ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! 1920 באזוכער

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ג' תשרי התשע"ו 10:59 #242182

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
א הארציגע ווארעמע ברכת מזל טוב פאר ידי"נ וידיד כל חברי הפארום, תל תלפיות שכולם פונים אליו, כרכא דכולא ביה, חכם ונבון, אשר רבים נהנים ממנו עצה ותושיה, הרה"צ רבי קטן שנולד שליט"א, לכבוד אנקומען צום צווייטן מאל צו יום התשעים לטהרה ברוב חסדי הבורא ב"ה אבינו אב הרחמן!

דאכט זיך אז כמעט יעדער דא אין פארום האט זוכה געווען געהאלפן ווערן דורך דיינע ווערטער, הן מיט דיינע עצות טובות און הן מיט דיין חיזוק והדרכה, וואס ווערט געשריבן בטוב טעם ודעת, קלאר און שיין.

אני הקטן בעניי בין כמה וכמה פעמים געהאלפן געווארן און געראטעוועט געווארן פון נפילות בזכות דיינע קלארע דיבורים און נאך כמה פעולות וואס דו האט געטוהן פאר מיר מיט איבערגעגעבנקייט אשר לא יאומן כי יסופר.

אונזער טאטע אין הימל זאל דיר צאלן בכפל כפלים, זאלסט האבן א גמר חתימה טובה, א יאר פון התעלות, פון הצלחה בכל מעשי ידיך, שמחה, פרנסה און נחת און אלעס גוטס. יאר פון קלארקייט בכל תחומי החיים, זאל זיין 'מח שליט על הלב', זאלסט וויסן ווער דו ביסט און ווער זענען דיינע געפילן[...].
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! ד' כסלו התשע"ו 11:53 #242559

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
די ערשטע זאך וואס עס פעלט אויס, צו מצליח זיין און זיך צו קענען נארמאל און ריין, איז אז דער מענטש זאל נעמען די פולע אחריות אויף זיך. ער דארף וויסן אז די פאראנטווארליכקייט פאר זיין הצלחה ליגט אויסדריקליך נאר אין זיינע הענט! קיינער גייט נישט לעבן דיין לעבן, קיינער גייט נישט טוהן פאר דיין הצלחה, נאר דו אליין ביסט אינגאנצן אין טשארזש.

דאס קומט נאך פאר די ערשטע סטעפ. איך רוף עס אן 'סטעפ 0'. דאס איז די יסוד! אן דעם וועט גארנישט ארבייטן. ווילאנג דו ערווארסט נאך אז איינער אנדערש זאל טוהן פאר דיר, וועסטו נישט אנקומען אין ערגעץ. ווייל דיין תפקיד וואס דער רבש"ע האט ארויפגעלייגט אויף דיר, קען נאר דו אויספירן. די באשעפער האט דיר עס געגעבן אז דו זאלסט עס טוהן, נישט קיין צווייטער. ער האט דיר געגעבן וואס דו קענסט באווייזן. נעם אויף דיר די עול און רעספאנסאביליטי צו טוהן פאר דיין הצלחה!!!

אלע סוקסעספולע מענטשן האבן גענומען די פאראנטווארטליכקייט אויף זיך. נישט געזוכט קיין תירוצים, דער איז שולדיג, יענער איז שולדיג, די שווערע עבר, וכדו'. נאר זיי האבן געוויסט אז די גליק פון לעבן ליגט אין זייערע הענט, און נאר אין זייער הענט.

ווען דו נעמסט די פולע אחריות אויף דיר, וועט אוועקפאלן אסאך שטערונגען וואס לאזן נישט די מענטש פארן ווייטער. דו וועסט שוין טרעפן די וועג... מען קען נישט אויסרעכנן אלע מיני עיכובים וואס קענען זיך אלס אנקלאפן אויפן וועג צו 'לעבן', אבער אז דו טראגסט די אחריות וועסטו שוין טרעפן די וועג...

הצלחה רבה!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! י"ב כסלו התשע"ו 10:52 #242595

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
נישטא קיין ברירה, מען מוז זיך האלטן פריילעך!

קיין שום תירוץ אין דער וועלט בארעכטיגט נישט נאכגעלאזטקייט. מיר זענען באשאפן געווארן צו 'לעבן', אויף צו זיין 'טויט' דארפן מיר נישט זיין דא אויף דער וועלט. די תורה איז געגעבן גאווארן פאר לעבעדיגע מענשטן. ממילא א זאך וואס ברענגט נאכגעלאזקייט און עצבות איז נישט קיין ארטיקל, אפגעזעהן ווי א גוטע תירוץ דו האסט!

די באשעפער זאגט 'וחי בהם', קיין שום זאך וואס דער באשעפער האט געהייסן טוהן איז נישט קיין סתירה מיט 'לעבן', אויב זעסטו א זאך וואס מאכט דיך 'האלב טויט', איז עס מן הסתם נישט רצון ה'. די אינסראקשינס וואס די בורא האט מיטגעגעבן וויאזוי צו ניצן די וועלט איז אויסגעשטעלט אז דער מענטש זאל עס קענען ניצן און נישט פארקערט. ופשוט. אדרבא, די תורה גיט לעבן פאר דער מענטש!!!

ובחרת בחיים!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! י' טבת התשע"ו 16:39 #242768

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
עשרה בטבת תשע"ו EST 3:16 נאכמיטאג.

איך בין זייער הונגעריג, און מיד יעצט. איך בין אויפגעשטאנען זייער פרי היינט צופרי, כדי צו קענען טרינקן א קאווע, אבער יעצט בין איך שוין הונגעריג און מיד.

האלט די קאפ אויפן פלאץ! דו ביסט אין זייער א סכנה'דיגע צושטאנד! וואט"ש או"ט!

אין די אפטיילונג 'די 12 סטעפס' איז דא א טרעד וואס דארט ווערט איבערגעטייטש אויף אידיש 'די ווייסע בוק'. אויף דער צווייטע פעידזש, ווערט אראפגעברענגט די סלאגאן וואס מען דארף זיך ארייננעמען אין קאפ, און דאס דערמאנט די פיר זאכן וואס מען מוז זיך אכטונג געבן כסדר, אויף ענגליש איז עס H.A.L.T, דאס מיינט שטעל דיך אפ! די פיר זאכן זענען מסודר ביי דיר?

וואס זענען די פיר זאכן? אין ענגליש: ,Hungry, Angry, Lonely ,Tired

חברנו היקר 'לא יכרע' וואס האט מזכה געווען די עולם מיט איבערטייטשן די בוק, בעט זיך דארט ביים עולם, מען זאל אים ארויסהעלפן מיט א סלאגאן אויף אידיש. צום סוף איז געבליבן די סלאגאן 'מ.ב.ע.ה', (עפ"י שיטת רב בבא קמא ג: אז די מזיק פון מבעה איז 'אדם').

די ראשי תיבות פון מבעה איז: מיד, ברוגז, עלנד, און הונגעריג.

מלחמת חיים אין זיין טרעד האט מרחיב געווען אביסל און געשריבן:
היינט וויל איך צולייגן א קליינע נקודה מסתמא ווייסט דאס יעדער איך רעדט אבער צו מיר אליין.

די מלחמה טאר נישט זיין אקעגן הוז"ל, ווייל אויב יא איז מען שוין אויף צרות, נאר מען דארף זיך האלטן ריין פון תאות בכלל, אויף דעם דארף מען שטארק ארבעטן, דעמאלט איז די מלחמה פיל גרינגער.

איי וועסטו פרעגן נו! ווי אזוי ארבעט מען אויף תאות.

די ערשטע זאך, ארבעט זייער שווער קיינמאל נישט צו זיין "מבעה" דהיינו

מיד, גיב אכטונג צו גיין שלאפן ביינאכט צייטליך.

ברוגז, פאל נישט אריין אין קיין גערעגטקייט, ווען דו זעהסט אז די ביזט ברוגז און אויפגערעגט טוה אלעס אויף די וועלט זיך צו בארוהיגן.

עלנד, זיי נישט עלנד אליין ווען די ביזט נישט אין א גוטע מוט, פראביר זיך צו האלטן פארנומען.

הונגעריג, מען דארף עסן א גוטע פרישטאג א גוטע מיטאג און א גוטע נאכטמאל.

אויב איז מען מקיים די פיר זאכן איז מען מער פארזיכערט זיך צו שטארקן אויף תאות.

געדענק "מבעה" איז איינע פון די ארבעה אבות נזיקין.

(גענומען פון די ווייט בוק, און עס אליין אויספראבירט)

דאס זענען זאכן וואס עס האבן נישט קיין דירעקטע שייכות צו די תאוה. אבער דאס איז איינע פון די זאכן וואס ברענגן דעם מענשט ער זאל פארלירן קאנטראל.

מען קען נאך אסאך מרחיב זיין אין דעם, אבער יעצט בין איך הונגעריג...

נאך אביסל...
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! י' טבת התשע"ו 16:44 #242769

  • סאלאמאן
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 210
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל
יישר כח קטן שנולד, זייער שיין!

אויף עברית איז דאס מרומז בר"ת "עכבר", ע'ייפות כ'בידות ב'דידות ר'עב.

"ונפש השנית בישראל היא חלק אלוה ממעל ממש... כך כביכול נשמת כל איש ישראל נמשכה ממחשבתו וחכמתו ית'... שורש כל הנפש רוח ונשמה כולם מראש כל המדריגות עד סוף כל דרגין המלובש בגוף עמי הארץ וקל שבקלים נמשך ממוח העליון שהוא חכמה עילאה"... (ליקוטי אמרים תניא פ"ב).

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! י' טבת התשע"ו 16:47 #242770

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
שכוח דיר קטן שנולד, הפלא ופלא ווי אייביג.

סאלאמאן געשריבן:
יישר כח קטן שנולד, זייער שיין!

אויף עברית איז דאס מרומז בר"ת "עכבר", ע'ייפות כ'בידות ב'דידות ר'עב.

יא, דארט אין די עיברעשע פארום רופט מען עס "עכבר".
שוין כמה פעמים פרויבירט לייגן א בילד ר' ישעיל'ע קרעסטירער קעגן דעם עכבר אבער עס האט גארנישט געהאלפן:)
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...
לעצט פארראכטן: י' טבת התשע"ו 16:50 דורך משכני אחריך.

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! י' טבת התשע"ו 16:49 #242771

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! כ' חשון התשע"ח 13:06 #246360

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל

בס"ד
לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה. הננו מוכן ומזומן לקיים מצות בוראי וכו'

איך גיי יעצט בס"ד זאגן א סטעיטמענט, וואס איז שקר דורך און אדורך:

איך האב נאך קיינמאל נישט געקוקט קיין ראי' אסורה!

איי, נעכטן בין איך געזעצן ביי א אומגעפילטערטע קאמפיוטער (פון מיין חבר) און געקוקט און געקוקט פאר א שטיק צייט אויף דברים אסורים... נו, וויאזוי קען איך זאגן אז איך האב נאך קיינמאל נישט געקוקט ווי מ'טאר נישט?

איך וועל דיר ענטפערן: ביזט גערעכט. איך זאג טאקע א גראבע ליגנט. פשוט און גראד.

איך וועל אזוי לאנג זאגן דער ליגנט ביז איך וועל טאקע מיינען אז ס'איז אמת... 

מ'מעג נישט?

רבינו הקדוש דער רבי פון לובלין זי"ע זאגט אז יעדע מדה רעה קען מען ניצן אויף גוט. וויאזוי קען מען ניצן די מדה פון שקר אויף גוט? ווען א מענטש וויל זיין גוט, זאל ער זיך פארשטעלן אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזונדיגט און זיין נשמה איז לויטער און ריין, אן קיין שום פלעק. נו, וועט ער זיך יעצט וועלן שמוציג מאכן?

איך נער מיך? יא! איך נער מיך. (אבער איך נער דעם חברה'מאן אויך...)

דאס מיינט נישט אז איך ווייס נישט מיין מצב. איך ווייס וואספארא יצר הרע'ס איך האב. איך ווייס מיינע שוואכקייטן. איך ווייס אז איך דארף אסאך ארבייטן אויף מיר. אבער געזונדיגט? נאך קיינמאל נישט... 

די אמת איז אז איך נער מיך נישט. ווייל איך רעדט מיך נישט איין אז ס'איז אמת. איך ווייס אז ס'איז שקר און דאס טאקע וויל איך. איך וויל זאגן ליגנט. איך וויל מיך איינרעדן אז איך בין קלין, קלין.

איך האלט זיך ביי מיינס: איך האב נאך קיינמאל נישט געקוקט קיין ראי' אסורה! 

א מחיה!

.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א כ' חשון התשע"ח 13:27 #246361

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 622
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל
משכני אחריך געשריבן on י' טבת התשע"ו 16:47:
שכוח דיר קטן שנולד, הפלא ופלא ווי אייביג.

סאלאמאן געשריבן:
יישר כח קטן שנולד, זייער שיין!

אויף עברית איז דאס מרומז בר"ת "עכבר", ע'ייפות כ'בידות ב'דידות ר'עב.

יא, דארט אין די עיברעשע פארום רופט מען עס "עכבר".
שוין כמה פעמים פרויבירט לייגן א בילד ר' ישעיל'ע קרעסטירער קעגן דעם עכבר אבער עס האט גארנישט געהאלפן:)

וואס האט ר' ישעיל'ע מיט מייז ר' ישעיל'ע האט מיט עסן

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! כ' חשון התשע"ח 15:42 #246364

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל

ס'איז זייער אינספערירענד דיין תגובה

נאך מער אז דו ביזט אזוי  פעסט אז דו האסט נישט געזינדיגט, אין רעקאווערי האב זיך אויסגעלערנט צו פארשטיין ווי קראנק איך בין, און נישט ח"ו צו בארעכטיגן צו טוהן עפעס וואס מ'טאר נישט, נאר מיר צו געבן אין קאפ אריין אז דאס וואס איך טוה איז פון א מחלה נורא נוראות וואס אויב כ'וועל איין טאג פארגעסן ווי שטארק עס איז וועט עס מיר ח"ו איבערנעמען און צוריק ווארפן אין טיפן גרוב.

איך בין דאנקבאר פאר מיין גרויסן טאטן וואס געבט מיר היינט די מתנה אז איך ווייס קלאר אז איך בין זייער קראנק, נישט שלעכט, און געבט מיר דעם רצון איבערצוקומען מיין מחלה דורך זיין גרויסע שטארקע כוח עליון.

זייט מיר געזונט און סאבער

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע מענטש - כקטן שנולד! כ"ז חשון התשע"ח 18:15 #246457

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל

איך האב היינט געלערנט די ווערטער פון רבי שמעון בן נתנאל אין אבות פרק ב משנה יג: 'ואל תהי רשע בפני עצמך'. - די רמב"ם איז מסביר, אז א מענטש זאל נישט האלטן אז ער איז רשע, ווייל דאן וועט ער זונדיגן ווייטער, ווייל 'איך בין דאך אזא רשע...' אזוי לערנט אויף די רבינו יונה. 

די ראשונים האבן גוט פארשטאנען וויאזוי א מענטש ארבייט. זיי זאגן אונז וויאזוי צו טראכטן. מיר קענען נישט זיין קלוגער.

:pinch: ווארנונג: ספוילער!

וואס איז טאקע דער פשט? וויאזוי קען א מענטש 'האלטן' אז ער איז נישט קיין רשע ווען ער האט פריער געטון א גראבע עבירה? ער זאל זיך נער'ן?! 
און אויב ער וועט האלטן אז ער האט נישט געטון קיין עבירה, וויאזוי וועט ער זיך פארבעסערן???
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התשע"ח 18:18 דורך קטן שנולד.

ענטפער: מאי דהוה הוה, יעצט, א נייע כ"ז חשון התשע"ח 22:11 #246460

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 622
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל
קטן שנולד געשריבן on כ"ז חשון התשע"ח 18:15:
"קטן שנולד" post=246457 date=1510870513 catid=4

און אויב ער וועט האלטן אז ער האט נישט געטון קיין עבירה, וויאזוי וועט ער זיך פארבעסערן???

אפילו אויב די ביזט אויפן ריכטיגן וועג
אויב די בלייבסט דארטן זיצן וועט מען דיר איבערפארן!
(מעלות - גענומען מיט רשות)
אלטע אימעלס

  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.50 סעקונדעס