ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: חברים דערציילן: בעפאר און דערנאך 67 באזוכער

חברים דערציילן: בעפאר און דערנאך י"א שבט התשפ"ב 7:19 PM #280517

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 460 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 460 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 898
  • האט שוין געלייקט: 848 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 974 מאל
  • קאָרמא: 30

בס"ד הייב מיר אן א נייע קאלום אין די וועכינטליכער אימעיל אנגעהויבן די וואך
עס רופט זיך 
חברים דערציילן: בעפאר און דערנאך
יעדע וואך וועט א אנדערע חבר שרייבן אין קורצן, בערך און 300 ווערטער, וואס ער איז געווען/געשפירט פארן אנהייבן ריקווארי, צו זיין מצב היינט.
יעדער מיט זיין סארט מהלך,‎ וואס דעס וועט בס"ד אסאך צוגעבן צום תוכן פונעם אימעיל, אין קענען העלפן  
אונז האפן אי"ה יעדע וואך  ארויף צו לייגען די קאלום דא און דעם טרעד ווי מען וועט עס אי"ה אויסשמועסן אינאיינעם

****
מיר ווילן בעטן אויב איינער וויל זיין א חלק אין שרייבן זיין "בעפאר אין דענאך" מעשה, זאל ביטע ריפלייען צום אימעיל אדער שיקן א אימעיל צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: חברים דערציילן: בעפאר און דערנאך י"א שבט התשפ"ב 7:20 PM #280518

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 460 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 460 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 898
  • האט שוין געלייקט: 848 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 974 מאל
  • קאָרמא: 30
#1
פרשת בשלח

אונזער חבר: נטעלע

ביים סייט: זייט י"ג תמוז תשע"ח

ריין: 1296 טעג, איין טאג אויפאמאל



שלום עליכם טייערע ברידער,

סאיז שוין זייער אסאך דורך געגאנגען פון יענע "י"ג תמוז תשע״ח" נאכמיטאג, ווען איך האב מיך באגעגענט מיט די ווערטער פון די היט דיינע אויגן היים בלאט ״טרעפט איר זיך קוקן אימאיידעלע בילדער אויפן אינטערנעט?״

וויאזוי בינעך דעמאלטס געווען?

איך בין געווען א באטעמטע יונגערמאן, מיט א שיינע פרנסה, א סוקסעספולע שלום בית, א גוטע טאטע, גאנץ א נאנטע קאנעקשן צום באשעפער, און וואס נישט?

איין זאך וואס איך פלעג מיטשענען איז געווען מיט וואטשן שמוציגע זאכן אויפן אינטערנעט און הוצז״ל.

איך פלעג אייביג תשובה טון און צוזאגן מיט אן אמת, אבער קיינמאל האט עס נישט געקענט האלטן פאר צו לאנג, איך פלעג נישט אייביג עקטן אוט, סאיז געווען פעריאדיקט, אבער ווען איך פלעג עס דארפן איז נישט געווען קיין צווייטע אפשען.

יעצט איז יג׳ תמוז תשע״ח איינע פון די שמוציגע סערטשעס האט ארויף געברענגט "היט דיינע אויגן", איך האב עס גלייך אויסגעטשעקט און געזען אז דא באלאנג איך! דא האבעך מיר גלייך געפילט אינדערהיים, איך האב מיך געקענט עדענטיפייען, מענטשן וואס פארשטייען מיין שפראך מיט א ווינק.

איך בין ארויף אויפן 90 ועג לייטער און דער באשעפער האט מיט מיר געטון א חסד ממש א נס שלא כדרך הטבע אז סהאט געארבייט.

איך פלעג זיין זייער אקטיוו אויפן סייט, שרייבן טשעטן און שפעטער רעדן מיט חבירים.

מיין סאברייעטי איז געווארן זייער טייער ביי מיר, איך האב געפילט אז איך בין נישט גרייט עס צו פארלירן פאר קיין שום פרייז, האב איך מיך געטראפן מיט צוויי חבירים פון די סייט וואס זענען געווען סאבער פאר עטליכע יאר און זענען געווען אינעם עס. עי. פראגראם און שפעטער האבן מיר זיך נאכאמאל געטראפן.

סאיז מיר געווארן מער און מיר קלארער אז אויב וויל איך האלטן מיין סאברייעטי מיז איך טון פעסטע עקשנס פאר פאר ריקאווערי.

איך בין געגאנגען צו א סעקס עדיקשן טערעפיסט, און נאך אפאר סעשאנס האט ער מיר רעקאמענדעד עס עי.

און אזוי האבעך געטון, סאיז נישט געווען גרינג, אבער מיין ווילן צו בלייבן סאבער האט איבערגעוואויגן.

און איך וועל פאר אייביג זיין גרעיטפול פאר די ווילינגנעס וואס איך האב דעמאלטס געהאט!

איך בין אריין אין עס. עי., געגאנגען צו גאר אסאך מיטינגס און אנגעהויבן צו ארבייטן די סטעפס מיט מיין ספאנסער, איך האב מיך אנגעהויבן צו אנקוקען מיט אן אמת, ארויס געגאנגען פון דינייעל, און סאיז טאף…

מיין קוק אויף מיין לעבן איז צורינען ווי א זייפען בלאז, איך האב געזען וועכע מאן, טאטע, חבר, קינד, איך בין ווען איך בין נישט סאבער, וועכע מעס מיין לעבן איז ווען איך בין נישט סאבער, וועכע מעס פון א קאנעקשן איך האב געהאט מיט מיר אליינס און מיטן אייבירשטן, איך מיין וועכע מענטש קען מען זיין ווען מאיז אנגעפילט מיט לאסט און תאוה?

ווי מער איך בין סאבער און אנעסט אלץ מער וויל איך זיין סאבער און אלץ מער זע איך ווי לאסט האט מיר חרוב געמאכט מיין לעבן, און אלץ מער ארבייט איך דעם פראגראם און אלץ מער בינעך סאבער און אנעסט וחוזר חלילה.

היינט בין איך קאנעקטעד צו מיינע פילינגס קאנעקטעד צו מיר אליינס און צום אייבירשטן, און ווי מער איך בין קאנעקטעד צו מיר אליינס און צום אייבירשטן אלץ מער קענעך זיין קאנעקטעד צו מיין ווייב און צו מיינע קינדער און צו מיין ארבייט און צו מיינע חבירים.



און איך דאווען פאר היינט אז איך זאל פילן דעם קאנעקשן צום אייבירשטן און צו מיר אליינס.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: חברים דערציילן: בעפאר און דערנאך י"א שבט התשפ"ב 9:39 PM #280523

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1300 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1300 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1809
  • האט שוין געלייקט: 3160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2683 מאל
  • קאָרמא: 25

שכח פארן געבן די אפערטוניטי פארן שערן

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן אדער דורך וואטס אפפ איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.63 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא