ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: מיינע געדאנקען - i want/איך וויל 123 באזוכער

מיינע געדאנקען - i want/איך וויל כ"ח סיון התשפ"א 18:17 #272991

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1

ביי מיר האט עס פאסירט!



אינדערפרי, מ'האלט און מיטן שחרית, ס'דאווענט זיך מיט א פלאם, דער בעל תפלה האלט אינמיטן הויך שמונה עשרה מיט א פעסטקייט . . . ווען אינמיטן הער איך א בקאנטער שטומע נעבן מיר (מיט אן א''י אקצענט):

"צדקה . .  העלפט ארויס א יוד מיט א שטוב מיט קינדערלעך כ'מאך חתונה מיין. . . . . . "

איך גיב א בליק ארויס פין אינטער מיין טלות, אין גלייך לויפט מיר א מחשבה אדרוך אין קאפ, "ס'איז נישט דאס ערשטער מאל וואס דער יוד איז דא אין דעם שול נאך געלט די וואך, אין אויב איך מאך נישט קיין טעות איז עס אויך נישט דער צווייטער מאל . . . וואס מיינט ער, איך וועל אים עפעס געבן יעדעס מאל וואס ער בעט מיר ???



אלעס האט א שיער . . . "



באום . . . וואס?? האב איך גוט געהערט וואס איך האב יעצט געטראכט?? אלעס האט א שיער???



איין מינוט . . . וויפיל מאל וויינען מיר אין בעטן זיך ביי השי"ת איינמאל און נאכאמאל, אסאך מאל אפי' איין טאג נאכן צווייטן, טאטע זיי מיר מוחל נאך איין מאל . . . פליז נאך איין מאל . . . איך ווייס אז איך האב קוים נעכטן געבעטן פון דיר דאס זעלבער זאך, אבער טאטי היינט מיין איך עס אמת'דיג!! נאך די איינמאל זאג מיר "סלחתי" . . . . . 



"צדקה . .  העלפט ארויס א יוד מיט א שטוב מיט קינדערלעך כ'מאך חתונה מיין. . . . . . " איך כאפ מיר אויף פון מיינע מחשבות, "אהה ער איז שוין דא" . .  נאדיר א שיינער סכום צום דריטען מאל דער וואך,



אין די ליבער טאטע אין הימל . .  זיי די מיר אויך מוחל יעצט . . .  



נאכאמאל!!!!



 
i want/איך וויל

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!
לעצט פארראכטן: כ"ח סיון התשפ"א 18:17 דורך i want.

ענטפער: מיינע געדאנקען - i want/איך וויל כ"ח סיון התשפ"א 19:15 #272994

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 265
  • האט שוין געלייקט: 591 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 778 מאל
  • קאָרמא: 5

זייער גוט אנגעהויבן די געשיכטע, אבער לאמיר גיין א טריט ווייטער.

דער משולח ווען ער קומט צו דיר בעטן, וואס לויפט דורך אין זיין מחשבה? ער טראכט 100 מאל ס'קומט זיך מיר יא אדער נישט נאך א דאלאר?! ער טראכט, נעע כ'האב שוין איינמאל באקומען יעצט דיזערוו איך נישט מער?! טראכט ער בכלל וועגן זיינע פריוואטע מעשים צי ער איז יא ראוי צו באקומען צי נישט?! קלאר אז נישט. בסך הכל טראכט ער פון זיך, וואספארא נצרך בין איך, נישט אז ס'קומט זיך מיר, נאר פשוט איך בין אנגעוויזן לעבנסוויכטיג דערויף, דעריבער ווילאנג איך ווער נישט אויס נצרך וועל איך טון אלעס אויף דער וועלט ארויסצובאקומען נאך א גרייצער פון סיי וואו.

ווידער, דו, דער נותן, אויב טראכסטו אויך אין דעם ריכטונג איז אויך נישט קיין נפקא אמינא צי דער משולח איז שוין יא אדער נישט דא געווען, בסך הכל האבן זיך געטראפן 2 שותפים, דער מקבל וואס נויטיגט זיך נאך ברויט, און דער נותן וואס האט רחמנות אויף דעם נצרך, און איז גרייט אים צו העלפן ווילאנג יענער ווערט אויס נצרך, און אינאיינוועגס ארייכאפן נאך א מצוה'לע מה שהעני נותן לבעה"ב.

בנידון דידן, אויב בעטן מיר פון גאט ב"ה, גענוי ווי דער נצרך בעט, אן טראכטן צי מיר זענען ווערד אדער נישט, נאר פשוט ווייל מיר זענען אנגעוויזן אויף א הארציגע לעבנסוויכטיגע מתנה פון דעם בעל הרחמים דער מקור הטוב הרוצה להטיב ב"ה, דאן איז דער שותפות פונעם נותן ומקבל געשלאסן, ווייל צו השי"ת רחמנות איז נישטא קיין לימיט.

אלזא, לאמיר ווערן נצרכים, און אפלאזן די מצומצמ'דיגע נארישע חשבונות, און מזכה זיין גאט ברוך הוא מיט זיין גרעסטע נחת רוח פון געבן און געבן און געבן בלי שום שיעור וגבול.

ענטפער: מיינע געדאנקען - i want/איך וויל כ"ט סיון התשפ"א 08:23 #273002

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

זייער שטארקע געדאנקען סיי פון I WANT אין סיי פון אברעמיל 
שכח קומסט אריין מיט א שטאקייט ענקערע געדאנקען זענען ווערד צי בלייבן אייביג אויפן פראנט

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: מיינע געדאנקען - i want/איך וויל כ"ט סיון התשפ"א 08:29 #273004

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 59 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
  • קאָרמא: 2

שכויעך הרב איי וואנט פאר די שיינע געדאנק, און א דאנק פאר הרב אברהם העברי פאר דיין שיינע הוספה.

ענטפער: מיינע געדאנקען - i want/איך וויל כ"ט סיון התשפ"א 09:50 #273007

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1

שכח אברעמל פאר דיין הערליכער ווארימער הוספה 
אין לאמיר טאקע ווערן נצרכים לגבי אינזער סטראגעל!

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: מיינע געדאנקען - i want/איך וויל כ"ט סיון התשפ"א 17:02 #273032

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

א גרויסן יישר כח פאר ידידי היקר רבי i want שליט"א פאר די געוואלדיגע געדאנק און מוסר השכל, און פאר ידידי היקר רבי אברהם העברי שליט"א פאר די הערליכע שיינע הוספה.

איך האב נישט וואס צולייגן אויף די עצם רעיון, ס'איז געוואדליג.

אבער לאמיר אנכאפן א זייטיגע שטארקע נקודה:

אונז גלייבן דאך אין השגחה פרטית עד קצה האחרון, באופן של דקה מן הדקה.

שטייט א איד אין בית מדרש, שקוע ביים דאווענען. דער איד האט זוכה געווען צו א הייליגע נשמה וואס שטרעבט צו חיזוק, לעכצעט צו גוטע סימנים פון הימל, צו די בת קול היוצאת מהר חורב וואס דאס איז די התעוררות בלב האדם כמובא בספרי התולדות זי"ע.

פלוצלינג קומט א משולח, זאגט אפ וואס עס האט צו זאגן, און דער איד איז נתעורר געווארן!

דאס מיינט אז פון ווען דער משולח איז געבוירן געווארן, בערך 55 יאר צוריק, ווייט אוועק אין מאה שערים, האט די אייבישטער מסבב געווען ער זאל נישט האבן נארמאל ארבעט, נישט האבן געהעריג פרנסה, ער זאל זיך מוטשען מיט חתונה מאכן די קינדער, כדי ער זאל יארן שפעטער מוזן ארויס פארן קיין אמעריקא מאכן געלט, אנקומען פונקט צום דעם בית מדרש און די מנין וואס יענער איד דאוונט, כדי אז מיט זיינע ווערטער זאל די איד באקומען חיזוק!

מן הסתם איז יענער משולח נישט די ערשטע מאל אין אמעריקא נאך געלט... פארוואס איז ער נאכאמאל געקומען? ווייל מן הסתם האט ער מצליח געווען ביים ערשטן מאל! ענק פארשטייען וואס דא גייט פאר? ביים ערשטן מאל האט די אייביטשער אים געשיקט יהודים רחמנים בני רחמנים זאלן אים געבן שיינע נתינות, כדי ער זאל מצליח זיין און דאס וועט אים געבן די שטופ קומען א צווייטע מאל, פון ווען יענער איד וועט דארפן די חיזוק!

ס'איז פלאי פלאים ווי די אייבישטער דרייט זיך זיין וועלט!

כִּי גָבְהוּ שָׁמַיִם מֵאָרֶץ כֵּן גָּבְהוּ דְרָכַי מִדַּרְכֵיכֶם וּמַחְשְׁבֹתַי מִמַּחְשְׁבֹתֵיכֶם

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מיינע געדאנקען - i want/איך וויל ל' סיון התשפ"א 10:13 #273047

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1
נישט שפעט געשריבן on כ"ט סיון התשפ"א 17:02:

א גרויסן יישר כח פאר ידידי היקר רבי i want שליט"א פאר די געוואלדיגע געדאנק און מוסר השכל, און פאר ידידי היקר רבי אברהם העברי שליט"א פאר די הערליכע שיינע הוספה.

איך האב נישט וואס צולייגן אויף די עצם רעיון, ס'איז געוואדליג.

אבער לאמיר אנכאפן א זייטיגע שטארקע נקודה:

אונז גלייבן דאך אין השגחה פרטית עד קצה האחרון, באופן של דקה מן הדקה.

שטייט א איד אין בית מדרש, שקוע ביים דאווענען. דער איד האט זוכה געווען צו א הייליגע נשמה וואס שטרעבט צו חיזוק, לעכצעט צו גוטע סימנים פון הימל, צו די בת קול היוצאת מהר חורב וואס דאס איז די התעוררות בלב האדם כמובא בספרי התולדות זי"ע.

פלוצלינג קומט א משולח, זאגט אפ וואס עס האט צו זאגן, און דער איד איז נתעורר געווארן!

דאס מיינט אז פון ווען דער משולח איז געבוירן געווארן, בערך 55 יאר צוריק, ווייט אוועק אין מאה שערים, האט די אייבישטער מסבב געווען ער זאל נישט האבן נארמאל ארבעט, נישט האבן געהעריג פרנסה, ער זאל זיך מוטשען מיט חתונה מאכן די קינדער, כדי ער זאל יארן שפעטער מוזן ארויס פארן קיין אמעריקא מאכן געלט, אנקומען פונקט צום דעם בית מדרש און די מנין וואס יענער איד דאוונט, כדי אז מיט זיינע ווערטער זאל די איד באקומען חיזוק!

מן הסתם איז יענער משולח נישט די ערשטע מאל אין אמעריקא נאך געלט... פארוואס איז ער נאכאמאל געקומען? ווייל מן הסתם האט ער מצליח געווען ביים ערשטן מאל! ענק פארשטייען וואס דא גייט פאר? ביים ערשטן מאל האט די אייביטשער אים געשיקט יהודים רחמנים בני רחמנים זאלן אים געבן שיינע נתינות, כדי ער זאל מצליח זיין און דאס וועט אים געבן די שטופ קומען א צווייטע מאל, פון ווען יענער איד וועט דארפן די חיזוק!

ס'איז פלאי פלאים ווי די אייבישטער דרייט זיך זיין וועלט!

כִּי גָבְהוּ שָׁמַיִם מֵאָרֶץ כֵּן גָּבְהוּ דְרָכַי מִדַּרְכֵיכֶם וּמַחְשְׁבֹתַי מִמַּחְשְׁבֹתֵיכֶם


שכח נישט שפעט, די בוסט מורא'דיג, דיינע ווערטער לערנט אויס ווי אזוי צי קוקן אויף יעדעס זאך . . . 
ס'איז מור'אדיג  וואס דא גייט פאר . .  איך שרייב א געדאנק, אין דער עולם קומט אריין מיט הוספות איינס בעסער פינעם צווייטן . . . גאנצטע שטיקער חיזוק. יישר כח יעדער איינער!!
נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: מיינע געדאנקען - i want/איך וויל ל' סיון התשפ"א 18:00 #273074

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1

געשריבן היינט דא אויפן פארם ביי נישט שפעט'ס טרעד!


נעם א מוסר השכל פון נח אליין, ער האט געבויט דעם תיבה פאר 120 יאר!! ער האט נישט געוויסט פינקטלעך פארוואס, פאר ווי, פאר ווען, מ'האט געלאכט פון אים אין די גאסן . . .אבער ער האט נישט געקוקט אויף גארנישט . .  ער האט געהאלטן איין זאך פאר די אויגן . . . 

ווייל אזוי האט די אייבערשטער געזאגט!!!

אינז ווייסן אויך נישט אייביג פארוואס, פאר ווי, פאר ווען, בפרט בשעת ס'ברענט, די קאפ איז נישטא, מ'קען נישט טראכטן גראד . . . אבער איין זאך דארף מען האלטן פאר די אויגן . . .

מ'טאר נישט!!!

איי פארוואס??

ווייל אזוי האט די אייבערשטער געזאגט!!!

i want/איך וויל
נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!
  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.70 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא