעקלעך,
געשריגן אז שרעקלעך,
איז דער וועג צו שפאנען,
אבער אין מיינע פעקלעך,
נאר די גאלדענע רעקלעך,
צו שפייזן, איז עסן פארהאנען,

אלע מיינע זיידעס און עלטערן,
געוויינט ביטע פארקערט,
אבער איך האב געהערט,
נאר דעם זייט דעם קעלטערן,
נאכאנאנד צושטערט,
און צום טייוול געקערט,
פאר א ארט מיך צו שעלטערן,

און איך בעט אים נאך און נאך שיק,
מיין מוח נעם איבער, אונטערדריק,
פון די אנהייב, אין קאפ דעם פליק,
און דאן, צום שווארצקייט כ'זיך ביק,

איך ווייס אז ס'איז דא א וועג צוריק,
אבער איך פארברען דעם בריק,
און קויף פונעם אלטן נאך שטיק,
וואו זיך צו בעטן, מיך שוין פארציק,

איך זעה הייליגקייט פון דערווייט,
אבער צוגעבינדנקייט,
אלעס איבערשרייט,
און אלעס ווערט צוריק שטאט,
די קאפ פארדרייט,
איך פאל צו די זייט,
איך קען שוין נישט מישן די בלאט,

און ווען איך טרעף מיר נאכאמאל,
אונטן אויף אלע פיר,
זעהן דעם שפיטאל טיר,
אויסרייניגן די שמוץ פון טאל,
קוים לעבן אין מיר,
די בחירה פארליר,
ארויס די וועג גאר שמאל,

צום אלטן אמאל נאך איך בליק,
כ'געדענק נאך דעם ווארט גליק,
אבער די זייגער קלאפט טיק טיק,
און די וואנט ווערט נאר מער דיק,


נאכאמאל, כ'דראפע זיך צום בריק,
איך וויל ארויסגיין פון דעם דרוק,
מיינע טרערן ווערן זאלץ א שטיק,
ביטע העלף מיר טרעפן די וועג צוריק,
[i]גענומען פון אייוועלט[/i]]
לעצט פארראכטן: כ"ט אדר התשפ"א 23:43 דורך קאוונע.

ענטפער: צעקות נוראות פון א פארכאפטער אין עדיקשאן ! ג' סיון התשפ"א 12:49 #272506

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

קאוונע מען הערט נישט פון דיר 
וואס מאכסטו וואס טוט זיך?

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.27 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא