ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: כ'זוך אן עצה מיט וואס אנפילן די לאָך 153 באזוכער

כ'זוך אן עצה מיט וואס אנפילן די לאָך י"ט כסלו התשפ"ב 16:45 #278658

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

א חלק פון די רפואה און אז די וועג פון ריקאווארי זאל גיין גרינגער, איז טרעפן עפעס צוטוהן במשך'ן טאג, וואס זאל שאפן א געוויסע הנאה פארן מענטש, עפעס וואס ער האט ליב וואו ער קען זיך אויסגעבן - שטאטס די סארט הנאה און סיפוק וואס ער פלעגט האבן ביז יעצט דורך לאסט.

איך האב עס אליין אמאל געהערט פון א מומחה אין די תחום, און אויך געהערט לעצטנס פון א חבר וואס זיין טעראפיסט האט אים עס געזאגט, אז די מענטש מוז מיט עפעס אנפילן די לאך וואס גייט ווערן אין אים - כאטש אנהייב וועג - ווען ער גייט אויפהערן טוהן א זאך וואס פלעגט אים ביז היינט שאפן די הנאה.

חברים,

האט איר אפשר עפעס א הצעה?

איך פארשטיי אז נישט יעדער איז די זעלבער, יעדער האט הנאה פון אנדערע זאכן, אבער דאך קען יעדער ווארפן וואס אים וועאלט געהאלפן, און אפשר וועלן אנדערע חברים קענען זיך עפעס לערנען פון דעם.

איך ברענג א דוגמא פון א חבר: ער איז א כולל יונגערמאן, און חוץ פון די "כולל-בית מדרש-שטוב-גראסערי" גייט ער נישט ערגעץ. ער האט נישט אנדערע זאכן וואס ער פארעט זיך חוץ פון זיין לערנען דאווענען, קינדער, פירן די שטוב וכו'. ער האט נישט קיין גרויסע מושגים. ממילא ווען ער איז אין א שוואכע מינוט לויפט ער צום קאמפיוטער, און די סוף איז נישט גוט. די עצם זיצן ביים קאמפיוטער און פאברענגען שעות אויף 'אייוועלט' איז אים אויך נישט גוט. איז וואס זאל ער יא טוהן?

אפשר ביי אזא פאל איז "יא" כדי אוועק געבן א האלבע שעה "לכתחילה" פאר אייוועלט, אבער נישט מער ווי דעם. אזוי וועט ער שפירן אז דא קען ער זיך אביסל אויסגעבן?

אדער אפשר האט איר אן אנדערע הצעה?

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: כ'זוך אן עצה מיט וואס אנפילן די לאָך י"ט כסלו התשפ"ב 17:16 #278661

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

קודם ש'כח הרב נישט שפעט פאר ארויפברענגען דעי נושא!

איך האב אויך א חלק פון דעי פראבלעם וויל איך צולייגן איין זאך, נישט אייביג איז זיך 'אויסגעבן' אויף א פארום אדער וכו' די ישועה, אסאך מאל דארף מען דוקא עפעס וואס איז יא שווער אבער ברענגט סיפוק פאר די מענטש.

וואס ווי מ'ווייסט איז באקוועם די פארקערטע פון עונג, סיפוק.

יעצט ס'קען זיין אסאך מאל ביי אונז, וואס אונז פארן מער ווייניגער אין די זעלבע סיסטעם אלע יארן, אז מ'זאל קיינמאל נישט האבן אויסגעפונען אין וואס 'איך' קען גוט מצליח זיין און שיינען, און האבן סיפוק.

מילא, איז גוט צו הערן פון אנדערע מענטשען, אזוי איז דא א מעגליכקייט צו קענען טראכטן אין געוויסע הצעות, וואס מ'האט קיינמאל פריער פון דעם נישט געטראכט, ווייל אזוי ווי שוין געזאגט, קען זיך עס מאכן, אז מ'קען זיך נישט געהעריג...

לעצט פארראכטן: י"ט כסלו התשפ"ב 17:22 דורך נאר בשמחה.

ענטפער: כ'זוך אן עצה מיט וואס אנפילן די לאָך י"ט כסלו התשפ"ב 19:55 #278663

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 315
  • האט שוין געלייקט: 827 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
  • קאָרמא: 16

איך פלעג אסאך טראכטן פון דעם ענין אין ס'איז דא אפשר א זאך וואס האט מיר אסאך געהאלפן אין דעם ענין פון... סאשעלייזן,שמועסן פארברענעגן בעיקר מיט מיין ווייב אין קינדער אבער אויך מיט מיינע חבירים אין מיט וועם איך טרעף נאר אן.

ס'איז א לאנגע שמועס אבער איך גלייב אז ס'זענען דא בעסערע ווי מיר אין דעם נושא 

ס'איז דברים פשוטים מאוד נאר געוויסע מענטשן ווערן געבוירן דערמיט מיט די סקילס אין געוויסע דארפן זיך פלאגן אנצוקומען אהין 

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

לעצט פארראכטן: י"ט כסלו התשפ"ב 23:20 דורך טשולענט.

ענטפער: כ'זוך אן עצה מיט וואס אנפילן די לאָך כ' כסלו התשפ"ב 13:29 #278684

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

וואו זענען די הד"א שארפע קעפ?

זיך לערנען שפילן אויף א כלי?
קויפן אן אינטרעסאנטע בוך וואס סתם אזוי וואלט איך נישט געקויפט, און אוועק געבן א האלבע שעה א טאג?
זיך לערנען א געוויסטע פאך?

וואס נאך?

און פארשטייט זיך אז דאס אלעס דארף קומען ווען בנוסף צו דעם טוהט מען עפעס א מהלך אויף ריקאווארי, וואס דעמאלטעס ווערט א לאך וואס מ'דארף אנפילן

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: כ'זוך אן עצה מיט וואס אנפילן די לאָך כ' כסלו התשפ"ב 17:42 #278700

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28

וואס איז בכלל די שאלה...
דיין פעדער איז דאך ווערד מיליאנען הייב אן שרייבן פאר געלט..

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: כ'זוך אן עצה מיט וואס אנפילן די לאָך כ' כסלו התשפ"ב 18:00 #278701

  • Green
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 406 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 152 מאל
  • קאָרמא: 2
שיע געשריבן on כ' כסלו התשפ"ב 17:42:

וואס איז בכלל די שאלה...
דיין פעדער איז דאך ווערד מיליאנען הייב אן שרייבן פאר געלט..


:like:איך האלט אויך אזוי
אמ.... כהאב נישט וואס צו שרייבן

ענטפער: כ'זוך אן עצה מיט וואס אנפילן די לאָך כ' כסלו התשפ"ב 18:09 #278704

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 315
  • האט שוין געלייקט: 827 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
  • קאָרמא: 16
שיע געשריבן on כ' כסלו התשפ"ב 17:42:

וואס איז בכלל די שאלה...
דיין פעדער איז דאך ווערד מיליאנען הייב אן שרייבן פאר געלט..


שיע געב אים א דזשאב דא אויפן סייט אין לאז אים דא אינז קען מיר אים נישט פארלירן

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: כ'זוך אן עצה מיט וואס אנפילן די לאָך כ"א כסלו התשפ"ב 00:51 #278732

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

זיך לערנען אן ארטיסטישער פאך וואלט זיכער געארבעט פאר מיר.
איך האב א לאנגע ליסטע פון זאכן וואס איך וואלט ווען געוואלט קענען, וואס אגב ווילאנג איך בין געווען אנגעפילט מיט לאסט האב איך אפילו נישט געהאט די געדולד זיך צו וועלן לערנען. 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

לעצט פארראכטן: כ"א כסלו התשפ"ב 00:51 דורך BeVeryStrong.
  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.69 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא