ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: שטיי אויף! און גיי ווייטער! 3137 באזוכער

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ג שבט התשע"ו 14:17 #243767

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
יא, ברצות ה' דרכי איש גם אויביו (=די אינטערנעט) ישלים אתו.

אסאך ווייטערדיג הצלחה

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ג שבט התשע"ו 14:45 #243771

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
מגסבמס געשריבן on כ"ב שבט התשע"ו 12:48:
מיר זענען צי דעם מסכים, אדרבה עפעס א רעיון וואס זאל אויפוואכען דא א ביסל.


עס איז געוואנדן אינעם אנדער'ן פראבלעם וואס איך האב שוין ערווענט, אז דער סייט איז נישט גענוג (בעסער געזאגט בכלל נישט) פובליצירט ביים היימיש'ן ציבור, אויטאמאטיש זענען דא ווייניגער מיטגלידער, און די תוצאה איז אז עס איז שא-שטיל אן קיין שום פארקער.
אויב וועט מען קענען מער ברענגן דעם סייט באיזה אופן צום אויפמערקזאמקייט פונעם עולם, וואלט עס געלעזט דעם פראבלעם.
אפילו ווען איר וועט געבן א קוק ביי די צאל באזוכער, איז עס היבש ווייניג, עפ"י רוב איז דא א קליינע מספר אין פארגלייך וויפיל היימישע אידן ליידן פון נעבעך פון עדיקשא"ן.
כ'ווייס אז מ'איז זייער באגרעניצט מיט די מעגליכקייטן וויאזוי דאס צו פארשפרייטן, אבער יעדער וואס געניסט פון דא ליגט אויף אים א פליכט אויפצולייכטן די אויגן פון אנדערע, און זוכן וועגן וויאזוי צו אינפארמירן חברים און באקאנטע אז עס איז פארהאן אזא לעכטיג ווינקל.
לעצט פארראכטן: כ"ג שבט התשע"ו 14:46 דורך שטיי אויף.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ג שבט התשע"ו 15:14 #243773

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
חלקאלוקי געשריבן on כ"ג שבט התשע"ו 11:54:
קטן שנולד הערליך! אבער מיר בעטן יעדן טאג אל תביאנו לדי נסיון


טאקע א שטארקע קשיא וצע"ג.

עס איז דא א פסוק אין קהלת (יב א), וּזְכֹר אֶת בּוֹרְאֶיךָ בִּימֵי בְּחוּרֹתֶיךָ עַד אֲשֶׁר לֹא יָבֹאוּ יְמֵי הָרָעָה וְהִגִּיעוּ שָׁנִים אֲשֶׁר תֹּאמַר אֵין לִי בָהֶם חֵפֶץ. זאגט די גמרא אין מסכת שבת (קנא:): אין לי בהם חפץ - אלו ימי המשיח, שאין בהם לא זכות ולא חובה", עד כאן. דאס הייסט אז עס וועט נישט זיין אינטערעסאנט דעמאלסט... ווייל די יצר הרע וועט בטל ווערן און עס וועט נישט זיין קיין נסיונות, מען וועט דינען די אייבערשטער בטבע, אזויווי א מלאך, און עס וועט פעלן די עקשא"ן... מיר דארפן עקשא"ן!!

ווען מיר הייבן אן צו כאפן די תכלית פון די יצר הרע און אונזערע שוועריקייטן, און מיר זעען וויאזוי דאס בויעט דעם מענטש און דאס ברענגט אים צו זיין שלימות, און אז מיט דעם קויפט ער זיך איין עולם הבא עד אין שיעור, ווי מער מען פארשטייט דאס, ווערט טאקע שווער, אויב אזוי פארוואס זיכט מען אוועקצושטיין פון נסיונות? פארוואס בעטן מיר אל תביאנו לידי נסיון? (ועי' עבודה זרה דף יז, אמר רב הונא: אדרבא ניזל אפיתחא דבי זונות ונכפייה ליצרי ונקבל אגרא)

די שפת אמת אין פר' בהעלותך איז מסביר, אז דאס איז געווען די טענה פון די אידן ביי די פרשה פון בשר תאוה, די דור המדבר, דור דעה, זענען נישט געווען קיין פוסטע בעלי תאוה, נאר זיי האבן געטענה'ט אז יעצט האבן מיר נישט קיין געלעגנהייט זיך צו דערהייבן, אז מען וועט אונז געבן פלייש, וואס דאס איז א תאוה צו עסן, און מיר וועלן זיך שטארקן און נישט עסן לשם תאוה, דאס וועט אונז אויפהייבן צו גרויסע מדרגות! דאס איז געווען זייער טענה.

האט דער באשעפער זיי געזאגט, אקעי, לאמיר זעהן צו דו וועסט קענען... און די פסוק זאגט, עד חודש ימים. עס זענען געווען וואס זענען גלייך דורכגעפאלן, און עס זענען געווען וואס האבן אנגעצויגן א חודש, אבער צום סוף זענען אלע געשטארבן... ווייל כלל גדול נקוט בידך: מען לייגט זיך נישט אריין אין קיין נסיונות!

די שפת אמת זאגט, אז די יראת שמים און די פחד אז מען וועט עובר זיין אויף רצון ה' דארף זיין מער ווי רצון צו זיך דערהייבן. איינער וואס דינט דעם אייבערטשן, נישט זיך, דארף מער מורא האבן אויב ער וועט דורכפאלן, און נישט כאפן קיין מדרגות אליין.

אבער, די נסיונות וואס דער באשעפער גיבט... פריי זיך מיט דעם! אנערקען די גוט'ס וואס דאס ברענגט און דאנק דעם אייבערטשען פאר די געלעגנהייט!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ד שבט התשע"ו 12:25 #243788

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
די פאלגענדע בריוו פון הג"ר שלמה ברעוודא זצ"ל איז געשריבן געווארן אלס חיזוק לחודש אלול, אבער היות די יסודות זענען נוגע בכל עת ועידן וועל איך מעתיק זיין בלויז די שטיקלעך וואס זענען נוגע לענינינו (כדאי דורכלערנען בעיון יעדעס ווארט), וזה לשונו:הג"ר ישראל ז"ל מסלנט כתב בא' ממכתביו, אין לך מחלה כמו היאוש! וכבר כתבתי פעם למ"ר  כי לאו מילתא זוטרתי היא אם הגאון הנ"ל אמר דבר זה, כי פירושו שאין מחלה רוחנית (לרבות גאוה, ותאוה ועצלות כו') כמו היאוש. ויש לעיין בזה....והנה האדם אינו חושק ומלהב בדבר אלא אם כן מרגיש בו איזה תכלית נעים וכדאי לו בדבר ההוא. ועיקר הגורם להתלהבות בימי אלול בדורות שלפנינו הי' פחד יום הדין....אמנם בדורינו, כשם שנשתנו כל סדרי עניני רוחניות וקיום דת תוה"ק בעוה"ר, כמו כן לא ירעד ולא יתלהב האדם משופרו של אלול, כי אם מעט מזעיר – מאי טעמא? תרתי, חדא – חסרון אמונה בחוש ממש שביום אחד בתשרי נשפט האדם ונכתב שמו ועתידו בספר לפני ממה"מ הקב"ה.ושנית – אפילו אם מאמין קצת בזה, הלא בפתחו את ספרי היראה כגון שערי תשובה לרבינו יונה ז"ל ושאר ספרים הקדושים, ויראה כמה שקוע הוא בחטאים נוראים מגיעין עד השמים חמורות שבחמורות – מתייאש הוא, וחושב לעצמו – לתקן כבר אי אפשר, אין אני אלא כגרף של רעי וכעביט של מי רגלים, מה תקותי עוד לעלות מאשפות ומעפר, והלא גם לפני שנה ולפני שנתיים במצב זה הייתי ולמעשה נחתמתי לחיים, כי הלא עוד חי אני, ואם כן אשיח דעתי מכל זה, ומה שיהי' יהי'...והיא היא דוגמא נוראה של ארס היאוש שמטיל השטן רח"ל באדם, פן יטיב את דרכיו אף מעט! היא היא מחלת היאוש המתפשטת בכל שנה לפני יום הדין בין המון בני אדם, כמחלת המגיפה רח"ל, והיא מדינא דזה לעומת זה עשה הקב"ה – ימי תשובה ועליי' נוראה ברוחניות נגד ימי יאוש ואדישות ומה בכך...ויסוד היאוש בעמקי מצולות הכפירה. כי האדם חושב שכוחו ועוצם ידו מנחילים לו כל דבר, הן בגשמיות הן ברוחניות, ועל כן בראותו בספרים הק' עד היכן הרבה לנפול בעונותיו זדונותיו ושגגותיו רח"ל, עושה הוא חשבון כפי כוחותיו ומגיע למסקנה – היאך אוכל להעלות את עצמי מבור חטאי העמוק עמוק הזה...ומתיאש! היאך אוכל לנקות את עצמי מלכלוך רב כזה של עונותי...ומתיאש! היאך אוכל להפוך לבי מלב אבן ללב בשר...ומתיאש! ואין לנו, בעצם, כפירה גדולה מזו.והאמת כי האדם אננו "ברי" כלל, וכל מעשיו הטובים אינם אלא בגדר "הבא לטהר" ואז – מסייעין לו, ולולא הקב"ה עוזרו לא הי' יכול האדם לזוז אף זיזה כל דהו, כי יצרו העומד על פתחי לבו מונעו מכל טוב ומדריכו בכל רע רח"ל. אין אנו מטהרין עצמינו מטומאת עונותינו, אלא – הקב"ה מטהר את ישראל. אין אנו מחדשין בקרבינו לב טהור, אלא הקב"ה מחדש לנו לב טהור ורוח נכון. אין אנו מעלים את עצמינו מעמקי מצולות החטא, אלא הקב"ה הוא לבדו מעלה אותנו מבאר שחת עד לב השמים, והיד ה' תקצור?הלא רשע כל ימיו אשר עונותיו רבו כמו רבו עד אין קץ רח"ל וסוף ימיו עשה תשובה באמת, זוכה הוא לעלות מהמון חטאיו אשר המבין כוחו העצום של חטא אחד – בריאה רוחנית המקטרגת ומזיקה עד שגובה את שלה רח"ל – וכ"ש של כמה חטאים, וק"ו בן בנו של ק"ו של מאות ואלפים ורבבות חטאים רח"ל, ישתומם הוא היאך נמלט האדם מתוך חומת הברזל של המון חטאיו המקיפין אותו מד' רוחותיו, אמנם אין על מה להשתומם, כי אין זה מחמת כוחותיו של האדם, אלא הקב"ה מצילו מידם של חטאיו, ואם אצלינו בשר ודם, פלא הוא, אצל הקב"ה פשוט הוא.ומה מאוד צריך האדם להשריש בקרבו דבר זה – בל ימוט לעולם – שכוחו ועוצם ידו אין מנחילים לו כלום, והכל תלוי בסייעתא דשמיא, הכל בידי שמים, רק תחלת פנית לבבו לטוב, בידי האדם. אמנם למעשה כל הצלחתו בידי שמים......(אגרות שלמה – אגרת קע"א)
לעצט פארראכטן: כ"ד שבט התשע"ו 12:29 דורך שטיי אויף.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ד שבט התשע"ו 14:25 #243791

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
wow

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ד שבט התשע"ו 14:45 #243792

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
געוואלדיג! ווי קען מען קויפן די ספר??
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ד שבט התשע"ו 15:20 #243793

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
כ'ווייס נישט וואו דו וואוינסט, אבער כמדומני אז אין סיי וועלכע בעסערע ספרים געשעפט.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ד שבט התשע"ו 15:27 #243794

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
היות דער עולם האט זייער הנאה פון די חיזוק בריוון, און ווען גדולים וצדיקים זאגן די ווערטער איז עס אנדערש ווי ווערטער פון אונז אנשים פשוטים, דעריבער האף איך אי"ה ממשיך צו זיין און ברענגן פון צייט צו צייט נאך אזעלכע סארט מאמרים וואס איך האב בבית גנזי, בעיקר פון מער לעצטיגע גדולים וויבאלד זיי האבן מיגעלעבט מיט אונזער דר און פארשטייען אלע שוועריגקייטן און פראבלעמען, דערפאר האט עס א שטערקערע השפעה אויפ'ן מענטש. 
ויהא זה שכרי!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ד שבט התשע"ו 17:41 #243800

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
א גרויסן יישר כח, שכרך הרבה מאוד. איך פרינט דאס ארויס און איך לערן דאס איבער בכל עת מצוא, עס איז מיר געוואלדיגע חיזוק גיי אן מיט דיין הייליגע ארבעט.
לעצט פארראכטן: כ"ד שבט התשע"ו 17:45 דורך מלחמת חיים.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ט שבט התשע"ו 17:02 #243935

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
א גוטן טייערע פריינט.
בעזרת השי"ת גייען זאכן ב"ה כשורה, כ'האב לעצטענס אנגעהויבן מער עוסק צו זיין אין שיחה ביני לבין קוני, איך פרוביר צו רעדן צום באשעפער מערערע מאל אין טאג, בפרט ווען איך בין אויפ'ן גאס. כ'האלט אין אין בעטן "טאטע העלף מיך צו בלייבן ריין," וכו' וכו' פארשידענע תפילות אויף יעדע טריט און שריט.

כ'האף אז עס ווערט בעסער די מצב ביי אייך אלע, און כ'ווארט צו הערן פון די חברים גוטע בשורות. דערווייל איז דא זייער שטיל, דאס ביסל וואס האט זיך שוין יא עפעס געלעבט איז געווען נאר בנוגע די טענה'ריי וועגן מיטינג'ס, כ'מיין אז מ'מעג שוין רעדן פון עפעס אנדערש.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ט שבט התשע"ו 19:36 #243962

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
שטיי אויף מיר שטייען אויף פאר דיר לאמיר הערן עפעס גיט די טענהרייען מאכט מיר קראנק עס באדערט מיר דער עיקר אז קיינער דארט רעד נישט קיין סאפסטענס, אבער מיר גייען אן ווייטער לאו פראפייל לאמיר טאקע הערן וואס די מאכסט?  

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ו' אדר התשע"ו 15:21 #244076

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
העלא!
דערווייל בין איך ממשיך "איין טאג אויפאמאל", און בחסדי ה' גייט עס זייער פיין.
אין די לעצטע וואך האב איך געזעהן סייעתא דשמיא אויף געוויסע הינזיכטן אין מיין רוחניות, בעניני תורה ותפלה, ואכהמ"ל.
הצלחה פאר אלע טייערע לעכטיגע ידידים, חזקו ואמצו! אל תיראו ואל תערצו!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ו' אדר התשע"ו 17:01 #244077

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
איך ווארט שוין אויף נאך עפעס א גוטע בריוו, ביזדערווייל בין איך מיך מחי' מיט די פריערדיגע בריוון.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ז' אדר התשע"ו 17:21 #244090

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
הרב מלחמת שליט"א
די מעשה איז אזוי, ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז גענוי ווי איך האב מתחלה געהאט א שוועריגקייט זיך אפצורייסן פונעם סייט, האב איך היינט שוועריגקייטן ארויף צוקומען. דאך פרוביר איך אנצוהאלטן באופן קבוע כאטש איינמאל אין טאג צו קומען באזוכן.
(א גרויסע ראלע שפילט אויך די שרעקליכע פארשלאפענקייט וואס האט זיך דא אנטוויקלט, ממילא איז כמעט נישט דא וואס צוזעהן אדער רעאגירן)
כ'האף אבער בקרוב זיך אנצושטרענגן און מזכה זיין מיינע טייערע פריינט מיט פרישע סחורה בעזהשי"ת. 
כל טוב!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ז' אדר התשע"ו 23:22 #244093

  • מיט א פרישקייט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
אפשר ווען דו וועסט שרייבן וועט זיך עס אויפוועקן דא

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ח' אדר התשע"ו 14:48 #244099

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
כ'האב אויך אזוי געמיינט, און כ'האב טאקע אסאך געשריבן אבער די שלאף איז צו טיף!
יעדן טאג ווען איך קום דא אריין, טראצדעם וואס עס זענען פארלאפן איבער 24 שעה, טרעף איך סך הכל צום מערסטנס 5 הוספות (ביי די ענגלישע זייט איז דא לכה"פ 20-30 שטיק)
לעצט פארראכטן: ח' אדר התשע"ו 14:51 דורך שטיי אויף.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ח' אדר התשע"ו 15:58 #244100

  • אויגן גלעזער
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
א שׁאד א שׁאד

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' אדר התשע"ו 10:50 #244104

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
לענ"ד קען זיין איינע פון די סיבות פארוואס עס איז אזוי טויט שטיל דא, איז עס איז נישט דא קיין אחראים און מאדערעטערס וואס האלטן די דיסקאשענס אזויווי ביי די עגלישע זייט

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' אדר התשע"ו 11:01 #244105

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
,רבי שמעון זעלעכאווער זצ"ל רעד זיך אפ אין א בריוו אז אמאל זענען די רביס געווען די פיסכעלאגין פאר די יודן, איינער האט געהאט א פראבלעם אין נפש שלום בית, און ווער רעד נאך פון אידשקייט, איז מען געפארן צום רבי'ן און זיך אפען דורך געשמיעסט פאר שעות און טעג ביז דער מענטש האט געפילט אז ער איז גרייט צוגיין ווייטער, אבער היינט- שרייבט רבי שמעון- מען גייט צו א רבין מען געט א קוויטעל מען פרעגט א שאלה און דאס איז עס עכ"ל. אונז טייערע ברידער וואס זאל מען זאגן מיר האבן נישט קיינעם יתמי דיתמי ,מיר אבען נישט צו וועם זיך צו ווענדן נאר לאבינו שבשמים רוב טערפיסטן זענען סתם געלט גייציג רבי'ס אפילו די גיטע האבן נישט קיין צייט צו אונז מיר דרייען זיך ארום פארלוירען נאר אונזער טאטע קען אונז און וועט אונז העלפן

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' אדר התשע"ו 11:05 #244106

  • אויגן גלעזער
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
טערעפּיסטן מאכן ימען מיט געלט אויף יודישׁ צרות

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' אדר התשע"ו 11:16 #244109

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
מען זיצט אין א שיינע אפיס 100 ביז 300 א שעה נאט בעד

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' אדר התשע"ו 11:22 #244110

  • אויגן גלעזער
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
אין מאכן אן חרבּנות 

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' אדר התשע"ו 14:17 #244114

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
הרב אויגן אויב די ווילסט מאכן נויז ווארף נאר א שאלה צו די 12 סטעפס  מיטונגס איז גיט וועסטו הערן צו זינגן און צו זאגן

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' אדר התשע"ו 14:37 #244115

  • אויגן גלעזער
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
lol

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' אדר התשע"ו 14:45 #244116

  • אויגן גלעזער
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
איך האף די אלע יודין וואס זענען דא געווען לעצטנס אין געשריגען געוואלד  אין מהערט מער נישט פין זיי אז זיי זענען בעסער

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' אדר התשע"ו 17:07 #244117

  • ddmm11219
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 286
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
מהערט נישט פון קיינעם
קהל שלאפט

אני ישנה ולבי ער
...וְאִם גַּם אֶתְאַמֵּץ בְּעֵצוֹת וְתַחְבֻּלוֹת וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ נַפְשִׁי, מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְרָתְךָ אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה...‬

מתוך תפילה נפלאה שחיבר הרה"ק רבי מאיר מאפטא זצוק"ל, בעל מחבר ספר "אור לשמים", ונדפסה בתחילת ספרו.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' אדר התשע"ו 18:23 #244122

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל
ddmm11219 געשריבן on ט' אדר התשע"ו 17:07:
מהערט נישט פון קיינעם
קהל שלאפט

אני ישנה ולבי ער

ליידער איז דער זייט'ל געווארן א שטיקל חורבן... נישט קיין חילוק ווער ס'איז שולדיג דערין, דאס איז דער מציאות.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' אדר התשע"ו 18:39 #244123

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
די מציאות זייט איך בין דא אז עס איז א גלגל החוזר. עס ווערט א שטיק צייט לעבעדיג און עס ווערט טויט. אזוי גייט עס זייט איך בין דא. איך האב געעפנט אן אשכול פאר א שיינע פאהר חדשים צוריק מיט די טיטול את אחי אנכי מבקש וואס אדרעסירט די טעמע. אזוי גייט עס יעדער פאהר וואכט איז לעבעדיג און יעדער פאהר וואכן ווערט טויט. דאס איז נארמאל.

והנראה לפי עניות דעתי, קומט דאס פון די נאטור פון עדיקשאן. מען האלט און איין אויפהערן צו ח"ו זינדיגען.און איין פאלן. אזוי איז מיין לעבן אהנגעגאנגן אז יעדער שטיק צייט האב איך אויפגעהערט און א צוויי וואכן דערנאך, ווידער א נפילה און נאך ערגער. און אזוי פארציילן אנדערע אין די זעלבע מצב.
 

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ג אדר התשע"ו 19:04 #244147

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
אויגן גלעזער געשריבן on ט' אדר התשע"ו 14:45:
איך האף די אלע יודין וואס זענען דא געווען לעצטנס אין געשריגען געוואלד  אין מהערט מער נישט פין זיי אז זיי זענען בעסער



יא ב"ה עס ווערט בעסער און בעסער,  מיר אלע האבן זיך צוזאמגענומען אונטער א געוויסע מנהיג, א חשובע דיין אין בארא פארק, און מיר אלע זענען מורא'דיג מצליח. פאר ווער עס וויל זיך צושרייבן צו אונזער גרופע קען זיך מעלדן צו מיר פריוואט.

ב"ה געלויבט השי"ת איך האב דערגרייכט 200 טעג, עס איז ממש א מחי.
לעצט פארראכטן: י"ד אדר התשע"ו 15:23 דורך GYE YIDDISH.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"ג אדר התשע"ו 19:43 #244149

  • אויגן גלעזער
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
ב"ה ב"ה
צייט צו מאכן א בלאט: 0.64 סעקונדעס