ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: שוין העכט די צייט 17534 באזוכער

שוין העכט די צייט כ"א טבת התשפ"א 3:08 PM #269993

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2553
  • האט שוין געלייקט: 1255 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4063 מאל

לכל חברי קהילה קדישא הדין הע"י

שוין באַלד א חודש צוויי וואס איך ליין און איך קוק דא אין דער מקום קדוש. איך האב געליינט האלט און ניי, חדשים וגם ישנים בעבר ובהווה, פון די אלטע חברים און פון די נייע. מיין הארץ איז נתעורר געווארן מיט קנאת סופרים זעהנדיג צענדליגע טייערע יודן, יונגערע און עלטערע, וואס ווילן זיין וואויל און טוהן צו די זאך, זיי רייסן פון זיך שטיקער לשבר את הטבע כדי ריין ווערן און פטור ווערן פון די ביטערע תאוה וואס מאכט חרוב די מענטשט.

איך בין א עלטערע יונגערמאן, און די הויעכע דרייסיג, און איך לייד פון די תאוה שוין בערך 25 יאר! אנגעהויבן אזויווי ביי אסאך דא, אלס יונגער בחור, געשפילט אליין און מיט חברים, בעסערע תקופות שוואכערע תקופות, פארלוירן א טעם אין א מצוה און אין תורה, מיט די צייט אויפגעהערט שפירן א געפיהל און יעדע דבר שבקדושה, תורה תפילה עניני חסידות וכו'. אסאך מאל זענען דורך טעג און וואכן בלי תורה ובלי תפילה. ווען איך האב עס שוין יא געטוהן איז עס געווען נאר ווייל אלע טוהען, כמצות אנשים מלומדה. לכאורה האט דאס אלעס געהאט א שייכות מיט די תאוה וואס האט מיר אויפגעגעסן מבית ומבחוץ.

עס האט אויך געמאכט אזא חומה ארום מיר פון זיין באהאלטן און פארלאשן, זיך דערווייטערט פון מענטשטן און פון חברים, אָן האבן אן אמת'ע קירבה מיט אנדערע - וואס דאס לכאורה איז געקומען כדי באהאלטן די אינעווייניגסטע פחדים און חששות און בארואיגן מיינע אויסגעלאשענע געפילן. איך האב נישט געהאט אסאך אמת'ע חברים, ווייל די גאנצע צייט האב איך געלעבט מיט א חשש אז יענער ווייסט אויף מיר וכדומה, און דאס האט מיר געמאכט לעבן מיט חשדנות א גאנצע צייט. מורא האבן פון מענטשטן.

עס האט זיך געצויגן אלע בחורישע יארן וואס זענען ליידער ירדו לטמיון רח"ל. געהאפט אז נאך די חתונה וועט עס בעסער ווערן, אבער א נעכטיגן טאג, מיין גאנצע ציגאנג צום חתונה איז נישט געווען מיט א ריכטיגע וועג. צוליב מיין פארמאכטקייט און דערווייטערטקייט פון מענטשטן האב איך נישט ריכטיג און אמת'דיג אויסגהערט און מקבל געווען וואס די מדריך האט מיר אויסגעלערנט אויף הנהגת הבית בכלליות.

אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל אֲדֹנָ"י אֶתְחַנָּן.
מַה בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל שָׁחַת הֲיוֹדְךָ עָפָר הֲיַגִּיד אֲמִתֶּךָ.
שְׁמַע ה' וְחָנֵּנִי ה' הֶיֵה עֹזֵר לִי.

COM_KUNENA_POST_RE שוין העכט די צייט כ"א טבת התשפ"א 3:09 PM #269994

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2553
  • האט שוין געלייקט: 1255 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4063 מאל

אזוי זענען דורך יאר נאך יאר נאך יאר, אָן טוהן קיין שום פעולה אויף זיך ארויס זעהן. געלעבט טריקענע און נישט אמת'ע לעבן, א צומישטע לעבן, מיט א געוואלדיגע ירידה ברוחניות וואס איז מיר שווער ארויס שרייבן, תוך כדי זיין שקוע אין די תאוה די גאנצע צייט. צומאל געטוהן אזעלעכע שטותים וואס איך וויל נישט טראכטן וואס וואלט געווען ווען מען כאפט מיר.

איבעריג זאגן אז מזמן לזמן האט מיר געכאפט א הרהור תשובה וחרטה, בפרט נאך ווען איך האב געהאט א חשש אז איינער איז ארויף אויף מיר וכדומה. אויך איבעריג זאגן ווי לאנג דאס האט געהאלטן, אמאל א שעה, אמאל אפאר שעה, אמאל א טאג און אמאל דריי טאג, אמאל אביסל מער.

משך די אלע יארן בין איך כלפי חוץ א שיינע חסידישע יונגערמאן מיט די גאנצע לבוש, מ'קוקט ארויף אויף מיר ביי אונז אין קהילה מחמת כמה סיבות, אבער לב יודע מרת נפשו ווי טיף איך בין אין די בלאטע. ווי איך לעב א דאפלטע לעבן. איך שפיר אזוי אראפ געקלאפט, כאחד הריקים, חוטא ומחטיא, איך שעם זיך פון געוויסע מענטשטן ווען איך גיי אין גאס, איך בין א פארמאכטע קאסטן פאר מיר אליין, כמעט וואס איך האב נישט נאנטע חברים, די קשר מיט ווייב און קינדער איז זייער שוואך און נישט גענוג. איך אליין האב רחמנות אויף זיי אבער איך שפיר ווי געבינדן צום קאמפיוטער מיט אייזענע קייטן! נישט אז די קאמפיוטער איז דער פראבלעם, איך בין דער פראבלעם, אבער כרגע איז עס דורך די קאמפיוטער [הגם עס איז מיט א שטארקע פילטער].

הרבה יותר ממה שכתבתי חקוק על לבי.

מקנא בין איך די וואס כאפן זיך אין די יונגערע יארן און טוהן אלעס וואס איז שייך זיך ארויס זעהן. ענק טוהן אזוי קליג און ריכטיג, ווייל ווי מער יארן וואס גייען דורך, ווערט עס אסאך אסאך אסאך שווערער. און אויב מ'טוהט גארנישט - בלייבט מען מיט דעם ביז.... ה' ירחם.

איך האף זייער זיך קענען מיט כאפן דא מיט די גוטע מהלכים, בסייעתא דשמיא און מיט די הילף פון די חברים. איך בכח עצמי האב איך שוין לאנג לאנג אנגעזעהן אז איך קען גארנישט!! מיינע קבלות זענען ווערט כקליפת השום און האלטן פון תענית אסתר ביז פורים.

וחפץ ה' בידינו יצליח.

אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל אֲדֹנָ"י אֶתְחַנָּן.
מַה בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל שָׁחַת הֲיוֹדְךָ עָפָר הֲיַגִּיד אֲמִתֶּךָ.
שְׁמַע ה' וְחָנֵּנִי ה' הֶיֵה עֹזֵר לִי.

COM_KUNENA_POST_RE שוין העכט די צייט כ"א טבת התשפ"א 3:33 PM #269995

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 225 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 377
  • האט שוין געלייקט: 176 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
שלום עליכם כבוד הרב .... שליט"א
איך גיי אויס פון התפעלות פון אייך, אזוי שטארק ארויסקומען אין אייער ערשטע צוויי פאוסט'ס, קוקט אויס ווי איר האט זייער א שטארקע רצון צו טוישן די ביז יעצטיגע.
בלייבט דא מיט אונז, דריי זיך ארום, און מיט די צייט וועט זיך די אייז אויפלאזן און צוקומען בעז"ה צו די ריכטיגע וועג, וואס איז גוט פאר אייך.
וואלט אפשר כדאי געווען צו קוקן די האנד בוק און דורכגיין סטעפ ביי סטעפ, וואס האב איך שוין פרובירט, ס'האט געהאלפן/נישט געהאלפן אויב האב איך עס נישט גוט/גענוג שטארק געטון לאמיר פרובירן נאכאמל אויף די גוטע/שטערקערע וועג.
אויך וואלט אפשר אויך כדי געווען צו אנהייבן א 90 טאג טשארט.
און יא, אזוי ווי אייער ניק נאמען לויטעט עס איז קיינמאל "נישט שפעט" (ווילאנג מ'לעבט)
איר זענט אנגעקומען אויף א גוטן פלאץ ב"ה

יהא בואך לברכה
דיין חבר נחום - איין קוק ווינציגער

COM_KUNENA_POST_RE שוין העכט די צייט כ"א טבת התשפ"א 4:43 PM #269997

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2553
  • האט שוין געלייקט: 1255 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4063 מאל
איין קוק ווינציגער געשריבן on כ"א טבת התשפ"א 3:33 PM:
שלום עליכם כבוד הרב .... שליט"א
איך גיי אויס פון התפעלות פון אייך, אזוי שטארק ארויסקומען אין אייער ערשטע צוויי פאוסט'ס, קוקט אויס ווי איר האט זייער א שטארקע רצון צו טוישן די ביז יעצטיגע.
בלייבט דא מיט אונז, דריי זיך ארום, און מיט די צייט וועט זיך די אייז אויפלאזן און צוקומען בעז"ה צו די ריכטיגע וועג, וואס איז גוט פאר אייך.
וואלט אפשר כדאי געווען צו קוקן די האנד בוק און דורכגיין סטעפ ביי סטעפ, וואס האב איך שוין פרובירט, ס'האט געהאלפן/נישט געהאלפן אויב האב איך עס נישט גוט/גענוג שטארק געטון לאמיר פרובירן נאכאמל אויף די גוטע/שטערקערע וועג.
אויך וואלט אפשר אויך כדי געווען צו אנהייבן א 90 טאג טשארט.
און יא, אזוי ווי אייער ניק נאמען לויטעט עס איז קיינמאל "נישט שפעט" (ווילאנג מ'לעבט)
איר זענט אנגעקומען אויף א גוטן פלאץ ב"ה

יהא בואך לברכה
דיין חבר נחום - איין קוק ווינציגער


דער אייבישטער זאל דיר גוט באלוינען אויף דיינע ווארעמע ווערטער.
איך ליין שוין די בוק, עס איז זייער שיין געשריבן און העפנט די אויגן.
איך זאל זוכה זיין נמנה מיט די חברים לדבר מצוה.

אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל אֲדֹנָ"י אֶתְחַנָּן.
מַה בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל שָׁחַת הֲיוֹדְךָ עָפָר הֲיַגִּיד אֲמִתֶּךָ.
שְׁמַע ה' וְחָנֵּנִי ה' הֶיֵה עֹזֵר לִי.

COM_KUNENA_POST_RE שוין העכט די צייט כ"א טבת התשפ"א 5:41 PM #269998

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1980 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1980 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 479
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1259 מאל

שלום עליכם נישט שפעט,
איך בין זייער איבערגענימען פין דיין קומען און שרייבן וואס ס׳קומט פאר מיט דיר.
לויט ווי איך פארשטיי האסטו 100 מאל לפחות זיך איבערגעטראכט זאל איך יא שרייבן אדער זאל איך נישט שרייבן, און זיך געבראכן און ארויפגעקומען אזוי קלאר.
די פאקט אז די ביזט אזוי קלאר מיט דיין מצב איז א ברכה, זעלטן מ׳זעהט דאס.
איך בין אין דיין יארגאנג (אפשר קענען מיר זיך) איך בין אויך אריבער בערך דאס, א יוד בלויז מבחוץ וכו׳ און יא עס האט געדוירט אפאר יאר און היינט האב איך אפאר שיעורים קבועים, איך דאווען כמעט שטענדיג מיט מנין, קשר מיט די ווייב אין די קינדער איז ב״ה געוואלדיג כן יעזור ד׳ 
​נישט שפעט זעץ דיר ארויף אויפן וואגן,
עס וועט דיר זייער ווייט טראגען.
מיר אלע זענען דא דיר צו זיין פאר הילף,
אויב די דארפסט אונז גיב אונז א ריף.
מיר קוקן ארויס אויף די צייט וואס יעדער זעהט,
אז סאיז טאקע קיינמאל קיינמאל נישט שפעט.

חיים הקדוש

COM_KUNENA_POST_RE שוין העכט די צייט כ"א טבת התשפ"א 6:57 PM #269999

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 465 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 465 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 546
  • האט שוין געלייקט: 852 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 674 מאל

נישט שפעט  WOW א געוואלדיגע נאמען
אינעם נאמען אליין האסטו שוין דעם תירץ אויף אלע דיינע ווייטאגן.
מער ווייניגער האט יעדער דא געמיינט פארן אנקומען דא, אז עס איז שוין צו שפעט.
אבער נאכן אריינקומען דא איז מען געוואר געווארן אז לא מיניה ולא מקצתיה

עס איז קיינמאל נישט צו שפעט

גארטל דיך אן אין זעץ דיך צו צום חבורה הקדושה וואס שניידט שטיקער פונעם גוף העכור און פון אלע זיינע פארשימעלטע נישטיגע תאוות.
און דער עיקר געדענק, דו ביסט גוט, דו ביסט גוט - אינגאנצן גוט.
די אלע שמוציגע זאכן האט גארנישט מיט דיר קיין שום שייכות,
דער טאטע אין הימל האט דיך ליב אן אויסטערלישע און אן ענדלאזע אהבה.
טאנץ אריין אינעם 90 טאג'איגע טשארט און נעם דיך קנאקן טעג לשם ולתפארת.
געדענק דא ביסטו נישט אליין, האסט א גאנצע ריזיגע קהילה ה"ה קהילת הד"א וואס שטייט גרייט דיך צו העלפן באש ובמים. און מיר נעמען דיך אויף מיט אפענע ארעמעס. ויהא בואך לברכה ולהצלחה ולקדושה ולטהרה. 
עלה והצלח עלה והצלח

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

COM_KUNENA_POST_RE שוין העכט די צייט כ"א טבת התשפ"א 7:13 PM #270001

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 209 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 699 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1674
  • האט שוין געלייקט: 1358 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2981 מאל

שלום וברכה טייערע פריינד.

קודם זאלסטו וויסן אז דו ביסט בכלל נישט אלט און בכלל נישט שפעט, פון צווישן די חבירים וואס איך קען דא זענען דא היבשע מעמבערס אין די יארגענג, עלטער און אויך יונגער, מיר זענען אלע אינעם זעלבן סטראגל.

איך וויין ווען איך ליין דיינע הארציגע ווערטער וואס איז געשריבן מיט אזא אמת, איך פארשטיי דיר אזוי גוט, ווייל איך קום גענוי פון דארט, און מיין האארץ גייט אויס פאר דיר.

זיי אבער וויסן אז ס'איז דא הילף, ס'איז דא א זאך וואס הייסט די 12 סטעפס, און דאס איז די איינציגסטע רפואה פאר אדיקשאן, איך וועל דיר געבן וויפיל צייט די ווילסט נאר דיר צו העלפן און דיר צו מסביר זיין וואס דאס איז, איך האבב אסאך חומר וואס איך קען דיר שיקן דערוועגן, קענסט מיר אלעמאל קאנטאקטן אויף:  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it פאר סיי וואספארע הילף.

איך מייין עס זייער אמת'דיג, און הלואי דו זאלסט אנקוממען צו אמת'ע ערהולונג ווי פריער, עס וועט דיר העלפן סיי אויף דיין אדיקשאן, און סיי אויף דיין ירידה ברחניות.

דיין פריינד און דיין ברודער אחכה לו.

איך דאנק דעם אויבערשטן פארן מיך צו שיקן צו די היימישע SAAPP  צוועלף סטעפ גרופע וואס האט געראטעוועט מיין לעבן מאפילה לאורה. פאר מער אינפאו וועגן די גרופ קענט איר קאנטאקטן גענצליך אנאנימוס:
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

COM_KUNENA_POST_RE שוין העכט די צייט כ"א טבת התשפ"א 8:31 PM #270002

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 622 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1368
  • האט שוין געלייקט: 1099 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1605 מאל
נישט שפעט געשריבן on כ"א טבת התשפ"א 3:08 PM:

לכל חברי קהילה קדישא הדין הע"י

שוין באַלד א חודש צוויי וואס איך ליין און איך קוק דא אין דער מקום קדוש. איך האב געליינט האלט און ניי, חדשים וגם ישנים בעבר ובהווה, פון די אלטע חברים און פון די נייע. מיין הארץ איז נתעורר געווארן מיט קנאת סופרים זעהנדיג צענדליגע טייערע יודן, יונגערע און עלטערע, וואס ווילן זיין וואויל און טוהן צו די זאך, זיי רייסן פון זיך שטיקער לשבר את הטבע כדי ריין ווערן און פטור ווערן פון די ביטערע תאוה וואס מאכט חרוב די מענטשט.

איך בין א עלטערע יונגערמאן, און די הויעכע דרייסיג, און איך לייד פון די תאוה שוין בערך 25 יאר! אנגעהויבן אזויווי ביי אסאך דא, אלס יונגער בחור, געשפילט אליין און מיט חברים, בעסערע תקופות שוואכערע תקופות, פארלוירן א טעם אין א מצוה און אין תורה, מיט די צייט אויפגעהערט שפירן א געפיהל און יעדע דבר שבקדושה, תורה תפילה עניני חסידות וכו'. אסאך מאל זענען דורך טעג און וואכן בלי תורה ובלי תפילה. ווען איך האב עס שוין יא געטוהן איז עס געווען נאר ווייל אלע טוהען, כמצות אנשים מלומדה. לכאורה האט דאס אלעס געהאט א שייכות מיט די תאוה וואס האט מיר אויפגעגעסן מבית ומבחוץ.

עס האט אויך געמאכט אזא חומה ארום מיר פון זיין באהאלטן און פארלאשן, זיך דערווייטערט פון מענטשטן און פון חברים, אָן האבן אן אמת'ע קירבה מיט אנדערע - וואס דאס לכאורה איז געקומען כדי באהאלטן די אינעווייניגסטע פחדים און חששות און בארואיגן מיינע אויסגעלאשענע געפילן. איך האב נישט געהאט אסאך אמת'ע חברים, ווייל די גאנצע צייט האב איך געלעבט מיט א חשש אז יענער ווייסט אויף מיר וכדומה, און דאס האט מיר געמאכט לעבן מיט חשדנות א גאנצע צייט. מורא האבן פון מענטשטן.

עס האט זיך געצויגן אלע בחורישע יארן וואס זענען ליידער ירדו לטמיון רח"ל. געהאפט אז נאך די חתונה וועט עס בעסער ווערן, אבער א נעכטיגן טאג, מיין גאנצע ציגאנג צום חתונה איז נישט געווען מיט א ריכטיגע וועג. צוליב מיין פארמאכטקייט און דערווייטערטקייט פון מענטשטן האב איך נישט ריכטיג און אמת'דיג אויסגהערט און מקבל געווען וואס די מדריך האט מיר אויסגעלערנט אויף הנהגת הבית בכלליות.


WOW!!!! אזוי קלאר שוין פון אנהייב אריינקומען! .שוין לאנג נישט געזעהן אזאנס.
געדענק!! "נאר ג-ט קען אונז אןן וועט אונז היילען" אונז דארף מער געלייבען ווי נישט און קאנטראל מיר זענען און זיך גוט איו פעסט אנהענגען און ג-ט און בעיקר אים בעטן אז ער זאל דיר האלטן סאבער אין ריין. אין נאר אזוי קענען אונז אלע שטייגען. און אזוי ווי איין קוק האט שוין דערמאנט איז גוט צו דורך לינען די האנט בוך
עס מאכט זייער קלאר די נושא אין די פלאן אויף ווייטער אז די זאלסט נישט צירוק פאלן
אין מזל טוב צו דיין נייע טרעד !!!!!!

אויב האסטו סיי וואס פאר א פראגע אדער פראבלעם און דו ווילסט עס אויסשמועסן 
קענסטו מיר אלעמאל קאנטעקטן.
רופן אדער טעקסטן: ‪(646) 481-8319‬

אימעיל: This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it  
און איך וועל בס"ד פרובירן צו טוען אלעס מעגליך דיר צו העלפן 

 שיע - מהנהלת היט דיינע אויגן 

COM_KUNENA_POST_RE שוין העכט די צייט כ"ב טבת התשפ"א 7:42 AM #270006

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2553
  • האט שוין געלייקט: 1255 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4063 מאל
holychaim געשריבן on כ"א טבת התשפ"א 5:41 PM:

שלום עליכם נישט שפעט,
איך בין זייער איבערגענימען פין דיין קומען און שרייבן וואס ס׳קומט פאר מיט דיר.
לויט ווי איך פארשטיי האסטו 100 מאל לפחות זיך איבערגעטראכט זאל איך יא שרייבן אדער זאל איך נישט שרייבן, און זיך געבראכן און ארויפגעקומען אזוי קלאר.
די פאקט אז די ביזט אזוי קלאר מיט דיין מצב איז א ברכה, זעלטן מ׳זעהט דאס.
איך בין אין דיין יארגאנג (אפשר קענען מיר זיך) איך בין אויך אריבער בערך דאס, א יוד בלויז מבחוץ וכו׳ און יא עס האט געדוירט אפאר יאר און היינט האב איך אפאר שיעורים קבועים, איך דאווען כמעט שטענדיג מיט מנין, קשר מיט די ווייב אין די קינדער איז ב״ה געוואלדיג כן יעזור ד׳ 
​נישט שפעט זעץ דיר ארויף אויפן וואגן,
עס וועט דיר זייער ווייט טראגען.
מיר אלע זענען דא דיר צו זיין פאר הילף,
אויב די דארפסט אונז גיב אונז א ריף.
מיר קוקן ארויס אויף די צייט וואס יעדער זעהט,
אז סאיז טאקע קיינמאל קיינמאל נישט שפעט.

חיים הקדוש


ביסט זייער גערעכט, איך האב אסאך געטראכט יא שרייבן אדער נישט, וואס און וויאזוי שרייבן. ביז איך האב מחליט געווען גארנישט לאזן באהאלטן אין מיר. גענוג געווען מיט די הסתרה.

ביים שרייבן האב איך געשפירט אז עס העפנט זיך א קליין לעכל ווי די אייטער רינט ארויס.

איך בין זייער פרייליך און מרוגש הערן אז דו ביסט שוין ב"ה אויף א גוטע וועג, דאס גיט מיר שטארקע כוחות אויך אנהייבן צוטוהן וואס מ'דארף.

זאלן מיר טאקע אלע זוכה זיין צו חיים הקדוש - הייליגע לעבן

אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל אֲדֹנָ"י אֶתְחַנָּן.
מַה בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל שָׁחַת הֲיוֹדְךָ עָפָר הֲיַגִּיד אֲמִתֶּךָ.
שְׁמַע ה' וְחָנֵּנִי ה' הֶיֵה עֹזֵר לִי.

COM_KUNENA_POST_RE שוין העכט די צייט כ"ב טבת התשפ"א 7:46 AM #270007

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2553
  • האט שוין געלייקט: 1255 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4063 מאל
ואטהר ואתקדש געשריבן on כ"א טבת התשפ"א 6:57 PM:

נישט שפעט  WOW א געוואלדיגע נאמען
אינעם נאמען אליין האסטו שוין דעם תירץ אויף אלע דיינע ווייטאגן.
מער ווייניגער האט יעדער דא געמיינט פארן אנקומען דא, אז עס איז שוין צו שפעט.
אבער נאכן אריינקומען דא איז מען געוואר געווארן אז לא מיניה ולא מקצתיה

עס איז קיינמאל נישט צו שפעט

גארטל דיך אן אין זעץ דיך צו צום חבורה הקדושה וואס שניידט שטיקער פונעם גוף העכור און פון אלע זיינע פארשימעלטע נישטיגע תאוות.
און דער עיקר געדענק, דו ביסט גוט, דו ביסט גוט - אינגאנצן גוט.
די אלע שמוציגע זאכן האט גארנישט מיט דיר קיין שום שייכות,
דער טאטע אין הימל האט דיך ליב אן אויסטערלישע און אן ענדלאזע אהבה.
טאנץ אריין אינעם 90 טאג'איגע טשארט און נעם דיך קנאקן טעג לשם ולתפארת.
געדענק דא ביסטו נישט אליין, האסט א גאנצע ריזיגע קהילה ה"ה קהילת הד"א וואס שטייט גרייט דיך צו העלפן באש ובמים. און מיר נעמען דיך אויף מיט אפענע ארעמעס. ויהא בואך לברכה ולהצלחה ולקדושה ולטהרה. 
עלה והצלח עלה והצלח


יישר כח אויף דיין געוואלדיגע חיזוק.

מ'ווערט אזוי פארשמירט און אפגעקילט, ביז מען פארגעסט אז אונז האבן א טאטע אין הימל וואס ווארט אויף אונז.

מען פארגעסט, און מען וויל נישט גלייבן אז דער טאטע האט אונז אייביג ליב. עס איז טאקע אום פארשטאנד נאך די אלע מעשים מכוערים.

עס איז פאר מיר אזא שמחה טרעפן אזא קהילה און אז ען נעמט מיר אויף וויאזוי איך בין.

יישר כח אויף דיינע ברכות, זאל מקויים ווערן אין מיר דייינע ווערטער "ואטהר ואתקדש".

אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל אֲדֹנָ"י אֶתְחַנָּן.
מַה בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל שָׁחַת הֲיוֹדְךָ עָפָר הֲיַגִּיד אֲמִתֶּךָ.
שְׁמַע ה' וְחָנֵּנִי ה' הֶיֵה עֹזֵר לִי.
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.89 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא