אמאל געווען צייטן, נאדיר א שטיקל פון גירסא דינקותא.
מיין וועג צו ריינקייט חלק טו
ווער זאגט אז מיר זענען עדיקטן?
איך גלייך גראדע זייער שטארק אייס קריעם,
דאס מיינט אז איך בין אן עדיקט דערצו? איך גלייך צו כאפן א שפאציר לעבן א וואסער,
מיינט עס אז איך בין אן עדיקט דערצו?
א יעדער וואס האט ליב צו קוקן און טוהן שמוץ,
מיינט אז ער איז אן עדיקט?
ליב האבן א געוויסע זאך זייער שטארק, מיינט בהכרח אז מען איז עדיקטעד דערצו?
אויב קום איך איינמאל אונטער א גאר שטארקע נסיון און איך קען מיר נישט איינהאלטן מיינט אז איך בין אן עדיקט?
ליב האבן עפעס הייסט אויף ענגליש א
העביטֱֱ.
וואס איז די חילוק צווישן א העביט און א עדיקשאן?
א
העביט איז ווען איינער האט עפעס זייער שטארק ליב צו טוהן, אבער ער קען זיך קאנטראלירן,
ער האט א בחירה,
ער קען זאגן ניין, אדער ער קען זיך אפשטעלן פון טוהן א געוויסע זאך אפילו ער האט דאס זייער שטארק ליב, און ווען ער באשלוסט זיך אפצושטעלן וועט ער זיין סוקסעספול ער וועט קיינמאל נישט דורכפאלן.
עדיקשאן הייסט, ווען איינער האט זייער שטארק ליב א געוויסע זאך, אבער
ער קען זיך נישט קאנטראלירן, ער קען נישט זאגן ניין, ער פארלירט אינגאנצן זיין בחירה, ער קען זיך נישט אפשטעלן, און אפילו ער וויל זיך אפשטעלן פאלט ער אדורך.
אן
עדיקט מוז נישט מיינען איינער וואס האט שוין טויזענטער מאל געזינדיגט, מען קען זיין אן עדיקט שוין ביים ערשטן מאל אויב זיין רצון איז באמת אז ער וויל נישט דעס טוהן, און פשוט ער קען זיך נישט קאנטראלירן איז ער אן עדיקט.
א
העביט ווייטער קען זיין אפילו איינער וואס האט שוין טויזענטער מאל געזינדיגט, ווילאנג ער האט דאס געטוהן ווייל ער האט געוואלט טוהן די זאך, און אויב וועט ער יעצט באשליסן אז מער וויל ער שוין נישט טוהן די זאך,
און ער איז סוקסעספול מיט זיין באשלוס, אזא איינער איז בכלל נישט קיין עדיקט.
איינער וואס האט א
העביט צו שמוץ וועט געווענליך נישט טוהן די עבירה אויב האט ער וויכטיגערע זאכן צו טוהן יעצט, אן
עדיקט וועט אבער עס יא טוהן, אפילו ער זאל יעצט האבן טויזענטער אנדערע זאכן וואס זענען אסאך וויכטיגער ווי דעם.
איינער וואס האט א
העביט, וועט זיין צופרידן מיט די זעלבע זאך נאכאמאל, איינער וואס איז אן
עדיקט וועט קיינמאל נישט זיין צופרידן מיט די זעלבע זאך, ער וועט אלץ דארפן עפעס חדשות, עפעס מער פון נעכטן, דאס נעכטיגע איז שוין נישט גוט, ער איז שוין נמאס דערפון.
אויב שפירט איינער אז ער איז נישט קיין
עדיקט,
ער קען זיך קאנטראלירן אויב ער וויל, דעמאלטס דארף ער גארנישט טוהן מער ווי אפמאכן אז מער גייט ער נישט זינדיגן, ער קען לייגן א פילטער אויף זיין קאמפיוטער, עס זאל אים נישט מאכן אומזיסטע טריגער'ס, עס זאל אים פשוט אנקומען גרינגערהייט, ער קען אויך מאכן שטארקע גדרים, צוזאגן געלט אויב ער וועט דורכפאלן, האבן שמירת עינים אויף די גאס,
דאס אלעס אויב ער טוט דאס פאר העביט, נישט אלץ עדיקט.
אויב אבער איז מען אן
עדיקט, דעמאלטס איז גאר אן אנדערע מסכת, די געלט וועט נישט העלפן, פילטער'ס וועלן אויך נישט העלפן, די אלע זאכן זענען פאר אן עדיקט
מאמענטאלע הילף אז זיין געוויסן וואס עגבערט אים אז ער איז שוין נאכאמאל דורכגעפאלן זאל זיך בארואיגן, ער זאל זיך איינרעדן אז יעצט גייט ער שוין מער נישט דורכפאלן, ער האט דאך געטוהן אזעלעכע קנאקעדיגע עצות.
די רגע אבער וואס דער עדיקט קומט אונטער אטאקע נאכאמאל, איז ער דאך נישט בכח זיך צו קאנטראלירן, דאמאלטס טוט ער אלעס וואס איז בידו, ער וועט אפילו קויפן א נייע כלי אויב וועט זיך עס אויספעלן, ער וועט טוהן אלעס אין דער וועלט צו ערפילן זיין עדיקשאן.
אונזער ארבייט וואס מיר דארפן טוהן איז צו
היילן אונזער עדיקשאן, מיר זאלן קענען איבערנעמען קאנטראל אויף זיך, מיר זאלן האבן רשות אריינצורעדן א ווארט ווען מיר קומען אונטער אטאקע, (עפעס א מין אנשיקעניש דעס, ער געט אונז ניטאמאל דער רשות הדיבור

) אוודאי דארף מען האבן פילטער'ס אין גדרים, אבער דאס איז נישט קיין היילונג פאר אן עדיקט, דאס איז א פרעווענשן פאר א העביט.