ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: איך דארף הילף 8311 באזוכער

ענטפער: איך דארף הילף א' תמוז התשפ"א 07:37 #273084

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

ואטהר האסט עס גענאגלט, אט דאס האב איך געהאט בכונה, "איך" קען בשופו"א בלייבן ריין

ענטפער: איך דארף הילף א' תמוז התשפ"א 07:48 #273085

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34

איך האב נעכטן געהאט א זכייה דורך גיין א נסיון און בלייבן ריין. ראה כאן.
היינט האב איך באקומען אין פריוואט שטארקע חיזוק פון ידידי היקר והקדוש, איינער וואס איז כל כולו האַרץ, רבי שלום אהליך שליט"א, און ברשותו לייג איך עס ארויף דא. עס קען זיין חיזוק פאר די חברים, חדשים וגם ישנים:

"אבסעשאן" - דאס איז אין איין ווארט די שגעון, די זאך וואס לאזט נישט סטאפן די תאוה!
דאס איז די זאך וואס איז גורם אז וויפיל מ'ווייסט די הארבקייט און ווי שלעכט מ'וועט זיך פילן דערנאך וכו' וכו' וועט מען נאכאלס עובר זיין.
אבער ווען איינער איז אין ריקאווערי און ער ארבעט מיט א פלייסיגקייט, ווערט צוביסלעך די אבסעשאן שוואכער און שוואכער און מ'באקומט שטייטעליך צוריק מער און מער קאנטראל אויף זיך.
פון וואו ווייסט מען אז די אבסעשאן שוואכט זיך אפ? דאס געשעהט ווען א נסיון קומט אונטער וואס אמאל וואלט מען בלי שום ספק אדורך געפאלן דערמיט.
די נסיון רייסט און מאנט אבער בס"ד איז מען זיך מתגבר דאס איז א גוטע סימן אז ב"ה די אבסעשאן ווערט שוואכער.
און אויף דעם דארף מען לויבן און דאנקען דעם בוכ"ע אויף די גוטע בשורה וואס ער איז אונז מבשר ווען מ'האב א נסיון און מ'קען זיך שטארקן וואס מיינט אז מ'איז בעז"ה אויפן גוטע וועג.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף ג' תמוז התשפ"א 11:23 #273112

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

איך האב אקארשט געהאט די זכי' צו מקיים זיין די הייליגע גמרא עוצם עיניו מראות ברע א"ר חייא בר אבא זה שאין מסתכל בנשים וכו' היכי דמי אי דאיכא דרכא אחריתא רשע הוא אי דליכא דרכא אחריתא אנוס הוא לעולם דליכא דרכא אחריתא ואפ"ה מיבעי ליה למינס נפשיה.
איך האב געדארפט צופארן צו א פלאץ און די וועג איז אדורך געגאנגן א פארק וואס עס פעלט נישט אויס מסביר צו זיין וויאזוי דאס קוקט אויס אין די יעצטיגע הייסע טעג... למעשה איז דאס די וועג וואו איך האב געברויכט גיין, איך קלער צו מיר, "טו בעד, איך וועל פרובירן היטן די אויגן און שוין" דערנאך אבער איז די מחשבה אריינגעקומען "ס'איז דא א דרכא אחרינא, גיי יענע וועג" האט די ערשטע מחשבה גענטפערט "אבער די צווייטע וועג נעמט אפאר מינוט לענגער" האט די צווייטע מחשבה גענטפערט "מ'טאר נאכאלס נישט" האט די ערשטע מחשבה געזאגט "איך וועל זיך אכטונג געבן" די צווייטע מחשבה האט אבער נישט נאכגעלאזט און מיר דערמאנט די רשב"ם אויפן פלאץ "רשע הוא - ואף על פי שעוצם עיניו שלא היה לו לקרב אלא להרחיק מן העבירה דקיימא לן חולין הרחק מן הכיעור" די מחשבות האבן זיך געשלאגן אהין און צוריק, איך האב ביי מיר געוואוסט דעם אמת אז די ערשטע מחשבה איז נישט מיר, ס'איז די עדיקט וואס רעדט און פרובירט מיר איינרעדן, איך האב געפילט מאכטלאז איך קען זיך נישט אנטקעגן שטעלן, אבער דייקא פון דא איז מיין ישועה געקומען, איינמאל איך האב איינגעזעהן אז איך קען גארנישט טוען האב איך אנגעהויבן בעטן גאט ב"ה און ער האט מיר געפירט אויף די ריכטיגע וועג - די דרכא אחרינא און מיינע אויגן זענען געבליבן ריין דאסמאל.

טאטע איך דאנק דיר טאטע איך לויב דיר ווייל איך בין א איד.

ענטפער: איך דארף הילף ג' תמוז התשפ"א 17:14 #273118

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 142 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 135
  • האט שוין געלייקט: 165 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל
  • קאָרמא: 4

איך פריי מיך פאר די הרב שלום אהלך, ביסט א גבור. 

געהערט אמאל אז ס'איז א גרויסע סגולה אינזין צו האבן נעמען פאר ישועות אין אזעלכע מינוטן וואס מ'שטארקט זיך, כ'האף האסט אונז אלע אינזין געהאט, און האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס. 

ענטפער: איך דארף הילף ד' תמוז התשפ"א 10:39 #273138

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

איינס פון די גאר שטארקע גורמים פון די פראבלעם מיט די אדיקשאן און אויך א גרויסע אפהאלט פון זיך ארויסזעהן דערפון איז ליגנט, פאפן און אפ'נער'ן, א לעבן פארקערט פון אמת'דיגקייט און האנעסטי, טאמער וועט סיי ווער אריינקוקען אין זיך מיט אן אמת וועט ער זעהן: 1) אז זיין לעבן איז א קייט פון ליגן און שני פנים 2) ער וועט קענען ציען א דירעקטע ליניע פון זיין פאלשע לעבן און די אדיקשאן.

איינמאל מ'ווייסט דאס און מ'איז ענדליך גרייט באמת מודה צו זיין אז מיין לעבן איז א פאלשע און איך לעב און א באבל פון אויס'נער'ן קען מען אנהויבן ארבעטן זיך ארויסצוזעהן פון דעם שרעקליכן פראבלעם וואס טוט אונז אוועק הרג'נען ברוחניות ובגשמיות.

פארדעם איז מיר געווען א ריזיגע הילף ווען איינער פון מיינע גוטע און אויסטערליש געטרייע פריינט דא (איך וועל נישט פורש בשמו זיין אויב ער וויל קען ער זיך אליין אידענטיפעצירן) האט - ווען איך האב זיך זייער אפגערעדט צו איהם איבער מיין צוויי פנים'דיג לעבן - מיר מסביר געווען בטוטו"ד אז די ליגנט איז נישט מיין שונא און ער איז נישט דא מיר שלעכטס צו טוען, ער איז ס"ה דא מיר צו העלפן דורכגיין מיינע שוועריקייטן און מכשולות וואס קומען אונטער בכל עת וזמן, אויף מיין שאלה וויאזוי קען דאס זיין, ליגנט איז דאך אן איסור דאורייתא פון וואס מיר ברויכן אנטלויפן, האט ער מיר מסביר געווען אז אה"נ ער איז נישט גוט לכשעצמו אבער ווען ער קומט צו מיר איז ער ס"ה דא מיר צו העלפן און איך דארף איהם מכיר טוב זיין דערויף נישט זיך שלאגן דערמיט.

דאס הערט זיך אפשר אינטערעסאנט און אביסל אומפארשטענדליך, אזוי צו רילעיטן צו א געפיל אבער דאס איז די מציאות אז מ'קוקט אהן די געפילן ווי למשל א "מענטש" אדער "חפץ" וואס איז דא מיר צו "העלפן" אדער "שטערן" איז אסאך לייכטער נישט אריינגעשלעפט צו ווערן אין א ים פון געפילן און באשולדיגונגען, און מ'קען שפעטער לייכטער מער אביעקטיוו וואס צו טוען מיט די געפיל.

עכ"פ, איינמאל איך האב אויפגעהערט זיך שלאגן מיט "ליגנט" ער איז אפילו געווארן מיין פריינט, איך האב אנגעהויבן פילן אקעי מיט איהם און איך האב זיך אויפגעהערט שלאגן מיט איהם, האב איך פלוצלינג איינגעזעהן אז איז אסאך שטערקער פון מיר און אז ווען איך שלאג זיך מיט איהם געווינט ער געווענליך סייווי געווינען האב איך זיך אויפגעהערט שלאגן און אנגעהויבן זיך אויפצופירען צו איהם ווי אן ערוואקסענע עדאלט, איך בעט איהם שיין ער זאל שטיין אין א זייט ביז איך וועל איהם ווידער געברויכן פאלגט ער שיין ווי א וואויל קינד, ער מיינט דאך נישט מיין שלעכטס ער וויל מיר נאר העלפן.

ווי נאר איך האב אנגעהויבן גיין אויף די מהלך האבן אסאך זאכן אנגעהויבן קריסטאליזירט ווערן און זאכן וואס איז מיר געווען שווער ביז היינט טוה איך אסאך לייכטער, און איך וויך מיטטיילן מיט אייך מיינע טייערע פריינט א זאך וואס איך האב בס"ד היינט געטוען.

איך האב געהאט ליגן ביי מיר טויזענטער פיילס בלי גוזמא מיט שיינע בילדער, פרעימס און מאלערייען וואס וואלטן מיר זייער גוט געקענט צוניץ קומען אין מיין ארבעט, די פראבלעם איז נאר געווען איין זאך, די פיילס האבן נישט געהערט צו מיר זיי זענען געווען אנדערע מענטש'נס און זיי זענען אנגעקומען צו מיר בדרך לא דרך... ביז היינט האב איך קיינמאל נישט דערוואגט עס צו נוצן וויל איך האב זיך נישט געקענט ברענגן עובר צו זיין אזא הארבע זאך אבער דאך האב איך זיי געהאלטן ווייל, ווייל? ווייל...! ס'האב אנגעפאקט די מעמארי פון מיין קאמפיוטער און איך האב עס אפילו נישט גענוצט, אבער גיי רעד קאממאן סענס צו אן עדיקט, היינט בס"ד האב איך גענומען דעם קוראזש און געקליקט אויף די פיילס Shift Delete און היידא, זיי זענען א פארגאנגענהייט, איך פארמאג זיי מער נישט און איך פיל בעסער און ריינער.

ענטפער: איך דארף הילף ד' תמוז התשפ"א 12:36 #273146

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34

יישר כח שלום פאר די הייליגע ריכטיגע ווערטער!
לעבן מיט ליגנט, לעבן פאלש... אוי אוי... ווי ביטער דאס איז.
איך קען מעיד זיין אז איך האב מיך שוין ב"ה אביסל געטוישט אין די נושא פון ווען איך האב אהער געמופט, און די גאנצע לעבן איז אנדערש!!

און א הארציגע מזל טוב שלום לכבוד דיין טוהן אזא שטארקע טריט פון פארמעקן די אלע בילדער וכו'! דו ביסט ריכטיגע דברי שלו"ם ואמ"ת!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף ד' תמוז התשפ"א 17:03 #273155

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

פאריגע וואך האב איך געברויכט זיין אין א גוישע געגענט און די וועטער איז געווען הייס, גאר גאר הייס, נישט דאס בעסטע פלאץ פאר אידיש קינד זיך צו געפונען, מ'האמיר פרובירט זיך האלטן אין די ראמען און נישט זיך פארלירן, אבער פלוצלינג איז ווי ארויסגעשפרינגען פאר די אויגן גאר גאר אן אומווערדיג בילד, איך וויל נישט אריין גיין אין פרטים חלילה אבער ס'האט זיך באוויזן פאר מיר א בהמה אויף צוויי פוס, ואפסיק כאן.

די בילד גייט מיר נישט ארויס פון קאפ, ס'גרידזשעט און ס'באדערט, איך וועל נאך דארפן זיין אין יענע געגענט די קומענדיגע תקופה אפאר מאל לפחות, ולבי נקפי טאטע וואס וועט דא זיין?

והשאלה נשאלת, בוכ"ע ליכטיגער טאטע, מילא א נסיון וואס איך שטעל זיך אליין, נא פארשטיי איך אז ס'איז מיר שווער זיך ארויס צו זעהן דערפון, ס'קומט זיך מיר איך האב זיך אריינגעלייגט אהין בידים זאל איך זיך מוטשען דערמיט, כדמרגלא בפומי' דאינשי, "האסט געקאכט א געקעכטס עס עס אויף" אבער דא פרוביר איך זיך אכטונג געבן איך וויל אזוי שטארק בלייבן ריין און אפגעהיטן פארוואס קומט עס מיר אזא נסיון?

די שאלה קוועטש און דריקט און על אף אויפן בורא פרעגט מען נישט קיין פראגעס, אודה אז דאס דריקט.

איך בעט דעם באשעפער ער זאל מיר העלפן זיך ארויס זעהן פון דעם נסיון פונקט ווי פון אלע אנדערע נסיונות.

ענטפער: איך דארף הילף ד' תמוז התשפ"א 19:44 #273159

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1181 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1636
  • האט שוין געלייקט: 2967 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל
  • קאָרמא: 21
שלום אהליך געשריבן on ד' תמוז התשפ"א 17:03:

שכח פארן מיטטיילן, איך רילעיט זייער צו די פילינגס.

היינט ווייסעך אבער אז ווען איינער גייט אנגעטון לויט ווי די וועטער מיינט נישט אז זי איז א בהמה אויף צוויי פיס. פארקערט זי איז א געהעריגע מענטש, נישט קיין סעקס אבדשעקט, א געהעריגע מענטש. זי וויל בכלל נישט אז איך זאל לאסטן נאך איר אדער האבן מיט מיר סעקס. פלעין א מענטש וואס טוט זיך אן לויט איר טעיסט.

הצלחה

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: איך דארף הילף ה' תמוז התשפ"א 09:41 #273167

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

נטע'לע, אוי ווי גערעכט דו ביזט און איך בין זייער פרייליך פאר דיר אז דו שטייסט בס"ד אזוי גוט, דער פראבלעם אבער איז אז דיין היינטיגע מצב העלפט מיר נישט בכגון דא, איינמאל די נסיון איז דא און ס'הויבט אהן באדערן איז זייער שווער צוריק צו גיין און מאכן פון א חפצא א גברא, פארשטייסט?

ענטפער: איך דארף הילף ה' תמוז התשפ"א 10:10 #273168

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

די ווארט פונעם בעל דרשן וואס האט זיך אמאל אויסגעדריקט; "אפילו אויב מיינע ווערטער וועלן נאר אויפטוען ביי איינעם האט זיך מיר געלוינט די גאנצע דרשה און אפי' אויב דער איינער וועט זיין איך אליין" איז ביי מיר היינט מקוים געווארן און פשוט'ן זין פון אויסדריק.

ווי איך האב געשריבן נעכטן, ווירבלט ביי מיר אין מח א נסיון פון פאריגע וואך און לאזט נישט מנוחה, האב איך היינט אזוי "צופעליג" (נישטא אזאנס ביי אידן) געפענט די אימעיל וואס איז געשיקט געווארן דעם פארגאנגענעם פרייטאג און כ'האב געזעהן דארט אראפגעברענט וואס איך האב געשריבן פאראיאר בס"ד, די שטיקל איז מיר געווען א שטארקע חיזוק אין די מצב וואס איך געפון זיך יעצט ס'האט מיר געזאגט, "יא דו האסט א נסיון? עס דיך נישט, איך האב דיר עס געשיקט דיר צו ווייזן מיין ליבשאפט און אז איך טראסט דיר".

יישר כח שיע פארן שיקן די אימעיל.

און די לימוד למעשה, שרייבטס שרייבטס, ס'קען נאך איינעם איין טאג שטארק מחזק זיין,און דער איינער קען נאך זיין דו אליין, שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאינו.

ענטפער: איך דארף הילף ה' תמוז התשפ"א 10:14 #273169

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1181 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1636
  • האט שוין געלייקט: 2967 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל
  • קאָרמא: 21
שלום אהליך געשריבן on ה' תמוז התשפ"א 09:41:

נטע'לע, אוי ווי גערעכט דו ביזט און איך בין זייער פרייליך פאר דיר אז דו שטייסט בס"ד אזוי גוט, דער פראבלעם אבער איז אז דיין היינטיגע מצב העלפט מיר נישט בכגון דא, איינמאל די נסיון איז דא און ס'הויבט אהן באדערן איז זייער שווער צוריק צו גיין און מאכן פון א חפצא א גברא, פארשטייסט?

אודאי איז עס אסאך מאל איממעגליך. ווען מפאלט אריין דערין איז עס ביטער שווער, עספעשעלי ווען סקומט אן אזוי אימגערישטערהייט.

אזוי האבעך געהאט נעכטן אין באנק, סאיז מיר אנטקעגן געקומען עפעס נעקסט לעוועל. סאיז געווען א לאנגע פירסט לאאק… טענקס גאד אז כבין פונקט געווען אויפן פאון מיט א מעמבער, האבעך עס געקענט שערן מיט אים תיכף, און כהאב געקענט דאווענען פאר איר, ווען איך דאווען פאלט אוועק די חפצא חלק מווערט א גברא.

און אפי׳ ווען סגייט נאכאלץ נישט אוועק, עט ליעסט ווייסעך אז סאיז מיין פראבלעם אז איך קוק איר אן ווי א חפצא אדער ווי א בהמה נישט איר פראבלעם.

הצלחה

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: איך דארף הילף ה' תמוז התשפ"א 16:31 #273171

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 75
  • האט שוין געלייקט: 152 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 4
נטע׳לע געשריבן on ד' תמוז התשפ"א 19:44:

שלום אהליך געשריבן on ד' תמוז התשפ"א 17:03:

פאריגע וואך האב איך געברויכט זיין אין א גוישע געגענט און די וועטער איז געווען הייס, גאר גאר הייס, נישט דאס בעסטע פלאץ פאר אידיש קינד זיך צו געפונען, מ'האמיר פרובירט זיך האלטן אין די ראמען און נישט זיך פארלירן, אבער פלוצלינג איז ווי ארויסגעשפרינגען פאר די אויגן גאר גאר אן אומווערדיג בילד, איך וויל נישט אריין גיין אין פרטים חלילה אבער ס'האט זיך באוויזן פאר מיר א בהמה אויף צוויי פוס, ואפסיק כאן.

די בילד גייט מיר נישט ארויס פון קאפ, ס'גרידזשעט און ס'באדערט, איך וועל נאך דארפן זיין אין יענע געגענט די קומענדיגע תקופה אפאר מאל לפחות, ולבי נקפי טאטע וואס וועט דא זיין?

והשאלה נשאלת, בוכ"ע ליכטיגער טאטע, מילא א נסיון וואס איך שטעל זיך אליין, נא פארשטיי איך אז ס'איז מיר שווער זיך ארויס צו זעהן דערפון, ס'קומט זיך מיר איך האב זיך אריינגעלייגט אהין בידים זאל איך זיך מוטשען דערמיט, כדמרגלא בפומי' דאינשי, "האסט געקאכט א געקעכטס עס עס אויף" אבער דא פרוביר איך זיך אכטונג געבן איך וויל אזוי שטארק בלייבן ריין און אפגעהיטן פארוואס קומט עס מיר אזא נסיון?

די שאלה קוועטש און דריקט און על אף אויפן בורא פרעגט מען נישט קיין פראגעס, אודה אז דאס דריקט.

איך בעט דעם באשעפער ער זאל מיר העלפן זיך ארויס זעהן פון דעם נסיון פונקט ווי פון אלע אנדערע נסיונות.

שכח פארן מיטטיילן, איך רילעיט זייער צו די פילינגס.

היינט ווייסעך אבער אז ווען איינער גייט אנגעטון לויט ווי די וועטער מיינט נישט אז זי איז א בהמה אויף צוויי פיס. פארקערט זי איז א געהעריגע מענטש, נישט קיין סעקס אבדשעקט, א געהעריגע מענטש. זי וויל בכלל נישט אז איך זאל לאסטן נאך איר אדער האבן מיט מיר סעקס. פלעין א מענטש וואס טוט זיך אן לויט איר טעיסט.

הצלחה

די ביסט גוט נטע'לע ביסט אין גאנצען ארויס פין די געים ס'ציט דיר נישט ס'ברענגט דיר נישט צי קיין נסיונות די בלייבסט די זעלבע נאכדעם !WOW good for you  

איך האלט נאך זייער ווייט פין דעם!

ענטפער: איך דארף הילף ה' תמוז התשפ"א 16:39 #273172

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 142 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 135
  • האט שוין געלייקט: 165 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל
  • קאָרמא: 4

הרב טאטע העלף מיר:

קוק צוריק איין תגובה, וועסטו זעהן וויאזוי נטע'לע אליין שרייבט קלאר אז ער מוטשעט זיך אבסעלוטלי יא, הערשט נעכטן האט ער געהאט א מוראדיגע נסיון, וואס ער איז אפילו א טראפ דורכגעפאלן מיטן ערשטען לאנגען בליק כלשונו, ער באצוט זיך פשוט צו דעם וואס הרב שלום אהלך האט זיך אויסגעדריקט 'צוויי פיסיגע בהמה', לייגט ער צו, אז ער האט זיך אויסגעלערנט צו פארשטיין אז יענער קען זיין א העכסט נארמאלע מענטש מיט העכסט נארמאלע פעולות, און דאס אז אונז ווער מיר אזוי ביטער געטריגערט איז אונזער אייגענע פראבלעם. 

נטע'לע פאררעכט ביטע אויב בין איך ראנג.

לעצט פארראכטן: ה' תמוז התשפ"א 16:42 דורך WillKeepHoping.

ענטפער: איך דארף הילף ה' תמוז התשפ"א 20:55 #273178

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1181 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1636
  • האט שוין געלייקט: 2967 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל
  • קאָרמא: 21
WillKeepHoping געשריבן on ה' תמוז התשפ"א 16:39:

הרב טאטע העלף מיר:

קוק צוריק איין תגובה, וועסטו זעהן וויאזוי נטע'לע אליין שרייבט קלאר אז ער מוטשעט זיך אבסעלוטלי יא, הערשט נעכטן האט ער געהאט א מוראדיגע נסיון, וואס ער איז אפילו א טראפ דורכגעפאלן מיטן ערשטען לאנגען בליק כלשונו, ער באצוט זיך פשוט צו דעם וואס הרב שלום אהלך האט זיך אויסגעדריקט 'צוויי פיסיגע בהמה', לייגט ער צו, אז ער האט זיך אויסגעלערנט צו פארשטיין אז יענער קען זיין א העכסט נארמאלע מענטש מיט העכסט נארמאלע פעולות, און דאס אז אונז ווער מיר אזוי ביטער געטריגערט איז אונזער אייגענע פראבלעם. 

נטע'לע פאררעכט ביטע אויב בין איך ראנג.

זייער אמת.

איך וועל מעגליך קיינמאל נישט זיין פערפעקט, און פאר היינט ציל איך נידט צו זיין פערפעקט, אבער אין פראגרעס.

לאוו יו אלל

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: איך דארף הילף ו' תמוז התשפ"א 01:38 #273184

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34
נטע׳לע געשריבן on ה' תמוז התשפ"א 10:14:

און אפי׳ ווען סגייט נאכאלץ נישט אוועק, עט ליעסט ווייסעך אז סאיז מיין פראבלעם אז איך קוק איר אן ווי א חפצא אדער ווי א בהמה נישט איר פראבלעם.

הצלחה

מיט וואס מאכט די מחשבה ווייניגער און גרינגער די נסיון?

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף ו' תמוז התשפ"א 09:30 #273186

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

ווילאנג א מענשט רעדט זיך איין יענער איז די פראבלעם און יענער ברויך זיך פארעכטן און מ'זוכט וועגן במחשבה אדער אפילו במעשה וויאזוי יענעם צו טוישן וועט עס גארנישט העלפן ווייל יענעם איז נישט מעגליך פאר א בשר ודם צו טוישן בשופו"א, דעם איינציגסטן וועם מ'קען טוישן איז זיך אליין און איינמאל מ'ווייסט און מ'אנערקענט אז די פראבלעם איז מיינס און איך דארף זיך טוישן איז שוין חצי נחמה ווייל מ'ווייסט וואו און (מעגליך) אויף וואס מ'דארף ארבעטן, ואין שמחה כהתרת הספיקות, ודו"ק.

ענטפער: איך דארף הילף ו' תמוז התשפ"א 15:28 #273191

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1181 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1636
  • האט שוין געלייקט: 2967 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל
  • קאָרמא: 21

און אפי׳ ווען סגייט נאכאלץ נישט אוועק, עט ליעסט ווייסעך אז סאיז מיין פראבלעם אז איך קוק איר אן ווי א חפצא אדער ווי א בהמה נישט איר פראבלעם.

הצלחה

מיט וואס מאכט די מחשבה ווייניגער און גרינגער די נסיון?

כהאב אמאל געהערט א שמועס אמאל צווישן צוויי מעמבערס, איינער האט געשערט אז ער איז אין האספיטאל און סאיז דארט דא אסאך לאסט.

זאגט יענער אז אין האספיטאל איז נישטא קיין לאסט, דארט איז נאר דא דאקטוירים מיט נירסעס. לאסט איז דא אין מיין קאפ!

ווען איך ווייס דאס קענעך ארבייטן די טולס פון פראגראם, אבער אויב האלטעך אז יענער איז שילדיג פעלט מיר אין מיין ערשטע סטעפ.

הצלחה

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: איך דארף הילף ט"ו תמוז התשפ"א 01:46 #273395

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 224 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 107
  • האט שוין געלייקט: 448 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל
שלום געשריבן:

בס"ד

רבות מחשבות בלב איז ועצת ה' היא תקום, מיין פלאן איז געווען אראפצוברעגן און מסביר זיין דער אוהחה"ק אויף די פסוק כמעשה ארץ מצרים וכו' בטוטו"ד וויפיל דער באשעפער וועט וועלן איך זאל דאס טוען, למעשה אבער האט דער באשעפער מיר אונטערגעשיקט געוויסע שוועריקייטן וואס האט מיר אוועק גענומען די כוחות זיך מתאמץ ומתעמק צו זיין אין אזא טיפע לאנגע שטיקל, ווייטער סתם שרייבן אנע מחשבה האט דאך נישט קיין זין, ע"כ אפרוש ואקבל שכר על הפרישה, אפשר וועט אן אנדערע חבר דא איבערנעמען, ותהי ברכת ה' עליו.

למעשה אבער האב איך געלערנט נאך א מורא'דיגע שטיקל אוהחה"ק די וואך אין פרשת קדושים, וואס איז אונז זייער נוגע.

והוא, אז כמעט אלעמאל ווען איינער האט א פאל ל"ע ווערט ער זייער מיואש און צובראכן, ער קלערט צו זיך מה לי ולקאפ וויי הזאת, כ'בין שוין סייווי דורכגעפאלן לאז מיך עס שוין נעמען ווייטער, כ'וועל סייווי ברענען אין גהינום פאר, וועל איך כאטש האבן א גוד לייף עכ"פ שאארט טורם.

ענטפערט אויף די טענות און געפילן אונזער הייליגער רבי, דער אור החיים הקדוש:

ובקצרכם את קציר ארצכם לא תכלה פאת שדך לקצר ולקט קצירך לא תלקט 

וטעם סמיכות מצוה זו לעונש כרת. אולי שרמז שלא יאמר אדם אם הזיד ונתחייב כרת מעתה אין לשמור עצמו מכל אשר יזדמן לפניו במעשה הרע כי כבר נתחייב כרת, לזה אמר ובקצרכם את קציר ארצכם פירוש כשגרם עד שנקצר קציר ארצו שהוא כרת האמור בסמוך לא תכלה פאת שדך לקצור אותה במעשים רעים אחרים. והודיע בזה שלא תכרת כל הנפש אלא הענף שבו רמוז מצוה זו, ועדיין ישנה לראות אחרים דבוקים בשורשם, כי כל נפש ישראל יש לה שרשים למעלה כנגד כל מצות התורה.

די פריערדיגע פסוק ענדיגט זיך צו מיט די ווערטער; ונכרתה הנפש ההוא מעמיה זאגט דער הייליגער אור החיים די טעם פון די סמיכות הכתובים, אז דאס קומט מרמז צו זיין אז א מענשט זאל נישט זאגן, כ'הבא שוין סייווי עובר געווען אויף די הארבסטע און דער שטראף וואס ווארט מיר רח"ל אפ איז דאך אין לשער סייווי, אויב אזוי וועל איך זיך שוין נישט אכטונג געבן פון היינט און ווייטער ווייל צו וואס פעלט מיר אויס זיך אכטונג צו געבן ווען א שטראף וועל איך ממילא באקומען, אויף דעם זאגט דער פסוק, ובקצרכם את קציר ארצכם ווען א מענטש האט מיט זיינע מעשים גורם געווען ער זאל ווערן אפגעשניטן פון די קדושה, לא תכלה פאת שדך לקצור זאלסטו נישט פארלענדן די איבעריגע מיט אנדערע שלעכטע מעשים, און די פסוק איז אונז מיט דעם מודיע א ריזיגע יסוד, אז אפי' ביי עונש כרת ווערט נישט דאס גאנצע נפש פונעם מענשט נכרת, נאר די צווייג אין ואו די ספעציפישע מצוה איז תלוי, אבער אלע אנדערע מצוות און זיין הייליגע נשמה זענען ווייטער אנגעבינדן צום שורש למעלה, צו גאט ב"ה און זיינע הייליגע מצוות.

ס'קען אמאל אויך זיין ווען איינער טראכט, ספעציעל ווען מ'ציילט די טעג אויפן טשארט, היינט בין איך דורכגעפאלן, היינט וועט שוין ממילא נישט זיין א טאג אויף מיין טשארט, לאמיר נאך היינט אפאר מאל אויסעקטן און מארגן וועלן מיר זיך שוין נעמען פונדאסניי.

ענטפערט ווייטער אויף די טענות און געפילן דער אור החיים הקדוש:

ואמר ולקט קצירך וגו', פירוש אפילו בענף החטא עצמו לא יוסיף לחטוא, כי יש לך לדעת מאמר הרב האר''י ז''ל כי בטבע הקדושה להשאיר במקום שתהיה בו רושם. ואם כן הגם שנכרת עדיין יש השארות הקציר שם, והוא שצוה עליו ולקט קצירך לא תלקט ברוב פשעים, כי ה' חפץ שבאמצעות הלקט ההוא יתעורר וישוב בתשובה לפני ה' וירחמהו, כי הלא תמצא שאמרו ז''ל שאפילו עבר אדם על כריתות ומיתות בית דין תשובה וכו' מכפרין, וכמאמר הנביא שובה וגו' עד ה' אלקיך ודרשו ז''ל גדולה תשובה שמגעת עד כסא הכבוד פירוש שהגם שנכרת החוט המחבר עד כסא הכבוד ולא נשאר אלא חלק קטן בקרבו התשובה מגיעתו עד כסא הכבוד:

עס שטייט ווייטער אין פסוק ולקט קצירך, דאס מיינט אז אפילו אין די ענף פון די ספעציפישע עבירה זאל ער אויך נישט פארזעצן ווייטער צו זינדיגן חלילה, ווייל מ'דארף וויסן וואס עס ווערט געברענגט פונעם אריה"ק ז"ל אז די טבע פון די קדושה אז אויף אייביג וועט בלייבן א רושם אויף די פלאץ וואו עס איז געווען (להיפך ידוע המאמר על המשנה שנים שיושבין ואין ביניהם דברי תורה הרי זה מושב לצים, שבאם רואה אתה ששנים יושבין ואין בינהם דברי תורה תדע שלפניהם ישבו על אותו מקום לצים וכאן היה מושבם ונשאר רישומא מהם וזה מכריח השנים שלא לעסוק בתורה, ומדה טובה מרובה) און דאס איז וואס השי"ת האט באפוילן, ולקט קצירך לא תלקט דו זאלסט נישט פארשניידן דאס איבערגעבליבענע לקט מיט נאך פשעים, ווייל דער באשעפער וויל אז דורך די ביסל לקט, דאס פארבליבענע קדושה רושם זאל זיך דער מענטש ערוועקן צו תשובה און זיך אזוי אומקערן צום באשעפער, און דער באשעפער וועט אויף איהם רחמנות האבן, ווייל מ'געפינט דאך אין חז"ל אז אפי' וועל א מענטש האט עובר געווען אויף גאר הארבע עבירות רח"ל דאך תשובה וכו' מכפרין, און ווי עס שטייט אין נביא שוב ישראל עד ה' אלוקיך, און חז"ל הק' האבן גע'דרש'נט דערויף גדולה תשובה שמגעת עד כסא הכבוד, דאס מיינט אז הגם דער מענטש האט געטוען געוויסע מעשים וואס האט פארשניטן דאס פעדימל וואס איז איהם מחבר צום כסא הכבוד און עס איז נאר איבערגעבליבן א קליינע שטיקעלע, דאך אבער מיט תשובה קען ער צוריק ווערן נאנט און דאס ברענגט איהם צוריק צום כסא הכבוד

און ווי די הסבר גייט פארוואס בעלי תשובה זענען אויף א העכערע מדריגה ווי צדיקים גמורים, ווייל אונז זענען ווי אנגעבינדן מיט א שטריק צו די קדושה, יעצט, וואס געשעהט ווען די שטריק רייסט זיך חלילה איבער דורך עבירות אבער דאן טוט דער מענטש תשובה, מ'מאכט א קניפ אינעם שטריק און די קניפ ווערט גאר שטארק באפעסטיגט, און א קניפ – וואס איז שטארק און גוט געמאכט - איז געווענליך שטערקער ווי סתם א לאנגע גראדע שטריק, ע"כ איז מען נאך שטערקער אנגעבינדן צום קדושה, און דאס איז אויך די טעם פארוואס א בע"ת איז נענטער צו הקב"ה ווי סתם א צדיק גמור, ווייל ווען די שטריק האט באקומען די קניפ איז עס דאך קלענער געווארן, קומט אויס אז זיין נאנטקייט צו השי"ת איז נאך נענטער ווי בעפאר.

לאמיר זיך שטארקן ברודעלעך געטרייע, אפי' ס'איז צומאל שווער, אפי' צומאל דוכט זיך אז ס'איז לאחר יאוש, לאמיר געדענקן אז מיר בלייבן אייביג מיט א רישומא דקדושה, מיר זענען לעלמי עד אנגעבינדן צום כסא הכבוד, לאמיר בלייבן הייליג און ריין.

לעצט פארראכטן: ט"ו תמוז התשפ"א 01:48 דורך טויש.

ענטפער: איך דארף הילף ט"ו תמוז התשפ"א 06:11 #273399

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

יישר כח ר' טויש.
__________________

איך האב היינט צופרי געהערט א שיינע מעשה וואס איך קלער עס קען זיין א שיינע חיזוק דאהי אויך.

א איד איז געקומען צום דברי שמואל פון סלאנים זצ"ל און זיך אויסגעווינט צו איהם אז זיין זוהן איז געווארן אן אפיקורס און א בעל תאוה ר"ל, האט איהם דער רבי געזאגט ער זאל ברענגן זיין זוהן צו איהם. ווען דער בחור איז געקומען צום רבי'ן האט איהם דער רבי געפרעגט, "וואס איז געקומען ערשט, די תאוות אדער די אפיקורסות?" האט איהם דער בחור צוריק געפרעגט, "למאי נפקא מינה?" האט איהם דער רבי מסביר געווען, "טאמער איז די אפיקורסות געקמען צוערשט דאן האב איך נישט וואס צו רעדן צו דיר ווייל כל באי' לא ישובון ושאני מינות דמשכי אבער טאמער די תאוות זענען ערשט געקומען דאן בלייב דא איך וועל דיר געבן פיל בעסערע תאוות, ווי א שבת קודש, א דאווענען, א לערנען וכו".

לענינינו, זייער אסאך מאל נאכן ארבעטן א שטיק צייט און מ'זעהט אז עס גייט נישט, מ'רייסט זיך און מ'דראפעט זיך, מ'פאלט איינמאל און נאכאמאל, די מחשבות פון יאוש און אויפגעבן גריבלען טיפער און טיפער, ס'ווילט זיך אפלאזן דאס גאנצע געשעפט, ברויך מען אבער געדענקן אז: בלייבט דא, איר וועט האבן פיל בעסערע תאוות, תאוות פון טהרה, תאוות פון קרבת אלוקים און תאוות פון להענג על ה', וסוף הכבוד לבוא.

ענטפער: איך דארף הילף ט"ו תמוז התשפ"א 06:29 #273401

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34

הייליג הייליג!!
דאס מיינט "כי חולת אהבה אני"

הייליגע באשעפער
שיק צו נאך שיינע מעשיות פאר שלום אהליך... ער פירט אויס זיין שליחות און שרייבט עס דארט ווי עס פעלט זייער אויס...

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף ט"ו תמוז התשפ"א 10:16 #273407

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 259
  • האט שוין געלייקט: 304 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל
  • קאָרמא: 2
Wow. זייער שטארק!!
נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: איך דארף הילף כ"א תמוז התשפ"א 20:13 #273624

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 347 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 637
  • האט שוין געלייקט: 723 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 703 מאל
  • קאָרמא: 23

שלום וואס מאכסטו?
ווי אזוי גייט עס ביי דיר?

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ד תמוז התשפ"א 09:26 #273658

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

איך האב א נייע טול אין ריקאווערי וואס איך זעה בחוש ווי עס העלפט מיר זייער שטארק בס"ד אויף א טאג טעגליכע פארנעם ממש סיי עס זאל נישט צוקומען צו קיינע מלחמות און סיי ווען די סטראגל קומט שוין יא אהן האב איך א שטארקע סייעתא דשמיא און איך בין עס תולה בזכות די נייע טול, און איך וועל עס יעצט מיטטיילן מיט אייך.

לעצטענס האב איך אנגעהויבן ארויסהעלפן ווען און וואו אימער שייך די מערכה קעגן די אינטערנעט וכלי', נישט דייקא זיך שלאגן וכדו' נאר עסקנות, טע"ג וכו', און די הסבר פאר די סייעתא דשמיא איז פשוט און פארשטענדליך לענ"ד.
ווייל די גמרא פארציילט אין בבא קמא נ ע"א תנו רבנן מעשה בבתו של נחוניא חופר שיחין שנפלה לבור גדול באו והודיעו את רבי חנינא בן דוסא שעה ראשונה אמר להם שלום שניה אמר להם שלום שלישית אמר להם עלתה אמרו לה מי העלך? אמרה להם זכר של רחלים נזדמן לי וזקן אחד מנהיגו אמרו לו נביא אתה? אמר להם לא נביא אנכי ולא בן נביא אנכי, אלא כך אמרתי: דבר שאותו צדיק מצטער בו יכשל בו זרעו?
וואס איך זעה אין די גמרא אז א זאך אויף וואס א איד איז זיך מצער וועלן זרעו נישט נכשל ווערן.
יעצט, רשיה"ק ברענגט אין פרשת נח: עיקר תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים, די תולדות פון א איד זענען זיינע מעשים טובים.

וואס קומט ארויס פון די אויבענדערמאנטע אז א מעשה טוב וואס א מענטש איז זיך דערין מצטער וועט ער נישט נכשל ווערן בס"ד ווייל דבר שאותו צדיק מצטער בו יכשל בו זרעו​?...!!

האטס מיר אלע א זיסן טאג

ענטפער: איך דארף הילף כ"ד תמוז התשפ"א 12:56 #273664

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34

אשריך!
ס'איז זיכער אויך בגדר המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו.

און ס'איז זיכער א סגולה אויף זיך קענען האלטן ריין פון נפילות, וכפי הנרמז בלשון הגמרא דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרע"ו, והבן.

זאל די סייעתא דשמיא אייביג באגלייטן זאלסט קענען אויפטוהן פארן רבים און פאר דיר אליין בשמחה וטוב לבב

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ד תמוז התשפ"א 12:59 #273665

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

יישר כח ברודער ליבער פאר די דברי חיזוק.

במחשבתי היה גם הרמז שכתבת ורציתי להוסיפו, אבל מן הנראה שמן השמים רצו שיתגלה על ידך

לעצט פארראכטן: כ"ד תמוז התשפ"א 13:09 דורך שלום אהליך.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ד תמוז התשפ"א 22:31 #273683

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 82
  • האט שוין געלייקט: 177 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
  • קאָרמא: 2
ה הוא מלכינו ולו אנחנו עבדים תורתינו הקדושה הוא חיינו ולו אנחנו משועבדים
"בדרך" התורה נלך באש ובמים
"בדרך" התורה נלך לקדש שם שמים..

באשעפער כ'דאנק דיר פאר אלעס אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה אפילו איך פארשטיי נישט
לעצט פארראכטן: כ"ה תמוז התשפ"א 12:33 דורך בדרך.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ד תמוז התשפ"א 22:32 #273684

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 82
  • האט שוין געלייקט: 177 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
  • קאָרמא: 2
שלום אהליך געשריבן on כ"ד תמוז התשפ"א 09:26:

איך האב א נייע טול אין ריקאווערי וואס איך זעה בחוש ווי עס העלפט מיר זייער שטארק בס"ד אויף א טאג טעגליכע פארנעם ממש סיי עס זאל נישט צוקומען צו קיינע מלחמות און סיי ווען די סטראגל קומט שוין יא אהן האב איך א שטארקע סייעתא דשמיא און איך בין עס תולה בזכות די נייע טול, און איך וועל עס יעצט מיטטיילן מיט אייך.

לעצטענס האב איך אנגעהויבן ארויסהעלפן ווען און וואו אימער שייך די מערכה קעגן די אינטערנעט וכלי', נישט דייקא זיך שלאגן וכדו' נאר עסקנות, טע"ג וכו', און די הסבר פאר די סייעתא דשמיא איז פשוט און פארשטענדליך לענ"ד.
ווייל די גמרא פארציילט אין בבא קמא נ ע"א תנו רבנן מעשה בבתו של נחוניא חופר שיחין שנפלה לבור גדול באו והודיעו את רבי חנינא בן דוסא שעה ראשונה אמר להם שלום שניה אמר להם שלום שלישית אמר להם עלתה אמרו לה מי העלך? אמרה להם זכר של רחלים נזדמן לי וזקן אחד מנהיגו אמרו לו נביא אתה? אמר להם לא נביא אנכי ולא בן נביא אנכי, אלא כך אמרתי: דבר שאותו צדיק מצטער בו יכשל בו זרעו?
וואס איך זעה אין די גמרא אז א זאך אויף וואס א איד איז זיך מצער וועלן זרעו נישט נכשל ווערן.
יעצט, רשיה"ק ברענגט אין פרשת נח: עיקר תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים, די תולדות פון א איד זענען זיינע מעשים טובים.

וואס קומט ארויס פון די אויבענדערמאנטע אז א מעשה טוב וואס א מענטש איז זיך דערין מצטער וועט ער נישט נכשל ווערן בס"ד ווייל דבר שאותו צדיק מצטער בו יכשל בו זרעו​?...!!

האטס מיר אלע א זיסן טאג

ר' שלום ס'איז א גוטע עצה ברענג נאך עצות

ה הוא מלכינו ולו אנחנו עבדים תורתינו הקדושה הוא חיינו ולו אנחנו משועבדים
"בדרך" התורה נלך באש ובמים
"בדרך" התורה נלך לקדש שם שמים..

באשעפער כ'דאנק דיר פאר אלעס אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה אפילו איך פארשטיי נישט
לעצט פארראכטן: כ"ד תמוז התשפ"א 22:32 דורך בדרך.

ענטפער: איך דארף הילף י"א אב התשפ"א 13:30 #274282

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

די נעכטיגע טעגליכע אימעיל פון GYE איז געעוען זייער שטארק און איך קלער אז עס קען זיין א שטארקע חיזוק פאר פילע, קודם לאמיר זיי קוואוטען:

AUTOBIOGRAPHY IN FIVE CHAPTERS

I will remember this "Autobiography in Five Chapters" to help me stay on track.

Chapter 1: I walk down the street. There is a deep hole in the sidewalk. I don't see it. I fall in. It isn't my fault. It takes a long time to figure out how to get out of the hole.

Chapter 2: I walk down the same street. There is a deep hole in the sidewalk. I pretend I don't see it. I fall in again. I can't believe I am in the same place. But it isn't my fault. It takes a long time to get out.

Chapter 3: I walk down the same street with my eyes wide open. There is a deep hole in the sidewalk. I see it. I fall in. It's my fault. I get out immediately.

Chapter 4: I walk down the same street. There is a deep hole in the sidewalk. I walk around it.

Chapter 5: I walk down a different street.

?Let's ask ourselves: Which chapter we are up to now

און יעצט וועל איך פרובירן איבערזעצן בס"ד.

אויטאביאגראפיע אין פינעף קאפיטלן

איך וועל געדענקן די "אויטאביאגראפיע אין פינעף קאפיטלן" מיר צו העלפן בלייבן אויפן דרך המלך (הערת בחור הזעצער בס"ד)

קאפיטל 1: איך שפאציר אראפ די גאס. עס איז דא א טיפע לאך אויף די זייט. איך זעה עס נישט. איך פאל אריין. עס נעמט מיר א לאנגע צייט אויפצוקומען מיט א וועג וויאזוי ארויסצוקומען פון דארט.

קאפיטל 2: איך שפאציר אראפ די זעלבע גאס. עס איז דא א טיפע לאך אויף די זייט. איך מאך זיך ווי איך זעה עס נישט. איך פאל ווידער אריין. איך קען נישט גלויבן איך בין אין די זעלבע פלאץץ אבער עס איז נישט מיין שולד. עס נעמט מיר א לאנגע צייט זיך ארויסצוזעהן פון דארט.

קאפיטל 3: איך שפאציר אראפ די זעלבע גאס מיט די אויגן ברייט אפן. עס איז דא א טיפע לאך אויף די זייט. איך זעה עס. איך פאל אריין. עס איז מיין שולד. איך גיי ארויס גלייך.

קאפיטל 4: איך שפאציר אראפ די זעלבע גאס מיט די אויגן ברייט אפן. עס איז דא א טיפע לאך אויף די זייט. איך שפאציר ארום דעם.

קאפיטל 5: איך שפאציר דורך אן אנדערע גאס.

לאמיר זיך אליין פרעגן: ביי וועלכע קאפיטל האלט איך יעצט...?

ענטפער: איך דארף הילף י"א אב התשפ"א 13:37 #274285

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34

הפלא ופלא
לאמיר נאר הערן וואס איז דאס "טעגליכע אימעיל פון GYE"?
קיינמאל נישט געהערט

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף ל' אב התשפ"א 08:40 #274894

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

יעדן טאג (מער ווייניגער כמדומה) קומט אהן אן אימעיל וואס הייסט GYE Broadcast עס איז אויף ענגליש און זיך איינצושרייבן צו באקומען די אימעיל דארף מען שיקן א פארלאנג צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: איך דארף הילף ל' אב התשפ"א 13:57 #274911

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34

אההה שלום עליכם ר' שלום אהליך
שוין לאנג נישט געהערט פון אייך!
מ'בענקט צו אייערע הארציגע זאפטיגע פוהל-תוכנדיגע דיבורים

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף ו' תשרי התשפ"ב 08:14 #275870

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

איך וויל אביסל אויסלופטערן מיינע מחשבות און איך האף אז דערמיט וועט מיר לייכטער ווערן אויפן הארצן בע"ה.

די פארגאנגענע שטיק צייט קומט פאר אז די לאסט צינד זיך אהן פאר א וויילע און דערנאך שטילט זיך עס אפ וחוזר חלילה, ב"ה אז עס נעמט מיר נישט צו ווייטערדיגע שריט כן יעזור ה' להלאה אבער די עצם מצב לייגט מיר אריין אין זייער אן ענגע פלאץ און עס מאכט מיר פילן זייער זייער אומבאקוועם, יעדעס מאל וואס איך גיי אין גאס ציען מיינע אויגן זיך אומצוקוקן אויף דברים האסורים און איך מוז מיר זאגן די גאנצע צייט "קוק נישט דו מוזט נישט גארנישט וועט געשעהן טאמער וועסטו נישט קוקן אהין", בס"ד האלט מען אהן די ריינקייט אבער די מצב מאכט מיר זייער אומבע'טעמ'ט.

יעצט אזוי, די מצב לכשעצמו שטערט מיר נישט אזוי שטארק ווייל איך ווייס אז דאס איז מיין עבודה און דאס איז גאטס רצון פון מיר און אז נאר מיט די נסיונות און שוועריקייטן האט ער א נחת רוח פון מיר און פון מיינע מעשים, וואס שטערט מיר יא איז די געפיל פון, "טאטע וואס נאך ווילסטו? איך פרוביר אזוי שטארק איך טוה וואס איך קען צו בלייבן ריין. נאר דו ווייסט אז ווען עפעס ציענד באווייזט זיך פאר מיינע אויגן דארף איך מיט איבערמענטשליכע כוחות זיך אוועקרייסן דערפון און נאר דו ווייסט ווי שווער דאס איז פאר מיר און נאר דו ווייסט וויפיל צענדליגע מאל דורכאויס דעם טאג דאס פאסירט, איך זעה עפעס, ס'ווילט זיך אהין קוקן אבער איך זאג פאר מיין לב חומד ניין ניין ניין!!! דו מוזט נישט און דו קענסט זיך איינהאלטן, אויף דעם טאטע זיסער איז מיין פראגע: פארוואס? פארוואס מוז עס זיין אזוי שווער? קומט זיך מיר נישט אביסל לייכטערע צייטן נאכן זיך אזוי מוטשען די פארגאנגענע שטיק צייט? טאטע, פארוואס האט אקארשט פאסירט נאך וואס איך בין געווען אין גאס אין עפעס אומווערדיג האט זיך באוויזן פאר מיינע אויגן און איך האב זיך מיט דיין הילף מתגבר געווען און שנעל אוועק געלאפן פון דארט אבער א סקונדע שפעטער איז יענע אומווערדיגע זאך פלוצלינג אויך געקומען שנעל און זיך ווידער באוויזן פארנט פון מיינע אויגן? פארוואס מוז מיין עבודה זיין אזוי שווער מיט אזויפיל שוועריקייטן און מכשולות? טאטע די הסתר פנים איז גרויס און עס מאכט דיר צו דינען אזויפיל שווערער".

די פראגעס בוזשעווען אין מיין מח און מאכט די גאנצע ארבעט פילפאכיג שווערער.

אבער איך האב זיך אביסל מתבונן געווען מיט ישוב הדעת (וויפיל ס'איז שייך געווען) די הייליגע גמרא זאגט אונז אין הקדוש ברוך הוא בא בטרוניא עם בריותיו, דער לעבעדיגער באשעפער קומט נישט בטרוניא אויף זיינע ברואים. ווען מ'קוקט אביסל אריין אין די גמרא עבו"ז דף ג סוף ע"א תחלת ע"ב זעהט מען אז דו גמרא רעדט זיך פון ימות המשיח וויאזוי גאט ב"ה וועט זיך אפרעכענען מיט די אומות העולם און די גמרא פארציילט דארט אז דער רבש"ע וועט זיי הייסן בויען סוכות און שפעטער "מקדיר עליהם חמה בתקופת תמוז" ער וועט ארויסברענגען די זון עס זאל הייצן אויף די שטערקסטע פארנעם "וכל אחד ואחד מבעט בסוכתו ויוצא" אויף דעם פרעגט די גמרא "והא אמרת אין הקדוש ברוך הוא בא בטרוניא עם בריותיו" ענטפערט די גמרא "משום דישראל נמי זימני דמשכא להו תקופת תמוז עד חגא והוי להו צערא".

לעולם ברויך מען די גמרא צו פארשטיין, וואספארא תירוץ איז דאס, "משום דישראל נמי זימני דמשכא להו תקופת תמוז עד חגא והוי להו צערא" עס מאכט נאר די קשיא אסאך גרעסער נישט נאר איז די טרוניא מיט די אומות העולם ווען משיח וועט קומען נאר די טרוניא קומט פאר יעדע שטיק צייט מיט די אידן אויך, הלמאי? "והא אמרת אין הקדוש ברוך הוא בא בטרוניא עם בריותיו"?
נאר וואס דען? א שורה ווייטער פרעגט רבא "והאמר רבא מצטער פטור מן הסוכה" און דערויף ענטפערט די גמרא "נהי דפטור בעוטי מי מבעטי".

מ'קען מסביר זיין פשט פון די הייליגע ווערטער, אידישע קינדער זענען אין גלות און אונזער ליבער זיסער טאטע מקדיר עליהם חמה בתקופת תמוז און זימני דמשכא להו תקופת תמוז, די הייסע שווערע טעג פארציעט זיך לענגער און דאס מאכט די עבודה אסאך שווערער, אבער ראו מה בין בני לבן חמי, לאמיר זעהן די חילוק פון אידישע קינדער די עם סגולה און די גוי הארצות שפילים ונבזים, די אידישע קינדערלעך האלטן זיך הייליג און אפגעהיטן זיי טוען אלעס אין זייער מעגליכקייט צו בלייבן אנגעבינדן אין קוב"ה, ס'איז שווער? יא! הוי להו צערא? און נאך ווי! אבער בעוטי מי מבעטי? איז דען דא א אידיש קינד וואס זאגט: אקעי, איך בין מצטער און איך בין פטור? נין און ניין א אידיש קינד זאגט נישט אזאנס און ער איז זיכער נישט בועט, ערווייסט אז אז ימלא שחוק פינו ווען משיח וועט קומען און ווי רבי יצחק זאגט וויטער אז קיינמאל איז נישט דא שחוק לפני הקב"ה אויסער אין יענע טאג ווייל וראו כל עמי הארץ די אויסדערוועלטקייט פון עם ישראל וואס ווי שווער עס איז זיי נאר געווען בימי הגלות האבן זיי אלעס מקבל געווען באהבה און חלילה נישט בועט געווען קיינמאל.

לאמיר נאר זעהן וויאזוי רשיה"ק טייטש "בטרוניא" זאגט די הייליגע רש"י איין ווארט "בעלילה" א בלבול א פאלשע אויפגעמאכטע זאך, וויאזוי פירט זיך א איד אויף בתקופת תמוז? ער האלט זיך הייליג און גייט אין גאס מיט די מערסטע מסי"נ שייך. וויאזוי פירט זיך א גוי אויף בתקופת תמוז לאמיר בעסער נישט רעדן... ווען משיח וועט קומען וועט הקב"ה מאכן עס זאל זיין הייס כתקופת תמוז און יעצט לאמיר זעהן די רעאקציע פון "בריאותיו" און אונז אלע וועלן עדות זיין אז אויף די גוים איז דאס נישט קיין עלילה, דאס איז נישט קיין פאלשע מעשה, דאס איז געווען זייער אויפפירונג אלעמאל ווען החמה הקדיר ויושב בשמים ישחק דער רבש"ע וועט כביכול לאכן און זיך פרייען מיט חלקו ונחלתו זיינע ליבער קינדער וואס האבן געטוען זיין רצון מיט מסי"נ אלעמאל.

און ניין באשעפער, איך האב נישט קיין פראגע, ס'שטערט מיר נישט אז מיין עבודה איז שווער ווייל איך ווייס אז דאס איז וואס דו ווילסט פון מיר און אז דו קומסט נישט בטרוניא מיט מיר, א יעדע נסיון איז פונקט ווי עס איז גוט פאר מיר אז איך זאל קענען זיין אויסגעלייטערט בביאת ינון במהרה יבא איך זאל קענען טוען דיין רצון מיט געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט אנע בעיטות, זאל עס זיין מיט צער און מעגליך אפילו אז איך בין פטור אבער טאטע זיסער את ה' האמרת היום להיות לך לאלוקים וללכת בדרכיו ולשמר חקיו ומצותיו ומשפטיו ולשמע בקלו וה' האמירך היום להיות לו לעם סגלה כאשר דבר לך ולשמר כל מצותיו, דו ביזט מיינע און איך בין דיינע און פאר גארנישט וועלן מיר זיך אויפטוישן, דו האסט מיר ליב און איך פרוביר מקיים זיין דעם ואהבת את ה' אלקיך בכל לבבי.

איך ענדיג צו ארויסברענגן מיינע געפילן מיט א תפלה צו דיר קל מלך נאמן, כי יצפנני בסכה ביום רעה יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני און איך בעט דיר עס זאל שוין מקוים ווערן דעם ופרוס עלינו סכת שלומיך במהרה דידן אמן.

ענטפער: איך דארף הילף ו' תשרי התשפ"ב 13:46 #275882

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34
WOW
קעיה"ר אזא שבת שובה דרשה...
מלא וגדוש מיט חיזוק און אמת'ע הדרכה וואס מ'דארף וויסן וויאזוי לעבן און וואס די בליק דארף זיין אויף די נסיונות.

יא פון איין זייט טאר מען נישט בעטן ניסיונות, אדרבה מ'בעט ואל תביאנו לידי נסיון, אבער מ'דארף וויסן אז דאס איז אונזער לעבן אויף די וועלט, כי לכך נוצרת, און נאר דורך שטיין אין די נסיונות וועט מען באקומען די שכר הנצחי.

מ'קען אויך טראכטן, אז פאר יעדן מענטש איז דאך באשערט וויפל צער און עגמת נפש ער זאל מיט מאכן. דארף מען גלייבן אז די צער און הארץ ווייטאג וואס מ'האט בשעת ווען מ'מוטשעט זיך אין א נסיון, רעכנט ארפאר אסאך פון די באשערטע צער. און דא פארדינט מען נאך די שכר.

די גאנצע גאדענק פון די סוכה מיט תקופת תמוז וכו' איז מוראדיג שיין

זאל די אייבישטער אונז העלפן און מציל זיין פון שווערע נסיונות. פשוט וברור אז די אייבישטער זעט אלעס וואס אונז מאכן מיט, ער זעט יעדע השתדלות און יעדע התגברות.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף ו' תשרי התשפ"ב 13:54 #275883

  • א פשוטער איד
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 21
  • האט שוין געלייקט: 34 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
  • קאָרמא: 3

א שכוח ר' שלום! איך האב שטארק הנאה געהאט פונעם געדאנק!

ענטפער: איך דארף הילף ו' תשרי התשפ"ב 17:36 #275900

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

זייער הארציג, אפן, אמת'דיג, און זייער מחזק.
א גרויסן יישר כח !

מיר איז זיכער אז דו ביזט א גרויסע הויכע נשמה, ווייל אזא נחת רוח וואס דו ברענגסט פארן רבונו של עולם, ברענגן גאנץ ווייניג.
אזוי אויך זעהט מען, אז דער יצר הרע קען דאס נישט פארנעמען און שיסט אלע זיינע קוילן וואס נאר מעגליך.
אבער דו ווי א געטרייער זוהן צו זיין טאטן, שאקלסט מיטן קאפ צום רבונו של עולם, 'באשעפער, פאר דיר, אלעס!'

אבער איך בין מתפלל פאר דיר עס זאל דיר גרינגער ווערן.

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: איך דארף הילף ז' תשרי התשפ"ב 08:35 #275928

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 39 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 441
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל
  • קאָרמא: 5

זייער שיין שלום!
דו האסט מיך דערמאנט די מעשה פון ר’ מתיא בן חרש וואס איז זיכער געווען אין גאר א הויכע מדריגה און די אומווירדיגע זאך איז אים טאקע אויך נאכגעלאפן.
הייליגער באשעפער! דיינע אידעלעך זענען דיר הייליג געטריי, מי כעמך ישראל! 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.01 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא