ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי 159 באזוכער

טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ז סיון התשפ"א 18:21 #272945

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 78 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 340
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 438 מאל
  • קאָרמא: 8

א מורא'דיגער לימוד האב איך ארויסגענומען פון די הפטרה פארגאנגענעם שבת פ' שלח, און איך וויל עס שערן מיט'ן עולם.
נאכן זאגן די הפטרה מיט די מעשה פון די צוויי מרגלים פינחס וכלב וואס יהושע האט געשיקט, און ווי זיי זענען איינגעשטאנען אין די הויז פון רחב, האב איך פאר אינטערעסאנטקייט ארויסגענומען א נ"ך יהושע און אריין געקוקט אביסל אין די פסוקים פון די הפטרה מיט די מפרשים, איז דא דארט דריי רש"י'ס וואס האבן געצויגן מיין אויג, און מיך היבש אויפגעשאקלט. וזהו:
יהושע ב' פסוק י"א זאגט רש"י וז"ל: אמרו אין לך כל שר ונגיד שלא בא אל רחב הזונה, ובת עשר שנים היתה כשיצאו ישראל ממצרים, וזנתה כל ארבעים שנה. עכ"ל.
ווייטער אין פסוק ט"ו וואו ס'שטייט אז רחב האט אראפ געלאזט די צוויי מרגלים מיט א בענדל דורכ'ן פענסטער, זאגט רש"י וז"ל: באותו חבל וחלון היו הנואפים עולין אלי'. אמרה, רבונו של עולם באלו חטאתי באלו תמחול לי. ע"כ.
אינעם נעקסטן פסוק וואו זי זאגט פאר פינחס וכלב די צוויי מרגלים, אז זיי זאלן זיך באהאלטן פאר דריי טעג ביז די וועלכע זיכן זיי וועלן צוריק קומען, זאגט רש"י פון וואו האט זי געוויסט אז זיי וועלן צוריק קומען פונקט נאך דריי טעג? זאגט רש"י... הערט ווערטער: ראתה ברוח הקדש שישובו לסוף שלשת ימים. עכ"ל.
דא האט זיך מיין מח אפגעשטעלט.

וואאאאאאאאאאאאאאאס???
פערציג יאר זיך געטינקען אין עקטיוו עדיקשן, אנגעפירט א שמיץ אפאראט שאין כדוגמתה ווי ס'שטייט אין די ערשטע רש"י וואס כ'האב געברענגט,

און ווארט א מינוט...

נאך יענע נאכט איז זי נאך געווען פעסט אקטיוו אין די אדיקשן, אזוי ווייט אז זי איז געווען א סכנה פאר די צוויי צדיקים וואס זענען איינגעשטאנען ביי איר. ווי רש"י ברענגט יהושע ו' פסוק כ"ג אז דער פסוק רופט זיי אן מלאכים ווייל זיי האבן זיך געהיטן פון דורכפאלן מיט איר וז"ל רשיז"ל: ובלילה הראשון היו כמלאכים ששמרו עצמן מן העבירה עם רחב הזונה לכך נקראו שם מלאכים. עכ"פ זעען מיר פון דא אז נאך אין יענע נאכט אליינס האט מען זיך נאך געדארפט היטן פון איר מיט א גבורת מלאכים.

און אין די נעקסטע טאג - פלוצלינג האט זי רוח הקודש.......... עטץ זענטס משיג וואס דא טוט זיך....
זי זעט מיט רוח הקודש וואס גייט זיין, אזוי נישט מיר נישט דיר, מיט אזא פשטות...

זי געט לעבנ'ס קריטישע עצות און אנווייזונגען, פאר די צוויי קדושים וטהורים פינחס און כלב אויפן סמך פון איר רוח הקודש, געוואלד וואס טוט זיך דא, הזאת רחב הזונה?????????
יא טייערע אידן! דא קומט אריין די מיטעלסטע רש"י וואס כ'האב געברענגט.
אמרה, רבונו של עולם באלו חטאתי באלו תמחול לי.
קוק ווי ווייט דערגרייכט א אמת'דיגע תנועה של תשובה, א אמת'דיגע קרעכץ פון א צובראכן הארץ.
טאטע אין הימל: חטאתי... איך האב חרטה איך טו תשובה,

מיט די כלים וואס איך האב דיך דערצערענט טו איך יעצט תשובה, איך געב דיר אוועק דעם פענסטער און בענדל מיט וואס איך האב געזינדיגט קעגן דיר, צו ראטעווען דיינע מרגלים פארן וואוילזיין פון דיין הייליג פאלק.

יא! באלו חטאתי ובאלו תמחול לי.

טייערע אידן. טייערע הד"א אידן, לאמיר אויסשרייען צום טאטן אין הימל:

באלו חטאתי באלו תמחול לי:

מיט דעם טמא'נעם אינטערנעט האב איך געזינדיגט.

און מיט דעם זעלבן אינטערנעט, אבער "הייליגע סייט - היט דיין אויגן" בעט איך טאטע אין הימל תמחול לי.

דעם פענסטער (סקרין) מיט דעם בענדל (מייזל) מיט וואס איך האב דיך טאטע ליידער דערצערענט, צוליב מיין ביטערע עדיקשן,

דעס געב איך יעצט פאר דיר, באלו תמחול לי, און מיט דעם וויל איך תשובה טון.

מיט דעם וויל איך מתקן זיין, אין די שפאלטענעס פון הד"א, להוציא בלעו מפיו.

און לאמיר ארויס לערנען א קל וחומר פון רחב, וואס זי איז לעולם דעמאלס נאך נישט געווען אפילו קיין בת ישראל, אבער זי האט געשריגן מיט א צובראכן הארץ צום אייבערשטן, באלו חטאתי, הייליגער באשעפער חטאתי נגדי תמיד, איך בין מודה ומתוודה, איך האב געזינדיגט און איך האב חרטה, איך בעט דיך באלו תמחול לי, זיי מיר מוחל אויף מיינע ביטערע חטאים.

און געב א קוק וואס ס'איז געווארן פון איר, נישט מער און נישט ווייניגער א בעלת רוח הקודש, און אויב ס'איז נישט גענוג, איז דאך באקאנט אז זי האט זיך מגייר געווען און זי האט חתונה געהאט צו - נישט קיין צווייטן - ווי דער רבן של ישראל יהושע בן נון אליינס.

אויב אזוי וואס טוט זיך מיט אונז טייערע הייליגע אידן. מיר זענען דאך בנים לה' אלוקינו, כי ימינך פשוטה לקבל שבים, דער ליבער טאטע אין הימל שטייט מיט אויסגעשטרעקטע ארעמעס. פאר וועם?? פאר אונז, ער ווארט אויף אונזער תשובה ער לעכעצט צו הערן א אמת'ע קרעכץ פון די טיפענישן פון אונזער הארץ.

ווער ווייסט צו וואספארא מדריגות מיר קענען צוקומען... רוח הקודש איז ווייניג געזאגט.

רבותי זייטס נישט קיין נאראנים, ס'שטייט אונז פאר א גלענצנדע עתיד.

ונזכה ונחי' ונראה. אמן כן יהי רצון.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ז סיון התשפ"א 18:48 #272947

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 59 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
  • קאָרמא: 2

הערליך!!! אויסערגעווענליך שיין, און ס'געט א מוראדיגע חיזוק, יא, מיר קענען צוריק נאנט ווערן צום טאטן אין הימל. 

א גרויסן יישר כח הרב ואטהר.

לעצט פארראכטן: כ"ז סיון התשפ"א 18:49 דורך WillKeepHoping.

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ז סיון התשפ"א 19:09 #272948

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 83 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 609 מאל
  • קאָרמא: 5

מורא'דיג מורא'דיג

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ז סיון התשפ"א 20:20 #272949

  • צדוק
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 0
wow!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ווען נישט סשטייט דיין נאמען וואלט איך געמיינט אז איינע פון די גרויסע בעלי דרשנים זאגן די געדאנק
חזק

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ז סיון התשפ"א 20:25 #272950

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 59 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
  • קאָרמא: 2
צדוק געשריבן on כ"ז סיון התשפ"א 20:20:
wow!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ווען נישט סשטייט דיין נאמען וואלט איך געמיינט אז איינע פון די גרויסע בעלי דרשנים זאגן די געדאנק
חזק

און וואס מאכט דיר טראכטן אז הרב ואטהר איז נישט פון די גרויסע בעלי דרשנים בדורינו?

לעצט פארראכטן: כ"ז סיון התשפ"א 20:28 דורך WillKeepHoping.

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ז סיון התשפ"א 21:37 #272953

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 33 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 228 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

זייער א שטארקע נקודה, סאיז מורא'דיג
שכח ואטהר

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ז סיון התשפ"א 21:42 #272954

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16
WillKeepHoping געשריבן on כ"ז סיון התשפ"א 20:25:

צדוק געשריבן on כ"ז סיון התשפ"א 20:20:
wow!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ווען נישט סשטייט דיין נאמען וואלט איך געמיינט אז איינע פון די גרויסע בעלי דרשנים זאגן די געדאנק
חזק

און וואס מאכט דיר טראכטן אז הרב ואטהר איז נישט פון די גרויסע בעלי דרשנים בדורינו?



חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ז סיון התשפ"א 23:14 #272955

  • צדוק
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 0

שיע זיי מסביר

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ח סיון התשפ"א 07:40 #272956

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16
צדוק געשריבן on כ"ז סיון התשפ"א 23:14:

שיע זיי מסביר


איך האב זייער הנאה געהאט צי זעהן ווי  WillKeepHoping זאגט א גוט ווארט אנשטאט מאכן די אלעמען באקאנטען סמיילי האב איך געוואלט ארויסברענגען אז ער זאגט גוט האבאיך געמאכט דעס:like:
פארשטאנען?

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ח סיון התשפ"א 07:45 #272957

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

זייער שטארק די נקודה 
עס דערמאנט מיר שלא באותו ענין איך האב אמאל געפילט אז איך בין צו פיל אויף הד"א איך האב געפילט עס קאסט צי פול פון מיין צייט האב איך געפרעגט מיין סאפנסער אויב עס א פראבלעם האט ער מיר געזאגט אז ווילאנג די ביסט נישט אויף הד"א לענגער ווי די ביסט געווען יעדן טאג קוקן פארן שטייסטו גוט...

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ח סיון התשפ"א 08:57 #272962

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 405 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 2027
  • האט שוין געלייקט: 1131 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3787 מאל
  • קאָרמא: 68
wow wow wow!!!!!!!!!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ח סיון התשפ"א 11:35 #272964

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 33 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 228 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
שיע געשריבן on כ"ח סיון התשפ"א 07:45:

זייער שטארק די נקודה 
עס דערמאנט מיר שלא באותו ענין איך האב אמאל געפילט אז איך בין צו פיל אויף הד"א איך האב געפילט עס קאסט צי פול פון מיין צייט האב איך געפרעגט מיין סאפנסער אויב עס א פראבלעם האט ער מיר געזאגט אז ווילאנג די ביסט נישט אויף הד"א לענגער ווי די ביסט געווען יעדן טאג קוקן פארן שטייסטו גוט...


מיטן זיין דא אויף הד"א איז חוץ פון דעם וואס מהעלפט זיך, ראטעוועט מען אזוי פיל אנדערע, אפילו אויב קיינער ריפלייט נישט אבער דער עולם איז דא און מ'ליינט און מ'ווארט צו הערן עפעס חיזוק

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ח סיון התשפ"א 13:37 #272968

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
WOW
WOW
WOW

גאר א שטארקע געדנאק, זייער שטארק און גוט ארויסגעברנעגט. מיט די זאפטיגע זיסע שפראך פון ואטהר ואתקדש.
א געוואלדיגע חיזוק. א מוראדיגע דערהער, וואס מ'קען אויפטוהן און מתקן זיין מיט איין אמת'ע קרעכץ.
לאמיר שרייען צוזאמען:
רבונו של עולם באלו חטאתי באלו תמחול לי!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ח סיון התשפ"א 13:39 #272969

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

און אויב שוין
איך וויל הארגאנעזירן א מחאה אדירה קען די הויז פון ואטהר ואתקדש!
מי לה' אלי!
אויב דו קענסט יא, פארוואס שרייבסטו נישט מער?...
וואס ביי ענקער קרייז זאגט מען הפטורה נאר פרשת שלח?...
זיי אונז מזכה, זיי אונז מחיה מיט דיינע זאפטיגע ארטיקלען, זיך צו באלעקן די פינגערס

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ח סיון התשפ"א 13:43 #272971

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 72
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 5

הערליך!!!!!! אונז האמיר דא טאלאנטפולע חברה!

דער עיקר דארפן מיר געדענקן: אונזער עבודה איז צו ארבעטן, און זיין ריין איז א מתנה פונעם באשעפער.

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ח סיון התשפ"א 13:50 #272974

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 78 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 340
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 438 מאל
  • קאָרמא: 8
WillKeepHoping געשריבן on כ"ז סיון התשפ"א 20:25:

צדוק געשריבן on כ"ז סיון התשפ"א 20:20:
wow!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ווען נישט סשטייט דיין נאמען וואלט איך געמיינט אז איינע פון די גרויסע בעלי דרשנים זאגן די געדאנק
חזק

און וואס מאכט דיר טראכטן אז הרב ואטהר איז נישט פון די גרויסע בעלי דרשנים בדורינו?


נישט סתם בעל דרשן.
עלעקטערעזירט דעם עולם 

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

לעצט פארראכטן: כ"ח סיון התשפ"א 13:51 דורך ואטהר ואתקדש.

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ח סיון התשפ"א 14:00 #272978

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16
ואטהר ואתקדש געשריבן on כ"ח סיון התשפ"א 13:50:

WillKeepHoping געשריבן on כ"ז סיון התשפ"א 20:25:

צדוק געשריבן on כ"ז סיון התשפ"א 20:20:
wow!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ווען נישט סשטייט דיין נאמען וואלט איך געמיינט אז איינע פון די גרויסע בעלי דרשנים זאגן די געדאנק
חזק

און וואס מאכט דיר טראכטן אז הרב ואטהר איז נישט פון די גרויסע בעלי דרשנים בדורינו?


נישט סתם בעל דרשן.
עלעקטערעזירט דעם עולם 


גילו אלערט!!!

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ח סיון התשפ"א 16:06 #272982

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1
שכח. זייער שיין. 

ברענג אינז נאך פין דיינע פערל וועטער!!
נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי כ"ח סיון התשפ"א 20:04 #272997

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 39 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 32
  • האט שוין געלייקט: 171 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
  • קאָרמא: 1
wow !!! wow !!! wow !!!
איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין נאר אז איך בין עלעקטערזירט!!!

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי ל' סיון התשפ"א 11:15 #273054

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

ואטהר צדיק, איך האב שוין געליינט גאר אסאך דא אויפן סייט, זייער שטארקע חיזוק און גוטע זאכן, איך מיין אז אזוי שטארק האב איך נאכנישט געזעהן, ממש ווי די גמ' זאגט אין יומא "היכי דמי בעל תשובה אמר רב יהודה כגון שבאת לידו דבר עבירה פעם ראשונה ושניה וניצל הימנה מחוי רב יהודה באותה אשה באותו פרק באותו מקום" אזוי הייליג אזוי מחזק, ברודער די חיזוק וואס דו האסט מיר געגעבן מיט דיין פאוסט איז אין לשער.

ענטפער: טאטע אין הימל... באלו חטאתי באלו תמחול לי נעכטן 14:06 #273102

  • Be Good
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0
Beautiful 
  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.03 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא