ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: שטיי אויף! און גיי ווייטער! 3135 באזוכער

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ו אדר התשע"ו 12:39 #244206

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
מיינע טייערע ברודער!
פארגאנגענע סוף וואך האב איך געהאט צוויי שווערע טעג, באגלייט מיט ביטערע נסיונות, עד כדי כך אז איך האב שיעור נישט אנגעוואוירן מיין גאנצע הארעוואניע פון ביז יעצט.
לולי ה' שהיה לנו, דער חנון ורחום האט מיך שנעל צוריקגעכאפט באצייטענס.
איך שפיר אז עס איז געווען א שווערע נסיון צו זעהן וואו איך האלט אויפ'ן וועלט. היות כ'האב מיך שוין אנגעהויבן איינצורעדן אז אלעס גייט שוין כשורה, האט מען מיר קלארגעשטעלט דעם כלל "אל תאמין בעצמך עד יום מותך", מיך צו ווייזן אז אויב איך בין מסיח דעת פאר בלויז איין איינציגע רגע, איז מעגליך צוריקצופאלן לגמרי ח"ו.
די נסיון איז אונטערגעקומען אזוי פלוצלינג און אומגעראכטן, אז ניטאמאל האב איך מיך געקענט צוגרייטן וויאזוי דאס אויפצונעמען, און דערפאר האב איך כמעט געטראסקעט עד שאול תחתיה.

זיסער טאטע אין הימל, כ'האב געכאפט דעם רמז, און כ'פארשטיי די טובה דערין, אז עס קומט מיר צו שטארקן נאכמער ווי פריער. ניין!!! כ'גיי נישט לאזן דעם שלעכטן געפיהל אריינדרינגען א יאוש אין מיר, טראצדעם וואס אויב וועל איך צופיל אריינטאכטן אין דעם קען איך ווערן צובראכן לשברי שברים, אבער...
איך שטיי אויף! און גיי ווייטער!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ו אדר התשע"ו 13:49 #244208

  • ddmm11219
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 286
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
לא לשכוח חברים שאנחנו באמת חייבים תודה לר' שטיי אויף וכל אחד מאתנו ששומר את עצמו לכל יום בנפרד
אחז"ל: עשה מצוה אחת זוכה ומכריע את עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות
 ופירשו בספה"ק שמי שמתגבר על היצה"ר מביא אור וממשיך רוח טהרה ממרום ועי"ז גם אנחנו מתגברים להילחם עם היצה"ר
ולכן לכולם תודה רבה שהתגברתם, ועי"ז התגברתי ג"כ
וז"ש חזק חזק ונתחזק (שב"ק חזק הבעל"ט)
שכויח שטיי, מאכסט מיר גרינגער, 
...וְאִם גַּם אֶתְאַמֵּץ בְּעֵצוֹת וְתַחְבֻּלוֹת וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ נַפְשִׁי, מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְרָתְךָ אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה...‬

מתוך תפילה נפלאה שחיבר הרה"ק רבי מאיר מאפטא זצוק"ל, בעל מחבר ספר "אור לשמים", ונדפסה בתחילת ספרו.
לעצט פארראכטן: כ"ו אדר התשע"ו 13:50 דורך ddmm11219.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ו אדר התשע"ו 22:09 #244214

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
שטיי אויף געשריבן on כ"ו אדר התשע"ו 12:39:
מיינע טייערע ברודער!
פארגאנגענע סוף וואך האב איך געהאט צוויי שווערע טעג, באגלייט מיט ביטערע נסיונות, עד כדי כך אז איך האב שיעור נישט אנגעוואוירן מיין גאנצע הארעוואניע פון ביז יעצט.
לולי ה' שהיה לנו, דער חנון ורחום האט מיך שנעל צוריקגעכאפט באצייטענס.
איך שפיר אז עס איז געווען א שווערע נסיון צו זעהן וואו איך האלט אויפ'ן וועלט. היות כ'האב מיך שוין אנגעהויבן איינצורעדן אז אלעס גייט שוין כשורה, האט מען מיר קלארגעשטעלט דעם כלל "אל תאמין בעצמך עד יום מותך", מיך צו ווייזן אז אויב איך בין מסיח דעת פאר בלויז איין איינציגע רגע, איז מעגליך צוריקצופאלן לגמרי ח"ו.
די נסיון איז אונטערגעקומען אזוי פלוצלינג און אומגעראכטן, אז ניטאמאל האב איך מיך געקענט צוגרייטן וויאזוי דאס אויפצונעמען, און דערפאר האב איך כמעט געטראסקעט עד שאול תחתיה.

זיסער טאטע אין הימל, כ'האב געכאפט דעם רמז, און כ'פארשטיי די טובה דערין, אז עס קומט מיר צו שטארקן נאכמער ווי פריער. ניין!!! כ'גיי נישט לאזן דעם שלעכטן געפיהל אריינדרינגען א יאוש אין מיר, טראצדעם וואס אויב וועל איך צופיל אריינטאכטן אין דעם קען איך ווערן צובראכן לשברי שברים, אבער...
איך שטיי אויף! און גיי ווייטער!

עס איז זייער זייער וויכטיג דאס וויסן אז כל יום מצפה... אבער דאס וואס די שרייבסט אז די האסט קוים אנגעוווירען די גאנצע הארעוואניע איך מיין עס איז נישט אמת און נישט אידשלעך און נישט ריכטיג אזוי צו טראכטן (אפילו איך טראכט אויכט אזוי) א

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ז אדר התשע"ו 14:54 #244221

  • לבי ובשרי
  • איצטיגע שטרעקע: 578 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
ריכטיג, א גוטע זאך וואס מען האט שוין געטוען קען מען נישט פארלירן, יעדן טאג וואס איז אדורך זויבער, יעדע מינוט וואס איז אדורך זויבער, איז א אייביגע מתנה, אן אייביגע הצלחה.

יעצט לפי זה מאך דעם חשבון, אפילו אין א טאג וואס מען איז אדורכגעפאלן, לאמיר זאגן אז די דורכפאל האט געדויערט א שעה רח"ל, אבער מען האט געהאט אין דעם טאג 23 ריינע שעות, די דורכגעפאלענע שעה ווערט שוין לאנג בטל בשישים, מיר זענען גליקליך און צופרידן צו האבן אזוי סאך ריינע שעות.
לעצט פארראכטן: כ"ז אדר התשע"ו 14:56 דורך לבי ובשרי.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ז אדר התשע"ו 20:45 #244241

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
יישר כח באמת פאר אלע מיינע טייערע חברים פאר די שטארקע חיזוק.

למעשה זעענדיג מיין מצב, האב איך זיך געמוזט באנוצן מיט'ן "תפסיק" מעטאד, און געמאכט א נדר אויף ווייטער. איך פארשטיי אז עס איז נישט אזא גרינגע זאך, אבער בלית ברירה האב איך דאס גענוצט. האפענדיג אז דאס וועט מיר געבן די שטארקייט אויף ווייטער.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ז אדר התשע"ו 21:14 #244242

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
רבי אבגדור מיללער האט געהאלטן פון די נדרים

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ג' 'אדר ב התשע"ו 12:17 #244279

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
וויאזוי ארבעט די נדר? וואס ביזטו מנדר?

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ג' 'אדר ב התשע"ו 15:59 #244280

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
איינע פון די טאאלס און די האנט ביכל איז, אז מען מאכט א נדר, למשל אז יעדע מאל עס כאפט מיר א.. גיי איך גיין שפאצירן פאר דעם פאר 15 מינוט וכדומה, אויב נישט גיי איך צאלן 200 $ פאר צדקה, אויב איך גיי יא שפאצירן דעמאלס דארף איך נאר צאלן 25$ ,אדער אויב איך עפענען מיין פילטער ביז חודש ניסן גיי איך צאלן 1000 קנס

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ח' 'אדר ב התשע"ו 11:15 #244317

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!!!
כ'האב נישט קיין ווערטער צו דאנקן אויף די חסדים מגולים פונעם בורא כל עולמים, אז אזא פארפלאנטערטע נפש ווי איך זאל קענען דערגרייכן צו אזא געהויבענע מאמענט.
ביי דעם געלעגנהייט וויל איך אויסדרוקן דאנקבארקייט פאר אלע חשובע און געטרייע חברי קהלתינו הק' וועלכע האבן מיר באגלייט מיט הארציגע דברי חיזוק ועידוד דורכאויס מיין לאנגע רייזע, ביי אייך אלע אויף שמחות מתוך קדושה וטהרה אי"ה!
ביים באשעפער איז נישט קיין נפק"מ 80 אדער 90, אדער אפילו איין רגע וואס א איד איז עוצם עיניו מראות ברע, יעדע קליינטשיגע השתדלות צו טוהן זיין רצון און זיין ערליך איז אומשאצבאר! נאר וויבאלד דאהי איז פארהאן אזא סארט מהלך פון ציילן טעג, איז עס פאר מיר א שטיקל דערגרייכונג (מער ווי א שטיקל).
וואס איך מיין צו זאגן איז, איך הייב נישט אן איינצורעדן אז די 95סטע טאג איז עפעס אנדערש, אדער אז פון יעצט און ווייטער קען מען נאכלאזן אביסל, פונקט פארקערט, כ'האב געזעהן פאריגע וואך אז ס'איז אונטערגעקומען פלוצימדיגע נסיונות, טאקע דערפאר ווייל דער יצר הרע זעהט די הצלחה, און קען עס נישט סובל זיין. ער האט מיך געוואלט אריינווארפן אין טאטאלע יאוש, כ'זאל שפירן ווי איינער וואס פאסט א גאנצן טאג און עטליכע מינוט פארנאכטס עסט ער עפעס, אזוי ארום אז די גאנצע תענית פארלירט דאס ווערט אין זיינע אויגן (גראדע זענען געווען צדיקים וואס פלעגן דאס טוהן אלס א סיגוף, כדי נישט צו שפירן די געשמאקע געפיהל אז מ'האט גאפאסט געהעריג).
עכ"פ כ'האף בקרוב מיטצוטיילן מיט אייך וועלכע עצות האבן מיר געהאלפן צו האלטן ריין יעדן טאג.
דערווייל האטס אלע א לעכטיגן שבת, און געדענקט "תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לא תשכח!!!"
 

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ח' 'אדר ב התשע"ו 11:20 #244318

  • מגסבמס
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 271
  • האט שוין געלייקט: 98 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
מזל טוב !!! צי די גרויסע ערגרייכונג. די ביסט צי אונז כמים קרים על נפש עיפה. די אייבערשטער זאל דיר שיקען ווייטערדיגע הצלחות אין די מלחמה אין אויך אין אלע הינזיכטין. אכיה"ר

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' 'אדר ב התשע"ו 22:59 #244320

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
הודו לד' כי טוב, חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
ברוב שבח והודי' ווילן מיר דאנקן דעם פון אויבן פאר האלטן אונזער טייערע חבר ריין פאר אזוי סאך טעג,
מיר טוהן גראטולירן אונזער חבר פאר שטיין מיט א זעלטענע מסירת נפש קעגן די אלע נסיונת , ווער ווי אונז ווייסן ווי שווער דאס איז, אשרי העם שככה לו
ככה יעשה לאיש אשר המלך מלכי המלכים חפץ ביקרו דער אייבערשטער זאל דיר שענקן לעכטיגע ריינע טעג נחת פון די קינדער פרנסה ברוח עבגצב"ב

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ז' ניסן התשע"ו 12:16 #244477

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
כבוד החברים החשובים שיחיו

איך בעט מחילה וסליחה פון אייך אלע פאר'ן נעלם ווערן פאר א שטיק צייט, אבער נישט געדאגה'ט, כ'האף בעז"ה גאר בקרוב צו באנייען מיין אקטיווע טייל אינעם פארום, און שילדערן מיין לעצטערע תקופות בהרחבה.

צום ווידערזעהן בעז"ה.

זייט'ס געזונט און שטארק!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ז' ניסן התשע"ו 12:51 #244479

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
מיר קענען שוין קוים ווארטן.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ח' ניסן התשע"ו 23:38 #244483

  • מיט א פרישקייט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
מלחמת חיים געשריבן on ז' ניסן התשע"ו 12:51:
מיר קענען שוין קוים ווארטן.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ח אב התשע"ו 13:14 #244984

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

אחי ורעי הנחמדים, הרי אני לפניכם ככלי מלא בושה וכלימה, איך שעם זיך פשוט פון ענק, אז איך האב אייך איבערגעלאזט פאר א לענגערע תקופה. נישט ווייל אלעס איז געגאנגען געשמירט און גלאטיג, ס'איז געווען היבש עליות וירידות אבער בחסדי ה' האב איך דורכגעשוויצט ביז אהער.

לאמיר מיטטיילן א קורצן איבערבליק פונעם זומער העעל"ט:
היות איך האב געוויילט אויף די בערג במשך די לעצטע אכט וואכן אין א ריינע חשובע סביבה ב"ה, האב יך געקענט זיין אפגעהיטן בסייעתא דשמיא, נישט האבענדיג קיין צוטריט צו קיין שום כלים טמאים וכדומה (וואס גראדע איז דאס די עיקר סיבה פארוואס איך בין בכלל געפארן אהין), אזוי אויך בין איך געווען פארנומען א גאנצן טאג וואס כידוע איז דאס וואס חז"ל זאגן טוב תורה עם דרך ארץ שיגיעת שניהם משכחת עון (לעצטענס געזעהן א הייליג ווארט פון אדמור"י גור טוב תורה עם דרך ארץ - ס'איז גוט ווען די מאן לערנען און די ווייב איז עוסק אין דרך ארץ, ווייל דעמאלטס איז יגיעת שניהם - ווען ביידע זענען פארנומען, משכחת עון! וד"ל).
די תקופה פאר'ן זומער אייז געווען זייער זייער שווער, מלא נסיונות טאג טעגליך, האלטענדיג עטליכע מאל כמעט ביים אויפגעבן ח"ו, לולי ה' שהי' עלינו אזי המים שטפונו.
ממש פאר'ן אהיימקומען האב איך אנגעהויבן ציטערן וויאזוי עס גייט זיין די פלוצימ'דיגע טויש פון אזא באשיידענע ערליכע אפגעהיטענע סביבה, צו א געמיינע גאס מיט טויזנטע טריגער'ס יעדע איינציגע מינוט, די שרעקעדיגע געדאנקען האבן מיר איבערגענומען אינגאנצן, כ'האב פרובירט אויפקומען מיט א מהלך וויאזוי צו בלייבן ריין טראץ די פרישע אומשטענדן.
דערווייל בין איך שוין צוריק אין שטאט, אן קיין געהעריגע מיטל זיך צו ספראווען מיט די שוועריגקייטן, דעריבער ווענד איך מיך צו אייך מיינע טייערע חברים, לבא לעזרתי, כ'בין אנגעוואנדן אין אויסטערלישע סייעתא דשמיא און חיזוק פון אייך צו קענען אנגיין ווייטער.

דרך אגב, בשעת'ן לערנען די גמרא ווי איינע פון די תנאים זאגט אז ער האט זיך אויפגעשטעלט אפילו פאר אן אלטע גוי, וויבאלד כמה הרפתקי דעדו עלייהו, און רש"י ערקלערט אז ער איז אריבער אסאך געשעענישן און צרות, און ער האט געזעהן אסאך נסים ומופתים.
להבדיל א"א הבדלות לויט דעם דארף מען זיך אויפשטעלן און מכבד זיינע יעדע בחור'ל און יונגערמאנטשיק וואס גייט דורך בכל רגע ורגע ביטערע נסיונות, ובפרט פאר די חברים פון הד"א וועלכע קומען זיך צונויף מיטצוטיילן זייערע פערזענליכע איבערלעבענישן, און זייער העלדישע שטארקקייט איז לא יאומן כי יסופר.

הצלחה רבה!

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! כ"ח אב התשע"ו 16:14 #244985

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל

שלום עליכם הרב שטיי אויף! וועלקא"ם בע"ק!

דו שרייבסט: 'בחסדי ה' האב איך דורכגעשוויצט ביז אהער', דאס איז א גוטע בשורה, ס'איז געלונגען ב"ה, אבער איך מיין אז מיר דארפן זיין קלאר וואס מיר האבן צו טוהן און נאכגיין די אינסטראקשינ''ס ריכטיג, נישט דורצושטיפן די לעבן... סוף כל סוף איז דאך דאס אונזער תפקיד אויף דער וועלט, לאמיר עס טוהן ריכטיג און יסודות'דיג און כסדר ווערן שטערקער און קלארער בעזר השם.

יעדער מענטש מוטשעט זיך, איינער צו סארווייווע"ן און איינער אויף זיך צו בויען, די זעלבע כחות וואס מען ניצט, זיך כסדר מחזק צו זיין און 'אנהייבן נאכאמאל', אויב איז מען קלאר ווי צו אינוועסט"ן די כחות, וועט מען אנקומען אסאך מער. ס'איז א אנדערע לעבן. און מיר מוזן דאך ערפילן די תפקיד פארוואס מיר זענען אראפגעקומען אויף דער וועלט.

איך קען מיטטיילן מיין עקספיריענס די מהלך וואס איך טוה, על פי הדרכת ר' בערל טויבער שליט"א, און איך זעה מורא'דיגע רעזולטאטן בעזר השם.

די שאלה וואס מיר דארפן זיך פרעגן איז, ווער איז אין קאנטראל אויף מיר? ווער פירט מיך? בין איך א 'מענטש' אדער א 'חיה'? בין איך איינגעשפארט ביי מיר אליין, איך האב נישט די מעגליכקייט צו טוהן וואס איך האלט אז ס'איז ריכטיג? ווער איך געפירט ווי א קעצעלע פון מיינע געפיהלן, אדער איך קען מיך אוועקשטעלן און זאגן, 'אנטשולדיגט, איך בין דער בעל הבית! איך בין אין קאנטראל אויף מיין לעבן, איך טוה וואס איך וויל!' וואס בין איך? א קליין קינד?! א בעבי?!

וויאזוי קומט מען אן צו דעם? איך וועל שרייבן וואס ארבייט ביי מיר. בקיצור נמרץ.

סטעפ 1: באקען זיך מיט דיר אליין. ווער איז די אמת'דיגע 'איך', וויאזוי עדענטעפיי איך מיך? איך האב רצונות און איך האב תאוות, וואס וויל 'איך'? וואס איז 'מיין' רצון? טייל אפ דיין רצון פון דיין תאוה, דיינע גליסטענישן, מוד"ס וכו' זענען נישט 'דיר', דו ביסט וואס דו ווילסט זיין. און עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו האבן די ערגסטע מיני תאות! עס האט נישט מיט דיר! (דאס איז ביי מיר געווען א געוואלדיגע דורכברוך.)

סטעפ 2: זיי מחליט וואס דו ווילסט. טראכט אריין וואס וויל איך? וואס לוינט זיך מיר? וואס איז ריכטיג? דאס איז דיין רצון!

סטעפ 3: הייב אן צו טוהן דאס וואס דו ווילסט, און טוה נישט דאס וואס ס'ציעט דיר, געדענק: עס איז נישט בידך צו טוישן דיינע געפיהלן, אבער עס איז בידך צו טוהן און זיך אויפפירן אנדערש ווי דו פילסט. דו קענסט עקטן אזויווי דו ווילסט זיין און נישט נתפעל ווערן פון די תאוות וואס מוטשענען דיך. און דיינע מעשים וועלן במשך הזמן טוישן דיינע געפיהלן. (פונקט פארקערט ווי רוב מענטשן מיינען ודו"ק)

די געדאנק איז, נישט צו ארבייטן נאר נישט נכשל צו ווערן מיט אן עבירה, נאר צו צו טוישן די וועג פון לעבן. מיר ווילן אנפאנגן צו לעבן מיט שכל, נישט צו ווערן געפירט פון די הארץ. התגברות השכל. 

איך פלעג לעבן אויף א ראלא"ר קאסטע"ר, אויב בין איך געווען אין א גוטע מו"ד האט מען געארבייט, געטוהן, געמאכט, געווען פריילעך וכו', אויב איז מיין מו"ד געווען דאו"ן, בין איך געווען אויסגעלאשן, נישט געדאווענט געהעריג, נישט געלערנט, געווען נאכגעלאזט, און פארשטייט זיך אז די עבירה איז א נאטירליכע תוצאה פון דעם.

זאלסט נישט מיינען אז מען האט עס אלעמאל דערקענט אויף מיר, בכלל נישט. איך האב עס באהאלטן אויף אלע אופנים, קיינער זאל נישט וויסן, עד יעבור זעם, געגאנגן אויף וויקעיש"ן, איך רוף עס 'גענומען טיילענאל', ביז מיין מו"ד האט מחליט געווען אז ער וויל ווערן העפ"י פאר נאך אביסל, אה! יעצט איז גוט…. דורכגעשוויצט ב"ה...

פרעג איך דיר, דאס הייסט געלעבט? פארדעם בין איך א מענטש וואס האט שכל און האט באקומען א כח צו זיין בעל הבית אויף זיך?

די טול"ס וואס איך ניץ זענען: ליצנות, און דיבור. צוויי שטארקע הארץ שפראכן. ליצנות מאכן פון די נארישע געפיהלן וואס קומען אריין. דאס איז משפיע אויף די הארץ זייער שטארק. און איך האב זיך איינגעוואוינט צו רעדן, (צו מיר אליין…). 'ארויסזאגן ווערטער מיט די מויל' זענען א בריק פון מח צום הארץ, עס ברענגט אריין א שטארקייט און טוישט די געפיהל פון הארץ במשך הזמן.

דאס איז אלעס על רגל אחת. אפשר קען עס זיין לתועלת פאר דיר. מיט כסדר'דיגע תפילה צום אייבערשטען. הצלחה רבה!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! א' אלול התשע"ו 11:03 #244986

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
שטיי אויף, 
דער אייבערשׁטע׳ זאל דיך בענטשׁן 

קטןֽ
יישׁר כּח פאר דיינע ווערטער, ס׳איז געוואלדיג

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! א' אלול התשע"ו 16:35 #244987

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

אשרי הדור שהגדולים נשמעים ל"קטנים"! 

דו שרייבסט "אפשר וועט עס זיין לתועלת", "זיכער" איז עס לתועלת, און איך דאנק דיר באמת פאר יעדעס איינציג ווארט.
דו האסט זייער גוט ארויסגעברענגט מיין גאנצע פראבלעם על רגל אחת "סטאפ סארוייווינג ענד סטארט ליווינג"!
כ'גיי אן אויף אן אופן פון "דורכשוויצן", און היינו טעמא פארוואס איך טראסקע ארויף און אראפ ווי א "ראולער קאוסטער".
אויך האב איך געזעהן דיין דריי סטעפ'ס, ס'איז דברים נכונים וברורים, נאר איין פראבלעם איז דא איך ווייס שוין נישט היינט צו טאגס ווער איך בין באמת, און וואס איך וויל, ממילא קען איך נישט אנהויבן בכלל צוטוהן למעשה לויט די דריטע סטע"פ, ווייל איך בין סטא"ק באלד אין אנהויב.

אלענפאלס א גרויסן דאנק פאר די דברי חיזוק והדרכה.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ב' אלול התשע"ו 17:01 #244989

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
די ערשטע זאך דארפן מיר זיין קלאר, ווער איז די אמת'ע 'מענטש'? סטעפ 1 זאגט, באקען זיך מיט דער בריאה וואס הייסט 'אדם'. פון וואס איז ער צאמגעשטעלט? וואס איז פשט אז עס קען זיין אזא מאדנע סתירה, פון איין זייט וויל ער נישט און פון די אנדערע זייט גליסט זיך עס אים. פארשטיי א מענטש איז צאמגעשטעלט פון צוויי חלקים, פון איין זייט האט ער שכל, וואס ער טראכט אריין מיט זיין מח, און פון די אנדערע זייט איז דא אין אים א הארץ, וואס מאכט אים גליסטן, דאס איז די תאוות און מוד"ס. וועלכע איז 'דער מענטש'? וועלכע איז זיין עכטע ווילן?

ביז אהער האבן מיר נאר אפגעלערנט דעם מענטש. אגב, דאס איז ביי א גוי להבדיל פונקט אזוי.

סטעפ 2 איז, איינמאל דו פארשטייסט שוין אז דו ביסט דאס וואס דיין שכל זאגט דיר, און אז דיינע הרגשים זענען אינגאנצן נישט דיין רצון, יעצט גיי מיר צו דעם יחיד. הייב אן אריינצורטראכטן 'וואס זאגט מיר מיין שכל?! וואס וויל איך? וואס לוינט זיך פאר מיר? וואס זענען די פארדינסטן און די פארלוסטן פון זיך אויפפירן איין וועג איבער די אנדערע, און איינמאל עס וועט זיין קלאר, וועסטו וויסן וואס 'דו' ווילסט.

ערשט יעצט קען מען אנהייבן ארבייטן. (סטעפ 3).

כדי צו קענען אריינטראכטן קלאר וואס איז ריכטיג פאר מיר צו טוהן, דארף מען זיין אין א גוטע מו"ד, גוט אויסגעריהט, זאט, און רוהיג, נאר דעמאלסט קען דיין שכל טראכטן גראד, נאך בעסער אויב דו קענסט עס דורכטוהן מיט דיין נאנטע חבר וואס דו פילסט אז דו קענסט רעדן מיט אים באקוועם. (אויב דו ווילסט קענסטו מיך רופן anewperson15@gmail.com)

נאכ'ן ארייטראכטן 'וואס זאגט שכל?' קומען מיר ארויס מיט א קלארע החלטה. און מיר פירן זיך לפי וואס מיר האבן מחליט געווען און מיר קוקן נישט אויף די געפיהלן וואס וועלן שרייען פארקערט, מיר לאזן זיך נישט פון זיי, כאטש זיי גליסטן, ווייל מיר זענען קלאר אז 'איך' וויל עס נישט... פארשטייט זיך נאר מיט א תפילה צום אייבערשטן.

דאס איז פון מיין עקספיריענס לויט ווי איך פארשטיי עס פון ר' בערל טויבער, און איך זעה געוואלדיגע רעזולטאטן ב"ה
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! ט' אלול התשע"ו 13:34 #244993

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

א ריזיגע יישר כח פאר הרב קטן שנולד!

די נעקסטע סטעפ גייט זיין בעז"ה זיך צו עפענען פאר איינעם צום ערשטן מאל אין מיין לעבן, ווייל איך זעה קלאר ווי חז"ל זענען געווען גערעכט "אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים", מ'מוז האבן פערזענליכע הדרכה, און א געפיהל פון אחריות אז איך טייל מיט מיט א צווייטן מיינע שוועריגקייטן, כ'האף אז ס'וועט זיין די ריכטיגע שריט בס"ד.

ענטפער: שטיי אויף! און גיי ווייטער! י"א אלול התשע"ו 10:58 #245002

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

ב"ה כ'האב מיך גענומען א מדריך מיט אן אויספרובירטע מהלך על פי תורה, צום ערשטן מאל זיך געעפענט אינגאנצן, דער בורא עולם זאל מיר העלפן ווייטער. 
פאר סיי וועלכע הילף קען מען מיך שיקן א פריוואטע מעסעדזש, און איך וועל געבן מיין אימעיל אדרעס.

צייט צו מאכן א בלאט: 0.59 סעקונדעס