ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: שטיי אויף! און גיי ווייטער! 3134 באזוכער

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' שבט התשע"ו 12:32 #243300

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
ברחמיו הגדולים והמרובים פונעם בורא כל עולמים האלט איך ביי 35 ריינע טעג!
אצינד וויל איך מאכן אן אפיעל ביים עולם: רבותי! איך זוך א פארטנער מיך צו האלטן קאמפאני במשך מיין רייזע.
כ'האב שוין אריינגעגעבן א פארלאנג אויפ'ן ספעציעלן אפטיילונג דאהי אין הד"א, און טאקע באקומען א מעלדונג אז איך בין געווארן עפראוו"ד. דערנאך האב איך ערהאלטן איין באגריסונג מעסעדזש פון יענעם, און זייט דעמאלט אב איך גארנישט געהערט.
טייערע חברים, ווער עס האט געליינט מיין ביאגראפיע, און שפירט געוויסע ענליכקייט צו מיין סיטואציע, און וויל אויך האבן א שותף, זאל מיר ביטע מודיע זיין. אזוי וועל איך קענען אריינגעבן א ביטע צו די פארוואלטונג מ'זאל אונז צוזאמשטעלן.
מיט דאנק פון פאראויס.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' שבט התשע"ו 21:57 #243320

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
WOW קיפ איט אפ זיי פאר אונז א וועג ווייזער איך ווארט צו הערן פון דיר
לעצט פארראכטן: ט' שבט התשע"ו 21:57 דורך חלקאלוקי.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"א שבט התשע"ו 17:37 #243384

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
מיין הארץ קוועלט מיט פרייד אז ב"ה עס קומען צו טעגליך פרישע מעמבער'ס צו אונזער קהלה הקדושה.
פיהל מאל האב איך מיך געטראכט, הלואי זאל יעדער וויסן פון הד"א, מ'קען דאך ראטעווען אומצאליגע נפשות האומללים. איך ווייס אז ס'איז א שווערע זאך, ווייל ביים היימישן ציבור קען מען נישט עדווערטייזן אזא סארט סייט, טאקע דערפאר איז אזא גרויסע זאך מיט יעדער וואס ערשיינט דא.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"א שבט התשע"ו 18:34 #243387

  • לאותא
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
סאיז א זאך וואס מקען נישט באהאלטן פון אונטער די ערד ווערן מענטשן ב"ה געוואר אז סאיז דא די פלאץ איך בין זיכער אז סאיז דא תווישן די פארום באטייליגער כל ערליי פארציילונגען פון די סייעתא דשמיא ווי אזוי מהאט פונקט געטראפן דעם סייט אפשר וואלט כדי געווען מו עפענען א טרעד פון די פארציילונגען
לעצט פארראכטן: י"א שבט התשע"ו 18:34 דורך לאותא.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ב שבט התשע"ו 12:47 #243397

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
אויף די ענגלישע זייט איז דא אזא אפטיילונג מיט צענדליגע בלעטער, ס'איז זייער אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי דער מסבב כל הסיבות מאכט זיכער אז זיינע קינדערלעך זאלן טרעפן די וועג צוריק צו אים.
אומר ועושה, מ'גיימער שוין עפענען אזא טרעד ביי די "שלום עליכם" אפטיילונג. קומט אלע אהין!

(אויב איז שוין דא אזא טרעד, זאל מען מיר לאזן וויסן)

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ד שבט התשע"ו 17:33 #243418

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
איך האב געהיטן מיינע אויגן פערציג טעג און געזעהן גרויסע ישועות!

אין צעטל קטן פון הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע שטייט אז יעדע שלעכטע געוואוינהייט קען מען טוישן דורך ארבעטן דערויף פערציג טעג. איך האלט נאכנישט ביי א מצב פון ריינקייט, אבער עכ"פ א פתח כחודו של מחט איז עס דאך.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ד שבט התשע"ו 18:31 #243421

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
שטיי אויף געשריבן:
איך האב געהיטן מיינע אויגן פערציג טעג און געזעהן גרויסע ישועות!

אין צעטל קטן פון הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע שטייט אז יעדע שלעכטע געוואוינהייט קען מען טוישן דורך ארבעטן דערויף פערציג טעג. איך האלט נאכנישט ביי א מצב פון ריינקייט, אבער עכ"פ א פתח כחודו של מחט איז עס דאך.

WOW קיפ אפ עס מאכט א קנאת סופרים מתי יגיע מעשי למעשי שטיי אויף

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט"ז שבט התשע"ו 19:47 #243557

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
איך שטיי פארגאפט מיט התפעלות פון די תוכן וואס גיסט זיך דא אויפ'ן פארום פון אלע חשובע חברים חדשים גם ישנים.
אבער נעמט עס נישט פאר גרינג, עס קען אייך אויסקוקן ווי סתם אויסלופטערונג וכדו', צייט פארברענגעניש. זאלט עטס וויסן עס איז הצלת נפשות פשוטו כמשמעו. ביטולה זו קיומה, דורכ'ן אוועקגעבן פון אונזער צייט, טוען מיר סיי זיך אליין העלפן בבחי' חייך קודמין, און צו די זעלבע צייט אויפלעבן אנדערע באזוכער וואס קוקן ארויס און לעכצן פאר אן עצה, הדרכה, חיזוק ווארט ועוד ועוד.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט"ז שבט התשע"ו 20:02 #243559

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
אויסער די עצם הילף וואס איך געניס פונעם פארום. האט עס מיר געטוישט די גאנצע בליק אויף אנדערע מענטשן. ביז היינט פלעג איך מקיים זיין דעם כל הנגעים אדם רואה, נישט געקענט דולדן יענעם'ס עוולה. כאטש איך אליין בין געליגן טיף טייער, האב איך געהאט א נעגאטיווע קוק אויף אלע ארומיגע, שנעל מחליט געווען הנחות איבער זייער התנהגות. בפרט ווען ס'האט מיך געכאפט א הרהור תשובה (געווענליך נאכ'ן אפטוהן א דבר איסור) אדער אויב בין איך געווען ריין פאר א קורצע וויילע, האב איך שוין באטראכט יעדן אלץ בעל עבירה, און פשוט נישט געקענט פארשטיין וויאזוי קען "יענער" טוהן דאס און דאס. וויאזוי קען ער זיין פארנומען מיט אזעלכע שטותים? אויך האב איך גוט איבערגעקייעט אלע מעשי נבלות און רכילות'ער פון די סארט ענינים, מיט'ן מכלומר'שטן הייליגן שלייער אז איך קען פשוט נישט אויסהאלטן די געפערליכע שמוציגע זאכן.
היינט צו טאג - בעיקר נאכ'ן זיך אומקוקן אויף די פארום - האב איך אנערקענט: דו קענסט קיינמאל נישט דן זיין יענעם, וואס ווייסטו וויפיל צער און ווייטאג יענער גייט פאראיבער? אפשר זוכט ער וועגן ארויס? ער איז נעבעך פארכאפט אינעם נעץ פון עדיקשאן, צי וויל ער דען אזוי זיין?
היינט בין איך מקיים דעם צווייטן טייל פונעם מאמר חז"ל "חוץ מנגעי עצמו" - כ'האב מיך מיין אייגן פעקל, און איך ברויך זיין ביז"י צו העלפן מיך אליינס. מיין אויסקוק אויף די ארומיגע איז געווארן מער פאזיטיוו און רחמנות'דיג, איך זעה דאך דא אויפ'ן פארום די אלע חשובע יונגעלייט מיט איידעלע און הייליגע נשמות שרייען געוואלד! טאטע העלף! מיר ווילן אפלאזן אונזער שלעכטע געוואוינהייטן, מיר זענען גרייט צו טוהן אלעס וואס עס וועט זיך נאר פארלאנגן אבי צו זיין ריין און געזונט.
די אלע אידן וואס פונדרויסן מיינט מען אז זיי זוכן צו ליגן אין שמוץ, זיי זוכן צו זיין בעלי תאוות, ווערט מען פלוצלינג געוואויר וואס באהאלט זיך אונטער זייער מאסקע, לויטערע לעכטיגע נשמות קדושות וטהורות.
מודה אני לפניך ששמת חלקי מיושבי בית המדרש של GYE...אנו עמלים ומקבלים שכר...אנו רצים לחיי העולם הבא!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט"ז שבט התשע"ו 21:47 #243567

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
שטיי אויף איר רעד דאך אזוי צו דער זאך ביטע שרייבט מער און דיטעל וואס טוט מען ווען מען האט א נסיון?

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ז שבט התשע"ו 12:30 #243612

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
א נסיון צו וואס?

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ז שבט התשע"ו 13:55 #243617

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
נסיון וכדומה
לעצט פארראכטן: כ"ג שבט התשע"ו 12:17 דורך חלקאלוקי.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ז שבט התשע"ו 15:23 #243623

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
חלקאלוקי געשריבן:
צו קיקן מאוויס וכדומה


ס'איז מיר זייער שווער צו געבן עצות ווען איך קען נישט דיין מצב מיט דיינע נאטורן, איך קען נאר זאגן סך הכל וואס האט מיך פערזענליך געהאלפן אין אזא פאל.
מיין לאסט געפיהלן זענען אויף א הויכע שטאפל, אבער געווענליך ליגט עס ערגעצוואו פארשלאפן, און ס'וועקט זיך אויף דורך פארשידענע מצבים.
איינס פון די הויפט זאכן וואס איך האב אנערקענט ביי מיר איז, אז געווענליך זענען אלע פראבלעמען געקומען דורך צופיל ליידיגע צייט, ממש ווי די הייליגע חז"ל ווארענען: בטילה מביאה לידי זימה. אין צייטן וואס איך בין געווען שטארק פארנומען, האב איך נישט געהאט קיין געלעגנהייט אויפצווועקן מיין לאסט.
אפילו אין תקופות וואס איך האב געארבעט, אבער מיט אסאך איבריגע צייט, האב איך מיך ווידער געטראפן אין פאסטקע פונעם יצה"ר.
אויב איז מען ביזי מיט פראדוקטיווע זאכן, לאו דווקא ארבעט, נאר אפילו מיט געשמאקע האב"י'ס וואס מען גלייכט צו פארברענגן דערמיט, דאן אפילו מען ווערט געטריגערט פון א ראי' אסורה אויף די גאס אדער עפעס ענליך, ווערט נישט די לאסט געפיהל אנטוויקלט לידי מעשה, עס ווערט אפגעקילט און פארשוואונדן.
פון די בית אהרן מקארלין שטייט אז בטילה דארף זיין אזוי הארב ווי איסור אשת איש! כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען דאס פארגלייך, פארוואס כאפט ער נישט אן סיי וועלכע אנדערע הארבע איסור, אבער דבריו הק' זענען זייער מובן פאר אונז אלע, עס איז נישט אזוי ווייט איינס פונעם אנדער'ן...וד"ל.
די צוויטע וויכטיגע זאך וואס איך באמערק אויף מיר (און ווערט דא אויסגעשמועסט אויפ'ן פארום עד אין מספר): זיין אין א גוטע מצב רוח, גוטמוטיג און אויפגעלייגט איז דער יסוד צו קענען בלייבן ריין, נישט קיין חילוק אויף וועלכע מהלך מען ארבעט, צי דאס איז 90 טעג רייזע, אדער סיי וועלכע אנדערע אופן. ווען מען איז צוקלאפט אדער אין א נעגאטיווע מו"ד, זוכט מען צו אנטלויפן צוריק צו די שמוץ, שוין אפגערעדט אז מ'איז נישט גרייט צו ארבעטן אויף די ריינקייט.
אנגעזעצטקייט מאכט אז יעדע קליינטשיגע טריגער זאל ווירקן לרעה, עס לייגט מיך אריין אין א מצב פון ווערן עפעקטירט פון דאס מינעסטע ראי' אדער דיבור, און די הארץ און מח זענען נישט אפן צו קענען גובר זיין, עס נעמט נישט לאנג און מען טרעפט זיך צוריק צום אלטן, ערשט נאכדעם כאפט מען זיך אוי וויי! דאן ווערט מען מער דיפרעס"ט, און עס גייט ווי א גלגל החוזר...
דערפאר, ווען אימער איך זעה מיך מיט ליידיגע שעות, פרוביר איך עס אנצופילן מיט עפעס א סארט באשעפטיגונג, דער באשעפער העלפט שוין אז מ'טרעפט מיט וואס לדוגמא: שמועסן מיט איינעם (עלטערן, געשוויסטער, חבר), לערנען עפעס א געשמאקע לימוד (היסטאריע, אגדה, ידיעות, תולדות וכדו').
און אויב שפיר איך מיך דאו"ן און נישט אין די גיסטע, (וואס איז געווענליך פארבינדן איינס מיט'ן אנדערן) איז כדאי צו פרובירן אדער איינע פון די פריערדיגע מיטלען, אדער אריבער צו גיין אויף א פלאץ וואו עס הערשט א געשמאקע אטמאספער צווישן א געזעלשאפט, נישט בלייבן איינזאם, פונקט פארקערט מ'דארף זוכן אן ארט וואס וועט העלפן מסיח דעת זיין פון די מחשבת התאוה.

ועל כולם, איז די ערשטע זאך מתפלל זיין בכוונה "אל תביאנו לידי נסיון".
ווי די באקאנטע מעשה מיט'ן בעל עגלה וואס האט געזאגט אז א גוטע בעל עגלה איז אזא איינער וואס מאכט זיכער נישט אריינצופארן אינעם זומפ, איינמאל מ'איז אין בלאטע איז פיהל שווערער. ממילא דארף מען אוועקשטיין פון יעדע סארט טריגער וואס קען אויפרייצן דיין לאסט, נישט גיין אויף אזא מקום וואו דו האסט געזעהן בעבר אז עס שאדט פאר דיר, בקיצור, אנטלויפן פון יעדע נסיון כמטחוי קשת.
אזוי אויך דערווייטערן יעדע מין נסיון פון זיך, נישט פארמאגן קיין כלים וואס זענען נישט בלאקירט גענצליך, א.א.וו. יעדער לויט זיין סביבה און זיין מצב הפרטי.

אלעס איז דברים פשוטים וואס מ'דארף חזר'ן כסדר.

הצלחה מרובה!
לעצט פארראכטן: י"ז שבט התשע"ו 16:22 דורך שטיי אויף.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ז שבט התשע"ו 20:16 #243635

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
זייער שיין! ענדליך פאנגט מען אן צו זעהן עפעס ניצלעך און די טרעדס

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ח שבט התשע"ו 21:01 #243680

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
ב"ה מ'גייט אריין אינעם 45'סטן טאג בשעה טובה ומוצלחת!
לעצטענס האט מיין דאווענען היבש געליטן, איך האב געשפירט אזא מין אויסגעלאשענקייט, נישט געקענט קאנעקטען מיט די ווערטער, אבער כ'האב נישט אויפגעגעבן, און זיך געשטופט אנצוגיין און ארויסזאגן ווארט ביי ווארט אן קיין שום הרגש, וויייל איך האב מיך דערמאנט פון צדיקים און בפרט רבי נחמן וואס זאגן אז אפילו מ'איז אויסגעלאשן זאל מען ארויסזאגן די הייליגע ווערטער מיט א פשיטות ותמימות.
למעשה האב איך היינט דאס ערשטע מאל געשפירט א קליינע פונק אינמיטן דאווענען, ביי געוויסע שטיקלעך האט זיך אנגעצינדן א קליינטשיק התעוררות צו פירוש המלות, ס'איז געווען אבער צו קליין און זיך קורץ דערנאך אויסגעלאשן.די גוטע חלק דערפון איז, אז די ניצוץ הפנימי, די "פיילאט" איז נאך אנגעצינדן, ס'דא האפענונג אז מיט די צייט וועט זיך עס פארגרעסערן.

היינט האב איך אויך פראקטיצירט א געוויסע מיטל וואס איך פלעג אמאל טוהן, דהיינו געהערט א שיעור אויפ'ן סעלפאון בשעת'ן גיין אויפ'ן גאס, ס'האט אוועקגענומען מיין קאפ פון זיין ביזי מיט די פארבייגייענדע פרויען. אפילו דאס וואס איך האב געזעהן באקראי בעלמא, האט זיך נישט אנגעכאפט, נאר באלד נעלם געווארן, וויבאלד מיין קאפ איז געווען פארטון מיט'ן נושא השיעור.
עצה טובה קמ"ל!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ח שבט התשע"ו 22:13 #243683

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
יחד יחד יחד יחד לבבי יחד לבבי ליראה ולאהבה
לאמיר מיר נישט פארגעסן די געפיל פון התעוררת קומט פון די בורא עולם

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"א שבט התשע"ו 16:59 #243710

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
געזעהן א שטארקע חיזוק בריוו פון הגאון רבי שלמה ברעוודא זצ"ל אינעם ספר "אגרות שלמה" (י"ל לאחרונה), איך וועל מעתיק זיין מלשונו הנחמד עטליכע שטיקלעך הנוגעים לענינינו:
...והנה בריש פרשת ראה כ' הגר"א ז"ל: ראה, אמר בלשון יחיד. לפניכם, לשון רבים כו', פירוש לכל אחד ואחד נתן הבחירה שלא יהי' אחרי רבים לרעות. ופן יאמר הבחירה ניתן לרבים לכן אמר לפניכם, לכל אחד ואחד. נתן, במתנה שהקב"ה מסלק ממנו, ואמרו הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, ושמא תאמרו הבחירה ניתן לאדם בימי בחרותו אבל לא אחר שהורגל במעלליו הקשים, לכן אמר היום, בכל יום ויום הרשות נתונה בידו והבחירה בידו לילך בדרך טובים, עכ"ל.
והנה בשורות ספורות אלו גילה לנו הגר"א ז"ל סודות עמוקים בדרכי מלחמת היצר. כי יסוד כל היסודות של הצלחת היצה"ר ח"ו על האדם, הוא כלי זיינו הגדול והעצום ששמו – יאוש, רח"ל. וכנגד זה צריך האדם לזכור תמיד שהכלי זיין שלו הכי גדול הוא ענין הבחירה, ר"ל שיש לו כח הבחירה לבחור בטוב וכו', כלומר אין הוא אסור ומכובל בכבלים אלא תמיד יכול להטיב דרכיו ואף לעלות למעלות עליונות מאוד, מעלה מעלה.
ואמנם כמובן שיותר קשה לבחור בטוב כשחבילה מלאה עבירות תלוי' בצוארו עם הרגלים של חטא ומדות רעות, מלבחור בטוב כשעדיין לא חטא הרבה, כי מי שיש לו עבר רע יש לו מלחמה יותר קשה, וזה פשוט. אמנם עם כל הקושי, מכיון שכח הבחירה הוא בבחינת "פצצה אטומית" שיכולה למחוק ממש את העבר (ודוק בזה היטב), ע"כ אף פעם לא שייך ענין של יאוש, כי ממשלה שיש בידה פצצה אטומית אינה מתייאשת משום מלחמה...
וזה לעומת זה עשה הקב"ה כי מכיון שכח הבחירה היא פצצה אטומית ע"כ כל מגמת היצה"ר הוא להשפיע על האדם מחשבה כוזבת – שאין לו את הכח הזה, אין לו את הפצצה הגדולה הזו (ער האט שוין ניט די באמבע!) ואם כן – תתייאש!
והוא בא אל כל אדם כפי מצבו, אם הוא הרבה לחטוא, אומר לו שאתה כמו פרעה שנטלו ממנו כח הבחירה (כמבו' ברמב"ם הל' תשובה) – עס איז שוין צו שפעט! אם הוא יחד במקום רבים חוטאים, אומר לו שלמקום רע זה לא ניתן שוב כח הבחירה – וגם אתה ביניהם. דו בינסט אין אמעריקע, דו קענסט ניט זיין אינגאצען אנדערש פון אלעמען, עס לאזט זיך ניט...[ואני מקצר כעת במקום שראוי להאריך מאוד מאוד, הלואי הי' לי כח לזה, ותן לחכם ויחכם עוד].
המשך המכתב יבוא בקרוב

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"א שבט התשע"ו 17:21 #243712

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
המשך המכתב

אדם עובד כמה וכמה שנים במקום שלא טוב לו ברוחניות, אחרי עשר שנים אמר לו היצר, עס איז שוין צו שפעט צו בייטען...יאוש! אחד נשוי לאשה והיא יש לה מנהגים או דעות בלתי רצויות, וקצת שמע בקלה, אחר כמה שנים חושב – עס איז פארפאלן איך קען זיך ניט אנפאנגען צו פירן אנדערש, עס איז ניט שייך – יאוש! אחד הפסיק ח"ו ללמוד כמה שנים, אח"כ מהרהר בתשובה לחזור להתמדת התורה, בא היצר ואמר לו – עס איז צו שפעט – יאוש! וכן בכל דבר.
והוא מה שכתבתי לעיל כי עיקר מטרת היצר להשכיח מהאדם את אמיתת כוחו של מידת הבחירה, להשכיח ממנו שבחירה הוא בגדר פצצה המחוללת מהפיכות ממש, משנה זמנים ומחליף את המצבים וכו' וכו', היצר מנסה ומשתדל להכניס ללב האדם שקר נורא, שהוא מוגבל במדת הבחירה, לא הכל יכול לשנות וכו' וכו'.

....לכל א' וא' יש יוני, יצרו הרע שגוזר, ופושט, ונכנס, ופורץ, ומטמא וכו' וכו' רח"ל, עד שחושב וואס קען איך שוין טאהן, עס איז צו שפעט...ואם האדם קם פתאום כחשמונאי, אז בידו – בס"ד – להפוך מצבו מהקצה אל הקצה ממש, בנסים ונפלאות. וזה לימוד נורא מחנוכה.
וזה מה שאמר הכתוב ראה אני נותן – מתנת הבחירה (הפצצה האטומית), לפניכם, לכל יחיד ויחיד (להיות יחיד צדיק בין רבים...) היום ובכל יום ממש אפילו לאחר שהורגל ח"ו בדרך הרע הרבה שנים, וכמש"כ הגר"א ז"ל. אין ייאוש!
ובכתבי ר' זונדל סאלאנטער זצ"ל כתב בשם הגר"א: אמר הגאון ז"ל, היצר חטף לך ב"ראה נא", אתה תחטוף לו ב"סלח לנו", הוא ב"רפאנו", אתה ב"ברך עלינו"! עכ"ל. פי', אפילו בתפילה אסור להתייאש, אפילו אם לא כיוון כמה ברכות אסור לחשוב – עס איז פארפאלען, רק תתחיל עכשיו לכוין. נורא ואיום, יסוד עצום במילים ספורות. דוק היטב.
ועיין פירוש הגר"א למשלי (ט"ז ז') ברצות ה' דרכי איש גם אויביו ישלים אתו, שלא יאמר אדם איך אשוב מדרכי הרעה הלא יש לי ג' מניעות והן יצר תינוק ואשה, והיינו יצה"ר שהוא מקטרג עלי למעלה, ותינוק הם הדרכים שהלכתי בהן מנעורי והוא נפש הבהמית שהלכתי אחריה תמיד והורגלתי בהם, ואשה רעה ממש כי גם הנפש הבהמית נקראת אשה, וכאשר הורגל בדרך רע היא נקראת אשה רעה, וז"ש אל תירא מהם כי ברצות ה' דרכי איש גם אויביו ישלים אתו כו' (ע"ש).
והן הן הדברים שכתבנו לעיל, שהיצר בא לאדם בטענות שאי אפשר כבר לשוב כי כבר מדי חטא וכו' וכו' – יאוש! ועל זה בא הפסוק לחזק את האדם שהכל יכול ליהפך ממש מהקצה אל הקצה. יבחון נא האדם במעמקי לבו כמה קשה לו להאמין באמת בדברים אלה...
שלמה


(נעתק מס' אגרות שלמה אגרת כ"א, הסובב על נס חנוכה והלימוד ממנו, עיי"ש עוד מכתבים נפלאים מלאים חיזוק בעבודת ה')

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ב שבט התשע"ו 10:26 #243725

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
א ריזיגן שכח פאר'ן אהערברענגן! הפלא ופלא!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ב שבט התשע"ו 11:22 #243727

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
איך האב מיך געמאכט א קאפי פון די בריוו צו האבן און טאש עס איז דאך הפלא ופלא

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ב שבט התשע"ו 12:44 #243736

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
באמת איז דער פארום א געוואלדיגע פלאץ, אבער ס'באדערט מיך אז עס איז זייער פארשלאפן, עס קען פארביי גיין טעג און קוים קוים זעהט מען עפעס א פאוס"ט, ס'איז פשוט א שאד, עס געפונען זיך דא אזויפיל געלונגענע חברים, עס וואלט געדארפט ווירבלען 24 שעה. אין די צייט וואס אלע אנדערע ערליי פארום'ס און טשעט-גרופ'ס זענען אקטיוו כסדר, דא ראטעוועט מען זיך און אנדערע, ק"ו בן בנו של ק"ו ס'וואלט געדארפט זיך לעבן.
מי יתן והי'....

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ב שבט התשע"ו 12:48 #243737

  • מגסבמס
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 271
  • האט שוין געלייקט: 98 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
מיר זענען צי דעם מסכים, אדרבה עפעס א רעיון וואס זאל אויפוואכען דא א ביסל.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ב שבט התשע"ו 12:49 #243738

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
שטיי אויף געשריבן on כ"ב שבט התשע"ו 12:44:
באמת איז דער פארום א געוואלדיגע פלאץ, אבער ס'באדערט מיך אז עס איז זייער פארשלאפן, עס קען פארביי גיין טעג און קוים קוים זעהט מען עפעס א פאוס"ט, ס'איז פשוט א שאד, עס געפונען זיך דא אזויפיל געלונגענע חברים, עס וואלט געדארפט ווירבלען 24 שעה. אין די צייט וואס אלע אנדערע ערליי פארום'ס און טשעט-גרופ'ס זענען אקטיוו כסדר, דא ראטעוועט מען זיך און אנדערע, ק"ו בן בנו של ק"ו ס'וואלט געדארפט זיך לעבן.
מי יתן והי'....

אמת ויציב איך בין ב"ה זייער א פארנומענער מענטש, דאך פיל איך ווי די געדאנקן דא און די עצות און זיך קענען ארויסגעבן אמת'דיג, איז א זעלטענע טובה, ע"כ ווער עס שרייבט דא האט א זכי' פון זכוי הרבים וכל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ב שבט התשע"ו 16:59 #243740

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
שטיי אויף געשריבן on כ"ב שבט התשע"ו 12:44:
באמת איז דער פארום א געוואלדיגע פלאץ, אבער ס'באדערט מיך אז עס איז זייער פארשלאפן, עס קען פארביי גיין טעג און קוים קוים זעהט מען עפעס א פאוס"ט, ס'איז פשוט א שאד, עס געפונען זיך דא אזויפיל געלונגענע חברים, עס וואלט געדארפט ווירבלען 24 שעה. אין די צייט וואס אלע אנדערע ערליי פארום'ס און טשעט-גרופ'ס זענען אקטיוו כסדר, דא ראטעוועט מען זיך און אנדערע, ק"ו בן בנו של ק"ו ס'וואלט געדארפט זיך לעבן.
מי יתן והי'....


איך בין מסכים מיט דיר יעדעס ווארט. אבער פאר מיר ארבעט עס נישט אזוי איי איי איי. דער מציאות איז אז איך האב איבערן קאפ וואס צו טוהן. פון דעסטוועגן בין איך עדיקטעד אהער צו קומען און שרייבן דא. פאר מיר יעדעס מינוט וואס איך שרייב דא איז נישט געזונט. אבער איך בין אין א געוויסע זין פאערלעס און קען זיך נישט העלפן. אפילו בשעת איך שרייב די שורות האב איך א בארג מיט גאר וויכטיגע זאכן וואס איך דארף יעצט טוהן. מיין חיזוק איז נאר ווי מיין טעראפיסט האט מיר געזאגט: אז למעשה דאס אז איך קום אהער איז די בעסערע חלק פון עדיקשאן. כאטש איך טוה נישט טוהן נעגאטיווע זאכן.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ב שבט התשע"ו 17:43 #243748

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
א גרויסן יישר כח שטיי אויף פאר דעם געוואלדיגע בריוו, איך האב דאס גע'חזר'ט אפאר מאל.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ב שבט התשע"ו 21:52 #243755

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
לאמיר זיך אביסעל ארויס ברענגן, איך האב היינט געהאט נסיונת וואס איר קענט זיך נישט פארשטעלן ליידער האב איך מעגליכקייטן צו זינדיגן ווען אימער' און ווען נישט די פאסט, פון די עצות הדרכות, וואלט איך מיך נישט לכאורא געהאלטן.
לעצט פארראכטן: כ"ג שבט התשע"ו 12:19 דורך חלקאלוקי.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ב שבט התשע"ו 22:42 #243757

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
ער האט דארט נאך א שטארקע בריוו וואס איך האף אי"ה ארויפצולייגן מארגן.
א גוטע נאכט!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ג שבט התשע"ו 09:49 #243760

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
חלקאלוקי געשריבן on כ"ב שבט התשע"ו 21:52:
לאמיר זיך אביסעל ארויס ברענגן, איך האב היינט געהאט נסיונת וואס איר קענט זיך נישט פארשטעלן ליידער האב איך מעגליכקייטן צו זינדיגן ווען אימער' און ווען נישט די פאסט וואס איך פיל איך קען זיין אמת'דיג מיט מיר' וואס דא איז די איינציגסטע פלאץ וואס איך קען, און ווער רעד נאך פון די עצות הדרכות, וואלט איך מיך נישט לכאורא געהאלטן.


'ליידער האב איך מעגליכקייטן צו זינדיגן ווען אימער...' - די שאלה איז: ווער האט דיר געגעבן די מעגליכקייטן??? ווער??? איז עס טאקע 'ליידער' אדער 'ברוך השם'??? איז טאקע א פראבלעם 'צו האבן די מעגליכקייט' צו זינדיגן? אדער די פראבלעם איז בפועל 'צו זינדיגן'???

א נסיון וואס מיר נעמען זיך אליין, איז טאקע א פראבלעם. אבער אזעלכע נסיונות וואס דער באשעפער האט צוגעשטעלט פאר אונז, דאס איז דאך א טובה פאר דעם מענטש! דאס איז דאך די תכלית הבריאה! דאס איז די וועג צו קויפן עולם הבא! ס'איז דען א פראבלעם!?

הרי זאת היא מדת הבינונים ועבודתם! לכבוש היצר וההרהור העולה מהלב למוח ולהסיח דעתו לגמרי ממנו ולדחותו בשתי ידים כנ"ל, ובכל דחיה ודחיה שמדחהו ממחשבתו אתכפיא ס"א לתתא ובאתערותא דלתתא אתערותא דלעילא ואתכפיא ס"א דלעילא... וכמו שהפליג בזהר פ' תרומה [דף קכח] בגודל נחת רוח לפניו ית' כד אתכפיא ס"א לתתא, דאסתלק יקרא דקב"ה לעילא על כולא יתיר משבח' אחרא ואסתלקות' דא יתיר מכולא וכו', ולכן אל יפול לב אדם עליו ולא ירע לבבו מאד גם אם יהיה כן כל ימיו במלחמה זו, כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו לאכפיא לס"א תמיד...
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ג שבט התשע"ו 11:54 #243762

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
קטן שנולד הערליך! אבער מיר בעטן יעדן טאג אל תביאנו לדי נסיון

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ג שבט התשע"ו 12:45 #243764

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
היום תשעה וארבעים יום שהם שבעה שבועות לטהרה!

איך וויל מיטטיילן א מורא'דיגע סייעתא דשמיא וואס איך האב געזעהן די וואך, מ'זעהט קלאר דעם הבא לטהר מסייעין אותו.
כ'האב נישט קיין קאמפיוטער אין שטוב, און מיין ווייב האט לצורך מסחר געברויכט וויכטיג האבן איינס אינדערהיים מיט אינטערנעט בלויז פאר צוויי-דריי טעג, צום ערשט האב איך קלארגעשטעלט אז זי זאל זוכן אן אנדערן אופן וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, אבער צום סוף איז געבליבן אז מ'וועט עס עכ"פ נישט האלטן איבערנאכט אין שטוב, און גלייך נאכ'ן ענדיגן נוצן דאס אריבערטראגן צו א צווייטן.
כ'האב נאכאלץ נישט געשפירט רואיג מיט דעם החלטה, מה עשה הקב"ה, מ'האט ארויסגעדינגן א לעפטאפ מיט אן אינטערנעט שטיקל, און יענע נאכט האט עס זיך נישט אנגעצינדן בכלל. ווען מ'האט עס צוריקגעברענגט דעם קומענדיגן אינדערפרי צום געשעפט, האט עס דארט געהעריג געארבעט. איבער'ן טאג ווען איך בין נישט געווען אינדערהיים האט עס געארבעט אביסל, אבער אויפדערנאכט האט עס זיך אנגעצינדן און נישט געכאפט קיין סערוויס.
כ'בין געגאנגען ברענגן א נייע שטיקל, האט עס ווייטער געמאכט פראבלעמען און בשום אופן נישט קאנעקטעט צום אינטערנעט.
מיין ווייב איז געווען איבערגענומען, און געזאגט אז ס'איז א קלארע סימן פון הימל אונז ארויסצוהעלפן מיט אונזער באשלוס נישט צו האבן אינטערנעט אין שטוב, און מ'היט אונז אפ. (זי ווייסט אליין נישט ווי גוט זי האט צוגעטראפן!).
איך דאנק דיר טאטע פאר'ן מיך אפהיטן מיט דיין גרויס ליבשאפט צו מיר!
צייט צו מאכן א בלאט: 0.67 סעקונדעס