ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: ווען האט מען געשיקט אשת פוטיפר צו יוסף? 139 באזוכער

ווען האט מען געשיקט אשת פוטיפר צו יוסף? כ' כסלו התשפ"ב 11:55 #278680

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

כ'האב געזעהן א שיין ווארט אויף פרשת וישב, און געטראכט אז מ'קען ארויס נעמען א נקודת חיזוק.

די עצם געדנאק איז באוויסט, אז די אייבישטער שיקט פארן מענטש א נסיון נאר אויב ער קען שטיין אין דעם! אויב די מענטש האט נישט די יכולת זיך מתגבר זיין אויף אזא נסיון, וועט די אייבישטער אים עס נישט אונטער שיקן!

דער הייליגער "אמרי נועם" זצ"ל פון דזיקוב איז מסביר די וואך פרשת וישב די באקאנטע מדרש "כיון שראה יוסף עצמו מושל, התחיל ממשמש בעיניו מסלסל בשערו מתלה בעקביו, לפיכך גירה עליו את הדוב". איז דאך א באוויסטע פליאה, וויי קען זיין יוסף הצדיק זאל זיך אזוי אויפפירן [אונז האבן קיין שום השגה אין יוסף הצדיק, מ'רעדט נאר אזוי ארויס נעמען חיזוק, תורה היא וללמוד אני צריך].

זאגט די אמרי נועם, אז יוסף הצדיק האט געוויסט ווי גרויס די יצר הרע איז אין מצרים, האט ער זיך געוואלט ראטעווען.

די גמרא זאגט אין ברכות (ה, א) "לעולם ירגיז אדם יצר טוב על יצר הרע וכו' אם נצחו מוטב ואם לאו יעסוק בתורה וכו' אם נצחו מוטב ואם לאו יקרא קריאת שמע וכו' אם נצחו מוטב ואם לאו יזכור לו יום המיתה".

האבן אונז דא דריי עצות קעגן יצר הרע: א. יעסוק בתורה, ב. יקרא קריאת שמע, ג. יזכיר לו יום המיתה.

און די דריי זאכן האט יוסף הצדיק געטוהן כסדר.

ממשמש בעיניו - מיינט ער האט געליינט קריאת שמע, ווען מ'דעקט צו די אויגן.

מסלסל בשערו - איז רומז אויף לימוד התורה בדברים התלויים כשערה [עיי"ש]

מתלה בעקביו - רומז אויף יזכיר לו יום המיתה, אזויווי די 'עקב' איז סוף פון די מענטש.

און ווייל די אייבישטער האט געזעהן אז יוסף איז שוין גרייט מיט אלע כוחות און עצות און אלע כלי מלחמה זיך מתגבר זיין אויפן יצר הרע, "לפיכך גירה בו את הדוב", וואס איז די 'לפיכך'? נאר ווייל די אייביטשער האט געזעהן אלע פעולות פון יוסף און אז ער האט שוין אלע כלים זיך מתגבר זיין, דערפאר האט ער כביכול געוויסט אז מ'קען אים אונטער שיקן די נסיון פון אשת פוטיפר.

און די לשון פון אמרי נועם איז: "וכשראו למעלה בשמי מרום, אז גירה עליו את הדוב, כי ידעו אשר יוכל לעמוד בנסיון, מחמת שחגר עצמו בכלי קרב בכל מיני עצות נגד היצר". דאס מיינט אז ווען נישט יוסף זאל זיין גרייט, וואלט מען אים עס נישט אונטער געשיקט!

*

טייערע חברים

דאס איז א זאך וואס מ'דארף אזויפיל חזר'ן און חזר'ן.

אויב די אייבישטער שיקט מיר אונטער א נסיון, דאס מיינט אז די אייבישטער כביכול האט פריער חוקר ובודק געווען אויב איך וועל עס קענען ביי שטיין אדער נישט. אויב וואלט ער געזעהן אז איך האב נישט די כח צו אזא נסיון, וואלט ער עס נישט געשיקט!

בשעת מעשה, ווען די נסיון פלאקערט, איז זייער שווער טראכטן אויף דעם. מוז מען דאס כסדר חזר'ן.
אבער אמאל קען זיין אז אפילו ווען ס'ברענט שוין יא, דאך קען מען אויף אפאר סקונדעס זיך מצמצם זיין די מחשבה און טראכטן - מיט א טראפעלע כח - אז די אייבישטער האט מיר אריין געלייגט אין אזא מצב ווייל ער ווייסט אז איך די כוחות עס איבער טראגן. דאס קען זייער העלפן.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: ווען האט מען געשיקט אשת פוטיפר צו יוסף? כ' כסלו התשפ"ב 12:10 #278681

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

גאר שטארק! יוסף הצדיק איז אונזער ראול מאדעל אויף אלעס ארום אונזער נסיון.
ס’איז אביסל שרעקעדיג וואס דו זאגסט, ווייל דעס מיינט לכאורה אז דורך דעם וואס אונז ארבעטן מיר אריין צו זיין ריין און הייליג, דאס אליינס גייט אונז צוברענגען צו שווערערע נסיונות...!
ס’איז א גרויסע חיזוק פון איין זייט און פון די צווייטע זייט דארף מען זיך נאך מער מזרז זיין ווי הייליגער מ’ווערט ווייל אלץ שווערער ווערן די נסיונות. 
ע”פ דרך הטבע איז אויך פשוט אז ווען מ’האלט זיך ריין און הייליג ווערט מען סך גרינגער געטריגערט אפילו פון זאכן וואס איז קיינמאל נישט געווען א טריגער ווען מ’האט זיך נישט געהאלטן ריין.

שכוח פאר די טייערע פערל ווערטער!
א קלאפ און פלייצע...!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: ווען האט מען געשיקט אשת פוטיפר צו יוסף? כ' כסלו התשפ"ב 14:54 #278686

  • Ybird
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 35 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: 2
BeVeryStrong געשריבן on כ' כסלו התשפ"ב 12:10:

ג
ע”פ דרך הטבע איז אויך פשוט אז ווען מ’האלט זיך ריין און הייליג ווערט מען סך גרינגער געטריגערט אפילו פון זאכן וואס איז קיינמאל נישט געווען א טריגער ווען מ’האט זיך נישט געהאלטן ריין.


i relate to what you say, i get triggered much faster since i started gye, but it calmed down, it was only atzas hayeitzer temporary
לעצט פארראכטן: כ' כסלו התשפ"ב 14:54 דורך Ybird.

ענטפער: ווען האט מען געשיקט אשת פוטיפר צו יוסף? כ' כסלו התשפ"ב 14:59 #278688

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

מ’ווערט זיכער געטריגערט גרינגער, נאר די וועג וויאזוי מ’שטארקט זיך דערויף טוישט זיך אויך, אמאל וועט עס זיין גאר גרינג און אנדערע צייטן ביטער שווער. איך גלייב נישט אז צייט העלפט אויף דעם, אדרבה זאלן די עלטערע חברים אריינקומען מיט דעטאלן

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: ווען האט מען געשיקט אשת פוטיפר צו יוסף? כ' כסלו התשפ"ב 15:41 #278695

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

ש'כח כבוד הרב!
זייער שיין געזאגט!

ס'דא א פראבלעם, יעדע צווייטע טאג קומט אונזער משפיע מיט עפעס א באמבע, און ס'פילט זיך נאריש צו ענטפערן יעדע מאל די זעלבע 3 ווערטער ''זייער שיין געזאגט'' 
איינער האט א איידיע?
אפשר דארף מען אויפמאכן א טרעד, ווי ס'ווערט אויסגעשמועסט אלע סארט דאנק ווערטער וואס מ'קען נוצן.
ווייל נאך אלעם זעמיר אים אסאך שולדיג!

ענטפער: ווען האט מען געשיקט אשת פוטיפר צו יוסף? כ' כסלו התשפ"ב 18:01 #278702

  • wizel
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 31
  • האט שוין געלייקט: 22 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 6

די גמרא אין מס' סוכה זאגט שוין אז כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו.....

ענטפער: ווען האט מען געשיקט אשת פוטיפר צו יוסף? כ' כסלו התשפ"ב 18:16 #278705

  • wizel
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 31
  • האט שוין געלייקט: 22 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 6

ווען א מענטש האלט זיך ריין קען ער ווערן טאקע שנעלער געטריגערט אבער פין די אנדערע זייט איז עהם גרינגער זיך איינצוהאלטען פין אריינפאלן אין נסיון משא"כ א מענטש וואס איז נישט ריין ווערט טאקע נישט געטריגערט פין יעדע קליינעקייט אבער ס'איז אים שווערער זיך איינצוהאלטן פין אריינפאלן אין א נסיון.

ענטפער: ווען האט מען געשיקט אשת פוטיפר צו יוסף? כ' כסלו התשפ"ב 18:22 #278706

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

ריכטיג, עס גייט צוזאמען. הגדול מחברו יצרו גדול הימנו, טאקע ווייל ער האט שוין מער די כלים זיך הוטן קען מען אים געבן א גרעסערע יצר הרע.
אז נישט האט ער דאך נישט מער וואס זיכן אויף דעם עולם.

אבער די עיקר איז: ווי מער מ'ווערט ריין, האט מען מער די כוחות זיך צוריק כאפן בעז"ה נאך א גליטש, און דאס איז די חשוב'סטע!

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: ווען האט מען געשיקט אשת פוטיפר צו יוסף? כ"א כסלו התשפ"ב 00:46 #278730

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19
נישט שפעט געשריבן on כ' כסלו התשפ"ב 18:22:

ריכטיג, עס גייט צוזאמען. הגדול מחברו יצרו גדול הימנו, טאקע ווייל ער האט שוין מער די כלים זיך הוטן קען מען אים געבן א גרעסערע יצר הרע.
אז נישט האט ער דאך נישט מער וואס זיכן אויף דעם עולם.

אבער די עיקר איז: ווי מער מ'ווערט ריין, האט מען מער די כוחות זיך צוריק כאפן בעז"ה נאך א גליטש, און דאס איז די חשוב'סטע!


איך וואלט דיר פארראכטן אביסל
אבער די עיקר איז: ווי מער מ'ווערט ריין, האט מען די כוחות זיך צו כאפן און נישט גליטשן

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: ווען האט מען געשיקט אשת פוטיפר צו יוסף? כ"א כסלו התשפ"ב 12:10 #278743

  • wizel
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 31
  • האט שוין געלייקט: 22 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 6

ווען א מענטש איז ליידער צוגעוואוינט צו ערגער'ס ווערט ער נישט איבערגענומען פין שוואכער'ס למשל צו אן עלטערע פרוי וואס קאכט שוין פאר יארן זי קען אנכאפן א טאפ ווען ס'איז קאכעדיג, פארוואס ווייל אירע נערווען פילן שוין נישט די היץ משא"כ איינער וואס קאכט נישט קיין סאך פילט יעדע קליינע היץ, די זעלבע דא ער ווערט נישט געטריגערט פין יעדע קליינעקייט ווייל ער איז ליידער צוגעוואוינט צו אסאך ערגערס.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.80 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא