ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? 584 באזוכער

א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? כ"ט ניסן התשפ"א 18:47 #271636

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 5

מיטען באשעפערס הילף וועט בדרך אדורך גיין די וועג 
דא וועל איך בסייעתא דשמיא פראבירען צו פארציילען פון די אלע נסיונות אויף די וועג און וויאזוי די אייבערשטער האט געהאלפען צו איבערקומען די נסיונות און גיין ווייטער
גיימיר זאגן תפלת הדרך און בינדען די סיעט בעלטס 
בדרך

טאטע כ'דאנק דיר פאר אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה 
לעצט פארראכטן: א' אייר התשפ"א 12:06 דורך בדרך.

ענטפער: א געדרייטע וועג! קענסט עס מאכען? כ"ט ניסן התשפ"א 19:07 #271637

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 153 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
  • קאָרמא: 16

מזל טוב און שלום עליכם צו דיין נייע טרעד
זייער גוט
 די פסוק זאגט דאך ותשועה ברוב יועץ

ענטפער: א געדרייטע וועג! קענסט עס מאכען? כ"ט ניסן התשפ"א 20:23 #271638

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 5

קודם וויל איך מיך באדאנקען פאר די חברי הד"א כ"א בשמו הטוב יבורך וואס שטייען מיר צו העלפן צו גיין אויפען ריכטיגען וועג אשריכם ושכרכם הרבה מאוד
ב"ה איך האלט שוין היינט ביי 66 טעג לספירה בסייעתא דשמיא און א תפלה אויף ווייטער אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין ריין אויף ווייטער און ווערן נענטער צו גאט 
עס איז אויסגעקומען היינט איינער האט גערעדט צו מיר איבער א נושא וואס האט מיר געברענגט א טריגער און ב"ה איך בין נאך ריין איך בעט גאט אויף ווייטער 
המצפה לרחמי שמים בדרך

טאטע כ'דאנק דיר פאר אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה 

ענטפער: א געדרייטע וועג! קענסט עס מאכען? כ"ט ניסן התשפ"א 22:53 #271640

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 153 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
  • קאָרמא: 16
בדרך געשריבן on כ"ט ניסן התשפ"א 20:23:


עס איז אויסגעקומען היינט איינער האט גערעדט צו מיר איבער א נושא וואס האט מיר געברענגט א טריגער און ב"ה איך בין נאך ריין איך בעט גאט אויף ווייטער 
המצפה לרחמי שמים בדרך


זייער שטארק, און שטארק עס צו קומען זאגן
נאר אזוי תשועה ברוב יועץ
חזק ואמץ בדר"ך אשר אתה הולך

ענטפער: א געדרייטע וועג! קענסט עס מאכען? ל' ניסן התשפ"א 12:06 #271659

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 370 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 677
  • האט שוין געלייקט: 805 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 757 מאל
  • קאָרמא: 23

א פארט זיך אזוי געמיטלעך, קוים וואס מען באמערקט, זיצט זיך הצדיק ידידינו ר' בדרך אין שפאנד פאראויס מיט א שטילקייט, דער עולם אין די זייט ווינדערט זיך וואס איז זיין סוד, ווי אזוי קען זיין זאכן פארן אזוי שטיל.
 אין ענדליך נאך אזוי פיל ארויס קוקן דערויף, קומט דער צדיק אן, אין איז גרייט מיטציטיילן מיט אונז זיין סוד, וואס איז שוין באהאלטן אין אוצר פאר איבער צוויי חדשים, לאמער אלע צינייגן א אויער אין הערן וואס ער האט צי פארקויפן, אין וואס זיין מהלך איז, ווייל עס ארבעט גאר גוט, אפשר וועט עס מיר אויך קענען העלפן.
שכח בדרך פארן עפענען דיין טרעד, מיר ווארטן צי הערן סודות פון חדר, וואס אלץ די טוסט, אין וואס די טוסט נישט, וואס העלפט דיר אנקומען אזוי וויייט.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: א געדרייטע וועג! קענסט עס מאכען? ל' ניסן התשפ"א 12:54 #271662

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

ואף אני מתכוון כנגד המברכים.
"בדרך" שאדם רוצה לילך מוליכין אותו. דאס זעט מען ביז יעצט ביי דיר, און די אייביטשער זאל העלפן אויף ווייטער אויך.
אויב מ'הייבט אן גיין ביים וועג, אפילו די וועג איז גאר לאנג, אבער מ'איז שוין ביים וועג ב"ה.
רק חזק ואמץ!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ל' ניסן התשפ"א 13:31 #271663

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 5

אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו אז גאט האט מיר געהאלפען איך בין נאך ריין און א תפילה על העתיד אז איך זאל זיין ריין און אלע חברי הד"א זאלען זיין ריין און זיין נאנט צו גאט
און דערנאך א יישר כוח פאר די אלע וואס האבען מגיב געווען און ארויפגעברענגט זייער ווערטער דא אויפען טרעד עס געבט מיר חיזוק צו זיין ריין און בכלל שרייבען דא ווייטער 
ועתה וויל איך ארויס ברענגן מיין געפיל אויף די פלאץ דא עס איז א פלאץ וואס די שכינה רועט און מ'זעהט דא וואו אידען העלפן זיך מיט געטריישאפט איינער פארען צווייטען צו זיין ריין און איך בין נתפעל שטארק פון די פלאץ
הצלחה רבה וואונטשט בדרך 

טאטע כ'דאנק דיר פאר אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה 

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ל' ניסן התשפ"א 19:01 #271675

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 5
איך האב געהאט א נסיון פון א טריגער און איך האב זיך געשטארקט אויף דעם. די פילינג דערפון איז זייער גוט עס לוינט זיך צו זיך שטארקען אויף א תאווה וואו עס טון, ווייל די טעם דערפון איז זייער גוט ...........     עס האט נישט קיין ווערטער

בדרך
טאטע כ'דאנק דיר פאר אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה 
לעצט פארראכטן: ל' ניסן התשפ"א 20:14 דורך בדרך.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? א' אייר התשפ"א 22:24 #271702

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 5

א גוטן פאר טייערע לעכטיגע ברידערס מע"כ החברים המקשיבים הי"ו כל אחד בשמו הטוב יבורך 
איך וויל דא אביסעל שרייבען וואס קומט פאר אונטער קוליסען פון בדרך און די יעציטגע טעג,
קודם צום ערשטען וועל איך מודה זיין בבושת פנים אז איך האב א גרויסע ברייט ביינערדיגע יצר הרע אנגעטון מיט פארגעשריטענע געווער ער האט אסאך נעצן אויסגעשפרייט אויף מיר (עס איז נישט קיין פעלער) און די מעשה גייט ווייטער הערט אויס, ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף מיין קאפ און ער רעדט, און רעדט נאך אלץ ביז דערווייל לאז איך אים רעדן ווייטער ביז ווען ער וויל........... ווייל אפילו איך וועל אים זאגען ער זאל נישט רעדן גייט ער מיר סייווי נישט אויסהערן,
ער וויל פון מיר אז איך זאל זינדיגען און ער רעדט נאך אלץ.............. די מעשה גייט נאך ווייטער  
ער וויל נישט סטאפען צו רעדן 
אבער איין געווער איז דא פאר מיר גאט ברוך הוא, גארנישט און די וועלט קען מיר העלפן קיינער און די וועלט קען מיר העלפן נאר גאט ער וויל מיר העלפן ער קען מיר העלפן און ער גייט מיך העלפן

הצלחה רבה בדרך

נאר אמונה נאר אמונה.........
איך האף אז איך וועל עס דורגיין מיט הצלחה

טאטע כ'דאנק דיר פאר אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה 
לעצט פארראכטן: ב' אייר התשפ"א 10:15 דורך בדרך.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ב' אייר התשפ"א 01:13 #271709

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

אויב ער פאלגט דיר נישט
פאלג דו אים אויך נישט...

חזק ואמץ בדרך הישרה!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ב' אייר התשפ"א 08:20 #271712

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 586 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 386
  • האט שוין געלייקט: 408 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל
  • קאָרמא: 15

בדרך טייערע, גאט זאל זיין מיט דיר.

מיך קוועטשט נאר איין פונקט, דו שרייבסט 'בבושת פנים', פארוואס די בושה? דו שעמסט זיך אז דו האסט א נאז אדער גאר אויגן? דו פארשטייסט זייער גוט אז ס'איז נישט דא פארוואס און פארוועם וועגן צוויי סיבות (לפחות...) א' יעדער האט עס ב' ס'איז נישט דא נארמאלער פון דעם צו פארמאגן די אברים, טא אויב פארשטייסטו דאס דאן פארשטיי אויך אז די זעלבע צוויי טעמים גילטן אויך לגבי דעם יצר הרע, ועיין מה שכתבתי כאן עובדה מהחזו"א ז"ל

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ב' אייר התשפ"א 22:24 #271740

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 5

יא ר' שלום אהלך א יישר כוח פאר אייערע אויפריכטיגע ווערטער שפתים ישק

טאטע כ'דאנק דיר פאר אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה 

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ג' אייר התשפ"א 17:18 #271774

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

א הארציגע מזל טוב לכבוד יום השבעים!
א געוואלדיגע שמחה.
חזק ואמץ אויף ווייטער.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ו' אייר התשפ"א 15:26 #271804

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 5

אודה ה' מאוד וכו יעצט שטיי איך ב"ה מיין ווייב האט געהאט א קינד און איך דארף האבען מער סייעתא דשמיא צו זיין ריין איינער האט צו זאגען עפעס אדער א געדאנק עצה וויאזוי צו זיין ריין ווייטער און זיך האלטען אויף די טרעקס

טאטע כ'דאנק דיר פאר אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה 

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ו' אייר התשפ"א 16:42 #271806

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 586 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 386
  • האט שוין געלייקט: 408 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל
  • קאָרמא: 15

מזל טוב, זאלסט זוכה זיין מגדל צו זיין דאס קינד צוזאמען מיטן ב"ב מתוך נחת והרחבת הדעת זאלסט זעהן אסאך אידיש נחת און די שמחה זאל משפיע זיין פאר אונז אלע אלע השפעות טובות ברו"ג.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ו' אייר התשפ"א 16:50 #271807

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1206 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1655
  • האט שוין געלייקט: 2981 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2522 מאל
  • קאָרמא: 23
בדרך געשריבן on ו' אייר התשפ"א 15:26:

אודה ה' מאוד וכו יעצט שטיי איך ב"ה מיין ווייב האט געהאט א קינד און איך דארף האבען מער סייעתא דשמיא צו זיין ריין איינער האט צו זאגען עפעס אדער א געדאנק עצה וויאזוי צו זיין ריין ווייטער און זיך האלטען אויף די טרעקס


מזל טוב! אסאך יודיש סאבער נחת!

וועגן ריינקייט ווען די ווייב איז נישט קליען, האבעך שוין געשריבן אסאך מאל מיין אייגענע עקספיריענטס, אבער אויפן שפיץ גאפל. 
איך דארף וויסן אז מיין ווייב קען מיך נישט האלטן ריין, מיין ווייב איז נישטא מיר צו האלטן ריין, סעקס איז נישט קיין מאסט פארן לעבן איך קען געהעריג בלייבן לעבן ריינערהייט אן קיין סעקס, סעקס איז נישט די איינצוגסטע וועג צו ווייזן ליבשאפט פאר מיין ווייב.

און טאקע ווען סגייט זיין א לענגערע צייט ווען זי גייט נישט זיין ריין, איז א גוטע אפערטוניטי צו עס קענען זען מיט די אייגענע אויגן, און צו קענען ארבייטן דערויף.

נאר מיט גאטס כח קענען מיר עס באווייזן, ממילא מיין טייערע ברידער אויב ווילסטו האבן דאס וואס איך האב אויסגערעכנט, דאווען צו גאט אז דו זאלסט קענען דא זיין פאר דיין ווייב עמאושינעל, און דו זאלסט קענען בלייבן סאבער אפי׳ ענק קענען נישט זיין סאבער.

און אויב וועסטו עס האבן אין דיין לעבן, וועט דיין לעבן מיט דיין ווייב זיין גענצליך א נייע זאך, א לעבן פון אמתע ליבשאפט א לעבן פון געבן און נישט צו נעמען, א לעבן פון טיפע עמאושינעל סאברייעטי נישט נאר טעקניקעל סאברייעטי.

הצלחה מיין טייערע ברידער.

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ז' אייר התשפ"א 05:12 #271811

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

מזל טוב, מזל טוב, אסאך ליכטיג אידיש נחת וכל מילי דמיטב.

עצות קען איך נישט געבן, כ'בין נישט דער בר-הכי, אבער ס'איז זיכער אז עס זענען דא עצות, אזויווי נטע'לע האט געשריבן.

איך קען נאר בעטן און מתפלל זיין פאר דיר די אייבישטער זאל דיר העלפן אז די תקופה זאל דורך גיין בניקל, מיט א ריינקייט. זאלסט זיין פארנומען נאר מיט גוטע זאכן און מיט שמחות. זאלסט זיך קענען שטארקן מיטן אייבישטער'ס הילף אין די שווערע מינוט'ן. חזק ואמץ.
געדענק אייביג: בדר"ך שאדם רוצה לילך, מוליכין אותו!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ז' אייר התשפ"א 09:22 #271821

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 669 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 409
  • האט שוין געלייקט: 618 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 549 מאל
  • קאָרמא: 50
בדר"ך שאדם רוצה לילך, מוליכין אותו!

איז די הייליגע מהרש״א מסביר: אז מיט יעדע מחשבה ווערט באשאפן א מלאך וואס פירט דעם מענטש צו אויספירן למעשה די מחשבות.

יונה מצאה בו מנוח…
יונה מצאה בגמטריא "אור"
בו מנוח בגמטריא קי״ב כמספר שם אלוקים ושם ה-ו-י-ה וגם כמספר , "יום יום", "בנין", "נו נו", "ודבק", "געלט"

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ז' אייר התשפ"א 13:42 #271833

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 5
נטע׳לע געשריבן on ו' אייר התשפ"א 16:50:

בדרך געשריבן on ו' אייר התשפ"א 15:26:

נאר מיט גאטס כח קענען מיר עס באווייזן, ממילא מיין טייערע ברידער אויב ווילסטו האבן דאס וואס איך האב אויסגערעכנט, דאווען צו גאט אז דו זאלסט קענען דא זיין פאר דיין ווייב עמאושינעל, און דו זאלסט קענען בלייבן סאבער אפי׳ ענק קענען נישט זיין סאבער.

און אויב וועסטו עס האבן אין דיין לעבן, וועט דיין לעבן מיט דיין ווייב זיין גענצליך א נייע זאך, א לעבן פון אמתע ליבשאפט א לעבן פון געבן און נישט צו נעמען, א לעבן פון טיפע עמאושינעל סאברייעטי נישט נאר טעקניקעל סאברייעטי.

הצלחה מיין טייערע ברידער.




קודם יישר כוח ר' נטעל'ע פארען שערן אייער עקספיערינס און די נושא און די ענין פון דאווענען צו גאט אויב איר וואלט געקענט שערן וואסערע השתדלות מ'קען טון צו אויפארבעטן די עמוישענעל קשר אן סעקס 
סעקס אויך אבער וואו איר זאגט אז די קשר איז לאוו דווקא דעיס 

אגב איז באשריבען וועגן די ספר מה טובו אויף און די אינגעלייט ווינקעל און א היימישע סטאר האט מיר געזאגט אז מ'לאזט עס נישט פארקויפען דא און סטאר ווער? די חברה.......... פשט'לאז
הצלחה

טאטע כ'דאנק דיר פאר אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה 

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? י' אייר התשפ"א 13:46 #271905

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 5

היום יום שבעה ושבעים לספירת הטהרה

טאטע כ'דאנק דיר פאר אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה 
לעצט פארראכטן: י' אייר התשפ"א 14:06 דורך בדרך.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? י' אייר התשפ"א 13:49 #271906

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 5
יונה מצאה געשריבן on ז' אייר התשפ"א 09:22:
בדר"ך שאדם רוצה לילך, מוליכין אותו!

איז די הייליגע מהרש״א מסביר: אז מיט יעדע מחשבה ווערט באשאפן א מלאך וואס פירט דעם מענטש צו אויספירן למעשה די מחשבות.

אינטערסאנט 
סאו מלאכים האב איך שוין גענוג
ווען וועל איך שוין אנקומען צו אויספירען מיינע מחשבות אוי טאטע און הימל זיי דיר שוין מרחם איך וויל זיין נאנט צו דיר נאר דו קענסט מיר העלפן צו זיך האלטען ריין און איך וויל אזוי שטארק האבען א קלארע מוח צו לערנען און צוזאמנעמן די לערנען און ריינע געזונטע געפילען וואס נאך דארף איך טון צו אנקומען דערצו איך בין גרייט
באמת קומט זיך מיר עס נישט נאר די באשעפער איז הטוב והמטיב און ער וויל מיר העלפן ער קען מיר העלפן און איך בעט ער זאל מיר העלפן צו אנקומען צו דעם און די ציל וואס איך בין דא אויף די וועלט וואס דארף איך טון באשעפער
המצפה לרחמי שמים בדרך
טאטע כ'דאנק דיר פאר אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה 
לעצט פארראכטן: י' אייר התשפ"א 13:52 דורך בדרך.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? י' אייר התשפ"א 14:35 #271908

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

ס'איז גאר א הארציגע בקשה און תפילה מעומק הלב! ס'איז זיכער בוקע רקיעים.

שטייט פון ר' נתן, אז אויב מ'שטופט אפ די נפילה, אפילו נאר אויף אפאר מינוט, און אפילו אויב צום סוף איז מען יא געפאלן, עכ"ז באקומט מען שכר אויף די עצם דחייה. ס'איז א געוואלדיגע חיזוק. און על אחת כמה וכמה אויב צום סוף ביסטו נאך געבליבן ריין.

שטארק דיך טייערע ברודער

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: י' אייר התשפ"א 14:36 דורך נישט שפעט.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? י"ג אייר התשפ"א 11:02 #271936

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 5

היום יום השמונים לטהרתי 
איך דאנק גאט פאר דעם ווייל ער האט מיר געהאלפען און דעם און נאר ער, צו זיין ריין און איך בעט די באשעפער אויף ווייטער צו זיין ריין און ווערן נענטער צו גאט איך האף צום אייבערשטען אז ער זאל מיר פירען  און א גוטע ריכטונג און זיין א ערליכע געזונטע איד 
בדרך למעלה 

טאטע כ'דאנק דיר פאר אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה 

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? י"ג אייר התשפ"א 11:10 #271937

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

מזל טוב! 
חזק ואמץ מיט שמחה און אמונה.
ס'איז א גרויסע שמחה און חיזוק מיטהאלטן דיין וועג.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? כ"ג אייר התשפ"א 01:05 #272217

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 669 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 409
  • האט שוין געלייקט: 618 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 549 מאל
  • קאָרמא: 50

מזל טוב הרב בדרך צו די ניינציג איינצעלנע טעג. 

דער באשעפער זאל דיר געבן געזונט און נחת. א רואיגע און געשמאקע שטוב. און א געזונטע ריינע קלארע זויבערע לעבן צוגאנג.

יונה׳לע

יונה מצאה בו מנוח…
יונה מצאה בגמטריא "אור"
בו מנוח בגמטריא קי״ב כמספר שם אלוקים ושם ה-ו-י-ה וגם כמספר , "יום יום", "בנין", "נו נו", "ודבק", "געלט"

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין כ"ג אייר התשפ"א 10:34 #272228

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 253 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 116
  • האט שוין געלייקט: 504 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

נא ! זאג די ! 
קענסט עס דורכגיין דעם געדרייטע שווערע וועג ?
די תירוץ איז אז: ניין !!!
מיר האבן שוין פונלאנג אויפגעגעבן.
מיר האבן עס איבערגעגעבן פאר גאט
און ער קען ! שוין איינמאהל .
מזל טוב מזל טוב !
"ידידנו הרב בדרך"

90 טעג איז א נומבער.
KEEP ON GOING

בלייב דא צווישן אונז 
לאמיר זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין כ"ח אייר התשפ"א 08:26 #272312

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

סארי פארן פארפאסן דיר וואונטשטן ביים 90, אבער ב"ה דו האלטסט שוין ביי 95 טעג!
כמנין יפ"ה כידוע, און ווער נאך ווי די הייליגע יודעלעך דא זענען מקרב די זמן המקווה בעז"ה בעגלא ובזמן קריב.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין כ"ח אייר התשפ"א 12:43 #272321

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 106
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
  • קאָרמא: 6

מזל טוב בדרך!

ב"ה פארט אויפן גוטן וועג און בלאנזשעט נישט!

הצלחה אויף ווייטער!

דער עיקר דארפן מיר געדענקן: אונזער עבודה איז צו ארבעטן, און זיין ריין איז א מתנה פונעם באשעפער.
לעצט פארראכטן: כ"ח אייר התשפ"א 12:55 דורך עיניו בראשו.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין ד' תמוז התשפ"א 16:23 #273150

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

מזל טוב טייערע חבר לכבוד  יום 130 בטהרה!!
אזא גרויסע שמחה!
חזק ואמץ
די אייבישטער זאל העלפן די וועג ווייטער זאל זיין באופן פון ק"ל כנשר, אן צופיל שווערעקייטן, און אויב עס וועלן קומען ח"ו שווערעקייטן זאל דיר די אייבטשער חונן דעת זיין וויסן וואס טוהן יענע מינוט.

קל כנשר איז טאקע רומז אויף די יסוד פון שמירת עינים, כלשון הטור (סימן א):



קל כנשר כנגד ראות העין, ודמה אותו לנשר, כי כאשר הנשר שט באויר כך הוא ראות העין, לומר שתעצים עיניך מראות ברע, כי היא תחלת העבירה, שהעין רואה והלב חומד וכלי המעשה גומרין

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין כ"ד אב התשפ"א 06:04 #274637

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

אשריך "בדרך" ווי דו שטייגסט קיעה"ר
סייעתא דשמיא זאל דיר ווייטער באגלייטן, ושמרני "בדרך" הזה אשר אנכי אלך.

"בדרך" שאדם רוצה לילך מוליכין אותו.
גיי אן ווייטער 

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? א' חשון התשפ"ב 03:34 #276571

  • friend
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1230
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל
  • קאָרמא: 15
בדרך געשריבן on י' אייר התשפ"א 13:49:

יונה מצאה געשריבן on ז' אייר התשפ"א 09:22:
בדר"ך שאדם רוצה לילך, מוליכין אותו!

איז די הייליגע מהרש״א מסביר: אז מיט יעדע מחשבה ווערט באשאפן א מלאך וואס פירט דעם מענטש צו אויספירן למעשה די מחשבות.

אינטערסאנט 
סאו מלאכים האב איך שוין גענוג
ווען וועל איך שוין אנקומען צו אויספירען מיינע מחשבות אוי טאטע און הימל זיי דיר שוין מרחם איך וויל זיין נאנט צו דיר נאר דו קענסט מיר העלפן צו זיך האלטען ריין און איך וויל אזוי שטארק האבען א קלארע מוח צו לערנען און צוזאמנעמן די לערנען און ריינע געזונטע געפילען וואס נאך דארף איך טון צו אנקומען דערצו איך בין גרייט

יאפ אזווי די שרייבסט "איך בין גרייט"

בדרך פאלט און הייבט אן נאכאמאל.
עס איז נישט סתם ווערטער וואס די שרייבסט "איך בין גרייט" עס איז ריכטיגע ווערטער,

אינז אלע זעהן מיר אז די ביזט בדרך און ביזט גרייט .
גיי ווייטער געב נישט אויף.

ווינטשט דיינע חברים 

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ו' חשון התשפ"ב 20:39 #276912

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • טאטע כ'דאנק דיר
  • מעלדונגען: 85
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 5

הודו לה' כי טוב 
כ'וויל דאנקן דעם אויבערשטען פארן מיר געבן היינט די 48 טאג ריינקייט, ווייל דעיס איז נאר א מתנת חנם ממש און ס'קומט פון ליבשאפט צום אויבערשטן צו זיין זון בדרך און נישט ווייל ס'קומט זיך מיר. 
און דא וויל איך דאנקן פאר די אלע וואס געבן אוועק פון זייער צייט צו מגיב זיין און שרייבן פאוסטס אויף די סייד וייל אמאל קען זיין א גוטע וורט און ס'שטארקט,
און שוין די באשעפער זאל יעדן העלפן און מיר אויך .
 א גוטע נאכט  

טאטע כ'דאנק דיר פאר אלעס וואס די טוסט מיט מיר ווייל ס'זיכער לטובה 

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ז' חשון התשפ"ב 00:29 #276921

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

מזל טוב בדרך

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: א געדרייטע שווערע וועג! קענסט עס אדורכגיין? ז' חשון התשפ"ב 18:54 #276974

  • אוי וויי
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 36
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
  • קאָרמא: 1
בדרך געשריבן on כ"ט ניסן התשפ"א 18:47:

מיטען באשעפערס הילף וועט בדרך אדורך גיין די וועג 
דא וועל איך בסייעתא דשמיא פראבירען צו פארציילען פון די אלע נסיונות אויף די וועג און וויאזוי די אייבערשטער האט געהאלפען צו איבערקומען די נסיונות און גיין ווייטער
גיימיר זאגן תפלת הדרך און בינדען די סיעט בעלטס 
בדרך


מיר ווארטן נאך..

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.62 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא