ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג 8827 באזוכער

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ג' אדר התשע"ה 18:27 #237123

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
בשמחה תמיד געשריבן:
קטן שנולד....
אזוינס צאמצולאכן...????




בשמחה, מיינסט איך לאך פון דיר, ח"ו, איך לאך פון מיר...
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com
לעצט פארראכטן: ד' אדר התשע"ה 01:58 דורך בשמחה תמיד.

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ג' אדר התשע"ה 18:44 #237126

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
חברים קען מיר איינער ארויס העלפן ?

איך זיך דעם קדוש בעלמאנט, ער האט דאך אין אונז הייביג אריין געבלאזן א חיות.

זיינע סימנים!
זיין נאמען: בעלמאנט.
יצטיגע שטרעקע: 138 טעג.
מעלדונגען: 31.
אונטערשריפט: רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע
לעצט געזעהן: 07 Feb 2015 23:43

אויב געזהן ברענגט אים שוין צוריק אריין צו קהליתנו הקדושה
לעצט פארראכטן: ג' אדר התשע"ה 18:44 דורך כי טוב.

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ג' אדר התשע"ה 21:53 #237130

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
אה! א גוט יאר חברים וידידים א לעכטיגע חודש פאר אלע.

אזוי ווי איר פרעגט נאך מיר, יא איך בין דא און איך בין געווען די גאנצע צייט נאר איך בין נישט אלץ מגיב קודם ווייל איך האב ליב צו שרייבן נאר לענין און נישט פארקריכן, און צווייטענס צו שרייבן דברים של טעם דארף מען האבען ישוב הדעת און סייעתא דשמיא נישט אלץ איז די ריכטיגע מינוט, אויך בין איך ב"ה גאנץ פארנומען מיט חיי יום יום ווי אויך מיט עטליכע חברים בפרטיות, אבער איך וועל בל"נ משתדל זיין ווי ווייט מעגליך ארויסצוהעלפן דא אויפן פארום, יהיו לרצון אמרי פינו והגיון לבנו לפניך.

איך וועל דא בעטן "פערזענליך" (הגם אלע האבן שוין געבעטן פריער) הרב הצדיק ר"ר משכני אחריך ונרוצה שליט"א זאל מוחל זיין און נאכגעבן פאר אונז (נישט פארן יצה"ר) און מתחיל זיין דעם נייען פארום "ומשלוח מנות איש לרעהו" און מיר אלע חברים וועלן מפציר זיין און מתפלל זיין לישועתו און עהם מיטנעמען אויף די נסיעה בשעטומ"צ.
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ד' אדר התשע"ה 02:00 #237144

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
דאס טייטש אז מ'זוכט אמת'דיג טרעפט מען....
מ'האט איהם געטראפן לויט די סימנים

בעלמאונט איז געהעריג דא....
משכני דער גאנצער עולם איז דא פאר דיר!!

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ד' אדר התשע"ה 02:02 #237145

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
קטן שנולד געשריבן:
בשמחה תמיד געשריבן:
קטן שנולד....
אזוינס צאמצולאכן...????




בשמחה, מיינסט איך לאך פון דיר, ח"ו, איך לאך פון מיר...


די לאכסט נישט חלילה פון דיר... די לאכסט פונעם אלטן נאר וואס מיינט אז ער און די זענען איינס....
אויף דעם קען מען שוין איינמאל לאכן....


קטן שנולד געשריבן:
:

:

משנכנס אדר מרבין בשמחה!

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ד' אדר התשע"ה 06:57 #237152

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
געהערט א טייער ווארט
וואס איז פשט "כשם משנכנס אב ממעטין בשמחה, כך משנכנס אדר מרבין בשמחה"
וואס איז דער "כשם"?
נאר פונקט ווי אויב איינער קומט אריין ערב תשעה באב אין ביהמ"ד מיט א טאץ פלייש און א פלעשל וויין און מוזיק, וועט אים יעדער אנשרייען
"פונקט אזוי!!!" אויב איינער קומט אריין אין חודש אדר אין ביהמ"ד מיט א לאנגע נאז, דארף אים יעדער צו אנשרייען
"ווי שעמסטו דיך נישט אזוי ארימצוגיין אין חודש אדר?"
(אדמו"ר מבישטינא שליט"א)
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ד' אדר התשע"ה 12:23 #237168

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
כעוורע...
הייבט'ס די געמיטער....
ס'איז אדר אויף דער וועלט!!!!!

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ד' אדר התשע"ה 18:31 #237181

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
ווער עס טרעפט נאר א געמיטער אויף דער ערד
זאל זעך מוחל זיין אראפבייגען און דאס אויפהייבען
מען דארף נאר אויפפאסען אמאל קען די ערד זיין שפיגעלדיג, און מען וועט טרעפן די אייגענע געמיטער און מיינען אז עס איז געפאלען, זאל מען זיך נישט שרעקן, עס איז נאר א שפיגעל
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ד' אדר התשע"ה 18:43 #237183

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
ברוכים הבאים בשם ה'

מיט גרויס פרייד נעמען מיר אן די גוטע נייעס אז הקדוש בעלמאנט איז דא צוריק, און נישט סתם צוריק, ווען ער איז פון אונז אוועק איז ער אוועק מיט 138 ריינע טעג און צוריק איז ער מיט 145 ריינע טעג, דאס מיינט די פסוק לא אלמן ישראל.

אןן יעצט מורנו בעלמאנט, קענסטו מיר מסביר זעהן ווי אזוי מען דערגרייכט צו 145 ריינע טעג, האסטו נישט קיין ניסיונות? האסטו יא און די ווייסט ווי אזוי זיך מתגבר זיין ?
דבר נא.

נ.ב. שוין לאנג נישט געהערט פון אייך א גוט שטיקל חיזוק.
לעצט פארראכטן: ד' אדר התשע"ה 19:08 דורך כי טוב.

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ד' אדר התשע"ה 19:48 #237189

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
רבינו בעלמאנט...
דער כי טוב האט אן גוטע שאלה... אפשר קענסטו אונז לערנען דיין וועג???
מיר ווילן אויך אהינגיין!!!!

קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ה' אדר התשע"ה 17:42 #237263

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
מורי ורבותי אחי וריעי, ידידי היקרים פון די הייליגע חבריא הד"א GYE, הע"י.

אזוי ווי אלע פרעגן ווי אזוי האב איך מצליח געווען עד הנה וואס איז דער סוד הדברים?, לאמיר זיך אביסל אויסשמוסען דא, זאל זיך קיינעם נישט דאכטן אז דער בעלמאנט א צדיק מיום הולדו נאר אביסל פארכאפט אבער אלעס איז מער ווייניגער בסדר, להד"מ, שוין פון אלץ קליין קינד לייד איך שוין, קיינמאל בין איך נישט געווען עפעס א זאך, מיינע רבי'ס אין חדר האבן שוין געזאגט א שאד אויף אזעלכע כישרונות וואס ווערן נישט אויסגענוצט.

איינער (צו נאך) האט מיר מצער געווען בילדותו מיט די ענינים, נעבעך א פארוואגלטע איד זאל זיין נשמה האבן א תיקון, און אזוי שלעפט זיך עס, אלץ בחור בין איך געפאלן מער, א משגיח האט אמאל מיר געזאגט א קאצקע ווארט אויף קדושה אבער האט זיך נישט אפגעגעבן מיט'ן פראבלעם, און אזוי בין איך געווארן אן אלטען בחור א שייגץ דורגעפאולט פון אינעווייניג נאר אינדרויסן האט אלעס אויסגעזען פיין, ענדליך האב איך חתונה געהאט מיט מיין באשערטן זיווג.

אלע ווייסן אז די נסיונות לויפן נישט אוועק נאך די חתונה צומאל ווערן זיי ערגער, צוויי יאר שפעטער בין איך געפאלן צו א נידריגע שטאפל וואס מ'קען נישט בכלל ארויס שרייבן, און אזוי שלעפט זיך עס שוין לאנגע יארן, אינדערצווישן איז אפיר געקומן די טריפ'נע כלים מכלים שונים ווער קען זיך דען אפרייסן דערפון, מיט אלע מיני קבלות וואס איך האב געמאכט הונדערטער מאל פראבירט בין איך אלץ ווידער געפאלן, חוץ פון דעם וואס דער לעבן איז מיר געווארען א גהינום מבית ומחוץ מיט כל מיני צרות איך וועל נישט מפרט זיין, אין בודאי זיך נישט מתרעם זיין אויף מיין דערבארימדיגער פאטער וואס אלעס וואס ער טוט איז כולו טוב.

ברוב רחמיו וחסדיו בין איך די לעצטע פאר יאר אנגעקומען צו געוויסע שינוים אין מיין לעבן הן מצד מחשבה הן מצד מעשה, איך האב געלערנט אביסל וואס מיינט אמונה, וכן האב איך א קשר נפשי מיט געוויסע חשובע אידן גדולים וטובים, (הגם דאס האט נאכנישט צוגברענגט מיין ריקאווער"י) איך בין עלטער געווארן און פארשטיי היינט פיל מער און בעסער.

די הקדמה האב איך געשריבן עטליכע וואכן צוריק און יעצט דאס דא אריינגעלייגט, פארוואס? כדי איר זאלט וויסען אז איך בין נישט א חשובע מענטש צו א בעל מדריגה, א פשוטע אינגעמאן א בעל הבית פון די שוואכסטע ברוחניות, א גראבע בעל עבירה וואס קען אפשר אביסל חסידות [איך פראווע נישט דא קיין שום עניוות דאס איז ליידער דער ריינע אמת]. לולא חסדי השי"ת וואס איז פושט ימינו וידו לקבל שבים ער ווייסט באמת וויפיל אונז אלע ווילן תשובה טוען און זיין ערליך.

ובכן וועל איך אביסל שרייבן ווי איך זעה די זאך די לעצטע צייטן ביי מיר און אפשר איז אזוי אויך ביי אנדערע, מיין רצון זיך צו פארבעסערן האט געברענט אין מיר אזוי שטארק נישט פון צדקות ווייל איך בין קיין צדיק נישט, נאר איך לעכצט נאך א נארמאלע לעבן פון ישוב הדעת און רואיגקייט, אמת אז די נקודה פנימית פון יעדן איד וויל באמת זיין גוט, אבער דאס איז נאכנישט גענוג שטארק קעגן דעם יצר, מיין לעבן איז פשוט געווארן אומדערטרעגליך ווי מ'רופט דאס unmanageable איך בין געקומן צו די הכרה אז אן דעם וואס דער רבש"ע נעמט איבער דער מלחמה איז דער יצר מנצח בוודאי.

דער גרויסע בעל הרחמים האט מיך דא אהער געפירט, (אויפן ענגליש'ן זייטל) איך האב אנגעהויבן צו ליינען און ס'האט מיר באנומען קאלט'ס אין ווארימס געמיינט האב איך אז דאס הארץ גייט פלאצן די אויגן גענומען זיך רינען דער גאנצע גוף צושוויצט זיך וואס איך זעה דא, געמיינט האב איך אז איך בין אליין אינ'ם פעקל איך מוטשע זיך מיט יסורי הנפש וואס קיינער קען נישט פארשטיין נאר דער יודע תעלומות, מיטאמאל לערן איך אז פילע מוטשנען זיך אזוי, דאס האט מיר געגעבן א שטארקע שטופ אריינצוקומען און זיך איישרייבן אלץ חבר, זיך מקשר זיין בקשר אמיץ און אנגעהויבן ציילן צדי"ק ימי טהרה, אנגעפאנגען מיט 1! און ליינען און מגיב זיין כפי הצורך, דער עיקר וואס ס'האט אויפגעטון איז מיר ארויס געשלעפט פון איינזאמקייט loneliness און ברוב חסדיו האט ער מיר געשיקט א חבר נאמן ווי ס'שטייט אין צעטיל קטן פון ר"ר אלימלך זי"ע סעיף י"ג, און ער ענדיגט צו "והוא סגולה נפלאה" אויף וואס איך קען עדות זאגן בפה מלא.

זייער פיל האב איך געליינט אויף די פארום'ס ס'האט מיר פיל מאל גברענגט טרערן פון די מכאובים ויסורים וואס מאנכע גיין אדורך, ס'האט מיר געלערנט אז נישט וואס מ'זעט מיט די פליישיגע אויגן איז וואס ליגט אונטער דעם, רובא דרובא זענען בעלי יסורים פון די סאמע ערשטע קלאס, און די שיינע אויבן-אן אידן זענען גאר זייער פארפלאנטערט רח"ל, עליונים למטה ותחתונים למעלה!.

דא וועל איך באטאנען זייער א וויכטיגע נקודה, דער ענין פון 12 סטעפ"ס און SA מיטינג"ס איז זייער א וויכטיגער זאך "פאר דער וואס דארף דאס" עס איז גאר א מצוה צו גיין און אויך צורעדן אנדערע וואס דארפן דאס, אבער ס'איז נישט יעדער גלייך אין דעם, מ'האט שוין געזען אזעלעכע וואס זענען נישט געגאנגען און האבן מצליח געווען ב"ה ארויסקריכן פון די בלאטע, די יסודות זייערע שטיין שוין און אונזער הייליגע ספרים פון די אנפאנג תורה מסיני ביז צו די הייליגע ספרי מוסר וחסידות, עס קען זיין זייער בייהילפיג אפי' די וואס גיין נישט צו ליינען די סטעפ"ס.

איך גיי דא בעטן מחילה ביין עולם אבער איך האב נישט קיין ברירה נאר ארויסזאגן דעם אמת כמות שהוא,
"דער וואס וויל זיין ריין ערליך הייליג"

"מוז זיין גרייט אוועקצוגעבן פון זיך אלעס מיט מסירת נפש ממש"

איך בין געקומן צו די הכרה אז מיין לעבן קען ווייטער אזוי נישט גיין, טוב מותי מחיי, נאר אויב קען איך לעבן ווי א ערליכע איד.

אוועקגעבן פון זיך מיינט אלעס אלעס אלעס, (ואפי' דברים שבין איש לאשתו) די אינטערנעט די וואטסעפ דער סמארטפאון די ווידיאס יו טויב וכל המינים, נישט קוקען אויפ'ן גאס אויף נשים קיין חילוק אידישע אדער גויטע'ס מיידלעך צו אנדערע, (פאר מאנכע אויך אין מקוה) קליידער געשעפטן וכדו' ליין מאטריאל מאגאזינען אפי' כמעט כשר'ע נייעס וועבזייטלעך למיניהם, די אויערען נישט צוהערן קיין אומריינע וויצלעך Jokes וואס לפעמים זענען אינגעלייט נישט נזהר בזה, נישט ארויסרעדן קיין דברי נבלה וכדו', די אויגען אוי די הייליגע אויגן וואס מיר האבן מטמא געווען זאלן מיר חלילה נישט איבערחזרן די אלטע נאר דאס אויסוואשען מיט הייסע טרערן און זיי מטהר זיין, אין די מחשבה היטן מכל דבר רע אוועקשטופן די שלעכטע מחשבות גלייך ביים אנפאנג נישט זיך אריינלאזן אין א מלחמה נאר דוחה זיין תוי"מ, אוי א שווערע עבודה.

די נקודה: "מסירת נפש אויף אלעס וואס קען טריגערע"ן" דעם קרוץ מחומר דער קליינע מענטשעלע, איר וועט דאך זיכער פרעגן-זאגן, נע דאס קען איך נישט ס'איז צו שווער די עבודה פאר מיר, ניין ניין ניין... יעדער מיט די אמת'ע קבלה קען זיך נעמען דערצו, אלע קענען תשובה טוען ואפי' אויף די הארבסטע עבירות, מ'קען זיך ארומדרייען דא אויפ'ן עולם השפל לעבן נארמאל ווי א מענטש און דאך צוקומען צן מדריגות גבוהות צו מלאכי מעלה כדאיתא בספה''ק.

איר מיינט אוודאי איך בין משוגע אדער וואס, אדער בין איך שוין דארט, לא מיני' ולא מקצתי' איך בין דאך דא אינגאנצען 100+ טעג, כ'האב נאך אפי' נישט אנגערירט דער א'ב' פון קדושה, אבער ה' יראה ללבב מיין רצון איז שטארק, יה"ר איך זאל זוכה זיין, "א מענטש דארף טוען דער מאקסימו"ם בכוחותיו און דערנאך איבערלאזן די גמר צום באשעפאר".

ועל הכל כדי צו קענען באמת זיך רייניגן "מוז דער מענטש מאכן א רוחניות'דיגע שינוי אין זיין חיי יום יום", צו ביים דאווענען, מנין, כוונת התפלה, השתפכות הנפש וכו', ביים לערנען, קובע עיתים זיין אפי' א קארצע צייט, א חברותא, שיעור, ברבים וכו' חוק ולא יעבור, און בכלל ביי שמירת המצוות מער נזהר זיין כגון נעגל וואסער ק"ש על המיטה כראוי, ועוד ועוד, אבער נישט שנעל נאר איין קבלה אויף אמאל, כדי דער מלחמה מיט'ן יצר זאל האבן א הצלחה מוז מען מאכן א כלי קיבול א גוטע, משנה זיין אביסל די שלעכטע טבעיות פונעם חומר העכור, דער רבש"ע העלפט צו יעדן וואס וויל באמת, די אלע זאכן שטיין אין די ספרים הקדושים, איך האב עס ליידער געמוזט לערנען ד"י האר"ד ווע"י אויף מיין אייגענעם נפש.

דער יסוד פון א איד איז אמונה, וואס מיינט דאס? ס'איז א תורה שלימה, צוצוקומען צום שפיץ קען קיינער נישט, אבער א איד דארף דאס לערנען און חזר'ן יעדן טאג, רעדן פון דעם אין שטוב, מיט די קינדער, חברים, ארבעטען אין דעם שטענדיג, און מתפלל זיין מיר זאלן זוכה זיין אביסל משיג זיין.

מיר האלטן ביים זכור מחיית עמלק, דער עמלק האט געוואלט אריינכאפן די שוואכע כל הנחשלים זיינע בייזע נסיונות אין עניני קדושה וואס איז פוגם די ריינע אמונה פונעם איד, מיר מוזען טוען דאס מערסטע אויסמעקען, "תמחה את זכר" דערנאך וועט דער רבש"ע מאכן "מחה אמחה", דער הייליגע רמח"ל שרייבט אזוי, אמונה און קדושה זענען זאכן וואס א מענטש קען נישט אנקומען אויבן אליין, אבער אויב רייסט ער שטיקער פון זיך און איז שואף אנצוקומען "באקומט ער דאס א מתנה משמים", יה"ר אז אלע זאלן אויסמעקן דעם ביטערן עמלק פון זיך און זוכה זיין צו א ישועה כללית בב"א.
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע
לעצט פארראכטן: ו' אדר התשע"ה 14:41 דורך בעלמאנט.

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ה' אדר התשע"ה 19:38 #237265

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
געוואלדיג! קלאר ארויסגעברענגט, א מחי'! כל דבריך אמת וברור!

זארג דיך נישט, נאכ'ן נעמען די שריט, און שפירן די טעם, וועט דיר יעדער מוחל זיין!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ה' אדר התשע"ה 23:15 #237272

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
אל הרב הקדוש מורנו הרב ''בעלמאנט''

קודם א ריזיגן ישר כח פאר דיין ערליכע שיינע לאנגע שמועס, איך בין ברור כשמש אז דאס האט דיר גענומען זייער זייער לאנג צו שרייבן, זאלט איר וויסן it's appreciated.

און איך פערזענדליך טי דיר שטארק דאנקען דערפאר. וועסטו זיכער פרעגן פאר וואס ?
דער תירוץ איז, ווייל רוב פאסט אין דעם פארום איז ווי שטארק איך מישע מיך, ווי טיף איך בין אין די אדמה וכו' וכו', עא''כ ווען עס קומט איינער און פארציילט אונז אזוי קלאר און דייטלעך איך קום פון דארט און האט אזוי בין איך ארויס געקראכן איז דאס א שטארקע חיזוק, ישר כח נאכאמל.

און יעצט צום עצם העניין, לויט ווי די לייגסט עס אראפ איז דאס געשען, פון איין מינוט צום צווייטן אפ געמאכט איין נאכט איך ''בעלמאנט'' גיי מיך טוישן און אויף געשטאן איז א נייער ''בעלמאנט''. וויל איך דיר פרעגן, עס לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל, אונז אלע דא (מיין איך) האבן שוין מער ווי איין מאל אפגעמאכט ביינאכט, אז געניג איז געניג, אבער אנגעלטן האט דאס אמאל פון ראש חודש תשרי ביז נאך יום כיפור, אדער ביז נאך צום גדלי', און אמאל נאר פון תענת אסתר ביז מוצאי פורים, איז קענסטו מיר אפשר זאגן ווי אזוי גייט דאס אז מען מאכט אפ אז מען פארט אויף א נייעם וועג, און מען פאלט נישט אראפ?.

דערווייל זאלסטו ווייטער מצליח זיין מעלה מעלה ווייל דאס איז פאר אונז א טובה, ווען מיר האבן דא מיט אונז אזא איינער. וואס זיינע ריינע טעג ווערן מער און מער בלע''ה.
לעצט פארראכטן: ה' אדר התשע"ה 23:17 דורך כי טוב.

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ו' אדר התשע"ה 00:52 #237289

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
בעלמאונט...
הערליך הערליך....
אזא פאוסט קולערט זיך נישט ארויס פון די ארבעל... ס'ליגט אסאך כוחות הנפש אין אזא קלארע און רייכע באשרייבונג....
יעדער איז דיר מוחל.. און נישט נאר מוחל נאר גאר דאנקבאר פאר'ן עפענען די וועג פאר אנדערע וואס ווייסן נישט וויאזוי אנצוהייבן!!!!

איך האף אויף צו מוסיף זיין מדילי אויך אסאך חומר וואס האט מיר געהאלפן און קען העלפן אנדערע, אבער נישט יעצט.... עוד חזון!!

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ו' אדר התשע"ה 00:54 #237291

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
איין זאך בשמחה זע נאר אז דער ועוד חזון זאל נישט נעמען צו לאנג. מסכים ?
לעצט פארראכטן: ו' אדר התשע"ה 00:54 דורך כי טוב.

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ו' אדר התשע"ה 00:59 #237295

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
איין טאג אדער צוויי בעזר השם... נישט מער

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ו' אדר התשע"ה 08:38 #237306

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
מורי ורבי, הצדיק האמיתי רבינו בעלמאנט שליט"א

מוראדיג מוראדיג ווי די האסט באנומען מיין הארץ מיט דיין מגילת בעלמאנט, יעדע ווארט און יעדע שורה האט מיר געברענגט א בחינה פון וגילו ברעדה, זעענדיג ווי אונזער טאטע פון הימל דרייט זיין וועלט'ל מיט זיינע מענטשעלעך מיט וועגן וואס מיר האבן ניט קיין השגה.

בעלמאנט! דו ביסט דאך מלא וגדוש, א טופח על מנת להטפיח!
דו מיר פריוואט א געוואלדיגע געוואלדיגע חיזוק און זוי אויך פאר די גאנצע קהילה!

חזק ואמץ
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ו' אדר התשע"ה 12:10 #237317

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
הרב בעלמאנט איך נעם דיך פאר מיין מורה דרך
דיינע ווערטער זענען א לעבנס הדרכה
יישר כחכם
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ו' אדר התשע"ה 12:17 #237320

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
בעלמאנט געשריבן:
איך גיי דא בעטן מחילה ביין עולם אבער איך האב נישט קיין ברירה נאר ארויסזאגן דעם אמת כמות שהוא,
"דער וואס וויל זיין ריין ערליך הייליג"

"מוז זיין גרייט אוועקצוגעבן פון זיך אלעס מיט מסירת נפש ממש"

איך בין געקומן צו די הכרה אז מיין לעבן קען ווייטער אזוי נישט גיין, טוב מותי מחיי, נאר אויב קען איך לעבן ווי א ערליכע איד, אוועקגעבן פון זיך מיינט אלעס אלעס אלעס, (ואפי' דברים שבין איש לאשתו) די אינטערנעט די וואטסעפ דער סמארטפאון די ווידיאס יו טויב וכל המינים, נישט קוקען אויפ'ן גאס אויף נשים קיין חילוק אידישע אדער גויטע'ס מיידלעך צו אנדערע, (פאר מאנכע אויך אין מקוה) קליידער געשעפטן וכדו' ליין מאטריאל מאגאזינען אפי' כמעט כשר'ע נייעס וועבזייטלעך למיניהם, די אויערען נישט צוהערן קיין אומריינע וויצלעך Jokes וואס לפעמים זענען אינגעלייט נישט נזהר בזה, נישט ארויסרעדן קיין דברי נבלה וכדו', די אויגען אוי די הייליגע אויגן וואס מיר האבן מטמא געווען זאלן מיר חלילה נישט איבערחזרן די אלטע נאר דאס אויסוואשען מיט הייסע טרערן און זיי מטהר זיין, אין די מחשבה היטן מכל דבר רע אוועקשטופן די שלעכטע מחשבות גלייך ביים אנפאנג נישט זיך אריינלאזן אין א מלחמה נאר דוחה זיין תוי"מ, אוי א שווערע עבודה.

די נקודה: "מסירת נפש אויף אלעס וואס קען טריגערע"ן"
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ו' אדר התשע"ה 13:43 #237336

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
שלו' וברכה לכל החברים הע"י

איך וויל זיך באדאנקען פון טיפן הארץ פאר אלע וואס האבן געליינט מיין "מגילת (א)הסתר", פאר אלע וואס האבן זיך באדאנקט און פאר אלע וואס זענען נתעורר ונתחזק געווארן פון דעם.

אמת! ס'האט מיר גענומען א לענגערע צייט דאס צו פארשרייבן, דארט ליגט אסאך אסאך שטריכן פון מיין צובראכן הארץ, אבער פיל מער איז וואס ס'שטייט נישט, יה"ר אז פילע זאלן נתעורר ווערן און נעמען חיזוק פון די ווערטער היוצאים מעמקי לבבי הנשבר.

איך וויל דא מודיע זיין אז: ניין דאס געשעט נישט "פון איין טאג אויפ'ן אנדערען" זיך אויפגעכאפט פון א טיפן חלום געגעבן א קוועטש דעם קנעפל און ארויסגעוואקסן א צדיק א בעל מידות א קדוש (ווי מאנכע שרייבן מיר, שקרים), נאר "איין טאג אויף אמאל" מיט נסיונות קשים ומרים מיט יסורי הנפש שאין לתאר וואס מיר אלע גייען אריבער, אבער מיט תפלה ותחנונים, דער עיקר נישט פארלירן די אמונה ובטחון אינעם חי עולמים, ער ווייסט ער זעהט ער איז דא בכל מצב שהוא ואפי' בשעת החטא וגם אח"כ, און ער ווארט אויף דער פינטעלע איד זאל זיך דערוועקען און זיך דערהייבן צו איהם.

ואני תפלה לנורא עלילה, שכל אלו הזכויות שנבראו מאלו שקראו מה שכתבתי ונתעוררו ונתחזקו מהם, יעמדו לכל אלו האנשים (הנ"ל) שיזכו עי"ז להתעורר עוד ולהתחזק עוד בתורה ויר"ש בקדושה וטהרה, ולעקור העמלק השוכן בתוכם ולקרבם אליך בתשובה שלימה, אכי"ר.

און פאר מיין פארשמירטע נשמה א תפלת עני ורש, יה"ר איך זאל מעגן תשובה טוהן אמת'דיג פאר דיר טאטע, און לעבן מיט ריינע אמונה און בטחון ברו"ג בקדושה וטהרה.
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע
לעצט פארראכטן: ו' אדר התשע"ה 14:18 דורך בעלמאנט.

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ז' אדר התשע"ה 00:06 #237360

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
בשמחה תמיד געשריבן:


איך האף אויף צו מוסיף זיין מדילי אויך אסאך חומר וואס האט מיר געהאלפן און קען העלפן אנדערע, אבער נישט יעצט.... עוד חזון!!


Reminder

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ז' אדר התשע"ה 00:17 #237364

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
איך בענק מיך זייער נאך ''ואפילו בהסתרה'' וועלכער שטייגט מעלה מעלה און אלט שוין ביי 36 ריינע טעג.

כי לו נאה כי לו יאה,

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ז' אדר התשע"ה 01:17 #237365

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
כי טוב געשריבן:
בשמחה תמיד געשריבן:


איך האף אויף צו מוסיף זיין מדילי אויך אסאך חומר וואס האט מיר געהאלפן און קען העלפן אנדערע, אבער נישט יעצט.... עוד חזון!!


Reminder


און אט בין איך דא צוריק מיט אפאר הייליגע יסודות וואס רבינו הקדוש בעלמאונט האט נישט גענוג ארויסגעברענגט, כאטש ער ווייסט עס אויך ווייל אנע דעם געשעהט נישט די געוואלדיגע שינויים

ערשטענ'ס תפילה
צווייטענס ענוה
דריטענ'ס סבלנות
פערדענ'ס אמונה ובטחון
פיפטענ'ס מידות טובות
זעקסטע חסד

דאס איז בקיצור נמרץ די יסודות פונעם פראגראם... וואס אויף דעם איז געבויעט די מהלך הרפואה אנטקעגן אדיקשאן

ווער עס וויל זאגן אז די 12 סטעפ פראגראם איז א גוי'שע זאך....????!!!!! זאל מיר ענטפערן צו די מידות וואס איך האב געשריבן האט עפעס מיט גוי'שקייט צוטוהן?????!!!!!

נאר וואס דען?
דער אויבערשטער האט געהאלפן די פאר גויים וואס האבן זיך שרעקליך געמוטשעט מיט יסורי איוב... און בלית בריריה האבן זיי געשריגן צום באשעפער נאך הילף... און דער בארימהארציגער באשעפער האט אויך רחמנות געהאט אויף זיי "ורחמיו על כל מעשיו" און ער האט זיי גע'עפענט די אויגן צו טרעפן די אמת'ע וועג פון לעבן... די לעבן פון שלוה ומנוחה

אבער פאר אונז אידן האט ער ער נאך צוגעגרייט די רפואה נאך אסאך פאר די מכה, און ער האט אונז שוין פארגעשריבן די גאנצע רפואה אין די תורה... נאר וואס דען? ליידער איז אזא טונקעלע וועלט, אז מיר האבן פשוט עס נישט געטראפן אין די תורה!!!

דערפאר וואס איז יא די עצה?
די עצה איז צו שרייען צום באשעפער!!! וויין דיך אויס און שריי צו איהם כאטש איין שעה א טאג אויף אידיש און זאג: טאטע ראטעווע!!!!
טאטע האב רחמנות און נעם מיך ארויס פון דעם שרעקליכן פלאנטער אין וואס איך בין אריינגעפאלן!!!
דאס איז יסוד א'

איי וועסטו פרעגן... איך שריי דאך שוין אזויפיל יאר צום אויבערשטן!!!! און קוק ווי איך בין נאך???!!!
וועל איך דיר ענטפערן!!! קוק ווי די ביזט!!!!
היינט ביזטו דא אין הד"א!!!
ווער האט דיך אהער געבערענגט??
ווייסטו וויפיל אידן ליידן נאך און זענען עלטער פון דיר און זענען נאכנישט אנגעקומען אהער??!!
נאר דיינע תפילות האבן דיך אהער געברענגט!! איז דערפאאר האלט אן און שריי ווייטער ווייל דאס איז עס!! דאס איז די שליסל!! גארנישט עפעס אנדער!!

צווייטע יסוד
ענוה!!
ווילאנג די האלטסט אז עפעס ביזטו... עפעס קומט זיך דיר.... די דארפסט האבן הנאה אויף די וועלט... די דארפסט קענען זיך אליין שלאגן מיט דיינע נסיונות.... אלע אלע מיינונגען אז "איך" דער גרויסער איך דארף..... דאן ביזטו טיף אינעם פראבלעים!!!!
ווען די וועסט מודה זיין: "איך בין מאכטלאז" "איך קען נישט אליין" מיין לעבן קען מער ווייטער נישט געפיהרט ווערן דוך מיר" "איך מוז אויפגעבן אויף דעם גריסן איך" דעמאלט'ס האלטסטו ביי שטאפל איינס!!!!

שפעטער וועלן מיר צוריק קומען צו די ענוה חלק פארוואס עס איז אזוי וויכטיג, צו קענען זיך היילן....
פארשטייט זיך אז אויב איך קען נישט ווער איז עס דער וואס קען קען יא?
דאס איז דער איין איינציגער אלמעכטיגער באשעפער וואס ער איז א כל יכול.... און ער קען אלעס, און יעצט האבן מיר מיך נאך א סיבה צו שרייען צום אויבערשטן,,.... ווייל איך קען נישט!! און ער קען יא... און דערפאר זיי מחליט בהחלטה גמורה!!! אז די גיבסט זיך אינגאנצן אונטער פארן אויבערשטן און אז ער זאל דיך היילן!!!

נו ווי קומט דא ריין סבלנות? אמונה און בטחון? מידות טובות?
אה דא הייבט זיך אן די איבעריגע סטעפס פונעם פראגראם!!
כדי צו פארשטיין פארוואס איז די אדיקשאן שטערקער ווי מיין אייגענע כח, און איך בין נישט בעה"ב אויף מיר זיך צו האלטן? איז וויכטיג צו וויסן אז די אדיקשאן ארבעט אזוי!!!

ווען א מענטש איז אונטער יסורים, וויל ער אנטלויפן פון יסורים!! כדי צו אנטלויפן, דארף ער טערפן עפעס א הנאה וואס איז שטערקער ווי די יסורים און דאס נעמט אוועק זיינע יסורים
דערפאר ווען א מענטש איז אונטער ווייטאג, איז ער באצווינגען דורך זיין אדיקשאן צו אנטלויפן פון זיין ווייטאג דורך'ן זיך נאכגעבן די אדיקשאן
און כדי ארויסצוגיין פון דעם דארף מען ארבעטן אויף די דערמאנטע מידות!!
אויב זאל איך עס דא מסביר זיין וועט עס נעמען א גאנצע נאכט, דערפאר שרייב איך "עוד חזון פאר דעם"

אבער בקיצור נמרץ, ווען א מענטש אנערקענט אז ער איז גארנישט... און ווען ער ווערט וויי געטוהן, איז נישט דער און יענער שולדיג נאר ער איז אליין שולדיג, און אזוי אויך אז אלעס איז לטובתו בהשגחתו העליונה להיטיבו באחריתו, דאן זוכט ער נישט צו אנטלויפן דערפון, אדרבה ער קריגט גאר הנאה און סיפוק פון די אלע ווייטאגן, און במילא ווערט ער נישט פארפירט פון זיין אדיקשאן צו אנטלויפן דערפון און צו ווערן נאכגעשלעפט צו אריינפאלן אין זיינע תאוות!!!!

חסד וועלן מיר שוין לאזן פאר א צווייט מאל, ליתן ריוח בין פרשה לפרשה!!!

אבער לסיום הענים איין גאר וויכטיגע נקודה!!!

בעלמאנט האט
איך גיי דא בעטן מחילה ביין עולם אבער איך האב נישט קיין ברירה נאר ארויסזאגן דעם אמת כמות שהוא,
"דער וואס וויל זיין ריין ערליך הייליג"

"מוז זיין גרייט אוועקצוגעבן פון זיך אלעס מיט מסירת נפש ממש"

איך בין געקומן צו די הכרה אז מיין לעבן קען ווייטער אזוי נישט גיין, טוב מותי מחיי, נאר אויב קען איך לעבן ווי א ערליכע איד, אוועקגעבן פון זיך מיינט אלעס אלעס אלעס, (ואפי' דברים שבין איש לאשתו)


און דאס איז טאקע די העכסטע שפיץ פון די פראגראם.... געב אויף אויף אלעם!!!
ווילאנג די זוכסט צו ממלא זיין דיין אייגענע הנאה וועט דיין לעבן ווערן ר"ל מער און מער חרוב!!! כדי צו לעבן במנוחת הנפש מוז מען זיך אויסלערנען צו אוועקגעבן אלעס פון זיך פאר יענעם..... אלעס פון זיך פאר יענעם... און גארנישט פון יענעם פאר דיר!!!

ווילאנג די נעמסט הנאה פון די וועלט,, ליידסטו
די רגע די גיבסט אוועק דיינס פאר יענעם, הייבסטו אן צו שפירן די זיסע גליקליכע טעם אין לעבן... מעין עולם הבא!!!!!


סבלנות האט שוין בעלמאונט ערווענט


בעלמאנט געשריבן:
שלו' וברכה לכל החברים הע"י

איך וויל זיך באדאנקען פון טיפן הארץ פאר אלע וואס האבן געליינט מיין "מגילת (א)הסתר", פאר אלע וואס האבן זיך באדאנקט און פאר אלע וואס זענען נתעורר ונתחזק געווארן פון דעם.

אמת! ס'האט מיר גענומען א לענגערע צייט דאס צו פארשרייבן, דארט ליגט אסאך אסאך שטריכן פון מיין צובראכן הארץ, אבער פיל מער איז וואס ס'שטייט נישט, יה"ר אז פילע זאלן נתעורר ווערן און נעמען חיזוק פון די ווערטער היוצאים מעמקי לבבי הנשבר.

איך וויל דא מודיע זיין אז: ניין דאס געשעט נישט "פון איין טאג אויפ'ן אנדערען" זיך אויפגעכאפט פון א טיפן חלום געגעבן א קוועטש דעם קנעפל און ארויסגעוואקסן א צדיק א בעל מידות א קדוש (ווי מאנכע שרייבן מיר, שקרים), נאר "איין טאג אויף אמאל" מיט נסיונות קשים ומרים מיט יסורי הנפש שאין לתאר וואס מיר אלע גייען אריבער, אבער מיט תפלה ותחנונים, דער עיקר נישט פארלירן די אמונה ובטחון אינעם חי עולמים, ער ווייסט ער זעהט ער איז דא בכל מצב שהוא ואפי' בשעת החטא וגם אח"כ, און ער ווארט אויף דער פינטעלע איד זאל זיך דערוועקען און זיך דערהייבן צו איהם.

ואני תפלה לנורא עלילה, שכל אלו הזכויות שנבראו מאלו שקראו מה שכתבתי ונתעוררו ונתחזקו מהם, יעמדו לכל אלו האנשים (הנ"ל) שיזכו עי"ז להתעורר עוד ולהתחזק עוד בתורה ויר"ש בקדושה וטהרה, ולעקור העמלק השוכן בתוכם ולקרבם אליך בתשובה שלימה, אכי"ר.

און פאר מיין פארשמירטע נשמה א תפלת עני ורש, יה"ר איך זאל מעגן תשובה טוהן אמת'דיג פאר דיר טאטע, און לעבן מיט ריינע אמונה און בטחון ברו"ג בקדושה וטהרה.
לעצט פארראכטן: ז' אדר התשע"ה 01:22 דורך בשמחה תמיד.

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ז' אדר התשע"ה 12:14 #237399

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
זייער זייער שטארקע יסודות והדרכה
איך האב נישט געוויסט דיך ריכטיג אפצושאצן ביז יעצט
זיי מיר מוחל
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ז' אדר התשע"ה 13:04 #237415

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
יישר כח הרב בשמחה תמיד [כשמו כן יהי' תמיד) פאר דיינע טייערע פערל ווערטער יעדעס ווארט אמת, אבער נישט פארגעסן אטאא"מ מ'קען נישט לויפן צו שנעל.
איך האב נאר אנגערירט די שפיץ אבער "ואידך פירושא זיל גמור".
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע

ענטפער: : קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ז' אדר התשע"ה 18:31 #237438

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
בשמחה ישר כח, זייער שיין אין קלאר, און ווי געשריבן פאר הקדוש בעלמאנט, איך בין ברור כשמש אז דאס האט דיר גענומען זייער זייער לאנג צו שרייבן, זאלט איר וויסן it's appreciated. וויבאלד רוב פאסט אין דעם פארום איז ווי שטארק איך מישע מיך, ווי טיף איך בין אין די אדמה וכו' וכו', עא''כ ווען עס קומט איינער און פארציילט אונז אזוי קלאר און דייטלעך איך קום פון דארט און האט אזוי בין איך ארויס געקראכן איז דאס א שטארקע חיזוק, ישר כח נאכאמל.

עס וואלט כדי געווען צו שרייבן מער יעדן טאג איבער די נושא "וכל המרבה הרי זה משובח".

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ח' אדר התשע"ה 01:39 #237447

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
יישר כח פאר די יישר כח

ס'האט טאקע גענומען אסאך צייט עס צו שרייבן


שמייכל געשריבן:
זייער זייער שטארקע יסודות והדרכה
איך האב נישט געוויסט דיך ריכטיג אפצושאצן ביז יעצט
זיי מיר מוחל


און יעצט ווייסטו שוין?

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ח' אדר התשע"ה 11:29 #237484

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
ניין
אבער איך ווייס אז איך ווייס נישט
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג י' אדר התשע"ה 02:24 #237506

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
דאס איז דאך ממש עד דלע ידע....
תכלית הידיעה שלא נדע!!!!

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג י' אדר התשע"ה 17:26 #237542

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
אוי די הארץ בענקט אזוי שטארק נאך אונזער חבר
1)''אפילו בהסתרה'', יצטיגע שטרעקע: 39 טעג: און שרייט אויס, שמע ישראל יהוה אלהינו ''יהוה אחד''.

עס קוקט מיר אויס ווי זיין שיפל פארט זיך שיין שטיל און ראוהיג אויף די וואסער, ער האט אונגאנצן פארגעסן פון אונזערע שיפעלעך וועלכע זענען נאך אלץ אויף די שטארעמישע וואסער און די שווערע כוואליעס פארפיט אונז ארויף און אראפ.
צייט צו מאכן א בלאט: 0.91 סעקונדעס