ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: טייערע חברים! באגיסט מיר מיט דברי התחזקות 1483 באזוכער

טייערע חברים! באגיסט מיר מיט דברי התחזקות י"א תמוז התשע"ו 13:31 #244938

  • ערנסטער יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

אל מעלת כבוד מיינע טייערע לעכטיגע זיסע חברים בקהלה קדושה הד"א.

מורי ורבותי טייערע פריינד, איך בין מיך געקומען דא היינט אויסרעדן אביסל, אראפלאדענען פון מיין הארץ, איך האף צו באקומען דברי חיזוק און עצות ווי אזוי צו גיין ווייטער און זיך שטארקן.​
 
עס איז יעצט ליל שישי פרשת חקת תשע"ו לפ"ק, דעם היינטיגן טאג האב איך געדארפט ארויף גיין אויפן 90 טעג טשארט און געבן א דריק, "איך האב געהאט א דורכפאל". איך וועל אייך זאגן דעם אמת, פון איין זייט קען מען זאגן אולי הייסט דאס נישט ממש א דורכפאל, מיט דעם אלעם איז קלאר אז אונזער ציל איז צו קענען אנגיין מיטן לעבן מיט א שטארקייט און א קלארקייט, נישט צו האבן אזעלכע דורכפעלער.

מעשה שהיה כך היה: אין אפיס ווי איך ארבייט איז דא א קאמפיוטער וואס איז נישט געפילטערט, און איך בין געבליבן היינט אביסל לענגער, די לעצטע, יעדער איז שוין געווען געגאנגן, נאר איך מיט'ן באשעפער זענען דארט געווען, און די געפיהל האט אנגעפאנגן שפילן, עס פאסירט אמאל ביי מיר אזוי ווען די געפיהלן צושפילן זיך, און איך הייב אן צו גליסטן און צו זיכן, בין איך אריבער געגאנגן צו די אומגעפילטערטע כלי, אודיא נישט מיטן חשבון צו זיכן ממש שמוץ, נאר אביסל זיך נאך געבן די תאוה צו זיכן געוויסע ענינים פון מיין יצר'ס פאנטאזיע, וכך הוה איך האב אביסל געקוקט בילדער, ווידיאס אביסל פון נשים, ראיות אסורות, ע"כ.

ברוך השם, נאר אין זכות פון די הייליגע חבריא דא בין איך נישט געגאנגן קיין סאך ווייטער, איך בין נישט נכשל געווארן אין הוז"ל בידים (וואס פלעגט פאסירן אין אזעלכע פעלער), אין איך בין אוועקגעגאנגן פון דארט, איינגעמאלדן דעם דורכפאל קנעפל און יעצט הייב איך אן נאכאמאל, איך פרוביר מיך צו האלטן שטארק, איך דארף אבער אסאך חיזוק, אין בעיקר עצות, נישט אן עצה למשל פון נישט בלייבן אליין, איך זיך א עצה זיך צו קענען האלטן נישט נתפעל ווערן אזוי שנעל.

רבותי, איך וויל ארויסברענגן נאך א נקודה וואס עס קען זיין האט אפשר א שייכות, היינט האט פאסירט אז איך בין אויפגעשטאנען צו שפעט און איך בין געגאנגן דאווענען אן א מקוה, איך בין היינט נישט געווען אין מקוה, איך געדענק נישט ווען עס איז די לעצטע מאל געשעהן, איך בין געווענדליך זייער מקפיד נישט צו פארפאסן קיין מקוה, עס איז באקאנט די מעשה אז אונזער רבי, די סאטמארע רבי ז"ל האט אמאל געזאגט פאר א איד וואס האט געבעטן א עצה אויף שמירה ער זאל נישט נכשל ווערן במשך פונעם טאג, האט ער אים געזאגט אז ער זאל גיין אין מקוה נאכן דאווענען נאכאמאל פאר א שמירה.

מורי ורבותי, איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך קען נישט זאגן אז איך בין מורא'דיג פארלוירן ווייל אזוי גייט עס, די תאוות זענען אמאל שטערקער, אמאל שוואכער. ועל זאת לבי דוה, וויאזוי קען מען זיך שטארקן אויף די ענינים, ביטע רופט אייך אן מיט דברי חיזוק, אחד המרבה ואחד הממעיט.

החותם בלב נשבר המשתוקק

ערנסטער אינגערמאן.

ענטפער: טייערע חברים! באגיסט מיר מיט דברי התחזקות י"א תמוז התשע"ו 18:45 #244939

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
יא די ביסט טאקע אן ערענסטע אין אויך א זיסע יונגערמאן 
בעזה מקען זיך ארויס זען פין דעם מצב
פארוואס טאקע איז דא דארט א קאמטאָטעֶר אָנַא פילטער

ענטפער: טייערע חברים! באגיסט מיר מיט דברי התחזקות י"ב תמוז התשע"ו 13:29 #244940

  • לטוב
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 67
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
כבוד הרב ערענסטער 

פון צווישן דיינע שורות זעהט מען אז די ביסט טאקע אן ערענסטע און א חשובע יונגערמאן,
איך בין שטארק נתפעל פון דיין קלארע און אויפריכטיגע ווערטער, פון דיין נישט ווערן פארלוירן פון א פאל נאר די שרייבסט ארויס און בעט אביסל חיזוק צוגיין ווייטער.

עס איז זייער שווער צוגעבן עצות פאר א צווייטן ווייל א יעדע מענטש איז אנדערש, אבער אז א ערענסטע יונגערמאן בעט א חיזוק ווארט און א עצה מיז מען כאטש עפעס זאגן און אפשר וועט עס כאטש העלפן פאר מיר אליין,

אין מיינע אויגן איז דאס א סטעפ אהעד, א ירידה לצורך עליה, אזא מעשה איז פשוט דיך צודערמאנען אז די ביסט אויפן פראנט מיטן שונא סאו באקל אפ, פון יעצט מיז איך זיין שטערקער ווי ביז יעצט, ווען מען פאנגט אן דו 90 טעג ראן דארף מען טראכטן אז ס'וועט זיין מצבים וואס ס'וועט ברענען און זיך גרייטן אויף דו דאזיגע מאמענטן, און אז מען איז דורכגעפאלן מיינט אז מען איז פארשלאפן געווען,

סאו לעטס סטארט אגעין.
פאנג אן נאכאמאל אבער מיט אן עקשנות, איך קען עס מאכן און איך וועל עס מאכן, און נישט פארגעסן א תפילה צום רבוש"ע מעומק הלב ווייל אן דעם וועט עס נישט גיין, רעדט צו איהם און בעט איהם היט מיך און העלף מיך איך זאל נישט זינדיגן, 
דער רבוש"ע שעפט נחת פון אזעלכע דורכפעלער וואס ברענגט צו גיין העכער (דאס איז די מכוון פון זדונות נעשו זכיות), דער עיקר איז גיי ווייטער שרעק דיך נישט פון א דורכפאל פאנג אן נאכאמאל מיט א פרישקייט חזק ואמץ.

פארשטייט זיך די דארפסט טאקע זעהן די מאקסימום וואס די קענסט עכ"פ, אז דו אינטערנעט זאל זיין פארשלאסן, מאך שוואכער דעם שונא מ'דארף ארבעטן אויף אלע פראנטן.

בברכת לטוב 
עלה והצלח 

    

ענטפער: טייערע חברים! באגיסט מיר מיט דברי התחזקות י"ד תמוז התשע"ו 16:07 #244942

  • ערנסטער יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 20
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
א גרויסן יישׁר כח לטוב' אין אויגן' פאר די דברי התחזקות, אין פאר אלע פריינד פארן ליינען מיינע שׁירות.

אויף דעם וואס די פרעגסט "פארוואס טאקע איז דא דארט א קאמטאָטעֶר אָנַא פילטער?" עס האט א תירץ קען זיין אז מוועט קענען פּטור ווערן דערפון, אבּער איך מיין אז מדארף זיך קענען האלטן אפילו סמאכט זיך אמאל  עקסעס.

לטוב פאר דיר וויל איך זאגן אז עס איז בּעזר השׂם געווען א גרויסע שׁינו לטובה די לעצטע פּאר טעג איך האף אז דאס וועט שׁוין זיין א עליה לצורך לעלות עוד.

ווער עס האט נאך עפּעס א דבר חיזוק זאל עס בּיטע נישׁט צוריק האלטען. על תמנע טוב מבּעליו

ענטפער: טייערע חברים! באגיסט מיר מיט דברי התחזקות י"ד תמוז התשע"ו 16:37 #244943

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
עשׂו משׁמרת למשׁמרת
מיר ברויכן אזוי אויך רחמי שׁמים מרובּים 
בכל אופן keep up the good work
לעצט פארראכטן: ט"ו תמוז התשע"ו 10:41 דורך אויגן גלעזער.

ענטפער: טייערע חברים! באגיסט מיר מיט דברי התחזקות י"ד תמוז התשע"ו 18:50 #244944

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
די אמת איז אז פון אונזער זייט דארף מען זיך קענען האלטן אפילו מען האט אלעמאל עקסעס. מען דארף קענען האבן קאנטראל אויף זיך אין יעדע מצב, אבער אונזערע רבי'ס לערנען אונז אז מען מוז מאכן גדרים וסייגים, ווייל א מענטש איז א שוואכע זאך, אין א מענטש איז אויך דא א כח וואס ציעט אהין... ממילא זאל מען זיך נישט פארלאזן אויף זיך, נאר טוהן די מערסטע וואס שייך, מה שידינו משגת צו בלאקן די מעגליכקייט פון קענען דורכפאלן.

איי, ס'איז נישט קיין קונץ?! שכח, אודיא בין איך נישט דורכגעפאלן, ווייל איך האב נישט געהאט קיין מעגליכקייט דערצו, ס'איז בעבי'איש צו האבן א גוטע פילטער וואס בלאקט 'אלעס', וואס מען 'קען נישט' דורכפאלן אפי' בטעות, וואס איז די קונץ?

די תירוץ איז  אז מיר זיכן נישט צו באווייזן קיין קונצן! מיר זענען נישט קיין קונצן מאכער, מיר זענען עבדי ה' וואס טוען וואס דער אייבערשטער הייסט. וואס וויל דער אייבערשטער פון אונז? מיר זאלן זיין אפגעהיטן. אלע חושים. במחשבה דבור ומעשה. ממילא וועלן מיר טוהן אלעס וואס העלפט צו אנצוקומען צו מקיים זיין רצון ה'. (זעה די קלארע יסודות'דיגע ווערטער אין שפת אמת פר' בהעלותך).

זארג זיך נישט..., דער אייבערשטער האט גענוג נסיונות אין סטאק, און ווען ער וויל אונז אויסארבייטן און אויפבויען דורך א נסיון וועט ער זיכער מאכן אז מיר וועלן דאס באקומען. נסיונות גיבט דער אייבערשטער, מען נעמט זיך נישט אליין. ווען דער אייבערשטער גיבט א נסיון גיבט ער אויך די כחות  דאס צו קענען ביישטיין, אז מ'האט עס אליין גענומען האט מען נישט די כח, און אן סייעתא דשמיא קען מען טאקע נישט...

די חתם סופר שרייבט אז אויב א מענטש האט זיך אוועקגעשטעלט אויף אזא וועג אז ער זאך מער נישט האבן קיין נסיון, וועט ער נאכאלץ באקומען שכר כאילו ער האט זיך געשטארק אויף שווערע נסיונות, ווייל ער - מיט זיין בחירה - האט זיך ארויסגענומען פון די מצב הנסיון. (זעה אויך וואס רבי אביגדור מילער שרייבט אין זיין ספר לב אביגדור שער הבחירה באריכות). 

פון אונזער זייט דארפן מיר זיין גרייט על כל נסיון שלא יבוא. ממילא דארפן מיר זיך כסדר טרעינען.
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com
לעצט פארראכטן: י"ד תמוז התשע"ו 22:15 דורך קטן שנולד.

ענטפער: טייערע חברים! באגיסט מיר מיט דברי התחזקות ט"ו תמוז התשע"ו 10:40 #244945

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
זייער גיט געזאגט קטן
בּיי דע וועי די בּיסט מלא וגדוש

וועלכע ד״ה אין שפ״א?

ענטפער: טייערע חברים! באגיסט מיר מיט דברי התחזקות י"ח תמוז התשע"ו 11:50 #244946

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
תרל"א, די צווייטע שטיקל.
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.35 סעקונדעס