ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: אריינפיר צי די 90 טאג טשארט 2333 באזוכער

אריינפיר צי די 90 טאג טשארט כ"ב תמוז התשע"א 19:18 #233

  • עבודת_הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2688
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל
עס איז ארויסגעקומען א שטודיע אז עס נעמט 90 טאג צו טוישן די איינגעפונדעוועטע ליניעס וואס האבן זיך אנטוויקלט אין די מוח פון א מענטש דורך זיין אדיקשאן.

אזוי זאגט די הייליגער נועם אלימלך און צעטל קטן וזלה"ק
האדם לא נברא בעולם רק לשבר את הטבע ....ישבר את טבעו מ יום רצופים לעשות דוקא להיפך ......כי הרגל של כל דבר נעשה שלטון ......ומשם ואילך מן השמים יעזרוהו להיות מוסיף והולך בשבירת מדות הרעות עד תומם:
די הייליגער רבי ר' אלימלך רעדט דארט פון די פאלגענדע מידות, עקשנות, עצלות, בושה רעה, פארשטייט זיך אז מער ווי מ' יום איז זיכער נישט מפסיד, כל שכן ביי מידות היסוד איז כל מן דמוסיף מוסיפן ,


די ארגענעזאציע "היט דיינע אויגן" איז דא, ארויס צי העלפן, און באגלייטן, און מיט גיין מיט אייך, און אייך מחזק זיין, במשך דעם לאנגען/קורצען וועג פון הרגל נעשה טבע,
מיטן כח הרבים, מיט די הילף פון דאגה בלב ישחינה, מיט די מציאות פון צרות רבים חצי נחמה,
וועט איר דורך גיין דעם וועג און אנקומען צום ציל פון "הרגל של כל דבר נעשה שלטון"

עס איז דא א טשארט פון 90 טאג וואס דורך דעם האלט מען חשבון ווי לאנג מען האלט זיך שוין ריין, (לויט די תקנות) פאלגט נאך אלע דיטאלן און כאפט זיך מיט אויפען וואגן,
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"ד תמוז התשע"א 14:03 דורך .
The topic has been locked.

בעניין: אריינפיר צי די 90 טאג טשארט כ"ב תמוז התשע"א 19:20 #234

  • עבודת_הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2688
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל
אלעס וואס איר זעט דא און דעם אשכול איז א איבער טייטש פון די פאלגענדע בלאט,  ----->  guardyoureyes.org/woh/WOHRules.php
ביטע גארנישט מגיב זיין דא און דעם אשכול כדי ווער עס וויל עס ניצען זאל נישט צימישט ווערען, א דאנק



מיר האבען געמאכט א ספעציעלע פלאץ אינעם פארום פאר אלע חברים וואס זענען אויפן טשארט, ווי זיך צי האלטען פארצייכענט במשך די 90 טאגאיגע נסיעה,

www.guardyoureyes.org/forumyid/index.php?topic=19.0



ווילט איר וויסען אויב די 90 טאג טשארט איז פאר אייך?
אויב אייער תירץ אויף די קומעדיגע 4 קשיות זענען "יא" דאן איז דאס פאר אייך,

1) זענט איר אויפריכטיג מיט זיך און מיט אייער מצב?

2) זענט איר שוין ריין לכה"פ 3 טעג?

3) זענט איר ערנסט דערביי צי ענדיגען אייער ביז איצטיגע התנהגות?

די וויכטיגסטע פון אלעם:
4) זענט איר גרייט זיך פון היינט זיך צי פירען מיט א שטרענגע ערליכקייט?

אויב אייער תירץ אויף איינע פון די קשיות איז ניין וועט די דאזיגע סיסטעם אייך נישט קענען העלפען,
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"ד תמוז התשע"א 14:05 דורך .
The topic has been locked.

בעניין: אריינפיר צי די 90 טאג טשארט כ"ג תמוז התשע"א 14:36 #246

  • עבודת_הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2688
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל
תקנות

1) זיך איינצישרייבען, דריקט דא --->  www.guardyoureyes.org/woh/signup.php


2) א יעדע באניצער דארף זיך אליין אויפרישען זיין טשארד.
א יעדעס מאהל וואס איר פרישט אויף די טשרט  וועט  די סיסטעם האלטן אליין חשבון וויפול טאג איר זענט  שוין ריין, און אויף וועלעכע דרגה איר האלט, (לויט די דרגות איינגעטיילט דורך די 90 טאג פראגראם.


3) א יעדע מעמבער, דארף אויפרישען זיין טשארט כאטשיק איין מאהל א וואך.


4) אויב איר פרישט עס נישט אויף, לענגער פון א וואך, ווערט אייער נאמען רויט.


5) אויב עס גייט דורך צוויי וואכען און עס ווערט נישט אויפגעפרישט, דאן פאלט ארויס אייער נאמען פון די טשארט,

(אפילו אויב איינער פאלט ארויס פון די טשארט, בלייבט אבער נאך זיין נאמען און סיסטעם, און אויב וויל ער נאכאמאהל אנהויבען די טשארט, דארף מען נאכאמאהל אריינסיינען און דרוקן edit profile און אויסוועלען Put me on the chart)


6) נאכען זיך איינשרייבען, קענט איר דא דריקען כדי אריינציסיינען --->  guardyoureyes.org/woh/login.php
לייג אריין דיין username און password וואס איר האסט זיך אויסגעוועלט,


7) יעצט קענט איר אויפרישען די טשארט, אויב זענט איר נאך ריין, דאן וועלט אויס Still Clean און נאכדעם דריקט Update Chart

אויב האט איר געהאט א פאל (זע שפעטער און תקנה 8 ) דריקט I had a fall און וועל אויס די טאג פון די פאל, און אויך די פרישע אנפאנג טאג,

די טעג וואס איר האט זיך אנגעזאמלעט ביז יעצט וועט ווערען ציגעלייגט צי דיין אנגעזאמעלטע טעג אויף דיין טשארט, (דאס הייסט דער סיסטעם וועט עקסטער האלטן חשבון אויפן סך הכל פון דיינע ריינע טעג אפילו אויב עס זענען געווען דורכפאלן אינדערמיט. די טאג פונעם פאל ווערט פארשטייט זיך נישט גערעכנט).


8.) וואס ווערט אנגעריפען א פאל, אז מען זאהל דארפן אנהייבן נאכאמאהל ציילען,?

עס איז דא וואס עס ווערט אנגעריפען א גליטש, און עס איז דא וואס ווערט אנגעריפען א פאל,
אויב האט איר געהאט א גליטש, דארפט איר נישט אנהייבען נאכאמאהל די טשארט, אויב האט איר געהאט א פאל, דארפט איר יא אנהייבען נאכאמאהל די טשארט,

א פאל מיינט איינע פון די קומעדיגע זאכען,

1) בכוונה זיך רייבען (מאַסטערביישאַן),

2) בכוונה קוקען נישט איידעלע וועב זייטלעך,

3) בכוונה אנריפען נישט איידעלע טעל נאמערן,

4) בכוונה אויף זיכען און ליינען אויפרייצענדע מאטריאל,

5) ערגערע זאכען פון די אויבען דערמאנטע, וואס מען דארף דאס נישט שרייבען,

בשייכות צי פאל (2) און (4)
אויב איינער האט עפעס באמערקט בטעות, און עס פירט עם אביסעל אראפ פון די שינעס, און ער קוקט ווייטער,
אדער איינער האט געזעהן א געוויסע לינק, און ער האלט זיך נישט איין, און ער דריקט עס,
אויב כאפט ער זיך צירוק און די ערשטע פאר סקאנדעס, ווערט עס פארעכענט פאר א גליטש און נישט פאר א פאל,
אויב אבער ער גייט ווייטער אן מיטן קוקען שלעכטע וועב זייטלעך חס ושלום, פארשטייט זיך אז דאס ווערט אנגעריפען א פאל, און מען דארף אנהויבען נאכאמאהל די טשארט, דורך לאזען וויסען פאר די סיסטעם, בשעתן אויפרישען די טשארט,

אויך, אויב איינער וויל, קען ער אליין מאכען פאר זיך, גדרים וואס ער וויל אנריפען א פאל, און ער קען זיך אליין אויסוועלן ווען ער וויל נאכאמאהל אנהייבען די טשארט,
עכ"פ ווי לאנג מען איז נישט נכשל געווארען און די אויבען דערמאנטע פינעף אויסגערעכענטע זאכען, מעג מען בלייבען אויפען טשארט אויב מען וויל.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: כ"ד תמוז התשע"א 14:09 דורך .
The topic has been locked.

בעניין: אריינפיר צי די 90 טאג טשארט כ"ג תמוז התשע"א 22:43 #261

  • עבודת_הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2688
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל
דא ברענג איך אייך אראפ אלע לינקס וואס איז נוגע די 90 טאג טשארט,




דא קענט איר מיט האלטן די ווי אנדערע חברים האלטן, מיטן 90 טאג טשארט,

guardyoureyes.org/woh/90day.php



דא קענט איר אריינסיינען כדי אויפציפרישען אייער טשארט,

guardyoureyes.org/woh/login.php



די תקנות פינעם טשארט וואס ווערט שוין דא און דעם אשכול איבער געטייטשט,

guardyoureyes.org/woh/WOHRules.php



דא קענט איר זען ווי אזוי דער סיסטעם טיילט איין אלע מדרגות, לויט ווי לאנג מען איז ריין,

guardyoureyes.org/woh/Levels.php



דא קען זיך א נייע מעמבער איינשרייבען,

www.guardyoureyes.org/woh/signup.php



90 טאג פארום און ענגליש

www.guardyoureyes.org/forum/index.php?board=4.0



90 טאג פארום און אידיש (חדש)

www.guardyoureyes.org/forumyid/index.php?topic=19.0



דא קענט איר דאנלאדען א פירוואטע 90 טאג טשארט, איר קענט דאס ארויספרינטען און האלטען אליין חשבון,

guardyoureyes.org/woh/PersonalChart.php
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
The topic has been locked.

טעמע: אריינפיר צי די 90 טאג טשארט ט"ז חשון התשע"ה 22:53 #30561

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
בשורה טובה פאר מעמבערס וואס ווייסן נאכנישט צי זיי זענען אדיקטעד און פרובירן נאך אנדערע עצות:
מיט גרויס פרייד ווילן מיר מעלדן אז דער לאנג-ערווארטעטער "90-טעג-רייזע" טשארט וואס איז נאר געווען ביז יעצט עוועלעיבל אויפ'ן ענגלישן פארום און כדי דאס מיטצוהאלטן האט מען געדארפט זיך דארט באזונדער ארויפסיינען, איז שוין בשטומ"צ אריבערגעברענגט געווארן צום מעין אידישן סייט, וואו מ'קען זיך שוין אויפסיינען מיט א נאמען און פעסווארד (מ'קען איבערנוצן דעם זעלבן נאמען און פעסווארד פונעם פארום, אבער מ'דארף זיך פריש אויפסיינען) און אנהייבן צו פארן אויף די 90-טעג רייזע!
עפ"י רוב זענען שוין רוב ווערטער פונעם טשארט איבערגעטייטשט געווארן אויף אידיש אין די לעצטע פאר טעג.
מיר ארבעטן שווער עס צו ערגענצן, אז זאל ענדגילטיג זיין איבערגעטייטשט, כדי צו פארגרינגערן פאר אונזער אידיש-רעדנדן ציבור.
ומכאן הקריאה יוצאת!!!
אויב איר באגעגענט זיך מיט סיי וועלכן פראבלעם בנוגע דעם טשארט, אדער איר שטויסט זיך אן אין ווערטער/ווארט וואס איר האלט אז ס'נישט ריכטיג אדער נישט אזוי פארשטענדליך איבערגעטייטשט געווארן, אדער נאך בכלל נישט איבערגעטייטשט, זאל אונז ביטע קודם דן זיין לכף זכות. די גאנצע ארבעט ווערט געטון דורך אונז אליין, און ס'אוממעגליך דאס אהערצושטעלן פראפעסיאנאל אן דעם הילף פונעם ציבור!
ביטע דאס אונז אינפארמירן דורך מיר שיקן אן אימעיל, און מיר וועלן עס אי"ה פאררעכטן גאר אמשנעלסן, ותשוחח"ל.
אונז האף מיר אי"ה גאר בקרוב צו מעלדן ווייטערדיגע גרויסע פארשריט אויפ'ן געביט פון אונזער אידישן סייט.
האלט מיר געשפאנט!
פרטים יבואו!
לעצט פארראכטן: ט"ז חשון התשע"ה 22:59 דורך .
The topic has been locked.
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.30 סעקונדעס