ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) 205 באזוכער

מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ח' אייר התשפ"ב 1:30 AM #285417

  • השם אחד
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
  • קאָרמא: 6
יוש....... ס'פילט זיך מאדנע....!! אבער איך גיי עס טון!
והעיקר שלא לפחד כלל!

שלום וברכה צו ענק מיינע טייערע פריינט, מיטגלידער און מעמבער'ס פון קהילת הד"א. פאר אלעס מוז איך זיך באדאנקען פאר אלע ליבליכע פריינט דא וואס האבן מיך אזוי שיין אויפגענומען און פריוואט נאך פאר איך האב זיך אנגערופן דא הויך סיי וועלכע קאמענט און איך האב געמיינט אז קיינער ווייסט נישט אז איך עקזיסטיר בכלל האב איך שוין באקומען פריוואטע מעסעדזעס פון ידידים וואס האבן געמאכט זיכער אז איך בין באקוועם און איך ווייס אז איך בין אנגעקומען צו די ריכטיגע פלאץ.                                         אדאנק!
ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו!
מיין סיפור יציאת מצרים האלט זיך נאך אינמיטן אויסשפילן איך בין נאכנישט באפרייט פון גלות אבער ב"ה אז היינטיגע צייטן ווייס איך, אין איך בין Aware אז א סיפור יציאה האלט אינמיטן ווערן אויסגעשפילט,
ברוך השם די הייליגע באשעפער מיט זיין גרויס רחמנות האט מיך אהערגעשיקט זיך צו היילן
 (א מעשה פאר זיך ווי אזוי איך האב געטראפן די הד"א וועבסייט, ועוד חזון למועד) 
און נאכן וויילן דא שטילערהייט שוין א קנאפע זעקס וואכן, און שמועסן מיט חבירים, ליינען די האנט בוך, און אדורך קלעטערן טרעדס, שפיר איך ווי ס'איז העכסט צייט אז איך זאל ארויפשווימען צום אויבערפלאך און זיך לאזן הערן פאר'ן ציבור (פאר מיין בענעפיט!!)
די מעלות פון האבן א טרעד איז ווי איך שטעל זיך פאר אין לשער, ספעציעל פאר מיך שפיר איך אז ס'וועט זיין מורא'דיג ווייל איך גלייך צו שרייבן, (ס'העלפט מיר שטעלן זאכן און פלאץ!) און איך האף אז איך וועל פארדינען דערפון די מערסטע וואס איז שייך.
איך האב בעצם געוואלט אנהייבן מיט זיך אינטרעדאסען פאר די עולם אבער ס'איז געווארן זייער פארשלעפט האט איך אפגעמאכט 
(מיט די הילף און עצה פון חבירים דא) אז קודם זאל איך עפענען א טרעד [size=2](וואס איז זיכער איז זיכער!
ותגעינו למחוז חפצנו לחיים ולשמחה ולשלום!!

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ח' אייר התשפ"ב 1:35 AM #285418

  • השם אחד
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
  • קאָרמא: 6

פאר די וואס ליינען מיין טרעד עס פעלט א חלק ס'איז נישט געהעריג ארויף געגאנגען איך קען זיך נישט אויס דא איך האף בס"ד די מאדערעיטער אדער ווער עס איז און טדזארדז וועט מיך העלפן עס פארעכטן מארגן

ותגעינו למחוז חפצנו לחיים ולשמחה ולשלום!!
לעצט פארראכטן: ח' אייר התשפ"ב 1:36 AM דורך השם אחד.

מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז אין מיר!) ח' אייר התשפ"ב 1:39 AM #285419

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 572
  • האט שוין געלייקט: 816 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
  • קאָרמא: 22
WOW!

מזל טוב צו דיין נייע טרעד!



עס איז א גוטע שידוך, דו האסט ליב צו שרייבן און מיר האבן ליב צו ליינען דיינע שרייב ווערק, געגאנגען...

יוי האסטו מיר אנגעשטרענגט די אויגן מיט דיינע ערשטע ווערטער...

דער אייבערשטער זאל העלפן מיר אלע זאלן ריכטיג ערפילן דעם רצון פון השם אחד פון אונז!
דאס איז עס, מיין לעבן איז געטוישט אויף אייביג. איך לייד פון א טויטליכע דיזיז. איך מוז מיך אויסלערנען א נייע מהלך החיים.

א. גרין'ס אשכול

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז אין מיר!) ח' אייר התשפ"ב 6:24 AM #285422

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 170 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 170 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 301
  • האט שוין געלייקט: 519 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
  • קאָרמא: 11

שלום עליכם
יהא בואכם לשלום
בשם השם נעשה ונצליח

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ח' אייר התשפ"ב 7:20 AM #285424

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1622
  • האט שוין געלייקט: 314 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1405 מאל
  • קאָרמא: 33

שלום עליכם! 
שיין זיך צו באקענען

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ח' אייר התשפ"ב 7:51 AM #285429

  • גוטע נשמה
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 34 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 140
  • האט שוין געלייקט: 149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
  • קאָרמא: 11

שלום עליכם טייערער חבר, איינגענעם דיר צו האבן דא, פיל זיך היימיש.

גיט אריין א נחמה'לע אין א אידישע נשמה'לע גיט אריין א חיות אין א איד! 
וואס איז די נחמה פון א גוטע נשמה? "היט דיינע אויגן" תרתי משמע.

"הדא" הוא דכתיב: מיר מיינען נישט קיין כבוד, מיר מיינען נישט קיין געלט, מיר מיינען דער באשעפער פונעם גאנצן וועלט!!! (קרעדיט: בעילום שם)

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ח' אייר התשפ"ב 11:11 AM #285450

  • alefbeisveis
  • איצטיגע שטרעקע: 192 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 192 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 201
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל
  • קאָרמא: 7
Welcome!

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ח' אייר התשפ"ב 3:00 PM #285475

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1377 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1140
  • האט שוין געלייקט: 4787 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1879 מאל
  • קאָרמא: 30

יישר כח 'השם אחד' פארן עפענען דעם טרעד.

השמעיני את קולך כי קולך ערב. העלף זיך דורך העלפן אונז דורך פארציילן און מיטטיילן.

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ח' אייר התשפ"ב 4:54 PM #285496

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 66 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 163
  • האט שוין געלייקט: 166 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
  • קאָרמא: 10

שלום עליכם! און זייער שטארק פון דיר אריין צוטאנצן אין זאך, און טון צי די זאך.

זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ח' אייר התשפ"ב 4:58 PM #285499

  • השם אחד
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
  • קאָרמא: 6

שכח יעדער איינער פאר די אויפנאמע.
נעכטן ווען איך האב גע'עפנט דעם טרעד האב איך געשריבן פון אונטן א גאנצע חלק וואס איז נישט ארויף געגאנגען איך ווייס נישט פארוואס, וואס איך האב דארט געשריבן (און קורצן) אז איך הייב אן מיין נסיעה צום יום התשעים צום זעקסטען מאל זייט איך בין דא והיום יום רביעי לטהרה.... 
אבער היינט צופרי האט זיך אנגעהויבן א נייע רייזע צום זיבעטן מאל און יעצט קען איך שרייבן היום יום אחד לטהרה!
ס'איז אביסל בושות אבער איך געב נישט אויף.........
איך ווייס אז ס'איז דא אסאך ארבעט און די מענטשן דא זענען דער וואס קענען מיר זאגן און ווייזן ווי מ'דארף אריינלייגן די  ארבעט און פארדעם האב איך גע'עפנט א טרעד אע"כ נעם איך זיך צוזאם אלע מיינע כוחות און בעזרת השם אחד:וחברי הד"א נעשה ונצליח! 

ותגיענו למחוז חפצינו לחיים ולשמחה ולשלום!!
ותחזירנו בתשובה שלימה לפניך!

ותגעינו למחוז חפצנו לחיים ולשמחה ולשלום!!

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ח' אייר התשפ"ב 5:05 PM #285501

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 572
  • האט שוין געלייקט: 816 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
  • קאָרמא: 22
WOW
דאס איז שטארקקייט
גיי אן! נאר אזוי!
דאס איז עס, מיין לעבן איז געטוישט אויף אייביג. איך לייד פון א טויטליכע דיזיז. איך מוז מיך אויסלערנען א נייע מהלך החיים.

א. גרין'ס אשכול

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ח' אייר התשפ"ב 6:20 PM #285514

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 144 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 144 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 803
  • האט שוין געלייקט: 261 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל
  • קאָרמא: 23
השם אחד געשריבן on ח' אייר התשפ"ב 4:58 PM:


ותגיענו למחוז חפצינו לחיים ולשמחה ולשלום!!
ותחזירנו בתשובה שלימה לפניך!


איך טראכט אז די גרינע ווערטער קומען אין דיין אונטערשריפט

===
חזרה:

איך נעם די פילסטע אחריות אויף אלע מיינע מעשים וואס איך טוה, איך באשולדיג נישט דערויף אנדערע...

איך טוה מיך אבער לאזן העלפן פון אנדערע...

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ח' אייר התשפ"ב 7:02 PM #285529

  • השם אחד
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
  • קאָרמא: 6

נו לערן מיך אויס ווי אזוי צו מאכן א אינטערשרפט איך האב פרובירט ביי די פראפייל צו סעלעקטן אבער ס'האט נישט געארבעט איך קען זיך נישט אויס דא?

ותגעינו למחוז חפצנו לחיים ולשמחה ולשלום!!

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ח' אייר התשפ"ב 7:14 PM #285530

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 144 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 144 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 803
  • האט שוין געלייקט: 261 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל
  • קאָרמא: 23

גיי צו דיין פראפייל, דערנאך צו "פראפייל אינפארמאציע"
דערנאך נאכאמאל צו 'פראפייל אינפארמאציע', פאר אראפ ביז אונטן איז דא דארט די אפשן פון אונטערשריפט, שרייב אריין דארט דיין אונטערשריפט, ווען דו ענדיגסט דרוק 'היט'.

===
חזרה:

איך נעם די פילסטע אחריות אויף אלע מיינע מעשים וואס איך טוה, איך באשולדיג נישט דערויף אנדערע...

איך טוה מיך אבער לאזן העלפן פון אנדערע...

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ט' אייר התשפ"ב 3:24 AM #285573

  • השם אחד
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
  • קאָרמא: 6

הודו להשם כי טוב..... איך וויל ברבים דאנקען דעם בוכ"ע פאר נאך איין טאג און מיין לעבן וואס איז אריבער בטהרה, ובשמירה עליונה!          אשרינו שזכינו!

און דערביי לאמיך שוין אביסל אויסגיסן מיין אנגעפילטע הערצ'עלע פאר מיינע הייליגע חבירים דא און א בחינה פון דאגה בלב איש.... און אין איינוועגס מאכן פלאץ פאר בעסערע זאכן!

דורכאויס מיינע יארן פון ליידן און פיין, בין איך אדורך געגאנגען שווערע יסורי הנפש וויסנדיג אז איך טו עפעס אומריכטיג ברוחניות און בגשמיות; אבער מיין גרעסטע ווייטאג איז געווען אז אלץ האב איך געקלערט צו מיר
 "צדיק'ל ביסט'עך א נארמאלע געזונטע מענטש א בר דעת וואס טוסטו?!?!? 
"קענסט'עך נישט קאנטראלירן אביסל???
 און איך ווער פארעכנט פאר א ערליכע פערזענליכקייט צווישן מיינע חבירים, 
אבער מיט דעם אלעם ווער איך פארלוירן פאר א נארישקייט ווי איך קען זיך נישט קאנטראלירן!!! וואס איז ראנג מיט דיך?? און איך פלעג זיך עסן די געזונט אז יעדער קען זיך האלטן און נאר די פאלסט אדורך!! און אלע אנדערע "גוטע" מחשבות פון יאוש וואס קומען מיט מיטן דורכפאלן....
אבער זייט איך בין אנגעקומען דא און איך זע וויפיל מענטשן עס זענען דא איז שוין א שטיקל  "צרת רבים חצי נחמה" די עולם שוויצט און פירט שווערע מלחמות
עס האט מיך אביסל בארואיגט און מיין הארץ זאגט מיר 'האלא קוק וואס גייט פאר דא, קענסט אביסל נאכגעבן לאז נאך די שטריק אביסל.....' האסט שוין דיין טרייסט וואס די זוכסט קענסטעך זעצן באקוועם מיטן פיס ארויף.
אבער איך ווייס אז איך האב נאך א לאנגע וועג צו גיין איז לאמיך נישט זיין פון דיע וואס פרייען זיך מיט א פינגער נאר ווען איך באקום א פינגער בעט איך א האנט! 
און בעזרת השם אחד:וחברי הד"א נעשה ונצליח

ותגעינו למחוז חפצנו לחיים ולשמחה ולשלום!!

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ט' אייר התשפ"ב 5:52 AM #285574

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 170 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 170 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 301
  • האט שוין געלייקט: 519 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
  • קאָרמא: 11

איר דארפט זיך אויך אינזינען האבן ביי רפאינו  רפואת הנפש ורפואת הגיף

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) ט' אייר התשפ"ב 1:37 PM #285640

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 210 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 210 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2261
  • האט שוין געלייקט: 1198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3519 מאל
  • קאָרמא: 60

מזל טוב טייערע חבר פאר דיינע ריינע טאג. אפילו ס'איז נאך לסירוגין, אבער ס'איז זיכער ריינע טאג. ביי נטילת ידים לטהרה דארף דאך אויך זיין לסירוגין... די אייבישטער זאל דיר ווייטער העלפן מיט רחמים וחסדים, קענען שטייגן העכער, קומען צו ניכטערקייט און קלארקייט אין דיין לעבן.

דאס האבן די קאראדזש עפענען א טרעד און שרייבן וואס ביסט דורך, ווייזט שטארק אז דו מיינסט עס ערנסט. אז דו האסט אן אמתע אמתע רצון זיך ארויס זעהן. און דאס איז די ערשטע יסוד.

ווי מער דו וועסט עוסק זיין אין די ריקאווארי - אפילו אויב עס וועלן זיך נאך מאכן שווערעקייטן - וועסטו אלס ווערן מער און מרע קלאר, וויסן וויאזוי מ'לעבט א נאמראלע הייליגע זיסע לעבן.

חזק ואמץ אחי אהובי!

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) י' אייר התשפ"ב 1:04 AM #285777

  • השם אחד
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
  • קאָרמא: 6
היום יום שני לטהרה!!! 
ס'איז דא וואס האלטן אז צוויי איז שוין א חזקה!!!!!!
שכח הייליגע באשעפער פארן מיך אדורכנעמען נאך א טאג און מיין לעבן.... "יא א גאנצע פילע טאג; פון צופרי ביז ביינאכט" בטהרה ובשמירה עליונה! 
ותגעינו למחוז חפצנו לחיים ולשמחה ולשלום!!

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) י' אייר התשפ"ב 9:39 AM #285809

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 210 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 210 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2261
  • האט שוין געלייקט: 1198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3519 מאל
  • קאָרמא: 60

אחד מי יודע - השם אחד
שנים מי יודע - שני ימי טהרה
שלשה מי יודע - שלשה אבו"ת, מלשון רצון. מיט אמתע הייליגע רצון וועסטו האבן נאך א טאג ריין בס"ד.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) י' אייר התשפ"ב 10:57 AM #285828

  • יוסי וויל זיין וואויל
  • איצטיגע שטרעקע: 170 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 170 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 301
  • האט שוין געלייקט: 519 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
  • קאָרמא: 11

חזק - איינס
חזק - צוויי 
ונתחזק - דריי  אלע צוזאמען

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) י' אייר התשפ"ב 2:18 PM #285878

  • נאר-היינט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 31
  • האט שוין געלייקט: 10 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 4
יוסי וויל זיין וואויל געשריבן on ט' אייר התשפ"ב 5:52 AM:

איר דארפט זיך אויך אינזינען האבן ביי רפאינו  רפואת הנפש ורפואת הגיף


טייערער חבר
אסאך מאל געהאט די מחשבה אבער ווי חבירים האבן ארויסגעברענגט און אנדערע טרעדס
אן אדיקט איז סך הכל איינער מיט פיל פיל מער כוחות און כשרונות פון א 'נארמאלער' מענטש
מיר דארפן דעם וועג וויאזוי עס אויסצינין לטובה
מיר זענען אויסערגווענליך!!!!!
איך בין מתפלל פאר דיין הצלחה

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) י"א אייר התשפ"ב 12:47 AM #285966

  • השם אחד
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
  • קאָרמא: 6

נאך א טאג איז פארביי און די גוף פאדערט זיך זיינס..... צדיק'ל ס'איז שפעט גיי שלאפן!! 
אבער פארדעם מוז איך דאנקען גאט בקול רם ובפה מלא!!!! 

הודו להשם כי טוב כי לעולם חסדו!!!
היום יום שלישי לטהרה!!!

און איך מוז זאגן שכח פאר דער וואס איז אויפגעקומען מיט די געדאנק פון שיקן א אימעיל ווען מ'גייט ארויף א דרגה ס'געט שטארקע חיזוק און מיט כאילו איינער ציילט מיט, מיט דיינע טעג און פרייט זיך יעדע מאל די רוקסט זיך!! (אפילו איך ווייס ס'איז אטעמאטיש און די סיסטעם!

ותגעינו למחוז חפצנו לחיים ולשמחה ולשלום!!

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) י"ב אייר התשפ"ב 4:42 PM #286109

  • השם אחד
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
  • קאָרמא: 6

גוט שבת צו אלע חבירים! ב"ה איך גיי אריין און שבת מיט א דערהויבנקייט און מיט כמעט 5 גאנצע טעג אריבער ריינערהייט!! (נאך געציילטע שעה פארבליבן!!)
און בעזרת השם אחד:וחברי הד"א נעשה ונצליח 

דערביי וויל איך צוברענגען א געוואלדיגע שטיקל אוה"ח הקדוש און פרשת אחרי מות וואס איך האב היינט געזען קוקט'ס אריין און קאפיטל יח' פסוק ב' בד"ה דבר ואמרת וגו' כמעשה וגו' פייערדיגע ווערטער חיזוק און התעוררות!!                  שבת שלום

ותגעינו למחוז חפצנו לחיים ולשמחה ולשלום!!

ענטפער: מיין רייזע צום השם אחד: (וואס איז און מיר!) י"ב אייר התשפ"ב 5:19 PM #286113

  • לעכט
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 802 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
  • קאָרמא: 12

שלום עליכם הייליגער השם אחד, און תתחדש צו דיין נייער טרעד!
זייער געשמאק זיך צו באקענען!

כאלטנאך אינמיטן אויפטראכטן אנייער אינטערשריפט

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.29 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא