ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע 234 באזוכער

לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע י"ח אייר התשפ"א 11:47 #272116

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 212 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 237
  • האט שוין געלייקט: 479 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל
  • קאָרמא: 13
טייערע ברודער! עס איז אן עת נסיון, מ'פארשטייט נישט, דעי אידן זענען נישט געגאנגען הויליען, זיי האבן אין די לעצטע מינוטן פון זייער לעבן געטאנצן בחדווה עילאה לכבוד התנא אלוקי, נישט לאנג בעפאר זיך שופך שיח געווען ביים מערה און באותו מקום ובאותו זמן אזא שרעקליכע טראגעדיע רח"ל

אין אזא זמן דארף מען רעדן פשוטע אמונה ווערטער, כי טוב השם זינגט מען נישט נאר ווען א איד קומט אהיים פון שפיטאל נאכן אפליגען עטליכע וואכן מיט קאראנע, כי טוב השם "לעולם חסדו" אייביג, און יא אפילו יעצט אין אזא שווערע מצב!!!

איך מוסר נישט קיינעם, כ'רעד צו מיר אליינס, ולאחיו יאמר חזק
נסתרים דרכי השם, אבער מיר גלייבן אז עס איז אלעס חסדים ווייל מאיתו לא תצא הרעות והטובות
הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט, אבער צומאל איז קל אמונה! מ'דארף גלייבן אז עס איז דא א באשעפער! ואין עול, צדיק וישר הוא!

ווען איר זיצט היינט נאכט מיט די קינדערלעך ביים שבת טיש, אנשטאט צו איבערקייען די נייעס און א
זיך אריינלאזן אין א פאלעמיק פארוואס און וויאזוי, לייגטס אריין אמונה ווערטער אין זייער אויער, סיז א שכת הכושר, זייער הארץ איז אפען און פיל מיט נייגער צו הערן פון טאטי וואס דא האט פאסירט, אל תחמיצו את הזמן

פארציילטס וויאזוי אהרן הכהן האט אויפגענומען די בשורה האיומה אז צוויי פון זיינע הייליגע קינדער זענען אומגעקומען בבואם אל הקודש, נישט אז עס איז גלייך אבער טראגט אן ענליכע כאראקטער צו אינזער מצב הזמן, דייקא אין אזא געהויבענע זמן, הייליגע פלאץ, נאכן מקבל זיין עול מלכות שמים באהבה האבן זיי אויסגעהויכעט זייערע נשמות בקרב עם קדושים

וידום אהרן!!!!!!

פארוואס? כאטש א ברוך דיין האמת, א הספד אויף זיינע הייליגע קינדער???

זאגט דער חתם סופר א פחד'יגע ווארט, אהרן הכהן האט מורא געהאט אויב ער וועט רעדן וועט ער רעדן צופיל און זאגן דיבורים וואס טויגט נישט, האט ער פארמאכט זיין מויל און גארנישט געזאגט, לא מיניה ולא מקצתיה

הגאון הצדיק ר' מיכאל בער זצ"ל האט געזאגט: עת לחשות ועת לדבר, אמאל איז די שווייגעניש א הילכיגע שטילשווייגעניש, עס פארציילט שוין אלעס וואס ווערט נישט געזאגט

רבותי! לאמיר אינאיינעם זיך מחזק זיין אין אמונה אינעם באשעפער, האמנתי כי אדבר
קרעדיט איי וועלט
קומט אריין ברודער לאמער זיך אינאיינעם מחזק זיין!!!!

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: י"ח אייר התשפ"א 12:14 דורך שיע.

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאכן די שוידערליכע טראגעדיע י"ח אייר התשפ"א 11:51 #272118

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 212 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 237
  • האט שוין געלייקט: 479 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל
  • קאָרמא: 13
.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: י"ח אייר התשפ"א 12:02 דורך שיע.

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע י"ח אייר התשפ"א 12:49 #272120

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 428 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 242
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל
  • קאָרמא: 12

שיע ביזט היליג גערעכט, לאמיר זיך מחזק זיין און שטארקן.

אבער וויאזוי, דאס הארץ טוט אזוי וויי, מ'שפירט אז מ'קען עס נישט אריבערטראגן.

די וועג איז זאגן איינמאל און נאכאמאל:
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, איך גלויב מיט א גאנצע גלויבונג שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ, אז דער באשעפער געבענטשט זאל זיין זיין נאמען הוּא בּוֹרֵא, ער איז דער וואס באשאפט וּמַנְהִיג און ער איז דער וואס פירט לְכָל הַבְּרוּאִים, אלע באשעפענישן וְהוּא לְבַדּוֹ, און ער אליין עָשָׂה, האט אלעס געמאכט וְעוֹשֶׂה, און ער מאכט אלעס וְיַעֲשֶׂה, און ער וועט מאכן לְכָל הַמַּעֲשִׂים, אלעס אלעס.
ומנהיג מיינט אז ער האט געפירט די אלע אידן קיין מירון און ער האט אונז און ער האט זיי געשיקט שטיין פונקטליך אויף יענע פלאץ יענע צייט, און יעצט וויל ער פון אונז מיר זאלן גלויבן אין איהם יתברך שמו אז ער האט דאס אלעס געטוען ברחמיו וחסדיו הגדולים.

לאמיר שרייען מיט כונה און מיט אן אמת הארץ: להגיד כי ישר ה' צורי ולא עולתה בו!

פרקי אבות די וואך, א ריזיגע חיזוק פונעם הייליגן עבודת ישראל זי"ע, קליקט די לינק

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע י"ח אייר התשפ"א 13:40 #272121

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 306
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל
  • קאָרמא: 8

טייערע אידן, די פאראייטערטע וואונד איז נאך אפן, און ווייעדיג, די הערצער זענען פארטעמפט, די מוחות זענען פארקלאפט. די חושים זענען פארפרוירן און אנטזאגן זיך פון פינקציאנירן געהעריג.
געוואלד געוואלד, ר' שמעון ר' שמעון. ווי האסטו צוגעלאזט אזא שוידערליכע טראגעדיע ביי דיר אינדערהיים???
אוי אוי אוי מיר קענען נישט טראכטן גראד, מ'קען זיך נישט אויפהייבן. מיט וואס גיימער צו צום הייליגן שבת.

אבער טייערע אידן עת לבכות ועת לנחם.
לאמיר זיך דערמאנען די ווערטער וואס מיר זינגען מיט א ברען לכבוד התנא האלקי.
ידע כל הנסתרות, דבריו עושים פירות, ביטל כמה גזירות....

ידע כל הנסתרות.
מיר האבן נישט קיין ספק ספיקא, אז דער הייליגער תנא אלקי האט זיכער געוויסט פון די שרעקליכע גזירה, וואס גייט פארקומען אין זיין טאג און אין זיין היים, נאך פאר ס'איז געשען.
ביטל כמה גזירות.
מיר האבן נישט קיין ספק ספיקא, אז דער הייליגער תנא אלקי האט זיכער געקענט מבטל זיין די שרעקליכע גזירה, ער האט שוין באוויזן אסאך מער פון דעם. (זה הפירוש על ידע כל הנסתרות  שמעתי בשם הדומ"ץ דקהילת טאהש בוויליאמסבורג, הרב שלום גליק שליט"א)

נו! יעצט שטעלט זיך די ווייטאגליכע פראגע, פארוואס? פארוואס? אדונינו בר יוחי, פארוואס האסטו נישט איינגעריסן השמים ושמי השמים אז אזאנס זאל נישט פאסירן???????????
דער תירוץ איז דבריו עושים פירות.
אלעס האט עפעס א ציל - עפעס פירות וואס דארף ארויסקומען פון דעם, כאטש די אויגן זענען פארמאכט, מיר זעען גארנישט מיר פארשטייען גארנישט.
אבער רבותי קיין טעותים געשעען נישט אויף די וועלט יעדע זאך האט א ציל יעדע פאסירונג האט א צוועק,

ווי האט ר' שמעון געקענט מבטל זיין די ביטערע גזירה, ווען ער האט בעניו הבדלוחים געזען וואס עס ליגט אונטער דעם, די באהאלטענע חסדים וואס ליגן אונטער דעם.

עס איז זייער שווער צו אריין נעמען אין מח און משלים זיין, יא דאס אלעס איז בלויז חסדי השי"ת.
אבער רבותי מיר גלייבן מיר גלייבן און מיר גלייבן נאכאמאל און נאכאמאל
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

לאמיר עס חזר'ן און חזר'ן אן א שיעור כי בנפשינו הוא.

זאל שוין דער בורא עולם אונז אלע טרייסטן, שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
זאל שוין נתגלה ווערן דער מלך המשיח שנעל און גיך, און דעמאלס וועלן מיר שוין אויך זען קליפ און קלאר, אז אלעס אלעס וואס מיר זענען דורך אין דעם ביטערן גלות, זענען געווען בלויז חסדים פון אונזער ליבער טאטן אין הימל.
א גוט שבת

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע י"ח אייר התשפ"א 13:51 #272122

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 11 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 87
  • האט שוין געלייקט: 129 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
  • קאָרמא: 1
אוי טאטע!! נישטא קיין ווערטער!!!

ווי קען א מענטש אזאנס דערהייבן??!!

אבער מיר ווייסן אז מאיתו לא תצא הרעות . .  אינז זענען פשוט צי קליין צי פארשטיין!!! לאמיר זאגן אני מאמין . . הוא בורא ומנהיג . .  אין פראבירן זיך מחזק זיין ווי ווייט מעגליך!!! אין פארשטייטזיך קבלות טובת!!
נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!
אין ווי זאגט דער וועלט: טעג קריכען אבער יארן לויפן . . . וק''ל

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע י"ט אייר התשפ"א 16:00 #272123

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 586
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
  • קאָרמא: 16

הייליגע ליכטיגע חברים

מיר זענען נאך אלע אזוי פארלוירן און שאקירט, אלע זענען ביטער פארווייטאגט אונטער די רושם פון די שרעקליכע מאורע.
דא אין אר"י, און מן הסתם ביי אלע אידן איבער די וועלט, איז א בחינה ווי עס שטייט אין פסוק (נחום ב, יא) בּוּקָה וּמְבוּקָה וּמְבֻלָּקָה וְלֵב נָמֵס וּפִק בִּרְכַּיִם וְחַלְחָלָה בְּכָל מָתְנַיִם וּפְנֵי כֻלָּם קִבְּצוּ פָארוּר.

ממש תשעה באב.

פרייטאג אונדעפרי האט מען זיך געפרייט מיט יעדע איד וואס מ'האט געזען אין די גאס!! כמעט יעדער פון די אידן אין ירושלים וואלט געקענט זיין דארט. יעדע חבר און יעדער באקאנטער וואס מ'האט געטראפן, איז אראפ א שטיין פון הארץ.

אוי ווי ביטער און שרעקליך איז געווען דאהי בערך צוויי שעה פאר שבת, ווען עס זענען ארויס 4-5 לוויות דא אין ירושלים, איינס נאך די צווייטע רח"ל. די אויגן האבן געטרעט. די הערצער האבן געבליטיגט און געוויינט. ווי האט מיין הארץ געקענט ביישטיין זעהנדיג מיינס א גאר באקאנטער איז מספיד א האלבע שעה פאר שבת זיינע צווי קינדער, א בחור פון 14 יאר און א יונגל פון 12 יאר און באגלייט זיי למנוחות עולמים, ער גייט זיי שוין מער נישט זעהן...

*

אמאל זענען דא געשענישן וואס זענען אסאך אסאך גרעסער פון אונז! אסאך אסאך העכער פון אונזערע נידריגע השגות, פון אונזערע קליינע מוחות, פון אונזער פיצי שכל. א מעשה וואס איז חותם בתוך חותם, הסתר בתוך הסתר.

סיי די פרטיות'דיגע שרעקליכע טראגעדיע'ס פון יעדע משפחה באזונדער, פרישע יתומים, פרישע אלמנות, פרישע עלטערן וואס באגלייטן זייערע קינדער למנוחות, פרישע ציבראכענע שטובער. יונגלעך, בחורים, חתנים, פרישע יונגעלייט, עלטערע אידן. סיי די ביטערע טראגעדיע כללית פון כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם, וואס כולם כאחד בלוטיגן און ווייטאגן די שרעקליכע מאורע וואס האט פאסירט.

אבער ועל כולם די שרעקליכע הסתר פנים וואס אזא מעשה באדייט. ביי ר' שמעון אין דערהיים. ביום שמחתו. תוך כדי וואס רבבות אלפי ישראל גיסן זייערע הערצער בתפילות ותחנונים אין די מקום קדוש, ווען רבבות אלפי ישראל זענען מרקד ומפזז מיט אזא דערהויבענע שמחה - וואס ווער ס'איז נישט געווען דארט קען דאס נישט משיג זיין - לכבוד רשב"י.

דאס אלעס ווייזט אונז איין זאך. ס'איז אסאך העכער פון אונז!

ברור ומוסכם אז אזא זאך האט נישט געקענט פאסירן אן א מושב-בית-דין-של-מעלה וואס דארט זענען געזעצן די הייליגע צדיקים ובראשם רשב"י, און מ'האט דן געווען צי מ'קען ברענגען אויף אידישע קינדער אזא גזירה אדער נישט. און נאכן דן זיין האבן זיי מחליט געווען אז יא! דאס וועט פארקומען. און רשב"י האט געגעבן די גושפנקא. ונחתום בטבעת המלך. ואין אתנו יודע עד מה. אונז קענען נישט משיג די גוט'ס וואס ליגט אונטער דעם אבער מ'מוז גלייבן אז וואס די אייבישטער טוהט איז כולו רחמים וחסדים.

דאס איז פאר אונז א שעת מבחן. התחזקות אין אמונה.

ווען אלעס איז פיין און וואויל און אלעס גייט גוט איז דאך נישט א רבותא.

אבער ווען אונז פארשטייען נישט גארשניט. עס טוהט אזוי וויי. די הארץ קלעמט. יעצט איז די זמן ווייזן פאר אונזער טאטע אין הימל: טאטי אונז גלייבן אין דיר, אין יעדע זמן און אין יעדע מצב.

נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל עולמים.

וידם אהרן.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע כ' אייר התשפ"א 02:50 #272125

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1050 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1528
  • האט שוין געלייקט: 2691 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2333 מאל

אין מילים

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע כ' אייר התשפ"א 07:03 #272127

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 428 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 242
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל
  • קאָרמא: 12

א נקודה למחשבה.

ס'דא א נאמען צווישן די אומגעקומענע וואס אסאך ווילן וויסן צו ס'איז מיין קרוב אדער נישט, יעדער וואס האט מיר געטראפן פון ווען די נאמען איז געווארן באקאנט פרעגט מיר צו איז דאס דיין משפחה.

מיין תירוץ אויף דעם איז, למאי נפקא מינה, וואס מאכט עס אויס לגבי די שרעקליכע טראגעדיע, גייט עס ווערן ערגער אדער לייכטער טאמער יענער איז מיין קרוב, מה לי אויב די נאמען איז אזוי אדער אזוי, דא איז געשען א שרעקליכע אומדערהערטע פילפאכיגע טראגעדיע וואס איז נישט משיג צו זיין, ווען נישט דער גרויסער באשעפער גיבט די כוחות אדורך צו טראגן וואלט נישט געווען מעגליך ווייטער צו גיין.
יעצט די גאנצע זאך איבער צו איז יענער מיין קרוב צו נישט איז נאר אויפציוועקן מער די געפילן, וואס לכשעצמו איז נישט קיין פראבלעם, פארקערט גאר דאס איז וואס וועקט אונז אויף לפשפש במעשינו ולשוב אל ה', אבער ווען די געפילן זענען דאס וואס מאכט די צרה גרעסער אדער קלענער איז זייער אויפטוה זייער קנאפ, ווייל ווי נאר די געפילן וועלן זיך אפשטילן, א זאך וואס גייט געשעהן והעבר יוכיח, דאן איז די טראגעדיע אויס.

טייערע ברודער, מיר זענען אחים לצרה, בני איש אחד נחנו, די אלע אומגעקומענע זענען אונזערע ברודערס, לאמיר נתעורר ווערן באמת צו תשובה, וואס ברויך מען מתקן זיין? ס'וועט זיכער זיין פילע דרשות און שמועסן פיל מיט הדרכות און באשולדיגונגען אויף אלץ און אלעמען דאס איז די פראבלעם יענץ איז די עולה, לענ"ד אזי דאס ווי איינער שטייט אין ארץ ישראך און איז מסביר וואס געשעהט יעצט אויף ליע עוועניו, מיר ווייסן נישט פארוואס זאכן געשעהן, מיר זענען זייער באגרעניצט און אומבאהאלפן אליין נאר גאט ב"ה איז דער וואס ווייסט וואס און פארוואס ער טוט אלעס, נאר וואס דען, מיר ווייסן נאר "וואס" איז געשעהן, ס'איז געשעהן אז אידן זענען צוטרעטן געווארן דורך אנדערע אידן, פארוואס ווייסן מיר נישט און ס'מאכט נישט אויס כל עיקר, וואס די לימוד אויף למעשה קען זיין אז לאמיר אכטונג געבן אויף כבוד חבירים נישט צו טרעטן אויף א צווייטענס געפילן, אויף א צווייטענס כבוד, ווי מיר האבן געלערנט אין די משנה די וואך, יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, די כבוד פון אן אנדערע איד זאל זיין ביי אונז די העכסטע פריאריטעט, לאמיר אוועק ווארפן אונזער סעלפישקייט און סעלף סיעקינגנעסס, לאמיר זיך פירן לפנים משורת הדין מיט יעדן איינעם, און גאט ב"ה אונזער גרויסער שטארקע טאטע וועט זעהן וויאזוי מיר פירן זיך מיט יעדן לפנים משורת הדין, וועט ער זיך מיט אונז אויך אזוי פירן, נישט קיין חילוק וואס קומט אונז מן הדין, אבער בדרך שאדם מודד מודדין לו, און גאט וועט אונז געבן אלעס גוטס און אונז שיקן משיח צדקינו במהרה ממש, אפי' לפנים משורת הדין אמן.

פרקי אבות די וואך, א ריזיגע חיזוק פונעם הייליגן עבודת ישראל זי"ע, קליקט די לינק

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע כ' אייר התשפ"א 09:35 #272132

  • חפץ בטוב
  • איצטיגע שטרעקע: 246 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 54
  • האט שוין געלייקט: 5 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
  • קאָרמא: 4

טייערע חברים, ווער בין איך בכלל מחזק צו זיין אנדערע, איך שפיר נישט אז איך בין אין דעם מדרגה, אבער מיינע געפילן פון די פארלאפענע טעג וועל איך אראפ שריייבן בקוצר אמרים.

דאנעשטאג נאכט א גאנצע נאכט און אזוי ווייטער פרייטאג א גאנצן טאג בין איך געווען ממש אויס מענטש און נישט געקענט קומען צו זיך, איך בין אזוי צודרייט געווען אז ממש איך האב אליינס נישט געכאפט ווי איך בין פשוט מלא תענות אויף כביכול היתכן ער האט געטוהן אזא זאך, און אויף רבי שמעון, דו ביסט דער וואס נעשה אדם נאמר בעבוריך?!, איך וויל נישט מאריך זיין אין יענע מחשבות ווייל איך האב לידער געטראכט אזעלכע זאכן וואס מען טאר נישט.

ווען די שבת האט זיך אונטער גערוקט, לעת ערב לעת צאת השואבות, האב איך ארויס שפאצירט פון שטוב מיט מיינע צוויי בחורים'לעך כשתילי זיתים ביי מיינע צוויי זייטן און פלוצלינג האב איך אנגעהויבן שפירן ווי א רואיגקייט נעמט מיך ארום, מיין מחשבות האבן אנגעהויבן לויפן אין אן אנדערן ריכטונג, איך געב א פרעג פון מיינע בחורים וואס זאגט עטס צו דעם פחד'יגע געשעעניש, זיי האבן גארנישט געענטפערט, אבער איך האב אנגעהויבן זיי צו זאגן זאכן וואס איך האב זיך בככל נישט צוגעגרייט.

איך האב זיי געזאגט עס שטייט אין טור אז ל"ג בעומר געפאלט אלעמאל די זעלבע טאג פון די וואך ווי עס איז געפאלן פורים די יאר, און די טור לייגט צו וסימנך פל"ג, דער עטרת צבי זאגט אויפן פסוק אין תהלים קאפיטל ס"ה פלג אלקים מלא מים, אז עס שטייט אין זוה"ק אז מים איז מרמז אויף חסדים א"כ איז שווער פארוואס עס שטייט דא דער שם אלקים וואס איז מרמז אויף דינים, זאגט דער עטרת צבי אז פלג איז א לשון פון צוטיילן אזוי ווי פלג גופא וואס טייטש א האלבע גוף, ווען מען צוטיילט די שם אלקים אויף העלפט, אלקים איז גמטריא 86 און האלב דערפון איז 43 וואס דאס איז גמטריא טו"ב הוי"ה, אז ווען מען צוברעכט די גבורות און דינים און מען קוקט אריין טיפער דערין זעהט מען אז אלעס איז בלויז חסדים.

האב איך צוגעלייגט אז אפשר פארדעם זאגט דער טור דעם סימן פל"ג אויף פורים און ל"ג בעומר ווייל ביי די ביידע זאכן סיי ביי די נס פון פורים און סיי ביי די צרות וואס רבי שמעון ב"ר יוחאי איז אריבער איז פון די צרות געווארן חסידים פון וואס אונז זענען מיר נהנה ביז היינט.

דער הייליגער עטרת צבי האט געקענט זאגן אז ווען מען קוקט אריין טיפער אין די דינים זעהט מען אז עס איז חסדים ווייל ער איז געווען בכח מיט זיינע הייליגע אויגן צו קענען אריין קוקן טיפער און דאס זעהן, אונז זעמיר טאקע נישט בכח אלעמאל צו זעהן די חסדים אבער מיר גלייבן באמונה שלימה אז אזוי איז עס אפילו מיר זעען עס נישט.

איך האב צוגעלייגט נאך פארשידענע סניפים צו דעם מפי ספרים וסופרים אבער דאס איז די תוכן דערפון. און איך האב אויסגעפירט: איך האב נישט קיין קשיות אויפן רבוש"ע ח"ו, כאטש וואס עס זעהט אויס אזוי ווי עס זעהט ליידער אויס, דער פסוק וואס מיר גייען באלד זאגן ביים דאווענען זאגט "איש בער לא ידע יכסיל לא יבין את זאת" פארוואס טוט די פסוק אזוי מבזה זיין דער וואס ווייסט נישט און פארשטייט נישט? קען דען א בשר ודם א קרוץ מחומר משיג זיין די הנהגה פונעם בורכ"ע, וואס הוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים? נאר דאס גייט ארויף אויף ווער עס רעדט זיך אפ אז ער ווייסט נישט פארוואס דאס איז געשעהן און ער פארשטייט נישט וויאזוי דער רבוש"ע קען אזא זאך טוהן דער איז דער איש בער וכסיל פון וועם די פסוק רעדט.

אויך האב איך צוגעלייגט וואס דער הייליגער בני יששכר אין זיין ספר אגרא דכלה טייטשט די וואכעדיגע סדרא אויף לנפש לא יטמא בעמיו, מען זאל נישט חוקר זיין ווי מען דארף נישט ווייל דורך דעם איז מען מטמא דער נפש, דערמאנט ער דארט צווישן אנדערע די לשון "ומה פשע המת אשר פקד עליו הצור תמים לאסוף נשמתו" אז אויב מען איז חוקר וואס יענער איז שולדיג אז ער האט געמוזט שטארבן איז מען דורך דעם מטמא דעם נפש רח"ל.

די השגחה עליונה האט אזוי געפירט אז איך בין געגאנגען דאווענען אין א ביהמ"ד ווי איך דאווען נישט אזוי אפט, אנקומענדיג אין ביהמ"ד איז נאך געווען כמעט ליידיג איך האב זיך געזעצט זאגן שיר השירים און וויבאלד איך ענדיג זאגן שיר השירים קומט אריין מיינס א באקאנטן וואס דאווענט אין דעם ביהמ"ד ער קומט גלייך צו צו מיר מיט א גרויסן שמייכל אויפן פנים און זאגט מיר אה שבת איז אזוי גוט און איך האב אזא הנאה דיר צו זעהן עס דערפרייט מיר באמת דיר צו זעהן נאך וואס איך בין יעצט אריבער.

איך קוק איהם אן מיט וואונדער, איך האב געוויסט אז גאר אסאך מענטשן זענען יעצט אריבער שווערע טראמא אבער איך האב נישט געהערט עפעס וועגן דעם איד פערזענליך, פארציילט ער מיר אז ער האט זיך היינט געזעצט שבעה נאך זיין זוהן (בלשונו: מיין זוהן מיין נחת'ל) וואס איז ליידער אומגעקומען אין מירון...

עס האט מיר פארשטייט זיך גאר שטארק באנומען מיט ווייטאג, אבער איך האב געשפירט אז דאס וואס ער איז צוגעקומען צו מיר מיט אזא גרויסע שמייכל און מיר געזאגט אז ער האט אזא הנאה מיך צו זעהן אין אזא צייט איז א סימן פון הימל אז איך האב זיך אויסגעדרוקט מיט די ריכטיגע געפילן ממש פארדעם.

זאל אונזער ליבער פאטער אונז אלע טרייסטן און מחזק זיין אונזערע הערצער און מיר זאלן זוכה זיין צו הראנו ה' חסדך, חסדים מגולים וואס מיר פשוט'ע אידן זאלן קענען זעהן אז דאס איז חסדים און ווי עס שטייט (איך געדענק נישט יעצט וואו) פארוואס מען וואונטש ראש השנה "שנה טובה ומתוקה" ווייל גוט קען אמאל זיין עפעס וואס טוט וויי אויך אבער זיס איז אלעמאל זיס.

און ווי איך האב זוכה געווען צו הערן אמאל פון הרה"ק מהר"ש מבאבוב זי"ע ביי א ניחום אלבים, ער האט פארציילט אז די הייליגע צאנזע זיידע זי"ע איז געזיצן אמאל שבעה נאך א קינד האט ער געמאכט הבדלה אויף ביר, האט ער געזאגט פארוואס מאך איך הבדלה אויף ביר ווייל די וועלט זאגט אז א נער מיינט אז ביר איז ביטער... האט דער באבוב'ער רב ז"ל אויסגעפירט אוי רבוש"ע מיר זענען נערנים איך בעט דיר געב אונז נישט מער פון די ביטערע ביר.

ונשמע ונתבשר בשורות טובות עדי נזכה לרגלי מבשר ראשון לציון הנה הנם ולירושלם מבשר אתן.

לעצט פארראכטן: כ' אייר התשפ"א 10:18 דורך חפץ בטוב.

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע כ' אייר התשפ"א 11:06 #272134

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 428 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 242
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל
  • קאָרמא: 12
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם. שֶׁנֶּאֱמַר הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵׂיהֶם, און ווען ס'קומט די מינוט וואס מ'איז זוכה, נאך תפלות און התבטלות צום אויבערשטען, איז ער שם פה לאדם אז מ'זאל האבן די ריכטיגע ווערטער צו מחזק זיין אנדערע און נאכמער זיך אליין.

חפץ בטוב, זאלסט וויסן אז גאט האט דיר ליב!
פרקי אבות די וואך, א ריזיגע חיזוק פונעם הייליגן עבודת ישראל זי"ע, קליקט די לינק

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע כ' אייר התשפ"א 16:32 #272153

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23

יישר כח פאר ארויף ברענגן דא דעם נושא.

איך בין נאך דא אין ארץ ישראל. איך בין אין א מצב פון שכורת ולא מיין. בשעת די עולם דא פראבירט אהנצוגיין עולם כמנהגו נוהג, איז די אמת און די ווייטאג שמייסט אין פנים. יעדער האט עפעס קרוב אל החלל. איך בין געוווען אין גאס ווען א לויה איז אריבער, דאס איז געווען פון א בחור פון מיין שטאט וואס איך קען די משפחה. איך האב געבוכה'ט.

עס איז נישט פשוט, און עס איז נישטא קיין ווערטער. א מגיד שיעור אין א ישיבה זאגט מיר אז ביי זיין ישיבה איז נפטר געווארן א בחור, א מגיד שיעור, און א טאטע פון א בחור ר"ל. א טאטע זאגט מיר אז זיין זונס חברותא איז נפטר געווארן, און זיין שכן זעצט זיך שבעה נאך ברודער. דאכט זיך אז פיר אינגעלייט וואס זענען געקומען פון אמעריקא אויף ל"ג בעומר , אבער האבן עס ליידער נישט געמאכט צוריק.

איך בין מאמין אז יעדעס צער איז געמאסטן און געווואויגען. דאס אז איך בין געשטאנען בשעת מעשה איז בהשגחה פרטית. איך בין געווען דארט צוזאמען מיט מיין זוהן 10-15 מינוט פריערד. און איך זאג מיין זוהן, דא איז א סכנה צו שטיין. לאמיר זיך  שטיפן צו די אנדערע זייט. עס איז נישט לייכט געווען. אבער איך האב זיך אוועק געשטיפט ווי שנעלער. היינט ווייס איך אז איך בין אנטלאפן פון די טויט, און בחסדי שמו יתברך האט דאס מיר געראטעוועט. 

די איינציגסטע זאך וואס איך קען מיטנעמען פון דעם אלעם איז אמונה. ווייל  אהן אמונה קען מען ווערן צודרייט. אבער ווען איך ווייס און איך גלייב אז אלעס איז מאת הבורא ברוך הוא, וואס איז למעלה מהשגתי קען איך  כאטש שטיין גראד אביסל.

איינער האט מיר געזאגט אז דער באשעפער  איז א כל  יכול. וכלום חסר מבית המלך. עס איז נישטא קיין זאך וואס דער באשעפער קען נישט. איין זאך קען ער נישט טוהן: ער קען נישט מאכן קיין מסיטעיקס.

אוי טאטע זיסע, געב אונז די כח צו אהנעמען די גזירה, געב אונז די שכל דאס אויסצונוצן און ווערן נענטער מיט דיר, זיי מחזק די משפחות נשברות און גאנץ כלל ישראל, און הרופא לשבורי לב זאל געבן א נחמה במהרה ווי מיר וועלן אלע זוכה זיין נחמת ציון וירושלים

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע כ"א אייר התשפ"א 09:03 #272165

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 428 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 242
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל
  • קאָרמא: 12
לומד געשריבן on כ' אייר התשפ"א 16:32:

איינער האט מיר געזאגט אז דער באשעפער  איז א כל  יכול. וכלום חסר מבית המלך. עס איז נישטא קיין זאך וואס דער באשעפער קען נישט. איין זאך קען ער נישט טוהן: ער קען נישט מאכן קיין מסיטעיקס.

אוי טאטע זיסע, געב אונז די כח צו אהנעמען די גזירה, געב אונז די שכל דאס אויסצונוצן און ווערן נענטער מיט דיר, זיי מחזק די משפחות נשברות און גאנץ כלל ישראל, און הרופא לשבורי לב זאל געבן א נחמה במהרה ווי מיר וועלן אלע זוכה זיין נחמת ציון וירושלים

גא"מ

פרקי אבות די וואך, א ריזיגע חיזוק פונעם הייליגן עבודת ישראל זי"ע, קליקט די לינק

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע כ"ב אייר התשפ"א 06:26 #272187

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 586
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
  • קאָרמא: 16

איך בין ממליץ הערן די דרשה פון הרב אברהם מרדכי מלאך

www.torahanytime.com/#/lectures?v=149119

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: לאמער זיך מחזק זיין נאך די שוידערליכע טראגעדיע כ"ב אייר התשפ"א 18:25 #272213

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 212 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 237
  • האט שוין געלייקט: 479 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל
  • קאָרמא: 13

א שטארק ווארט פון ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א לאור המצב
אויב האסטו געמיינט אז תשפ"א איז ר"ת 
ת'הא ש'נת א' יך פ'ארשטיי
זאלסטו וויסן אז ניין, סאיז ר"ת
ת'הא ש'נת א'מונה פ'שוטה

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.08 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא