ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: שטיי אויף! און גיי ווייטער! 3136 באזוכער

שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט"ז טבת התשע"ו 11:34 #242902

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
שלום עליכם טייערע אידן!
איך האב שוין אזויפיל מאל אנגעהויבן ציילן, אנגעהאלטן א קורצע וויילע, און נאכדעם געטראסקעט. עד כדי כך, ס'האט זיך אריינגעגנב'ט א מחשבה, אפשר בעסער בלייב אויף דער ערד זאלסט דיך נישט נאכאמאל צוקלאפן און צובלוטיגן. פון דער ערד קענסטו דאך נישט פאלן נידריגער, אויב אזוי בלייב ליגן אין די אדמי אדמה.
אבער פון א קעגנזייטיגער ריכטונג, האב איך דערהערט א אינערליכער געשריי: געוואלד! וואס איז מיט דיר? שטיי אויף! און הייב אן צו גיין!
איי, וועסטו פרעגן וואס וועט זיין אנדערש דאס מאל מער פון די פריערדיגע טויזנטער מאל ווען דו האסט אנגעהויבן פון פריש נאכאמאל און נאכאמאל???
בת קול מכרזת ואומרת: עס איז נישט קיין פארגלייך צו ביז אהער. ראה נתתי לפניך א כח הרבים מיט אן אויסגעהאלטענע מהלך צו פארזיכערן אז דו גייסט נישט איינער אליין אויפ'ן וועג, דו האסט א באגלייטונג פון הונדערטער אידישע קינדער וואס וועלן דיך אינטערלאנען בסיוע שיש בה ממש.
חזקני נא אך הפעם הזאת!! שטיי אויף און קלויב דיך צוזאם די כוחות וועסטו מצליח זיין.

און יא! איך האב געפאלגט דעם כרוז, זיך אויגעהויבן פון די בלאטע, און ב"ה שטיי איך אינעם 13'טן טאג. נעמענדיג איין טאג אויפאמאל, צוביסלעך, וועל איך ארויסקריכן פון די ברוכווארג פון מיין אייגענע חורבן און זיך דערזעהן בקרוב אויף די פריי!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט"ז טבת התשע"ו 13:10 #242906

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
ידידינו ר' כי טוב האט געשריבן אמאל ביים פארום:

געזהן אמאל א מארישקע קריכן? נעם די מארישקע דריי אים איבער. וואס טוט ער? ער דרייט זיך צוריק און קריכט ווייטער, דריי אים נאכאמל איבער וואס טוט ער יעצט? דרייט זיך צוריק און קריכט ווייטער, דריי אים נאכאמל איבער צום דריטן מאל וואס טוט ער יעצט? דרייט זיך צוריק און קריכט ווייטער, דריי אים נאכאמל צום פערדן מאל איבער וואס טוט ער יעצט? דרייט זיך צוריק און קריכט ווייטער, און נאכן צענטן מאל איבער דרייען וואס וועט ער טון? זיך נאכאמל צוריק דרייען און קריכען ווייטער. און נאכן צוואנצוג'סטן מאל איבער דרייען וואס וועט ער טון? זיך נאכאמל צוריק דרייען און קריכען ווייטער. און נאכן טויזנט'סטע מאל איבער דרייען וואס וועט ער טון? זיך נאכאמל צוריק דרייען און קריכען ווייטער.
אוי מארשיקע, מארשיקע, די זעסט נישט וואס דא גייט פאר? הער מיר צו טייערע בשר ודם, ווי לאנג איך לעב ווייס איך איין זאך, איך דארף גיין און נישט ריען, פראבירן אריין צו כאפן, דרייסט מיר איבער, גיט די ביסט שטערקער פון מיר, איך פון מיין זייט וועל נישט אויף געבען ווי לאנג איך לעב. האסט איין עצה מיר צו ארגענען. ווי לאנג איך לעב וועל איך נישט אויף געבען. נישט נאך טויזענט און נישט נאך א מיליאן. שטיי און לאך איך דריי מיך צוריק אין גיי ווייטער ווי איך דארף.

זאגט אונז דוד המלך אין תהלים.
אנכי תולעת ולא איש!!
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט"ז טבת התשע"ו 14:59 #242909

  • מגסבמס
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 271
  • האט שוין געלייקט: 98 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
אה דברי פי חכם חן ושפתיים ישק !

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט"ז טבת התשע"ו 15:31 #242910

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
הפלא ופלא משכני, גוט געזאגט (און גוט געשריבן)!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט"ז טבת התשע"ו 16:00 #242912

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
ייש"כ הרב משכני.

ועל כגון דא אמר שלמה בנו: לך אל נמלה עצל ראה דרכיה וחכם!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ז טבת התשע"ו 07:33 #242929

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
יישר כח ידידי היקר משכנו

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ח טבת התשע"ו 16:54 #242990

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
בשבח והודאה להשי"ת אז איך געפון זיך אינעם טאג נומער 15 פון מיין יציאת מצרים, דערווייל בין איך ב"ה אינגאנצן ריין פון קוקן די סחורה פון אשת פוטיפר, וינס ויצא החוצה! כ'פרוביר צו אנטלויפן אן צוריקקוקן. כאטש מיין אלגעמיינע שמירת עינים קען נוצן א שטארקע תיקון, איך האב באמערקט אז עס איז אביסל נאכגעלאזט זייט מיין רייזע, איך ווייס נישט צו עס האט א פארבינדונג בכלל, כ'דערצייל נאר א פאקט.
מיין וועג איז היבש פארנעפלט, ווואס פארשווערט מיין רייזע, איך פיהל אזא סארט צומישעניש וואס עפעקטירט מיין דאווענען און לערנען, שווער מסביר צו זיין. אבער איך פרוביר מיט אלע מיינע כוחות צו גיין פאראויס, האפענדיג צו זעהן די ליכטיגקייט ביים ענדע פונעם טונעל גאר אין נאנטן.
בתפלה לאבי שבשמים, ער זאל מיך פירן ווייטער אזויווי ביז יעצט, און פרעה הרשע זאל מיך נישט קענען דערגרייכן אונטערוועגענס צוריק צו שלעפן צום ערות הארץ. איך זאל האבן די מוט און כח דורכצושפרייזן דעם מדבר און דערגרייכן צום מצב פון פסקה זוהמתן!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ט טבת התשע"ו 06:27 #243004

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
מיר וואונטשן דיר פון טיפן הארץ גאר אסאך הצלחה

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ט טבת התשע"ו 07:24 #243006

  • מגסבמס
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 271
  • האט שוין געלייקט: 98 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
עס איז א נארמאלע ערשיינונג, אין ענגליש הייסט עס withdrall דאס הייסט ווען מען לעבט אויף א דראג אין מען גייט אראפ פין דעם קען די מח טוהן פארשידינע זאכן, וואס בתוכם איז פילען פארנעפלט, אין נישט רואיג, דאס קען זיין א סימן אז דיין מח ווערט אהפגעווינט פינעם דראג.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ט טבת התשע"ו 10:23 #243010

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
ייש"כ! כ'האב נישט געטראכט אין דעם ריכטונג, ס'איז א גוטע נקודה.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ט טבת התשע"ו 10:28 #243011

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
א גוט יאר!
 ב"ה פאראיבער מיט הצלחה.
לעצט פארראכטן: י"ט תשרי התשע"ז 13:22 דורך שטיי אויף.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ט טבת התשע"ו 10:38 #243014

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
אשריך!! אשריך!!
איבעריג זאגן אז דאס האט דער יצר הרע אינטערגעשיקט, דיר ברענגען צו א נסיון, אבער דו האסט געמאכט א וימאן מיט א שלשלת, און וינס החוצה.
דאס איז ידים מוכיחות אז דו ביסט ב"ה ארויף אויף א נייע גוטע און זיסע וועג.
ה' יהא בעזרך בכל עת וזמן.
זאלסט זוכה זיין "למצא חן בעיני אדני" העולה כמנין "שטיי אויף"
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ט טבת התשע"ו 12:41 #243018

  • סאלאמאן
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 210
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל
טייערער פריינט 'שטיי אויף', מיר פרייען זיך ב"ה צו הערן פון דיר אזעלכע גוטע בשורות!

יעדע קלייניגקייט, יעדע דבר קטן אין די זאכן, איז באמת א דבר גדול מאוד מאוד לויט אונזער עדיקשאן, ממילא איז דיין פעולה פון אויסמעקן די צוויי מעסעדזשעס, געווען א ריכטיגע דבר גדול מאוד נעלה!

אשריך וטוב לך. גיי ווייטער אן מיט אסאך הצלחה!

"ונפש השנית בישראל היא חלק אלוה ממעל ממש... כך כביכול נשמת כל איש ישראל נמשכה ממחשבתו וחכמתו ית'... שורש כל הנפש רוח ונשמה כולם מראש כל המדריגות עד סוף כל דרגין המלובש בגוף עמי הארץ וקל שבקלים נמשך ממוח העליון שהוא חכמה עילאה"... (ליקוטי אמרים תניא פ"ב).

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ט טבת התשע"ו 21:29 #243040

  • לאותא
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
שטיי אויף געשריבן:

מיין וועג איז היבש פארנעפלט, ווואס פארשווערט מיין רייזע, איך פיהל אזא סארט צומישעניש וואס עפעקטירט מיין דאווענען און לערנען, שווער מסביר צו זיין. אבער איך פרוביר מיט אלע מיינע כוחות צו גיין פאראויס, האפענדיג צו זעהן די ליכטיגקייט ביים ענדע פונעם טונעל גאר אין נאנטן.
איך האב אינאנפאנג בעיקר און אפי' היינט אסאך מאל אזא הרגשה איך טראכט דעמאלטס אז זיכער פיל איך אזוי איך האלט דאך אינמיטן א מאסיווע ריינוגונג אבער מדארף זיך האלטן שטארק און זאלסט וואוסן אז ס ווערט גרינגער מיטן טאטענס הילף
לעצט פארראכטן: י"ט טבת התשע"ו 21:30 דורך לאותא.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ' טבת התשע"ו 09:39 #243046

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
טעמו וראו כי "טוב" ה'!

בחסדי הבורא ב"ה האב איך הייטיגן טאג דערגרייכט 17 ריינע טעג.
כאטש אז בעבר האב איך שוין געהאט לענגערע שטרעקעס, אויב אזוי שטעלט זיך א פראגע מה יום מיומים וואס איז די גדולה דערפון?
דער תירוץ איז פשוט: ביז היינט אויב האב איך געהאט א לאנגע תקופה, איז עס געווען איינע פון צוויי, אדער ווייל איך האב פשוט נישט געהאט די מעגליכקייט און צייט צוצוקומען צו נישט גוט'ס, און אפילו ווען איך האב מיך שוין יא איינגעהאלטן, איז עס געווען אן קיין נארמאלע מסודר'דיגע אויסגעפראווטע מהלך. עס פלעגט זיין אן קיין עבודה פטור צו ווערן פון די טריגער'ס און גורמים, איך האב מיך סתם אזוי פרובירט צו ראנגלען מיט'ן יצה"ר, ביז ער האט יעדעס מאל צום סוף אויסגעפירט און מיך אנידערגעלייגט.
מה שאין כן בימים האלו, ווען איך בין אנגעלאדענט מיט פארשידענע געצייג וויאזוי צו באהאנדלען א שווערע סיטואציע.
לעצט פארראכטן: כ' טבת התשע"ו 09:40 דורך שטיי אויף.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ' טבת התשע"ו 10:43 #243047

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
א האלבע שעה נאכ'ן שרייבן די פאריגע מעלדונג, האב איך זיך ווידער געטראפן פנים אל פנים מיט'ן יצר הרע. זעט זיך אויס אז ער האט מחליט געווען, לאמיר נאר געבן א שנעלקע פאר דעם צולייגער "שטיי אויף", זאל ער זיך נישט גרויסן איבער זיין פארשריט. און איך האב ווידעראמאל בייגעוואוינט די זעלבע נסיון ווי נעכטן, און יעצט איז ער שוין געקומען מיט פיר מעסעדזשעס אויף מיין אימעיל פראמאושענ'ס.
נעכטן האב איך געמיינט אז דורך אויסמעקן וועט זיין גענוג, אבער זעענדיג אז עס חזר'ט זיך איבער האב איך פארשטאנען אז לכאורה בין איך געווארן איינמאל אויטאמאטיש אויפגעסיינט בעת מיינע באזוכן צו א געוויסע סייט, בעזר הבורא האב איך געטראפן אונטער די אימעיל'ס אן אפציע פון "אנסובסקרייב", און האפענטליך פטור געווארן פון די אנשיקעניש.

איך בין עס מפרסם, אז מ'זאל כאפן ווי ווייט דער שטן פארארבעט מעשים, און בעיקר אז כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, וואס מער מ'שטייגט אין ריינקייט איז ער זיך מער מתחדש ומבקש להמיתו, אבער וה' לא יעזבנו בידו!
לעצט פארראכטן: כ' טבת התשע"ו 10:45 דורך שטיי אויף.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ב טבת התשע"ו 15:26 #243059

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
היינט פראווע איך אן אייגענע יום טוב! ס'איז שוין י"ט ימים זייט מיין נייע התחלה.
ויום טוב היו עושין בצאתו בשלום מן....

געהערט לעצטענס א רעיון אדיר וחזק:
נפטרים האבן אן עבר, נשמות פאר'ן געבוירן ווערן האבן אן עתיד, מיר אידן בהאי עלמא האבן בלויז דעם "הווה"! און דאס איז וואס דער באשעפער ערווארט פון אונז.
קומט דער בעל דבר און וויל חרוב מאכן אונזער "הווה" דורך חשבונות פונעם עבר און פונעם עתיד!!!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ב טבת התשע"ו 19:35 #243060

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
דאס מיינט דער פסוק ''יום טוב אונערוואכן''.

חזק חזק ונתחזק.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ג טבת התשע"ו 07:30 #243065

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
שטארק ווארט כי טוב עלה והצלח

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ד טבת התשע"ו 15:41 #243077

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
א גוטן כבוד שטיי אויף שיחי'

עס איז צום באוואנדערן די ארבעט וואס דו לייגסט אריין. קיפ עט אפ. שטארק דיך ווייטער, ושם יהיה בעזריך.

הצלחה
לעצט פארראכטן: כ"ד טבת התשע"ו 16:46 דורך לומד.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ד טבת התשע"ו 16:43 #243079

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
איזהו חכם ה"לומד" מכל אדם!
ייש"כ פאר דיין חיזוק!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ד טבת התשע"ו 17:08 #243080

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
שטייענדיג ביום כ"א בחסדי הבורא, האב איך געקלערט אז א"ך האט צוויי באדייטן:
עס קענען ווייזן אויף א"ך טוב לישראל, א"ך טוב וחסד, והיית א"ך שמח.
אויך קען עס אבער זיין וישאר א"ך נח, שהי' גונח על שהכישו הארי.

ביי מיר שפיר איך ביידע סארט געפיהלן, א שמחה עד אין שיעור אז ב"ה נאך א טאג נענטער צום ציהל. פון די אנדערע זייט קומט דער ארי במסתרים, דער שטן המשחית און שטעלט אונטער נסיונות, ער פרובירט צו בייסן מיט זיינע שארפע ציין. ווידעראום בין איך פרייליך אז דער הייליגער באשעפער גיבט מיר די כוחות פון "שטיי אויף, או גיי ווייטער"!
אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו!
לעצט פארראכטן: כ"ד טבת התשע"ו 17:18 דורך שטיי אויף.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ד טבת התשע"ו 17:51 #243083

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
לאו דוקא אז דו ביסט א טאג נענטער צום ציל. ביי אונז על פי רוב איז די ציל די היינטיגע טאג און גארנישט מעהר. מיר קענען נישט דערהייבן מעהר ווי איין טאג אויף א מאהל. עס איז אפילו דא אזעלכע וואס ארבעטן איין שעה אויף א מאהל.

ממילא אויב האט מען מצליח געווען צו זיין ריין 'היינט', איז מען אהנגעקומען צום ציל.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ז טבת התשע"ו 12:15 #243121

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
פרידן צו אייך מיינע טייערע ידידים.
צוליב געוויסע סיבות וועל איך מוזן נעמען א קורצה הפסקה פון שרייבן אויפ'ן פארום, איך האף ס'וועט נישט זיין מער ווי געציילטע טעג.
דערווייל בין איך מקיים דעם "גיי ווייטער!" איין טאג אויפאמאל, און ווי זאגט די וועלט: סאו פאר סאו גאאד!
אפילו כ'וועל נישט שרייבן עמטליך, וועל איך בל"נ אפשטאטן טעגליכע באזוכן מיטצוהאלטן די געשפרעכן, און אפדעיט'ן מיין 90 טאג טשארט.
האט'ס מיר אלע א לעכטיגן זויבערן שבת! בא שבת בא מנוחה! שבת מברכים שב"ט ר"ת ש'מרם ב'רכם ט'הרם!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ז טבת התשע"ו 12:35 #243122

  • מגסבמס
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 271
  • האט שוין געלייקט: 98 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
ייש"כ פאר די אפדעיט מיר ווארטן צי הערען פין דיר בשורת טובות.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ט טבת התשע"ו 15:30 #243128

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
הנני מצטרף לדברי ידידינו הרב מגסבמס

לומד

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ב' שבט התשע"ו 18:05 #243167

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
א גוט יאר!

כ'בין צוריק ב"ה געהעריג מיט'ן הילף פון הנותן ליעף כ"ח שטייענדיג אינעם אכט און צוואנציגסטן טאג!
אין די לעצטערע טעג האב איך אויך באזוכט כאטש איין מאל פער טאג דעם פארום, ווייל דערווייל מוז איך דאס האבן כאויר לנשימה.

הודו לה' אז דער שבת איז פאראיבער גאר געהויבן ב"ה, בעיקר בין איך צופרידן אז איך בין אזוי באשעפטיגט אז עס איז "משכחת עון", כ'האב נישט קיין צייט אז די געפיהלן פון לאסט זאלן זיך אנטוויקלען.
אויך האב איך אנגעהויבן ארבעטן אויף מיין שמירת עינים בכלליות, כדי צו פארמיידן טריגער'ס פון אינדרויסן. עס העלפט מיר זייער שטארק צו בלייבן ריין.

איינע פון די גאר וויכטיגע יסודות וואס כ'האב געלערנט דא, איז א נייע בליק אויפ'ן צוגאנג וויאזוי מען באהאנדלט די אדיקשען, נישט מיט כח נאר מיט מח, נישט פירן קיין מלחמות נאר פונקט פארקערט, וויסן איך בין מאכטלאז (פאוערלע"ס), כ'קען גארנישט טוהן אליין. זיך לאזן פירן פונעם רבוש"ע אליין, און נישט ווי ביז יעצט וואס כ'בין געווען פארנומען מיט זוכן פרישע עצות און קבלות תמידין כסדרן. איבערגעבן אונזער מצב אין די האנט פונעם בעל מלחמות.
איך בין משתדל גאר שטארק נישט צוצולאזן קיין ענקזייעטי אדער פרעשור פון די טאג טעגליכע געשעענישן, ווייל אין די פארגאנגענהייט האט דאס צוגעשפילט צו אנטלויפן פון זיך אליין צו די אדיקשע"ן. אלעס אננעמען בניחותא מיט א געוואלדיגע רואיגקייט.

אסאך חיזוק האב איך גענאסן פון א באלערנדע שמועס אויפ'ן SA האטליין דורך א געליטענער, זיין געשיכטע האט מיך זייער בארירט.
לעצט פארראכטן: ב' שבט התשע"ו 18:09 דורך שטיי אויף.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ז' שבט התשע"ו 15:28 #243251

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
ג"ל עיני ואביטה נפלאות...
כ'האלט שוין בעז"ה ביי 33 טעג וואס איך ארבעט אויף היטן מיינע אויגן. געהאט עטליכע נסיונות איין טאג פאריגע וואך, אבער דער באשעפער האט מיך געראטעוועט ברגע האחרון.
מיין ווייב באוואונדערט מיין געדולדיג באנעמונג צו מיינע קינדערלעך (און צו איר אויך), זי ווייסט נישט ווי שטארק איך לייג אריין כוחות זיך צו האלטן רואיג און געלאסן, זיך צו לאזן פירן פונעם רבוש"ע. איך האב אויפגעגעבן אלע גרויסע ערווארטונגען סיי אין עבודת ה', און סיי אין גשמיות'דיגע חלקים. כי הנני כחומר ביד היוצר, וויאזוי עס פירט זיך פון הימל, שטעל איך זיך צו צום מצב.
אמאל פלעג איך אויפבויען אומרעאליסטישע עקספעקטעישא"נ'ס פון מיר אליינס און פון מיין ווייב און קינדער, דאס האט געשאפן אונטערן באוואוסטזיין א געוויסע אנגעצויגנקייט און אומצופרידנקייט וואס האט געקענט מזמן לזמן אויסקלאפן אויף די ארומיגע (און בכל הזמן אויף מיך זעלבסט). זינט איך האב נאכגעלאזט אלע אייגענע רצונות, און איך נעם יעדע מינוט לויט ווי ס'קומט, פיהל איך א רואיגערע סארט געפיהל. די עיקר איז נישט זיך צוטוהן מאכן פון יעדע קליינטשיגע זאך וואס גייט נישט פונקטליך מיין וועג.
נפשי כגמול עלי אמו, פארוואס זאל מען נעמען עקסטערע פרעשור אומזיסט, מיר קענען גארנישט אליין.

לויט ווי די שפראך גייט אין ריקאווערי, איז די הויפט ווארט "סאררענדער" - פאוערלע"ס, דאס מיינט זיך אונטערווארפן די הנהגה פונעם רבונו של עולם, בהמשך לזה האב איך דעם שבת געזעהן א שטיקל אין ספה"ק ישמח ישראל (די ערשטע שטיקל) ווי ער שמועסט אויס אז די עיקר תיקון פגם הברית איז דורך הכנעה וביטול, און מיט דעם קען מען תשובה טוהן אפילו נאכדעם וואס די זוה"ק שרייבט אז עס העלפט נישט, אויב אבער מען איז כאפס ואין מיט א ביטול מוחלט צום באשעפער, קען מען יא תשובה טוהן, עיי"ש ותשבע עונג!
לעצט פארראכטן: ז' שבט התשע"ו 15:30 דורך שטיי אויף.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ז' שבט התשע"ו 16:45 #243258

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
שטיי אויף וויאזוי האסטו געוויסט ממש וואס מיין נאטור איז?... אלעס מוז איך זיין אין קאנטראל און יעדע מאל איך קום אהיים האב איך זעלטענע ערווארטוגען פון מיר און פון די קינדער, ווען איך נעם שבת מיינע קינדער און ביהמ"ד בין איך אייביג טענסט אז מיינע קינדער זאלן זיך אויפירן ווי אזוי איך וויל (זיי זענען ב"ה גאר חשובע) אפשר איז דאס א זייטעגע בעניפעט פון זיין דא אויף GYE צו האבן מער א פרייעלכע שטוב

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ח' שבט התשע"ו 12:48 #243283

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
ר' חלק אלקי

עס איז נישט קיין סוד אז מיר אלע האבן די זעלבע פראבלעם למחצה לשליש ולרביע, אז ס'מוז גיין פונקטליך לויט מיין ערווארטונג.
אויב וועסטו באטראכטן די התנהגות פון מענטשן, און בעיקר פון זיך אליין, וועסטו באמערקן אז רוב עסענישן און אנגעצויגענקייטן, אויפרעגעניש און אנטוישונג, קומען פון דעם שורש. אין מח האט מען א גענויע בילד אויף יעדע זאך און פאסירונג, און טאמער גייט עס נישט אין איינקלאנג מיט די דמיונות, דאן איז עק וועלט.

עיקר שבעיקרים: אויב איז נישט אזויווי איך וויל, וויל איך אזויווי עס איז!!!
צייט צו מאכן א בלאט: 0.72 סעקונדעס