ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: אוי, א ציבראכן הארץ... 162 באזוכער

אוי, א ציבראכן הארץ... כ"ד ניסן התשפ"א 11:07 #271551

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל
  • קאָרמא: 9

איך מיין אז ענק קענען פארשטייען זייער גוט די ציבראכן הארץ וואס איך געהאט די לעצטע טעג. כחרס הנשבר ממש.

וויל איך דא ברענגען בקצרה א שטארקע רעיון וואס איך האב געזען די שביעי של פסח אין ספה"ק "ישמח ישראל" (לשביעי של פסח), מסביר זיין די ענין אז נאכן ארויס גיין פון מצרים זענען די מצריים נאך געלאפן די אידן וואס זענען געווען בעת צרה גדולה.
לכאורה וואס האט דאס אויסגעפעלט? זיי זענען דאך שוין דורך די גלות, ס'איז געקומען די צייט ארויס גיין, איז פארוואס האט געדארפט קומען נאך אמאל די צרה? א שטארקע קשיא.

ענפערט ער, אז בשעת אידן זענען געווען אין מצרים, האבן זיי געדאוונט מיט א ציבראכן הארץ, לב נשבר ונדכה. ויאנחו בני ישראל מן העבודה ויזעקו. "ובמצרים שהיו יודעים שפלותם שמשוקעים בטומאות ובתאוות ר"ל, תלאו עיניהם לאביהם שבשמים, וצעקו אל ד' מגודל הבושה והכנעה, הציליני נא". און דאס איז זייער חשוב פארן הייליגער באשעפער.

יעצט, ס'איז געקומען די גרויסע צייט פון יציאת מצרים, האט די אייבישטער געוואסט אז די אידן וועלן ווייטער דאווענען צו אים, אבער עס וועט שוין נישט זיין מיט אזא ציבראכן הארץ. "לא הי' באפשרי שתפלתם יהי' בקול שועה ורוח נשברה כמו במצרים, והקב"ה חפץ לשמוע קולן פעם אחרת, היינו אותו הקול ששמע מהם במצרים שהי' מעומק ומשברון הלב".

דערפאר האט די אייבישטער מגרה געווען די מצרים זיי זאלן נאך לויפן די אידן. "כמו שכתב במדרש, שראו שרן של מצרים פורח באויר, היינו שראו ג"כ אשר מן השמים נלחמו עמהם, וגם שערי השמים נסתמו, אז יראו מאוד, כי במצרים עכ"פ הי' להם עוד מקום לזעוק. ובזה נשבר לבם מאוד ויצעקו אל ד', רבש"ע אעפ"י שאין אנו כדאים וראוים להישועה, עשה למענך, למען שמך הגדול, שאי כבוד לפניך, ויהי' ח"ו חילול השם".

פירט אויס די ישמח ישראל: "באותה שעה אמר הקב"ה, לכך הייתי מבקש לשמוע קולם עוד פעם אחרת, היינו באותו הכנעה ושפלות שהי' אז במצרים, שצעקו אל מי נפנה אם לא אליך אבינו שבשמים".

אין נאך א שטיקל דארט שרייבט די ישמח ישראל (להגדש"פ, אות סד): "כי מה שצריך ליגע ולפעול האיש שיש לו רק מעט הכנעה בזמן רב, יוכל הנכנע האמיתי לפעול בזמן מועט, כי כל השערים נפתחין לו" עיי"ש.

*

ס'איז מיר געווען זייער א שטארקע חיזוק. דאס מיינט אז מיר פארשטייען נישט בכלל דעם אייבישטער'ס דרכים. א איד שפירט אמאל א צרה, א צרה בגשמיות און נאך מער א צרה ברוחניות, ער שפירט א געוואלדיגע ירידה און א התרחקות פון עבודת ה' און פון די קדושה. ער ווייסט נישט וואס האט פאסירט. ער פארשטייט נישט פארוואס קומט אים עס.

פון די ווערטער פון ישמח ישראל קומט אויס א שטארקע התחזקות, אז מיר דארפן גלייבן און וויסן אז די אייבישטער ווארט פשוט אונז זאלן מתפלל זיין צו אים מיט הכנעה און לב נשבר! ער האט שטארק ליב אזא תפילה.

איבעריג צו זאגן אז לב נשבר מיינט נישט עצבות חלילה. צדיקים האבן געזאגט אז ס'איז נישט דא מער א גאנצע זאך ווי א לב נשבר! עס מיינט הכנעה, וויסן אז נאר די אייבישטער טוט אלעס און נאר ער קען אונז אלעס געהן און טוהן און מאכן.

חז"ל זאגן (יבמות ס"ד ע"א) "מפני מה היו אבותינו עקורים מפני שהקדוש ברוך הוא מתאוה לתפלתן של צדיקים". ס'איז לכאורה אויך די זעלבע בחינה. די אייבישטער האט געוואלט הערן זייער תפילות מעומק הלב, האט ער זיי געמאכט עקורים! דאס מיינט אז די מטרה פון די צרה/עונש/התרחקות/ירידה איז נאר כדי נאך מער נתקרב ווערן צו אים.

ממילא דארף מען נעמען די "לב נשבר" און טוהן מיט דעם "ודבק לבנו", וויסנדיג אז די אייבישטער איז זיך פשוט משתוקק איך זאל דאווענען צו אים און בעטן מיט הכנעה ווייל ער האט דאס זייער ליב.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: אוי, א ציבראכן הארץ... כ"ד ניסן התשפ"א 11:27 #271552

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 179 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 135
  • האט שוין געלייקט: 341 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
  • קאָרמא: 9
נישט שפעט געשריבן on כ"ד ניסן התשפ"א 11:07:

איך מיין אז ענק קענען פארשטייען זייער גוט די ציבראכן הארץ וואס איך געהאט די לעצטע טעג. כחרס הנשבר ממש.


נישט נאר די האסט געהאט שווערע טעג, נאר מיר אלע, דיינע ידידים אין חבירים, וואס האבן גענאסען פון דיר די לעצטע איבער אכציג טעג חיזיק אין הדרכה אין שטארקייט צי גיין וויטער אונזער הייליגע רייזע,זענען ארום געגאנגען ציבראכען די לעטע פאר טעג, שכח פאר די חיזוק וואס וועט אונז אלע זיכער העלפן זיך שטארקן, אין אינאיינעם גיין דעם רייזע ווייטער מיט א שטארקייט. 

ענטפער: אוי, א ציבראכן הארץ... כ"ד ניסן התשפ"א 11:57 #271554

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

א געשמאקע שטיקל ישמח ישראל ממש עניני דיומא יעדן טאג, פארגעלערנט דורך א געשמאקע זאפטיגער מגיד שיעור, וואס קען זיין בעסער...

ענטפער: אוי, א ציבראכן הארץ... כ"ד ניסן התשפ"א 13:35 #271555

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 257
  • האט שוין געלייקט: 370 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 334 מאל
  • קאָרמא: 8

א געוואלדיג ווארט.
יישר כח ס'געט אסאך חיזוק.
לאמיר שרייען צום טאטן מעומק לבבינו הנשבר
לב נשבר ונדכה ה' לא תבזה

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: אוי, א ציבראכן הארץ... כ"ה ניסן התשפ"א 09:06 #271568

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל
  • קאָרמא: 9

שטיקעלעך הארץ איז גרינגער ארויף שלעפן ווי איין גרויסע הארץ...

 פַּעַם אַחַת דִּבֵּר רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם רַבִּי יַעֲקֹב יוֹסֵף מֵעִנְיַן עֲבוֹדַת ה' כְּדַרְכּוֹ תָּמִיד, וְסִפֵּר לוֹ מָשָׁל לְמֶלֶךְ שֶׁשָּׁלַח אֶת בְּנוֹ לַמֶּרְחַקִּים לִלְמֹד חָכְמוֹת. אַחַר כָּךְ בָּא הַבֵּן לְבֵית הַמֶּלֶךְ מְלֻמָּד בְּכָל הַחָכְמוֹת כָּרָאוּי. פַּעַם אַחַת צִוָּה הַמֶּלֶךְ עַל הַבֵּן לִקַּח אֵיזֶה אֶבֶן גָּדוֹל מְאֹד כְּמוֹ אֶבֶן הָרֵחַיִם, וְלִטֹּל וְלִשָּא אוֹתוֹ עַל עֲלִיּוֹת בֵּיתוֹ. וּמִסְּתָמָא לֹא הָיָה יָכוֹל הַבֵּן הַנַּ"ל לִשָּא וְלָרוּם אֶת הָאֶבֶן כִּי הָיָה אֶבֶן גָּדוֹל וְכָבֵד מְאֹד. וְנִצְטַעֵר הַבֵּן מְאֹד עַל שֶׁאִי אֶפְשָׁר לוֹ לְמַלּאֹת רְצוֹן אָבִיו הַמֶּלֶךְ, עַד שֶׁגִּלָּה לוֹ הַמֶּלֶךְ דַּעְתּוֹ אַחַר כָּךְ וְאָמַר לוֹ הֲיַעֲלֶה עַל דַּעְתְּךָ שֶׁאֲנִי אֲצַוֶּה עָלֶיךָ דָּבָר כָּבֵד כָּזֶה, לָקַחַת אֶת הָאֶבֶן כְּמוֹ שֶׁהוּא וְלִשָּא וְלָרוּם אוֹתוֹ, הֲתוּכַל לַעֲשֹוֹת דָּבָר זֶה עַל פִּי חָכְמָתְךָ הַגְּדוֹלָה. אַךְ אֵין כַּוָּנָתִי לָזֶה כְּלָל, רַק כַּוָּנָתִי הָיָה שֶׁתִּקַּח פַּטִּישׁ חָזָק וְתַכֶּה וּתְפוֹצֵץ אֶת הָאֶבֶן לַחֲתִיכוֹת קְטַנּוֹת, וּבָזֶה תּוּכַל לְהַעֲלוֹת אוֹתוֹ עַל הָעֲלִיָּה:‏
 ‏
 כְּמוֹ כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ צִוָּה עָלֵינוּ שֶׁנִּשָּא לְבָבֵנוּ אֶל כַּפִּיִם אֶל אֵל בַּשָּׁמַיִם, וּלְבָבֵנוּ הוּא לֵב הָאֶבֶן. וְהוּא אֶבֶן גָּדוֹל וְכָבֵד מְאֹד וְאִי אֶפְשָׁר לְהָרִים אוֹתוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּשׁוּם אֹפֶן, רַק עַל יְדֵי שֶׁנִּקַּח פַּטִּישׁ וּנְשַׁבֵּר וּנְפוֹצֵץ אֶת לֵב הָאֶבֶן וְאָז נוּכַל לְהָרִים אוֹתוֹ. וְהַפַּטִּישׁ הוּא הַדִּבּוּר, עַד כַּאן הַמָּשָׁל. וְהָבֵן. :‏

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: אוי, א ציבראכן הארץ... כ"ה ניסן התשפ"א 10:11 #271569

  • ריכטיגע קוק
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • יעצט אנליין
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 17 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 3
נישט שפעט געשריבן on כ"ה ניסן התשפ"א 09:06:

שטיקעלעך הארץ איז גרינגער ארויף שלעפן ווי איין גרויסע הארץ...

 פַּעַם אַחַת דִּבֵּר רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם רַבִּי יַעֲקֹב יוֹסֵף מֵעִנְיַן עֲבוֹדַת ה' כְּדַרְכּוֹ תָּמִיד, וְסִפֵּר לוֹ מָשָׁל לְמֶלֶךְ שֶׁשָּׁלַח אֶת בְּנוֹ לַמֶּרְחַקִּים לִלְמֹד חָכְמוֹת. אַחַר כָּךְ בָּא הַבֵּן לְבֵית הַמֶּלֶךְ מְלֻמָּד בְּכָל הַחָכְמוֹת כָּרָאוּי. פַּעַם אַחַת צִוָּה הַמֶּלֶךְ עַל הַבֵּן לִקַּח אֵיזֶה אֶבֶן גָּדוֹל מְאֹד כְּמוֹ אֶבֶן הָרֵחַיִם, וְלִטֹּל וְלִשָּא אוֹתוֹ עַל עֲלִיּוֹת בֵּיתוֹ. וּמִסְּתָמָא לֹא הָיָה יָכוֹל הַבֵּן הַנַּ"ל לִשָּא וְלָרוּם אֶת הָאֶבֶן כִּי הָיָה אֶבֶן גָּדוֹל וְכָבֵד מְאֹד. וְנִצְטַעֵר הַבֵּן מְאֹד עַל שֶׁאִי אֶפְשָׁר לוֹ לְמַלּאֹת רְצוֹן אָבִיו הַמֶּלֶךְ, עַד שֶׁגִּלָּה לוֹ הַמֶּלֶךְ דַּעְתּוֹ אַחַר כָּךְ וְאָמַר לוֹ הֲיַעֲלֶה עַל דַּעְתְּךָ שֶׁאֲנִי אֲצַוֶּה עָלֶיךָ דָּבָר כָּבֵד כָּזֶה, לָקַחַת אֶת הָאֶבֶן כְּמוֹ שֶׁהוּא וְלִשָּא וְלָרוּם אוֹתוֹ, הֲתוּכַל לַעֲשֹוֹת דָּבָר זֶה עַל פִּי חָכְמָתְךָ הַגְּדוֹלָה. אַךְ אֵין כַּוָּנָתִי לָזֶה כְּלָל, רַק כַּוָּנָתִי הָיָה שֶׁתִּקַּח פַּטִּישׁ חָזָק וְתַכֶּה וּתְפוֹצֵץ אֶת הָאֶבֶן לַחֲתִיכוֹת קְטַנּוֹת, וּבָזֶה תּוּכַל לְהַעֲלוֹת אוֹתוֹ עַל הָעֲלִיָּה:‏
 ‏
 כְּמוֹ כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ צִוָּה עָלֵינוּ שֶׁנִּשָּא לְבָבֵנוּ אֶל כַּפִּיִם אֶל אֵל בַּשָּׁמַיִם, וּלְבָבֵנוּ הוּא לֵב הָאֶבֶן. וְהוּא אֶבֶן גָּדוֹל וְכָבֵד מְאֹד וְאִי אֶפְשָׁר לְהָרִים אוֹתוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּשׁוּם אֹפֶן, רַק עַל יְדֵי שֶׁנִּקַּח פַּטִּישׁ וּנְשַׁבֵּר וּנְפוֹצֵץ אֶת לֵב הָאֶבֶן וְאָז נוּכַל לְהָרִים אוֹתוֹ. וְהַפַּטִּישׁ הוּא הַדִּבּוּר, עַד כַּאן הַמָּשָׁל. וְהָבֵן. :‏


זייער שטארקע רייד
ס'שווער צו שלעפן איין ריזיגער טאג אויפאמאל .. ס'האט טויזענט פיר הינדערט און פערציג מינוטן.. ס'האט זעקס און אכציג טויזענט און פיר הינדערט סעקונדען.. אכט מיליאן און זעקס הינדערט און פערציג טויזענט רגעים... די עצה מען צעברעקלט עס מען זאגט פארן יצר וואס קומט אפערן א שמוציגע עסק, זאגט מען אים איך בין מיט דיר אויף א מיטינג אין 15 מינוט ארום יעצט רעד איך צו מיין טאטע אין הימל איך זאג אים אז נאר ער איז דער וואס קען מיר העלפן און שטיין צו די האנט
דער בחור קומט געווענליך נישט אהן צו די מיטינגען..

לעצט פארראכטן: כ"ה ניסן התשפ"א 10:12 דורך ריכטיגע קוק.

ענטפער: אוי, א ציבראכן הארץ... כ"ה ניסן התשפ"א 13:35 #271580

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 257
  • האט שוין געלייקט: 370 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 334 מאל
  • קאָרמא: 8

דער עולם דא איז פיינע נייעס.
שכח נישט שפעט
שכח ריכטיגע קוק.
גאר גוט געזאגט ביידע.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: אוי, א ציבראכן הארץ... כ"ו ניסן התשפ"א 01:05 #271588

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 9
  • האט שוין געלייקט: 38 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 1
נישט שפעט געשריבן on כ"ה ניסן התשפ"א 09:06:

שטיקעלעך הארץ איז גרינגער ארויף שלעפן ווי איין גרויסע הארץ...

 פַּעַם אַחַת דִּבֵּר רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם רַבִּי יַעֲקֹב יוֹסֵף מֵעִנְיַן עֲבוֹדַת ה' כְּדַרְכּוֹ תָּמִיד, וְסִפֵּר לוֹ מָשָׁל לְמֶלֶךְ שֶׁשָּׁלַח אֶת בְּנוֹ לַמֶּרְחַקִּים לִלְמֹד חָכְמוֹת. אַחַר כָּךְ בָּא הַבֵּן לְבֵית הַמֶּלֶךְ מְלֻמָּד בְּכָל הַחָכְמוֹת כָּרָאוּי. פַּעַם אַחַת צִוָּה הַמֶּלֶךְ עַל הַבֵּן לִקַּח אֵיזֶה אֶבֶן גָּדוֹל מְאֹד כְּמוֹ אֶבֶן הָרֵחַיִם, וְלִטֹּל וְלִשָּא אוֹתוֹ עַל עֲלִיּוֹת בֵּיתוֹ. וּמִסְּתָמָא לֹא הָיָה יָכוֹל הַבֵּן הַנַּ"ל לִשָּא וְלָרוּם אֶת הָאֶבֶן כִּי הָיָה אֶבֶן גָּדוֹל וְכָבֵד מְאֹד. וְנִצְטַעֵר הַבֵּן מְאֹד עַל שֶׁאִי אֶפְשָׁר לוֹ לְמַלּאֹת רְצוֹן אָבִיו הַמֶּלֶךְ, עַד שֶׁגִּלָּה לוֹ הַמֶּלֶךְ דַּעְתּוֹ אַחַר כָּךְ וְאָמַר לוֹ הֲיַעֲלֶה עַל דַּעְתְּךָ שֶׁאֲנִי אֲצַוֶּה עָלֶיךָ דָּבָר כָּבֵד כָּזֶה, לָקַחַת אֶת הָאֶבֶן כְּמוֹ שֶׁהוּא וְלִשָּא וְלָרוּם אוֹתוֹ, הֲתוּכַל לַעֲשֹוֹת דָּבָר זֶה עַל פִּי חָכְמָתְךָ הַגְּדוֹלָה. אַךְ אֵין כַּוָּנָתִי לָזֶה כְּלָל, רַק כַּוָּנָתִי הָיָה שֶׁתִּקַּח פַּטִּישׁ חָזָק וְתַכֶּה וּתְפוֹצֵץ אֶת הָאֶבֶן לַחֲתִיכוֹת קְטַנּוֹת, וּבָזֶה תּוּכַל לְהַעֲלוֹת אוֹתוֹ עַל הָעֲלִיָּה:‏
 ‏
 כְּמוֹ כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ צִוָּה עָלֵינוּ שֶׁנִּשָּא לְבָבֵנוּ אֶל כַּפִּיִם אֶל אֵל בַּשָּׁמַיִם, וּלְבָבֵנוּ הוּא לֵב הָאֶבֶן. וְהוּא אֶבֶן גָּדוֹל וְכָבֵד מְאֹד וְאִי אֶפְשָׁר לְהָרִים אוֹתוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּשׁוּם אֹפֶן, רַק עַל יְדֵי שֶׁנִּקַּח פַּטִּישׁ וּנְשַׁבֵּר וּנְפוֹצֵץ אֶת לֵב הָאֶבֶן וְאָז נוּכַל לְהָרִים אוֹתוֹ. וְהַפַּטִּישׁ הוּא הַדִּבּוּר, עַד כַּאן הַמָּשָׁל. וְהָבֵן. :‏


זייער שטארק!
מען דארף דאס איין חזר'ן נאך אמאל און נאך אמאל! ס'זאל אריין גיין און די בלוט און אין די ביינער...!

לעצט פארראכטן: כ"ו ניסן התשפ"א 01:05 דורך חיים שיש בהם.

ענטפער: אוי, א ציבראכן הארץ... כ"ו ניסן התשפ"א 01:13 #271589

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 9
  • האט שוין געלייקט: 38 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 1

דער בחור קומט געווענליך נישט אהן צו די מיטינגען..

ס'זעהט מיר אויס אז דיין יצר הרע איז עפעס א שוואכע בחור... מיין יצר הרע איז אייביג א"ן טיי"ם מיט עפעס א געפערליכע פונקטליך קייט...! אסאך מאל איז ער נאך פון די זריזין מקדימין!
(כ'מאך סתם א ווערטל נעם עס נישט אזוי פערסענאל!...)

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 0.76 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא