ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: שמואלי'ס טרעד 925 באזוכער

שמואלי'ס טרעד ג' אב התשפ"ב 2:56 PM #293035

  • שמואלי
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 77 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
איך בין ממש איבערגענומען פון וואס גייט דא פאר.
איך קום זיך נישט איבער פון די אפענקייט און שטארקייט צווישן יעדן איינעם דא.

איך בין אויף העווי טערעפי און ריק זיך שטארק
און איך ווייס אז עס איז ריכטיג צו רופן ווען מ'פילט מ'איז אין א שווערע מינוט
אבער איך האב נישט עכט וועמען צו רופן - א חוץ מיין טערעפיסט און סקומט אהן שווער
דא טרעף איך צום ערשטן מאל חבירים וואס גייען אלע דאס דורך און סטראגלען און שרייען איינער צום צווייטן: שטארק דיר! האב נישט קיין מורא! אונז זענען מיט דיר!

מיין ציל איז איך וויל נישט צו לאסטן !!!!!!!!!!
(אינקלאודינג אלעס וואס איך טוה צו אנטלויפן פון די וועלט און זיך אנשלאגן מיינע ביינער און געפילן און זאגן צו מיר אליין: "שמואלי ביסט א שלעכטע אינגערמאן!")
יא איך ארבעט ביז יעצט צו מחשיב זיין יעדע קליינע פעולה וואס איך טוה
אבער אסאך מאל מאכט עס מיר זיך נארן צו פילן אז זאכן זענען אוקעי און שטייען גוט.
אבער טיעף טיעף אין מיין הארץ איז דא א פלאץ וואס לאזט זיך נישט נארן און פילט די פעטש וואס איך גיב איר און איך לאז עס נישט ארויפקומען און פילן.

פלוצלינג טרעף איך זיך צווישן חברים וואס ברעכן אויס אלעס! אלעס! זיי זענען עכט אפען מיט זייערע טיעפע פלעצער! און ביי יעדע שוועריגקייט שרייען זיי: העלפטס מיר! הצלה!

איך וויל זיין א חלק פון ענק!

איך וויל זיך אפטיילן פון דעים ווייל דאס הארגעט מיר!
עס שלאגט מיר!
איך פיר זיך אויף ווי נישט דאס וואס איך בין !
איך דארף הילף!
(יעצט וויין איך שוין......)
לעצט פארראכטן: ג' אב התשפ"ב 2:59 PM דורך שמואלי.

ענטפער: שמואלי'ס טרעד ג' אב התשפ"ב 2:59 PM #293036

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 209 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 699 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1674
  • האט שוין געלייקט: 1358 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2981 מאל

שלום עליכם!

מאך דיך באקוועם,
ביסט אויף די ריכטיגע פלאץ בעז"ה!

איך דאנק דעם אויבערשטן פארן מיך צו שיקן צו די היימישע SAAPP  צוועלף סטעפ גרופע וואס האט געראטעוועט מיין לעבן מאפילה לאורה. פאר מער אינפאו וועגן די גרופ קענט איר קאנטאקטן גענצליך אנאנימוס:
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: שמואלי'ס טרעד ג' אב התשפ"ב 3:14 PM #293037

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2553
  • האט שוין געלייקט: 1255 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4063 מאל

טייערע שמואלי, ביסט געקומען צו די ריכטיגע פלאץ.
איך קען דיר זאגן, אז איינע פון מיינע גרעסטע ישועות דא איז געווען טאקע די נקודה פון זיך קענען ארויס געבן פון הארץ, זיך גיסן דאס הארץ - אבער פון אלעס אלעס, אלע ווייטאגען וואס איך האב דארט געהאלטן יארן לאנג, אלע אייטער וואס האט זיך דארט צאמגעזאמלט, אלע וואנדן וואס האבן זיך דארט צאמגעקליבן.
אלעס איז ארויס, געמאכט קלין. געשפירט ווי איך באקום א נייע הארץ. ריכטיגע קטן שנולד דמי.
נאר ווען איך האב אויפגעהערט מיר אליין צו שמייסן כסדר, האב איך געקענט אנהייבן עפעס טוהן.
איך ווייס היינט אז בין א גוטע מענטש, אן ערליכער, אפילו א ירא חטא און ירא שמים, איך וויל נישט זינדיגן, איך בין מכיר אין מיינע טאלאנטן, איך האלט נישט אין איין מיר אוועק מאכן און מבטל זיין, איך האב אנגעהויבן קענען מקבל זיין קאמפלימענטן.
און דאס איז נישט קיין סתירה צו דעם וואס איך ווייס אז איך האב אויך א געוויסטע פראבלעם, א שווערעקייט, א שווערע תאוה - וואס איז מוז קעיר נעמען דערפון.
ס'נישט קיין סתירה, און די תאוה מאכט גארנישט אוועק די גוטע חלקים.
נאר מיט די בליק, מיט זיך אנקוקן מיט א פעזאטיווע בליק - האב איך געקענט אנהייבן עפעס טוהן.

שמואלי, חזק ואמץ, עס קומען בעז"ה גוטע צייטן. בלייב דא, הייב אן קענען אמתדיג די "אמתע שמואלי", לטב ולמוטב, זיי מכיר אין דיינע מעלות און שרעק זיך נישט אז דו האסט אויך שווערעקייטן, מיר זענען אלע בשר ודגים.

הייב אן מיט א רעכטע פיס וה' יצליח דרכך.
האסט דא א גאנצע מחנה פון חברים נאמנים וואס וועלן צולייגן א פלייצע און האנט, און די עיקר: הארץ מיט געפיל. יעדער פארשטייט דיר און קיינער קוקט דיר בכלל נישט אראפ.

שמואלי, אחינו אתה, מלגיונו של מלך.

עס וועט מקויים ווערן די פסוק "וְהַנַּעַר שְׁמוּאֵל הֹלֵךְ וְגָדֵל וָטוֹב גַּם עִם ה' וְגַם עִם אֲנָשִׁים"

אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל אֲדֹנָ"י אֶתְחַנָּן.
מַה בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל שָׁחַת הֲיוֹדְךָ עָפָר הֲיַגִּיד אֲמִתֶּךָ.
שְׁמַע ה' וְחָנֵּנִי ה' הֶיֵה עֹזֵר לִי.
לעצט פארראכטן: ג' אב התשפ"ב 3:25 PM דורך נישט שפעט.

ענטפער: שמואלי'ס טרעד ג' אב התשפ"ב 3:18 PM #293040

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1276 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 578
  • האט שוין געלייקט: 765 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 883 מאל

שמולי צום ערשט שלום 

איך פריי מיר אז די האסט דערגרייעט א פלאץ ווי די האסט שוין געוואלט זיין לאנג 

דאנק די באשעפער די ביסט דא אין די צייט וואס אנדרע זיכן נאך 

ענטפער: שמואלי'ס טרעד ג' אב התשפ"ב 3:22 PM #293043

  • alefbeisveis
  • איצטיגע שטרעקע: 267 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 267 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 376
  • האט שוין געלייקט: 1725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 351 מאל

ברוך הבא שמואלי! מאכט אייך באקוועם!

ענטפער: שמואלי'ס טרעד ג' אב התשפ"ב 3:30 PM #293047

  • שמואלי
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 77 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

אההההההה
עס איז אזוי געשמאק די אויפנאמע
איך האב די שבת געהאט א שבת וואס כהאב נאכקיינמאל נישט געהאט
וואוסענדיג אז מיין ריינקייט האט סאך א שטערקערע טשאנס אנצוהאלטן באמת 
און נישט פלעין אז היינט בין איך אין א גוטע מצב און איך ווייס קלאר אז מארגן גייט זיין פארקערט

לעצט פארראכטן: ג' אב התשפ"ב 3:41 PM דורך שמואלי.

ענטפער: שמואלי'ס טרעד ג' אב התשפ"ב 3:39 PM #293048

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2553
  • האט שוין געלייקט: 1255 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4063 מאל
שמואלי געשריבן on ג' אב התשפ"ב 3:30 PM:

אההההההה
עס איז אזוי געשמאק די אויפנאמע
איך האב די שבת געהאט א שבת וואס כהאב נאכקיינמאל נישט געהאט
וואוסענדיג אז מיין ריינקייט האט סאך א שטערקערע טשאנס אנצוהאלטן באמת 
און נישט פלעין אז היינט בין איך אין א גוטע מצב און איל ווייס קלאר אז מארגן גייט זיין פארקערט


א ריכטיגע "שבת חזק"

אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל אֲדֹנָ"י אֶתְחַנָּן.
מַה בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל שָׁחַת הֲיוֹדְךָ עָפָר הֲיַגִּיד אֲמִתֶּךָ.
שְׁמַע ה' וְחָנֵּנִי ה' הֶיֵה עֹזֵר לִי.

ענטפער: שמואלי'ס טרעד ג' אב התשפ"ב 4:49 PM #293075

  • Friend
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 68 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 2325
  • האט שוין געלייקט: 951 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל
שמואלי געשריבן on ג' אב התשפ"ב 2:56 PM:
איך בין ממש איבערגענומען פון וואס גייט דא פאר.
איך קום זיך נישט איבער פון די אפענקייט און שטארקייט צווישן יעדן איינעם דא.

איך בין אויף העווי טערעפי און ריק זיך שטארק
און איך ווייס אז עס איז ריכטיג צו רופן ווען מ'פילט מ'איז אין א שווערע מינוט
אבער איך האב נישט עכט וועמען צו רופן - א חוץ מיין טערעפיסט און סקומט אהן שווער
דא טרעף איך צום ערשטן מאל חבירים וואס גייען אלע דאס דורך און סטראגלען און שרייען איינער צום צווייטן: שטארק דיר! האב נישט קיין מורא! אונז זענען מיט דיר!

מיין ציל איז איך וויל נישט צו לאסטן !!!!!!!!!!
(אינקלאודינג אלעס וואס איך טוה צו אנטלויפן פון די וועלט און זיך אנשלאגן מיינע ביינער און געפילן און זאגן צו מיר אליין: "שמואלי ביסט א שלעכטע אינגערמאן!")

האסט שוין גהערט נטע'ס ניגון?
קענסט עס טרעפן און זיין חתימה.

מען דארף זיין גוט צו יעדעם, אבער נישט מיט יעדעם,
כבדהו וחשדהו

ענטפער: שמואלי'ס טרעד ג' אב התשפ"ב 6:13 PM #293092

  • יששכר
  • איצטיגע שטרעקע: 56 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 56 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 105
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שמואלי די קומס אריין זייער קלאר 

דאס וואס די שרייבס
אבער איך האב נישט עכט וועמען צו רופן - א חוץ מיין טערעפיסט און סקומט אהן שווער
איך מיין אז 65% וואס א טערעפיסט טוט אויף איז אז ער הערט דיך אויס 
דאס האסטו דא אויף זייער א שטארקע פארנעם, אין מען קען אייביג שרייבן 24/6


הייליגע באשעפער איך בעט דיר האלט מיך היינט ריין.

ענטפער: שמואלי'ס טרעד ג' אב התשפ"ב 6:20 PM #293093

  • שמואלי
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 77 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שכח יששכר
יא דו ביסט גערעכט איך מיין אז עס איז אפילו מער ווי 65% וואס ער הערט אויס
און ער זאגט מיר אז איך זאל אים אלעמאל רופן / לאזן מעסידזש 
אבער איך ווייס אז ער רופט ערשט צוריק שפעטער / מארגן
דא............ איז גאנץ אן אנדערע מעשה: ווי נאר איינער זאגט עפעס קומט אים די גאנצע עולם אנטקעגן מיט ברייטע הערצער און באגיסן אים מיט וואס ער דארף!

אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.64 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא