ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג 8826 באזוכער

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג י"א אדר התשע"ה 00:01 #237558

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
ווער ווייסט צו זיין שיפל פאהרט רואיג...??
איך ציטער צו זיין שיפל איז נישט חלילה פארזינקן ערגעץ במצולות ים.........

ראטעוועט'ס!!!!! ראטעוועט'ס!!
בהסתרה: קום ארויס פון באעהעלטעניש!!!!

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג י"א אדר התשע"ה 22:11 #237599

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
בשמחה תמיד געשריבן:
ווער ווייסט צו זיין שיפל פאהרט רואיג...??
איך ציטער צו זיין שיפל איז נישט חלילה פארזינקן ערגעץ במצולות ים.........

ראטעוועט'ס!!!!! ראטעוועט'ס!!
בהסתרה: קום ארויס פון באעהעלטעניש!!!!

ח''ו פאר וואס זאגסטו אזוי, אלט מיט זיינע ריינע טעג אונטער זיין נאמען ווי שיין עס שטייגט און שפראצט.

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג י"ב אדר התשע"ה 01:20 #237602

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
נישט באמערקט...
שטייט טאקע 42 ריינע טעג

יוד לה' חסדו!!!

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג י"ב אדר התשע"ה 12:27 #237616

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
ואפילו בהסתרה גייט ב"ה אויף די גוטע וועג!! הלוואי אויף מיר.
ער גייט צו דו מיטיניגס, און ער שטייגט ב"ה.
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

Re: ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ל' סיון התשע"ה 18:17 #240573

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
איך האב נישט קיין ווערטער פאר דעם אשכול. עס ממש א חיזוק ספר. איך בין מציע אז מען זאל מלקט זיין אלע טייערע ווערטער וואס דא איז געשריבן און מאכן דערפון איין תגובה. אויב קיינער וועט עס נישט טוהן וועל איך עס בל"נ טוהן ביז אפאר טאג. איך טראכט אז מען זאל עס דרוקן אין PDF אז אנדערע זאלן עס קענען אראפלאדענען פון דא.

אשרינו ואשריכם צו זיין פון אזא חברייא קדישא, וואס זענען עוסק אין אראפברענגן די שכינה הקדושה דא אויף דער וועלט אזוי עס שטייט אין זוהר הקדוש כד איתכפיא סיטרא אחרא אסתלק קוב"ה בכולהו עלמין. ברור כשמש אז עס איז נישטא קיין גרעסערע און שווערע איתכפיא ווי די אלע חברים אויף 'היט דיינע אויגן'.

כה לחי

Re: ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ל' סיון התשע"ה 19:06 #240575

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
הרב הצדיק לומד שליט"א.
אז דו וועסט דיך דרייען דא מער, וועסטו אליין איינזען אז וואס מ'טוט נישט אליין ווערט נישט געטון, און יעדער איינער קען א געוואלד צוגעבן ביים טון וואס מ'קען ארויסצוהעלפן און אויספירן מכח אל הפועל די גוטע געדאנקען וואס מ'האט

כה לחי!

קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג א' תמוז התשע"ה 16:01 #240589

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
א לעכטיג'ן חודש אלע חברים, ראש חודש איז דאך א זמן תשובה, זמן כפרה לכל תולדותם... מזבח חדש בציון תכין - דאס איז דאך ביי יעדן באזונדער, מזבח אבנה בשברון לבי (שיר היחוד), ועולת ר"ח נעלה עליו, דאס זענען די קרבנות וואס א איד איז מקריב מיט מסי"נ פאר'ן באשעפאר צו מיט די אויגן אדער במחשבותיו וכל אבריו, יה"ר עס זאל זיין אהבת עולם תבוא להם וברית אבות לבנים תזכור.
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע
לעצט פארראכטן: א' תמוז התשע"ה 16:02 דורך בעלמאנט.

Re: ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג י"ג תמוז התשע"ה 17:25 #240838

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
אזויווי איך געשריבן:
לומד געשריבן:
איך האב נישט קיין ווערטער פאר דעם אשכול. עס ממש א חיזוק ספר. איך בין מציע אז מען זאל מלקט זיין אלע טייערע ווערטער וואס דא איז געשריבן און מאכן דערפון איין תגובה. אויב קיינער וועט עס נישט טוהן וועל איך עס בל"נ טוהן ביז אפאר טאג. איך טראכט אז מען זאל עס דרוקן אין PDF אז אנדערע זאלן עס קענען אראפלאדענען פון דא.

אשרינו ואשריכם צו זיין פון אזא חברייא קדישא, וואס זענען עוסק אין אראפברענגן די שכינה הקדושה דא אויף דער וועלט אזוי עס שטייט אין זוהר הקדוש כד איתכפיא סיטרא אחרא אסתלק קוב"ה בכולהו עלמין. ברור כשמש אז עס איז נישטא קיין גרעסערע און שווערע איתכפיא ווי די אלע חברים אויף 'היט דיינע אויגן'.

כה לחי

און GYE YIDISH האט געענטפערט:

הרב הצדיק לומד שליט"א.
אז דו וועסט דיך דרייען דא מער, וועסטו אליין איינזען אז וואס מ'טוט נישט אליין ווערט נישט געטון, און יעדער איינער קען א געוואלד צוגעבן ביים טון וואס מ'קען ארויסצוהעלפן און אויספירן מכח אל הפועל די גוטע געדאנקען וואס מ'האט

כה לחי!

וועל איך לייגן א ליקוט וואס איך האב צוזאם געשטעלט פון פערל ווערטער פון חיזוק פון דעם אשכול.

ילקוט חיזוק ודברי תורה מאשכול זה י"ג תמוז התשע"ה 17:26 #240839

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
1. חברים איך וויל אויב עטס געט מיר רשות פאר לערנען א שטיקל אור החיים פון די וואך, ב. פסוק ב. אויף די ווערטער כי טוב הוא ותצפנהו. סוף פונעם שטיקל וזל''ה ''כשאמר הכתוב כי טוב הרי זה מראה באצבע כי מושלל מהיכר רע שהוא הערלה''. עפעס זאגט ער איך פארשטיי נישט פונקטלעך זיינע דברים הקדושים, אבער אזוי פיל זעה איך דא אז די ווארט כי טוב איז א רמז אויף ענייני קדושה. און אין א צווייטע שטיקל אין אור החיים די וואך ב. פסוק י. ''ותקרא שמו''. איז ער מסביר אז עס איז דא העכערע בחינות אין נעמען. ודו״ק, וק''ל (כי טוב)

2. דאס איז א שטיקל חובות הלבבות. אין שער יחוד המעשה פרק ה. לויט ווי אזוי עס איז דאס מסביר דער לב טוב.
וזל״ה
וכאשר ישדל אותך היצר לעבר עברה. עליך לשים לב ולהתבונן כמה מהר חולפות הנאותיך. גם המתרות וגם האסורות. ושהנאותיך האסורות ישאירו לך חרפה וענש בעולם הזה ובעולם הבא.
זייט איך האב געלערנט דעם שטיקל לערן איך דאס איבער יעדן טאג פאר מען הייבט אן דעם טאג. און דערנאך ווען מען גייט ארויס און דער מלאך הרע קומט בין איך זיך בתבונן אין די ווערטער. (כי טוב)

3. א ווארט אריינווארפן: ר' אשר פריינד זצ"ל האט אמאל געזאגט "די גן עדן איז גאר פיל מיט גרויסע רשעים גראבע בעלי עבירה" - וואס האבען זיך געשלאגן און זיך מתגבר געווען אויף די נסיונות. (בעלמאנט)

4. שמעתי פעם מהגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטר שליט"א בשם הבעש"ט, עה"פ אלופינו מסובלים (תהילים קמ"ד) כשיהודי מכיר שהכל מ"אלופו" של עולם יכול "לסבול" כל מה שעובר עליו. (בעלמאנט)

5. נחזור לענייננו בענין התבודדות האב איך היינט געזען א בריוו וואס דער בעל נתיבות שלום מסלונים זצ"ל שרייבט פאר די תלמידים בענין שובבי"ם, וז"ל: ועל מה שהביא החרדים מהאריז"ל שרק יום אחד בשבוע יתבודד ויתרחק מבני אדם וכו',
הנה במאור ושמש כתב כי לפני הארת אורו של הבעש"ט הי' ענין התבודדות במקום רחוק מבנ"א, אבל אחר שהבעש"ט האיר את העולם באורו, התבודדות הוא דווקא בין יהודים גם יחד, וכו' ע"כ דבה"ק...
וחושבני שאיננו צריך להוסיף עליהם.
גילוי דעת שחלילה איננו מערער או מהרהר על דרכו של רבינו נחמן זי"ע, לאו כל מוחא סביל דא, און נישט וואס איז גוט פאר איינעם איז פאר'ן אנדערען אויך גוט וד"ל. (בעלמאנט)

6. א שטיקל חיזוק פאר אונז איז די ספורנו די וואך ג. פסוק ד. וירא ה׳ כי סר לראות. להתבונן בדבר. ויקרא אליו אלהים. להודיעו. כאמרם ז״ל ״בא לטהר מסייעין אותו״
אין אידיש דער אייבישטער האט געזהען אז משה רבינו טוט עפעס א קליינע פיצלע השתדלות ״וירא ה כי סר לראות״ גלייך איז ער אים אקעגן געקומען העלפן. ״ויקרא אליו אלהים״. עכד''ה
לאמיר פראבירן דאס אביסל צו צונעמען דער הייליגער גרויסער טייערער פאטער דער זעלבער באשעפער וואס איז א קעגן געקומען משה רבינו שטייענדיג פארלוירן אין מדבר. נאכן זעהן זיין קליינע השתדלות, קוקט זיך אים אויף אונז ווי אונז שטייען פארלוירן אינעם וויסטן גלות נישט האבן׳דיג וועמען צו בעטן הילף אויף אונזער ביטערע עדיקשן. און זהעט ווי אזוי מיר האבן זיך געמישעט טאג נאך טאג יאר נאך יאר. ביז אונז האבן ביי אונז אפגעמאכט גענוג געווען. גענוג געבלאנשעט אונעם וויסטן מדבר. אונז הייבן אן צו זיכן דעם אמת. זיכן די ברענעדיגע פייער פון א עבד ה'. אונז ווילן צו גיין נענטער צום באשעפער. נענטער צום פייער.
און דער פאר טאטע זיסער טוען אונז אונזער קליינע השתדלות מיר נעמען זיך אונטער יעדן טאג עקסטער היינט גיי איך זיין הייליג ״כי סר לראות״ וויבאלד אונז זיכן דעם באשעפער. אונז זיכן וואס אונז קענען טון מער נישט צו זינדיגן. אונז קומען אריין צו גי״א. נעמען זיך דא פאר צו זיין ריין צו ציילן א טאג ריין און דערנאך נאך א טאג. האבן מיר ההבטחה ״ויקרא אליו אלהים״ דאן קומט דער אייבישטער און רופט צו אונז. ער שטרעק אויס זיין היינט און העלפט אונז אונז זאלן זיך קענען מסגבר זיין אויפן אונזער שווערען יצר הנקרא עדיקשן.
"בכל יום יצרו של האדם גובר עליו ואלמלא הקב"ה עוזרו אינו יכול לו.." (כי טוב)

7. בעלמאנט געשריבן:
נאך א געדאנק, איך האב גילערנט נעכטן די גמרא אין ברכות ל"ד, אז ר' חנינא בן דוסא איז געווען א תלמיד פון ר' יוחנן בן זכאי, מאכט זיך אז דער קינד פונעם רבי'ן ווערט קראנק, זאגט דער רבי, חנינא בני זיי מתפלל אויפ'ן קינד, וכך עשה און די גמרא איז ממשיך דארט אז ער איז געזונט געווארען, האט די רעביצן פון ר' יוחנן געפרעגט איז ער דען גרעסער ווי דיר? האט ער גענפערט ניין, נאר ער איז כעבד קמא מריה און איך בין כשַר, און רש"י הק' איז מסביר אז א עבד וואס באדינט דעם קעניג גייט אריין אלץ טוען וואס מ'דארף אן נעמען רשות, אבער א שַר איז נישט אזוי רגיל ביין קעניג!. א שטויענדע גמרא, הפלא ופלא.
לענינינו איז גאר א לימוד אז לפעמים אונזערע תפלה קען אמאל עפעס אויפטועהן מער ווי די גרויסע מענטשען, מיר זענען דאך בני בית ביי איהם אין שטוב, די צובראכענע נפשות, מרי נפש וואס רייסן פון זיך שטיקער יעדן שעה ושעה, און מיר רעדן דאך מיט אינם שטענדיג צו מיט'ן מויל ואפי' במחשבה, און ווער רעדט נאך ווען מ'טוט א תפלה טאהן פאר א צווייטן איד ובפרט ווען ער קען זיך אריינלייגן אין יעמעם'ס שווערן מצב, רעדט ער דאך מקירות לבו צום טאטן, איז דאך אוואדי דא א בחינה פון עבדא קמא מריה קען מען פויעלע'ן א ישועה ברו"ג.
זאל דער הייליגער חבריא האבען א לעכטיגע שבת שובבי"ם, און מתפלל זיין פאר'ן כלל און פאר'ן פרט זוכה זיין צו ישועות גדולות במהרה.

8. בעלמאנט געשריבן:
ברודערלעך, היינט (מאנטיג) כ"א טבת איז די יומא דהילולא קדישא פונים הייליג'ן צדיק פון ווילעדניק הרה"ק ר' ישראל דוב ב"ר יוסף זי"ע, ער האט נישט זוכה געווען איבער צו לאזן קיין דורות, צונדען א לעכטל לעילוי נשמתו קען זיין גאר א טובה פאר דעם וואס צונדט עס.
כידוע האט ער זיך אפגעגעבן מיט מאכען בעלי תשובה ובפרט בחטאי פגם ברי"ק, עס איז באקאנט דעם ווארט וואס ער האט געזאגט, איך שרייב פונעם ספה"ק שארית ישראל, וזלש"ק, שובו בנים שובבים חוץ מאחר (חגיגה טו) הפי' הוא בפרשיות שובבי"ם יש תיקון לכל הנידחים והאובדים על ידי פגם הברית, וזהו "חוץ" אפילו אותם הנשמות שפגמו מאוד שהם בבחינת חוץ מפרגודא (מחיצה) קדישא, ואפילו "מאחר" דהיינו מן ד' ד'אחד' נתהווה ר' ח"ו, כמ"ש התיקונים, יש להם התיקון באלו הפרשיות. ע"כ לשה"ק.
מוראדיגע ווערטער אידן, זייט מחזק איינעם דעם אנדערן יעדער איד ווי ער האלט נאר קען זיך דערנענטערן צו באשעפער, ובפרט בימים אלו, אבער די עבודה מיז זיין מיט שמחה נאר אזוי קען מען עפעס אויפטוען, יה"ר שיערה עלינו רוח טהרה ממקום ונזכה לשוב אליו בכל לב.

9. בעלמאנט געשריבן:
אין סלאנים האט איינער פון די רבי'ס געזאגט, מ'זאגט ביי די זמירות בעת רעוא דרעוין "ישוב לא נאמר כי אם ושב וקיבץ", אפי' אלו החטאים שכתוב עליהם שאין מועיל תשובה חלילה, כי אם ושב אם יהודי מתעקש ושב ער עקשנט זיך איין און טוט תשובה דעמאלס וקיבץ אזי יכול הוא לקבץ כל הניצוצות שנפלו בין הקליפות רח"ל.
היינט יום ה' כ"ד טבת איז געווען די יומא דהילולא קדישא פונעם אלט'ן רבי'ן דער בעל התניא זי"ע, האבן מיר געחזרט די פרקים כז-כח פונעם ספר התניא, (איינער פון די חברים האב'ן דאס אריינגעשיקט תשו"ח לו) וואס ער רופט דאס ספר הבינונים, דארט איז ער מסביר אז א בינוני איז איינער וואס האט מחשבות פון ניאוף ועוד און ער איז זיך מתגבר אויף דעם ער קומט צו וואס פאר א נחת רוח דער רבש"ע האט פון די עבודה, עס איז כדאי פאר יעדעם דאס אדורך צו לערען במתינות וימצא מרגוע לנפשו הנשבר בקרבו.

10. בעלמאנט געשריבן:

11. בשמחה תמיד געשריבן:
די באן פארט... און מ'פארט מיט מיט די ענני הכבוד ארויס פון מצרים (ענגשאפט)
איך בין נאך שולדיג מיין שובבי"ם תורה, עמיר יעצט אראפכאפן אפאר מינוט צו רעדן צו די חבריא קדישא איבער די כח הזמן פון שובבי"ם
מיר אלע מוטשענען זיך מיט די שווערע פראגע: פארוואס פונקט איך???
פארוואס איז אויף מיר נגזר געווארן צו ליידן פון די ביטערע אדיקשאן, פון וואס איך ווער ליידער חרוב ברוחניות ובגשמיות???
טייערע ברודער הערט זיך גוט איין!!
דער הייליגער ייטב לב ברענגט אין פרשת תולדות, איבער דעם וואס חז"ל זאגן (יבמות ס"ד.) מפני מה היו אבותינו עקורים, מפני שהקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים, איז דער ייטב לב מסביר עפ"י די זוה"ק וואס ער שרייבט אז די טעם פארוואס דער אויבערשטער דארף די תפילות פון די צדיקים, איז כדי ווען א איד וועט דארפן א ישועה און ער וועט נישט וויסן צו בעהטן, אדער ער וועט נישט האבן קיין זכותים צו בעהטן, וועט די תפילת הצדיק וואס האט שוין יארן פריערט געבעטן דערויף, האט ער מיט דעם גע'עפענט א נייע צינור מיט השפעה פאר סיי ווער עס דארף א ישועה אין דעם הינזיכט....
אין דברי יואל פרשת וארא זאגט ער מיט די הקדמה אז די אלע פאסירונגען וואס האבן פאסירט פאר אונזערע עלטערן אין מצרים, איז כדי צו עפענען פאר אונז אין שפעטערע דורות די אלע ישועות, און אזוי ווי זיי זענען ארוין פון ערות הארץ אין די טעג, אדורך דעם קענען מיר אויך, ווייל זיי האבן שוין גע'פענט די צינור, די השפעה
לויט דעם קענען מיר אויך ארויסלערנען פון דעם אויף אונז, יא דער אויבערשטער האט בוחר געווען אין אונז אז מיר זאלן זיך מוטשענען, מיט די אלע שועריגקייטן, און מיר זאלן שרייען און וויינען צו איהם, און אזוי ארום וועלן מיר עפענען די טויערן פון קדושה פאר די גאנצע דור וואס איז ליידע טיף טיף אין די עמקי נון שערי טומאה, און מיט אונזער שווערע עבודה, עפענען מיר אויף די טיר פאר די גאולה שלימה
ווייל אין ישראל נגאלין אלא בתשובה, און מיר טוען די תשובה עילאה מיט'ן זיך הרג'נען און ראנגלען מיט די ביטערע נסיונות
דער אויבערטשער זאל טאקע העלפן, אז מיר זאלן עפענען די צינורות פון קדושה וטהרה, ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל, און זוכה זיין אין אונזערע טעג צו די גאולה שלימה בב"א

12. בעלמאנט געשריבן:
א לעכטיג'ן חודש אלע חברים, ראש חודש איז דאך א זמן תשובה, זמן כפרה לכל תולדותם... מזבח חדש בציון תכין - דאס איז דאך ביי יעדן באזונדער, מזבח אבנה בשברון לבי (שיר היחוד), ועולת ר"ח נעלה עליו, דאס זענען די קרבנות וואס א איד איז מקריב מיט מסי"נ פאר'ן באשעפאר צו מיט די אויגן אדער במחשבותיו וכל אבריו, יה"ר עס זאל זיין אהבת עולם תבוא להם וברית אבות לבנים תזכור.
היינט ביינאכט איז דאך דער ר"ר זושא'ס יארצייט זי"ע, כידוע האט ער מחזיר בתשובה געווען דורך זאגן הויך יענעם'ס חטאים אויף זיך, ביז דער בעל עבירה האט פארשטאנען, אויך האט זיך ר' זושא געבעטן מיט'ן רבש"ע וז"ל זושא האסט דאך נעכטן אויך אזוי געזאגט אבער היינט מיינט זושא אמת'דיג וד"ל.
וראיתי בספה"ק מנורת זהב מר"ר זושא זי"ע פי' עה"פ ועתה מה קויתי ד' תוחלתי לך היא (תהלים לט) ועתה מה קויתי ד' וואס בעט איך אין וואס האף איך פון דיר באשעפער אז "תוחלתי לך היא" אז איך זאל האבען בטחון אין דיר, יא אויף אמונה און בטחון דארף מען אויך בעטן, וזה מה שאנו אומרים בכל יום בשמ"ע ותן שכר טוב לכל הבוטחים בשמך באמת, "ושים חלקנו עמהם" שגם אנחנו נהי' מהבוטחים וק"ל. [/quote/}

13. [quote="כי טוב" post=236803]עס שטייט די וואך אין תורה, וַיִּשְׂאוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת עֵינֵיהֶם וְהִנֵּה מִצְרַיִם נֹסֵעַ אַחֲרֵיהֶם וַיִּירְאוּ מְאֹד וַיִּצְעֲקוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶל יְהוָה.
קען אפשר זיין ''וישאו בני ישראל את עיניהם'' אונז הייבן אויף די הויגן נאר עפעס צו געבן א קוק, צו אויפן גאס צו אויף די קאמפיאטער. וכו' ''והנה מצרים נסע אחריהם'' שוין מען האט עפעס באמערקט און דער מצרים דער יצר הרע (ווי רש''י זאגט דער שר של מצרים) איז שוין אונטער אונז, ''וייראו מאד'' דער מענטש צוטערט, מען פילט אונז האבן נישט ווי צו גיין ווייטער, אונז זענען שוין אין זיינע הענט צו מען וויל יא צו נישט ער לאזט אונז שוין נישט אפ ביז מען פירט אויס וואס דער יצר דער שר של מצרים וויל. אונז קענען שוין גארנישט טאן עס איז שוין נישט און אונזער הענט וד''ל. וואס איז די עצה ''ויצעקו בני ישראל אל יהוה '' איין עצה שרייען אבער הויעך, טעטע העלף מיר איך קען נישט אליין, איך וויל אבער נישט זינדיגען העלף העלף העלף
אלעס איז בדרך אפשר, יעדער קען און מעג צו לייגן און אפילו אראפ נעמען
ידידיכם כי טוב

14. אזוי ווי מיר האלטן אט ביי די לעצטע וואכן פון די הייליגע שובבי"ם טעג, וועלען זיך בויען חלילה מחשבות ביי געוויסע מענטשען אז עס איז שוין פארפאלען דעם סעזאן און בלייבען חלילה מיואש, וויל איך דא צוברענגען א מוראדיגע מאמר וואס ווערט עטליכע מאל דערמאנט בספה"ק ישמח ישראל, וזלש"ק: וכמאמר צדיקים קדמונים זצ"ל "כאשר ירים איש את קצה הַמַטֶה יתרומם כל הַמַטֶה" ע"כ דבה"ק, זאל קיינער נישט זיין געפאלען ביי זיך אפילו עס איז נישט געגאנגען פון אנהייב אזוי ווי עס דארף צו זיין זאל ער זיך אויפהייבען פון די בלאטע אפי' אין די לעצטע מינוטין אין זיך מיטכאפען אויף די הייליגע באן וואס פארט צו הר סיני ווי מ'גייט נאכאמאל פון דאסניי מקבל זיין די הייליגע תורה מיט מסירת נפש (כפה עליהם...) מיט אלע אברים. (בעלמאנט)

15. עיין רמב''ן. וז''ל והנכון, שיהיו קדושים, שלא יגעו אל אשה ואל כל טומאה. כי הנשמר, מן הטומאה יקרא מקדוש. עכ''ל
ועיין עוד באור החיים הקדוש ד״ה בחדש השלישי. עיין שם בין הדברים. וז״ל ״אשר על כן בא הקדוש ברוך הוא ונתן אמתלא לדבר כי לא מיעוט החשק הוא הסובב אלא לצד הכשרת החתן כי לא היו ישראל ראויים לצד שהיו בארץ הטמאה והיו לנדה ביניהם והוצרכו לספור ספירת טהרתם״ וגו׳ (כי טוב)

16. געהערט פאר בערך 20 יאר צוריק פון הרה"צ ר' מנחם מונדרר זצ"ל מקאסוב-ירושלים, בשם הרבי מלובלין זי"ע, א פירוש אויפן פסוק (תהילים פ"ז) ד' יספור בכתוב עמים - דער אייבישטער ציילט ווי די גוים שרייבען, האט ער נאכגעזאגט פון צדיקים ווען א מענטש טוט א מצוה בלא דחילו ורחימו פעלט און גוף המצוה, שרייבט מען א זירא 0 און אזוי ווייטער ביי אלע מצוות ווען אבער ער מאכט א מצוה כתיקונה שרייבט מען א איינזער 1 דער באשעפאר ציילט ווי די גוים פון לינקס אויף רעכטס במילא ווערט דאס א טריליאן מצות.
לענינינו איז אזוי, מ'שרייבט אלץ זירא זירא אפס אפס גארנישט גארנישט דער יונגערמאן האט שוועריגקייטן שמירת עינים מחשבה ועוד ס'רייסט ביים הארץ מ'דראפעט אויף גראדע ווענט, אבער ער גיט זיך א נעם ער מאכט א מעשה מסירת נפש בפועל יעדער מיט זיין אייגענע פעולה שרייבט דער רבש"ע א איינזער, ווערט דארט א טריליאן מסירת נפש, בבחינת תשובה מאהבה זדונות נעשית כזכיות. (בעלמאנט)

17. קינדערלעך לאמיר לערנען אל"ף בי"ת !!!
א, ב, ג, ד, ה, ו, ז, וגו'
ווייל דער באשעפער האט געוואלט אזוי זאל זיין.
וועט דער גרויסע חכם פרעגן ס'איז דאך נישט על הסדר די אותיות, ואף אתה אמור לו טאקע ווען זאכן זענען נישט "על הסדר" ווען אלעס פארט פונקט קאפויער זאל דער איד מכיר זיין אין בורא עולם אז אלעס איז בהשגחתו יתברך אויף יעדע זאך, און זיך שטארקן מיט אמונה אין איהם.
שמעתי מר' מיילך שליט"א (בעלמאנט)

18. geverisrael געשריבן:
ווען די מגיד הרב יעקב גאלינסקי ז"ל איז געוועהן אין סיביר, האט ער צוזאמגענומען די קהל זיי צו געבן דברי חיזוק. (זיי זענען געוועהן אין א קאלטע סיביר, און אונז זענען אין א הייסע סיביר ווי די אש התאוה ברענט בפרט יעצט אין ימי תמוז [עיין בבני יששכר שעשו לקח החדשים האלו וגם על כח העין]).
און דאס האט ער זיי געזאגט:
חז"ל זאגען אונז כל המאריך באחד מאריכין לו ימיו ושנותיו. פארוואס דוקא די ווארט אחד? איז דען נישט יעדעס איינציגע ווארט פון שמע ישראל גאר וויכטיג? און פארוואס איז זיין שכר אריכת ימים דוקא?
האט די מגיד זיי מסביר געוועהן, אסאך מענטשן טראכטען אז השי"ת העלפט אןו בענטשט נאר זייערע חברים, אבער נישט זיי. זיי טראכטען אז זייערע חברים לעבן א בעסערע און געשמאקערע לעבן און א זיסערע לעבן ווי זיי אליינס לעבן, זיי האבען אלעס וואס זיי דארםען, משא"כ איך נישט. השי"ת נעמט קעי"ר פון זיי, משא"כ פון מיר האט ער (ח"ו) פארגעסן. האבען אונז חז"ל מדריך געוועהן מיט דער מאמר חז"ל, כל המאריך באחד, אויב אונז וועלן מאריך זיין און גוט אריינטראכטען אין די אחד, אין די איינציגייט פון השי"ת, אז השי"ת וואס רוהט טאקע אויבן אין הימעל, און אויף די פיר עקען פון די וועלט, דער זעלבע השי"ת האט אונז גאר שטארק ליב, נעמט קעי"ר פון אונז אלע, און טוט נאר דאס בעסטע פאר יעדע איינציגע פון אונז, דער סארט מחשבה וועט אונז זיכער ברענגען אלע גוטע ברכות.
יעדער איינער פון אונז דא האט עליות און ירידות, יעדער האט געוויסע מיטמאכענישען, אבער די אלע זאכען גייען אריבער. די פראבלעמן וואס אונז האבען געהאט דריי יאהר צוריק, זענען שוין יעצט נישט קיין פראבלעמען. ווען א מענטש מיטשעט זיך אין זיין פראבלעם, זאל ער זיך פרובירען צו מחזק אין אמונה און השגחה פרטיות, גלייב שטארק אין השי"ת, דאנק השי"ת, לויב השי"ת, און עקסעפ"ט אלעס וואס השי"ת געבט דיר, און דאס איז וואס מאכט א מענטש באמת שטארק.
היינט דא אין ארץ ישראל איז געוועהן די לויה פון איינעם וואס איז רח"ל נפטר געווארען פון א טעראריסטישע אטאקע אפאהר טעג צוריק, ווי וואונדערליך איז געוועהן צו זעהן זיין שטארקע טאטע וואס אינמיטען מספיד זיין, זיין זוהן, האט ער אנגעהויבען זינגען די באקאנטע ניגון פון ואפילו בהסתרה, אוי האט ער געשריגען "אני עומד" "אנחנו עומדים" אנגעכאפט זיינע אנדערע קינדער און געשריגען צו השי"ת, יא עס איז א שטארקע זעץ, א שטארקע הסתרת פנים, אבבער איך ווייס אז אתה עומד!!!!

19. לומד געשריבן:
א ווארט פון מאור ושמש, וואס איך געדענק פון אלס בחור.

עס שטייט צדיקים נדמה להם כהר, און רשעים נדמה להם כחוט השערה. וואס איז די אמת? איז דער יצר הרע א הר אדער א חוט השערה?

דער תירוץ איז: אז עס איז מדה כנגד מדה. דער צדיק ווען עס קומט א נסיון פאר אים, זאגט ער אז עס איז גארנישט א קלייניגקייטץ דורך דעם איז ער עומד אויף גאר שווערע נסיונות. דעריבער ווייזט מען אים אז דער יצר הרע וואס ער איז בייגעקומען איז א הר. אבער דער רשע (סארי פאר דער עקספרעשאן- נאר גענומן פון חז"ל) יעדעס מאל עס קומט א נסיון אפילו א קליינטשיגס זאגט ער אוי עס איז ביטער איך קען נישט עומד זיין און ער פאלט דורך. ווייזט מען אים אז זיין יצר הרע איז גאר געווען א שוואכיטשגע כחוט השערה.

20. משכני אחריך געשריבן:
וזל"ק:

לא הביט און ביעקב. יתבאר על פי דבריהם ז"ל (זוה"ק ח"א קע:) שאמרו כי על ידי חטא האדם נרשם רושם כח הרע באבר שבו עשאו, והיא בחינת הפגם המוזכרת בדבריהם ז"ל, ופירוש און הוא כח הרע הנמשך מהעבירה, על דרך אומרו (משלי ל כ) לא פעלתי און, וכתיב (תהלים קכה ה) יוליכם ה' את פועלי האון, ולזה אמר לא הביט און, שהוא רושם המפעל הרע אינו אפילו ביעקב שהן המון העם שיתכנו בשם יעקב, שכולם נשמרים מעשות רע:
והגם שיטעו מדרך השכל אינו נקבע בנפשם האון, שהוא חלק הרע, על דרך אומרו (שה"ש ד ז) כלך יפה רעיתי ומום אין בך, פירוש שאין החטא עושה בו מום קבוע אלא לכלוך, העובר על ידי רחיצה והדחה, וכמו שרמזו ז"ל (שהש"ר) במה שאמר הכתוב שחורה אני ונאוה (שה"ש א ה) יעויין שם:
לעצט פארראכטן: י"ד תמוז התשע"ה 16:59 דורך לומד.

Re: ילקוט חיזוק ודברי תורה מאשכול זה י"ג תמוז התשע"ה 17:38 #240840

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
א גרויסן שכח הרב לומד!

זייער שיין!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג י"ג תמוז התשע"ה 17:46 #240841

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
אמאל געווען א איד וואס האט געהאט א לעכטיגע שובבי"ם!!!
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע

Re: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג י"ד תמוז התשע"ה 07:18 #240855

  • geverisrael
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 133
  • האט שוין געלייקט: 83 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
אפשר איז כדי אז אונז זאלען צוריק אויפלעבן דער אשכול וואס עס איז ממש מלא תוכן, וואס זאגט די ציבור אויף דעם?

re: י"ד תמוז התשע"ה 10:56 #240867

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
קינדערלעך לאמיר לערנען אל"ף בי"ת !!!

א, ב, ג, ד, ה, ו, ז, וגו'

ווייל דער באשעפער האט געוואלט אזוי זאל זיין.

וועט דער גרויסע חכם פרעגן ס'איז דאך נישט על הסדר די אותיות, ואף אתה אמור לו טאקע ווען זאכן זענען נישט "על הסדר" ווען אלעס פארט פונקט קאפויער זאל דער איד מכיר זיין אין בורא עולם אז אלעס איז בהשגחתו יתברך אויף יעדע זאך, און זיך שטארקן מיט אמונה אין איהם.

שמעתי מר' מיילך שליט"א
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע
לעצט פארראכטן: י"ד תמוז התשע"ה 10:57 דורך בעלמאנט.

re: י"ד תמוז התשע"ה 11:47 #240874

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
לאמיר לערנען ווייטער

ח, ט, י,

חאטש טוה יעצט
לעצט פארראכטן: י"ד תמוז התשע"ה 11:47 דורך בשמחה תמיד.

Re: re: י"ד תמוז התשע"ה 13:01 #240881

  • geverisrael
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 133
  • האט שוין געלייקט: 83 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
ווען די מגיד הרב יעקב גאלינסקי ז"ל איז געוועהן אין סיביר, האט ער צוזאמגענומען די קהל זיי צו געבן דברי חיזוק. (זיי זענען געוועהן אין א קאלטע סיביר, און אונז זענען אין א הייסע סיביר ווי די אש התאוה ברענט בפרט יעצט אין ימי תמוז [עיין בבני יששכר שעשו לקח החדשים האלו וגם על כח העין]).
און דאס האט ער זיי געזאגט:
חז"ל זאגען אונז כל המאריך באחד מאריכין לו ימיו ושנותיו. פארוואס דוקא די ווארט אחד? איז דען נישט יעדעס איינציגע ווארט פון שמע ישראל גאר וויכטיג? און פארוואס איז זיין שכר אריכת ימים דוקא?
האט די מגיד זיי מסביר געוועהן, אסאך מענטשן טראכטען אז השי"ת העלפט אןו בענטשט נאר זייערע חברים, אבער נישט זיי. זיי טראכטען אז זייערע חברים לעבן א בעסערע און געשמאקערע לעבן און א זיסערע לעבן ווי זיי אליינס לעבן, זיי האבען אלעס וואס זיי דארםען, משא"כ איך נישט. השי"ת נעמט קעי"ר פון זיי, משא"כ פון מיר האט ער (ח"ו) פארגעסן. האבען אונז חז"ל מדריך געוועהן מיט דער מאמר חז"ל, כל המאריך באחד, אויב אונז וועלן מאריך זיין און גוט אריינטראכטען אין די אחד, אין די איינציגייט פון השי"ת, אז השי"ת וואס רוהט טאקע אויבן אין הימעל, און אויף די פיר עקען פון די וועלט, דער זעלבע השי"ת האט אונז גאר שטארק ליב, נעמט קעי"ר פון אונז אלע, און טוט נאר דאס בעסטע פאר יעדע איינציגע פון אונז, דער סארט מחשבה וועט אונז זיכער ברענגען אלע גוטע ברכות.
יעדער איינער פון אונז דא האט עליות און ירידות, יעדער האט געוויסע מיטמאכענישען, אבער די אלע זאכען גייען אריבער. די פראבלעמן וואס אונז האבען געהאט דריי יאהר צוריק, זענען שוין יעצט נישט קיין פראבלעמען. ווען א מענטש מיטשעט זיך אין זיין פראבלעם, זאל ער זיך פרובירען צו מחזק אין אמונה און השגחה פרטיות, גלייב שטארק אין השי"ת, דאנק השי"ת, לויב השי"ת, און עקסעפ"ט אלעס וואס השי"ת געבט דיר, און דאס איז וואס מאכט א מענטש באמת שטארק.
היינט דא אין ארץ ישראל איז געוועהן די לויה פון איינעם וואס איז רח"ל נפטר געווארען פון א טעראריסטישע אטאקע אפאהר טעג צוריק, ווי וואונדערליך איז געוועהן צו זעהן זיין שטארקע טאטע וואס אינמיטען מספיד זיין, זיין זוהן, האט ער אנגעהויבען זינגען די באקאנטע ניגון פון ואפילו בהסתרה, אוי האט ער געשריגען "אני עומד" "אנחנו עומדים" אנגעכאפט זיינע אנדערע קינדער און געשריגען צו השי"ת, יא עס איז א שטארקע זעץ, א שטארקע הסתרת פנים, אבבער איך ווייס אז אתה עומד!!!!

Re: re: י"ד תמוז התשע"ה 13:15 #240882

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
מבהיל על הרעיון!
שכח רבי גבר, א שטארקע הדרכה און חיזוק! א גבורה פון א אידישע נשמה!

ברענג נאך פון דיינע גוטע אוצרות
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

Re: re: י"ד תמוז התשע"ה 13:29 #240885

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
נו...
לאמיר אלע זינגן אינאיינעם

ואפילו בהסתרה.... שבתוך ההסתרה... בודאי גם שם נמצא השם יתברך
אוי יו יו יו גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך... אני עומד ...אני עומד ... אני עומד
אוי... גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך... אני עומד ...אני עומד ... אני עומד

Re: re: י"ד תמוז התשע"ה 15:06 #240888

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
בשמחה תמיד געשריבן:
נו...
לאמיר אלע זינגן אינאיינעם

ואפילו בהסתרה.... שבתוך ההסתרה... בודאי גם שם נמצא השם יתברך
אוי יו יו יו גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך... אני עומד ...אני עומד ... אני עומד
אוי... גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך... אני עומד ...אני עומד ... אני עומד

אויף די ענגלישע זייטל אין מיין signature איז דאס ציטירט:

הסיבה שיש דברים קשים העוברים עליך היא בגלל שהאדם חושב כי "אני עומד" שהוא מנהל הכל,
ברגע שיתן הכנעה כי השי"ת מנהיג הכל אז כבר אפשר להתמודד עם הקשיים.
שמעתי מאדם גדול
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע

Re: re: י"ד תמוז התשע"ה 16:29 #240889

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
א ווארט פון מאור ושמש, וואס איך געדענק פון אלס בחור.

עס שטייט צדיקים נדמה להם כהר, און רשעים נדמה להם כחוט השערה. וואס איז די אמת? איז דער יצר הרע א הר אדער א חוט השערה?

דער תירוץ איז: אז עס איז מדה כנגד מדה. דער צדיק ווען עס קומט א נסיון פאר אים, זאגט ער אז עס איז גארנישט א קלייניגקייט, און דורך דעם איז ער עומד אויף גאר שווערע נסיונות. דעריבער ווייזט מען אים אז דער יצר הרע וואס ער איז בייגעקומען איז א הר. אבער דער רשע (סארי פאר דער עקספרעשאן- נאר גענומן פון חז"ל) יעדעס מאל עס קומט א נסיון אפילו א קליינטשיגס זאגט ער אוי עס איז ביטער איך קען נישט עומד זיין און ער פאלט דורך. ווייזט מען אים אז זיין יצר הרע איז גאר געווען א שוואכיטשגע כחוט השערה.
לעצט פארראכטן: י"ד תמוז התשע"ה 16:31 דורך לומד.

Re: re: י"ד תמוז התשע"ה 17:39 #240892

  • אש קודש
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 65
  • האט שוין געלייקט: 78 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
בשמחה תמיד געשריבן:
לאמיר לערנען ווייטער

ח, ט, י,

חאטש טוה יעצט

מעניני דיומא..
בלק ר"ת ואהבת לרעיך כמוך, איי עס איז דאך נישט די ריכטיגע אותיות? פרעג נישט אזויפיל קשיות אויף דיין חבר, ואהבת לרעיך כמוך....
פארשטאנען??
לעצט פארראכטן: י"ד תמוז התשע"ה 17:40 דורך אש קודש.

קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ט"ו תמוז התשע"ה 09:25 #240898

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
בעלמאנט געשריבן:
בשמחה תמיד געשריבן:
נו...
לאמיר אלע זינגן אינאיינעם

ואפילו בהסתרה.... שבתוך ההסתרה... בודאי גם שם נמצא השם יתברך
אוי יו יו יו גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך... אני עומד ...אני עומד ... אני עומד
אוי... גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך... אני עומד ...אני עומד ... אני עומד

אויף די ענגלישע זייטל אין מיין signature איז דאס ציטירט:

הסיבה שיש דברים קשים העוברים עליך היא בגלל שהאדם חושב כי "אני עומד" שהוא מנהל הכל,
ברגע שיתן הכנעה כי השי"ת מנהיג הכל אז כבר אפשר להתמודד עם הקשיים.
שמעתי מאדם גדול

גיוואלדיג ווארט
עמוק עמוק

Re: re: ט"ו תמוז התשע"ה 09:29 #240899

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
לומד געשריבן:
א ווארט פון מאור ושמש, וואס איך געדענק פון אלס בחור.

עס שטייט צדיקים נדמה להם כהר, און רשעים נדמה להם כחוט השערה. וואס איז די אמת? איז דער יצר הרע א הר אדער א חוט השערה?

דער תירוץ איז: אז עס איז מדה כנגד מדה. דער צדיק ווען עס קומט א נסיון פאר אים, זאגט ער אז עס איז גארנישט א קלייניגקייט, און דורך דעם איז ער עומד אויף גאר שווערע נסיונות. דעריבער ווייזט מען אים אז דער יצר הרע וואס ער איז בייגעקומען איז א הר. אבער דער רשע (סארי פאר דער עקספרעשאן- נאר גענומן פון חז"ל) יעדעס מאל עס קומט א נסיון אפילו א קליינטשיגס זאגט ער אוי עס איז ביטער איך קען נישט עומד זיין און ער פאלט דורך. ווייזט מען אים אז זיין יצר הרע איז גאר געווען א שוואכיטשגע כחוט השערה.

מיר ליגט אין זכרון אזא ווארט....
א רשע וואס פאר יעדע קליינע נסיון פאלט ער ארונטער, דארף דער יצר הרע נישט קומען נאר מיט א חוט השערה און ער האט איהם געפאקט
משרא"כ דער צדיק שטופט אוועק דעם חוט השערה, מוז דער יצר הרע קומען מיט עפעס דיקער און נאך גרעסער און נאך גרעסער, ביז ער ווערט שוין א גרויסע בארג
פארעדם שטייט כל הגדול מחבירו... יצרו גדול הימנו... ווייל וואס מער מ'שטופט איהם אוועק אלץ גרעסער ווערט ער!!!!

Re: re: ט"ו תמוז התשע"ה 09:35 #240900

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
אש קודש געשריבן:
בשמחה תמיד געשריבן:
לאמיר לערנען ווייטער

ח, ט, י,

חאטש טוה יעצט

מעניני דיומא..
בלק ר"ת ואהבת לרעיך כמוך, איי עס איז דאך נישט די ריכטיגע אותיות? פרעג נישט אזויפיל קשיות אויף דיין חבר, ואהבת לרעיך כמוך....
פארשטאנען??

און עק"ב איז ר"ת כ'בד א'ת א'ביך ו'את א'מך (בשם יארמע רב)

Re: re: ט"ו תמוז התשע"ה 09:47 #240902

  • אש קודש
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 65
  • האט שוין געלייקט: 78 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
בשמחה תמיד געשריבן:
אש קודש געשריבן:
בשמחה תמיד געשריבן:
לאמיר לערנען ווייטער

ח, ט, י,

חאטש טוה יעצט

מעניני דיומא..
בלק ר"ת ואהבת לרעיך כמוך, איי עס איז דאך נישט די ריכטיגע אותיות? פרעג נישט אזויפיל קשיות אויף דיין חבר, ואהבת לרעיך כמוך....
פארשטאנען??

און עק"ב איז ר"ת כ'בד א'ת א'ביך ו'את א'מך (בשם יארמע רב)

עק"ב איז אויך ר"ת א'ות ב'רית ק'ודש.
איי עז דארף דאך זיין א ע' אנשטאט א א' ?
די תירוץ איז, אז די ע' איז דא, ווייל אלעס פאנגט זיך אן ביי די עי"ן..
(בשם הצדיקים. געדענק נישט ווער)

Re: re: ט"ו תמוז התשע"ה 11:12 #240903

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
זייער שיין

ענטפער: Re: re: י"ח אב התשע"ה 19:38 #241637

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
אין די גרויסע באקאנטע גרויסע שטאט כעלם יצ''ו.
איז געווען א צובראכענע בריק, ווער עס איז דערויף געגאנגען איז אראפ געפאלן, און שטארק געשעדיקט געווארן, עס איז געווען וואס האבן זיך דערטאנקען, אדער אזעלכע וואס זענען געשטארבן אויפן פלאץ פונעם פאל, און אזוי ווייטער. וואס טוט מען דא עס איז דאך נישט קיין תכלת אזוי, האט מען פארופן אן וויכטיגע אסיפה פון אלע גרויסע קעפ פון שטאט.

ענדליך זענען די גרויסע קליגע קעפ אויפן געקומען מיט א גלאנציגע עצה, מען וועט בויען א טייערע מאדאניזירטע שפיטאל גלייך לעבן דעם בריק, אז אויב איינער וועט אראפ פאלן זאל מען אים קענען גלייך העלפן.

שוטים שבעולם פאררעכט דעם בריק. און שלום על העיר כעלם.

טייערע ברידער פון אונזער משפחה, וואס זענען אנקעשטעקט מיט די ביטערע אדיקשען מחלה, אויב וועלן מיר נישט פארעכטן דעם שורש פון די מחלה, קענען מיר זיך אונטער נעמען וואס מיר ווילן, אלע עצות וואס איז נאר שייך. און מיר וועלן אויסקיקן ווי די כעלעמער חכמים.
לעצט פארראכטן: י"ח אב התשע"ה 19:40 דורך כי טוב.

ענטפער: Re: re: י"ח אב התשע"ה 20:09 #241639

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
זייער א שטארק ווארט

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג י"ג טבת התשע"ח 12:59 #247476

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 622
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל

דאס איז אויך גאנץ א גוטע אשכול פאר שובבים 
איך זעה אז דער לומד איז א גאר גוטע מלקט דא, און נעמט צוזאם אלע גוטע ווערטער דא

קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ט"ז טבת התשע"ח 18:23 #247508

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
אמאל געווען א איד וואס האט געהאט א לעכטיגע שובבי"ם !!!
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע

ענטפער: קהילת גי''א רייזע פון 42 ריינע שובבי''ם ע''ה טעג ט"ז טבת התשע"ח 18:35 #247511

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 622
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל
בעלמאנט געשריבן on ט"ז טבת התשע"ח 18:23:
אמאל געווען א איד וואס האט געהאט א לעכטיגע שובבי"ם !!!

פרעגסט ?
זאגסט ?
טראכסט ?

צייט צו מאכן א בלאט: 0.88 סעקונדעס