ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: מלחמת רוסלאנד אוקריינא 1860 באזוכער

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י' אייר התשפ"ב 1:17 PM #285860

  • יוסף המלך
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 344
  • האט שוין געלייקט: 6033 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

יוסי, איך וויל אויך זיין וואויל! הערסט? דו ביזט הייליגע נייעס! גיי אן! שכח!

יוסף השם עליכם, עליכם ועל בניכם, ברוכים אתם להשם, עושה שמים וארץ!
ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט האט ער געוויסט אלע שלעכטע מעשים פון יעדן איינעם און דאך האט ער עס באשאפן, ווייל ער האט אזויפיל מער הנאה פון די (נצחונות!) נאופ מער הנאה פון די מלחמה! אפילו מ׳פאלט דערנאך! דער עיקר מ׳שלאגט זיך…

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י' אייר התשפ"ב 1:23 PM #285863

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

די ביסט די מלך אונז זענען דיינע סאלדאטען

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י' אייר התשפ"ב 6:35 PM #285934

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

טשאלענד'ס אינטערשריפט
פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י' אייר התשפ"ב 6:38 PM #285936

  • Friend
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 68 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 2325
  • האט שוין געלייקט: 951 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל
יוסי וויל זיין וואויל געשריבן on י' אייר התשפ"ב 6:35 PM:

טשאלענד'ס אינטערשריפט
פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it


מורדיגע חיזוק - 
(ווייס נאר נישט אויב עס איז גוט צו נעמען חיזוק דורך חאמאס)

מען דארף זיין גוט צו יעדעם, אבער נישט מיט יעדעם,
כבדהו וחשדהו

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י' אייר התשפ"ב 6:39 PM #285937

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל
אמעריקאנער אינטעלידזשענס באאמטע זענען ביים מיינונג אז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין גרייט זיך פאר א לאנגע מלחמה

נעשינאל אינטעלידזשענס דירעקטער פרוי העינס זאגט אז פוטין האט צילן ארויס פון די דאנבאס ראיאן, אבער ער שטייט אויס פראבלעמען אז זיינע אמביציעס שטימען נישט מיט די מעגליכקייטן פון די רוסישע מיליטער. זי זאגט אז פוטין רישט זיך ווארשיינליך אז אמעריקאנער און אי-יו שטיצע פאר אוקראינא ועוט ווארן אפגעשוואכט ווען די פראבלעמען פון אינפלאציע, עסן מאנגל און ענערגיע פרייזן ווערן ארגער.

נאך אמאל און נאך אמאל  מען טאר נישט מסיח דעת זיין קיין רגע פון די מלחמה

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י' אייר התשפ"ב 6:42 PM #285938

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל
רוסיש-געשטעלטע באאמטע אין אוקראינא'ס חרסון ראיאן האבן געמאלדן אז זיי גייען בעטן פון פוטין אריין צו נעמען די ראיאן אין רוסלאנד

חרסון איז געווען די ערשטע גרעסערע אוקראינער שטאט צו פאלן ווען די רוסישע אינוואזיע האט זיך אנגעפאנגן, און ווערט היינט געפירט דורך רוסיש-געשטעלטע באאמטע. קיריל סטרעמאָסאָוו זאגט אז די געדאנק פון שאפן א זעלבסשטענדיגע חרסון ריפובליקא אזויווי עטליכע געגענטער אין מזרח אוקראינא האבן געטון קומט נישט אין באטראכט, נאר די ראיאן גייט בעטן צו ווערן אנעקסירט דורך רוסלאנד אן קיין שום רעפערענדום.


דאס שטייט שוין און די גמרא היום אומר לך עשה כך ולמחר עד שתעבוד עבודה זרה
ער איז נישט צופרידען פון איינמאל זיך נאכגעבען  ער וויל די גאנצע מענטש צו פארכאפען און סזאל זיין אינגאנצען און זיין נעץ...

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י' אייר התשפ"ב 6:43 PM #285939

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל
friend געשריבן on י' אייר התשפ"ב 6:38 PM:

יוסי וויל זיין וואויל געשריבן on י' אייר התשפ"ב 6:35 PM:

טשאלענד'ס אינטערשריפט
פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it


מורדיגע חיזוק - 
(ווייס נאר נישט אויב עס איז גוט צו נעמען חיזוק דורך חאמאס)

עס איז אמעריקע אדער טאליבאן

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י' אייר התשפ"ב 10:00 PM #285949

  • Friend
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 68 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 2325
  • האט שוין געלייקט: 951 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל
יוסי וויל זיין וואויל געשריבן on י' אייר התשפ"ב 6:43 PM:

friend געשריבן on י' אייר התשפ"ב 6:38 PM:

יוסי וויל זיין וואויל געשריבן on י' אייר התשפ"ב 6:35 PM:

טשאלענד'ס אינטערשריפט
פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it


מורדיגע חיזוק - 
(ווייס נאר נישט אויב עס איז גוט צו נעמען חיזוק דורך חאמאס)

עס איז אמעריקע אדער טאליבאן


גרעכט טאליבאן

מען דארף זיין גוט צו יעדעם, אבער נישט מיט יעדעם,
כבדהו וחשדהו

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י' אייר התשפ"ב 11:17 PM #285959

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 496
  • האט שוין געלייקט: 663 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 611 מאל

מורא'דיגע מוסר השכל'ס

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י"ב אייר התשפ"ב 7:38 AM #286074

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל
רוסישע רעגירונג וועט נוצן עמיצער וואס זעהט אויס ענליך צו פוטין אלס פאלשער פרעזידענט ווען פוטין גייט אריבער אפעראציע‎‎

לויט די קוועלער, איז ערוואַרטעט אַז דער עכטער רוסישער פּרעזידענט פּוטין וועט זיין אין שפּיטאָל פאַר צען טעג אַריבערצוגיין אַן אַפּעראַציע אויף זיין קענסער מחלה וואָס ער ליידט. אין לויף פון די צען טעג וועט די רוסישע רעגירונג זיך באַנוצן מיט איינעם וואָס זעהט אויס פּונקט ווי פּוטין, צו באַהאַלטן פונעם רוסישן פאָלק אַז פּוטין איז נישט אין דינסט.

די יצר הרע שלאפט / פעלט קיינמאל נישט

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י"ב אייר התשפ"ב 2:02 PM #286099

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 219 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 219 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 1495
  • האט שוין געלייקט: 486 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1196 מאל
יוסי וויל זיין וואויל געשריבן on י"ב אייר התשפ"ב 7:38 AM:
רוסישע רעגירונג וועט נוצן עמיצער וואס זעהט אויס ענליך צו פוטין אלס פאלשער פרעזידענט ווען פוטין גייט אריבער אפעראציע‎‎

לויט די קוועלער, איז ערוואַרטעט אַז דער עכטער רוסישער פּרעזידענט פּוטין וועט זיין אין שפּיטאָל פאַר צען טעג אַריבערצוגיין אַן אַפּעראַציע אויף זיין קענסער מחלה וואָס ער ליידט. אין לויף פון די צען טעג וועט די רוסישע רעגירונג זיך באַנוצן מיט איינעם וואָס זעהט אויס פּונקט ווי פּוטין, צו באַהאַלטן פונעם רוסישן פאָלק אַז פּוטין איז נישט אין דינסט.

די יצר הרע שלאפט / פעלט קיינמאל נישט


קראנטע אינפארמאציע?

די תהלים ווינקל איז אפדעיטעד

האסט שוין געזאגט די טעגליכע קאפיטל?

איך נעם די פילסטע אחריות אויף אלע מיינע מעשים וואס איך טוה, איך באשולדיג נישט דערויף אנדערע. - איך טוה מיך אבער לאזן העלפן פון אנדערע...

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י"ב אייר התשפ"ב 5:38 PM #286114

  • השם אחד
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 15
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
די נייעס דערמאנט מיר אביסל פון א רמב"ם און הלכות תשובה,די רמב"ם שרייבט אז א מענשט וואס טוט תשובה דארף טון אפאר זאכן, איינס פון זיי איז אז ער דארף טוישן זיין נאמען און זאגן איך בין א אנדערע מענטש נישט דער וואס האט געטון די עבירות!! (וז"ל ומשנה שמו, כלומר: אני אחר ואיני אותו האיש שעשה אותן המעשים,) איז ווען איך האב עס געלערנט האב איך געקלערט אזוי, וואס הייסט דאס טוישן א נאמען?!?איז קען מען עס מסביר זיין מיט די מאמר חז"ל אז ווען א מענטש טוט א עבירה אפאר מאל נעשה לו כהיתר (וז"ל דאמר רב הונא כיון שעבר אדם עבירה ושנה בה הותרה לו, הותרה לו סלקא דעתך אלא נעשית לו כהיתר) און ווען ער ווערט שוין נשרש בחטא דארף די יצר הרע בכלל נישט שווער ארבעטן אים צו מאכן זינדיגן נאר זיי פארשטייען זיך שוין ווי גוטע פריינד ליידער און מיט א ווינק פון די אויג פאלט ער שוין אריין און זיין נעץ, אבער ווען די מענטש טוט תשובה און די יצר קומט צו אים ווי א חבר און זאגט אים 'האלא..... קומסט ארויס אויף א יאגד?!? געסטו זיך א דריי ארום צו אים און פרעגסט.... זאג אונז קענען זיך?!?
ותגעינו למחוז חפצנו לחיים ולשמחה ולשלום!!

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י"ב אייר התשפ"ב 5:40 PM #286115

  • השם אחד
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 15
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

המשך.... ס'איז נישט ארויף די גאנצע זאך! 

 און פרעגסט....

 זאג אונז קענען זיך?!? איך מיין די האסט נישט די ריכטיגע מענטש..... איך בין א צווייטן!! (אזוי ווי ווען איינער זעט איינעם אויפן גאס און מיינט ס'איז זיין חבר יענקל און למעשה איז עס א צווייטן און ער גיבט א שריי אהההה יענקל...... וואס מאכסטו און די אנדערע גיבט אים אפאר אויגן אנטשולדיג איך בין משה)..........

די זעלבע איז מיט דער נייער פוטין פון אינדרויסען זעט אלעס אויס די זעלבע אבער ווען די רעדסט צו אים זעסטו ס'איז אינגאנצן א נייע זאך "אני אחר"! (כל זה לע"ד בדרך אפשר) 

בברכת שבת שלום ומבורך הייליגע ברודער!!

ותגעינו למחוז חפצנו לחיים ולשמחה ולשלום!!

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י"ד אייר התשפ"ב 5:09 PM #286213

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

די אוקריינע האבן דורך געפירט א פאראדע ווי זיי האבן פארכאפט אפאר רוסישע טאנקען כדי זיך צו האלטען פריש און לעבעדיק "דארק רומער" (מענדל אונגאר)..

ביי אונזער מלחמה נאר מיט שמחה קען מען בייקומען די שטן 

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י"ד אייר התשפ"ב 5:11 PM #286214

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל
יוסי וויל זיין וואויל געשריבן on י"ד אייר התשפ"ב 5:09 PM:

די אוקריינע האבן דורך געפירט א פאראדע ווי זיי האבן פארכאפט אפאר רוסישע טאנקען כדי זיך צו האלטען פריש און לעבעדיק "דארק רומער" (מענדל אונגאר)..

ביי אונזער מלחמה נאר מיט שמחה קען מען בייקומען די שטן 


עצבות אליין איז נישט קיין עבירה אבער וואס עצבות ברענג צו קען די ערגסטע עבירה נישט צוברענגן
שמחה אליין איז נישט קיין מצוה  אבער וואס שמחה ברענג צו קען די גרעסטע מצוה נישט צוברענגן

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י"ד אייר התשפ"ב 5:12 PM #286215

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2553
  • האט שוין געלייקט: 1255 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4063 מאל

מ'דערציילט אויף נאפוליון, אז ער האט געהייסן פאר זיינע סאלדאטן זינגען די "מארש" פון די נצחון, נאך אויפן וועג צום פראנט!

אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל אֲדֹנָ"י אֶתְחַנָּן.
מַה בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל שָׁחַת הֲיוֹדְךָ עָפָר הֲיַגִּיד אֲמִתֶּךָ.
שְׁמַע ה' וְחָנֵּנִי ה' הֶיֵה עֹזֵר לִי.

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י"ד אייר התשפ"ב 5:29 PM #286220

  • Friend
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 68 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 2325
  • האט שוין געלייקט: 951 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל
יוסי וויל זיין וואויל געשריבן on י"ד אייר התשפ"ב 5:11 PM:

עצבות אליין איז נישט קיין עבירה אבער וואס עצבות ברענג צו קען די ערגסטע עבירה נישט צוברענגן
שמחה אליין איז נישט קיין מצוה  אבער וואס שמחה ברענג צו קען די גרעסטע מצוה נישט צוברענגן


אלטע ווארט 
מעו דארף עס אבער חזרן און איבער חזרן ווי מער 
נישט צו פארגעסן

מען דארף זיין גוט צו יעדעם, אבער נישט מיט יעדעם,
כבדהו וחשדהו

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י"ד אייר התשפ"ב 5:42 PM #286225

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

ביק דיים  מען זעט עס ווען מען איז און א בעד מוט  צו וואס קען עס צוברענגען  (עקטען אוט)

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא ט"ז אייר התשפ"ב 4:07 PM #286498

  • 353
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 300
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

די אזאוו חברה האבן זיך געשלאגען מיט די שונא פאר 83, זיי האבן נישט געקענט מאכן 90 טעג... דאך ווערן זיי פארעכנט וואו די גרעסטע העלדן פון די מלחמה. אלעס ווענט זיך פארוואס און וויאזוי מען שלאגט זיך.

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י"ח אייר התשפ"ב 7:44 PM #286673

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 961 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

די אזאוו חברה האבן זיך געשלאגען מיט די שונא פאר 83, זיי האבן נישט געקענט מאכן 90 טעג... דאך ווערן זיי פארעכנט וואו די גרעסטע העלדן פון די מלחמה. אלעס ווענט זיך פארוואס און וויאזוי מען שלאגט זיך.



זייער אמת
דאס איז עס, מיין לעבן איז געטוישט אויף אייביג. איך לייד פון א טויטליכע דיזיז. איך מוז מיך אויסלערנען א נייע מהלך החיים.

א. גרין'ס אשכול

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא י"ח אייר התשפ"ב 7:46 PM #286674

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 961 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל
השם אחד געשריבן on י"ב אייר התשפ"ב 5:40 PM:

המשך.... ס'איז נישט ארויף די גאנצע זאך! 

 און פרעגסט....

 זאג אונז קענען זיך?!? איך מיין די האסט נישט די ריכטיגע מענטש..... איך בין א צווייטן!! (אזוי ווי ווען איינער זעט איינעם אויפן גאס און מיינט ס'איז זיין חבר יענקל און למעשה איז עס א צווייטן און ער גיבט א שריי אהההה יענקל...... וואס מאכסטו און די אנדערע גיבט אים אפאר אויגן אנטשולדיג איך בין משה)..........

די זעלבע איז מיט דער נייער פוטין פון אינדרויסען זעט אלעס אויס די זעלבע אבער ווען די רעדסט צו אים זעסטו ס'איז אינגאנצן א נייע זאך "אני אחר"! (כל זה לע"ד בדרך אפשר) 

בברכת שבת שלום ומבורך הייליגע ברודער!!


זייער א שטארקע רעיון!
השם אחד קום אריין מער מיט דיינע געדאנקען.

דאס איז עס, מיין לעבן איז געטוישט אויף אייביג. איך לייד פון א טויטליכע דיזיז. איך מוז מיך אויסלערנען א נייע מהלך החיים.

א. גרין'ס אשכול

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא א' סיון התשפ"ב 6:26 PM #287601

  • Friend
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 68 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 2325
  • האט שוין געלייקט: 951 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל
יוסי וויל זיין וואויל 
די גייסט אונז נאך אינפאמירן?

ווער קען אריינקימען מיט די לעצטע נייעס?

מען דארף זיין גוט צו יעדעם, אבער נישט מיט יעדעם,
כבדהו וחשדהו

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא ג' סיון התשפ"ב 2:35 PM #287863

  • נאר-היינט
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 36
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
יוסי וויל זיין וואויל געשריבן on י' 'אדר ב התשפ"ב 2:33 PM:

צוויי דימאנטען געשריבען און א אנדערע טרעד 

שטארקע משל (מעשה שהוה)
פוטין הרשע שטארקע מיליטער, שטארקע שאנסן, וכו' וכו' וכו'
זאלענסקי, שוואכע מיליטער, האט גארנישט, שוואכע שאנסן, וכו' וכו' וכו'
זאלענסקי איז די היראו.
פארוואס? ווייל ער האט נישט מורא צו בעטן הילף פון די גאנצע וועלט....


אמת ויציב

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא ט"ו סיון התשפ"ב 3:18 PM #288801

  • כתר
  • איצטיגע שטרעקע: 45 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 45 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 83 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

געווען לעצטנס בילדער ווי פרעזידענט זעלענסקי האט געטיילט מעדאלן פאר די סאלדאטן אויפן שלאכטפעלד.
מעדאלן טיילט מען פארן זיך שלאגן, נישט נאר פארן געוואונען!

א טאג וואס מען איז מוסיף קדושה זאגט מען: כתר.
כתר - 
איך מאך א קרוין.
כתר - איך טראג א קרוין.
כתר יתנו לך ד' אלוקינו!

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא כ' סיון התשפ"ב 7:13 PM #289385

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

די מלחמה גייט אן בתוקפו  עס פאלען שטיקער יעדען טאג פון ביידע זייטן  
גיטס א קוק  קודם האט יעדער געציטערט פונעם רוס אוי ווי געצוטערט  אבער די אוקריינא האבן געוואוסט אז אם אין אני לי  מי לי   און זיי האבן געזאגט ניין מיר האבן קיין מורא פון דיר  און פיץ אפ פון דא     די רוס האט נישט אפגעפיצט  אבער ער איז אונגאנצען פארשמירט   קיינער כמעט קיינער  וויל נישט שטיין און ווארט מיט איהם  ער איז גיט צומזיק  וכו' וכו' וכו'
ניין ס'איז נישט פארטיג  אבער מען דארף זיך האלטן ווייטער און נישט אויפגעבען  די הילף קומט סיי ווי פון אנדערע פלעצער  מיר דארפען נאר זיך שלאגען  און מיט אייפער  אזוי וועט מען זיך קענען האלטן

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא כ' סיון התשפ"ב 7:17 PM #289386

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

רבותי קומט ארויף העלפן די מלחמה
מיר זוכען גענעראלן צו פירן די מלחמה
ריפט ענק אן און קומט אריין דא מיט נייעס און חידושים  מיט חיזוק
יישר כח
קומטס זיך שלאגען פאר פרייהייט 

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא כ"א סיון התשפ"ב 6:42 AM #289421

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל
נאטא פירער ווארנט אז רוסישע מלחמה אין אוקריינע קען זיך פארציען פאר נאך לאנגע יארן‎‎: נאטא פירער סטאלטענבערג זאגט, אז רוסלאנד איז ערווארטעט נאכמער צו פארשטארקערן זייערע אטאקעס אויף אוקריינישע שטעט אין די קומענדיגע וואכן און חדשים. סטאלטענבערג זאגט אויך אז מען קען ערווארטן אז רוסלאנד וועט שארף רעאגירן מיליטעריש צו דעם וואס די אייראפעאישע יוניאן האט אויסגעדרוקט גרייטקייט אריינצונעמען אוקריינע.

די מלחמת היצר איז א פארצויגענע    און ווען עס זעט אויס אז מען איז אביסעל מצליח  קומט די שטן מיט גרעסערע נסיונות

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא כ"א סיון התשפ"ב 6:44 AM #289423

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל
אוקראַינער פּרעזידענט זעלענסקי האָט באַזוכט היינט די געשעדיגטע דרום שטאָט מייקאָלאַיעוו, צום ערשטן מאָל זינט די רוסישע אינוואַזיע: זיין באַזוך איז געקומען איין טאָג נאָכדעם וואָס אַ רוסישע אַטאַקע האָט אומגעברענגט צוויי מענטשן און פאַרוואונדעט 20 אין די שטאָט. די סטראַטעגישע שטאָט מייקאָלאַיעוו ווערט באָמבאַרדירט דורך רוסלאַנד זינט די ערשטע טאָג פון די אינוואַזיע. זעלענסקי האָט באַזוכט טרופּן אויף די דרום פראָנט אינדרויסן פון קיעוו, און טרופּן אין די מייקאָלאַיעוו און אָדעסאַ ראַיאָן. ער האָט געטיילט מעדאַלן און געהאַלטן רעדעס אויפצומונטערן די מאָראַל, נאָך שווערע קלעפּ פון רוסלאַנד אין די לעצטע וואָכן.

יא מ'כאפט קלעפ  און דעמאלסט ברויך מען אסאך חיזוק פון די מנהלים אדער חברים.......

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא כ"א סיון התשפ"ב 7:02 AM #289424

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל
ביי יעדע מלחמה דארף מען מאכן א סך הכל ווי מען שטייט און וואס זענען די פלענער אויף ווייטער   זיכער ביי די מלחמת היצר......


גענומען פון אידישע וועלט פארומס
הונדערט טעג אריין אין די רוסלאנד - אוקריינע קריג, וואו שטייט מען? - נקדימון
מען שטייט אריבער הונדערט טעג אריין זינט רוסלאנד האט באשלאסן צו לאזן אין גאנג אן אגרעסיווע אינוואזיע אויף איר שכן אוקריינע. א שכן וועמען זי באטראכט שוין פאר לאנגע יארן מיט א קרימער אויג. אלעס אינטער די שירעם פון א "געצוימטע מיליטערישע אפעראציע". אן אפעראציע וואס האט געזאלט נעמען לויט פוטינס עסאמפשענס טשיק טשאק. פוטינס טרוים פון פארכאפן גאנץ אוקריינע דורך א רעזשים טויש מיט ווייניג פארלוסטן האצעך אויסגעלאזט מיט א הילכיגער דורכפאל. א דורכפאל וואס די היסטאריע ביכער וועלן נאך א סך שטודירן.

די רוסן האבן געכאפט געבראטענע שלעק און באין ברירה געמיזט טוישן סטראטעגיע. בזיונות ארום קיעוו און ארום מיקאלייעב און מיט בושות געדארפט אפיאגן פון דארט איידער זיי גייען ארויס צושפלעטערט פון דארט.

עקספערטן אויפן פראנט האבן ערווארטעט א שיפט אין די אויסשטעל פון די שלאכטפעלד. עפעס וואס האט נאכגעפאלגט אויפן טאקט. ווי א טאג עס איז פאראיבער איז געווארן קלאר אז אזוי געשעט.

viewtopic.php?p=3441471#p3441471

אין אידיש גערעדט, די קריג און שטייצעך די (ארגינעלער...) ציל פון די רוסישער קרעמלין גייט זיך ריקן אריבער צו די דאנבאס. און די רוסן גייען פרובירן ענצירקלען די דזשפ"א. בארינגלען די שווערע טויזנטער אוקריינער קעמפער וואס האלטן זיך אויף אין מזרח אוקריינע. דורך א פינטצער באוועגונג קומען פון צפון אויבן און פון דרום/מאריאפאל אינטן אויף ארויף און פארכאפן די אוקריינער קרעפטן אין א שווערע פאזיציע באלאגערט פון אלע זייטן.

אוועקנעמען די אוקריינער אטאנאמיע איז א פארגאנגענהייט. חוץ פאר פרא רוסישע העקס וואס פאנטאזירן נאך אז באלד קומט רוסלאנד צוריק קיין קיעוו און אז עס איז דא שאנסן פאר א רוסישער לאנדונג אין אדעסע. ווי אויך אז פינלאנד און מאלדאווע זענען אין א געפאר.

אבער די פארמעסט פאר טעריטאריעלע הערשאפט איבער דאנבאס גייט יא אן מיט איר פולער קראפט מיט גאר שווערע פארלוסטן פאר ביידע זייטן. ווארשיינלעך קען מען זאגן פאר די אוקריינער קאסט עס היפש מער ווי פאר די רוסן.

דאך האבן די רוסן נאכאמאל באוויזן צו אנבאטשן די נאטירליכער אויבערהאנט וואס זיי האבן געדארפט צו האבן אין די נייער פאזע.



די ריזיגער באלאגערונג פון די JFO - Joint forces operations (די אוקריינער קרעפטן וואס האלטן זיך אויף שוין יארן אין די דאנבאס זינט צוויי טויזנט אין פערצן ווען זיי האבן אינטער גענומען צו ארויסשטויסן די רוסן פון די אומגעגענט) איז נישט געשען. מאריאפאל אינטן דרום זייט האט גענומען פון דא ביז אהין ביז די פארבליבענע ברוכווארג אין שטאט איז אריבער אין רוסישע קאנטראל. עס האט דאך יעדער מיטגעהאלטן די דעוועלעפמענטס אין מאריאפאל. ביז די רוסן האבן געקענט באפרייען באטאליאנען צו קענען ארויף מארשירן טיפער אריין אין אוקריינע אין ריכטונג פון צפון האט גענומען סך סך לענגער ווי זיי האבן געוואלט.

אויבן צפון ביי די שטאט איזיום האבן די רוסן נישט מצליח געווען צו פארכאפן איזיום גלייך. עס האט גענומען סך צו לאנג ביז זיי האבן דאס באוויזן, פארלירנדיג קריטישע מאמענטן. די רוסן האבן געהאט סך צו ווייניג קרעפטן פאר די אויפגאבע פון איינעמען איזיום.

די רוסן האבן ווידעראמאל איבער געטון די טעות וואס זיי האבן געטון אין די ערשטע פאזע פון די קריג. אויסגעשפרייט און אויסגעצויגן זייערע קרעפטן אויף אזויפיל באזונדערע פראנטן, צומאל קעגנזייטיגע פראנטן. מאכנדיג זייער צילן אומדערגרייכבאר לויט ווי אזוי זיי האבן געהאט אין פלאן. די רוסן האבן נישט קאנצענטרירט א גאר שטארקע קריגס קראפט ביי די נויטיגע פראנט ליניעס צו קענען דורכפירן וואס זיי האבן געוואלט.

א חודש אריין אין די רוסישע זעלנער אין איזיום זענען געווען ערשעפט און פארמאטערט. דארפנדיג זיך אפשטעלן צו זיך קענען רעארגאנעזירן. ביי די צייט די קרעמלין האט באשלאסן צו שלעפן די באטאליאנען פון ארום קיעוו אהין דארט האבן די אוקריינער שוין באוויזן טיילווייז זיך צו באפעסטיגטן זייערע קריגס פאזיציעס אין דאנבאס.

דאס האט געשניטן די רוסישע אויבערהאנט וואס זיי וואלטן ווען געדארפט געניסן ברייטערהייט מיט היפש אביסל. די לאגע איז שוין נישט געווען אזוי שטארק פעיווערעבל פאר א רוסישער אפענסיווע. דאך נאכאלץ מער אין פעיווער פון די רוסישע מיליטער.

רוסלאנד האט אויך געוואלט אין דאנבאס פון צפון זייט אוקריינע, פרובירן צו מאכן צוויי טאשן/"פאקעטס" ארום די אוקריינער קרעפטן. אן אטאקע פון איזיום אין ריכטונג פון סלאוויאנסק און קראמאטארסק, שאפנדיג א טיילווייזער צירקל און איבערשניידן די קאמיוניקאציע ליניעס צו די צוויי גרעסערע שטעט.

באזונדער האבן די רוסן געוואלט באלאגערן סעווערידאנעצק מער אין מזרח און דערמיט איבערנעמען פולע קאנטראל אויף די לוהאנסק ראיאן. האפנדיג צו אפשניידן די צוויי ראיאנען איינע פון די אנדערע. שאפנדיג איזאלירטע טאשן (סעווערידאנעצק צו רעכטס און סלאוויאנסק און קראמאטארסק צו לינקס) אפגעריסן און אפגעהאקט צווישן די צוויי.

מיט ווייניג קרעפטן עוועליבעל צו די האנט פאר די רוסן, מיט אטאקעס וואס איז געגאנגען שטייט און שטיקלווייז און גאר שוואכע פארשריט פון איזיום איז די פלאן דורכגעפאלן. די אפענסיווע איז געקומען צו אן אפהאלט.


די רוסן דארפן זיך היינט צוטאגס באגעניגן מיט פרובירן צו מאכן קליינע באלאגערונג פראבעס דא דארט, אנשטאט די ריזיגע צירקלען וואס זיי האבן עכט געצילט. א קליינע צירקל ארום די אסקיל טייך, זאלאטע, צו סוויטלאדארסק אדער סעווערידאנעצק וואס סעווערידאנעצק איז שוין די גרעסטע פון זיי אלע. קיין איינס האט דערווייל נישט סוקסידעד צו פירן מאסן קאפיטולאציעס פון אוקריינער זעלנער.

א וויילע שפעטער האבן די רוסן אריבער געריקט א גרויסער טשאנק פון די קרעפטן אין ריכטונג צו סעווערידאנעצק אין מזרח. איזיום איז מער געבליבן אקטיוו אלץ א פראנט צו אראפבינדן אוקריינער קרעפטן ווי איידער א פולער צענטראלע פראנט - ווי אונז זעמיר יעצט אין סעווערידאנעצק וואס איז א צענטראלע פראנט.

(איזיום וועט צוריק ווערן א צענטראלע פראנט ווען עס וועט קומען צו די רוסישע פראבעס צו פארכאפן סלאוויאנסק און קראמאטארסק. די צוויי שטעט זיי מוזן האבן צו דערקלערן זיג איבער די דאנעצק ראיאן).

רוסלאנד האט די צאל זעלנער וואס זיי האבן און פרובירן זיי צו ארום ריקן אויף פלעצער זיי גלייבן זיי קענען האבן א דורכברוך.



די לעצטע דריי וואכן דרייצעך כמעט אלעס ארום סעווערידאנעצק ווי די רוסן מיזן האבן סעווערידאנעצק צו דערקלערן זיג איבער די לוהאנסק ראיאן. דערווייל איז סעווערידאנעצק נאכאלץ קאנטעסטעד. די אוקריינער קאנטראלירן עטליכע מזרח טיילן און אביסל אויף דרום זייט פון שטאט.

מאנכע שפעקולירן אז דער פליצלונג'דיגער באזיך פון דער רוסישער הויפט גענעראל געראסימאוו קיין איזיום איז געווען צו קלארשטעלן פאר די קאמאנדירן אז איזיום פראנט איז דורכגעפאלן מיטן קומען צו אן אפשטעל. ריקטס ענק אריבער (נישט אלעס. די מערהייט קרעפטן. שטייצעך) קיין סעווערידאנעצק מער אין מזרח און לאמיר פאקוסירן אויף סעווערידאנעצק מיט א גרעסערע קראפט און פרובירן קודם דעראבערן די גאנצע לוהאנסק ראיאן.


די וויכטיגע הויפט שטעט אין די גאנצער דאנבאס איז די שטאט סעווערידאנעצק אין לוהאנסק ראיאן און די שטעט סלאוויאנסק און קראמאטארסק אין דאנעצק ראיאן.


אין דרום זייט האבן די רוסישע קרעפטן געמאכט ווייניג פארשריט שטיפנדיג דירעקט פון דאנעטסק. הגם די רוסן האבן געמאכט עפעס פארשריט פון דרום זייט אבער מיט נישט געניג קרעפטן האבן די רוסן נישט געמאכט קיין סך פארשריט.

די אוקריינער האבן אין די זעלבע צייט דורכגעפירט קאנטער אפענסיוועס קעגן די רוסן אין עטליכע פראנטן. אוועק שטיפנדיג רוסישע ארטילעריע פון כארקאוו, און שטיפנדיג אין ריכטונג פון איזיום. די אוקריינער קאנטער אפענסיוועס סיי נעבן כארקאוו און סיי נעבן כארסאן זענען אויסגעלאפן פון גאזאלין און געקומען צו אן אפשטעל. דערווייל האבן די אוקריינער נישט מצליח געווען צו אפהאקן רוסישע סופלייען קיין איזיום.

איך מיין גראדע גירקין האט געשריבן פאריגער וואך אז יעצט זאל זיין די צייט פאר אוקריינע אויסצוניצן די געלעגענהייט צו פייטן פאר כערסאן.

קיינער פון די צוויי ארמייען האבן נישט געניג זעלנער קאנצענטרירט אויף איין פראנט צו דורכפירן א סוקסעספולער ערענסטע דורכברוך. פינטל. אטרישען און ארטילעריע יא. אבער נישט קיין קריגס מאנעווערעס. זיי האבן נישט געניג פאר קיין ריזיגער דורכברוך.


די איינציגסטער עכטער דורכברוך אין די צווייטער פאזע איז מסתמא געווען ווען די רוסן האבן דורכגעהאקט פאפאסנע און מארשירט מיט שטאלץ אייננעמענדיג די ארומיגע שטעטלעך. ארויפציר דרום האבן די רוסן פארכאפט א קריטישער בארג. אראפ דרום פון פאפאסנע האבן די רוסן איינגענומען מירינאווסקי און די אוקריינער האבן שנעל געמאכט א טאקטישער ריקצוג פון סוויטלאדארסק נישט צו ווערן פארכאפט דארט.

די דורכברוך פון פאפאסנע האט געלייגט אין אן ערענסטע געפאר פון איבעררייסן די באכמאט-לוסיטשאנסק שאסיי נעבן די שטעטל סאלעדאר. די רוסן זענען אנגעקומען ביז בלויז עטליכע מייל נאנט צו די שאסיי. איין טאג זענען אפי' געווען רוסישע זעלנער אויפן שאסיי גופא.

די שאסיי דינט פאר די אוקריינער צו פירן שווערע ארטילעריע אין ריכטונג פון די שטעט לוסיטשאנסק און סעווערידאנעצק. אפהאקן די שאסיי שטעלט אלע אוקריינער זעלנער אין סעווערידאנעצק און אין לוסיטשאנסק אין א גאר שווערע פאזיציע.

מען שטייט עטליכע וואכן שפעטער און די רוסן האבן נאכאלץ נישט די שאסיי. די אוקריינער האבן אריינגעווארפן פרישע באטאליאנען אין ריכטונג צו באכמאט צו אפשטעלן די רוסישע פארשריט.

די שאסיי איז אבער אינטער נאכאנאנדע פייער פון די רוסן וואס קאנטראלירן די ארומיגע בערג ווי זיי קענען באשיסן די אוקריינער פאזיציעס ווען די אוקריינער קענען קוים צוריק שיסן. די שאסיי איז נישט אין בעסטן צושטאנד.

למעשה די אוקריינער אין סעווערידאנעצק וועלן דארפן מאכן א ריקצוג צו לוסיטשאנסק און זיי האבן טאקע אין א מערהייט צוריק געטרעטן צו לוסיטשאנסק. ווארשיינלעך דערנאך א ריקצוג פון לוסיטשאנסק. די עתיד פון די פארבליבענע אוקריינער קעמפער אין סעווערידאנעצק איז בכלל נישט פארזיכערט. הגם פאליטיש איז גאר שווער צו זען זיי זאלן מאכן א ריקצוג. זעלענסקי געבט דערמיט אויף אויף די לעצטע גרויסע שטאט אין לוהאנסק.

צוריק צו פאפאסנע. די רוסישער דורכברוך איז געקומען צו אן אפשטעל. די רוסישע אפענסיווע איז אויסגעלאפן פון גאזאלין. רוסלאנד האט נישט געהאט געניג א שטארקע זעלנער קראפט צו קענען דורכפירן א סוקסעספולער דורכברוך. סימפל. דער מעידזשער ברעיק-טראו האט נישט געקענט גרייכן די באכמאט-לוסיטשאנסק שאסיי.

די רוסישע אפענסיווע בכלל איבער דאנבאס האט זיך עטוואס פארשטייטערט ווי מער צייט עס איז אריבער אבער דאך מאכן די רוסן מער פראגרעס ווי ריקצוג. די רוסישע פארשריט איז נישט געלאפן -און לויפט נאכאלץ נישט- קאנסיסטענט אויף די זעלבע ספיד אויף יעדער ארט ביינעזאם. אבער שטאפלווייז האבן זיי באוויזן צו מאכן פארשריט. טאקע נישט לויט א פונקטליכע סדר און ספיד אבער פארט פארשריט.

די רוסן טאנצן הארא ווי די חסידים מיט א טריט אויף צוריק מאכן זיי דערנאך צוויי טריט פאראויס. די אוקריינער טאנצן ווי די ליטווישע אדער חבד'סקער טאנצן הארא... איין טריט פאראויס און צוויי טריט צוריק...

די רוסן קאנטראלירן שוין יעצט ממש אלעס אויף צפון זייט פון די דאנעצ-סעווערסקי טייך. לימאן איז געווען די לעצט פארבליבענע ערענסטע שטאט אויף די צפון זייט סמבטיון.

אז מען רעדט שוין, עס איז גיט צו וויסן, שטעטלעך טוישן קאנטראל שנעלער ווי מיר טוישן זאקן. (דאס ווענצעך שוין עכט ווער די מיר איז... איך טויש).

אמאל האט מען כמעט נישט מיטגעהאלטן קיין מינוט צו מינוט דעוועלעפמענטס אין א קריג. ווען די אידן אין א שטעטל האבן געהערט אז עס א קריג האט אויסגעבראכן האט מען שוין געהאלטן עטליכע וואכן אריין.

היינט צוטאגס האלט מען מיט ביי די מינוטן. יעדער אטאקע, יעדער שטעטל און יעדער ווילידזש. עס האט געוויס א סך מעלות עס האט אויך א קליינער דאונסייד. מען ווערט צו עמאציאנאל אדער הייפט-אפ ווען רוסלאנד אדער אוקריינע האט פארכאפט א שטעטל.

ראשית כל די שטעטל גייט נאך טוישן הענט א שיינע פאר מאל. צווייטנס, נישט יעדער שטעטל איז די זעלבע. עס זענען דא קריטישע שטעט אפי' זיי זענען פיצי און עס זענען דא שטעטלעך וואס אפי' זיי זענען גרעסער מאכט עס לאו דווקא אויס גאר א סך.

סאלעדאר איז פיצי אבער עס ליגט ביי א עקסטרעם קריטישע שאסיי. טעטיאניווקע ווייסעך נישט צו עס איז ממש אזוי וויכטיג. לעומת זה דאווהענקע גייט מעגליך שפילן א ראלע. אקיצור נישט יעדער שטעטל שפילט אן ערענסטע ראלע צו ווערן דערפאר אנגעזעצט אדער בגילופין.

איך בין פארפארן צו א זייטיגע נקודה. צוריק צום נושא.

די אוקריינער ברענגן אריין פרישע קרעפטן אין די ראיאן פרובירנדיג צו עטאבעלירן א צווייטער דעפענסיווע פראנט נעבן באכמאט און דרום זייט אויף די סיווערסקי-דאנעץ טייך.

די פראנטן אין דאנבאס זענען אויסגעצויגן אויף הונדערטע קילאמעטער לאנג. סיי די אוקריינער און סיי די רוסן האבן נישט געניג זעלנער קאנצענטרירט אויף איין ארט צו דורכפירן אן ערענסטע אפענסיווע. ביידע ארמייען זענען "ביי נאו" גיט אויסגעמיטשעט. זיי קומען צו א פונקט ווי זיי וועלן זיין ערשעפט ביזן אטעם. אויב נישט היינט מארגן איז עס שפעטער אין די זומער.

די פראגע איז אויך צו די רוסישע אפענסיווע אין ריכטונג פון סלאוויאנסק און קראמאטארסק גייט גיין אין גאנג עני טיים סאאן אדער עס קומט נאך א שטיקל רעארגאנעזירונג בעפאר. די דאנעצק פיפעלס רעפאבליק זאגט אז די אפענסיווע האט זיך שוין אנגעהויבן.

אמת די רוסן שלאגן זיך היינט ארום סוויטאהארסק און באהאראדטשאנע וואס זענען דרום זייט און לויפן אין ריכטונג צו סלאוויאנסק. אבער איך קוק עס נאכנישט אן אז די אפענסיווע קעגן סלאוויאנסק און קראמאטארסק האצעך שוין אנגעהויבן. ווען עס וועט זיך אנהייבן וועט עס זיין א לאנגע און גאר בליטיגער קאמף. איך קלער אז די ביטערע שלאכטן ארום סעווערידאנעצק איז קליין געלט קעגן די שלאכטן וואס וועט זיין ארום סלאוויאנסק און קראמאטארסק.

ביידע ארמייען האבן שוין פארלוירן די סמעטענע פון זייערע קרעפטן. די רוסן האבן געליטן שטוינענדע נידערלאגעס די ערשטע פיר וואכן פארלירנדיג א ים פון זייער געהעריג טרענירטע קאנטראקט זעלנער און ציגאב צו הונדערטע ספעטסנאז מושטירטע קעמפער און אינפאנטריע זעלנער.

די אוקריינער האבן פארלוירן זייער בעסטע קעמפער אין די דאנבאס שלאכטן די לעצטערע וואכן. ווידעראום די רוסן טיען רעלאטיוולי בעסער.

די קריג אין דאנבאס וואס מיר ריפן די צווייטער פאזע איז טעכניש איין קריג מיט די ערשטע. פארט ווערט עס געדרייווט ביי צוויי אנדערע מאטיוואציעס. די ערשטע האט געדארפט דעצידירן צו אוקריינע גייט קענען עקזיסטירן אלץ א זעלבסטשטענדיגע לאנד - און רוסלאנד האט עס פארלוירן "הענדס-דאון". די צווייטע פאזע איז א טעריטאריעלע געפעכט אויף וועלכע טיילן ערד די זעלבסטשטענדיגע אוקריינע וועט בלייבן הערשן. דאס איז אויפן שפיץ גאפל די חילוק צווישן די ערשטע פאזע און די צווייטער.

צו זיין זייער קלאר, די קריג יעצט קעגן די קריג סוף פעברואר איז הימל און ערד. די ערשטע פאזע האט קוים געהאט האפטיגקייט און לאגיק אויב בכלל. די רוסן זענען געקומען פון צענדליגער פראנטן צושפרייט. טויזנטער טאנקען אבער קוים אינפאנטריע זעלנער און זעלנער צו פירן די מאשינען (דאס איז אייגנטליך פון די הויפט סיבות אויף די רוסישע דורכפאל די ערשטע וואכן. אינפאנטריע זעלנער איז א פאנדעמענטאלער באשטאנדטייל פון אן ארמיי. מען קען מאכן א שמיעס בלויז פון דעם אליינס וויאזוי די רוסישע בטג"ס אויסשטעל איז געווען פעלערהאפטיג און געווען גאר אףף מיט די ריכטיגע ציפערן זעלנער וואס זיי דארפן האבן).

דאס איז געפאלן פאר די אוקריינער ווי א געבראטן הינדל... די אוקריינער אין קליינע אויסשפיאניר גרופעס האבן מיט גרויס סוקסעס באוויזן צו אידענטיפיצירן רוסישע קאנוואיען און מיט ענגע גרופעס זעלנער האבן זיי דורכגעפירט צענדליגער אמבושעס... זיך גענומען האמערן מיט דזשעוועלינס און אנדערע אנטי טאנק מיסילס. יעדער פאר מינוט איז נאך א רוסישער טאנק - מיט די אייזערנע דאך צו אן - ארויף אין פלאמען. דאס האט געקאסט פאר די רוסן אן א שיעור עקוויפמענט און זעלנער. מסתמא עטליכע טויזנט זעלנער בלויז אין די ערשטע דריי פיר וואכן.

אן אבנארמאלער ציל האבן די רוסן געשטעלט, אן אבנארמאלער גרויסער שטח מיט גרויסע אורבען שטעט ווי גארילע קאמפן שפילט א דעצידירנדע ראלע, דורכפעלער צו באשיצן די סופליי ליניעס, לאגיסטישע פראבלעמען פלאס א גאר ארימע פלאנירונג און קאארדענאציע און גאר ווייניג פון די נויטיגע זעלנער צו פירן די אינפאנטריע טרעקלעך און טאנקען איז א רעצעפט פאר א דיזעסטער. און רוסלאנד האט געהאט א קלאסאלער דורכפאל.

ביי די צווייטער פאזע האבן די רוסן זיך מער ארגאנעזירט. קודם די ציל פון טעריטאריע ווס' רעזשים טויש איז סך מער דערגרייכבאר. שטייצעך אלץ שטח אויס איז עס אויך סך מער דערגרייכבאר.

די רוסן ניצן גאר א סך זייער שטארקייט פון פייער קראפט. דאס איז א רוסישער שטארקייט. אבנארמאלער פייער פאוער.

די רוסן שלאגן זיך יעצט א סך בעסער. מען קען נישט זאגן בריליאנט. אבער זיי פייטן אזוי ווי עקספערטן האבן ערווארטעט פון די רוסישע מיליטער צו פייטן ביי די ערשטע פאזע.

אנשטאט גיין אין גרעסערע קאנוואיען גייען זיי יעצט צוטיילט אין סך קלענערע גרופעס. זיי האבן פשוט אנגעהויבן פייטן. אנשטאט צו אריינוואקן אין די שונא'ס שטייג אריין.

אין די ערשטע פאזע האבן די רוסן בכלל נישט געארבעט אין א "קאמביינד ארמס" אויסשטעל. די לופט וואפע און די ערד קרעפטן האבן בכלל נישט געארבעט האנט ביי האנט. אוויאציע פון אויבן האבן נישט געשטיצט און באשיצט די פארשריט פון הינטן. דאס האט געלאזט די קרעפטן אויפן ערד וואלנערבעל און אומבאשיצט.

טאנקען זענען גאר וויכטיג אין א קריג. אפי' היינט צוטאגס. און רוסלאנד האט געהאט טאנקען און בכלל נישט קיין שלעכטע טאנקען.

אז רוסלאנד האט פארלוירן ימ'ען מיט טאנקען איז נישט פשט אז די טאנקען זענען גארנישט ווערט אדער אז די דזשעוועלינס זענען כישוף וואונדער. די דזשעוועלינס זענען געווען גראדע זייער סוקסעספול עס איז אבער דא נאך א גרויסער פאקטאר. דאס איז ווייל די רוסן האבן פארפעלט צו טון וואס איז ריכטיג.

די T72 טאנקען זענען גאנץ כמעשה.

די פראבלעם איז געווען רוסלאנד האט געברענגט צופיל שטיקער מעטאל און צו ווייניג קרעפטן זיי צו באשיצן.

ווען מען קוקט איבער אוריקס ליסטע ווי ער טרעקט יעדער פארלוסט פון די רוסן און אוקריינער זעט מען אז באלד פיפציג פראצענט פון רוסישע טאנק פארלוסטן זענען געווען טאנקען וואס די רוסן האבן פשוט פארלאזט. לייג צו א שיינע פאר פראצענט טאנקען וואס איז געווארן פאברענט דורך אוקריינער און איז אויך געווען פארלאזט קודם דורך די רוסן. דאס מיינט איבער האלב פון אלע טאנק פארלוסטן זענען געווען פארלאזט קודם.

די טאנקען זענען געווען ארים אויסשטאפירט. די רוסן האבן נישט ערווארטעט אזא שטארקע ווידערשטאנד מצד די אוקריינער. זיי האבן אריינגעיאגט בליץ שנעל . די טאנקען האבן אבער נישט געהאט די פארלאנגטע שטיצע פון ארטילעריע, לאגיסטיקס, עלעקטראנישע ווארפעיר, אויסשפיאניר דראונס. זייער שנעל האבן זיי זיך אנגעטראפן אין א הארטנאקיגער ווידערשטאנד פון די אוקריינער מיליטער. די רוסן מיט גאר ווייניג אפציעס זיך צו באשיצן האבן געמיזט פארלאזן די טאנקען און הייבן פיס.

א טאנק איז מאכטפול, ער איז אבער אויך הילפסלאז אן קאמביינד ארמס. רוסלאנד האט נישט פארמאגט געניג אינפאנטריע זעלנער צו באשיצן די טאנקען.

מען שיקט פאראויס דראונס און ערד אויסשפיאניר גרופעס דערנאך קומט די טאנקען יוניטס מיט אינפאנטריע זעלנער וואס באשיצן זיי. דאס העלפט עלימינירן, ספעציעל אין אורבען געגענטער די קליינע אמבוש צעלן, די גרופעס אוקריינער זעלנער וואס ווארטן מיט זייער אנטי טאנק מיסילס.

עס איז אבער נישט אזוי געווען. מען האט געזען שורות רוסישע טאנקען יאגן אריין אן שיץ. ער איז טאקע מאכטפול אבער גאר אומבאשיצט און אויפגעדעקט קעגן א קליינע גרופע זעלנער וואס פירן דורך אן אמבוש.

די רעזולטאטן זענען געווען אז טאנקען זענען ארויף אין פלאמען איינע נאך די אנדערע. ווער עס געדענקט די ווידעאס אין אירפין צו בוטשא ווי די אוקריינער האבן געהאקט שטיקער פון די רוסישע טאנק קאנוואיען.

דאס אז רוסישע סאלדאטן האבן כמעט נישט געוויסט פונקטליך אין וואס זיי גייען אריין ביז ממש פארדעם וואס איז קריטיש פאר לאגיסטישע סטראטעגיע און געהעריגע מעינטענענס אויף די טאנקען האט אויך נישט צוגעגעבן קיין גיטס פאר די רוסישע טאנקען.

א קריג גייט רוב מאל נישט וויאזוי אריגינעל געפלאנט און אן ארמיי מוז זיך לערנען צו אדאפטירן טויש און סטראטעגיע. מיליטערן טיען אדאפטירן נייע סטראטעגיע לויט ווי אזוי עס פעלט זיך אויס. די רוסן האבן געהאט גאר א שווערע ארבעט מיט דעם. זיי זענען באגאנגען די זעלבע טעותים איינמאל נאכן צווייטן.

למעשה, די רוסן זענען נישט די ארמיי וואס זיי האבן געוואלט די מערב וועלט זאל מיינען - און האט טאקע געמיינט. אבער זיי זענען נישט באנקראט.

די ערשטע פאר וואכן פון א קריג איז א לאו דווקא וויאזוי די גאנצע קריג גייט לויפן. ארמייען טוישן סטראטעגיע לויט ווי אזוי מען דארף. עס איז געווען א שטארקע טעות צו זאגן די רוסן זענען דערנאך בעיסט אויף זייער דורכפעלער אנהייב.

בכלל קען מען שפעקולירן אז רוב פון רוסלאנד'ס סוקסעסן/דורכפעלער איז געלופטערט געווארן אין די מערב וועלט דורך די פריזמע פון אוקריינע. דאס האט געפירט די עולם צו א שטיקל הייפ אז די קריג איז באלד פאראיבער און פוטין וואקט אהיים.

עס האט טאקע גענומען גאר לאנג. אבער עס איז קלאר די רוסן האבן אדאפטירט א סך טוישונגען אין די צווייטע פאזע פונעם קריג. סטראטעגיע טויש און טאקטישע טויש.

די רוסן שיקן יעצט ארויס סך מער אפעקטיוו זייער שפיאנאזש גרופעס, דראונס און אנדערע אויסשפיאניר מיטלען צו טרעפן אוקריינער פאזיציעס. איינמאל זיי מאכן קאנטאקט מיט די אוקריינער בעקן זיי צוריק און זיי קומען אפיר מיט לופט כוחות און נאכמער מיט זייער ארטילעריע פון עטליכע מייל אוועק הינטערוויילאכץ און נעמען זיך האמערן מיט אן אבנארמאלער פייער קראפט - און אנדערש ווי אין די ערשטע פאזע איז עס יעצט סך מער אין ציל. זייער פייער קראפט איז סך בעסער קאנצענטרירט. דאס אלעס מינימיזירט שטארק די רוסישע פארלוסטן.

ווען א שטעטל איז געווארן געלעוועלט פלאך קומען זייער קרעפטן וואס איז א געמיש פון געהעריגע זעלנער, אביסל וואגנער שכירי חרב, און זעלנער פון די דפ"ר/לפ"ר און האלב אימ'טרענירטע זעלנער וואס די רעפאבליק'ס האבן מאביליזירט לאקאל, און שלאגן זיך אויס מיט פארבליבענע אוקריינער קעמפער און אזוי פרובירן זיי צו נעמען קאנטראל פון די הויפן ברוכווארג

איך וויל מענטשענען מאראל. מאראל איז גאר וויכטיג און א קריג בפרט פאר די פארטיידיגער. פארהאן וואס שרייען די רוסן האבן נישט קיין מאראל און אנדערע שרייען די אוקריינער מיליטער איז אינגאנצן דעמאליזירט.

צו זאגן די אוקריינער זענען אינגאנצן דעמאליזירט איז א גאר ברייטער סטעיטמענט און איך בין נישט איינשטימיג דערמיט. עס איז קלאר מען זעט סך מער דעמאליזעראציע אין די אוקריינער רייען די לעצטע פאר וואכן. פארהאן א שפאר ביסל ווידעאס ווי גרופעס דריקן אויס זייער פרוסטעראציע און אומ'ווילן צו ווייטער קעמפן. אבער דאס איז נישט געניג צו זאגן אז דאס איז די אוועראלל שטימונג צווישן די אוקריינער מיליטער.

עס איז יא דא נאך א פוינט, דאס איז אז זייער א סך זעלנער שפירן זיך אומבאהאלפן. זיי האבן די מאראל און ווילן צו קעמפן. זיי זענען פשוט הילפסלאז. די רוסן האמערן טויזנטער שעלס פון מיילן אוועק און דער אוקריינער דארף זיך פארטיידיגן מיט א רייפעל. א סך שלאכטן ווערט געפירט פון צען מייל אוועק. אן אוקריינער זעלנער אין אן אינטערוויא האט פארציילט "אונז וויל מיר צוריק שיסן אויפן פיינט אבער אונז זעמיר זיי נישט. אן אינפאנטריע זעלנער האט גארנישט וואס צו טון דא חוץ גראבן און לויפן".

די אוקריינער דארפן יעדעס זעלנער אין דאנבאס. אין א סך פעלער ווען זעלנער קומען אן אין שפיטאל ווערן זיי באנדאזשירט און צוריק געשיקט אויפן פראנט. ווי אן אוקריינער קאמאנדיר לייגט עס אראפ קען צומזיקטע זעלנער אין א יוניט האבן א שטארקערע נעגאטיווער אפעקט ווי ווען עס איז דא א טויטער זעלנער. ערענסט געשעדיגטע זעלנער קענען אוועק לייגן א יוניט. זיי שרייען, פילן זיך שלעכט, די וואס דארפן קעמפן ווערן פארנומען העלפן די פארוואונדעטע. עס איז אן אנלייגעניש אויפן טאקטישער פראנט און אויף די געמוטער פון די קעמפנדע זעלנער.

צו די רוסן שטייגן איבער די אוקריינער מיט די צאל זעלנער איינס צו צען אדער אפי' איינס צו פינעוו קויף איך נישט. אויב זיי שטייגן בכלל איבער אין די צאל מענטשן קראפט איז אפן פאר דעבאטע. אבער ווען עס קומט צו ארטילעריע שטייגן די רוסן איבער גאר גאר שטארק. די רוסן ניצן א ים פון ארטילעריע און אמוניציע. דאס קאסט אן א שיעור קעזשעלטיס פאר די אוקריינער.

די רוסן געניסן אויך פון א ברייטע אויבערהאנט אין לופט קראפט אין דאנבאס. סך הכל וואס זיי דארפן זיך זארגן איז פון די אקסל געפירטע וואפנס.

די רוסן זשאוולען נישט קיין שעלס. אפי' גאר טייערע מיסילס. די רוסן קענען ניצן אפאר טאטשקע-יו מיסילס צו גאר איסקאנדערס אויף א קליינע גרופע אוקריינער זעלנער. יעדעס איינס קאסט עטליכע הונדערט טויזנט צו אין די מיליאנען דאללער א שטיקל.

אוקריינער זעלנער זאגן זיי שפירן אומבאהאלפן צו צוריק שלאגן. צומאל טרעפן זיי זיך אין א דיקע וואלקן פון קאכעדיגע שטיקער מעטאל. די רוסן שיסן באראזשן פון ריזיגע שעלס אנע אפשטעל.

עס הייבצעך אן מיט א הויכער פייף וואס שניידט דורך דערנאך קומט די אויפרייס, וואס פאלגט נאך מיט א בלעסט כוואליע, דערנאך קומט די שראפנעל וואס מבול'ט אראפ ווי א גאס. די ערד טרייסלט און די ביימער וואקלען זיך. אלעס וואס דו קענסט טון איז זיך איינקורטשען אין א שיץ גרוב אדער אונטער א טאנק. דאס קען אזוי אנגיין פאר שעות אן קיין אפשטעל. און ווער רעדט נאך ווען די רוסן האמערן מיט די סאלטניספאק פלאמען ווארפערס, די פרעשער בלעסט כוואליעס לייגט אוועק טויט אפי' די זעלנער פארשטעקט אין די טרענטשעס.

די ווילדע עקספלאזיעס און די אטאקעס וואס האלטן אן נאנסטאפ לייגט די אוקריינער אין א גאר שווערע מצב. אין א סך פעלער קענען זיי גארנישט צוריק טון.

דאס אלעס מיטשעט גאר שטארק אויס די געמוטער. עס מאכט שפירן אומבאהאלפן.

אן אוקריינער זעלנער פון די פראנט האט ערקלערט "ווען א מענטש שיסט אויף דיר האסטו אן איידיע ווי אזוי זיך צו צוריקשלאגן, ווי צו דירעקטירן דיין סטראטעגיע און אנדרענעלין. אבער ווען שטיקער מעטאל קומט צו רייסן אין דיין דירעקציע אין א באראזש האסטו נישט קיין אנונג ווי אזוי צו איבערלעבן און פון ווי עס קומט און ווי צו צוריק שלאגן".

די קריג כהיום איז א סך ווייניגער פנים אל פנים. סך ווייניגער אינפאנטריע זעלנער איינע קעגן צווייטן. סך ווייניגער טאנק צו טאנק שלאכטן. א סך קעמפער זעען קוים די פיינט פאר די אויגן.

מען קען טאקע זען סך ווייניגער טאנק פארלוסטן יעצט קעגן די ערשטע פאר וואכן. איך קוק נישט די קיעוו אינדעפענדענט טשארט טעגליך אבער איך גלייב זייער טשארט ציפערן שטיצט עס אינטער.

די אוקריינער גייען דורך זייער שווערסטע וואכן אין די לעצטע דריי וואכן. אוקריינע עדמיט צו פארלירן הונדערט, צוויי הונדערט זעלנער (און לויט א נעכטיגע באריכט פון אקסיאס מעגליך אפי' העכער).

די אוקריינער ארמיי האט זיך געטראפן אין גאנצער נייע סארט קריג אין דאנבאס פון וואס זיי האבן געהאט ארום קיעוו, בוטשא און אין אירפין. די גאר שטארקע קאנצענטרירטע פייער קראפט איז סך מער טשעלענדזשינג פאר די אוקריינער מיליטער.

עס זאל קיינעם זיך נישט דאכטן די רוסן ליידן נישט קיין גרויסע פארלוסטן. זיי האבן נאכאלץ נישט דערווייל קיין עכטע געווינס. ווען עס קומט צו וואפנס דארפן זיי שוין אויך ארויסשלעפן טאנקען און אנדערע געווער פון סטארידזש. דאס איז אבער פארט די מציאות אז די אוקריינער האבן זיך געטראפן אין א נייע סארט קריג. זיי זענען גאר הינטערשטעליג אין פייער קראפט און זיי האבן שוין פארלוירן א ריזן טייל פון זייער בעסטע קעמפער. זיי דארפן ניצן צווייטע ליניע זעלנער און טעריטאריעלע דעפענס קרעפטן (וואס באשטייט פון ציווילע).

ביידע ארמייען זענען אינטער דראנג צו צייגן פארשריט. די רוסן דארפן א זיג אין דאנבאס פאר יעדער פרייז. נאך דורכפאלן מיט די ווילדער אינוואזיע פאר רעזשים טויש ווילן זיי כאטש אהיים קומען מיט דאנבאס.

די אוקריינער פרובירן דורכפירן קאנטער אפענסיוועס צו בויען ווייטער מאמענטום (מיט ווייניג סוקסעס).

וואפן נעמט צייט עס זאל ווייזן רעזולטאטן. אמעריקא האט געשיקט
וואפן פארוואס האצעך רוסלאנד נישט צוזאמגעלייגט? עס ארבעט נישט אזוי. עס קען נעמען וואכן צו אנהייבן זען די אפעקט דערפון. און שטייצעך רוסלאנד לייגט זיך נישט צוזאמען פלעין און פשוט.

די פראבלעם מיט די פארגעשריטענע וואפנס איז, אז די אלע וואפנס נעמט גאר לאנג צו טרענירן עס צו קענען אפערירן אפעקטיוו און נאכמער צו קענען מענטעינען א גאנצער צייט. מען קען זיי טרענירן גאר שנעל אבער די פראבלעמען הייבצעך אן גאנץ שנעל דערנאך ווען זיי קענען עס נישט מענטעינען געהעריג. ווי עס האצעך שוין ארויסגעשטעלט מיט מערב וועלט וואפנס וואס די אוקריינער האבן באקומען.

מאנכע שפעקולירן אז די פארגעשריטענע אמעריקאנער געצילטע לאנג שטרעקיגע מאלטי ראקעטן ארויסשיסערס די 'היימארס' וועט טאקע נעמען לענגער זיי זאלן עס באקומען ביז זיי זענען פולשטענדיג טרענירט דערויף.

אוקריינע איז שוין כמעט אויסגעלאפן פון אלטע סאוויעטישע סטיל וואפנס און אזוי אויך רוב -געוועזענער סאוויעטישע- אייראפעישע לענדער. זיי דארפן פארגעשריטענע וואפנס און די ריכטיגע טרענירונג דערפאר.

צייט שפילט א קריטישע ראלע אין די קאמף. דער וואס לויפט אויס פון אמוניציע ערשט איז טיף אין פעקל. קען רוסלאנד אנהאלטן זייער שטייטע מעטער-ביי-מעטער פארשריט געניג לאנג צו פארלויפן ביז אוקריינע ווערט אויסשטאפירט מיט גרויסע קוואנטומען פון פארגעשריטענע ארטילעריע דורך די מערב וועלט?

עס לאזט זיך קלערן אז די אוקריינער קענען אפשר באשטיין (אויך מיר באשטיין... יו געט די פוינט) צו לאזן טעריטאריע פאלן אין אויסטויש פאר עטרישען. מיט די האפענונג צו עס צוריק פארכאפן דערנאך.

רוסלאנד האט טאקע גאר א שטארקע פייער קראפט. פון די שטארקסטע אין די וועלט. באהאמערן א שטאט ביז די אפגרינד און דערנאך עס פארכאפן. די פראגע איז ווי לאנג זיי קענען סוסטעינען נאכדעם און אנהאלטן די שטעט אויב פוטין בלייבט אן ריפן פאר נאציאנאלער מאבילעזאציע -עפעס וואס ער האט נאכנישט געטון פאר פארשידנארטיגע סיבות - אין פאל די שלאכטן גייען נאך אן פאר לאנגע פארצויגענע חדשים.

די קאמפן קענען נאך אנגיין חדשים אויף חדשים. כאפ א בליק ווי לאנג מאריאפאל האט גענומען ביז עס איז געווארן פלאך. קראמאטארסק און סלאוויאנסק גייט נישט קיין ערגעץ אזוי שנעל.

מען האט שוין צען מאל גערעדט אז רוסלאנד גייט אריינצווינגען יעדען אריין אין מיליטער און איך האב עס אפגעווארפן מאל נאך מאל אז פוטין גייט עס שטיפן פאר די לעצטע אפציע און קודם באין ברירה גיין פאר א טיילווייזער מאבילעזאציע. עס איז נאכאלץ נישט דא קיין פולער מאבילעזאציע אין רוסלאנד.

אפשר די רעבעלן אין דאנעצק און לוהאנסק צווינגען יא אריין. איך בין נישט זיכער אויפן מינוט.

די רוסן האבן א טיילווייזער מאבילעזאציע די לעצטערע וואכן. זיי פרובירן צו טרעפן קאנטראקט זעלנער פאר גאר הויכע פעיראל אבער זיי באקומען נישט געניג וואס זיי דארפן אפי' פאר די גרויסע געלטער. רוסלאנד קראצט צוזאם און שלעפט אריין די איבערגעבליבענע אפיצירן און זעלנער פון יעדעס בריגאדע. (א רוסישער בריגאדע לויפט ביי דריי א האלב טויזנט זעלנער וואס דארף פראדוצירן צוויי גאנצע באטאליאנען-בט"ג'ס. וואס זענען פולי קאמפס-פעהיג און נאך א דריטע באטאליאן באשטייט פון קאנסקריפט זעלנער וואס טרענירן זיך מיט זייער בריגאדע). יעצט קראצן זיי צוזאם די דריטע באטאליאן צו שאפן פרישע באטאליאנען אנצוהאלטן די קריג און פרובירן אריבערשלעפן רעזערוויסטן אלץ קאנטראקט זעלנער.

דאס העלפט זיי געניג צו קענען אנהאלטן. איז דאס געניג צו געבן פאר רוסלאנד די קראפט צו מאכן אן ערענסטע אפענסיווע? ניין.

איז דאס געניג צו אנהאלטן "פולי" אלעס וואס רוסלאנד פארכאפט מיט א שטארקע קאנטראל? איך בין נישט קאנווינסט.

די אמת איז, אפי' רוסלאנד באווייזט יא צו מאכן א הויפן ברוכווארג פון גאנץ לוהאנסק און דאנעטסק איז די קריג נאכאלץ נישט פאראיבער. רוסלאנד'ס שטארקייט איז אין פייער קראפט. לאו דווקא און קענען סוסטעינען און אנהאלטן קאנטראל דארט נאכדעם. מען דארף אן א שיעור קרעפטן פאר דעם און זיי האבן עס נישט. (אן פולער מאבילעזאציע).

די עתיד ווענצעך גאר שטארק אין די מערב וועלט שטיצע. רוסלאנד שטעלט די טאן ווי זיי יאגן זיך נישט אין ערגעץ. מיר האבן א ציל און זאל עס דויערן ווי לאנג עס דויערט און פאר וועלכע פרייז עס דארף קאסטן.

די קרעמלין האפט אז די ווארימע שטיצע וואס אוקריינע געניסט פון די מערב וועלט לענדער זאל אויסוועפן. די אוקריינער עקענאמיע זאל צוזאמברעכן. דאס איז א לאגישער חשבון פון זייער זייט. זיי האפן אז די רוסישע עקענאמיע וועט איבער לעבן. דערווייל לעבט עס דורך. די פראגע איז צו די אפעקט האט נאכנישט געלאנדעט און גייט 'היטן' שפעטער.

קיינער האט נישט די כוחות יעצט צו דורכפירן אן ערענסטע אפענסיווע. און אוקריינע אפי' מיט אמעריקאנער וואפנס וועלן אויך נישט קענען יעצט. אבער זיי וועלן קענען סוסטעינען די סיטואציע און מיט די צייט שטייטעלעך, גאר שטייטעלעך ריגעינען קאנטראל אויף שטיקער טעריטאריע. איך זאג נישט אזוי גייט געשען אבער עס איז עפעס וואס איז בכלל נישט קיין ווילדע געדאנק.

אויב די מערב וועלט בלייבט עכט געטריי און ווארעם צו אוקריינע מיט צושטעלן די נויטיגע טרענירונג און צאל וואפנס איז די אוועראלל שטימונג איבער דאנבאס נאכאלץ עטוואס פעיווערעבל לטובת אוקריינע אונטער די קאנדישען אז די מערב וועלט בלייבט פעלזן פעסט און געטריי מיט שטיצע פאר אוקריינע.

גייט מען מאכן קינצן איז די צייט אויף רוסלאנד'ס זייט.

וויפיל וואפן קען אייראפע נאך צושטעלן? וויפיל זענען זיי גרייט צו צושטעלן? ביז וועלכע סארט וואפנס זענען זיי גרייט צו געבן? ווי שנעל איז שייך אין מציאות און אין פראקטיק עס זאל אנקומען אין אוקריינער הענט מיט די נויטיגע טרענירונג? דאס אלעס זענען קריטישע און לעגעטימע פראגן.

די פראבלעם איז אז די קריג קען אנגיין אזוי לאנג אז איין באשעפער ווייסט. און מען דארף האפן אז די גאנצע מערב וועלט בלייבט פאראייניגט מיט די פולע מיליטערישע שטיצע און שפיאנאזש הילף פאר אוקריינע ביז ביז...


ענדע.

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא כ"א סיון התשפ"ב 9:34 AM #289427

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 219 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 219 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 1495
  • האט שוין געלייקט: 486 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1196 מאל

אז מען רעדט שוין, עס איז גיט צו וויסן, שטעטלעך טוישן קאנטראל שנעלער ווי מיר טוישן זאקן. (דאס ווענצעך שוין עכט ווער די מיר איז... איך טויש).


די תהלים ווינקל איז אפדעיטעד

האסט שוין געזאגט די טעגליכע קאפיטל?

איך נעם די פילסטע אחריות אויף אלע מיינע מעשים וואס איך טוה, איך באשולדיג נישט דערויף אנדערע. - איך טוה מיך אבער לאזן העלפן פון אנדערע...

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא כ"א סיון התשפ"ב 3:04 PM #289478

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל
צוויי דיימאנטן געשריבן on כ"א סיון התשפ"ב 9:34 AM:


אז מען רעדט שוין, עס איז גיט צו וויסן, שטעטלעך טוישן קאנטראל שנעלער ווי מיר טוישן זאקן. (דאס ווענצעך שוין עכט ווער די מיר איז... איך טויש).



איך האב געמיינט אז די ביסט דער מיט די פארשטיטקענע זאקן  יעצט דארף איך נאכאמאל טראכטן וועלכע צוויי דיימאנטן שיינען אזוי שטארק

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא ה' תמוז התשפ"ב 6:58 PM #291002

  • 353
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 300
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

א פשוטע לימוד וואס מען לערנען פון די אוקריינער. 

אז איין די מיליטער איז נישט גענוג שטארק קעגן דעם רוס ברענגט מען דזשעוועלינס, אז דזשעוועלינס ארבייטן נישט ברענגט מען האוויצערס, אז די האוויצערס ארבייטן נישט פראבירט מען היימארס, ועוד...

ס'נישט דא קיין כלי מלחמה וואס מען קען זאגן אין אונזער פאל אז עס וועט פירן צו א זיכערע געווינס, אז איין מיטל ארבייט נישט דארף מען פראבירן א צווייטע, די עיקור איז די רצון צו געווינען! 

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא ה' תמוז התשפ"ב 7:10 PM #291005

  • Friend
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 68 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 2325
  • האט שוין געלייקט: 951 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל
353 געשריבן on ה' תמוז התשפ"ב 6:58 PM:

א פשוטע לימוד וואס מען לערנען פון די אוקריינער. 

אז איין די מיליטער איז נישט גענוג שטארק קעגן דעם רוס ברענגט מען דזשעוועלינס, אז דזשעוועלינס ארבייטן נישט ברענגט מען האוויצערס, אז די האוויצערס ארבייטן נישט פראבירט מען היימארס, ועוד...

ס'נישט דא קיין כלי מלחמה וואס מען קען זאגן אין אונזער פאל אז עס וועט פירן צו א זיכערע געווינס, אז איין מיטל ארבייט נישט דארף מען פראבירן א צווייטע, די עיקור איז די רצון צו געווינען!


דזשעוועלינס...
האוויצערס......
היימארס........

מען דארף זיין גוט צו יעדעם, אבער נישט מיט יעדעם,
כבדהו וחשדהו

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא ה' תמוז התשפ"ב 7:22 PM #291008

  • 353
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 300
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
Friend געשריבן on ה' תמוז התשפ"ב 7:10 PM:

353 געשריבן on ה' תמוז התשפ"ב 6:58 PM:

א פשוטע לימוד וואס מען לערנען פון די אוקריינער. 

אז איין די מיליטער איז נישט גענוג שטארק קעגן דעם רוס ברענגט מען דזשעוועלינס, אז דזשעוועלינס ארבייטן נישט ברענגט מען האוויצערס, אז די האוויצערס ארבייטן נישט פראבירט מען היימארס, ועוד...

ס'נישט דא קיין כלי מלחמה וואס מען קען זאגן אין אונזער פאל אז עס וועט פירן צו א זיכערע געווינס, אז איין מיטל ארבייט נישט דארף מען פראבירן א צווייטע, די עיקור איז די רצון צו געווינען!


דזשעוועלינס...
האוויצערס......
היימארס........


פארגעסן די בייראקטערס...

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא ה' תמוז התשפ"ב 7:48 PM #291009

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל
353 געשריבן on ה' תמוז התשפ"ב 6:58 PM:

א פשוטע לימוד וואס מען לערנען פון די אוקריינער. 

אז איין די מיליטער איז נישט גענוג שטארק קעגן דעם רוס ברענגט מען דזשעוועלינס, אז דזשעוועלינס ארבייטן נישט ברענגט מען האוויצערס, אז די האוויצערס ארבייטן נישט פראבירט מען היימארס, ועוד...

ס'נישט דא קיין כלי מלחמה וואס מען קען זאגן אין אונזער פאל אז עס וועט פירן צו א זיכערע געווינס, אז איין מיטל ארבייט נישט דארף מען פראבירן א צווייטע, די עיקור איז די רצון צו געווינען!


יא יא   די עיקר איז די רצון צו געווינען  אין מען הייסט שוין די געווינער די עיקר איז אז מען פייט!!!!!

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא נעכטן 1:34 PM #293842

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

חתימה פון נחת דקדושה

ברידערלעך טייערע לאמיר זיך אפלערנען פון די אוקראינער, נישט קיין חילוק וויפיל געפאלן, גלייך צוריקשיסן
drive.google.com/file/d/1gcOj1Kgt-C-nsfjVU7VHdC_2-VwFpjKo/view?usp=drivesdk
מיט די צייט וועט די שונא פארברענט ווערן.

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא נעכטן 1:49 PM #293851

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

אומאן - גרויס זארג הערשט ביי טויזענטער חסידי ברסלב וואס גרייטן זיך שוין צו קומען צום עיר הקדושה אומאן אויף ראש השנה, נאכדעם וואס מיסילס וועלכע זענען געשאסן געווארן דורך רוסלאנד זענען אראפ געשאסן געווארן העכער אומאן נאנט צום ציון הקדוש אריינברענגנדיג זארג אז מוועט נישט קענען פראווענען דעם יו"ט אזויווי אלע יארן.

פארט זאגן די ארטיגע איינוואוינער אז די געגנט איז רעלאטיוו פארזיכערט און ווייט פונעם פראנט. די ארטיגע גוים האפן אז אסאך אידן זאלן קומען, זאגנדיג אז די רוסן וועלן נישט אטאקירן א גרויסער קיבוץ פון אידן.

אפילו די גוים ווייסען אז נאר די אידען קענען   ווייל מיר זענען א עם סגולה  יא און מיר קענען זיך היטען די אות ברית 

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא נעכטן 4:11 PM #293869

  • נחת דקדושה
  • יעצט אנליין
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 22
  • האט שוין געלייקט: 48 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
יוסי וויל זיין וואויל געשריבן on נעכטן 1:34 PM:

חתימה פון נחת דקדושה

ברידערלעך טייערע לאמיר זיך אפלערנען פון די אוקראינער, נישט קיין חילוק וויפיל געפאלן, גלייך צוריקשיסן
drive.google.com/file/d/1gcOj1Kgt-C-nsfjVU7VHdC_2-VwFpjKo/view?usp=drivesdk


א גוטן טייערע הייליגע אידן.

דעיס וואס איך שרייב מיט די צייט וועט די שונא פארברענט ווערן. איך בין נישט זעכער צו איך בין גערעכט דערמיט,   ההאאאא????
איך האלט נאך גאנץ אנפאנג, ממילא בינעך נאכניש קלאר.

א פערזענלעכער טובה ביטע.
איך האב דערווייל נישט געקענט גרייכן א טעראפיסט פאר עדיקשן, סא ביטע מיך ארויסהעלפן, 
שרייבט מיך פריוואט. 
השי"ת ישלם שכרכם. 

ברידערלעך טייערע לאמיר זיך אפלערנען פון די אוקראינער, נישט קיין חילוק וויפיל געפאלן, גלייך צוריקשיסן
drive.google.com/file/d/1gcOj1Kgt-C-nsfjVU7VHdC_2-VwFpjKo/view?usp=drivesdk
מיט די צייט וועט די שונא פארברענט ווערן.

ענטפער: מלחמת רוסלאנד אוקריינא נעכטן 4:55 PM #293890

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 231 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 526
  • האט שוין געלייקט: 962 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

יעדע ראיה וואס מען האלט זיך צוריק איז אזוי ווי נאך א רוסישע טאנק אויפגעפלאצט און די רויעך איז די רויעך פון די קרבן וואס די ברענגסט פארן אויבערשטער
ידע ראי' נאך א קרבן    איינס האט נישט מיטן צוויטן

https://drive.google.com/file/d/1_2vIBY ... sp=sharing

אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.25 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא