ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: מיין ערשטע מאל 3243 באזוכער

מיין ערשטע מאל ח' אלול התשע"ו 14:34 #244990

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

דאס איז מיין ערשטע מאל וואס איך שרייב אדער בכלל פארצייל פאר א נברא מיין פריוואטע נסיונות,

נישט מיין מגי״ש אין ישיבה, נישט מיינע משגיחים, נישט מיין ווייב, ווייסן וואס גייט באמת פאר מיט מיר.

יארן וואס איך שפיל אויף יעדעם איך לעב א דאפעלטע לעבן.

אנגעהויבן האט זיך עס פאר אסאך יארן צוריק מיט קלייניקייטן אין מיט די יארן איז עס געווארן ערגער אין ערגער, מיט נכשל ווערן איינמאל אין צוויי וואכן צו צוויי דריי מאל א טאג,

יעדע דערהויבענע צייט האב איך געכאפט א התעוררות ארויס געווארפן אלע כלים, געוויינט ביי שמונה עשרה, זיך מקבל געווען קבלות, אבער ביז א טאג איז שוין אלעס צוריק צום אלטען.

פארשטייט זיך אז מיט די צייט איז מיין רוחניות געפאלן מטה מטה, (אפ)געדאווענט אינדערהיים 2 נאכמיטאג ווען קיינער איז אינדערהיים, נישט געלערט קיין יידיש ווארט, כהנה וכהנה

נאכן אויפגעבען אז איך וועל מיך שוין קיינמאל נישט טוישן בין איך אנגעקומען צו Guard your eyes, איך האב אדורך געליינט דו האנט ביך, געהערט אפאר דרשות, אין האב די ערשטע מאל איינגעזען אז מיין פראבלעם איז נישט יראת שמים נאר איך בין חרוב קראנק, איך קען מיך נישט אליין העלפן,

איך האב ביי מיר מחליט געווען אז ביי יעדע שמונה עשרה, שחרית מנחה מעריב, וועל איך זאגן פארן באשעפער אין די לשון, ״טאטע אין הימל, איך ווייס אין איך שפיר ביי מיר אז איך בין נישט ביכולת זיך צו מתגבר זיין אויף מיינע נסיונות אפילו א כלשהו, אבער אין גלייב באמונה שלימה אז די קענסט אין די וועסט מיר געבן די כוחות צו זיך שטארקן אין זיך מתגבר זיין אויף עניני קדושת אות ברית קודש, במחשבה דיבור אין מעשה״, איך פיל אז דאס באגלייט מיר א גאנצן טאג.

ראש חודש אלול האב איך אנגעהויבן מיין 90 טעג טשארט, אין הודו לה׳ אז איך בין שוין צען טעג גענצליך ריין, נעמענדיג אין אכט אז איך געדענק נישט די לעצטע פאר יאר אז עשרת ימי תשובה זאל מיר געלונגן זיך צו האלטן ריין.

איך ווייס אז איך האלט נאך גאר ווייט פין זיך גענצליך אויסהיילן אבער איך בעט ביים רבונו של עולם ער זאל מיר געבן די כוחות אין מיר אפהוטען פין אלעם שלעכט, אין אז איך זאל מצליח זיין 90 טעג צו זיין ריין, תמימות תהיינה, ‏אין אונז אלע זאלן זוכה זיין צו תשובה שלימה, גאלנ״ו (גי׳ 90) גאולה שלימה.

איך וועל שטארק הנאה צו הערן חיזוק פין אנדערע.

א כתובה וחתומה טובה

ענטפער: מיין ערשטע מאל ח' אלול התשע"ו 17:02 #244991

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל

שלום עליכם לעכטיגע חבר! 
די עיקר טיסטו שוין, א תפילה צום אייבערשטן אויף מאמע לשון. אויך די 90 טעג. 
צוביסלעך צוביסלעך, וועסטו זיך אוועקשטעלן אויפן גלייכן וועג בעזר השם.

הצלחה!

.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: מיין ערשטע מאל ט' אלול התשע"ו 13:00 #244992

  • שטיי אויף
  • איצטיגע שטרעקע: 903 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

ברוך הבא בשם ה' צו אונזער הייליגע חבורה!

דיין עבר איז בערך אזויווי אונז אלע:
געפאלן צוביסלעך...
געכאפט א הרהור תשובה...
ארויסגעווארפן אלעס...
נאכאמאל צוריקגעפאלן...
אויפגעגעבן...
אנגעקומען צו אונזער סייט!!

קודם דארפסטו וויסן אז דו ביסט אויפ'ן ריכטיגן ארט, און דיין ישועה איז זייער נאנט בעז"ה!
עס וועט טאקע דויערן א שטיק צייט באגלייט מיט עליות וירידות, אבער צום סוף וועסטו זעהן די לעכטיגקייט!

מבשרי אחזה איך בין טאקע נאך ווייט פון ריין, אבער ווילאנג איך האלט מיך צו דעם סייט, האב איך עכ"פ נישט אויפגעגעבן ווי איך פלעג ביז היינט, כ'האב געליטן אסאך דורכפעלער אבער איך בין מיך נישט מייאש ח"ו!

בלייב דא ביז דיין גענצליכע ערהוילונג בקרוב ממש!!!

ענטפער: מיין ערשטע מאל ט' אלול התשע"ו 15:36 #244994

  • the.guard
  • איצטיגע שטרעקע: 1297 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 11
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

טייערער "פראביר נאכאמאל",
אפילו נאך דיין ווידוי האסטו ביי אונדז דער גרעסטער דרך ארץ. ביסט דערקראכן ביזן מדריגה פון "אין חכם כבעל הנסיון" --- תרתי משמע... דהיינו איינע וואס איז געווארן א "בעל" (הבית) אויף זיין נסיון...
כ'בין זיכער אז אזעלכע תפילות וואס קומן מעומק הלב דערגרייכן ביז כסא הכבוד, האב אונז אלע אין זינען... ס'ניטא קיין מער פאסיגע חודש אויף אזעלכע ענדערונגען ווי אין חודש אלול....
בע"ה וועלן די ניינציג טעג זיין אן אנפאנג פון א נייע תקופה אין דיין לעבן - פון ריינקייט און טהרה.  

ענטפער: מיין ערשטע מאל ט' אלול התשע"ו 18:08 #244995

  • מנוחת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 844 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 22 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

לכבוד אונזער טייערער חבר "פראביר נאכאמאל".

איך האב געליינט דיינע ווערטער און ממש דאס איז וואס מיר אלע זענען ליידער אדורך.

די גוטע נייעס איז אז רוב פון אונז זענען היבש געשטיגן ב"ה, און מיר לעבן היינט א גליקליך לעבן, אסאך הילף האבן מיר באקומען דא אויפן פארום, יעדער איז געהאלפן געווארן אויף א צווייטע וועג, און מיר וועלן שטיין דיר צו הילף ווי לאנג די וועסט געהאלפן ווערן בסייעתא דשמייא.

וואס איך עצה דיר לעת עתה, גיי אן מיט א שטארקייט מיט דיינע 90 טעג, און יעדעס מאל די האסט סיי וועלכע פראבלעם קום ארויף און שרייב עס אראפ פונקטליך, און מיר וועלן פראבירן דיך צו העלפן, כאטש איך בין שוין לאנג נישט ארויפגעקומען, די סיבה איז ווייל קיינער האט נישט געבעטן דא קיין הילף, אבער די רגע וואס מען דארף הילף ועל איך פראבירן ארויפצוקומען ווי ווייט מעגליך יעדן טאג אדער צוויי.

ממילא שעם דיך נישט קום ארויף אין שרייב, ובשם השם נעשה ונצליח.

ענטפער: מיין ערשטע מאל י' אלול התשע"ו 09:59 #244997

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
הרב  פראביר נאכאמאל,
שׁלו' עליכם, 

א־ל תּבּט אחריך,
 הייבּט דיך אויף, שׁאקל דיך אפּ, אין גיי ווייטער
לייג גדרים אויף אלע לעכער
בּעזה וועסט אסאך בּעסער ווערן מיט די צייט

ענטפער: מיין ערשטע מאל י' אלול התשע"ו 10:14 #244999

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל

שלום עליכם

נאך א איד אין וועלט פון  רעקאווערי און זיך היילן, נאך א איד וואס וועט בעז"ה ארויסקריכן פונעם טיפן גרוב.

יהא בואך ועלייתך לברכה ולהצלחה

ידידך החדש
בא לטהר

ענטפער: מיין ערשטע מאל י' אלול התשע"ו 11:06 #245000

  • עבודת הבורא
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 2688
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

שלום עליכם "פראביר נאכאמאל" זייט וויסן יעדער מענטש וואס די זעסט אויפן זעקסטן שטאק האט אמאל זיך זיכער געפינען אויפן פערטן און פיפטן שטאק מען קען נישט אנקומען אויבן נאר אויב מען איז קודם געווען אינטן.

צרת רבים חצי נחמה אבער דא איז עס אסאך שטערקער פון דעם ווייל די צרת רבים קומט צוזאמען מיט א ישועת רבים, די קענסט דא טרעפן אידן וואס זענען געווען אין דיין מצב און זענען ארויס געקראכן דערפון, דערפאר איז עס עטוואס מער פון חצי נחמה.
חזק ואמץ

דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

ענטפער: מיין ערשטע מאל י' אלול התשע"ו 16:02 #245001

  • מנוחת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 844 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 22 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

א גוטן טייערע חבר "פראביר נאכאמאל", ווי אזוי גייט דיין טאג פארצייל עפעס גוטס, לאמיר הערן דיינע הצלחות.

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"א אלול התשע"ו 15:55 #245003

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

א גוטן טייערע חברים,

יישר כחכם פאר ענקערע חיזוק ווערטער עס איז מיר גאר שטארק צונוצגעקומען, יעדע תגובה האט באזונדער באנומען, אין איך קען אויסרופן מיט שטאלץ אז הודי לד׳ איך בין שוין 13 טעג ריין, (די טשארט האט עפעס אויפגעהערט צו ארבעטן)

נאר מיטן אייבערשטנס הילף אין מיט די חיזוק ווערטער בין איך אנגעקומען ביז אהער.

איך בעט א תפילה צום כל יכול אז ער זאל מיר געבן כוחות ווייטער אנצוגיין אן קיין מכשולת.

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"א אלול התשע"ו 18:02 #245004

  • מנוחת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 844 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 22 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

איך האב אויך באמערקט אז די טשארט האט אויפגעהערט צו ארבעטן, קען זיין אז דאס איז צוליב וואס די צייכנסט דיך, און דער יצר הרע וויל דיך שטערן, אדער קען מען דאס אנקוקן ווי א נסיון דיך צו דערהייבן,

למעשה האלט דיך שטארק און צייכן דיך ווייטער דיינע טעג, אפילו די טשארט ארבעט נישט, די ביזט געוואלדיג און מיר אלע שטייען גרייט צו זעהן און מיטהאלטן דיינע הצלחות.

עלה והצלח.

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"ג אלול התשע"ו 12:45 #245005

  • מנוחת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 844 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 22 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

א גוט שבת אלע אידן

לעצט פארראכטן: י"ג אלול התשע"ו 12:45 דורך מנוחת חיים.

ענטפער: מיין ערשטע מאל ה' תשרי התשע"ז 09:18 #245021

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
א גוטן טייערע חברים
קודם כל וויל איך ווינטשען א גוט געבענטש יאר אין געפוילט אלץ גוטס.
היי יאר האט זיך אנדערש געדאווענט ווי אלע יארן, עס איז נישט געווען אבי געלאסט טרערן אין א טאג דערויף צוריק צום אלטן, נאר מיטן אייבערשטנס הילף בין איך שוין ריין קרוב צו צוואנציג טעג, 
נאר אויכט עפעס מער פין דעם, מ׳זאגט ביים דאווענען זכרנו ‏לחיים מלך ‏חפץ בחיים, מיט א משל, געווען אמאל א איד וואס האט זיך אנגעבארגט הלוואות פין האלבן שטאט אין ווען עס איז געקומען צו באצאלן איז נישט געווען צו וועם צו רעדן די בעל חוב שרייט אין לי איך האב נישט, 
אקיצר, די איד איז געווען א חכם אין ער זעצט צאם די גאנצע עולם אויף א מיטינג אין ער זאגט זיי, הער מיך צו טייערע אידן איך קען אייך נישט אלע באצאלן יעצט פין די ביסל וואס עס איז מיר געבליבן צו לעבן אין אויב יעדער וועט כאפן וועט אפשר איינער ווערן באצאלט דו איבריגע וועט פאר זיי גארנישט איבערבלייבן, לאמיר מאכן א דיעל געבץ מיר נאך א טשאנס צו פריש עפענען מיין ביזנעס אין איך וועל מאכן א פאר טאלער אין אזוי וועל איך אייך קענען אלע באצאלן, טוטס עס פאר ענקער וועגן.
נעעע שרייט די גאנצע עולם, די וועסט אונז נאכאמאל אנזעצן פארוואס זאלן מיר דיר טראסטן יעצט? 
איין מינוט זאגט די בעל חוב לאמיר ענדעגן רעדן, הערטס, ביז יעצט האב איך געפירט מיין ביזנעס אליין כ׳האב זיך מיט קיינעם דורך גערעהט איז וועגן דעם קוק אזוי אויס, אבער פין היינט וועל איך הייערען א קאמפעני וואס וועט מיט באגלייטן טריט אין שריט אז דאס זאל נישט געשען נאכאמאל, אין פארשטייט זיך אז די עולם האט מסכים געווען.
לעניננו, איז האמיר זיך אנגעבארגט א גאנץ יאר פינעם ריבונו של עולם אין ראש השנה איז די זמן הפרעון, ס׳ווערט מיר שלעכט פאר די אויגן וויאזוי תשע״ו האט אוסגעקוקט, באין מליץ יושר, 
זאג איך פארן באשעפער, וואס עסטע האבן פין מיר נישט געבן א גוט יאר? וועסטו אזוי ווערן באצאלט? לאמיר מאכן א דיעל געב מיר א גוט געבענטש יאר אין אזוי וועל איך דיר צוריק באצאלן, דאס טייטש זכרנו לחיים געב אונז א גוט יאר למענך אלקים, טו עס פאר דיינעט וועגן אז די זאלסט באקומען צום סוף באצאלט.
איי וועסטו פרעגן כ׳האב דיר אזוי געזאגט פאריאר אין פאר צוויי פארוואס זאל איך דיר עפעס יעצט טראסטן? 
וויל איך דיר זאגן טאטע, ביז היינט האב איך געסטראגלט אליינס קיינער האט נישט געוויסט אבער דאס יאר האב איך ״היט דיינע אויגן״ אויף הילף אויף יעדן שריט אין האפנטלעך וועט מיר דאס העלפן אויף אייביג.
זאל ער אונז שוין געבן טאקע א גוטע זיסע יאר מיט קדושה וטהרה.

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"ח תשרי התשע"ז 19:48 #245026

  • לבטהור
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 397
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
טייערע פראביר:
איך בין נישט דא געווען פאר א פאר חדשים בעיקר וועגן בושה אז איך בין געפאלן איך האב געמיינט אז איך בין דערנאך, אבער מיט אסאך סיעתא דשמיא האב איך מיר צוריק ארויפגעדראפעט אויף די וואגן בערך 40 טעג פאר סליחות,
מאכדיג א חשבן הנפש ראש השנה איז מיר אויסגעקומען אז די יאר אפילו איך האב נאך ליידער געהאט אסאך דורכפעלער איז די יאר געווען צלתה מרובה מחמתה א דאנק די הילף וואס GYE שטעלט בס"ד צו און דאס איז מיר א געוואלדיגע חיזוק צו גיין ווייטער מען הייבט זיך אויף מען קלאפט זיך אפ און מען גייט מעלה מעלה בהדרגה

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"ט טבת התשע"ז 15:53 #245334

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

א גוטן טייערע חברים,

איך בין צוריק דא נאכאמאל אין איך האף אז דאסמאל וועל איך מיר קענען האלטן לענגער ווי פריעדיגע מאל,

איך בין מלא קשיות אין צומישענישען, איך ווייס נישט פינקליך ווי איך שטיי, צו בין איך שרעקליך עדיקטעד אדער נאר אביסל , בין איך ביי מיין באטטאם פוינט אדער גאר ביים אנהייב,

איך וויל שטארק רעדן צו איינעם אבער מיין בושה איז זיך גובר...

איך בעט פין בורא עולמים ער זאל מיר געבען כוחות אויף ווייטער אין ס׳זאל זיין שובו בנים שובבי״ם


עצות אין חיזוק קען מיר יעצט גאר שטארק צוניץ קומען

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"ט טבת התשע"ז 16:08 #245335

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

א גוטן כבוד פראביר נאכאמאהל

ברוכים הבאים

דו טוהסט א געוואלדיגע זאך ביים אהערקומען. קען זיין אז עס וואלט געווען כדאי צו שרייבן מעהר וואס טוהט זיך ביי דיר יעצט.

פאר מיר איז שרייבן און זיך עפענען פאר אנדערע געווען די ערשטע טרעפל צו זיך העלפן.

האב הצלחה

ענטפער: מיין ערשטע מאל כ"ו טבת התשע"ז 12:37 #245355

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

א גוטן טייערע חברים,
איך דאנק דעם בורא אז איך בין שוין צען טעג ריין, עס איז נישט אנגעקומען לייכט, 
אין איך בעט אים אז די היינטיגע טאג זאל אויכט דורך גיין ריין, אין עס זאל מיך פירן צו א גענצליכע ריקאווערי.

איך ווייס אז זיך נאר מחזק זיין דא אויפן סייט וועט מיר נישט העלפן זיך גענצליך אויסהיילען איך פיל ווי איך דארף טוען עפעס מער, אבער עס איז גאר גאר שווער...  איי ס'רייסט....

יעדע חיזוק קען מיר העלפן אויף ווייטער

ענטפער: מיין ערשטע מאל כ"ו טבת התשע"ז 18:20 #245356

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1112 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
א געוואלדיגער יישר כח ר' פראביר, פאר'ן מיטטיילן מיט אונז אייער פראגרעס. יעדעס ביסל ארבעט וואס איינער לייגט אריין גיט חיזוק פאר אלע אנדערע.



שטארק זיך ברודער'ל, יעדע ריינע טאג פאר זיך איז א דימאנט. צען טאג איז צען דימאנטן.

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"ב אלול התשע"ז 16:35 #245802

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

א גוטן טייערע חברים
עס איז מיר א גרויסע בושה צו שרייבן דא, נאכדעם וואס איך האב נישט באוויזען מיין פנים דא פאר אזוי לאנג, איך קום דא ארויף נאך א גאנצע יאר וואס איך האב ליידער......
איך האב באקומען א גרויסע התתעורות ראש חודש אלול זיך צונעמען נאכאמאל, אין אנהייבן צו ארבעטן פין דאסניי, אין נישט טראכן פינעם עבר.
אבער אן אינערליכע מחשבה שרייט צו מיך, אז דאס גאנצע קבלה קומט פין די יצר הרע, מיך צו מאכן פילען גוט, אז די ימים נוראים זאל דורך גיין געשמאק אין ריין, אבער ער שארפט שוין זיין שווערד אויף מוצאי סוכות נאך פאר מ'נעמט צאם די סוכה.
ער זאגט מיר, איך וועל דיר געבען חודש אלול אין תשרי אין די געב מיר די איבעריגע חדשים.

איך פיל ווי יעצט האב איך א מורא'דיגע שטופ זיך צו האלטן ריין, יעדע מאל ווען ס'כאפט זיך אריין א מחשבה, טראכט איך צו מיר, ס'שוין באלט ראש השנה אדער יו"כ דו קענסט נישט אזוי אריין גיין אין די הייליגע טעג.. אבער איך ווייס אז נאך ימים נוראים האב איך נישט די שטופ, (אזוי איז טאקע געווען פאריאר) וועל איך מיך קענען האלטן ריין אז איך אליין האב נישט קיין שטופ??

חיזוק געבט גאר אסאך כח אנצוגיין אבער איך וואלט שטארק געוואלט הערן עפעס הדרכה..

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"ב אלול התשע"ז 17:28 #245803

  • לבטהור
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 397
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
טייערע לעכטיגע פראביר נאכאמאל
איך שפיר זיך פונקט און די זעלבע שיך ווי דיר, איך טארכט לאמיר זיך לאזן נערן פון די יצר למיר זיין ריין א חודש צווי דאווענען לערנען וכדומה כאטשיק זאל צווי חדשים אין יאר זיין בעסער זאל עס זיין עצת היצר הא קערס! איך האב געדאווענט ריין איינמאל לכבוד דעם גאזאגט אפסוק תהילים וואס קען זיין שלעכט

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"ב אלול התשע"ז 17:50 #245804

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל

וועלקא"ם בע"ק חבר! 

דער יצר הרע האט א פלאן. נו, נו. ער כאפט אבער נישט אז דו ניצט אויס די שטילקייט זיך אנצוגארטלן פאר חודש חשון, כסלו אא"וו. ער ווייסט נישט אז דו האסט גענומען די שטארקייט צוריקצוקומען צו הד"א...       דו וועסט אים כאפן אין סורפרייז ווען דו וועסט אנקומען נאך סוכות אנגעפאנצערט אן קיין פחד, מיט אסאך סייעתא דשמיא. 

אוי, כ'האב פארגעסן אז דו זיכסט נישט דוקא צו הערן חיזוק...       הדרכה קען איך נישט געבן צופיל. איך קען מיטטיילן וואס ארבייט ביי מיר.

איך קלער צו מיר: איז דען די איינציגסטע סיבה צו זיין ריין נאר ווייל 'עס קומט ראש השנה'? איז דען נישטא גענוג א גוטע סיבה (אדער סיבות) צו זיין ריין אין חודש שבט? נאר 'ימים נוראים' איז א שטיפ? אפשר איז דא נאך זאכן וואס געבן א שטיפ?
(אגב, אויב דו האסט נישט פון די זאכן, זענען זיי אוועליבעל צו באקומען אין די לאקאלע געשעפטן...) 

בקיצור איז די שאלה: פארוואס ווילסטו זיין ריין?

.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"ג אלול התשע"ז 11:37 #245808

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

וועלקאם בעק אונזער טייערע חבר הנקרא כאן פראביר נאכאמאהל שיחי'

עס אונז א כבוד און א זכיה דיר צו האבן צוריק מיט אונז. כה לחי. דו טוהסט א געוואלדיגע זאך פאר דיר און פאר אונז אז דו ביסט צוריק געקומען.

האסט געבעטן פאר הדרכה און חיזוק. איך קען נאר זאגן וואס האט געארבעט פאר מיר. 17 יאהר האב איך כסדר געהאט נפילות נאכאנאנד. ממש בלי הפסק? נע!!! יעדעס מאהל איז געווען די לעצטע מאהל. יעדע טאג צוויי  איז געווארן א סיבה פארוואס היינט איז א גוטע עצה זיך צו נעמען און מאכן קבלות טובות אין דעם הינזיכט. אבער געציילטע טעג שפעטער האב איך שוין פריש געטראפן א סיבה פארוואס היינט מוז איך ווייטער צוריק גיין צו עקטן אויט.

אויב איך גיי מאלן א בילד פון די 17 יאהר זעהט מען א שיינע מאפע פון די זעלבע זאך. איך פאל געציילטע מאהל און איך מאך פרישע קבלות וואס האלט זיך פאר געציילטע טעג. בסך הכל היינט קען איך זאגן אז 17 יאהר נאכאנאנד האב איך געטוהן די זעלבע זאך. לדעתי, (און איך זאג עס אז נאר לדעתי איז עס אזוי, און אנדערע מעגן זאגן אנדערש) איז די אלע קבלות והחלטות געווען די הכנה צו קענען ווייטער טוהן די תאוה. איך האב נישט געקענט גיין און איין צוה, האב איך געמוזט מאכן קורצע הפסקות כדי צו אפווישן די שילד געפיל און 'תשובה טוהן' צו מאכן פלאץ פאר די פרישע סחורה....

מען זאגט נאך פון איינשטיין אז ער האט מגדיר געווען די ווארט INSANITY, מיינט אז ווען איינער טוהט איבער די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל און ערווארטן אנדערע רעזאלטאטן. דאס אז איך האב אן התעוררות צו טוישן די מצב איז א גוטע זאך נישט קיין חילוק פון וועמען עס קומט (כמדומה אז די זרע קודש זאגט קלאהר אזוי, אבער איך געדענק נישט די מראה מקום). אבער דאס וואס איך טוה וועגן די התעוררות, אז טוה איבער די זעלבע זאך וואס איך ווייס שוין אז ביי מיר האט עס נישט געלעזט די פראבלעם, דאס איז ווי איינשטיין זאגט INSANITY.

פאר מיר האב איך געמוזט איינזעהן אז דאס אלעס (איבער 25 וועגן וואס איך האב פראבירט) ארבעט נישט פאר מיר, און דערנאך זיכען א נייע וועג וואס אולי וועט יא ארבעטן פאר מיר. און טאקע דאס האט מיר געהאלפן און העלפט מיר היינט איין טאג אויף א מאהל צו בלייבן ריין.

אלזא ידידי היקר, מאך א חשבון וואס דו האסט שוין פראבירט. זיי אמת'דיג און זעה פארוואס עס האט נישט געארבעט. אולי וואלט געווען כדאי אז דו זאלסט עס מיטטיילן מיט אונז. און דערנאך פרעג זיך היות איך זאג אז יעצט וויל איך באמת אויפהערן, פארוואס וויל איך אויפהערן? כמ"ש למעלה. און דערנאך פרעג זיך און אנדערע וואס קען איך יעצט טוהן אז דאס זאל מיר באמת העלפן זיין ריין? וואס קען איך יעצט טוהן אז מחרת חג הסוכות זאל איך זיך נישט צוריק טרעפן וואו איך בין געווען פאראיאר אסרו חג.

איך וואינש דיר הצלחה אויף דיין נסיעה צו ריינקייט און דערווייל האב א כתיבה וחתימה טובה

ענטפער: מיין ערשטע מאל ט"ז אלול התשע"ז 03:07 #245824

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1112 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל

כגבאי ועוד ללומד (און די אנדערע) קען איך אייך אויך נאר זאגן וואס האט געארבעט ביי מיר.

איך האב געהאט דעם זעלבן עקספיריענס ווי דו. קבלות, החלטות, נפילות. קבלות, החלטות, נפילות. וחוזר חלילה.

אינצווישן האב איך פארשטייט זיך פרובירט נאך אסאך זאכן, מקוה, קאלטע און הייסע, גאר קאלטע און גאר הייסע. תעניתים און סיגופים, געדאווענט און געבעטן, געוויינט און געברעטשעט. אבער איך בין גאנץ שנעל צוריק צום אלטן און נישט געוואוסט ווי זיך אהין צו טון.

וויפיל איך האב נאר געוואלט אויפהערן האט מיר אבער אלץ אויסגעקוקט אז איך וויל נישט גענוג און דערפאר קען איך נישט אויפהערן, ווען איך וואלט ווען געוואלט גענוג שטארק וואלט איך געקענט.

אלול און תשרי האט זיך געוואנדן אין די איינע זאך. האב איך מצליח געווען צו בלייבן ריין דורכאויס די צייט, בין איך אקעי, און אויב נישט, אוי ואבוי. פארגעסנדיג אגאנצן צייט אז אידישקייט איז אסאך טיפער און ברייטער ווי מיינע גאטשעס.

עס האט מיר גענומען אסאך יארן איינצוזעהן און פארשטיין אז איך האב אן ערנסטער פראבלעם און זיך ווענדן צו הילף, און ביז איך האב באקומען די ריכטיגע און ביז איך האב עס מקבל געווען, דאס האט אלעס געדויערט צייט. אבער דער באשעפער האט גענוג צייט און ער איז געזעצן און געווארט אויף מיר ביז איך וועל כאפן, ביז איך וועל אנקומען.

ותהלה לאל גיי איך צו צום קומענדיגן ימים נוראים אינגאנצן אנדערש ווי די אמאליגע.

בשם ה' נעשה ונצליח

ענטפער: מיין ערשטע מאל כ"ב אלול התשע"ז 11:54 #245855

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 622
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל

איך האב געהאט דעם זעלבן עקספיריענס ווי דו. קבלות, החלטות, נפילות. קבלות, החלטות, נפילות. וחוזר חלילה.

אינצווישן האב איך פארשטייט זיך פרובירט נאך אסאך זאכן, מקוה, קאלטע און הייסע, גאר קאלטע און גאר הייסע. תעניתים און סיגופים, געדאווענט און געבעטן, געוויינט און געברעטשעט. אבער איך בין גאנץ שנעל צוריק צום אלטן און נישט געוואוסט ווי זיך אהין צו טון.

וויפיל איך האב נאר געוואלט אויפהערן האט מיר אבער אלץ אויסגעקוקט אז איך וויל נישט גענוג און דערפאר קען איך נישט אויפהערן, ווען איך וואלט ווען געוואלט גענוג שטארק וואלט איך געקענט.


 ממש אזוי ווי מיר

די אמת איז ביז איך האב נישט אנגעהויבען די 90 טעג האב איך קיינמאל נישט געהאלטען חשבון פונקליך די צייט
אין האב זיך איינגערעד אז עס איז נאר אמאל אמאל,  אבער ווען מען האלט חשבון זעהט מען ווי מען האלט עכט
אוי עס איז ביטער

לעצט פארראכטן: כ"ב אלול התשע"ז 11:59 דורך friend.

ענטפער: מיין ערשטע מאל כ"ב אלול התשע"ז 16:16 #245863

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1112 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
איך פלעג פאר לאנגע יארן האלטן חשבון, איך האב געהאט א ספעציעלן לוח פאר דעם. איך האב געוואלט אנקומען צו פערציג טעג און נישט מצליח געווען. אבער אפילו נאך מיין חתונה ווען איך האב שוין יא מצליח געווען פערציג (איך האב דאך געהאט ווי זיך אויסצוגעבן בהיתר), האט עס נישט קיין סאך געהאלפן. איך בין כסדר געפאלן און געפאלן.

איך דאנק דעם פון אויבן אז היינט דארף איך נישט לעבן אזוי.

ענטפער: מיין ערשטע מאל ו' תשרי התשע"ח 17:02 #245951

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 622
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל

איך זעה אז איך האב דא נישט ווייניג און מיין גלייכען איינער מער און איינער ווייניגער

אבער אלע רעדן מיט גרויס דרך ארץ פון די צוועלף סטעפ גראפ

איך האב שוין איינמאל געפרעגט

וואס טוט מען דארט ?

ווי אזוי ארבעט עס ?

ענטפער: מיין ערשטע מאל ו' תשרי התשע"ח 17:22 #245952

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

אלעס וואס דו פרעגסט איז אינפארמאציע וואס איז אוועלעבעל אויף די אינטערנעט. באופן כללי איז נוגע פאר דיר מעהר אז דו זאלסט דיך אליינס פרעגן אויב דו ביסט אן עדיקט, און אויב איך קען זיך אליינס היילן. נאכדעם וואס א מענטש איז ביי שאכמאט, ער זעהט שוין נישט קיין מנוס, קיין אויסוועג זיך צו העלפן, דעמאלס איז די נושא פון 12 סטעפס גרופע נוגע פאר אים. זעה מעהר אין די האנטבוך איבערדעם.

ענטפער: מיין ערשטע מאל ז' תשרי התשע"ח 11:52 #245955

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 622
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל

איך האב היינט געהאט א שווערע 20 מינוט, און איך האב אפגעמאכט אז איך גיי מיך נאך געבן אבער און  א האלבע שעה ארום,

נאך די האלבע שעה וואס איך בון געווארען פארנומען מיט אנדרע זאכען איז ב''ה שוין געווען אסאך אסאך גרינגער זיך צריק צוהאלטן.

איינער ווייסט פון עפעס א האטליין נומבער וואס מען קען רופען און א שווערע מינוט ?

אוך מיין נישט צו פרעגען סתם א נומבער ווי למשל קדושת העינים (718-362-8845) וואס געט חיזוק און תורה געדאנקען און די ענין (עס איז זייער א שיינע האטליין) איך מיין צו פרעגען עפעס וואס קען מאכען אפ האלטן גלייך, אדער סתם א אנדרע עצה נישט דווקא א האטליין חוץ פון אפשטופן אויף שפעטער וואס איז אסאך מאל זייער שווער

ענטפער: מיין ערשטע מאל ז' תשרי התשע"ח 14:30 #245958

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

א גוט געבענטש יאר טייערע חברים, מ׳זאל האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.

היינט ווערט מיין פערציגסטע טאג פין זיין ריין, אין איך האף אז אזוי ווי רבי אלימלך שרייבט אין זיין צעטיל קטן אז עס וועט מיט העלפן צו צוברעכן מיין אדיקשען, איך געדענק נישט די לעצטע צוואנציג יאר אז איך זאל האבן אזא לאנגע ברעיק,

איך בין נאך זייער צומישט, ס׳דא טעג וואס איך פיל אז איך בין א ריכטיגער עדיקט אין ס׳דא צייטן וואס איך פיל אז עס מיינט נישט מיר, איך האב אסאך קשיות אין אומקלארקייטן..

די לעצטע פאר טעג נאך ראש השנה איז געווען פאר מיר די שווערסטע אין איך ווייס אז נאך יו״כ וועט זיין נאך שווערער, ווייל נאך יעדע דערהויבענע צייט איז מיין ארבעט אסאך שווערער.

כ׳האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואסי פשט אז נאך אזעלעכע הייליגע טעג זאל מיר עס זיין שווערער אין נישט גרינגער.

די הויבט יסוד אין זיך העלפן, איז צו וויסן אין גלייבן אז איך בין נישט ביכולת צו אליין בייקומען די נסיון, די איינציגעסטער וואס קען מיר העלפן איז א כח העכער אונז, וואס דאס איז די בורא עולם אליין, אין ער וויל אונז העלפן אין וועט אונז העלפן.

ווען איך בין א שווערע מצב נאכן דורכפאלן אפאר מאל, איז מיר זייער גרינג צו שפירן אז איך קען מיך נישט אליין שלאגן מיטן תאוה, אבער ווען איך בין ריין אפאר טעג אין איך לאז אראפ אפאר טרערן ביים דאווענען אין איך שפיר מיר א ל״ו צדיק, דאס ברענגט מיר צו אז איך זאל טראכטן אז איך בין נישט אנדערש ווי א צווייטן אין איך קען מיר אליינס אן עצה געבען.

עס איז זייער שווער צו שרייען ד׳ הוא האלוקים אין זיך שפירן ווי מלאך יו״כ אין וויסן בשעת מעשה אז איך בין בעצם קראנק אויף א תאוה וואס איך קען דורך פאלן יעדע רגע,

אט דאס איז די סיבה וואס איך פיל אז איך פארליר מיר נאך א הויעכע זמן אין ברענגט מיר צו דורכפאלן.

איך קען יאָזען חיזוק אדער הדרכה, איך בין נאך גאנץ פארלוירן אין איך וואלט געהאט שטארק חשק צו האבן א ספאנסער ווי איך זאל מיר קענען אויסשמועסן

א גמר חתימה טובה

ענטפער: מיין ערשטע מאל ז' תשרי התשע"ח 15:32 #245959

  • לבטהור
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 397
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

טייערע "פראביר"    איך ליידער קען דיר נישט מחזק זיי,ן איך וויל נישט זיין קיין בחינה ובא לחזק ונמצא חוזק,
אבער מיט פילן מיט דיר קען איך ליידער זייער זייער, איך האלט יעצט ביי 58 טעג, אמאל פלעג איך מיך שפירן אין די הימלן ביי דערגרייכן דעם נאמבער, אבער היינט במסתרים תבכה נפשי איך וויל נישט ארויסרעדן ליידער וועם נער איך דען?, אבער איך האב דריי שטארקע חיזוק פוינטס וואס עס שטיפט מיר ווייטער צו גיין
1) סוף כל סוף יעדן טאג וואס מען איז ריין אפילו איך ווייס קלאר אז דאס גייט נישט אנהאלטן איז געוואלדיגע דעגרייכונג! פאר וועמען טוט מען דאס פאר כבוד"? פאר הנאה? מען טוט עס נאר ווייל אונז ווילן זיין נאנט צום אייבערשטער און טוהן זיין ווילן
2)איך זעה מיר יעדן יאר זייט איך האב אנגעקומן דא, אז מיינע ריינע טעג ווערט מער פיל און מער געדעכט א בחינה וצלתה מרובה מחמתה
3) עס איז בהדרגה אנצוקומען צו די ריכטיגע הילף, יא איך שעם זיך יעצט ביטער צו רעדן צו סיי וועמע,ן אבער איך ווייס אז אויב איך גיי נישט אויפגעבן איך וועל "פראבירן נאכאמאל" וועל איך יום מן הימים אנקומען צו זיך ריינגען איגאנצן


געשריבן און אן אנדערע טרעד
זאגענדיג סליחות היינט צופרי טראכט איך צו מיר,  איך טוה תשובה וואס? איך בין זיך מקבל איך גיי מער נישט זינדיגען אזוי?!  וועמען נער איך איין? מיר נישט דער אייבערשטער אודאי נישט סא וועמען? פאר איין מינוט טראכט איך די סליחות האט נישט מיט מיר, מאך צו די סליחות געב עס א שיינע קיש, אבער קוקנדיג אררין טיפער אין די ווערטער זעה איך נישט קיין ווארט פון קבלה על העתיד נאר בעיקר איין נקודה ווי ומל את לבבינו, השבינו ד' אליך מען בעט בעיקר לב טהור ברא לי אלוקים נאר דער אייבערשטער זאל אונז ברענגן צוריק צו אים, אונז ריינגען, אונז אויסוואשען,  יא! דארט טרעף איך מיר מיין פלאץ

לעצט פארראכטן: ז' תשרי התשע"ח 15:58 דורך לבטהור.
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.84 סעקונדעס