ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: שוין העכט די צייט 7475 באזוכער

ענטפער: שוין העכט די צייט כ"ט אלול התשפ"א 02:24 #275797

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע חברים
די תפילות און בקשות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.
ווער נאך ווי אונזער קהילה ווייסט וויפל מ'דארף בעטן
ווער נאך ווי אונזער קהילה ווייסט אז מ'קען בעטן.


מן השמים איז היינט נסתבב געווארן אז אפאר אראסטירטע זענען אנטלויפן פון גאר א אפגעהיטענע תפיסה אין אר"י, דורך גראבן א טאנעל.
ס'איז מיר געווען א שטארקע לימוד, אז ווי שטארק מ'איז נאר אין א תפיסה, מיט אמת'ע עבודה זעט מען זיך ארויס בעז"ה. די אייבישטער איז חותר א חתירה פאר יעדן איד.

א גוט געבענטש יאר.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט ג' תשרי התשפ"ב 06:14 #275807

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

א גמר חתימה טובה פאר אלע הייליגע חברים בכל מקומות מושבותיהם.

ב"ה מ'האט זוכה געווען צו א פיינע געשמאקע יום טוב, א נייע סארט יו"ט ווי ביז היינט, און לאמיר מקדים זיין.

אינמיטן חודש אלול האב איך געשפירט אזא אנגעצויגנקייט און שווערקייט, און ביים האלטן שבת סליחות האב איך מיך שוין ממש געוואלט זעהן מוצאי שמחת תורה...

די ערשטע סליחות זאג איך בדרך כלל פארטאגס, ברוב עם מיט א גאנצע מצב, אבער די יאר האב איך געשפירט אז ס'נישט פאר מיר, איך בין געווען זייער טריקן און נישט געשפירט קיין שום התעוררות. כאילו די גאנצע זאך רעדט נישט צו מיר. אבער מ'מוז דאך זאגן סליחות, בין איך צום ערשטן מאל אין מיין לעבן געגאנגען זאגן סליחות מוצאי שבת ביינאכט נאך חצות. ממש בלית ברירה, געגאנגען צו א קליין בית מדרש'ל לעבן שטוב, מיט בערך 20 מתפללים.

אבער וואס זאל איך ענק זאגן, מיין הארץ האט זיך פלוצלינג געפענט, געכאפט עפעס אזא שטארקע התעוררות, טרערן האבן אנגעהויבן רינען, רינען און רינען, נישט אויפגעהרט. די גאנצע סליחות איז אריבער מיט א גאר גאר שטארקע התעוררות, מיט הייסע טרערן וואס האבן נישט אויפגהערט צו פליסן פון די אויגן. מיין הארץ האט דערציילט פארן רבש"ע אלע אלע שווערעקייטן און זיך געבעטן פאר א בעסערע יאר.

די אלע סליחות טעג זענען דורך מער ווייניגער בחסד ב"ה, געזאגט די יאר סליחות יעדן טאג ב"ה.

ערב ר"ה האב איך ווידער געשפירט אז איך וויל שוין האלטן מוצאי שמחת תורה, און דאס האט מיר זייער געשטערט. האב איך געטראכט צו מיר, וויאזוי ווילסטו שפירן א התעוררות אויב האסט נישט גענוג געלערנט אדער געליינט/געהערט שמועסן אויף ר"ה. האב איך טאקע אויסגעהערט א שמועס פון איינער הרב שלמה האפמאן, וואס רעדט זייער ווארעם און געשמאק, אויף די חסד ה' וואס מ'דארף זעהן אין די טאג, און דאס האט מיט אביסל געעפנט די הארץ.

איך האב מיך געמאכט א חשבון פון "איין טאג אויף אמאל"... פארוואס בין איך נערוועז? ווייל עס קומען אנגעצויגענע טעג וואס מוטשען אויך אויס?... אבער וואס טראכסטו יעצט פון הושע"ר און שמחת תורה? וואס טראכטו יעצט פון ד' מינים מיט סוכה און כפרות? יעצט האסטו ראש השנה, טראכט נאר פון דעם, דו וועסט עס קענען דורך טראגן...

אפשר בושות שרייבן אז דאס זענען מיינע מחשבות געווען, אבער עכ"פ דאס האט מיר זייער בארואיגט און איך בין אריין צו ר"ה מיט א גרינגע הארץ און אפילו מיט א געשמאקייט.

ב"ה די גאנצע ר"ה איז אריבער פיין און נישט אנגעצויגן. איך האב נישט געווארט מיט אן אנגעצויגנקייט, ווען גייט מיר שוין קומען א טרער כדי איך זאל וויסן אז כ'בין א נשמה הגונה... איך האב געדאוונט מיט א רואיגקייט, מיט אזא נאנטקייט - און די טרערן זענען גערינען אן ווארטן אויף זיי...

אויך זוכה געווען דורך זאגן גאנץ ספר תהלים במשך ראש השנה. יעדע יאר וויל איך, אבער איך פלעג גלייך ווערן אנגעצויגן אז איך וועל מן הסתם נישט ענדיגן, און אז מיין תהלים איז נישט ווערט ווייל איך פארשטיי נישט די אלע פירוש המילות... און איך פלעג אויפהערן. אבער די יאר האב איך געזאגט זייער רואיג און געשמאק, און געוואוסט אז אפילו איך וועל נישט ענדיגן די גאנצע איז הכל רווח, און אפילו איך פארשטיי נישט יעדע ווארט אבער אלקים יראה ללבב... און ווען מ'איז רואיג ענדיגט מען די גאנצע תהלים...

נאך א נקודה:

במשך ר"ה האב איך מתפלל די אייבישטער זאל מיר העלפן איך זאל זוכה זיין נישט צוקומען צו א גליטש פון הו"ז. כדרכי בכל השנים מתפלל זיין אויף דעם.

אבער איך האב פלוצלינג געטראכט, די גליטש איז דאך שוין סוף פסוק, די לעצטע שטאפל, איך וויל זיך אפשטעלן נאך פארדעם. האב איך געבעטן איך זאל נישט צוקומען טוהן א געוויסע זאך וואס איז מיר גורם א רייץ. אבער שפעטער האב איך מיך געכאפט אז דאס איז שוין אויך צו שפעט, האב איך פשוט מתפלל געווען זוכה זיין צו א נארמאלע לעבן, וויסן וויאזוי פירן מיין מהלך החיים, אז איך זאל בכלל נישט שפירן אז די לאסט און די תאוה ציהען מיר.

עכ"פ ב"ה אז איך האב געשפירט זייער א שטארקע רואיגקייט און שמחה.

די אייבישטער זאל העלפן אלע תפילות זאלן נתקבל ווערן און מ'זאל האבן די סייעתא דשמיא קענען שטיין אין די קבלות טובות בכל הענינים.

שכח פארן אויסהערן.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט ו' תשרי התשפ"ב 05:24 #275868

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

ישר כח טאטי פאר מיר האלטן ריין 10 טעג.
האלט מיר אויך היינט.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט ו' תשרי התשפ"ב 14:50 #275886

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

טאטע איך בעט דיר העלף מיר ענדיגן די טאג ריין. העלף מיר, האלט מיר. איך בעט דיר ברחמים!!

אוי וואס איין ארויס-גיין אין גאס קען אנמאכן. רחמנא לצלן.

זייער זייער שווער. 

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט ו' תשרי התשפ"ב 17:08 #275892

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

מיין טייערער חבר, איך דאווען פאר דיר

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: שוין העכט די צייט ו' תשרי התשפ"ב 17:27 #275898

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8

ווער קען מחזק זיין די מחזק?

אבער סתם א מעשה'לע, וואס ר' יאנקע'לע גאלינסקי ז''ל פלעגט פארציילן, אז ווען ער האט געוואוינט אין ליטא ווען ס'איז שוין געווען אונער די קאמאניסטישע רוסלאנד, האט ער אמאל געהאט עפעס א גרויסע רוסישע גענעראל וואס איז געקומען צו זיין הויז באהאלטענערהייט, וואס דארט האט אויך געוואוינט א מוהל און ער האט געבעטן די מוהל צו מל'ן זיין ניי געבוירן קינד 

אפזאגן אזא בקשה פון א איד האט ער נישט געקענט כאטש דער גענעראל האט נישט געהאלטן גארנישט פון אידישקייט, און די סכנה מיט וואס אזא זאך איז געווען פארבינדן, ממש סכנת מות, איז ער געגאנגען, און ער ר' יאנקע'לע איז מיטגעגאנגען, מ'האט געמאכט די ברית און שנעל צוריק אהיים

שפעטער האט ער געטראפן יענעם גענעראל, ער האט אים צוגערופן אין א זייט און געפרעגט, על מה ולמה, ער האט זיך אזוי מוסר נפש געווען? הערטס אידן א תשובה פון א איד וואס האט גארנישט געהאלטן

''ס'קען זיין אז ס'שווערע צייטן יעצט פאר אידן, מ'פייניגט זיי, מ'רודפ'ט זיי, אבער דעיס איז אלעס וואלקענעס וואס פארשטעלן די שיינקייט פון אידישקייט קומען וועט א טאג וואס די וואלקענעס וועלן זיך צושפרייטן און ס'וועט זיין א שטאלץ פאר דער וואס איז א איד, איך קען באשטיין מיין זון זאל דארט זיין''

ס'קען אמאל זיין, אסאך מאל, שווערע טעג וואס ס'קוקט אויס ווי, פארוואס מוטשע איך מיך אן אזוי סאך ס'איז אזוי שווער, מ'דארף אבער געדענקן אז ס'איז אלעס וואלקענעס וואס מאכט זאכן אויסזען אזוי טונקל ''און קומען וועט א טאג וואס די וואלקענעס גייען זיך צושפרייטן און עס וועט זיין א שטאלץ פאר ווער ס'איז געבליבן רייסן פון זיך''

די אייבערשטער זאל אונז אלע העלפן 

ענטפער: שוין העכט די צייט ז' תשרי התשפ"ב 00:39 #275922

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

אקעי ב"ה די גליטש בפועל ממש האט נישט פאסירט.
אבער פרעג איך ענק דאס איז דען די תכלית?? אנקומען ביז ממש אטאטאט? ס'איז דאך א גליטש לכל דבר,
מ'פאלירט קאנטראל, מ'איז נישט א מענטש, מ'שפירט ווי א שמאטע, אויסגעמוטשעט, בזוי ומבוזה. ואין אתי יודע עד מה.
איך ווייס נישט וואס צו זאגן

געשריבן דאס מיט טרערן און א שרעקליכע צער און  פארלוירנקייט

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט ז' תשרי התשפ"ב 02:29 #275925

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 249
  • האט שוין געלייקט: 697 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 324 מאל
  • קאָרמא: 12

ס'טוט מיר זייער וויי צו הערן דיינע פלאגענישן איך גלייב אבער אז זכות פון כסדר מחזק אנדערע וועט דיר ביישטיין אז זאלסט קענען איבער קומען די שווערע זמנים אין נסיונות

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: שוין העכט די צייט ז' תשרי התשפ"ב 14:25 #275934

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

מיין הארץ גייט אויס פאר דיר . . . 

ענטפער: שוין העכט די צייט ז' תשרי התשפ"ב 14:37 #275936

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 88 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 146 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
  • קאָרמא: 15
נישט שפעט געשריבן on ז' תשרי התשפ"ב 00:39:

אקעי ב"ה די גליטש בפועל ממש האט נישט פאסירט.
אבער פרעג איך ענק דאס איז דען די תכלית?? אנקומען ביז ממש אטאטאט? ס'איז דאך א גליטש לכל דבר,
מ'פאלירט קאנטראל, מ'איז נישט א מענטש, מ'שפירט ווי א שמאטע, אויסגעמוטשעט, בזוי ומבוזה. ואין אתי יודע עד מה.
איך ווייס נישט וואס צו זאגן

געשריבן דאס מיט טרערן און א שרעקליכע צער און  פארלוירנקייט


טייער חבר וואס זאל איך דיר זאגן, איך פארשטיי גוט דיין פארלוירנקייט דאס וואס דו זאגסט 'מען פאלירט קאנטראל' - אבער מיר זענען במילא נישט אין אינזער אייגענע קאנטראל, מיר ווייסן עס זייער גוט און פארדעם זענען מיר מתפלל יעדן טאג צו דעם וועמען די Control Panel ליגט ביי אים!
באשעפער טייערע יעצט אין די ימי הרחמים, פארשרייב אינז און אינזער חבר נישט שפעט פאר א גוטע לעכטיגע יאר, אן שווערע נסיונות!

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: שוין העכט די צייט ז' תשרי התשפ"ב 14:49 #275939

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

דו האלטס היינט ביי איינס און נאכאמאל איינס.
חוץ וואס מ’דארף נוצן די עצה אויף די נסיונות פון לאסט, דארף מען אויך נוצן די עצה נישט צו ווערן אנגעצויגען. די אנגעצויגענקייט (און ביי מיר אנידערגעשלאגענקייט) איז א טריק פון שטן אונז אריינצוכאפן און זיין נעץ, לאמיר ארבעטן נאר אויף יעצט נישט צו זיין אנגעצויגן אויף די מינוט, די שעה, די טאג!

געדענק ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: שוין העכט די צייט ז' תשרי התשפ"ב 15:19 #275944

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40
נאר בשמחה געשריבן on ו' תשרי התשפ"ב 17:27:

ווער קען מחזק זיין די מחזק?

אבער סתם א מעשה'לע, וואס ר' יאנקע'לע גאלינסקי ז''ל פלעגט פארציילן, אז ווען ער האט געוואוינט אין ליטא ווען ס'איז שוין געווען אונער די קאמאניסטישע רוסלאנד, האט ער אמאל געהאט עפעס א גרויסע רוסישע גענעראל וואס איז געקומען צו זיין הויז באהאלטענערהייט, וואס דארט האט אויך געוואוינט א מוהל און ער האט געבעטן די מוהל צו מל'ן זיין ניי געבוירן קינד 

אפזאגן אזא בקשה פון א איד האט ער נישט געקענט כאטש דער גענעראל האט נישט געהאלטן גארנישט פון אידישקייט, און די סכנה מיט וואס אזא זאך איז געווען פארבינדן, ממש סכנת מות, איז ער געגאנגען, און ער ר' יאנקע'לע איז מיטגעגאנגען, מ'האט געמאכט די ברית און שנעל צוריק אהיים

שפעטער האט ער געטראפן יענעם גענעראל, ער האט אים צוגערופן אין א זייט און געפרעגט, על מה ולמה, ער האט זיך אזוי מוסר נפש געווען? הערטס אידן א תשובה פון א איד וואס האט גארנישט געהאלטן

''ס'קען זיין אז ס'שווערע צייטן יעצט פאר אידן, מ'פייניגט זיי, מ'רודפ'ט זיי, אבער דעיס איז אלעס וואלקענעס וואס פארשטעלן די שיינקייט פון אידישקייט קומען וועט א טאג וואס די וואלקענעס וועלן זיך צושפרייטן און ס'וועט זיין א שטאלץ פאר דער וואס איז א איד, איך קען באשטיין מיין זון זאל דארט זיין''

ס'קען אמאל זיין, אסאך מאל, שווערע טעג וואס ס'קוקט אויס ווי, פארוואס מוטשע איך מיך אן אזוי סאך ס'איז אזוי שווער, מ'דארף אבער געדענקן אז ס'איז אלעס וואלקענעס וואס מאכט זאכן אויסזען אזוי טונקל ''און קומען וועט א טאג וואס די וואלקענעס גייען זיך צושפרייטן און עס וועט זיין א שטאלץ פאר ווער ס'איז געבליבן רייסן פון זיך''

די אייבערשטער זאל אונז אלע העלפן


יישר כח טייערע נאר בשמחה.
א מוראדיגע מעשה מיט א שטארקע מוסר השכל.

מ'דארף אויך געדנעקען, אז די וואלקענעס ברענגען מיט זיך רעגן וואס ברענגט חיות און מאכט וואקסן און בליען... ס'טאקע שרעקליכע וואלקענעס אבער נאר אזוי וואקסט מען.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט ז' תשרי התשפ"ב 15:22 #275945

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

יישר כח אלע חברים פאר די שטארקע חיזוק און מיט פילן.
נאר דאס געט די כח און רצון זיך מחזק זיין און אפשאקלען.
שלי - שלכם הוא. ענק האבן א גרויסע זכות.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט י' תשרי התשפ"ב 14:45 #275997

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

יישר כח הייליגע טאטע פאר מיר געבן 14 ריינע טעג.
אתה נותן י"ד וכו' 

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: COM_KUNENA_POST_RE שוין העכט די צייט י"א תשרי התשפ"ב 10:18 #276005

  • יום ליבשה
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 27
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
  • קאָרמא: 3

דראפעט האט געשריבן (א צייט צוריק זעט אויס)



חזק ואמץ !

אויך מיר א עלטערע אינגערמאן.... נאך ניטאמאל קיין פערציג.... שארץ ארויף די ארבעל ראצער וואס דו ביזט! און הייב אן שמייסן !!!!

אדמו"ר מדראפעט


כא כא כא.........................
אזא גוטס האב איך שוין לאנג נישט געהערט!!!!!!!!!!!!!!!!!!
קען זיין שוין שפעט פאר מיין פאוסט, אבער איך האלט מיך נישט צוריק, דאס איז א געוואלדיגס!!!
‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏‏א ריזיגע ריזיגעיישר כח
מען דארף דעס אויך הערן....

לעצט פארראכטן: י"א תשרי התשפ"ב 10:27 דורך יום ליבשה.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ב תשרי התשפ"ב 23:07 #276021

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 164 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 254
  • האט שוין געלייקט: 86 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 641 מאל
  • קאָרמא: 5

א גיט געבענטש יאר מיין חשובה פריינט זאלסט האבן אויסגעבעטן אלעס גיטס 
מיר פרייען זיך באמת מיט דיינע 14 טעג 
דער אייבידטער זאל דיר געבען נאך טויזענטער אזעלכע טעג ריין אי"ה

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ג תשרי התשפ"ב 02:15 #276032

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

טאטי דו זעסט מיין אנגעזעצטע מצב פון נעכטן נאכט. איך וויל יא פאלן, איך וויל גליטשן, איך וויל טוהן די מעשה. איך וויל, איך גליסט, עס ברענט פון אלע זייטן. טאטי יא דאס איז די אמת, איך וויל יעצט זייער שטארק טוהן דאס וואס דו לאזט נישט. איך בין אויס מענטש, לכאורה וועט עס געשען. בין איך נאר מגלה דעת אז איך האב נישט קיין שליטה.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ג תשרי התשפ"ב 03:14 #276033

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 165 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 149
  • האט שוין געלייקט: 188 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל
  • קאָרמא: 6

הייליגער חבר, ביסט דאך אזוי ליכטיג און חשוב אפגעזעהן דיין מצב, איך בעט און דאווען פאר דיר זייער שטארק.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ג תשרי התשפ"ב 08:27 #276035

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 586 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 386
  • האט שוין געלייקט: 408 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל
  • קאָרמא: 15

ברודער זיסער, נניח אז דו ווילסט (כאטש דאס איז נישט אמת אבער דאס וועט מען לאזן פאר אן אנדערס מאל אי"ה) אבער דו מוזט נישט, דו וועסט איבער לעבן אפילו טאמער דו וועסט נישט אויסעקטן.

די פארגאנגענע פאר טעג שפרינגט די נסיון אויף ביי מיר כ"פ אבער איך זאג זיך אליין "איך מוז נישט קוקן איך מוז נישט טראכטן באשעפער העלף מיר איבערקומען דעם גל אויך" און בס"ד די ידיעה ברורה אז איך "מוז" נישט העלפט שטארק.

ה' זאל זיין מיט דיר און דיר באשיצן פון אלדאס בייזן.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ג תשרי התשפ"ב 09:53 #276037

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

פאר א מינוט האב איך געמיינט אז איך האב עס געשריבן. ס’פלאקערט... ס’ציט... אבער איך העלמיר נישט אזוי פשוט איבערגעבן פארן שונא’ס בייזע טאקטיקן.
איך בעט דיר, ס’איז פשוט א אויסגעשפרייטע נעץ, לאז דיך נישט...
טאטע העלף דיין קינד וואס וויל זיין אזוי פיין און וואויל!
אוי......!!!! 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ג תשרי התשפ"ב 13:04 #276044

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 88 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 146 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
  • קאָרמא: 15
BeVeryStrong געשריבן on י"ג תשרי התשפ"ב 09:53:

פאר א מינוט האב איך געמיינט אז איך האב עס געשריבן. ס’פלאקערט... ס’ציט... אבער איך העלמיר נישט אזוי פשוט איבערגעבן פארן שונא’ס בייזע טאקטיקן.
איך בעט דיר, ס’איז פשוט א אויסגעשפרייטע נעץ, לאז דיך נישט...
טאטע העלף דיין קינד וואס וויל זיין אזוי פיין און וואויל!
אוי......!!!! 


אוי טייער חבר איך בין שטארק מתפלל פאר דיר, זאלסט זיין בכח, בעסער געזאגט 'איינזעהן אין די געוואלדיגע כח וואס ה' גיבט דיר צו קענען געווינען די מלחמה!
איך האב הנאה מיט די קלארקייט ווי אזוי דו לייגסט אראפ ווי אזוי די מלחמה פירטזיך.. אז מען איז קלאר ווי מען האלט איז מען שוין א געווינער!
ווי אזוי זאגט ער נאר: Be Very Strong ..

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.
לעצט פארראכטן: י"ג תשרי התשפ"ב 13:06 דורך חנוכה.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ג תשרי התשפ"ב 14:59 #276051

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

מיר האט אויך זייער שטארק געהאלפן, צו זאגן צו זיך מערערע מאהל
"איך מוז נישט ! די אדיקשן מאכט מיר אן אילוזיע אז איך זאל פילן אז איך מוז, אבער איך ווייס אז ס'זעהט מיר נאר אויס אז איך מוז"

מיר קוקן פאראויס אויף דיין הצלחה !

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ג תשרי התשפ"ב 15:08 #276052

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 67 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 201
  • האט שוין געלייקט: 114 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 735 מאל
  • קאָרמא: 31

איך פארשטיי דיך, איך בעט פאר דיך.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ג תשרי התשפ"ב 17:22 #276064

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

ס'מיר נתעורר געווארן היינט א שאלה אויפן טור (אורח חיים סימן תקפא) וואס ער שרייבט אז סוכות ווערט אנגערופן "ראשון לחשבון עוונות", ווייל פון יום כיפור ביז סוכות איז נישטא קיין צייט זינדיגן.

בקיצור א מעשה, איך האב געהאט א שטארקע פירכא אויף דעם טור...

ב"ה אז בפועל האב איך נישט געגליטשט, אבער געהאט אפאר זייער שווערע שעות. די חיזוק פון די חברים האט מיר זייער שטארק געהאלפן לצאת מן המצר.

זאלן מיר אלע האבן א פרייליכע יום טוב, אן קיין פרעשור און אן קיין אנגעצויגנקייט. שמחה בשלימות.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ג תשרי התשפ"ב 18:16 #276065

  • א פשוטער איד
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 34
  • האט שוין געלייקט: 56 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
  • קאָרמא: 3

ר' נישט שפעט, ויי דו שרייבסט האסטו יעצט שווערע זמנים, וויל איך מיטיילן א ווארט וואס כ'האב געזעהן שבת אין דברי יחזקאל, אפשר וועט עס דיר אויך זיין א חיזוק.

די דברי יחזקאל טייטשט, נעבד לו כתרין, במילין יקירין, אז אונז מאכן כביכול א קרוין פארן רבוש"ע, במילין יקירין, מיט די זאכן וואס זענען אונז שווער. ער זאגט אויף אידיש, ווען מרייסט זיך פאר אים.

זיי דיר מצייר, וואס עס איז געשען אין הימל, מהאט געברענגט א קרוין פאר כביכול פון דיין שווערע טאג. 

עס האט מיר מחזק געווען, איך האף סאיז דיר אויך א חיזוק.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ד תשרי התשפ"ב 06:35 #276073

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 586 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 386
  • האט שוין געלייקט: 408 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל
  • קאָרמא: 15

צדיק'ל, איך האב  תירוץ אויף דיין פירכא, זעסט דאך אז דו האסט למעשה נישט געזינדיגט אין די צייט...

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ד תשרי התשפ"ב 07:22 #276074

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40
א פשוטער איד געשריבן on י"ג תשרי התשפ"ב 18:16:

ר' נישט שפעט, ויי דו שרייבסט האסטו יעצט שווערע זמנים, וויל איך מיטיילן א ווארט וואס כ'האב געזעהן שבת אין דברי יחזקאל, אפשר וועט עס דיר אויך זיין א חיזוק.

די דברי יחזקאל טייטשט, נעבד לו כתרין, במילין יקירין, אז אונז מאכן כביכול א קרוין פארן רבוש"ע, במילין יקירין, מיט די זאכן וואס זענען אונז שווער. ער זאגט אויף אידיש, ווען מרייסט זיך פאר אים.

זיי דיר מצייר, וואס עס איז געשען אין הימל, מהאט געברענגט א קרוין פאר כביכול פון דיין שווערע טאג. 

עס האט מיר מחזק געווען, איך האף סאיז דיר אויך א חיזוק.


יא יא זייער א שטארקע חיזוק דאס!
בשעת מעשה איז שווער טראכטן פון דעם ווייל די מוח איז נישט ביי אונז אבער לאחר מעשה איז דאס זייער א שטארקע חיזוק!
מ'דארף דאס חזרן און געדענקען, כדי אז ווען עס וועט זיך מאכן נאך אזא מקרה - מיט א תפילה צום אייבישטער ס'זאל נישט געשען צו פיל און נישט צו שווער - זאל מען עס האבן אין קאפ און געדענקען: יעצט איז בלויז א נסיון! קוק עס אן ווי א נסיון און געדענק אז די אייבישטער מיט די פמליא של מעלה קוקן יעצט אויף מיר, זעהן וואס איך גיי טוהן.
און ווען מ'איז זוכה זיך מתגבר זיין ווערט אויבן א געוואלדיגע שמחה און נחת רוח. א קרוין כביכול. נעבד להון כתרין במילין יקירין.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ד תשרי התשפ"ב 07:25 #276075

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40
שלום אהליך געשריבן on י"ד תשרי התשפ"ב 06:35:

צדיק'ל, איך האב  תירוץ אויף דיין פירכא, זעסט דאך אז דו האסט למעשה נישט געזינדיגט אין די צייט...


ריכטיג, דיין תירוץ איז בעסער ווי מיין קשיא...
איך בין זייער פרייליך.
און דיין עצה וואס האסט געשריבן פריער, איז דאך אזוי אמת און וויכטיג חזרן: איז מוז עס נישט! עס זעהט נאר אויס אז איך מוז עס און אז דאס וועט מיר מאכן גליקלעך, אבער ס'שטותים... איך מוז עס נישט בכלל, ס'איז נאר דמיון.
דאס דארף מען חזרן בימי הגדלות

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ד תשרי התשפ"ב 07:37 #276076

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 586 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 386
  • האט שוין געלייקט: 408 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל
  • קאָרמא: 15

שמחתך שמחת קהלינו!!!

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ח תשרי התשפ"ב 02:09 #276093

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

ביטערע מחשבות פון א ציפראסקעטע מענטש מיט א צופליקטע הארץ.

שוין 4 א זייגער פארטאגס, פארברענגט שוין באלד 12 שעה ברציפות מיט זיכן און טוהן שטותים והבלים. מ'שטופט עס אפ אבער ביז א האלבע מינוט איז מען צוריק דארט, ביז די גליטש האט פאסירט.

עדידקעט צום קאמפיוטער בעבותות העגלה, נישטא סוכות, נישטא חוה"מ, נישטא ווייב און קינדער, נישטא ארום גיין חוה"מ, נישטא שמחת בית השואבה. גארנישט גארנישט. נאר איך מיט די פאשאלטענע קאמפיוטער.

אינדרויסן איז יום טוב, ס'לעבעדיג, ס'טוהט זיך א וועלט, מענטשטן קומען מענטשען גייען, מענטשן לויפן מיט זייערע קינדער פון איין שמחת בית השואבה צום צווייטן, מ'פארט דא מ'פארט דארט. נאר איך בין פארשפארט אין מיין צימער, בדד ישב, ווי א בהמה וואס האט נישט קיין שום שליטה אויף איר.

מיינע קינדער קומען פרעגן, טאטי ווען גייט מען דארט... טאטי קום מיט אונז... טאטי איך וועל זיך עפעס שפילן... אבער טאטי איז גאר פארנומען... ער שרייט זיי ארויס דורך די פאשלאסענע טיר: טאטי איז יעצט זייער פארנומען, נישט שטערן, ענק קענען אליין גיין...

איי דו צודרייטער וואס דו ביסט... ביסטו טאקע אינגאנצן משוגע? דו זעסט נישט וואס דו פאלירסט? פאלירסט דיר, דיין משפחה, דיינע לעכטיגע קינדער, פאלירסט דיין לעבן בגשמיות וברוחניות. לאז שוין אלעס אפ און גיי קוק ווי מענטשן לעבן א לעבן. זיי זענען שולט אויף זיך.

שפרינג שוין ארויס, טוה עפעס, וואס וועט זיין די תכלית. אוי טאטע איך קען שוין נישט אויסהאלטן. דאס איז נגזר געווארן אויף מיר? איך ווייס דאך אז ס'דא א וועג, פארוואס האב איך נישט די כח צו דעם?? פארוואס?????????????????

וואס איז מיין משפחה שולדיג? האט דען א עונש נישט קיין שיעור? זאכן פאלן פון אלע זייטן ואני לעולם עומד בסכלותי.

טאטע טאטע
הנשמה לך והגוף פעלך חוסה על עמלך

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ח תשרי התשפ"ב 02:13 #276095

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

אוי....!  ס’רייסט דאס הארץ....!
ליכטיגקייט וועט אנקומען צו דיר צום סוף. דער אייבערשטער גייט דיר זיכער העלפן! 
איך בין מתפלל פאר דיר. אונז אלע זענען מתפלל פאר דיר.
ס’גייט קומען א טאג! א ליכטיגע טאג! א ישועהדיגע טאג! 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ח תשרי התשפ"ב 15:44 #276101

  • חפץ בטוב
  • איצטיגע שטרעקע: 404 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 68
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל
  • קאָרמא: 4

אוי וויי, עס טוט דאך אזויוויי צו הערן וואס ס'פאסירט, בפרט ווען איך ווייס דאך אז דאס קען פונקט אזוי פאסירן צו מיר, איך בין נישט אנדערש.

איך בין מתפלל פאר דיר בתורת המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר.

זאל דער הייליגער באשעפער זיין מיט דיר אויף שריט און טריט זאלסט זוכה זיין צו ליכטיג זיסע ריינע לעבן איין טאג אויף אמאל אויף לאנגע געזונטע יארן.

א גוט שבת טייערער ברודער 
ידידך המצפה לישועתך הקרובה
הק' החפץ בטוב

ענטפער: שוין העכט די צייט כ' תשרי התשפ"ב 02:53 #276112

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 209 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1381
  • האט שוין געלייקט: 1176 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2471 מאל
  • קאָרמא: 57

מיין הארץ וויינט מיט אינאיינעם מיט דיר, און עס טריפעט בלוט, רויטע הייסע בלוט, אני הגבר ראה עני עמי, איך פארשטיי דיין צער און איך זעה דיין ווייטאג.

כ'ווייס נישט פון ווי דו האסט גענומען די כוחות גלייך דערנאך צו שרייבן דיין פאוסט, אבער איך זעה פון דעם אז דו האסט זיך גלייך אויפגעהויבן, עצת ה' לעולם: תעמוד!

ענטפער: שוין העכט די צייט כ' תשרי התשפ"ב 03:31 #276114

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1206 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1655
  • האט שוין געלייקט: 2981 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2522 מאל
  • קאָרמא: 23

איך האב דיר ליב מיט מיין גאנצע הארץ

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: שוין העכט די צייט כ' תשרי התשפ"ב 15:54 #276125

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 208 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 507
  • האט שוין געלייקט: 783 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 591 מאל
  • קאָרמא: 9

אהובי ידידי טייערער ברודער, מיין הארץ איז מיט דיר אינגאנצן, איך שפיר דיין צער און דיין ווייטאג, ולבבי נשבר בקרבי, איך בין מתפלל פאר דיר מעומק הלב, דער אייבערשטער זעט דיין צער, און ער שטאלצירט דערמיט, פארגעס נישט קיין איין רגע דו ביסט זיין ליבליכע בן יחיד, סיי אין וועלכע מצב דו ביסט, ער האט דיך ליב אן ענדלאזע אהבה שאינה תלי' בדבר.
שטארק זיך ברודערל, ה' עמך גבור החיל.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: שוין העכט די צייט כ' תשרי התשפ"ב 16:07 #276126

  • גפן
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 36
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3
Wow painful

כוויס נישט פארוואס גפן. אבער ס'זאל זיך גיסען געזינט פרנסה נחת!

ענטפער: שוין העכט די צייט כ"א תשרי התשפ"ב 01:03 #276137

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8
ואטהר ואתקדש געשריבן on כ' תשרי התשפ"ב 15:54:

אהובי ידידי טייערער ברודער, מיין הארץ איז מיט דיר אינגאנצן, איך שפיר דיין צער און דיין ווייטאג, ולבבי נשבר בקרבי, איך בין מתפלל פאר דיר מעומק הלב, דער אייבערשטער זעט דיין צער, און ער שטאלצירט דערמיט, פארגעס נישט קיין איין רגע דו ביסט זיין ליבליכע בן יחיד, סיי אין וועלכע מצב דו ביסט, ער האט דיך ליב אן ענדלאזע אהבה שאינה תלי' בדבר.
שטארק זיך ברודערל, ה' עמך גבור החיל.


גא”מ! שטארקע ווערטער!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: שוין העכט די צייט כ"א תשרי התשפ"ב 12:24 #276139

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 88 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 222
  • האט שוין געלייקט: 146 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
  • קאָרמא: 15

טייערע ברודער לעכטיג ברודער, איך האב ניטאמאל די ווערטער ארויסצושרייבן ווי שטארק מיין ציבראכן הארץ איז מיט דיר ---
טייערע ליבע חברי יקר, יא איך פארשטיי גוט גוט וואס דו גייסט אדורך, דו גיי נאר ווייטער, ווער ח"ו נישט געפאלן ביי זיך, די לעכטיגע טעג וועלן נאך צוריק קומען מיט שטארקייט!

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: שוין העכט די צייט כ"ד תשרי התשפ"ב 01:35 #276151

  • chezky
  • איצטיגע שטרעקע: 72 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 104
  • האט שוין געלייקט: 78 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
  • קאָרמא: 5
טייערע חבר.

איך פיל דיין ווייטאג.

איך האב נישט קיין ווערטער.

איך דאווען פאר דיר.

ענטפער: שוין העכט די צייט כ"ד תשרי התשפ"ב 10:25 #276156

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

יישר כח פאר ענקער ווארעמע חיזוק. איך האב עס איבער געליינט אן א שיעור מאל. דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב.

איז הגם איך בין נאך זייער שוואך, אן כח, אן מוד און אן חשק צו גארנישט, אבער כאטש בין איך דא אין חדר.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.05 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא