2#
פרשת יתרו
אונזער חבר: שיע
ביים סייט: זייט כ"ו חשון תשפ"א
ריין: 463 טעג, איין טאג אויפאמאל
שלום וברכה
זיך צוגעבן א דריי צוריק אין כאפן א בליק ווי אזוי עס איז געווען פאר איך בין אריין און ריקאווערי איז כמעט א טעגליכע ערשיינוג ביי מיר, ווען עס קומט א שווערע מינוט קען איך מיר געבן א שטעל אפ אין מיר פרובירן צו דערמאנען יענע טעג, דאס העלפט מיר אין דאס געבט מיר די כוחות נישט צו וועלן צירוק גיין צו די זעלבע פלאץ.
ווען מיין לעבן איז געווען איין שטיק לאסט וכ"ו דאס האט מיר אנגעפילט מיין טאג, ארום געזיכט נאך און נאך שמוץ אבער נישט געשפירט קיין שום חיות נאר זיך ארום געשלעפט מיט גאר שטארקע שילד געפילן, מיינע געפילן זענען געווען פארהאקט, נישט געקענט זיך מיטפרייען מיט א צווייטען, אין נישט געקענט שפירן די אייגענע ווייטאג אין כ"ש א צווייטנס אדער גאר מיין בני בית אדער קינדער'ס ווייטאג.
די רגע מיין קאפ האט אנגעהויבן לויפן צו שמוץ איז נישט געווען שייך צוריק צו דרייען, נאר ווי א נער בין איך מיט געלויפן.
אין פארשטיי זיך, א טאטע צו מיינע קינדער האב איך נישט געקענט זיין, א מאן פאר מיין בני בית איז פשוט נישט געווען מעגליך, מיין קאפ איז געליגען אינגאצען א אנדערע פלאנעט.
איך האב ארום געוואקט נישט ווסינדיג פון גארנישט חוץ לאסט, אין די זעלבע צייט בין איך געווארן מער אין מער צובראכן, פון איין זייט איך קען מיר נישט ארויסדערזעהן דערפון און מיין קאפ האט נישט געזעהן עפעס בעסער ווי עקטן אט אין לאסטן, פון די אנדערע זייט בין איך א ערנסטע אינגערמאן וואס וויל זיין נאהט מיט מיין ווייב וויל פילן א ליבשאפט צו מיינע קינדער וויל קענען ליב האבן גאט אבער עס איז מיר פשוט נישט געווען מעגליך...
מיין קאפ איז נאר געלויפן ווי קען איך טוען דעס, אין ווי קען איך זעהן יענץ, ממש ווי משוגה.
איך האב געלעבט א דאפעלט לעבן וואס האט מיר געמאכט צובראכן אין דיפרעסט וואס וועט זיין מיין תכלית. אזוי איז געווען פאר קרוב צו צען יאר
איך דאנק גאט ברוך הוא יעדע מינוט פון טאג, פארן מיר צושיקן "היט דיינע אויגן" בשעתן סערטשן פאר נישט גוטע פלעצער, אין מיר געגעבן די כוח אין ווילן צו גלייך אריינשפרינגען און זיין גרייט צו טוען וואס מען דארף צו קענען בלייבן ריין.
איך האב די ערשטע זאך אריינגענומען אין קאפ אז איך האב פשוט א קראנקייט וואס דעס שטופט מיך צו שמוץ וכ"ו. און איך קען מיר נישט אליין אויסהיילן, איך קען מיר נישט צוריק האלטן פון דעם נאר מיין ליבער טאטע ער קען, ער איז א שטערקערע כוח פון מיר, אין ווען איך בעט אים באמת אז ער זאל אוועק נעמען פון מיר די תאווה טוט ער עס.
אזוי אויך האב איך אנגעהויבן חזרן מער אין מער די יסוד פון איין טאג אויפאמאל וואס דעס איז פן די שטערקסטע כלים צו קענען בלייבן ריין איך קוק נאר אויף היינט.
צוביסלעך האב איך מיר אנגעהויבן טרעפן מיט מיין עכטע מיך, מיין קאפ איז געווארן קלארער יעדע נאך יעדע ריינע טאג מער אין מער, איך האב אנגעהויסן זעהן און מיר מיינע מעלות וואס איך קען אויסניצן לטובה, אין אזוי אויך איינגעזעהן מיינע חסרונות, אויף וואס איך קען ארבעטען דערויף, איך האב אנגעהויבן צוביסלעך פילן מינע פילינגס, געקענט זיך באמת מיט פרייען מיט מיינע חברים משפחה וכ"ו, אין אזוי אויך געקענט וויינען ווען ווען איך בין אדורך עפעס, זיך געקענט שטעלן דאווענען אן מיין קאפ זאל אוועקלויפן צו לאסט, איך האב אנגעהויבן קענען צוביסלעך בויען א געזונטע רילעשינשיפ מיט מיין בני בית, איר אנגעהויבן קענען פארשטיין אנגעהויבן פארשטיין אירע פילינגס אין באמת קענט מיט פילן מיט איר.
איך גיי אין 12 סטעפ פראגרעם און איך ארבעט די 12 סטעפ וואס דעס מאכט מיר קלאר מיין בליק אויף לעבן און אויף מיין באשעפער מאכט מיר גערינגער שווערע געפילן אויף אנדערע וכ"ו און העלפט מיר ארויס זיין סערין אין סאבער.
ב"ה מיין עבר קען היינט העלפן אנדערע מיט די הילף פון גאט ברוך הוא, וואס איך האב קיינמאל נישט געקענט גלייבן אז עס קען פאסירן און די זעלבע אז עס וועט אמאל פאסירן איך וועל קענען זיין ריין איין טאג אויפאמאל פאר איבער 460 טעג ממש ניסים.
די עיקר איז די רצון, איך דאנק דיר אויבערשטער פארן מיר געבן די רצון צו וועלן זיין היינט נאכאמאל ריין און נישט וועלן צוריק גיין צו די אלטע ווייטיגליכע צייטן.