ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: די 90 טעג האט מיר זייער געהאלפן אבער 899 באזוכער

די 90 טעג האט מיר זייער געהאלפן אבער י"א תשרי התשע"ו 13:00 #242234

  • מח שליט על הלב
  • איצטיגע שטרעקע: 427 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
די 90 טעג זיינען געווען אן אפפרישונג פאר
אבער זינט מיר איך בין ארויס פון די 90 טעג צו די וואנט פון כבוד בין איך געווארן שוואך
יעצט איך פיינג אן נאכאמאל
איך האף אז ה וועט האבן רחמנות אויף מיר
קיין פילטער אין די וועלט וועט מיר ניט העלפן

ענטפער: די 90 טעג האט מיר זייער געהאלפן אבער י"א תשרי התשע"ו 13:41 #242235

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
זיי ביטע מסביר וואס מיינט ביסט שוואך געווארן? פארוואס האט דאס צוטוהן מיט זיין ביסט אויף די וואנט פון כבוד?

בד"וו א גמר חתימה טובה און א גוט קוויטל

ענטפער: די 90 טעג האט מיר זייער געהאלפן אבער י"א תשרי התשע"ו 14:16 #242236

  • מח שליט על הלב
  • איצטיגע שטרעקע: 427 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
מיינע פראבלעם איז קוקן שמוץ
שוואך מיינט פון.מאל צו מאל קוקן וואו מטאר ניט
די 90 טעג האט מיר זייער געהאלפן ניט צו כאפן א בליק
עס העלפט צו האלטן קאפ דערמאנט דיר און מדארף אלעמאל אפדייטן
נאכן ענדיקן די טשארט פארגעסט די סיסטים וועגן דיר
(איך ווייס דאס איז נאר איך"איקסקיוסיז" וד"ל
אבער איך וויל זיך שטארקן נאכאמאל

ענטפער: די 90 טעג האט מיר זייער געהאלפן אבער י"א תשרי התשע"ו 14:35 #242237

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
גם אני בחלומי. איך אויך מיטשע זיך אמאל מער און אמאל ווייניגער.

עטליכע נקודות.

1. איך בין מקושר כסדר מיט די עולם דא. סיי דורך שרייבן און לייענען אויף די פארום, און סיי פערזענליך מיט עטליכע חברים. דאס געבט מיר חיזוק אז איך זאל אהנהאלטן.

2. עס איז דא א כלל בין החברים NO SECOND LOOKS. דאס מיינט אז כאטש אונז האבן עפעס געזעהן וואס טויג נישט, איז דאס אויף די באשעפער. די ערשטע ראיה איז נישט אונזערס בכלל. ער האט געוואלט אז אונז זאלן דאס זעהן מאיזה סיבה שהיא שגזרה חכמתו יתברך. אבער די צווייטע קוק דאס איז אונזערס. אונז זענען בכח זיך מתגבר זיין אז מיר זאלן נישט קוקן קיין צווייטע מאל.

חיזקו ואימצו, שטארק דיך, וד' יהיה בעזרך
לעצט פארראכטן: י"א תשרי התשע"ו 14:42 דורך לומד.

ענטפער: די 90 טעג האט מיר זייער געהאלפן אבער י"א תשרי התשע"ו 16:13 #242240

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
זייער א ריכטיגע נקודה, און מ'דארף טאקע וויסן און געדענקען כסדר, אז די 90 טעג איז נישט א ציל, ס'איז נאר א שטופ אויף אנהייב. דס שטופט און שטארקט ווען יעדע פאר טעג גייט מען נאך א שטאפל ביז צום 90, אבער פון די 90 און ווייטער דארף מען שוין אסאך מער כוחות, ווייל די רגילות שפאצירט אריין און מ'האט נישט אזוי די זאך זאל שטופן און געבן חשק.

אזויווי אונזער חבר 'לומד' האט געשריבן, ס'איז זייער חשוב זיין מקושר מיט די עולם דא ווי מער, אזוי באקומט מען שטופ און חיזוק אויף ווייטער, אדער טוהן אנדערע פעולות כגון די סטעפס אדער ווער ס'דארף גיין צו די ליוו מיטיניגס, וכדומה.

נאך אמאל: די 90 טעג איז נישט א ציל! ס'איז נאר א שטופ אויף אנהייב און אין די 90 טעג דארף מען זיך צוגרייטן און טוהן פעולות קענען זיין שטארק בעז"ה אויף נא די 90.

דער אייבישטער זאל דיר שטענדיג באגלייטן בעינא פקיחא, מיט חסד ורחמים, ס'זאל דיר אלעס אנקומען ווי גרינגער.
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: די 90 טעג האט מיר זייער געהאלפן אבער י"ד תשרי התשע"ו 08:38 #242243

  • מח שליט על הלב
  • איצטיגע שטרעקע: 427 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
אדיינק פאר די אלע דברי חיזוק
אויב די ערשטע קוק איז אויף דעם אויבערשטן האט ער אסאך ארבעט
בנוגע די ניינצג טעג איז ריכטיג איך דארף זיין הייליקער ניט צא דארפן אנקומען צו קינדערישע שטופענישן אבער דערווייל בין איך ווי א קליין קינד אין דעם און איך לערן די אלף בית און אן א צוקעקרקע טאנץ איך אויף מיין קאפ

ענטפער: די 90 טעג האט מיר זייער געהאלפן אבער ט"ז אדר התשע"ו 15:31 #244178

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
כבוד מח שליט שוין לאנג נישט געהערט פון דיר. ביטע מיטטיילן דיין מצב. עס קען זיין א תועלת פאר דיר און פאר אנדערע.

יישר כח

ענטפער: די 90 טעג האט מיר זייער געהאלפן אבער כ' אדר התשע"ו 20:53 #244188

  • מח שליט על הלב
  • איצטיגע שטרעקע: 427 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
אדיינק פאר דערמאנען וועגן מיר
אדיינק דעם אויבערשטער איך האלט זיך שטארק
אמאל עס איז גרינגער אמאל שווערער
ברוך ה אפילו מיין שלום בית איז אויך פארבעסערט אין כו"כ ענינים כידוע וד"ל
און איך האב נאך א סימן אז מיין תשובה איז נתקבל געווארן  איך האב געהאט א געפלאצטע פייפ אין מיין בוידעם און עס האט אויסגעוואשט מיין כמפיוטער פון וואנעט איך בין אריינגעפאלן מלכתחילה
בכל אויפן עס איז נאך אלץ אסאך ארבעט איך פיל זייער מתבודד אזוי ווי איך האב מערניט קיין וואטסאפ
אבער דאס איז אסאך בעסער ווי מיט די אלע שמוץ וואס הארגעט מיר
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.33 סעקונדעס