ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: מיין ערשטע מאל 3244 באזוכער

ענטפער: מיין ערשטע מאל ז' תשרי התשע"ח 15:34 #245960

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

שלום וברכה ידידינו הנכבד שיחי'

קודם מזל טוב אויף דיין פערציג טעג! דאס איז א גרויסע דערגרייכונג. איך וואינטש דיר זאלסט ווייטער אהנזאמלען ריינע טאג מתוך הרחבת הדעת ומנוחת הנפש.

יישר כח פארן מיטטיילן מיט אונז דיינע הרגשים בכל פרטיה. דאס איז א געוואלדיגע זאך פאר דיר און פאר אונז אלע.

יראתי בפצותי שיח להתחיל. איך פיל אז איך קען מגיב זיין אויף דיין לעצטע תגובה. עס איז דא זאכן וואס אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר. על כן בעט איך דיר און יעדער וואס לייענט עס אז ער זאל אנערקענען אז איך שרייב נאר מיין אייגענע היסטאריע. אויב איר פילט אז וואס איך האב מיטגעמאכט איז פאר דיר נישט נוגע, ביטע עס אנולירן און נישט אהננעמן פאר אייך.

און יעצט על ראשון ראשון:

  • דיין געפיל וואס דו פארציילסט אז דו ביסט מסופק יעדן טאג מיט אומקלארקייטן, האב איך אויך געהאט זייער שטארק אין אהנפאנג. עס איז אקעי צו האבן ספיקות. איך מוז נישט פאלן ווייל איך האב ספיקות אין מיין מצב און מציאות. אפילו עס קען זיין א סאך מאהל זייער ווייטאגלעך די צומישעניש מוז איך אויך נישט פאלן צוליב דעם. איך האב נאך היינט א סאך מאהל די סארט ספיקות וואס דרייען מיר א קאפ.
  • ביי מיר איז ווי מער די טעג זענען דערהויבן איז עס מעהר שווערער. אין די טעג וואס איך פלעג פאלן, איז א טאג נאך א יום טוב געווען בלי שום ספק א טאג פון א פאל. היינט ווייס איך אז איך אין די ימי הרחמים והימים טובים געב איך מעהר אכטונג אויף זיך אז איך זאל נישט פאלן. איך בין מעהר מקושר מיט מענטשן וואס איך קען זיין אפן מיט זיי און דאס העלפט מיר. אזוי אויך טוה איך מעהר אין ריקאווערי אין דיע טאג.
  • בדרך כלל איז די דא אזא זאך ווי היי און לאו. ווען איך פיל היי-הויך ביים אראפ גיין מוז איך פאלן געפערליך. די זעלבע איז ווען איך בין אהנגעזעצט מוז איך פאלן. היינט זיך איך נישט מעהר די געהויבענקייט פון די הייליגע טעג, ווייל איך ווייס אז איך קען זייער פאלן. אזוי אויך א תענית קען מיך מאכן פאלן. דעריבער האט מיר א רב געפסק'נט אז איך טאהר נישט פאסטן נאר יום כיפור און אויף תשעה באב.
  • דאס געפיל פון פילן מאכטלאזיגקייט ביי מיר האלט אין איין קומען אין גיין. איין טאג מיין איך אז איך קען אליינס. דער צווייטער טאג זעה איך קלאהר אז איך בין א פארלוירענער און אהן א כח עליון קען איך נישט. און דאס איז א חלק פון וואקסן. נישט אלעמאהל פיל איך די זעלבע און עס איז אקעי.
  • דאס וואס דו שרייבסט וועגן שרייען ה' הוא אלקים. ביי מיר איז פונקט פארקערט. ווען איך מיין אז איך קען עס אליינס טוהן מיינט דאס אז איך בין א שגץ פאר דעם וואס איך האב זיך נישט איינגעהאלטן, אויב אזוי ווי קען איך שרייען ה' הוא אלקים ווען איך טוה אזעלכע זאכן. אבער ווען איך זעה אז איך בין קראנק, קומט דאך אויס אז אין א געוויסע זין בין איך א אונס. ממילא קען איך ראיג שרייער ה' הוא אלקים. ודו"ק כי קצרתי.

והעיקר חזק חזק, פאר ווייטער איין טאג אויף א מאהל בעט גאט זאל דיר העלפן,ולד' הישועה

ענטפער: מיין ערשטע מאל ז' תשרי התשע"ח 16:01 #245961

  • לבטהור
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 397
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
לומד געשריבן on ז' תשרי התשע"ח 15:34:

קען גאר זיין אז עס האט צו טהון צו ער טוט עס פון ווייטאג?

ענטפער: מיין ערשטע מאל ח' תשרי התשע"ח 17:33 #245967

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 622
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל

די לעצטע פאר טעג נאך ראש השנה איז געווען פאר מיר די שווערסטע אין איך ווייס אז נאך יו״כ וועט זיין נאך שווערער, ווייל נאך יעדע דערהויבענע צייט איז מיין ארבעט אסאך שווערער.

כ׳האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואסי פשט אז נאך אזעלעכע הייליגע טעג זאל מיר עס זיין שווערער אין נישט גרינגער.

עס שטייט שוין און  חסידישע ספרים אז און א זמן וואס די קדושה איז שטארק , ארבעט די אנדערע זייט זייער שווער צו זיך מתגבר זיין,
טראכט ביי דיר אז עס גייט נישט אלמאל זיין שווער עס איז נאר אדורכגאנג

לעצט פארראכטן: י"ח תשרי התשע"ח 09:39 דורך friend.

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"א תשרי התשע"ח 18:49 #245972

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1112 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
און צו דעם האט עס אויך א פשוט'ער הסבר.

מיר פאלן, ווייל עפעס באדערט אונז און מיר זוכן א וועג וויאזוי זיך צו מאכן שפירן בעסער, אוועקצונעמען דעם ווייטאג, אבער מיר ווייסן נישט וויאזוי דאס צו טאן. דער איינציגסטער וועג וואס מיר ווייסן יא איז דורך סעקס.

און אזעלכע צייטן, יום טוב, בין הזמנים, עשרת ימי תשובה, זענען פארהאן פיל מער זאכן וועלכע מאכן אונז אומבאקוועם און נעמען אונז ארויס פון די כלים, אויטאמאטיש איז אויך דא פיל מער סיבות און געלעגענהייטן צו פאלן.

ענטפער: מיין ערשטע מאל ו' כסלו התשע"ח 01:05 #246546

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 622
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל
friend געשריבן on ז' תשרי התשע"ח 11:52:

איך האב היינט געהאט א שווערע 20 מינוט, און איך האב אפגעמאכט אז איך גיי מיך נאך געבן אבער און  א האלבע שעה ארום,

נאך די האלבע שעה וואס איך בון געווארען פארנומען מיט אנדרע זאכען איז ב''ה שוין געווען אסאך אסאך גרינגער זיך צריק צוהאלטן.

איינער ווייסט פון עפעס א האטליין נומבער וואס מען קען רופען און א שווערע מינוט ?

אוך מיין נישט צו פרעגען סתם א נומבער ווי למשל קדושת העינים (718-362-8845) וואס געט חיזוק און תורה געדאנקען און די ענין (עס איז זייער א שיינע האטליין) איך מיין צו פרעגען עפעס וואס קען מאכען אפ האלטן גלייך, אדער סתם א אנדרע עצה נישט דווקא א האטליין חוץ פון אפשטופן אויף שפעטער וואס איז אסאך מאל זייער שווער

רבותי איך דארף וויכטיג א נומבער ווי איך קען ריפען
רוב מאל בין איך נישט ביים קאמפיטער צו קימען אהער

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"ט שבט התשע"ח 12:37 #247838

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

א גוטן טייערע חברים,

שוין זייער לאנג נישט דא געווען, ליידער געווען א שווערע פאר חדשים, זיך געלאזט וואויל גיין יעדען איינציגסטע טאג, אסאך מאל דריי פיר מאל א טאג,

איך ווייס אז איך קום נאר דא ארויף אין דערהויבענע זמנים, חודש אלול, שובבים, אין די סיבה איז זייער פשוט.

איך שפיר די גאנצע סיבה פארוואס איך שפיר מיך שלעכט מיטן עדיקשן, איז נאר וועגן מיין רוחנית, איך שפיר מיך ווייט פין אייבערשטען, איך קען נישט דאווענען אדער לערנען,

איז משך׳ן יאר שטופ איך עס, אקעי היינט האב איך מיר אויפגעפירט ווי א גוי, די טאג איז אבער אריבער, אבער ווען ס׳קומט א חודש אלול, ווער איך געכאפט אין א שח-מט, איך פיל אז איך קען נישט שרייען המלך ווי א גוי, דעמאלץ קום איך ארויף דא, נעם זיך אונטער קבלות, אבער ווען די סוכה איז צאמגעלייגט איז אלעס צוריק ווי חודש אב.

מיין גשמיות קען איך נישט זאגן אז ס׳איז טעריבול, מיין שלום בית איז נישט שלעכט, כ׳האב קע״ה א שטוב פין קינדער, פרנסה שטופ איך דורך (נישט עכט), איך האב חברים, קאן אביסל לערנען, איך עכ״פ שפיר נישט קיין Urgent threat.

אבער אינדערווענדיג ווייס איך אז איך בין אייז קאלט, כ׳שפיר נישט קיין טעם אין דאווענען, איך קען דאווענען שחרית אין אפיס דריי נאכמיטאג נאכן זיך לאזן וואויל גיין פאר שעות, מנחה מעריב אפגערעדט, מיין גאנצע טאג דרייט זיך ארום די תאוה, איך בין הילפלאז.

איך בין איינער וואס קוקט אלעמען נאר אויפן הוה, זייער איזי גאוינג, כ׳טראכט נישט וואס איז געווען נעכטן אדער וואס גייט זיין מארגן, אמאל קען דאס זיין א מעלה אבער פאר מיר איז דאס א חרבן, איך האב נישט געריטשט קיין לאו באטטאם, מיין לעבן איז נישט צופאלן, היינט איז ליידער זייער גערונג צו זיין פין אינסייד א גוי אין פין אינדרויסן גיין מיט א ברייטן עטרה.

דא ליגט מיין גרעסטע פראבלעם , איך שפיר אז איך האלט זיך נישט אמת׳דיג ביים טוישן, מיין לעבן פארט אין איך וועל עס פראבירן ווייטער צו שטיפן, ס״ה לעב איך א דאפעלטע לעבן. א שטוב לעבן אין א תאוה לעבן.

ניין, איך וויל נישט ח״ו כאפן א פראסק פין אויבן, איך וויל אבער זיך קענען רעטשעסטן אין מח, אז די פראבלעם איז נישט אז מ׳קען נישט לעבן ווי איד, נאר מ׳קען נישט זיין קיין נארמאלע מענטש..

איך בין מתפלל צום בורא כל עולמים אז ער זאל מיר געבן כח זיך צו וועלן היילן, אין צוביסליך זיך גענצליך אויסהיילן פינעם עדקשען.

א צובראכענע/נישט_עכט_צובראכענע אינגערמאן

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"ט שבט התשע"ח 13:27 #247839

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 374 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 571
  • האט שוין געלייקט: 562 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 735 מאל

איך האב געהערט אמאל פון א איד אז ווי ווייטער די שפירסט זיך פונעם אויבערשטן אלס נענטער ביזטו ווייל צווישן אייבערשטן און סתם עמך אידן איז דא א מויער וואס מ'פרובירט אדורך צוברעכן, דער וואס איז ווייט ווייסט נישט פון קיין וואנט צוזאגן ווייל ער איז נאך גאר ווייט פון דארט, דעריבער מיינט ער אז ער איז נאנט, אבער די נאנטע וועלכע שלאגן זיך אויפן פראנט און זענען נעבן די וואנט זיי שפירן זיך ווייט אבער נישט געזארגט ברעך דורך דעם ווענטל - כחדו של מחט - און די טרעפסט זיך נאנט 

יעצט צו דיר מיין פריינד #פרוביר נאכאמאל די מיזט האבן גאר א הויעכע נשמה אז די ווייסט אז די ביזט ווייט און אז די קומסט אריין דא זיך לאזן העלפן פון אנדערע

#קיפ אן!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
רבונו של עולם בראת גן עדן, בראת גהינום, בראת צדיקים, בראת רשעים, יהי רצון מלפניך שיהא מורא שמים עלי כמורא בשר ודם ולא יכשלו בי בני אדם ויפסידו חלקם בגן עדן וירשו גיהנום ואפסיד אני שלא אזכה חס ושלום להיכנס במחיצתו של הקדוש ברוך הוא. יהי רצון שתתקן ברחמיך כל דבר שאינו כשורה שנעשה ונתקלקל על ידִי או שנגרם בסיבתי, הפוֹך רצונך לטובה ותמחול ותסלח ותכפר לאמתך. הצילני מעזי פנים ומעזות פנים וסייע בידי להיות כרצונך צנועה בכל דרכי, ותגדור פרצות כל עמך בית ישראל ברחמים אנא אלוקי.

 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: מיין ערשטע מאל י"ט שבט התשע"ח 17:07 #247840

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

יישר כי פארן אהער קומען און מיטטיילן. איך בין מתפלל אז דו זאלסט טרעפן די ריכטיגע וועג וואס וועט ארבעטן פאר דיר.

ענטפער: מיין ערשטע מאל כ"ג שבט התשע"ח 14:37 #247849

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
פראביר נאכאמאל געשריבן on י"ט שבט התשע"ח 12:37:

א גוטן טייערע חברים,

שוין זייער לאנג נישט דא געווען, ליידער געווען א שווערע פאר חדשים, זיך געלאזט וואויל גיין יעדען איינציגסטע טאג, אסאך מאל דריי פיר מאל א טאג,

איך ווייס אז איך קום נאר דא ארויף אין דערהויבענע זמנים, חודש אלול, שובבים, אין די סיבה איז זייער פשוט.

איך שפיר די גאנצע סיבה פארוואס איך שפיר מיך שלעכט מיטן עדיקשן, איז נאר וועגן מיין רוחנית, איך שפיר מיך ווייט פין אייבערשטען, איך קען נישט דאווענען אדער לערנען,

איז משך׳ן יאר שטופ איך עס, אקעי היינט האב איך מיר אויפגעפירט ווי א גוי, די טאג איז אבער אריבער, אבער ווען ס׳קומט א חודש אלול, ווער איך געכאפט אין א שח-מט, איך פיל אז איך קען נישט שרייען המלך ווי א גוי, דעמאלץ קום איך ארויף דא, נעם זיך אונטער קבלות, אבער ווען די סוכה איז צאמגעלייגט איז אלעס צוריק ווי חודש אב.

מיין גשמיות קען איך נישט זאגן אז ס׳איז טעריבול, מיין שלום בית איז נישט שלעכט, כ׳האב קע״ה א שטוב פין קינדער, פרנסה שטופ איך דורך (נישט עכט), איך האב חברים, קאן אביסל לערנען, איך עכ״פ שפיר נישט קיין Urgent threat.

אבער אינדערווענדיג ווייס איך אז איך בין אייז קאלט, כ׳שפיר נישט קיין טעם אין דאווענען, איך קען דאווענען שחרית אין אפיס דריי נאכמיטאג נאכן זיך לאזן וואויל גיין פאר שעות, מנחה מעריב אפגערעדט, מיין גאנצע טאג דרייט זיך ארום די תאוה, איך בין הילפלאז.

איך בין איינער וואס קוקט אלעמען נאר אויפן הוה, זייער איזי גאוינג, כ׳טראכט נישט וואס איז געווען נעכטן אדער וואס גייט זיין מארגן, אמאל קען דאס זיין א מעלה אבער פאר מיר איז דאס א חרבן, איך האב נישט געריטשט קיין לאו באטטאם, מיין לעבן איז נישט צופאלן, היינט איז ליידער זייער גערונג צו זיין פין אינסייד א גוי אין פין אינדרויסן גיין מיט א ברייטן עטרה.

דא ליגט מיין גרעסטע פראבלעם , איך שפיר אז איך האלט זיך נישט אמת׳דיג ביים טוישן, מיין לעבן פארט אין איך וועל עס פראבירן ווייטער צו שטיפן, ס״ה לעב איך א דאפעלטע לעבן. א שטוב לעבן אין א תאוה לעבן.

ניין, איך וויל נישט ח״ו כאפן א פראסק פין אויבן, איך וויל אבער זיך קענען רעטשעסטן אין מח, אז די פראבלעם איז נישט אז מ׳קען נישט לעבן ווי איד, נאר מ׳קען נישט זיין קיין נארמאלע מענטש..

איך בין מתפלל צום בורא כל עולמים אז ער זאל מיר געבן כח זיך צו וועלן היילן, אין צוביסליך זיך גענצליך אויסהיילן פינעם עדקשען.

א צובראכענע/נישט_עכט_צובראכענע אינגערמאן

הבה"י
טייערע חבר, איך קען זייער שטארק רילעיטן צו דיינע פילינג'ס, עס איז אבער דא איין קליינע פראבלעם... און דאס איז אז אידישקייט און בכלל מענטשליכקייט איז נישט געבויעט אויף פילינג'ס. 

א חיה פירט זיך אויף פונטקליך לויט זיינע אינסטיקנט'ס. אבער א מענטש האט שכל, וואס מיט דעם קען ער אריינטראכטן און דעסיידן וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון, וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, וואס לוינט זיך און וואס לוינט זיך נישט. אא"וו.

און כ'האב פאר דיר נייעס טייערע חבר: דו, ביסט א מענטש! (כ'האף אזוי....)

דו ווייסט זייער גוט וואס דיין פראבלעם איז. פאלגנד זענען דיינע ווערטער: ''כ'טראכט נישט... פאר מיר איז דאס א חורבן''. 

איך בין אויך אזוי געווען. איך האב געלעבט אויף מיינע הרגשים, פונקט אזויווי א טייגער. און עס האט זיך טאקע גארנישט געריקט ביי מיר קיין טראפ ביז איך האב אנגעהויבן צו טראכטן מיט דער שכל וואס דער גרויסער באשעפער האט מיר געגעבן.

איך ווייס נישט וואס מען קען זאגן פאר א מענטש וואס טראכט נישט. ווייל רעקאווערי פארלאנגט טראכטן. איינער פון די גרעסטע מענטשן אין היסטאריע זאגט אונז זיין עדווייס: ''והוי מחשב...'' - טראכט! (אבות פ"ב מ"א, עיין שם)

עס איז באמת א גרויסע שאד, ווייל עס איז דא א גוטע געשמאקע לעבן אנגעגרייט פאר יעדעם איינציגן איד, און נישט יעדער ווייסט פון דעם (דערווייל).

גם אני מצטרף לברכת חברנו היקר לומד, ''איך בין מתפלל דו זאלסט טרעפן די ריכטיגע וועג''.

זיי מצליח חבר.

.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: מיין ערשטע מאל כ"ג שבט התשע"ח 17:47 #247850

  • 5050
  • איצטיגע שטרעקע: 168 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 237
  • האט שוין געלייקט: 371 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
קטן שנולד געשריבן on כ"ג שבט התשע"ח 14:37:

שכח קטן נולד פאר די טייערע ווערטער, עס איז זייער אמתדיגע פונט אידישקייט ארבעט נישט מיט קיין פילינג'ס 
די גרעסטער ביישפיל וואס די קענסט זעהן אז די תורה זאגט אז איינער וואס האט א ניסיון פין גילי ערות איש יהרג ואל יעבור מען דארף  זיך הארגננען אפי ער גייט נאך טיהן אסאך מצות אין ער גייט איבער לאזען א אלמנה מיט צען פיצלעך דארך ער זיך הארגננען אן קיין רחמנית. 

ענטפער: מיין ערשטע מאל כ"ז שבט התשע"ח 19:18 #247859

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
איך וויל מגיב זיין אויף די ווערטער פון קטן, 'אידישקייט ארבעט נישט מיט קיין פילינג'ס'.

עס איז ריכטיג אז יהדות ארבעט נישט מיט פילינגס. אבער פילינגס זענען פילינגס און אויב מען דערשטיקט עס אדער מען באגראבט עס גייט עס נישט אוועק פון זיך אליינס. עס וואקסט טיף אינעווייניג א ווארם און עס גראבט טיפער און טיפער. 

דאס מיינט נישט אז מיר זאלן אדער דארפן נאכגיין אונזערע פילינגס. אבער מען מוז עס באהאנדלן כדבעי ווייל אויב נישט מיט די צייט ווערן סאך גרעסערע פראבלעמן. 

ודוק כי קצרתי

ענטפער: מיין ערשטע מאל כ"ח שבט התשע"ח 18:37 #247867

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל

הבה"י
לומד היקר, זייער ריכטיג. גוט אז דו ברענגסט עס ארויס.

מיין פוינט איז בכלל נישט געווען אז מען זאל איגנארירן די געפילן און זיך דמיונ'ן כאילו זיי עקזעסטירן נישט.

לאמיר זיך מער מסביר זיין.

איין טאג זעה איך אויפן גאס שטייען צוויי מענטשן מיט מייק'ס אין זייער הענט, ביידע האלטן דרשות און פרובירן מיר משכנע צו זיין אז איך זאל האלטן ווי זיין מיינונג אין א געוויסע נושא.

ביידע מענטשן עקזעסטירן. דאס איז א מציאות.

ביידע מענטשן דרש'נען. דאס איז אויך קלאר.

ווער פון די צוויי זאגן דעם אמת?  ---  איך ווייס נישט.

פון וועמען זאל איך מקבל זיין?  ---  איך ווייס נישט. איך דארף קודם כל מברר זיין ווער עס רעדט צו דער זאך.

קומט צו מיר מיין חבר און זאגט מיר: הער מיך אויס, איך קען די צוויי חברה שוין יארן לאנג, לאמיר דיר זאגן וואספארא מיני מענטשן זיי זענען. דער מענטש וואס שטייט אויף דרום, איז באקאנט צו זיין א קלוגער, האנעסט מענטש. דער מענטש וואס שטייט אויף צפון, איז א שוטה, א באוואוסטער ליגנער און דריי-קאפ.

יעצט איז מיר קלאר געווארן, אן קיין צווייפל, אז דער דרומי זאגט אמת און דער צפוני זאגט שקר.

 יעצט, נאך אן הקדמה: נאכדעם וואס איך באקום דער ידיעה, הערט אויף דער אנדערע צו דרש'נן?

זיכער נישט. דער צפוני דרשנ'ט ווייטער זיינע שטותים מיט'ן גאנצן קנאק. ער שרייט קולי קולות, אסאך העכער ווי דער נארמאלער, אמת'דיגער מענטש. ער האט דאך טאקע נישט קיין שכל... יא?

ווען איך האב ווען א ברירה, וואלט איך פשוט אוועקשפאצירט פון דעם משיגענעם און אים אינגאנצן איגנארירט. איך בין נישט מחויב צו שטיין אין זיינע ד' אמות. קיפ בעק 200 פיט. איך דארף בכלל נישט הערן וואס ער גראגערט אין קאפ.

די פראבלעם איז נאר אז דער פעיגער קומט מיר נאך וואו איך גיי נאר. און ער שרייט מיר אריין אין די אויערן. איך קען נישט פטור ווערן פון אים.

וואס טוט מען?

געלויבט דעם אייבערשטן אז אויסער פלאפלען און שרייען, קען ער מיר גארנישט טון. אין כחו אלא בפה. ער קען מיר נישט אנגרייפן פיזיש, ממילא האב איך נישט באמת וואס מורא צו האבן פון אים.

די איינציגסטע זאך וואס איך קען טון איז, זיך אויסצולאכן פון זיינע ווערטער. ער דרשנ'ט? --- נו, נו. וואס קען איך טון.

מיין ארבייט איז צו וויסן ווער ס'זאגט ריכטיגע ווערטער און אויף וועמענ'ס ווערטער צו בויען מיין החלטה. ווען איך וועל אנהייבן טראכטן אז אפשר דאך האט יענער עפעס צו פארקויפן, דעמאלסט האט ער מיר געווינען. פון דעם דארף איך זיך אכטונג געבן.

יעצט וועל איך אייך אויסזאגן די נעמען פון די צוויי.

דער וואס שטייט אויף דרום זייט, הייסט מר. שכל. און דער וואס שטייט אויף צפון הייסט מר. געפיל.

יעצט, וויסענדיג די נעמען פון די צוויי, ליין איבער די פאוסט נאכאמאל פאר קלארערע הבנה.

די שאלה איז: ווען דו ווילסט וויסן וואס איז ריכטיג, אין יעדע נושא אין דער וועלט, וועמענ'ס קול הערסטו אויס? ווער איז גערעכט? דיין שכל אדער דיינע געפילן?

אויב דו ביסט מחליט אז דיין שכל איז קראנטער, ריכטיגער, אמת'דיגער, יושר'דיגער, מיינט דאס נישט אז דיינע געפילן הערן אויף צו רעדן. בכלל נישט. אבער דו ווייסט כאטש ווער עס איז גערעכט און מאכן א יושר'דיגן פלאן. 

כ'האף ס'איז אביסל פארשטענלדיך.

.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.61 סעקונדעס