ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! 265 באזוכער

א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ו סיון התשפ"א 18:21 #272913

  • גדליה ווייס
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 2
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
  • קאָרמא: 1

שלום עליכם טייערע חברים פון ק''ק היט דיינע אויגן

איך ליין שוין דא א שיין ביסל צייט און איך זע אז א יעדער האט מער וויייניגער די זעלבע מעשה,

 מען איז געווען א קליין זיס אומשילדיג אינגל 10 -12 יאר אלט –  און אויסגעפונען אליין אדער פון א צווייטן אז מען קען זיך אנדראגן מיט ריאות אסורות  זיך צו בארואיגן מען ווערט עלטער א מענטש גייט דורך פארשידענע שווערעקייטן אלס סדר העולם ווי אזוי די רבונו של עולם האט באשאפן די וועלט און מען דערמאנט זיך אז עס איז דא א וועג ארויס פון אלעם און בחדרי חדרים  קיינער ווייסט נישט און מען איז איינגערעדט זא מען איז  אפי' נישט פארדראגט און מען קוקט זיך אן אביסל און אלעס איז מסודר ביז די נעקסטע אומבא'טעם'טע מצב און אזוי גייט מען דורך דעם צייט מיטן אריינפאלן מער און מער,

דאס איז מער ווייניגער די מעשוית איינער עלטער איינער אינגער

מיין מעשה איז אביסעלע אנדערש און איך וויל הערן פונעם עולם וואס די עולם זאגט אויף אזא מעשה און בעיקר אויסצוגעפונען צו איינער איז אויפן זעלבן בלעטעלע ווי מיר און אויב יא צו וויסן וואס איז די עצה הישר והנכון בענין זה און רעדן מיט אים :

איך בין געווער א נארמאלע אינגל און חדר נישט געהאט צופיל חברים און אלעמאל געוואלט זיין א חבר מיטן שענסטן אינגל פון קלאס און אזוי איז כמעט אייביג ביי אזאכע קינדער ווי מיר אין עס איז קיינמאל נישט געלאנגען צוליב מיינע נאטורן אבער אלעס איז געפארן נארמאל דורך געפאלן אלס בחור געקוקט אביסל ריאות אסירות אבער זהו נישט מער ווי דעם, קיינמאל נישט געוויסט וואס די מצוה נאך די חתונה איז ביז די 19 ווען מען הייבט עפעס אן אויסצוגעפונען און אזוי ווייטער זיך געהוטן די אויגן ווי אזוי מען דארף וויסנדיג די אויסטערלישע גרויסע פגם פון הוצאת ז''ל, געזאגט תיקון הכללי ווען איך האב געדארפט נישט אלס ברסלב'ער נאר אלס ערליכע איד און געווארט אויף די גליקליכע מינוט צו חתונה האבן פארשטייט זיך אז ווי עלטער איך בין געווארן זענען די נסוינוית געווארן שטערקער אבער איך האב עס דורך געשווערצט זיך מחזק זיין אז מיטן אייבערשטן הילף גייט די ווייב מיינע זיין עפעס וואס איך האב באמת געווארט אויף

מורי ורבותי איך ווייס נישט ווי אזוי עס איז געשען אבער דאס איז געווען די רצון השם מיין כלה האט נישט נושא חן געווען אין מיינע אויגן פון די ערשטע מינוט אז ממש איך האב די תנאים בילדער נישט אפי' אנגעקוקט איך האב איר נישט געקענט אנקוקן נישט קיין חילוק ווי שיין זי האט זיך אנגעטוהן און איך ווייס נישט פארוואס

נאך די חתונה איז עס געווארן אסאך ערגער איך האב זייער נישט ליב געהאט איר פערסענעלטי ווי גוט זי איז נאר געווען צו מיר זייט דעמאלטס איז מיין טאג נישט קיין טאג מיין נאכט איז נישט קיין נאכט א גאנצע מת לעת טראכט איך ווי אזוי קען איך איר ליב האבן אויף סיי וועלעכער אויפן זייענדיג א אמתע גיטע מענטש

איך טוה וואס איך קען בדי צו איר צופרידנשטעלן אבער אינעווייניג..........איז נישט!!

דאס שרעקליכע מציאות און אומצפרידנקייט האט מיר נישט ווילנדיג אריינגעשלעפט צו קוקן אלע מיני ראוית אסורות וואס איז נאר דא  ווייל דארטן פיל איך בעסער,

פארוועם איך האב נאר דערציילט מיין מעשה האט מיר באשולדיגט די האסט די בעסטע ווייב אין די וועלט ווי אזוי קענסטו איר נישט עקסעפטן? ווי אזוי?

איך בלייב שטיל נישט ווייל איך האב נישט וואס צו ענפעערן נאר ווייל קיינער גייט עס נישט אנעעמן,

דערווייל בין איך דא איך פראביר מיך צו האלטן שטארק איך פאל אדורך גאר אסאך מאל  איך דארף אסאך חיזוק אין איך בין מתפלל צום גרויסן באשעפער אז ער זאל מיר ארויסנעמען פון מיין מצב אין קענען לעבן מיט מיין טייערע ווייב באהבה ואחוה ושלום וריעות און זי זאל נושא חן זיין ביי מיר אויף אייביג און קענען ממשיך זיין א לעכטיגע שטוב מיט השראת השכינה אמן!!

טייערע אידן די בכל אתר ואתר איך וויל דער עולם זאל זיך אנרופן!! וואס האלט איר

וואס איז ריכטיג צו טוהן? אין איז דא איינער דא באמת וואס האט זיך אנגעטראפן מיט אזא פראבלעם?

      

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ו סיון התשפ"א 20:35 #272914

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

טייערע  חבר גדליה איך שפיר דיין הארץ אין ווייטאג עס האט מיר געקאסט אפאר טרערלעך..
ליידער איך קען דיר נישט העלפן פרזענדליך,
אבער געדענק אז גאט האט דיר זייער ליב אין נישט קיין חילוק וועלכע מצב די ביסט אין לאמער געדענקן אז גאט טוט מיט אונז נאר גוטס וואס אונז אליין וואלטן נישט געקענט טוען פאר אונז.
גאט וועט דיר העלפן איך וועל דאווענען פאר דיר אין די וועסט אי"ה טרעפן איינער וואס איז שוין דורך די וועג וואס וועט דיר קענען אנווייזען וואס עס איז ריכטיג צי טוען 
הצלחה רבה 
מזל טוב פאר דיינע דריי טעג סאבער!!! דריי טעג איז חזקה, כה לחי.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: כ"ו סיון התשפ"א 20:37 דורך שיע.

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ו סיון התשפ"א 21:08 #272915

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1080 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1541
  • האט שוין געלייקט: 2749 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2349 מאל
  • קאָרמא: 17

איך האב נישט וואס צוזאגן, נאר אז איך האב דיר ליב!

נטע׳לע

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ו סיון התשפ"א 23:19 #272916

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 80 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 1045 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2271 מאל
  • קאָרמא: 54
טייערע גדלי' דיין פאוסט האט מיר געקאסט א טרער, איך האב אביסל געפילט די טיפע צער און ווייטאג וואס ליגט צווישן די נאסע שורות געשריבן מיט בלוט און טרערן.

קודם זאלסטו וויסן אז דו ביסט נישט אליינס, דו האסט אסאך גוטע פריינד וואס טיילן מיט ענליכע מצבים, און עס איז דא אסאך גוטע ערליכע אידן/מדריכים/טעראפיסטן צו וועם זיך צו ווענדן, און בעז"ה וועט דיין ישועה אנקומען, נענטער ווי ווייטער.

בנוגע ווי דאס האט דיר ליידער געפירט, איז נישט קלאר צו דו האלטסט שוין ביי א מצב פון אדיקשאן אדער נישט, אבער אפי' אויב יא, איז דא הילף פאר דעם אויך.

איך וויל זייער קלאר מאכן, אז אין מיינע אויגן פעהלט זיך אין דיין פאל אויס פראפעסיאנאלע הילף פון א טעראפיסט אדער גוטע מדריך וואס וועט באגלייטן די זאך פון דערנאנט, און אז דו ווילסט קען איך דיר פרובירן צו העלפן אנקומען צום ריכטיגן מענטש בעז"ה.

דאס אליינס אז דו ביסט ארויסגעקומען פון דיין אייסאלעישן און מיטגעטיילט דיין מצב, איז דיין ערשטע טריט אין ריכטונג פון הצלחה בעז"ה!

עלה והצלח, ה' עמך גבור החיל!
לעצט פארראכטן: כ"ו סיון התשפ"א 23:20 דורך אחכה לו.

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ז סיון התשפ"א 01:05 #272925

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

טייערע באליבעטער גדליה
ס'האט מיר געקאסט אפאר טרערן און שטארקע הארץ ווייטאג ליינענדיג דיינע ווערטער מיט זייערע שטומע געשריי.

איך קען דיר זאגן איין זאך: כי ידעתי את מכאוביו. איך פארשטיי דיר זייער זייער שטארק. איך פארשטיי פונקטליך דיינע שווערע הרגשים אין די ווייטאגליכע נושא, מיט אלע פרטים וואס דו האסט געשריבן. איך פיל מיט וואס דו גייסט דורך, דין גרויסע צער און פיין.

און די עיקר: איך פארשטיי זייער שטארק דיין הרגשה, אז קיינער קען דיר נישט פארשטיין.
אבער איך פארשטיי דיר יא.

ס'איז קלאר אז אין דיין מצב קען מען דיר בכלל נישט דן זיין לגבי דיינע נפילות, וה' יראה ללבב.

טייערע גדליה, זיי זיכער אז די אייבישטער האט נישט פארגעסן פון דיר. ער האט א וועג פאר דיר אויך. פאר יעדעם איז אפגעשריבן פונקטליך וויפל ער זאל ליידן און וויפל צייט ער זאל מיט מאכן.
לאמיר האפן אז מיטן עס דערציילן ברבים און זיכן הילף, וועט מקויים ווערן "סוף וקץ לכל צרותנו" און די אייבישטער זאל דיר ליכטיג מאכן דיינע אויגן, וויסן וואס דו האסט צוטוהן.


זיי זיכער אז ביסט נישט דער איינציגסטער וואס ליידט פון דעם, ס'איז דא וואס ווייניגער און ס'איז דא וואס מער.
און לעצם הענין, פארבינדן דיך טאקע מיט אחכה לו וואס איתמחי גברא מיט העלפן אנדערע.

שטארק דיך, גדליה
מיטן אייבישטער'ס הילף און מיט דיין שטארקע רצון, וועט די ישועה קומען בעז"ה אויף אלע פראנטן

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: כ"ז סיון התשפ"א 01:29 דורך נישט שפעט.

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ז סיון התשפ"א 09:45 #272927

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 538 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 331
  • האט שוין געלייקט: 474 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
  • קאָרמא: 42

א גוטן ר' גדלי'.
דיין מצב איז זייער ווייטאגליך. 
אונז אלע ווילן שפירן שטארק, אנגענומען, באליבט און נישט אויסגעשפילט.
איינע פון אונזער לעבנס געברויכן איז צו האבן א נאנטע קשר מיט מענטשן. און ווען מען האט דאס נישט אדער מען קען עס נישט שפירן זיכערערהייט איז עס זייער ווייטגליך.

איך אליין האב ב"ה נישט געהאט דעם פראבלעם. (נאר אנדערע, יעדער האט זיך זיינע) אבער איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע חבירים דא וואס האבן זיך געפלאגט דערמיט..

עס איז נישט קיין איינרעדעניש. עס איז א מציאות די ווייטאג די פארלוירנקייט און צימישעניש. מיין הארץ גייט אויס פאר דיר!

עס איז דא די מעגליכקייט זיך צו העלפן. און ליב-צובאקומען די אייגענע ווייב, עס איז דא הילף פארדעם. און אז מען טוט קומט מען אן בעזרת השי"ת.

יונה'לע

לעצט פארראכטן: כ"ז סיון התשפ"א 09:48 דורך יונה מצאה.

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ז סיון התשפ"א 10:14 #272929

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1

קודם כל שלום אליכם גדליה, ס'האט מיר ממש געקאסט א טרער ליינענדיג וואס די גייסט אדרוך, איך וויל דיר נאר זאגן איין זאך אז די בוסט אנגעקומען צים ריכטיגען פלאץ כדי צי קענען אנהייבן דיין וועג צי ריינקייט, ס'קען זיין אז דא איז נישט די פלאץ ווי די וועסט אלטעמעטלי טרעפן דיין 'גאנצער' ישועה . . . אבער כאטשיג ביסטו אויפן גיטן וועג . . . 

שרייב אין טייל מיט מיט אינז ווי אזוי דיין וועג גייט,
מיר קוקן ארויס אויף דיין הצלחה!! 

אגב דא אין דעם טרעד  צווישן די שורות וועסטו טרעפן אסאך ניצבארע אינפארמאציע אין חיזוק פאר דיין סטראגל . .
לא תחמוד אשת רעך
(טאמער ס'איז נאך נישט אפען בעט די הנהלה עס אויפצימאכן פאר דיר)

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!
לעצט פארראכטן: כ"ז סיון התשפ"א 10:22 דורך i want.

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ז סיון התשפ"א 18:22 #272946

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 80 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 1045 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2271 מאל
  • קאָרמא: 54
נישט שפעט געשריבן on כ"ז סיון התשפ"א 01:05:

און לעצם הענין, פארבינדן דיך טאקע מיט אחכה לו וואס איתמחי גברא מיט העלפן אנדערע.


עפי"ר שלאג איך פאר צו רעדן צו ר' מנחם לאווי פון ריליף, א צדיק פון א יונגערמאן, און א מומחה עצום אין די זאכן, אלעס גייט צו קאפידענטשאל, דארפסט אים אפי' נישט זאגן דיין נאמען.

ער האט מיר אויך געהאלפן אנקומען צום ריכטיגן שליח (טעראפיסט) ווען איך האב מיך גענויטיגט דערין, און ב"ה א דאנק דעם שטיי איך ווי איך שטיי היינט, און דער אויבערשטער זאל אוודאי העלפן אויף ווייטער אויך.

לעצט פארראכטן: כ"ז סיון התשפ"א 18:23 דורך אחכה לו.

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ט סיון התשפ"א 13:19 #273019

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

הייליגע גדליה
וואו ביסטו? שוין אפאר טעג וואס מ'הערט נישט פון דיר
אנטלויף נישט, קום אהיים צו וואו מ'פארטשייט דיר און מ'וויל דיר גאר שטארק העלפן!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ט סיון התשפ"א 16:42 #273028

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

איינער האט געזעהן גדליה???

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ט סיון התשפ"א 16:44 #273029

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
שיע געשריבן on כ"ט סיון התשפ"א 16:42:

איינער האט געזעהן גדליה???


איינער [ה' אחד] האט געזעהן גדליה!!!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ט סיון התשפ"א 18:23 #273039

  • גדליה ווייס
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 2
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
  • קאָרמא: 1

(יא שיע און נישט שפעט מיינע חברים איך בין דא מיט ענק
פשוט די צייט ערלויבט נישט צו נעמען אביסעלע טינט און שרייבן 
אבער איך האב אסאך וואס צו מיטיילן מיט ענק איך ווארט אויף א זמן) 

''און אידן איך בעט ווער עס האט אזא פראבלעם זאל מודיע זיין אדער פרייוועט אדער ברבים ווי אזויו מען פילט באקוועמער איין זאך קען איך זאגן פאר איך מוז פליען פון דא אז אסאך מיטשענען זיך מיט דע פראבלעם און מיר קענען זיך מחזק זיין צוזאמען און נאך אונגאנצן פארעכטן די פראבלעם בעזרהשי''ת!!..........''

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! כ"ט סיון התשפ"א 19:12 #273040

  • dz703
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 53
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
  • קאָרמא: 1

איך האב געהאט א ענליכע פראבלעם (נישט די אויסזען) לעצטענס איז ארויס געקימען א ספר "א ניי לעבען" פין הרב יעקב משה גאנץ

ער האט מיר ממש געפענט די אויגען איך זע שוין א געוואלדיגע טויש

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! נעכטן 01:34 #273079

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 80 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 1045 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2271 מאל
  • קאָרמא: 54
dz703 געשריבן on כ"ט סיון התשפ"א 19:12:

איך האב געהאט א ענליכע פראבלעם (נישט די אויסזען) לעצטענס איז ארויס געקימען א ספר "א ניי לעבען" פין הרב יעקב משה גאנץ

ער האט מיר ממש געפענט די אויגען איך זע שוין א געוואלדיגע טויש


ר' יעקב משה האט דעליווערט אן אפנארמאלע ארבעט מייט זיין נייע מייסטערהאפטיגער ספר,
עס לוינט זיך איינצוהאנדלן איינס, איך לערן יעדן טאג אביסל דערין, שוין א דורך כמעט האלב.

ענטפער: א נייע אינטרעסאנטע מעשה!!! נעכטן 13:28 #273101

  • טאטע העלף מיר
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 126 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 4

עליכם שלום טייערע גדליה 

איך פיל מיט דיין צער מען האט נישט קיין טאג אין נישט קיין נאכט, אלעס איז ציפראסקעט, עס איז א שטארקע ווייטאג, דאס איז זיכער ביסט נישט דער איינציגער מיט דעם פראבלעם.

אבער מיטן אייבערשטענס הילף אין מיט די ריכטיגע השתדלות קען מען ארויס קריכן. 

דיין חבר טאטע'לע 

דאס וואס די שרייבסט:
איך בלייב שטיל נישט ווייל איך האב נישט וואס צו ענפעערן נאר ווייל קיינער גייט עס נישט אנעעמן,
דאס איז לכורה א אייגענע געפיל אז מען גייט נישט אננעמן עס מיז נישט זיין אמת במציאות,

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.00 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא