ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! 1919 באזוכער

מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ל' סיון התשע"ה 14:25 #240567

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
דער אייבערשטער האט געטוהן א חסד נפלא מיט זיין פאלק. אז א איד וואס איז דורכגעפאלן מיט א חטא, קען ער תשובה טוהן! דאס איז נישט צום פארשטיין עפ"י שכל, דאס איז א חסד פונעם אייבערשטען.

תשובה מיינט, הער אויף צו טוהן די חטא. נקודה. טראכט נישט פון די עבר. זיי נישט צוקלאפט פון דעם, נאר טוה למעשה. אזוי זאגן אונז צדיקים. די עבר איז כאילו לא היה! ס'איז אינגאנצן נישט נוגע וואס ס'איז געווען א רגע צוריק. ס'איז בכלל נישט מעכב דעם מענטש פון קענען אנגיין ווייטער מיט זיין תפקיד כאילו עס איז גארנישט געשעהן!

עס שטייט אין עבודת פנים. ווען א מענטש פאלט דורך אין א נסיון, קומט גלייך נאכדעם נאך א נסיון. צו ער גייט ווערן בעצבות און נאכגעלאזט (שוין, לאז אפ..), צו ער גייט אנגיין ווייטער, און אויב ער האלט זיך אין די צווייטער נסיון איז דאס מכפר אויף די דורכפאל פון די ערטשע נסיון!

וואס?!?! איך זאל אנגיין ווייטער כאילו ס'איז גארנישט געשעהן? ממש איך זאל זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די גאנצע דורכפאל? ווי איז מיין יראת שמים? האסט נישט מורא פונעם אייבערשטען?

יא! די גמ' זאגט בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי - חוצפה וועט זיין א גרויסע און וויכטיגע זאך! מען דארף זיין א גרויסע מחוצף און עזות פנים צו זיך אליין און זאגן פאר זיך: יא! איך טראכט נישט פון מיין דורכפאל! איך טראכט נישט פון מיין עבר. איך גיי ווייטער אנגיין כאילו גארנישט האט נישט פאסירט!

איין זאך וואס מען מוז יא טוהן, אבער דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מ'דארף טוהן.

וואס איז געווען די דירעקטע סיבה פון מיין דורכפאל? וואס קען איך טוהן למעשה אז עס זאל נישט געשעהן נאכאמאל?

איך האב זיך שוין מקבל געווען, צוגעזאגט, וכו'. דאס האט נישט געהאלפן. איז נאך דא לעכער וואס דו קענסט פארמאכן וואס אזוי וועסטו בעזר השם נישט דורכפאלן נאכאמאל? וואס קען געטוהן ווערן?

א מענטש קען טראכטן, עפעס איז נישט בסדר מיט מיר, קוק אהער, אן א שלאס קען איך זיך נישט איינהאלטן, דאס מיינט אז מיין ירא"ש איז נישט ווי עס דארף צו זיין... עס איז נישט קיין קונץ... אודיא ביסטו נישט דורכגעפאלן, ווייל דו האסט נישט געהאט די מעגליכקייט דערצו.

עס איז נישט קיין ריכטיגע טענה. מיר דארפן זיין קלאר אין דעם.

דער אייבערשטער גיבט פאר דעם מענטש נסיונות. ער געט נאר אזא נסיון וואס מען קען ביישטיין. לפי כחותיו. לפי מדרגתו. מיר נעמען זיך נישט אליין קיין נסיונות, אויב מיר האבן עס אליין גענומען, וועסטו עס נישט קענען ביישטיין! ווילאנג דו האסט נישט געטוהן די ריכטיגע שמירה, איז בכלל נישט קיין קשיא פארוואס דו ביסט דורכגעפאלן. עס איז נישט דיין נסיון! דו האטס נישט די געווער פאר דעם. (עי' שפ"א פר' בהעלותך)

וואס איך האב געטוהן למעשה.
א שטערקערע פילטער. און א שטערקער דגוש אויף 'מבעה' (ווי הרב מלחמת החיים שיחי' רופט עס, ביי זיין טרעד)

נאך אלעם, קען מען גארנישט אן די הילף פון באשעפער. פאעורלעסס בלע"ז. באשעפער העלף אונז!!!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ל' סיון התשע"ה 14:50 #240569

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
הרב ''קטן שנולד''. דיין שטארקייט איז צו באוונדערן.

א גוטן טאג אנצוהייבן ''רָאשֵׁי חֳדָשִׁים לְעַמְּךָ נָתָתָּ. זְמַן כַּפָּרָה לְכָל תּולְדותָם''.

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ל' סיון התשע"ה 15:51 #240570

  • אש קודש
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 65
  • האט שוין געלייקט: 78 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
יישר כח קטן שנולד..
די האסט אזוי גוט געזאגט אין די ריכטיגע מינוט וואס עס האט מיר אויסגעפעלט... איך פאנג אן טראכטן אז די האסט רוח הקודש..

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ל' סיון התשע"ה 17:44 #240572

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
הרב קטן, אפשר פאר דעם אליין איז געווען באשערט דיין דורכפאל חלילה, כדי מיר זאלן פון דיר אזעלכע געשמאקע, זיסע, זאפטיגע, מלא תוכנ'דיגע און מלא חיזוק'דיגע מאמרים!
פון דיינע אלע פאוסטס אליינס וואלט מען געהאט כמעט יעדן טאג סחורה פאר די אימעילס! (איינער דארף זיך נאר אפגעבן דערמיט. דאס אלעס)

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ל' סיון התשע"ה 21:28 #240581

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
קודם ישר כח קטן שנולד פאר דיינע ווערטער, גאנץ פיין געשריבן און מיט א אויסגעשארפטן פעדער.

א שפיל קען מען נישט געוואונען אויב הייבט מען עס נישט אן צו שפילן!
און אפילו ווען מען האט שוין יא אנגעהויבן צו שפילן און מען האט פארלוירן, כל זמן מען שפילט נישט נאך איין שפיל איז נישט מוכח אז מען קען נישט געוואונען, מען קען שפילן איין געים נאך די צווייטע און האלטן און איין פארלירן און דאס איבערצייגט נישט אז מען קען נישט געוואונען כל זמן מען וויל נאך שפילן ווייטער.

איינער וואס געבט אויף נאכן פארלירן און ער שפילט נישט מער, דער איז א "זיכערער" פארלירער, ער האט דאך פארלוירן און ער האט אויפגעגעבן זיין ווילן צו שפילן ווייטער, איז ער א פארלירער אויף אייביג!

איין זאך קען איך דיר זאגן טייערער קטן שנולד, א זיכערער פארלירער בוזטו נישט! אז דו האסט פארלוירן און דו נעמסט דיר כח צו שפילן ווייטער בוזטו נישט קיין פארלירער, נאר אזוי קען מען אמאל געוואונען אז מען געבט נישט אויף! איינמאל און נאכאמאל! עקשנות!!!
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! א' תמוז התשע"ה 10:36 #240583

  • אש קודש
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 65
  • האט שוין געלייקט: 78 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
קטן שנולד,
גאנץ געשמאק דיר צו האבן אלץ א שכן אויפן טשארט.. מיר שטייען אויפן זעלבן סטעפ.. לאמיר גיין צוזאמען, אז די זעסט אז איך פאל אמאל אריין אין א זומפ, דאן גיב מיר א גוטן שלעפ ארויס.

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! א' תמוז התשע"ה 12:29 #240584

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
פיין, געגאנגן! איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.

מיט זיכערקייט, מיט האפענונג, מיט הכנעה, וויסענדיג אז אן דעם בעשעפער'ס הילף קען מען גארנישט.
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! א' תמוז התשע"ה 15:49 #240586

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
קטן שנולד געשריבן:
פיין, געגאנגן! איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.

מיט זיכערקייט, מיט האפענונג, מיט הכנעה, וויסענדיג אז אן דעם בעשעפער'ס הילף קען מען גארנישט.


דיינע וועטער זענען אויפריכטיג 100% , נאר מיט אמונה בטחון און הכנעה קען מען געהיילט ווערען, דאס זענען די יסודות החיים פאר א ערליכע איד, ובכל אשר תפנה תצליח.
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ב' תמוז התשע"ה 10:41 #240617

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
א גרויסן ישר כח פאר אייך, כי טוב, עד כאן, אש קודש, און בעלמאנט. ואחרון אחרון חביב - גי"א אידיש, פאר די חיזוק.
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ב' תמוז התשע"ה 11:36 #240618

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
אונזער ארבייט איז נישט נאר זיך מחזק זיין אין די החלטה צו זיין וואויל. דאס אויך, אבער עס איז נאך טיפער. אזויווי אונזער פראבלעם איז טיעף, דארפן מיר ארבייטן צו טוישן געוויסע מהלכי-מחשבה וואס מיר זענען צוגעוואוינט, און ארבייטן אויף געוויסע זאכן אין אונזער טא-טעגליכע לעבן, וואס - אויבן אויף - האבן זיי נישט דירעקט צוטוהן מיט אונזער שוועריקייטן, אבער דאס וועט צוריקהאלטן אז מיר זאלן נישט צוקומען צו א מצב פון נסיון.

לדוגמא: זיין אויסעריהט, און זאט. דאס דארף זיין א ציל וואס מיר דארפן נעמען פאר זיך, צו ארבייטן און אנקומען בעזר השם.

אדער, אויסשטעלן א סדר היום בכלל, און ביים ארבייט בפרט. אינוועסט אין דעם, זיך עצות אויף דעם. ווייל דאס איז א וועג פון לעבן וואס פעלט אויס פאר אונז (וואס א חילוק וואס יענער...).

דאס אויך איז נאר בעזר השם.
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ג' תמוז התשע"ה 20:11 #240623

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
טייערער קטן, דיינע פערל-ווערטער זענען ממש מחיה מתים! נפלא מאד! מחזק ומרומם!

האב הצלחה!
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ה' תמוז התשע"ה 10:21 #240661

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
בעלמאנט געשריבן:
דיינע וועטער זענען אויפריכטיג 100% , נאר מיט אמונה בטחון און הכנעה קען מען געהיילט ווערען, דאס זענען די יסודות החיים פאר א ערליכע איד, ובכל אשר תפנה תצליח.

דאס איז דער שורש פון די 12 סטעפס

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ה' תמוז התשע"ה 10:22 #240662

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1516
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
משכני אחריך געשריבן:
טייערער קטן, דיינע פערל-ווערטער זענען ממש מחיה מתים! נפלא מאד! מחזק ומרומם!

האב הצלחה!

Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ט' תמוז התשע"ה 13:27 #240770

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
איך האב זיך דערזעהן אין פראנט פון א שפיגל, איך קוק אריין און איך זעה מיך אליין.

די ערשטער מחשבה וואס איז מיר אריין אין קאפ: 'דו רשע מרושע וואס דו ביסט! ווען וועסטו שוין ווערן א נארמאלע מענטש, א עהרליכע איד?'

אבער, שטייענדיג אזוי האב איך זיך געכאפט אז עס איז נישט ריכטיג. איך בין טאקע דורכגעפאלן, אבער איך בין נישט קיין רשע! די רבינו יונה זאגט ואל תהי רשע בפני עצמך - דו זאלסט דיך נישט האלטן פאר קיין רשע, ווייל דאס וועט גורם זיין זיך מייאש צו זיין פון תשובה. אויב א מענטש האלט זיך פאר א רשע בעצם, האט ער נישט די רצון צו זיין בעסער.

וואס דען?

לעולם יראה אדם עצמו חציו חייב וחציו זכאי. א יעדע מענטש איז א ריינע נשמה. מיר זאגן יעדן טאג אינדערפרי, אלקי, נשמה שנתת בי טהורה היא! און אפי' ער איז דורכגעפאלן, אויב ער וויל זיין גוט פון היינט און ווייטער, איז ער א צדיק. נאר אויב וועט ער מיינען אז ער האט שוין נישט קיין יצר הרע און ער דארף זיך נישט שטארק אכטונג געבן, וועט ער שנעל דורכפאלן, וועגן דעם זאגן אונז חז"ל, קוק דיך אן האלב אויף האלב. דו ביסט נישט קיין רשע, ניין, אבער נאכנישט קיין צדיק גמור.

איך האב נאכאמאל געקוקט אין שפיגל און געזאגט צו מיר: 'טייערע איד! דו ביסט א טייערע נשמה, אבער דו דארפטס דיך שטארק אכטונג געבן נישט צו פאלן, נעם עס נישט פאר לייכט. און אזוי וועסטו מצליח זיין בעזר השם!'

(מיוסד על באר מים חיים פר' שופטים ע"ש)
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com
לעצט פארראכטן: י"ב תמוז התשע"ה 14:57 דורך קטן שנולד.

ענטפער: Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ז' אב התשע"ה 13:33 #241528

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
ר' איד, איך וויל דיר עפעס פרעגן.

דו ווילסט אדער דו ווילסט נישט?

דו ווילסט זיין ריין צו נישט?

ביסט זיכער אז דו ווילסט?

אקעי.

פארוואס טאקע?

נאר ווייל דו האסט נישט קיין ברירה, אדער דו כאפסט די שאדן וואס דאס קען דיר ברענגן?!

די תאוה איז דיין שונא! ער וויל דיר לייגן אין דער ערד! ער וויל דיר קליא מאכן דיין לעבן! ער וויל דיר זעהן טויט!

לאז דיך נישט פון אים! האב אים פיינט שנאת מות! ווייל ער האט דיר פיינט שנאת מוות...
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com
לעצט פארראכטן: י"ח אב התשע"ה 14:21 דורך קטן שנולד.

ענטפער: Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! י"ז אב התשע"ה 20:52 #241619

  • ערליכער יוד
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
מיטצוהאלטן איז א מחי'
דיינע געדאנקען איינס ביי איינס און די רייע
זאלסט האבן אסאך סייעתא דשמיא
טייערער קטן שנולד, הבא לטוהר מסייע!
לעצט פארראכטן: י"ז אב התשע"ה 20:53 דורך ערליכער יוד.

ענטפער: Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! י"ח אב התשע"ה 14:26 #241623

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
א גרויסן שכח 'עהרליכע איד' פאר די שיינע חיזוק.

ניי"ס ט"א מי"ט י"א!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! י"ח אב התשע"ה 18:45 #241634

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
טייערע הרב קטן

דיינע ווערטער זענען מיך ממש מחיה איך וויל ווי דו רעדסט צו מיר

ענטפער: Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! י"ח אב התשע"ה 20:43 #241640

  • ערליכער יוד
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
מעגליך די ווארט שוין געזען
אבער פון חזר'ן איז נאך קיינעם גארנישט געשען
דאס אליין איז פאר מיר א נחמה
אם תקום עלי מלחמה
ובזאת אני בוטח
אויב צו פאלן איז נאך שייך
דאן מיינט דאס אז איך שטיי נאך אין די הייעך
און דערמיט מיינע ווערטער ענדיגן גיי איך

ענטפער: Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! כ"ז אב התשע"ה 15:52 #241788

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
איך האב לעצטנס געכאפט א שמועס (כביכול) מיט'ן הייליגן באשעפער. וזה תוכן השמועס:

א גוט יאר טייערע באשעפער. איך וויל פרעגן א שאלה.

איך זעה אז איך האב נישט קיין שליטה אויף מיר. עס גייט מיר נישט. און מיין דאקטאר האט מיר געזאגט אז איך בין שוין אדיקטעט! וויל איך פרעגן, בין איך פטור פון זיך צו האלטן ריין? דו גיבסט מיר א היתר? איך בין א אויסנאם, יא? איך מעג קוקן ווי איך וויל? איך מעג טוהן וואס איך וויל? איך מעג רעדן וואס איך וויל? איך מעג הערן וואס איך וויל?

באשעפער: ניין, מיין טייער קינד. איך ערווארט פון דיר אז דו זאלסט זיין ריין!

איך: אבער איך קען נישט...! באמת, איך וויל באמת, אבער ס'גייט נישט...

באשעפער: אין כזה דבר! איך האב דיר באשאפן, און איך האב פארלאנגט פון דיר צו זיין ריין, איך פארלאנג נישט פון דיר א זאך וואס עס איז נישט מעגליך צו באווייזן.

איך: אבער וויאזוי?

באשעפער: די ארבייט לאז איך פאר דיר, גיי זיך די וועג, איך זאג דיר אז ס'איז דא א וועג! פרעג דיך נאך. אינטערעסיר דיך מיט א ערענסקייט, וועסטו טרעפן די וועג וואס איז געאייגנט פאר דיר!

איך: אבער איך האב שוין פרובירט טויזנט מאל! זעסט דאך אז ס'גייט מיר נישט...

באשעפער: סארי מיין טייער קינד, איך קען דיר נישט געבן קיין היתר בשום אופן! מיינסט איך ווייס נישט וואס דו האסט אלס פרובירט צו טוהן? איך זעה אלעס און איך האב זייער שטארק הנאה פון דעם, און עס ווארט דיר אסאך שכר. אבער דו מוזט ווייטער זעהן וואס דו קענסט טוהן, אז פון היינט און ווייטער זאלסטו טוהן מיין רצון, און זיין ריין. זיך ווייטער וואס ס'איז שייך פאר דיר. און נאכאמאל, איך זאג דיר אז ס'איז דא א וועג. כי לא יודח ממנו נידח. סוף כל סוף וועט יעדער צוקומען צו זיין תכלית. דו אויך! ממילא פויל דיך נישט און זיך נישט קיין תירוצים, גיי ווייטער טוהן דיין זשאב. איך זאג דיר צו אז אז דו וועסט נישט אויפגעבן, וועסטו אנקומען!

(איך האב דען גערעדט מיטן באשעפער? צדיקים פארציילן אונז וואס די באשעפער האלט, אלעס וואס שטייט דא האבן אונז צדיקים געזאגט! עיין בספריהם הקדושים, ובעיקר: גיי פרעג זיי, וועסטו הערן...)

המשך יבא בל"נ
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com
לעצט פארראכטן: כ"ז אב התשע"ה 15:55 דורך קטן שנולד.

ענטפער: Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! כ"ז אב התשע"ה 17:08 #241789

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
קטן שנולד געשריבן:
איך האב דען גערעדט מיטן באשעפער?




יא יא, דו האסט גערעדט מיטן באשעפער! א קינד קען רעדן מיט זיין טאטע!

ס'איז מוראדיג! ס'איז אזוי אמת!
הפלא ופלא
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...
לעצט פארראכטן: כ"ח אב התשע"ה 07:25 דורך בשמחה תמיד.

ענטפער: Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! כ"ח אב התשע"ה 07:23 #241792

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
קטן שנולד....
דיין שמועס מיט'ן באשעפער איז אמת'דיג, און עס האט מיך ארויפגעברענגט הייסע טרערן!!!

יישר כח פארן עס מיט'טיילן

ענטפער: Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! א' אלול התשע"ה 07:42 #241817

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
טייערע חבר קטן שנולד

איך האב דיר נאר געוואלט זאגן אז איך בין מסכים הונדערט פראצענט צו די טייערע חברים משכני און בשמחה אז יא יא די אייבישטער האט גערעדט מיט דיר און האסט זייער גוט איבערגעזאגט די שמועס
יישר כח

האט ער דיך גארנישט געזאגט פון די 12 סטעפס ?

ענטפער: Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ב' אלול התשע"ה 14:02 #241829

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
שכח טייערע חברים פאר די חיזוק.

די אמת איז, איך האב נישט קיין ספעציעלע פראטעקציע ביים אייבערשטען, יעדער קען רעדן צו אים וואס מ'וויל.

דער באשעפער האט גארנישט קעגן די 12 סטעפס. אדרבא פרעג אים אליינס... דורך פרעגן זיינע עהרליכע אידן (אל השופט אשר יהי' בימים ההם), זיי ווייסן גוט וואס דער באשעפער האט צו זאגן. ער האט קלאר געזאגט אז ס'איז דא א וועג פאר יעדעם! די 12 סטעפס האט שוין געהאלפן אסאך מענטשן אנצוקומען צו טוהן די רצון ה'.
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: Re: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ג' אלול התשע"ה 05:11 #241835

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
יישר כח טייערע קטן

לגבי די 12 סטעפס איז אזוי אין בין ב''ה אנגעקומען צו די הכרה אז גארנישט האט נישט געהאלפן פאר מיר און איך בין יעצט אין אנפאנג פון ארבעטן די סטעפס און איך פיל אז יא דאס איז די וועג פאר מיר
נאר אסאך מאל הערט מען אונטערן אויער איז עס טעקע אויסגעהאלטן אדער ווער ווייסט וואס ?
מילא האב איך דאס געמיינט צו פרעגן אלס א שטיקל וויץ צו די אייבישטער האט דיך אפשר געזאגט אז ער האלט נישט פון דעם
ביי מיר איז קלאר אז די אלע וואס רעדן אזוי האבן נאך נישט דערגרייכט ריכטיג די ראק באטעם אדער קען זיין אז ביי זיי ארבעט יא עפעס אנדערש
בקיצור לאמיר זיך מחזק זיין און בעטן די הייליגע באשעפער צו טוהן די ריכטיגע שריט אויף יעדן טריט

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ג' אלול התשע"ה 14:23 #241838

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1302
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
שלום עליכם טייערע ברודער. איך האב שוין זייער לאנג נישט געשריבען דא. איך מיין אז בערך א יאר, די סיבה איך בין אוועק, איז געווען, ווייל איך בין אריינגעגאנגען אין טענהרייען וואס האבן אויפגעברענגט יינע קערעקטער דיפעקטס פון איגא, קאנטראל און אסאך ריסענטמענטס און סעלפישקייט און עס איז נישט געווען מעגליך אנצוגיין אזוי און בלייבן סאבער, איך וויל פרויבירען נאכאמאל און זען וויאזוי עס גייט.

ב"ה איך בין סאבער, איך גיי צו לייוו מיטינגס, איך האב א ספאנסאר, ארבעט די סטעפס.

בנוגע די שיינע שמועס מיטן בוכ"ע וואס קטן שנולד האט דא געשריבען. עג איז הערליך שיין, און אז עס ארבעט פאר דיר איז עס געוואלדיג. איך וואלט געוואלט שעירן מיין עקספיריענס פון מיר אליינס און מיט ארבעטען מיט אנדערע. איך וויל צולייגען אז וואס איך שרייב דא איז עקספחריענס פון א "אדיקט'ס" קוק וויקעל. פאר איינער וואס איז נישט קיין אדיקט,-און דא אויף הד"א געפינען זיך לכאורה אסאך דערפון- איז דאס בכלל נישט קיין ארטיקעל.

פאר מיר אלץ עדיקט, העלפט נישט צן וויסן און טראכטן אז עס איז א עבירה און די בוכ"ע האט דאס פארבאטן. איך האב דאס שוין געוויסט זייט אלץ קליין קינד און עס האט מיר בכלל נישט געקנט אפשטעלן אויפן לאנגן טערמין. פאר מיר ארבעט ווען איך קאנצעטריר זיך אויפן פאקט אז פאר מיר איז דאס א מחלה און איך קען נישט זיך ערלויבען צו עקטן אוט, פאר מיר ארבעט נישט עקטן אוט, איך קען דאס נישט קאנטראלירען, איך קען נישט הנאה האבן דערפון. איך בין קראנק און אפילו עס זאל קומען א דיין צו אליהו הנביא און מיר זאגן "יואל'י פאר ד יר איז עס מותר, קענסט דאס טון מיט א רואיג הארץ", מיט דעם אלעם "קען איך עס נישט טון". ווייל איך בין ביטער קראנק, ווי דר. סילקווארט שרייבט אין "די דאקטאר'ס מיינונג" אין די ביג בוק, איך האב אן אלערגי, איינמאל איך הייב אן, קען איך נישט בדרך הטבע סטאפן, וויפיל איך האב איז נישט גענוג, און מיין לעבן איז נישט מענדזשעבעל.

עס איז מיין עקספיריענס אז ווי לאנג א עדיקט קאנצעטרירט זיך אויף אידישקייט און נישט אויף זיין אייגענע מחלה, פעלט עם פון זיין סטעפ 1 און ער קומט נישט אן מיט לאנג טערם סאברייעטי

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ג' אלול התשע"ה 14:50 #241839

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
שלו' עליכם הרה"צ 'שטייג העכער' שליט"א. ניי"ס ט"א מי"ט י"א.

דו שרייבסט וואס עס האט פאר דיר געהאלפן. דאס טאקע האט דער אייבערשטער מיר געזאגט לעצטע וואך, אז ס'איז דא א וועג פאר יעדעם!

דער באשעפער איז נישט אריין אין די חלק 'וואס צו טוהן', ער האט נאר קלאר געזאגט אז ס'איז אויסדריקליך שייך פאר יעדעם, בלי שום יוצא מן הכלל, צו טוהן זיין רצון און זיין געזונט און ריין.

וועלכע אופן? ס'איז דא כמה אופנים, אבער אלעס איז אנצוקומען צו איין ציל, צו קענען אויספירן די תכלית פארוואס מיר זענען דא אויף דער וועלט.

דער באשעפער זאל דיר העלפן ווייטער, מער און מער, אין אלע ענינים, ברוחניות ובגשמיות!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ד' אלול התשע"ה 05:23 #241841

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
יישר כח קטן פארן אזוי גוט ארויסברענגען

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! י' אלול התשע"ה 07:45 #241919

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
א הארציגע מזל טוב פאר ידיד נפשי היקר, רב חמודות איש תבונות הרה"צ רבי קטן שנולד שליט"א
לכבוד אנקומען צו 70 הייליגע ריינע טעג!!
נאר דער הייליגער באשעפער ווייסט וואס 70 ריינע טעג איז כולל אין זיך!

קטן שנולד. "קטן"? וואס עפעס, א "גדול"!
טוהט אזוי פיל, מער ווי חודו של נאדל
נהנין ממנו עצה ותושיה, אזא פיינקייט
שמועסט אויס שיין יעדע נושא מיט א קלארקייט
נדיב לב כפשוטו, א פיין הארץ, בשערים נודָע
ווען מ'דארף, וואס מ'פרעגט, אלעמאל איז ער דא
לבי ובשרי ירננו אויף דיינע 70 טעג הייליג און ריין
דאס איז דאך אזא מתנה, נישט משיג צו זיין
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...
לעצט פארראכטן: י' אלול התשע"ה 07:46 דורך משכני אחריך.

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ג' תשרי התשע"ו 10:37 #242181

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
מזל טוב! מזל טוב!

פאר אונזער טייערע חבר

קטן שנולד

לכבוד די גרויסע שמחה פון אנקומען צו

יום התשעים לטהרה

צדי"ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה

דער אייבישטער זאל דיר געבן ווייטער די כוחות און רצון זאלסט קענען שטייגן העכער און העכער, מיט א שטענדיגע שמחה און הרחבת הדעת

ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.71 סעקונדעס