ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! 260 באזוכער

קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! י"ז סיון התשפ"א 07:23 #272707

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34

הייליגע ליכטיגע ברודער!

כלל ישראל איז מורכב פון אסאך עובדי ה'.

אין חלק התורה זענען דא מתמידים, מעיינים, בקיאים, סיני ועוקר הרים, גאונים מופלגים, בקיאים בש"ס, דיינים, מורי הוראה, שרי התורה, ישיבה-בחורים, כולל-יונגעלייט, יודן וואס זענען ממית עצמם באהלה של תורה, קובעי עתים לתורה.

אין חלק העבודה זענען דא די גרויסע עובדים, זייער דאווענען איז בהתלהבות, ברשפי אש, זיי זענען מכוון יעדעס ווארט, מקדים א טבילה מיט א בלאט גמרא, דאווענען במתינות כמונה מעות, זיי לעבן און שעפן חיות פון די דאווענען.

אין חלק החסד  זענען דא גרויסע בעלי צדקה וחסד, עוסקים בצרכי ציבור, מענטשטן וואס טוהן פאר אידן'ס וועגן, העלפן פאר קראנקע, יתומים, ציבראכענע שטובער.

די אלע אויבן דערמאנטע זענען מענטשטן וואס על פי רוב איז זייער עבודת הקודש גלוי וידוע, יעדער ווייסט און יעדער זעהט. מטבע הדברים איז מען זיי מכבד, מ'שעצט זיי, מ'האט הערע פאר זיי, מ'שרייבט אויף זיי, מ'וויל זיך לערנען פון זיי - און דאס קומט זיך זיי באמת, בדין וביושר.
*

פון צווייטן זייט איז דא נאך א קבוצה פון עובדי ה' [און ס'איז נישט סותר אז מ'קען זיין אין ביידע קבוצות].

זייער עבודה און יגיעה אין עבודת ה' איז נישט אין בית מדרש, נישט צווישן חברים, ס'איז נישט גלוי וידוע. קיינמאל ווערן זיי נישט דערמאנט אין צייטונג, נישטא קיין מודעות אין די גאסן אויף זייער גרויס אויפטוהן למען הכלל, זיי באקומען נישט קיין פרסים און תעודות.

זייער יגיעה עצומה און עבודת הקודש איז ווען זיי זענען אליין, צווישן זיך, צווישן פיר ווענט, אין אפיס, אין צימער אליין, אין בעט, אין בית כסא, אין מקוה. אדער איז דאס ווען זיי זענען אויף די גאס, אין סטאר, ביים קליניק, און אזוי ווייטער, אנדערע מקומות המיועדים לפורענות - און זייער טבע ציהט זיי צו וואו מ'דארף נישט.

און די הייליגע מענטשטן געפינען זיך די מינוטן במצור ובמצוק, מיט גאר שווערע ביטערע הרגשים. הלהב יוצאת, די פייער ברענט אין זיי עד אין לשער, די תאוה רייסט שטיקער, מ'שפירט אויס מענטש, מתי יבוא לידי ואקיימנו, נאך איין מאל, נאך איין בליק, נאך איין שפיל. מ'שפירט ווי מ'האט נישט קיין שליטה, עס ציהט אזוי שטארק כעבותות העגלה ממש. מ'ווערט אזוי פארלוירן, מ'שפירט אז אונז גייען טוהן זאכן אנקעגן אונזער אמת'ע רצון. מ'איז אזוי שטארק מבולבל ומטושטש באובדן עשתונות.

און די הייליגער איד, מיט די לעצטע טראפ כח, מיט א שווערע קלעם אין הארץ, מיט טרערן אין די אויגן, מיט חלישות כח ורפיון ידים, איז מחליט זיך מתגבר זיין. א ריכטיגע התגברות כארי, ווייל מ'מוז האבן א גבורת ארי. ווער קען דען משיג זיין ווי שווער דאס איז, ווי ביטער דאס איז. אוי, זיך מתגבר אויף די תאוה ווען עס ברענט שוין, ווען די מצב איז שמאל, איז ממש א בחינה פון על מנת שתעלה לרקיע.

אבער די הייליגער איד, די דערהויבענע נשמה, רייסט שטיקער פון זיך. ער איז מחליט אז ניין! איך וויל נישט פאלן! איך וויל בלייבן ריין! איך וויל נישט גורם זיין א צער אויבן אין הימל. אוי איז דאס ביטער ביטער שווער, אבער ער טוהט דאס! ער רייסט זיך אוועק. ער צורייסט זיך פון אינעווייניג אבער ער אנטלויפט פון קאמפיוטער, ער בלאקט וואס מ'דארף, ער פארמאכט שנעל די אויגן, ער שפאצירט אוועק פון די מקום מסוכן, ער קאללט צו א חבר בעטן הילף און חיזוק!

אוי, ווער קען בכלל שאצן וואס דא האט פאסירט?? ווער קען משיג זיין וואס דא איז געשען?? ווער קען משיג זיין די אומבאשרייבליכע גבורת הגוף והנפש וואס דער קדוש וטהור האט באוויזן??

די מלאכים ושרפים קוקן מיט א קנאה אז זיי קענען דאס נישט באווייזן. זיי קוקן מיט שמחה אויף די געוואלדיגע נחת רוח וואס די נשמה האט גורם געווען אין אלע עולמות!
*

און די הייליגע איד, נאך ווען ער איז געשטאנען אין א נסיון ווי יוסף הצדיק ממש, נאך ווען ער האט זיך מוסר נפש געווען ווי חנניה מישאל ועזריה, גייט ארויס פון אפיס, פון זיין צימער, פון בית כסא אדער פון מקוה. און, שא שטיל... קיינער זאגט גארנישט, קיינער שעצט נישט, קיינער זינגט נישט, קיינער זאגט נישט א גוט ווארט. אמאל קען אפילו איינער פונקט געבן עפעס א טשעפע. עולם כמנהגו נוהג.

די הייליגע איד קען אפאר מאל א וואך אדער אפאר מאל א חודש טוהן די געוואדליגע מסירות נפש, די געוואלדיגע יגיעה'דיגע עבודת השם, אבער קיינער ווייסט דאס נישט.

ס'איז ממש אן עבודה פון בינו לבין קונו.

*
הייליגע חברים

טאקע דאס דארפן מיר וויסן! אונזער עבודה איז בינו לבין קונו!

נאר אונז און אונזער הייליגער ליבע טאטע ווייסט וואס אונז גייען אלס דורך.

ער ווייסט דאך אזוי גוט. יעדע שווערעקייט, יעגע קרעכץ, יעדע אפ-עטעמען, יעדע טרער. אלעס זעהט ער און אלעס ווייסט ער. נישט קיין חילוק ווי אונז זענען, מלוא כל הארץ כבודו, לית אתר פנוי מיניה, ואציעה שאול הנך. אויך אין מקוה און אין בית כסא און אונטער די דאכענע, אין די פארשליסענע צומער, און די פארמאכטע אפיס - איבעראל איז ער דא, און ער באגלייט אונז מיט אזא ליבשאפט. ער זעהט ווי אונז שוויצן פאר אים, ווי אונז האקן האלץ, ווי אונז רייסן שטיקער. ער זעט ווי פארלוירן אונז זענען נאך א גליטש, ווי מ'פארלירט די גאנצע מוד.

איז דא אין עולם התהו באקומען אונז נישט שעצונג און הערע אויף אונזער יגיעת הקודש, אבער טאקע פארדעם איז אונזער שכר מובטח בשלימות גמורה [כידוע אז יעדע הנאה און כבוד אויף די וועלט איז ממעט אויבן] אין עולם העליון!
דארט וועלן די הייליגע אידן זיצן אויבן אן! דארט וועלן אונז זיין מחותנים!

טייערע ברודער!

לאמיר זיין שטארק, לאמיר זיך מחזק זיין, לאמיר מחשיב זיין יעדע קליינע התגברות!


האטס א פרייליכע ליכטיגע שבת

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: י"ז סיון התשפ"א 07:29 דורך נישט שפעט.

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! י"ז סיון התשפ"א 08:52 #272710

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 489 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 2095
  • האט שוין געלייקט: 1138 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3906 מאל
  • קאָרמא: 68
wow
tnx

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! י"ז סיון התשפ"א 09:23 #272711

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 123 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 230 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

Wow wow
גאר א שטארקע נקודה,
שכח "נישט שפעט"

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! י"ז סיון התשפ"א 10:08 #272712

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 191 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 263
  • האט שוין געלייקט: 1466 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
  • קאָרמא: 17

געוואלדיג!!!

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! י"ז סיון התשפ"א 10:46 #272713

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 142 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 135
  • האט שוין געלייקט: 165 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל
  • קאָרמא: 4

געוואלדיג, עפעס מוראדיגע שיין. 

שכויעך הרב נישט שפעט. 

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! י"ז סיון התשפ"א 11:18 #272714

  • Green
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 392 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
  • קאָרמא: 2

שטארקע חיזוק, שכח נישט שפעט

אמ.... כהאב נישט וואס צו שרייבן

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! י"ז סיון התשפ"א 11:28 #272715

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 347 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 637
  • האט שוין געלייקט: 723 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 703 מאל
  • קאָרמא: 23


א שטארקע אמת'ע נקודה 
ממש מוירעדיג אראפ געלייגט 
שכח חברינו נישט שפעט דיין שפראך איז רייך 

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! י"ז סיון התשפ"א 12:36 #272716

  • חפץ בטוב
  • איצטיגע שטרעקע: 381 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 66
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 4
הרב נישט שפעט שליט"א 

אזויווי אלעמאל ברענגסטו ארויס גאר שטארקע ענינים און נקודות און די ברענגסט עס ארויס מיט א געוואלדיגע קלארקייט.



קודם א געוואלדיגע יישר כח פאר דיין שטענדיגע סערוויס מיט וואס די ביסט אונז מחזק און די לעבסט אויף דעם הייליגן סייט (אתרא קדישא).



אבער ליינענדיג דיינע ווערטער האב איך אנגעהויבן טראכטן אז אמת אז קיינער דא אויף דער וועלט ווייסט נישט וואס עס טוט זיך ביי אונז אפ אבער סוף הכבוד לבוא, אונזער עבודה איז בוקע רקיעים, און די קדושה וואס קומט ארויס דערפון בלייבט לטובתינו און לטובת כל העולם אויף אייביג.



עס איז מיר געקומען אין געדאנק וואס הרה"ק רבי משה פארהאנד זצ"ל שרייבט אין זיין צוואה און עס געדריקט אין זיין ספר אהל משה, אז צוליב זיין עבודה מתקן צו זיין זיינע חטאות נעורים מיט מסירת נפש וועט ער זיין ביכולת א טובה צו טוהן פאר סיי ווער עס וועט נאר עפעס טוהן לעילוי נשמתו אפילו אויב ער האט מיט אים קיין שום שייכות.



וז"ל: וכל מי שיעשה דבר לתיקון נשמתי אפילו אינו תלמידי וכש"כ תלמידי אני מבטיחו שלא ילך מזה העולם בלא תשובה שלימה

שמי משה בן חי' שרה ושם אבי הצדיק יוסף צבי נבג"מ.

כי גלוי וידוע לפני כסא כבודו ית"ש שהרבה טרחתי לעשות תשובה שלימה ובפרט על חטאת נעורים

והרבה פעמים במסירת נפש ממש - לכן יש בכחי ג"כ לזכות אחרים בזה.
 ע"כ



נאכן זיך דערמאנען דערפון און אפיר זוכן די לשון האב איך באמערקט אז היינט איז גאר זיין יארצייט.



זאל דאס ארויף ברענגען זיינע ווערטער זיין לעילוי נשמתו און ברענגען א טובה פאר אונז אלע.

 

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! י"ז סיון התשפ"א 15:40 #272718

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1181 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1636
  • האט שוין געלייקט: 2967 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל
  • קאָרמא: 21

איך האב נישט אינגאנצן אפעס געליינט פשוט ווייל צייט און געדילט האבעך נישט כרגע, אבער איך וויל פשוט מגיב זיין אויף א מינוט מיין מיינונג, נעם וואס דו דארפסט די איבעריגע ווארף אוועק.

מיט סאברייעטי און ריקאווערי איז מיר געווארן מער און מער קלאר ווי א מעסס מיין לעבן איז ווען איך בין נישט סאבער און לאסטפול.

און היינט וויל איך זיין סאבער נאר וועגן מיין לעבן זאל נישט זיין חרוב ונחרב, איך גיי צו מיטינגס מיט גוים -אסאך אפי׳ סינגעלס - אויכעט, זיי מעגן וואטשן פארן און מעסטערבעיטן, אבער זיי ווילן נישט ווייל זייער לעבן ווערט חרוב פון פיטערן דעם טערביל עדיקשן. און זיי האבן אויך די מעגליכקייט פון האבן סאברייעטי פאר לאנגע לאנגע יארן!

און דאס איז מיין נקידה, איך וויל פשוט ווערן א בעסערע מענטש, קענען אנקומען צו פלעצער אין מיין לעבן וואס נאר מיט סאברייעטי וועלעך קענען אנקומען.

און דאס זעט יעדער וואס קען מיר אין שול, איך בין היינט  נישט אזויפיל ביזי מיט שטותים און חרוסת, ווייל מיין לעבן האט א וועליו, איך בין אנעסט, איך בין ערענסט, איך בין אמתדיג וכו׳ וכו׳.

פארשטייצעך אז איך בין נישט פערפעקט, איך בין ווייט פון פערפעקט, אבער פראגרעס, און איך בין זיכער אז מיינע נאנטע זעען דאס, און אביסל קענעך אפי׳ צוריק הערן פון אנדערע.

און דאס איז פאר מיר די גרעסטע קאמפלימענט, אז אנדערע אינדערויסן פון מיין פראבלעם, זעען טשענדשעס אין מיר.

שקויעך באשעפער פארן מיר האלטן היינט סאבער.
און שקויעך ענק פארן מיר געבן דעם פלאטפארמע ווי צו שרייבן מיינע בויך וויי.

הצלחה.
נטע׳לע

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! י"ז סיון התשפ"א 18:07 #272719

  • חיים גליק
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 561 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל
  • קאָרמא: 14
מיט אלעם מסכם אחיץ מיטן אויספיר אז דאס איז בויך וויי

נטע די ביסט געוולדיג די ביסט אונז אלע מחייב  די האסט געטיהן וואס איז ריכטיג פאר דיין לעבן כאטש עס איז שווער געווען 

עשה למענינו אונז דארפן די חיזוק פון דיין שטארקייט

קיפ איט אפ!!

כה לחי!

חזק ואמץ!

הוא הוא הוא, שומר עלינו, הוא הוא הוא, אוהב אותנו
הוא הוא הוא, אבא של כולם.

במלחמות, שומר עלינו, בנסתרות, גם שם איתנו
אבא שלי, הוא מלך העולם.

Father, Father, Father, to You we sing and pray,
You never never never never never turn away,
שוב ושוב אתה סולח, רק אליך עוד בורח
טאטע, אוי טאטע.

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! י"ט סיון התשפ"א 02:11 #272725

  • חיים שיש בהם
  • יעצט אנליין
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 51
  • האט שוין געלייקט: 379 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל
  • קאָרמא: 3

הרב נישט שפעט! דיינע ווערטער זענען געוואלדיג! ס'בלאזט אריין הויפענעס פון חיזוק! יישר כח דיר!!!

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! כ' סיון התשפ"א 01:51 #272745

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34

שכח אלע חברים פאר די חיזוק, ס'לייגט אסאך צי

שכח פאר ידידי הקדוש חפץ בטוב פאר די חשוב'ע הוספה.

שכח פאר ידיד בית הד"א הקדוש נטעלע פאר זיינע וויכטיגע ווערטער לגבי די געוואלדיע תוצאות וואס ער זעהט און שפירט ביי זיך, און אז אנדערע מענטשטן שפירן דאס אויך ביי דיר. אשריך אז ביסט אנגעומען צו אזא מצב ב"ה.
עס איז כמובן נישט סותר צו וואס איך האב געשריבן לגבי די חלק פון זיך אויסארבעטן און מלחמה האלטן.

והקב"ה ישלם לכולנו במדת החסד כהנה וכהנה

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! כ"ב סיון התשפ"א 10:54 #272805

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 259
  • האט שוין געלייקט: 304 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל
  • קאָרמא: 2
שכח נישט שפעט, האסט מיר ממש געמאכט וויינען ‎. . .

איך האב שוין אליינס געטראכט פין די נקידה אזוי פיל מאל‎!!

מדארף האבן אזוי פיל אמונה זיך צי קענען האלטן‎!! ווייל סתם אזוי ווען מענטשן זאגן א גוט ווארט העלפט עס גיין ווייטער, אבער דא האסטו עס נישט ‎ווייל קיינער ווייסט נישט פין אינז . . .

אין טאקע וועגן דעם איז דער סייט דא א מוראדיגע זאך פאר אינז אלע!!
נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!
לעצט פארראכטן: כ"ב סיון התשפ"א 10:54 דורך i want.

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! כ"ב סיון התשפ"א 14:59 #272812

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 285
  • האט שוין געלייקט: 624 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 810 מאל
  • קאָרמא: 5

גאר שטארקע און אמת'ע ווערטער, זיס צולייגט ווי נאר 'נישט שפעט' קען.

אזעלכע ווערטער דארפן ווען ארויפקומען אויפן מעין-פעידזש פון יעדע שמוציגע זייטל, אבער נע דאן וואלטן די דיבורים נישט געהאט קיין מקום...

ענטפער: קיינער ווייסט נישט פון אונז!!! י' אב התשפ"א 15:03 #274243

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 39 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 441
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל
  • קאָרמא: 5

יעצט געזען די ווערטער פון הרב נישט שפעט. עס איז נאכנישט שפעט.
איך פיל דיין ווייך און ריינער הארץ. איך בין איבערגענומען ביז טרערן!
שכוח שכוח 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.96 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא