ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: עס קומט גוטע צייטן 1409 באזוכער

עס קומט גוטע צייטן כ"ב חשון התשע"ז 17:31 #245110

  • אברהם
  • איצטיגע שטרעקע: 232 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 61
  • האט שוין געלייקט: 43 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

איך דריי מיך שוין דא אפאר חדשים, און איך האב הנאה צו ליינען וואס דער עולם שרייבט דא, עס איז מיר געווען א געוואלדיגע חיזוק, ווי אויך האב איך ב"ה דורכגעליינט דעם האנט ביכעל, און עס האט ממש אויפגעשטורמט מיין מח.
יעצט האב איך באשלאסן ארויפצוקומען דא מיט א נאמען און אנפאנגען צו ציילן מיינע ריינע טעג, עס געפעלט מיר זייער די איידיע.
און איך האף צו באקומען חיזוק פונעם עולם.
די לעצטע מאל וואס איך בין דורכגעפאלן איז געווען דעם שבת פרשת חיי שרה, און מוצאי שבת האב איך באשלאסן זיך צו נעמען אין די האנט אריין ב"ה עס איז שוין די פערטע ריינע טאג היינט השי"ת זאל מיר העלפן ווייטער.

לעצט פארראכטן: כ"ב חשון התשע"ז 17:32 דורך אברהם.

ענטפער: עס קומט גוטע צייטן כ"ג חשון התשע"ז 14:41 #245111

  • דופק
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 27
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

אברהם אברהם חזק חזק ויאמץ לבך דו קענסט נאך נישט אפשאצן גענוג וואסערע גוטע לעכטיגע צייטן ס'קומט

ענטפער: עס קומט גוטע צייטן כ"ג חשון התשע"ז 17:56 #245112

  • מנוחת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 844 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 22 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

געוואלדיג געוואלדיג, איך האב הנאה פון דיין פעסטקייט, דיין קעפל זאגט "עס קומט גוטע צייטן" און מיר ווייסן אז טראכט גוט וועט זיין גוט. און אי"ה עס קומט גוטע צייטן, קום ארויף ווי אפט און פארצייל דיינע הצלחות, דיינע נסיונות, און מיר וועלן פראבירן דיך העלפן וויפיל עס איז שייך, און דו וועסט אונז העלפן.

ענטפער: עס קומט גוטע צייטן כ"ג חשון התשע"ז 18:01 #245113

  • לבי ובשרי
  • איצטיגע שטרעקע: 578 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

שלום עליכם אברהם, שוין לאנג נישט געווען דא קיין פנים חדשות, דער עולם האפט דא אז מיט דיין קומען וועסטו אביסל אפשר אויפלעבן דעם גאנצן עולם.

איך וויל דיר פארשלאגן אז די זאלסט ציילן דיינע טעג דא ברבים, עס זאל זיך ארויפשרייבן וועלעכע טאג די האלסט, אזוי וועט דער גאנצער עולם מיטהאלטן דיינע הצלחות.

ענטפער: עס קומט גוטע צייטן כ"ג חשון התשע"ז 18:06 #245114

  • אברהם
  • איצטיגע שטרעקע: 232 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 61
  • האט שוין געלייקט: 43 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

א גרויסן יישר כח פאר אלע מיינע נייע חבירים, פאר די געוואלדיגע שיינע אויפנאמע, דערווייל פראביר איך זיך אויפצוסיינען אויף די 90 טעג טשארט, און עס ארבעט עפעס נישט איינער קען מיר העלפן מיט דעם, דער יצר הרע האט מיר היינט געזאגט קענסט נאך איינמאל דורכפאלן ווייל די האסט נאכנישט אנגעהויבן צו ציילן, ביטע העלפן ווי שנעלער

ענטפער: עס קומט גוטע צייטן כ"ו חשון התשע"ז 09:27 #245116

  • לבטהור
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 397
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

טייערע אברהם ברוכים הבאים
מיט הארץ און געפיל טהון מיר מקבל זיין אונזער נייער חבר, איך וויל דיר נאר געבן איין טיפ, לייג נישט דיין הצלחות און די ריספאנדס וואס די באקומסט פון די עולם עס קען אמאל זיין היבש שטיל דא שרייב וואס עס שטערט דיר עס איז א טובה פאר זיך אן דעם וואס די זאלסט באקומען תגובת קיינמאל נישט אויף געבן קיינמאל קיינמאל איך שרייב דאס פאר מיר

ענטפער: עס קומט גוטע צייטן כ"ו חשון התשע"ז 16:23 #245117

  • אברהם
  • איצטיגע שטרעקע: 232 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 61
  • האט שוין געלייקט: 43 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

א גרויסן ישר כח לב טהור, איך זעה אז די ביזט גערעכט, איך האב מיך שוין ב"ה פארבונדן פריוואט מיט איינעם דא, און ער העלפט מיר ב"ה כסדר. און איך האף עס קומט טאקע גוטע צייטן.

ענטפער: עס קומט גוטע צייטן כ"ח חשון התשע"ז 17:16 #245124

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

ברוכים הבאים כבוד ר' אברהם שיחי'

אחד היה אברהם, מיטן כח פון דעם אחד דעם אחד יחיד ומיוחד קען מען זיך מחזק און אהנהייבן ריינע טעג. דו האסט געטוהן א גוטע שריט אז דו האסט אהנגעהויבן ציילן די ריינע טעג. דער רבונו של עולם זאל דיר העלפן אז זאלסט ביסלעכווייז זעהן הצלחה אין דיין עבודה.

איך וואלט מציע געווען אז דו זאלסט שרייבן אביסל וואס דו האסט שוין געטוהן כדי צו ווערן און זיין ריין. אויך איז כדאי אז מען עפנט זיך אביסל וואס מען גייט א דורך. מיין מעשה קענסטו זעהן אונטער דעם טרעד וואס הייסט 'לומד'ס טרעד'.

איך וואינטש דיר אסאך הצלחה

לומד

ענטפער: עס קומט גוטע צייטן כ"ט חשון התשע"ז 17:38 #245125

  • אברהם
  • איצטיגע שטרעקע: 232 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 61
  • האט שוין געלייקט: 43 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

לכבוד הרב "לומד" יישר כח פאר דיינע ווערטער, איך וועל זיך מאכן צייט אי"ה צו קוקן דיין טרעד.

למעשה יעצט האב איך נאך גארנישט געטוען עפעס ספעציעל נאר איין זאך, איך האב זיך פארבונדן מיט א מעמבער דא וואס ער האט מיך געגעבן זיין נומער, און איך רעד מיט אים יעדן צווייטן טאג און עס האט מיר אסאך געהאלפן.

למעשה האב איך זייער שטארק געוואלט זיך ארויפסיינען אויף די 90 טעג טשארט למעשה ארבעט עס נישט, איך פיל עס וואלט מיך זייער געהאלפן.,

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.27 סעקונדעס