דא עמיר פראבירן אפצושרייבען מיין דזורני ביז אהער, וויאזוי האט זיך עס אנגעהויבן, וואס איז געשעהן, און וויאזוי עס איז יעצט, א לעבן וואס איך האב נישט געחלום'ט עקזעסטירט אפי' אין ריאליטעט און זיכער נישט געהאלטן אז איך קען דאס אמאל באקומען, נישט יעדן טאג טאקע שפיר איך אזוי, אבער לאמיר נישט כאפ'ן הייסע לאקשן, פאוואליע...
דא קומט דעם באוויסטען "ובזה החלי", אין כתה ב' זעמיר געווען עטליכע קינדער אויפ'ן באס אין די בעק סיט, מיר האבן זיך אראפגעצויגן און געזיצען אזוי עטליכע סקונדעס, אויך געדענק איך פון בערך יענע יארגאנג ווי איך בין געזעצען אין א גוי'שע געשעפט בשכינות ווי מיר האבן געוואוינט און געקוקט אויף די שווארץ אין ווייס טעלעוויזיע וואס האט געארבעט (יא, ס'פילט זיך גאנץ אלט), געשפילט האט עפעס א פראגראם וואס האט לאו דווקא געהאט צו טהון מיט צניעות'דיגע בגדים אדער בגדים בכלל וד"ל, איך געדענק די ביידע עפיזאדן מיט א קלארקייט בכל פרטיה ודקדוקיה כאילו עס איז היינט געשען.
אלס יונג קינד געדענק איך באטראכטן מענטשן אין מקוה ערב שבת, ווי אויך שמועסן מיט אנדערע קינדער איבער מצוות ומעשים טובים וואס מען האט מיך איינגערעדט ווערט געטהון דורך חתן כלה אין חדר הייחוד, אויך האב איך מערערע מאל געשפילט דאקטאר מיט קאזינס פון ביידע זייטן פון די מחיצה.
אין כתה ט' האב איך געשפילט מיט צוויי אינגלעך און זיי דערציילט מיינע ברייטע ידיעות, אדאנק דעם האט מען מיר שוין נישט געוואלט אננעמען אין ישיבה קטנה (אפגעזען פון דעם אז אין ביידע פעלער האבן זיי מיר געשלעפט), ווייל איך דער פארדארבענע בחור וועט זיכער אונטערברענגען דאס גאנצע ישיבה ל"ע.
אין ישיבה קטנה האב איך דער ערשטע מאל זוכה געווען צו הוצ"ז (געשפילט מיט זיך האב איך שוין פון לאנג), איך קען נישט זאגן דאס ערשטע מאל האט עס געפילט כ'ווייס נישט וויאזוי, אבער איך בין פון דארט און ווייטער געווארן צוגעבינדען דערצו און נישט געקענט זיך איינהאלטן, צוויי מאל א טאג איז געווען זייער א אפטע ערשיינונג.
ישיבה גדולה איז ווען די פאנטאזיעס האבן זיך אנגעהויבן, היות איך בין געווען אין א ישיבה מחוץ לעיר האב איך נאר געוויסט פון בחורים צו זאגן, זענען די פאנטאזיעס געלאפן איבער אנדערע בחורים, און מערערע מאל איז עס אויך ארויסגעקומען מכח אל הפועל, אבער בעיקר איז עס אלס געווען מעסטערבעישאן אליין צו פאטאנזיעס וואס זענען געלאפן אין קאפ.
איך האב שוין אלס 14 יעריגע בחור געוויסט אז חתונה האבן וועט זיין מיין ישועה און אז דאס וועט מיר העלפן אויפהערן, איך בין ב"ה א חתן געווארן און קוים געקענט ווארטן אויף די קדושה וואס גייט מיר באטראסקענען נאך די חתונה, פארשטייט זיך אז אלס חתן האב איך נישט געקענט אויפהערן, קוים וואס כ'האב אויפגעהערט עטליכע וואכן בעפאר די חתונה, אולי 30 טעג, אבער נאך די חתונה האט עס נישט גענומען מער פון עטליכע וואכן און איך בין געוואויר געווארן אז חתונה האבן איז נישט געווען די ישועה.
אלס בחור בין איך געווען א פרומער, איך האב עכט פראבירט צו זיך צושטעלן צום סדר הישיבה, איך פלעג אפי' אויפשטיין פארטאגס און לערנען נאך בעפאר'ן גיין אין ישיבה, איך פלעג זיך גאר שטארק שאקעלן ביים דאווענען, לויפן צום רבי'ן צום טיש, בין הזמנים זיצען ביי די שיעורם פון אירגון שיעורי תורה, און בכלל האב איך עכט שטארק פראבירט זיך אהערצושטעלן מיט אלעס וואס א וואוילע ערליכע פרימע בחור טוט.
היינט ווייס איך אז דאס אלעס האב איך געטהון ווייל איך האב שוין דעמאלס געפילט א שטארקע צוקלאפטקייט, און איך האב געהאפט אז די אלע זאכן וועלן מיר מאכן פילן ווי א יש.
נאך עפעס וואס איך האב געטהון צו פילן ווי א יש איז געווען גבאות, ווי איך האב נאר געקענט האב איך געוואלט זיין די וויכטיג מאכער, צו די גבאי פון די קאווע, צו פון מאכן קאפיס, צו פון אויסשטעלן די טישן וכדומה, היינט ווייס איך אז איך האב טאקע געטהון וואס איך האב געקענט צו זיין א יש, ביי די פרימע גוטע בחורים דורכ'ן וועלן זיין איינע פון זיי, און ביי די נישט אזוינע צדיקים דורך זיין משה גרויס, אבער למעשה האבן ביידע געלאכט פון מיר אונטער מיין רוקן, אזוי אז איך בין אלס געווען דער בחור וואס יעדער האט אנגעקוקט אלס דער כ'ווינישזאגנוואס וואס קריכט יעדעם אויף די נערווען, אבער איך האב נישט אויפגעהערט אדער געכאפט דעם רמז, ווייל זיך איינרעדן אז איך בין א יש איז געווען פאר מיר לופט צום אטעמען צוליב דעם וואס אינדערהיים בין איך כסדר געווארן צוקלאפט און צוטרעטן, מער וועגן דעם אפשר אן אנדערע'ס מאל.
מחנכים האבן מיר קיינמאל נישט פארשטאנען, אין כתה ט' האב איך געכאפט מכות רצח פונעם מלמד (בלי גזמה, דער <מיסע ווארט> האט מיר אפי' געזאגט ער וועט מיר מאכן א מת מצוה און מען וועט מיר ארויסטראגן מיט הצלה, ער האט כמעט מקיים פסק געווען, מיין העמד איז געווען רויט פון בליט פון א זעץ וואס ער האט געלאנדעט אויף מיין נאז) ווייל איך האב געזאגט ברבים פאר א גרופע קינדער אז איך האב נישט מורא פון אים, היינט ווייס איך אז דאס איז ס"ה געווען א פריוו צו ווייזען די אנדערע קינדער ווי מעכטיג איך בין.
אין ישיבה קטנה האט מיר דער ראש ישבה אריינגעריפן עטליכע מאל אין זיין אפיס פאר א שמועס, צו מאכן זיכער אז איך פארדארב נישט אנדערע בחורים ל"ע, און אויך צו הערן ווי איך האלט מיט מיינע נסיונות, דאס איז געווען זיין וועג פון קעיר נעמען פון מיר, אויך פלעגט ער אלס אוועקנעמען גבאות פון מיר און שטעלן אנדערע ווען און ווי ער האט נאר געקענט, שטייצעך אז דאס אלעס האט נישט געהאלפן מיין פילען ווי א יש, ממילא בין איך אלס געלאפן צו די זאך וואס האט מיר ארויסגענומען פונעם הוה פאר עטליכע מינוט, בשעת'ן טהון דאס האט מיר גארנישט געבאדערט אדער געפעהלט, אלעס איז געווען צוקער זיס.
המשך יבא אי"ה.