ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: יואלשעלס סטראגעל 128 באזוכער

יואלשעלס סטראגעל י"ב אב התשפ"א 22:02 #274335

  • yoelish
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 2
  • האט שוין געלייקט: 5 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
  • קאָרמא: 1

צום ערשט טייערע חבירים שלום עליכם

ענטפער: יואלשעלס סטראגעל י"ב אב התשפ"א 22:13 #274336

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1115 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 2872 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2439 מאל
  • קאָרמא: 20
yoelish געשריבן on י"ב אב התשפ"א 22:02:

צום ערשט טייערע חבירים שלום עליכם


עליכם שלום טייערער חבר!

זאלסט וויסן אז ווער סארבייט דא ארבייט עס פאר אים!

דא האבן א געוואלד מיט חבירים וגם אני בתוכם געטראפן הילף נאכדעם ווי די נושא איז שוין געווען כמעט אדער אינגאנצן מיואש!

אבער ליידער אסאך חבירים האטעס גארנישט געטוישט… די זאך איז תלוי און אונז אליינס, אויב ארבייטן מיר עס ארבייט עס פאר אונז. און אויב חלילה מארבייט עס נישט גייט עס נישט ארבייטן, ווי לומד פלעגט אייביג זאגן גארנישט זיך נישט אויב גארנישט טוישט זיך!

האב אסאך הצלחה אין דיין רייזע!
כלנו ליואלישעל!

דיין ברידער נטע׳לע

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: יואלשעלס סטראגעל י"ב אב התשפ"א 22:25 #274339

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3

שלום עליכם יואלישל!

איך פריי זיך אז נאך א איד האט געהאט די זכיה אנצוקומען דא צו הד”א (אונז רופן זיך אזוי בקיצור, היט דיינע אויגן) און עקסטער פארן נעמן די קוראזש צו ארויפקומען און זיך באגריסן מיט די חברים.

מיר פערזענליך העלפט די ניינציג טאג ציילונג זייער שטארק! איך בין שוין כמעט ביי פופציג. איך האב נישט גע’חלום’ט אמאל אין לעבן נאך צו זען אזאלאכע נומבערס.

שעיר מיט אונז אביסעלע וואס דו מאכסט מיט, אונז זעמיר אלע אונעם זעלבן שיף מער ווייניגער. סאו שעם דיך נישט נאר פאק אויס וואס עס ליגט אויף דיין הארץ. 

איך האב נאך אסאך צו זאגן אבער לאז מיר אביסל לאזן פאר א צווייטן.

און געדענק! והעיקר! ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: יואלשעלס סטראגעל י"ב אב התשפ"א 22:35 #274340

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 167 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 340 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

יואליש ! 
איך בין מיט דיר !
קום אריין  !
שפיר זיך היימיש !

ענטפער: יואלשעלס סטראגעל י"ג אב התשפ"א 07:07 #274350

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21

ברוכים הבאים טייערע חבר
יואלשעל איז א גוטע נאמען און ס'איז ווערט אסאך, אזויווי מ'דערציילט אז איינער האט געוואלט געבן פאר הרה"ק מסאטמאר א נדבה 47$ כמנין יוא"ל, האט אים די רבי געזאגט, אז אים רופט מען "יואליש"...

עכ"פ האסט אנגעהויבן מיט א רעכטע פיס, מיט די עצם אריין קומען און גלייך עפענען א טרעד.
שפיר היימיש, פאק דיך אויס די שווערע זעק, און קום שעפן דא עצות און חיזוק. הייבסט דא אן א נייע לעבן.

הייב אן זיך ארום דרייען און ליינען, און מיט די צייט וועסטו זיך לערנען וואס דו דארפסט טוהן בפועל, טוישן אין דיין התנהגות און אין דיין בליק, כדי קענען ארויף גיין על דרך המלך.
ס'איז אן ארבעט, קען זיין אנהייב מיט שווערעקייטן, אבער סוף הכבוד לבוא. ווען מ'קוקט אויפף ציל ווערט די התחלה אסאך גרינגער! ווען מ'ארבעט און מ'איז משקיע - זעט מען גוטע תוצאות און זיסע פירות.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: יואלשעלס סטראגעל י"ג אב התשפ"א 08:25 #274358

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 284 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 504
  • האט שוין געלייקט: 519 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל
  • קאָרמא: 19

שלום עלכים. 
מאכט דיר באקוועם שכויעך פארן גלייך עפענען א טרעד. 
עס איז גוט צי געבן א גיי איבער די האנט בוך, 
און אנהייבן ציילן די נייציג טעג טשארט. 
און אזוי ווי נטע'לע זאגט, אז די הצלחה ווענד זיך אין דיין רצון מען זעהט דעס גאר שטארק ווער עס האט הצלחה, איז נאר דער וואס וויל באמת אין איז גרייט צו טוען אלעס אין די וועלט צי בלייבן ריין נאך א טאג. 
איך בעט פאר דיין הצלחה יואליש

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: יואלשעלס סטראגעל י"ג אב התשפ"א 21:14 #274402

  • yoelish
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 2
  • האט שוין געלייקט: 5 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
  • קאָרמא: 1

שכח אלע טייערע חבירים פאר די הארציגע באגריסונג
סיי ברבים אין סיי פערזענליך.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.45 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא