ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: טראכטן וועגן די רייזע כסדר 292 באזוכער

טראכטן וועגן די רייזע כסדר כ"ד סיון התשע"ח 15:02 #249135

  • אל תדאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

איך וויל פרעגן די חברים דא אויב עס איז נערמאל צוטראכטן כסדר פונעם רייזע איך פיעל ווי עס ליגט מיר ממש אויף מיין קאפ נישט צו פאלן אפילו מיט א אומריינע בליק לאו דוקא שמוץ איך גיי ארויס און גאס פיל איך ווי עס ווי סליגט אויף מיין קאפ נישט אויף צוהייבן די אויגען סתם אזוי, ווי איך פלעג ליידער זיין צוגעוואוינט אפשר איז דא חברים וואס זענען ווייטער און די רייזע וועלן פארשטיין וואס איך מיין.
נאכדעם וויל איך אויס שמועסן די טעמע פון זיין מער פארנומען, איך ארבעט אויף א פלאטץ וואס עס קען זיין צייטען וואס סאיז זייער BUSY און נאכדעם וואס עס קען ממש זיין שטיל א גאנצען טאג אויב איינער האט IDEAS מיט וואס מקען זיך האלטן פארנומען אויף א ארבייטס פלאטץ וואלט איך זייער מכיר טובה געווען און דער וואס האט אויך דעם פראבלעם זאל זיך ביטע אנרופען אפשר האסטו עפעס א עצה צרות רבים חצי נחמה.
מיט דאנק פאר יעדען וואס נעמט די מיה צוריק צושרייבען עפעס.
הצלחה פאר יעדעם אויפן רייזע דרך צלחה.
האטס מיר א ריינעם פריילעכן טאג.

ענטפער: טראכטן וועגן די רייזע כסדר כ"ד סיון התשע"ח 15:17 #249136

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
כמיין אז די ערשטע זאך פאר די ארבעט פּראבלעם איז האבן בּעסטע פילטערס מעגליך
אויך צינד אבּיסל מוזיק אויב מעגליך, דאס האלט אבּיסל פארנימען דעים קאפּ

ענטפער: טראכטן וועגן די רייזע כסדר כ"ה סיון התשע"ח 12:37 #249141

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל

יא, איך מיין אז עס איז זייער נארמאל צו שפירן די עול בפרט ביים אנהייב פונעם רייזע.

טראגן דעם עול איז א חלק פון אונזער ארבייט. ווי מער מען איז מחשיב די ארבייט אלס מער איז מען מסכים צו דעם עול און אלס גרינגער ווערט עס צו טראגן דעם עול.

אידן זאגן יעדן טאג: הרינו מקבל עלי עול מלכות שמים באהבה. - ווען דאס ווערט געזאגט מיט די מחשבה צוגעלייגט צו דעם, ברענגט דאס אריין אינעם נפש א גרייטקייט צו טראגן דעם עול פון די תורה און פון טון רצון ה'. און דאס זענען מיר מקבל מיט אהבה. 

בנוגע די ארבייט: איך ארבייט אליין אין א פלאץ, און איך האב צומאל ליידיגע צייט. ארויפשטעלנדיג א ווייט ליסט האט אסאך געהאלפן אבער עס איז נאכאלץ נישט קיין תיקון השלם. איך זיך נאך אן עצה...

אסאך הצלחה. 

.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: טראכטן וועגן די רייזע כסדר כ"ה סיון התשע"ח 12:50 #249142

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 264
  • האט שוין געלייקט: 657 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

איך וואלט ג'עצה'ט אויב די ביסט אליינס אין א אפיס און ס'איז שטיל 
נעם עפעס א זאך וואס די ווילסטעך לערנען (א פאך אדער מאכן בעסער דיין פאר אין וואס די ביסט)
און די זאלסט אויף איינמאל דאונלאדן אלע ווידיאו'ס פון עס (מ'קען היינט אויף יעדע זאך טרעפן ווידיאו און אויף כמעט יעדע זאך איז היינט דא ווידיאו פון מענער) אזוי דארפסטו נישט יעדע מאל דארף'ן גיין זוכן די ווידיאוס אויף אינטערנעץ
און ווען די האסט איבריג צייט קוק יענע ווידיאו'ס 
אזוי וועסטו דיך כאטש לערנען א פאך יענע צייט

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview
לעצט פארראכטן: כ"ה סיון התשע"ח 12:51 דורך פּרובירט.

ענטפער: טראכטן וועגן די רייזע כסדר כ"ה סיון התשע"ח 14:18 #249143

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 188
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

ערשטנס א שכ'ח פאר אל תדאג פאר'ן עפענען דעם טרעד, ווייל כ'גלויב אז אסאך קענען געניסן פון דעם פלאטפארמע.

בנוגע די רייזע, און זיין צופיל פארנומען דערמיט, קען איך נישט צופיל אריינרעדן ווייל דערווייל איז מיין באן געשטראנדעט צוליב קאנסטראקשאן... און ס'איז דא שטארקע דילעיס... אבער מיינע 2 צענט, עכ"פ מבשרי אחזה, אויב זענען מיר אין א מצב אז מיר האבן געדארפט אונטערנעמען דעם רייזע, פארשטיי איך אז אונזער קאפ איז סייווי געווען פארנומען דערמיט ביז היינט אדער גאר אבסעסירט דערמיט, דעריבער ווען מ'נעמט אונטער א קאמפ דערקעגן ווערט עס אטאמאטיש א בחינה פון מאובי תחכמינו, און אויפן זעלבן פארנעם ווערן מיר אבסעסירט צו קעמפן דערקעגן, ווייל דער קאמפ מוז ווערן גענומען אויף אן אופן פון קום ועשה, ווייל טאמער ס'איז שב ואל תעשה איז זייער גרינג צו פאלן, ואשרי אדם מפחד תמיד. אבער ווי געשמועסט איז דאס בלויז א שפעקולאציע נישט פון קיין סך עקספיריענס...

​ווייטער בנוגע די ליידיגע צייט, האט מיך פרובירט ארויסגענומען די ווערטער פון מויל, און כ'קען נישט מער ווי עגריען צו זיינע ווערטער.

דא האסטו א קורצע רשימה וואס איך טוה ואין מוקדם ומאוחר:

1.      איך מאך מיר א goal זיך צו דערלערנען נייע זאכן.

2.      צוהערן מוזיק, וואטשן אן אינטערעסאנע שיעור וכדו', עיין ערך kosher isle אויף די ענגלישע סייט.

3.      כאפן א שמועס\טשעט מיט א באקאנטן, די בעסטע מיט איינעם פון די היזיגע חברים אזוי קען מען קלאר ארויסגעבן די געפילן ואיש את רעהו יעזורו.

4.      א שטארקע עצה איז צו טרעפן א שותף, נאך איינעם אין דיין פראבלעם און צוזאמען שטעלן קורצ-טערמיניגע goals וואס ס'איז אין פלאן צו טאן אין די קומענדיגע שעה או יותר און זיך אפדעיטן איינער דעם אנדערן וויאזוי ס'גייט.

הלואי זאל עמיצער קענען לענגער מאכן די ליסטע...

פארשטייט זיך אז פאר אלעם איז זייער וויכטיג, כדי צו פארמיידן טריגערס לאורך הדרך, צו האבן א גוטן פילטער אדער נאך בעסער א ווייט-ליסט, ווייל ווען די טריגער קומט דיר אנטקעגן אומדיירעקט האסטו שוין געכאפט דעם ערשטן קויל פונעם שונא.

און א תפילה צום רוצה בטהרתן של ישראל קען אלעמאל צוהעלפן פארשטייט זיך.

די בעסטע פון אלעם איז, טאקע יא צו זיין ביזי…

ענטפער: טראכטן וועגן די רייזע כסדר כ"ה סיון התשע"ח 14:28 #249144

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 600 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 600 מאל

איי ווי איך בענק מיך צו די ערשטע פאר וואכן פון מיין רייזע.

ווען די פרעשער צו בלייבן ריין איז נאך געווען אין פולן קראפט, די פרישקייט וואס האט דאן געהערשט, א מחיה!

היינט איז מיר שוין אסאך שווערער, פעהלט שוין די פרישקייט פון דעמאלטס.

ענטפער: טראכטן וועגן די רייזע כסדר כ"ט סיון התשע"ח 15:09 #249203

  • אל תדאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

א גרויסען דאנק פאר אלע חשובע חברים וואס האבן גענומען די צייט צו ענטפרן אויפן טרעד.
איז דא ערגעץ א טרעד ווי מקען זיך אויסרעדן אויף די שוועריגקייטן וואס מגייט דורך אויפן אורך הדרך
און א טרעד וואס שמועסט אויס די וועג ווי אזוי ארויס צוברענגן וואס סליגט אויפן הארץ למשל איך בין ברוך השם ריין די לעצטע 12 טעג אבער ווי נישט ווי דא דארט האט מען בטעות אומוועלנדיג פארשטייט זיך באמערקט זאכן וואס איז נישט כדאי און דעס שטערט מיר מוראדיג סאיז מן הסתם עצת היצר וואס ער וויל אז מזאל טראכטן אז דו ביזט "סייוי" נישט עכט ריין קענטו גיין ווייטער ר"ל אין דעס גרידזשעט און קאפ אויב איינער ווייסט פון א טרעד אדער אשכול איבער די ענינים וועל איך אים באמת מכיר טובה זיין.
הצלחה און ריינע טעג פאר יעדעם......

ענטפער: טראכטן וועגן די רייזע כסדר כ"ט סיון התשע"ח 15:35 #249206

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 760 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 276
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

א באקאנט ווארט פון ר״ר ברוך׳ל מעזביזשער ז״ל
׳ולא תעלה במעלות על מזבחי אשר לא תגלה ערוותך עליו׳ גיי נישט ארויף צו הויעכע מדריגות אויף איינמאל, דאס איז עצת היצר וואס קען ברענגען אלטס תוצאה די סוף פונ׳ם פסוק...

יא!! עס איז נארמאל אז די ריקאווערי זאל פארנעמען די קאפ, יא אן זיין fully in פארסירט א דורכפאל ווי פון זיך אליין.

איך ווייס נישט וואס דיין עיקר סטראגעל איז. אבער מבשרי אחזה ווי אויך פון אנדערע חברים דא און אזוי האב איך אויך געהערט פון הרב דוב (משפיע-רב) פונ׳ם ענגלישן סייט.
אז עכ״פ אנהייב זאל מען בעיקר ״נאר״ זיין פארנימען מיט די גרעסטע און הארבסטע סטראגעל. אוודאי מיינט נישט אז מ׳מעג עובר זיין אויף די תורה (אמאל זענען רבנים מתיר געוויסע זאכן) אבער זיין פארנימען מיט׳ן צווייטען טרעפל פארן ערשטן קען ח״ו צווארפען אלעס.

אויף דיין שאלה וועליכע פארם מ׳שמיסט אויס דיע זאכן? כי קרוב אליך הדבר מאוד. טאקע דא אויף דיין פארם טראכטן וועגן די רייזע....

הצלחה

ענטפער: טראכטן וועגן די רייזע כסדר כ"ט סיון התשע"ח 15:56 #249210

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
דער אל תדאג קיקט אויס צו זיין א זיסע יוד
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.34 סעקונדעס