ברוכים הבאים, גאסט

טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר 1043 באזוכער

טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר י' שבט התשע"ו 03:30 #243326

  • לב מחלים
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 3
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
א גוט יאר טייערע חברים

נאך א גוטע פאר יאר ואס איך ואלגער מיך שוין דא ארום
(ביי די פורומס או היברו, און ביי SA און ארץ ישראל)

בין איך אריין אין זייער א שוערן קרייסעס איך קיק מיך אן איך בין שוין ממש נישט קיין אינגער מאן
איך בין נענטר צו דארט ווי צו דא
אן איך אהב נאך גאר נישט גיטאן מיט זיך איך בין פארטוהן צופיהל מיט זיך (זייער סעלפיש)

און טאקע ועגן מיין סעלפישקייט איז מיר נישט איינגנעם צו שרייבן וייטער און די היברו פארמס
דער עוילם קען מיר דארט

עכ"פ איך אהב מחליט גיוען צו פראבירן נאכאמאל איך גיב א סעקנד צ'אנס פארן באשעפר מיך צו ראטעוען און מיר ארויס צוען פון גרינד
איך הייבאן מיין רייזע צו ניינציג
היינד איז מיין דריטן טאג

איך וייס אז אליין בין וערד כקליפת השום
איך בעט פון רבש"ע בדמעות ובתחנונים


הצילוווווווו!!!!!!


ראטעוע מיר איך וער פארברענט!!!!

איך קען עס נישט מער אויס אלטן

איך ויל זיין א ערליכער איד
איך ויל נאר דיר דינען

איך אהב דיר ליב באוייז מיר דיין ליבשאפט טייערער זיסער באשעפר
און פיר מיר אויפן ריכטיגן ועג.
היום שלשה ימים לנקיות

אויב איז דא איינער פון יורופ (US איז שוער ועגן דעם זייגער) ואס ויל מיא עלפן און זיין און קאנטעקס מיט מיר
פליז קנאקט זיך מיט מיר און פרייועט
(NOTE: מיין אנגליש איז גאנץ שואך בעיקר אידיש און עברית)
לעצט פארראכטן: י' שבט התשע"ו 03:36 דורך לב מחלים.

ענטפער: טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר י' שבט התשע"ו 04:38 #243327

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
ברוכים הבאים טייערע חבר.

דו שרייבסט דברים היוצאים מן הלב און ס'איז נכנסים אל הלב.

חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה'. דער אייבישטער איז גרויס, ער קען אלעס, ער איז נישט מוגבל, ס'איז אים נישט קיין חילוק ווי לאנג דו ביסט אין פעקל און וואס אלעס דו האסט געטוהן.
ער וויל דיין "הארץ", דיין אמת'ע אמת'ע רצון און קבלה גמורה זיך טוישן.
פון דיינע פייערדיגע ווערטער זעט מען אז דיין הארץ שטרעבט צום גוטנ'ס, דו קענסט שוין נישט אויסהאלטן ממש דיין איצטיגע מצב.

דו ביסט א לעבעדיגער "מוסר ספר" פאר אונז אלע!
א איד וואס פלאגט און מוטשעט זיך אסאך יארן, מיר קענען זיך מן הסתם גארנישט פארשטעלן וויפל הארץ ווייטאג דו האסט געהאט במשך די אלע יארן! וויפל מסירות נפש ס'האט דיר געקאסט, וויפל עגמת נפש, וויפל הרהורי תשובה, וויפל לב נשבר, וויפל הכנעה, וויפל רצון להיטיב, וויפל טרערן דו האסט געגאסן, וויפל השתוקקות דו האסט געהאט צו האבן קירבת אלקים!!! אהה אהההה דאס אלעס איז דאך מוראדיג! מוראדיג! וויפל נחת רוח דו האסט געמאכט פאר אונזער טאטע אין הימל טאקע נאך אין יענע נישט גוטע יארן... ווייל ווען ס'איז טונקל, איז יעדע קליינע פינק גערעכנט פאר גאר א גרויס לעכטיקייט!

און ווער רעדט פון די געוואלדיגע געוואלדיגע שמחה און נחת רוח וואס דו ביסט גורם אין אלע עולמות עליונים פון ווען דו האסט אנגעהוין טוהן דיינע פעולות זיך טוישן לטובה. על פי דרך הטבע, ווי מער מ'איז געזינקען, איז שווערער ארויס צו קריכן!! מיר קענען זיך פרויבירן פארשטלען, אויב פאר יונגע יונגעלייט איז אזוי שווער נאך 5 צי 10 צי 15 יאר, ווי ווייט און ווי שווער איז עס דיר געווען נאך מער יאר, אוי אוי אוי, דאס הארץ רייסט שטיקער!!


טייערע חבר, האסט שוין אנגעהויבן עפעס טוהן פעולות?
לויט ווי דו שרייבסטו ביסטו שוין געווען אין SA אין ארץ ישראל, דאס האט דיר נאך נישט גענוג געהאלפן?

נאך אפאר שעה, די חברים פון חו"ל וועלן אויפשטיין וועלן זיי דיר גוט מחזק זיין און מדריך זיין בעצה טובה.

גיי אן מיט כוחות און מיט שמחה.
דו וועסט נאך קענען זאגן מיט שטאלץ: "אשרי זקנותנו שכפרה את ילדותנו!"
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר י' שבט התשע"ו 04:57 #243328

  • חיימקה
  • איצטיגע שטרעקע: 89 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
שלום עליכם !! הרה''צ ר' "לב מחלים "
עלה והצלח !!!
מיר זענען אלע גרייט דיר צו העלפען

מיר דארפען זיך אלע אפ לערנען פון דיר אז
עס איז קיינמאל נישט צו שפעט
און מען טאר קיינמאל נישט אויפגעבען

פארצייל אביסל מער דיין מעשה
וואס האט נישט געטויגט ביי די פורומס או היברו, און ביי SA און ארץ ישראל??

ענטפער: טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר י' שבט התשע"ו 12:04 #243333

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל
טייערע לב מיחלים ברוכים הבאים יעדע קליינע טאט יעדע רצון יעדע קרעכץ יעדע ניין גייט נישט לעיבוד אפילי' מען איז דורך געפאלן ליידער, ווי לאנג מיר טוהן השתדלות צו זיך פארבעסערן שטייען מיר גיט
לעצט פארראכטן: י' שבט התשע"ו 12:04 דורך חלקאלוקי.

ענטפער: טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר י' שבט התשע"ו 13:13 #243338

  • סאלאמאן
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 210
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל
שלום עליכם טייערער הארציגער פריינט "לב מחלים"!!

בחסדי השי"ת ביסטו ב"ה אנגעקומען צום ריכטיגן פלאץ, דער הייליגער מקום וואס די השגחה עליונה האט צוגעפירט פאר אונז אלע אינעם זעלבן פעקל (יעדער איינער אביסל אנדערש, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, הצד השוה שבכולנו אז מיר אלע ליידן ליידער דערפון).

טייערער פריינט מאך דיר דא היימיש און באקוועם, "כולנו בני איש אחד נחנו - אחים לצרה"!

עפען דיר אויף דאס הארץ און דערצייל אביסל מער איבער דיר, און ווי חיימקה האט שוין דערמאנט שרייב אונז וואס ס'האט נישט געטויגט ביי די היברו און SA אין אר"י.

"ונפש השנית בישראל היא חלק אלוה ממעל ממש... כך כביכול נשמת כל איש ישראל נמשכה ממחשבתו וחכמתו ית'... שורש כל הנפש רוח ונשמה כולם מראש כל המדריגות עד סוף כל דרגין המלובש בגוף עמי הארץ וקל שבקלים נמשך ממוח העליון שהוא חכמה עילאה"... (ליקוטי אמרים תניא פ"ב).

ענטפער: טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר י' שבט התשע"ו 16:33 #243341

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל
שלום וברכה כבוד הרב "לח מחלים" הי"ו

ברוכים הבאים לאתר של רִיאָל, פה מתעוררים לעולם האמיתי, לעולם של רִיאָל, כי המחלה שיש לנו "התמכרות" הוביל אותנו למצב של אי ריאל, למצב שהאחיזת עינים משתלט על החיים שלנו.

חברי היקר והנכבד,

לא אמות כי אחיה, הקב"ה מצפה עליך ועל כל אחד ואחד מישראל. לכאו' יש לך המחלה הארורה של התמכרות, אדיקשאן, ויש ב"ה מהלך ע"ז.

מה שאני רוצה לומר לך ממה שכתבת: און טאקע ועגן מיין סעלפישקייט איז מיר נישט איינגנעם צו שרייבן וייטער און די היברו פארמס
דער עוילם קען מיר דארט

אלו שבאו לכאן מלפני הרבה שנים, קוראים להם "ותיקים" אומרים שדייקא מה שעושה אדם "לא נוח" זה מה שעוזר לרפואה, זה בדוק ומנוסה.

על כל פנים

יה"ר שיהיה לך רפואה שלימה מן השמים בקרוב

מנאי ידידך אוהבך

בא לטהר

ענטפער: טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר י"א שבט התשע"ו 09:40 #243356

  • לב מחלים
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 3
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
טייערע ברידער

אייער הארציגע קבלת פנים אהט מיר זייער דערווארמט

לאמיר אנהייבן מיט ממשיך זיין מיין רייזע צו ניינציג

געלויבט צום באשעפאר בין איך נאך אלס ריין
היום ארבעה ימים לנקיות

איז אזוי ויא איר האט מיר גיבעטן ועל איך טאקע שרייבן אביסל (ממש בקיצור איך אהב יעצט נישט קיין סאך צייט) ואס איך זיך דא
און איך ועל אויך דערמאנען פארואס SA אהט נישט גיטויגט פאר מיר
איך בין למעשה אנגעקומען קיין GYE נאר וייל איך אהב מיך גידרייט מיט "יסודי מצפון"
טאג טעגלאך אהב איך מיר גידרייט און גיזיכט מיט ואס צו שטיל מאכן מיין "מצפון"
ביז איך אהב גיטראפן דעם ועפסייד פון "שמור עיניך" אהבער דאס איז גיוען גוט פאר מיר ביז איך בין גיוואר גיוארן אז בין גאר נישט קיין בעל עבירה'ניק איך בין פשוט קראנק

נו א קראנקער מעג דאך טהון אלעס

(אגב איך קען נאך א פאר אזעלכע ואס זיינען נאר אראפ טיפער און גרינד דורך דעם ואס מ'האט זיי גיזאגט אז זיי זענען נישט קיי בל עבירה'ס כנ"ל)
למעשה דא שטיי איך יעצט איך האב מיין גאנצן לעבן גיפרובט אליין איך גלייב אז בכוח פון א חברותא איז זיך צו ראטעוען איינער דעם אנדערן

ענטפער: טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר י"א שבט התשע"ו 11:03 #243357

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל
כבוד הרב לך מחלים

גם לי היה הבעיה של איך בין קראנק ובמילא מותר לי לעשות הכל כחפץ לבי (האדיקשן שלי) אבל באמת הכל הוא היחס שיש לך כלפי המחלה.

אם אתה רוצה להחיות, ורוצה ליהות בן אדם מאושר, עליך לשנוא את המחלה, ועליך ליהות נחוש בדעתך שאתה רוצה ליהות "סאבער", אחרת אי אפשר לחיות. עליך לוותר על הנאת התשוקה המשוגע הזו.

ענטפער: טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר י"ב שבט התשע"ו 05:55 #243392

  • לב מחלים
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 3
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
היום חמישה ימים לנקיות

ענטפער: טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר י"ד שבט התשע"ו 13:58 #243411

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
לב מחלים געשריבן:
היום חמישה ימים לנקיות


מזל טוב פאר די פינף ריינע טעג. גיי ווייטער איין טאג אויף א מאהל.

הצלחה

ענטפער: טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר י"א סיון התשע"ו 10:47 #244813

  • ערנסטער יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
טייערע חבר לב מחלים
וואס טוט זיך עפּעס בּיי דיר?

ענטפער: טאטע איך קען נישט אליין איך דארף דיר אהבן מיט מיר י"ג סיון התשע"ו 05:54 #244820

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
נו וואס טוט זיך טאקע מיר ווארטן צו הערן
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.44 סעקונדעס