ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: שוין העכט די צייט 10541 באזוכער

ענטפער: שוין העכט די צייט ט"ו טבת התשפ"ב 7:42 PM #279585

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 186
  • האט שוין געלייקט: 404 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 8

איי איי רבי נישט שפעט, מיר האבן אזויפיל מיטלייד מיט דיר, א אויג בלייבט נישט טרוקן ווען מען האלט מיט אזעלכע ווארעמהארציגע תפילות, הייסע תפילות.
טאטע אין הימל, הער צו די געבעט פון אונזער הייליגע חבר/רבי רבי נישט שפעט.
נישט שפעט, דעס איז א שווערע דורכגאנג אנצוקומען צו גאר הויכע שטאפלן, מיר קענען זיך נישט פארשטעלן די מדריגות וואס דו האסט זוכה געווען אין די לעצטע צייט, דו דראפעסט דיך ארויף אויפן לייטער מיט אזא מלחמה אויף נטירת הברית!!! די שווערסטע מלחמה, די גרעסטע נסיון, די העכסטע מדריגות!!!
שוין איין און פופציג טעג אין איין ציה וואס דו שלאגסט דיך מיטן שטן, מיט די גרעסטע נסיון פון אונזער צייט, עס איז נישט משיג צו זיין, די גרעסטע מדריגות, די גרעסטע השגות, רבי נישט שפעט שליט"א.

ענטפער: שוין העכט די צייט ט"ו טבת התשפ"ב 7:59 PM #279586

  • alefbeisveis
  • איצטיגע שטרעקע: 64 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 64 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 348 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
  • קאָרמא: 4

דער זאגט ער איז אזוי קאלט און טריקן.
דיין שרייבן דעם תגובה איז anything but!! 
דיין ווארעמקייט שרייט! 

חיזוק קען איך נישט געבן.

ענטפער: שוין העכט די צייט ט"ז טבת התשפ"ב 1:46 AM #279605

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 240 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל
  • קאָרמא: 6

וואו איז ער דער נישט שפעט ווען מ'דארף אים אזוי וויכטיג האבן דא ?

איינער האט זיך דא פריער אויסגעגאסן זיין פארווייטאגט הארץ,
מ'האט געקענט ליינען צווישן די שורות אז ער איז זייער נישט צופרידן פון די מצב אין וואס ער איז.
מ'האט שטארק באמערקט אז ער האט זייער רחמנות אויף זיין לויטערע נשמה, זיין חלק אלוק ממעל, וועלכע ליידט נעבעך.
ער וויל אזוי שטארק זיין ריין ! ער וויל אזוי שטארק זיין הייליג !
ער שרייט פון טופענישן פון זיין הארץ
"טאטע" ! ! !

ווען מ'זאל מיר ווען האבן דא 'נישט שפעט' אויפן סצענע, וואלט ער שוין זיכער אריינגעשטורעמט מיט שיינע זיסע בארואיגונגס ווערטער, און אריינגעבלאזן הויפענעס חיות און חיזוק, און מיט זיין גאלדענע שפראך און זיסן פעדער אונז אויסגעלערנט צו טראכטן נאר פונעם עתיד, א. א. וו.
אבער אין חבוש מתיר עצמו . . .

כבוד הרב נישט שפעט שליט"א !
מיר קענען נישט וואס דו קענסט, אבער מיר זענן מתפלל פאר דיר !
דער אייבערשטער זאל העלפן, זאלסט שנעל און גרינג אנקומען צו ריכטיגע ריקאווערי !

הודאה על העבר: ה' העלית מן שאול נפשי !   בקשה על העתיד: וכוף את יצרינו להשתעבד לך !

ענטפער: שוין העכט די צייט ט"ז טבת התשפ"ב 2:42 AM #279607

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 240 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל
  • קאָרמא: 6
לומד געשריבן on כ"א תמוז התשפ"א 2:44 PM:
צו דיר (בלשון יחיד) מיין טייערע חבר, מיין הארץ איז פיל מיט געפילן יעצט ווען איך שרייב דא, מיינע אויגן זענען נאס. איך ווייס דיין ווייטאג איך האב עס מיטגעמאכט. איך וויל דיר זאגן אז געב נישט אויף. גיי נישט אוועק פון דא פאר דו טרעפסט דיין וועג צו בלייבן ריין. דער ליבער באשעפער וואס האלט מיר ריין און האט מיר ליב עד אין קץ, האט דיר ליב עד אין קץ און גייט דיר האלטן ריין. דו ביסט ווערט סאך מעהר וואס דו געבסט פאר זיך. איך זאג דיר האלט דיר שטארק און חזק ואמץ און דו וועסט דיך שטעלן אויף די פיס.

הודאה על העבר: ה' העלית מן שאול נפשי !   בקשה על העתיד: וכוף את יצרינו להשתעבד לך !

ענטפער: שוין העכט די צייט ט"ז טבת התשפ"ב 11:20 PM #279657

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 23 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1181
  • האט שוין געלייקט: 305 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
  • קאָרמא: 20

אונזער טאטע איז דאך ”קל מסתתר”
איז טאקע יעצט ווען אונז זעמיר אזוי במוחין דקטנות לאמיר טאקע רייסן שטיקער פון אונז פאר אונזער טאטעס וועגן! די נחת רוח וואס דער רבונו של עולם האט פון אונז איז אין לשער ולתאר.

ס'איז טאקע נישט א הילף פארן פראבלעם אבער כאטש א שטיקל נחמה אין אונזער שווערע פלאגעניש...

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

לעצט פארראכטן: ט"ז טבת התשפ"ב 11:21 PM דורך BeVeryStrong.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ז טבת התשפ"ב 8:45 AM #279669

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 82 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 131 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1777
  • האט שוין געלייקט: 1117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל
  • קאָרמא: 47

שכוח פאר אלע חברים אויף די גאר שטארקע און ווארעמע חיזוק כסדר, דא אין פריוואט.

שוין באמערקט אפאר מאל, אז אסאך ווענד זיך ביי מיר, ווי טארק איך בין מסודר מיט מיין סדר היום, בפרט מיט די שלאפן.
די ראד הייבט זיך אן בדרך כלל מוצאי שבת, ווען נאך א לענגערע שלאף שבת נאכמיטאג גיי איך שלאפן זייער שפעט מוצאי שבת און מ'פאברענגט מיט שטותים.
אבער אויפשטיין צייטליך זונטיג צופרי, מוז איך, ווער איך מיד במשך די טאג, ממילא גייט גארנישט גוט, נישט די ארבעט און נישט דאווענען / לערנען, און מ'איז נערוועז און די גיסטע איז אין די ערד, קומט מען צו לאסט...
ס'קומט זונטיג 3-4 מיטאג ווער איך מיד, לייג איך מיך נאר אויף א שעה, איז שוין ווידער קען מען נישט שלאפן ביינאכט, וכן הלאה וכן הלאה, הגלגל חוזר, חד גדיא חד גדיא.

ווען מ'האט סייעתא דשמיא גייט מען נישט שלאפן בשום אופן מיטאג, דעמאלס מוז מען שלאפן פרי ביינאכט, איז צומארגנס אלעס אנדערש ב"ה.

איך דארף לייגן זייער א שטארקע דגש אויף די ענין כדי איך זאל נישט צוקומען שנעל צו א מצב וואס ברענגט מיט צו נערוועזקייט/אנגעצויגנקייט/מיד'קייט המביא לידי לאסט.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ז טבת התשפ"ב 11:37 AM #279681

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 676 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 676 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 545
  • האט שוין געלייקט: 509 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 855 מאל
  • קאָרמא: 17

מרגלא בפומי' דאינשי אז וויסן די פראבלעם איז א האלבע עצה.
אז דו ווייסט וואס די פראבלעם און די שורש פון די עגמ"נ איז איז שוין געוואלדיג, די אנדערע האלב איז טוען די ריכטיגע פעולות די פראבלעם זאל נישט געשען בס"ד, און ווי דו האסט שוין אנגעוויזן אז די עצה פאר די פראבלעם איז נישט זיך אראפלייגן שב"ק נאכמיטאג.
געוואלדיג.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ז טבת התשפ"ב 2:33 PM #279694

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 240 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל
  • קאָרמא: 6
נישט שפעט געשריבן on י"ז טבת התשפ"ב 8:45 AM:

שוין באמערקט אפאר מאל, אז אסאך ווענד זיך ביי מיר, ווי שטארק איך בין מסודר מיט מיין סדר היום, בפרט מיט די שלאפן.
די ראד הייבט זיך אן בדרך כלל מוצאי שבת, ווען נאך א לענגערע שלאף שבת נאכמיטאג גיי איך שלאפן זייער שפעט מוצאי שבת און מ'פאברענגט מיט שטותים.
אבער אויפשטיין צייטליך זונטיג צופרי, מוז איך, ווער איך מיד במשך די טאג, ממילא גייט גארנישט גוט, נישט די ארבעט און נישט דאווענען / לערנען, און מ'איז נערוועז און די גיסטע איז אין די ערד, קומט מען צו לאסט...
ס'קומט זונטיג 3-4 מיטאג ווער איך מיד, לייג איך מיך נאר אויף א שעה, איז שוין ווידער קען מען נישט שלאפן ביינאכט, וכן הלאה וכן הלאה, הגלגל חוזר, חד גדיא חד גדיא.
ווען מ'האט סייעתא דשמיא גייט מען נישט שלאפן בשום אופן מיטאג, דעמאלס מוז מען שלאפן פרי ביינאכט, איז צומארגנס אלעס אנדערש ב"ה.
איך דארף לייגן זייער א שטארקע דגש אויף די ענין כדי איך זאל נישט צוקומען שנעל צו א מצב וואס ברענגט מיט צו נערוועזקייט/אנגעצויגנקייט/מיד'קייט המביא לידי לאסט.


זייער אינטערסאנט,
ביי מיר איז דאס זייער זייער ענדליך דער גלגל החוזר, נאר מיט איין שינוי, אז איך מוז נישט אויפשטיין צייטליך זונטאג אינדערפרי, שטייט מען אויף אין טאג אריין, לויפט מען אגאנצן צייט נאך דעם טאג, און איך לייג מיר נישט פאר 3 / 4 אזייגער, וחוזר חלילה.
אלעס פון איין נאכמיטאג דרימל.

הודאה על העבר: ה' העלית מן שאול נפשי !   בקשה על העתיד: וכוף את יצרינו להשתעבד לך !

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ז טבת התשפ"ב 5:51 PM #279705

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 186
  • האט שוין געלייקט: 404 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 8

קול צהלה ורנה, איך בין זייער העפי און גליקליך אז רבי נישט שפעט איז שוין צוריק אריינגעשפרינגען אינעם פולן שוואנג, נאכן אונז איבערלאזן פאר א טאג, און יעצט איז ער שוין דא צוריק מיט זיינע פולע באגאזשן מיט חיזוק פאר אונזערע לייט.
ברוך ה', איך קוק זייער שטארק ארויס אויף רבי נישט שפעט'ס רעספאנסעס צום עולם, ער געט געוואלדיגע חיזוק און שטארקייט, מלא וגדוש.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ח טבת התשפ"ב 11:34 AM #279770

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 193 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 251 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1160
  • האט שוין געלייקט: 1132 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1160 מאל
  • קאָרמא: 23

ביי מיר איז זונטיג אויך א גרויסע פראבלעם ווען איך ארבעט........

הק' העלפמי

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ח טבת התשפ"ב 11:35 AM #279771

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 193 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 251 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1160
  • האט שוין געלייקט: 1132 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1160 מאל
  • קאָרמא: 23

ווי האלט הר"ר נישט שפעט אויפן וועלט ?

הק' העלפמי

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ח טבת התשפ"ב 12:21 PM #279781

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 23 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1181
  • האט שוין געלייקט: 305 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
  • קאָרמא: 20

נישט שפעט! דיין פנים שטראלט, א נחת צו קוקן אויף דיר!
וכן יעזור השם להלאה

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ט טבת התשפ"ב 10:01 AM #279837

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 82 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 131 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1777
  • האט שוין געלייקט: 1117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל
  • קאָרמא: 47

שלום וברכה טייערע חברים

די שבת וועט מיר קומען א מזל טוב ב"ה, לכבוד מיין ערשטע "יום הבהיר" פון אנקומען צו קהילה קדושה הד"א, ביום כ"א טבת תשפ"א.

העמער נישט מאריך זיין, ווי יעדער ווייסט און פארשטייט, האב איך נאך נישט זוכה געווען אנקומען צו א מצב פון טוהן שטארקע יסודות'דיגע טריט אדער א געוויטסע קלארע מהלך. איך בין מיך מחזק מזמן לזמן מיט פארשידענע חיזוקים, אמאל העלפטס עס א לענגערע צייט און אמאל א קערצערע.

וועלן וואלט איך זיכער געוואלט זיך אינגאנצן ארויס זעהן, אבער איך גלייב אז די אייבישטער פירט די וועלט, און ער פירט מיך, קליינע מענטשעלע, מיט די זעלבע הנהגה וואס ער פירט די שמים וארץ, שמש וירח, שבעה רקיעים והתהום מתחת, מלאכים ושרפים, חיות בהמות עופות ודגים, ימים ומדבריות. ער האט מיר אינזין יעדע רגע און ער נעמט נישט אראפ א אויג פון מיר.

דערווייל גלייב איך באמונה שלימה אז די אייבישטער האט נחת רוח פון מיין עבודה לויט מיין איצטיגע מצב, פון מיין רצון און שאיפה און השתוקקות, מיינע התגברות, מיינע התחזקות אין שווערע טעג אדער נאך א גליטש, מיינע שמירת עינים, מיינע פעולות שונות און גדרים וסייגים וואס איך טוה מזמן לזמן כדי זיך קענען האלטן ריין.



און איך מוז זאגן מיט א הייסע הארץ און נאסע אויגן, אז ווען איך קוק מיך אום אויף די לעצטע יאר, שפיר איך זייער זייער פרייליך, לבי ובשרי ירננו אל א-ל חי! יישר כח הייליגע טאטע, מיין טאטע וואס האט מיר אזוי ליב. מיין טאטע וואס האט מיר אלעמאל ליב געהאט.

איך קען ענדיגן א יאר מיט "בלויז" 20 נפילות בערך בהוז"ל! ענק ווייסן וואס דאס מיינט פאר מיר, וואס כ'פלעג נכשל ווערן מיט דעם צענדליגע צענדליגע מאל א יאר, און יארן וואס זיכער ארום 150 מאל און אפילו מער ווי דעם!!

איך האב נאך וואס צוטוהן, אבער איך טאר נישט זיין א כופר בטובתו של מקום וואס האט מיר אהער געברענגט, און באגלייט מיר דא מיט א סארט "מהלך" וואס ער ווייסט אז פאר מיר איז דאס די בעסטע, עס קען נישט זיין פאר מיר עפעס בעסער ווי דעם! קען זיין אז מיט די צייט וועט ער ליכטיג מאכן מיינע אויגן זעהן אז איך דארף טוהן דעמאלס אנדערע מהלכים, וועט ער מי זיכער געבן דעמאלטס די כח און די קרארדזש עס טוהן.

און איך רעד שוין נישט פון א געוולאדיגע שינוי לטובה ברוחניות די לעצטע יאר. די דאווענען האט זיך זייער שטארק געטוישט לטובה! מיין לערנען איז חשוב'ער! די התנהגות אין שטוב ווערט לעצטנס בעסער.

אבער בכלל שפיר איך א געוואלדיגע שינוי אין מיין פנימיות, וויסן ווער "איך" בין, איך האב מיך נישט פאנט, איך ווייס ווי חשוב און הייליג איך בין מצד עצמיותי אלס א קינד פון בוכ"ע - און ס'בכלל נישט קיין סתירה צו דעם אז מ'דארף זיך פארבעסערן.

איך טראכט אסאך ווייניגער וואס אדערע וועלן זאגן/קוקן אויף מיר.
ווען איך קוק מיך אויף צוריק, זעה איך ב"ה א געוואלדיגע שינוי, און ווי איך האב שוין אמאל געשריבן.

ס'דא נאך א סאך וואס מאריך זיין, אבער ויאמר לקוצר"ים ה' עמכם, וועל איך מקצר זיין.

אבער דאס יא: טייערע חברים, ענק זענען מיין נשמה און מיין הארץ.

איך קען נישט פורט זיין אלע בשמותם, אבער ווען נישט ענקער איבערגעגעבנקייט צו מיר, ענקער געדולד, ענקער אמתע געפיל און אהבה, ענקער "פארשטיין" - וואלט איך שוין בדרך הטבע לאנג צוריק געפאלן.

וויל איך ענק זאגן: יישר כוחכם, נאר די אייבישטער קען ענק באצאלן.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ט טבת התשפ"ב 11:16 AM #279838

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 460 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 460 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 898
  • האט שוין געלייקט: 848 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 974 מאל
  • קאָרמא: 30
WOW
עס גלייבט זיך קוים אז מען האלט שוין א יאר צייט זייט עס האט זיך אנגעהויבן מיין ידידות מיט הרה"צ נישט שפעט.
נישט דורך מסתם א טאג וואס אונז האט נישט צוזאמען געשמועסט ראון פארברענגט 
מיין סעברייעטי היינט איז אויך דיר צי פארדאנקען וויפל חיזוק אין שטארקייט האסטו מיר אלאמל באגאסן. אשרך דיין זכות איז גרויס
אין אזוי אויך וויפל די העלפסט ארויס פאר די הצלחה פון די סייט סיי מיט די אימעיל יעדע וואך וואס די ביסט אייביג גרייט צי העלפן, אין סיי מיט אנדערע זאכן.
זאל דיר גאט ברוך הוא ווייטער העלפן איך בין פריילעך פאר דיר ביסט א גוטער מענטש.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ט טבת התשפ"ב 11:20 AM #279839

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 255 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 255 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 205
  • האט שוין געלייקט: 285 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 351 מאל
  • קאָרמא: 9

מזל טוב ידידנו הרב נישט שפעט צו דיין געבורטס טאג. 

דער אייבישטער זאל דיר משפיע זיין פיל גוטס אין אלע ענינים. 

איך שטים צו צו אלעס וואס שיעלע האט געזאגט. 

חזק ונתחזק!!!!

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ט טבת התשפ"ב 11:42 AM #279843

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 142 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 142 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 238
  • האט שוין געלייקט: 598 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל
  • קאָרמא: 10

זייער ווארעם און הארציג טייערע נישט שפעט נ''י

איך מיין ס'דא עטליסט א מנין אידן, אויב נישט מער, ואני הק' בתוכם, וואס האבן צו פארדאנקען זייער דא זיין מיט א התחזקות אפי' נאך א פאל, אדער אויף נישט צו פאלן, פאר דעי גוטע שליח פונעם אייבערשטען, ידידינו הרה''צ שליט''א. וויפיל חיזוק ס'האט זיך שוין ארויסגעגאסן פון זיין פעדער! וויפיל פערל ווערטער ס'רינט פון זיין מויל ווען מ'רעדט מיט אים!
איז אפשר דארף מען מאכן יעדער זאל קענען אויף איין מאל אריינקומען און זיך באדאנקען פאר אים, אז נישט וועט נישט נעמען קייין עק....

טייערע חבר,
דו האסט נישט נאר דיינע טעג, דו האסט אויך אסאך טעג פון דיינע חברים!
דו האסט אויפגעלעבט דעי סייט!
דו לייגסט אריין ארבעט אין די אימעילס!

ישלם ה' פעלך, מיט אסאך ריינע טעג

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ט טבת התשפ"ב 11:49 AM #279844

  • alefbeisveis
  • איצטיגע שטרעקע: 64 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 64 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 348 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
  • קאָרמא: 4
נישט שפעט געשריבן on י"ט טבת התשפ"ב 10:01 AM:

שלום וברכה טייערע חברים

די שבת וועט מיר קומען א מזל טוב ב"ה, לכבוד מיין ערשטע "יום הבהיר" פון אנקומען צו קהילה קדושה הד"א, ביום כ"א טבת תשפ"א.

העמער נישט מאריך זיין, ווי יעדער ווייסט און פארשטייט, האב איך נאך נישט זוכה געווען אנקומען צו א מצב פון טוהן שטארקע יסודות'דיגע טריט אדער א געוויטסע קלארע מהלך. איך בין מיך מחזק מזמן לזמן מיט פארשידענע חיזוקים, אמאל העלפטס עס א לענגערע צייט און אמאל א קערצערע.

וועלן וואלט איך זיכער געוואלט זיך אינגאנצן ארויס זעהן, אבער איך גלייב אז די אייבישטער פירט די וועלט, און ער פירט מיך, קליינע מענטשעלע, מיט די זעלבע הנהגה וואס ער פירט די שמים וארץ, שמש וירח, שבעה רקיעים והתהום מתחת, מלאכים ושרפים, חיות בהמות עופות ודגים, ימים ומדבריות. ער האט מיר אינזין יעדע רגע און ער נעמט נישט אראפ א אויג פון מיר.

דערווייל גלייב איך באמונה שלימה אז די אייבישטער האט נחת רוח פון מיין עבודה לויט מיין איצטיגע מצב, פון מיין רצון און שאיפה און השתוקקות, מיינע התגברות, מיינע התחזקות אין שווערע טעג אדער נאך א גליטש, מיינע שמירת עינים, מיינע פעולות שונות און גדרים וסייגים וואס איך טוה מזמן לזמן כדי זיך קענען האלטן ריין.



און איך מוז זאגן מיט א הייסע הארץ און נאסע אויגן, אז ווען איך קוק מיך אום אויף די לעצטע יאר, שפיר איך זייער זייער פרייליך, לבי ובשרי ירננו אל א-ל חי! יישר כח הייליגע טאטע, מיין טאטע וואס האט מיר אזוי ליב. מיין טאטע וואס האט מיר אלעמאל ליב געהאט.

איך קען ענדיגן א יאר מיט "בלויז" 20 נפילות בערך בהוז"ל! ענק ווייסן וואס דאס מיינט פאר מיר, וואס כ'פלעג נכשל ווערן מיט דעם צענדליגע צענדליגע מאל א יאר, און יארן וואס זיכער ארום 150 מאל און אפילו מער ווי דעם!!

איך האב נאך וואס צוטוהן, אבער איך טאר נישט זיין א כופר בטובתו של מקום וואס האט מיר אהער געברענגט, און באגלייט מיר דא מיט א סארט "מהלך" וואס ער ווייסט אז פאר מיר איז דאס די בעסטע, עס קען נישט זיין פאר מיר עפעס בעסער ווי דעם! קען זיין אז מיט די צייט וועט ער ליכטיג מאכן מיינע אויגן זעהן אז איך דארף טוהן דעמאלס אנדערע מהלכים, וועט ער מי זיכער געבן דעמאלטס די כח און די קרארדזש עס טוהן.

און איך רעד שוין נישט פון א געוולאדיגע שינוי לטובה ברוחניות די לעצטע יאר. די דאווענען האט זיך זייער שטארק געטוישט לטובה! מיין לערנען איז חשוב'ער! די התנהגות אין שטוב ווערט לעצטנס בעסער.

אבער בכלל שפיר איך א געוואלדיגע שינוי אין מיין פנימיות, וויסן ווער "איך" בין, איך האב מיך נישט פאנט, איך ווייס ווי חשוב און הייליג איך בין מצד עצמיותי אלס א קינד פון בוכ"ע - און ס'בכלל נישט קיין סתירה צו דעם אז מ'דארף זיך פארבעסערן.

איך טראכט אסאך ווייניגער וואס אדערע וועלן זאגן/קוקן אויף מיר.
ווען איך קוק מיך אויף צוריק, זעה איך ב"ה א געוואלדיגע שינוי, און ווי איך האב שוין אמאל געשריבן.

ס'דא נאך א סאך וואס מאריך זיין, אבער ויאמר לקוצר"ים ה' עמכם, וועל איך מקצר זיין.

אבער דאס יא: טייערע חברים, ענק זענען מיין נשמה און מיין הארץ.

איך קען נישט פורט זיין אלע בשמותם, אבער ווען נישט ענקער איבערגעגעבנקייט צו מיר, ענקער געדולד, ענקער אמתע געפיל און אהבה, ענקער "פארשטיין" - וואלט איך שוין בדרך הטבע לאנג צוריק געפאלן.

וויל איך ענק זאגן: יישר כוחכם, נאר די אייבישטער קען ענק באצאלן.


WOW!!!

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ט טבת התשפ"ב 11:50 AM #279846

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 755 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 755 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 508
  • האט שוין געלייקט: 716 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל
  • קאָרמא: 54

נו מאך א חשבון. איין יאר 1700 תגובות.
וויפיל ריינע טעג איז געווען אין דעם יאר. איך גלייב אז מער ווי א יאר בעפאר.....
וויפיל אידן האבן געשעפט חיזוק פון דיינע רייכע מאמרים.

זאל דיר דער באשעפער באשענקן א געזונט גליקליך פרייליכע געשמאקע ריינע לעבן. זאלסט זיך קענען מדבק זיין אין רבש"ע ובמצוותיו. מיר זאלן זיך קענען פרייען צוזאמען מיט משיח צדקינו בב"א...

יונה'לע

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ט טבת התשפ"ב 3:55 PM #279851

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 186
  • האט שוין געלייקט: 404 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 8

הייליגע רבי נישט שפעט שליט"א, מיר קוקן ארויס אויף דיין הצלחה, אלע אונזערע לייט קוקן ארויס בכליון עינים צו הערן פון דיר, מיר האלטן מיט דיין גבורת הנפש, דיין ריזיגע מלחמה זיך צו האלטן ריין.
און מיר האבן זייער ליב צו לערנען דיינע מאמרים וואס זענען משיב את הנפש

ענטפער: שוין העכט די צייט כ' טבת התשפ"ב 1:16 AM #279892

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 23 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1181
  • האט שוין געלייקט: 305 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
  • קאָרמא: 20

מיין הארציגער חבר, נאך מיין ערשטע גליטש אויף הדא איז געווען עולם חשך בעדי. 
נישט שפעט, ווען נישט דיר ווייס איך נישט ווי אויף די וועלט איך וואלט יעצט געווען, איך מיין אז דו האסט מער ריינע טעג די יאר, פון וויפיל טעג עס זענען דא אין א יאר אדער אפילו אין צען יאר, זכות הרבים תלוי בך!

חוץ מזה ווען מ’גיט זיך נאך און מ’לעבט אן א חשבון און מ’פאלט דורך, האט מען דעם טאג נישט געהאט ריין. אבער ווען מ’לעבט מיט א חשבון, אפילו אויב למעשה איז מען יא אדורכגעפאלן גייט מען אדורך גאר שווערע וואכן, טעג, שעות און מינוטן וואס ממש מ’צוברעכט זיך למען כבוד שמו יתברך. 

תמצית: לעבן ריין איז יעדער מינוט ווי א טאג, יעצט מאך דעם חשבון...

מיט שעצונג 
געדענק ~ BeVeryStrong

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

לעצט פארראכטן: כ' טבת התשפ"ב 1:17 AM דורך BeVeryStrong.

ענטפער: שוין העכט די צייט כ"ב טבת התשפ"ב 9:03 AM #279915

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 82 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 131 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1777
  • האט שוין געלייקט: 1117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל
  • קאָרמא: 47

שכוח פאר אלע חברים אויף די ווארעמע חיזוק און פאר משתתף זיין מיט מיין שמחה.

ב"ה מ'האלט היינט ביי 60 ריינע טעג וואס די אייבישטער האלט מיר.

ס'שטייט פון רבי'ן פון לובלין זי"ע, אז ווען משה רבינו האט געזאגט מי אנכי כי אלך אל פרעה, זעהט מען נישט די אייבישטער זאל אים ענטפערן, משה דו ביסט יא ראוי!

ווייל די אייבישטער האט געוואלט אז משה זאל ווייטער בלייבן מיט די ידיעה אז ער קען נישט, און אז נאר די אייבישטער טוהט אלעס, כי אהיה עמך וגו'.

מיר דארפן זיך כסדר מחזק זיין מיט די ידיעה.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: שוין העכט די צייט כ"ו טבת התשפ"ב 11:48 PM #280090

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 23 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1181
  • האט שוין געלייקט: 305 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
  • קאָרמא: 20

נסים גלויים!
קל מסתתר טאקע, אבער ווען מ’זעט אזא נומבער אויפן טשארט אז דא גלייך שטייט דער רבונו של עולם!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: שוין העכט די צייט ד' שבט התשפ"ב 1:30 PM #280276

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 82 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 131 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1777
  • האט שוין געלייקט: 1117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל
  • קאָרמא: 47

געלערנט היינט אין גמרא מגילה דף כ"ה
אז די פרשה פון "יהודה ותמר" מעג מען ליינען און אויך מתרגם זיין, אז די פשוטע מענטשן זאלן עס אויך פארשטיין.
איי לכאורה איז דאס א ביזיון פאר יהודה?
זאגט די גמרא: "שבחיה הוא, דאודי". דהיינו, ווייל ער האט מודה געווען און געזאגט אז תמר איז גערעכט, איז דאס געווארן זיין שבח!!

ס'איז א מוראדיגע זאך ווען מ'טראכט אריין.
די מעשה איז דאך - בפשטות שבפשטות - א ריכטיגע "הדא מעשה", און מיט דעם וואס יהודה האט מודה געווען, איז נישט נאר אז ס'איז נתכפר געווארן נאר ס'איז גאר געווארן זיין "שבח".
דאס איז זייער א שטארקע חיזוק.
אה"נ איך שפיר נאך נישט אז איך וויל מ'זאל ליינען שבת אין בית מדרש כל מעשה תקפו של נישט שפעט, אבער א שטארקע חיזוק איז עס, אז די רגע וואס אונז כאפן זיך וואס מ'האט געטוהן, מ'איז מודה ומתוודה און מ'וויל ווערן ריין און וואויל, ווער אונזער פארגאנגענהייט גאר א נייע "שבח"!!
ווען מ'איז מודה און מכיר וואס מ'האט געטוהן, איז די עבר נישט קיין בושה.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: שוין העכט די צייט ז' שבט התשפ"ב 3:01 AM #280303

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 23 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1181
  • האט שוין געלייקט: 305 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
  • קאָרמא: 20

די שטארט בלייבט נישט שטיין, די נומבער איז גאר גוט!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: שוין העכט די צייט ט' שבט התשפ"ב 1:02 PM #280411

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 82 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 131 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1777
  • האט שוין געלייקט: 1117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל
  • קאָרמא: 47

זייענדיג נעכטן ביי די פלאץ וואו איך טוה די עקסעסייז, זאגט מיר דער וואס איז ממונה אויף מיר, איך זאל טוהן אזוי: זיך לייגן אויף די ערד, אויף פיר, און אויסשטרעקן אויף איין מאל מיין רעכטע האנט און לינקע פיס, נאך דעם עס אראפ לייגן און טוהן די זעלבע מיט די לינקע האנט און רעכטע פיס, וחוזר חלילה, צוואנציג מאל.

איך, גרויסער חכם, האב געוואלט ווייזן וואס איך קען, האב איך עס אנגעהויבן מאכן שנעל, איינס צוויי, ארויף אראפ, אראפ ארויף...

זאגט מיר יענער: העלא העלא, אפשר ביסטו רואיג...

איך קוק אים אן מיט גרויסע אויגן: פארוואס נישט? איך וויל אריין כאפן שנעל, ווי מער...

ענטפערט ער: כ'על דיר מסביר וואס די ציל איז. איך וויל דיין גוף זאל זיך קענען האלטן מיט א שטארקייט, אפילו אויב דו וועסט שטיין אויף איין פיס זאלסטו זיך קענען האלטן אן דיין גוף זיך שאקלען צו אלע זייטן. ממילא טוה עס שטייט, הייב אויף די רעכטע האנט און לינקע פיס, לאז עס אפאר סקונדעס אין די הייעך, נעם עס אראפ שטאט, און הייב אויף די לינקע האנט און רעכטע פיס, שטאט, רואיג, פארזיכטיג, און זעה דיין גוף זאל בלייבן ווי מער גלייך און נישט זיך מיט שאקלען צו אלע זייטן.


עס שטייט 'מכל מלמדי השכלתי'. דאס איז מיר געווען א שטארקע לימוד לגבי ריקאווארי בכלל.

בדרך הטבע, ווען א מענטש הייבט אן טוהן פעולות אויף זיך אוועק שטעלן, בפרט בענין התאוה, וויל ער כאפן שנעל שנעל, ער וויל זיך שוין ארויס זעהן אינגאנצן דורך טוהן שנעלע טריט. מ'פארגעסט אז א געוואוינהייט וואס איז מושרש אין אונז אזוי פיל צייט, ביז ס'ווערט אמאל שוין ווי א טבע שני, און בפרט אזא סארט געוואוינהייט וואס באנעמט די גאנצע רמ"ח און שס"ה מיט מוראדיגע געפילן - קען מען נישט טוהן מיט ווילדע טריט.

מ'דארף רואיג דורך טראכטן וואס אונזער לאסט איז, וואס איז אונזער טריגער, וואס אונזערע מכשולות זענען, מיט וואס קענען אונז אנהייבן גיין סטעפ נאך סטעפ, וועלכע זאך מוז מען יא טוהן גלייך איינס צוויי, איבער קלערן די מהלכים, זיך דורך שמועסן מיט חברים לתועלת יודעי דבר. און די עיקר האבן געדולד! נישט ווערן פארלוירן נאך א גליטש, ארבעטן מיט ישוב הדעת.

ווען מ'וויל זיך אוועק שטעלן, מיר זאלן קענען שטיין מיט א פעסטקייט, דארף מען ארבעטן מיט ישוב הדעת. מיט א קלארע מוח.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: שוין העכט די צייט י"ד שבט התשפ"ב 1:52 PM #280548

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 82 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 131 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1777
  • האט שוין געלייקט: 1117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל
  • קאָרמא: 47

טייערע ברודער ידידים נאמנים

לאמיר זיין א מבשר טוב!

דער הייליגער באשעפער, מיין ליבער טאטע וואס באגלייט מיר מיט חסדים ורחמים מאז ומתמיד, האט מיר מזכה געווען און געגעבן די רצון און כח זיך איינשלוסן אין א 12 סטעפס גרופ!

אילו פינו מלא שירה כים ולשוננו רנה כהמון גליו קען איך נישט גענוג דאנקען דעם אייבישטער.

פארן מיר אהער ברענגען דא אין הד"א איבער א יאר צוריק, וואס פון דעמאלטס האבן שוין זאכן אנגעהויבן טוישן לטובה ב"ה, און יעצט האט ער מיר געגעבן די כח טוהן די טריט וואס וועט מיר בעז"ה שטארק מקרב זיין צו אים און אויסגראדן מיין מוח קענען לעבן וויאזוי ער ית"ש וויל פון מיר. איך זאל מיך קענען אונטער געבן צו אים בשלימות גמורה און וויסן אז נאר ער פירט מיין גאנצע לעבן לפרטי פרטים, און וויאזוי ער וויל אזוי וועט זיין.

הייליגע טאטע, שכוח! באגלייט מיר ווייטער מיט אן אופן איך זאל זעהן דיינע חסדים מיט מיר!​

הייליגע ליבער טאטע, העלף מיינע אלע טייערע חברים דאהי, חברים בלב ונפש, שיק פאר יעדעם איינעם פון זיי די דעת ותבונה וויסן וואס זיי דארפן צוטוהן, און זיי זאלן האבן די כוח און מוח דאס טוהן, בשמחה וטוב לבב. קוק אן זייערע לבבות משתוקקים וכמהים לקרבת אלקים, און שיק זיי דיין רעכטע האנט.


שכוח חברים פארן מיר באגלייטן ביז אהער מיט אזויפיל געטריישאפט, מיט געפיל, מיט אהבה, מיט חיזוק און תפילה, מיט עצה טובה און הדרכה!
שכוח חברים יקרים פון די מיטינג.
שכוח מיין ידי"נ טייערע ליבע ספאנסער!!!
שלי - שלכם הוא.
ווען נישט די כח הרבים, כח החבורה, ווייס איך נישט וואו איך וואלט געהאלטן.

חזקו ואמצו

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: שוין העכט די צייט היינט 11:54 PM #280593

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 23 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1181
  • האט שוין געלייקט: 305 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
  • קאָרמא: 20
.









וואאאאאאאס?????......
איך בין שטום
איך גלייב נישט וואס מיינע אויגן זעען

והעיקר ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: שוין העכט די צייט היינט 12:46 AM #280596

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 84 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל
  • קאָרמא: 3
Wow!!! גיטע צייטן קימען מיר גייען דיין חיזוק צוזאמעןמיט די סטעפס געוואלדיג!!! זאלסט האבן אסאך הצלחה!!!

ענטפער: שוין העכט די צייט היינט 12:58 AM #280598

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1300 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1300 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1809
  • האט שוין געלייקט: 3160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2683 מאל
  • קאָרמא: 25
נישט שפעט געשריבן on י"ד שבט התשפ"ב 1:52 PM:

טייערע ברודער ידידים נאמנים

לאמיר זיין א מבשר טוב!

דער הייליגער באשעפער, מיין ליבער טאטע וואס באגלייט מיר מיט חסדים ורחמים מאז ומתמיד, האט מיר מזכה געווען און געגעבן די רצון און כח זיך איינשלוסן אין א 12 סטעפס גרופ!

אילו פינו מלא שירה כים ולשוננו רנה כהמון גליו קען איך נישט גענוג דאנקען דעם אייבישטער.

פארן מיר אהער ברענגען דא אין הד"א איבער א יאר צוריק, וואס פון דעמאלטס האבן שוין זאכן אנגעהויבן טוישן לטובה ב"ה, און יעצט האט ער מיר געגעבן די כח טוהן די טריט וואס וועט מיר בעז"ה שטארק מקרב זיין צו אים און אויסגראדן מיין מוח קענען לעבן וויאזוי ער ית"ש וויל פון מיר. איך זאל מיך קענען אונטער געבן צו אים בשלימות גמורה און וויסן אז נאר ער פירט מיין גאנצע לעבן לפרטי פרטים, און וויאזוי ער וויל אזוי וועט זיין.

הייליגע טאטע, שכוח! באגלייט מיר ווייטער מיט אן אופן איך זאל זעהן דיינע חסדים מיט מיר!​

הייליגע ליבער טאטע, העלף מיינע אלע טייערע חברים דאהי, חברים בלב ונפש, שיק פאר יעדעם איינעם פון זיי די דעת ותבונה וויסן וואס זיי דארפן צוטוהן, און זיי זאלן האבן די כוח און מוח דאס טוהן, בשמחה וטוב לבב. קוק אן זייערע לבבות משתוקקים וכמהים לקרבת אלקים, און שיק זיי דיין רעכטע האנט.


שכוח חברים פארן מיר באגלייטן ביז אהער מיט אזויפיל געטריישאפט, מיט געפיל, מיט אהבה, מיט חיזוק און תפילה, מיט עצה טובה און הדרכה!
שכוח חברים יקרים פון די מיטינג.
שכוח מיין ידי"נ טייערע ליבע ספאנסער!!!
שלי - שלכם הוא.
ווען נישט די כח הרבים, כח החבורה, ווייס איך נישט וואו איך וואלט געהאלטן.

חזקו ואמצו


גאט זאל זיין מיט דיר!!!

איך בין העפי פאר דיר!!!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן אדער דורך וואטס אפפ איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.19 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא