ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: ציילן אויף שמירת עניים? 1445 באזוכער

ציילן אויף שמירת עניים? כ"ח סיון התשע"ח 10:30 #249181

  • moshe11
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל

איך האב שוין אנגהויבן ציילן 10 מאל איך פאל כסדר דורך ליידער... איך טראכט צעך נעמען אויף א ענין וואס איך שפיר איך קען יא שטיין אויף דעם
אין וועל אנהויבן ציילן די טעג ווי איך היט מיר די אויגען 
ןןאס זאגט די ציבור אויף דעם?

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? כ"ח סיון התשע"ח 16:16 #249186

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
moshe11 געשריבן on כ"ח סיון התשע"ח 10:30:

איך האב שוין אנגהויבן ציילן 10 מאל איך פאל כסדר דורך ליידער... איך טראכט צעך נעמען אויף א ענין וואס איך שפיר איך קען יא שטיין אויף דעם
אין וועל אנהויבן ציילן די טעג ווי איך היט מיר די אויגען 
ןןאס זאגט די ציבור אויף דעם?


איך בין נישט ציבור.
אבער עס קען זיין אז עס איז א גוטע פלאן. על כל פנים אז דו וועסט אונז מיטטיילן און אנדערע וועלן קענען זעהן באמת אויב עס גייט און אויב עס העלפט דיר, וועט מען עס קענען זיכער עקספערימענטן

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? כ"ח סיון התשע"ח 17:31 #249190

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

געוויסע זאכן זענען באהאלטן פאר געסט. ביטע שרייבט אייך אריין אדער רעגיסטרירט אייך דאס צו קענען זען.

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? כ"ט סיון התשע"ח 15:09 #249204

  • moshe11
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
2 טעג נישט גקיקט 

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? כ"ט סיון התשע"ח 15:42 #249208

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

חזק ואמץ. קיפ איט אפ. דו ביסט מחזק אנדערע מיט דעם

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? כ"ט סיון התשע"ח 21:48 #249220

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 188
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

דאס ציילן אויף עפעס וואס מ'שפירט אז מ'קען יא בייקומען הערט זיך ווי א ריכטיגע שריט, ווייל דאס בעצם אונטערנעמען און באווייזן עפעס אויף די אייגענע האנט, געט גאר גאר אסאך חיזוק אויף צו נעמען נאכדעם א נעקסטע סטעפ.
משה, קיפ אן גויאינג, און פארגעס נישט אריינצוקומען אונז ברענגען אן אפדעיט וואו דו האלטסט, מיר ציילן אלע מיט מיט דיר, און דיין סוקסעס געט פאר אונז אלע געוואלדיגע חיזוק.

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? ל' סיון התשע"ח 10:55 #249225

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

מיר זענען דא דיר צו העלפען טייל אינז מיט

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? ו' תמוז התשע"ח 11:12 #249276

  • moshe11
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל

איינער קען מיר אפשר ענטפערן פארוואס יעדער קען נאר איך קען נישט?
וויפיל מאל איך האב שוין אנגעהובן האלט דאס פין תענית אסתר ביז פירום 
פארוואס פארוואס פארוואס????

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? ו' תמוז התשע"ח 11:25 #249277

  • אויגן גלעזער
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
פילטערס פילטערס פילטערס

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? ו' תמוז התשע"ח 12:05 #249278

  • moshe11
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל

איר האט א הו"א אז איך האב נישט א פילטער? וואס זאל איך טיען אז איך ווייס צי גיט וויאזוי צי איבערקליגן אלע פילטערס אפילו גדר\משומר

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? ו' תמוז התשע"ח 12:38 #249279

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 264
  • האט שוין געלייקט: 657 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל
moshe11 געשריבן on ו' תמוז התשע"ח 11:12:

איינער קען מיר אפשר ענטפערן פארוואס יעדער קען נאר איך קען נישט?
וויפיל מאל איך האב שוין אנגעהובן האלט דאס פין תענית אסתר ביז פירום 
פארוואס פארוואס פארוואס????


פארוואס יעדער קען

אזוי איך האב נישט געוויסט אז יעדער קען.....
עמו אנכי בצרה
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? ו' תמוז התשע"ח 14:43 #249280

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 70 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 349
  • האט שוין געלייקט: 516 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

משה11, איך שטיי אין איך טראכט איך קען נישט, פלוצלונג מן השמים באקימען חיזוק פין משה11, ער זאגט מיר קלאר אז איך קען,

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? ו' תמוז התשע"ח 15:02 #249282

  • moshe11
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
Hilega געשריבן on ו' תמוז התשע"ח 14:43:

משה11, איך שטיי אין איך טראכט איך קען נישט, פלוצלונג מן השמים באקימען חיזוק פין משה11, ער זאגט מיר קלאר אז איך קען,


איך כאפ נישט וואס די זאגסט? וויאזוי האסטי באקימען חיזוק פין מיינע ווערטער?

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? ו' תמוז התשע"ח 15:28 #249285

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 70 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 349
  • האט שוין געלייקט: 516 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

ווייל די שרייבסט אז יעדער קען, נאר די קענסט נישט,

איך בין דאך נכלל אין יעדער,

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? ו' תמוז התשע"ח 16:19 #249286

  • MATSLEACH
  • איצטיגע שטרעקע: 1251 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 38
  • האט שוין געלייקט: 17 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
 .
לעצט פארראכטן: י"ח כסלו התשע"ט 17:55 דורך MATSLEACH.

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? ו' תמוז התשע"ח 17:53 #249288

  • אויגן גלעזער
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
 web chaver איז אפשר די עצה

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? ז' תמוז התשע"ח 09:45 #249289

  • אויגן גלעזער
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל

משׁה11

פארוואס איז דיר 'פּ' אזוי אינטערסאנט אז די זאלסט זיצן אין העקן אלע פילטערס?

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? ז' תמוז התשע"ח 12:46 #249290

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

משה איך קען אזוי רילעיטן צו דיר. דער פילינג האב איך געהאט פאר א לאנגע צייט. אז יעדער קען און פארוואס איך קען נישט. איך האב נישט געקענט גלייבן אז איך קען נישט וואס א צווייטער קען יא. איי, וועסטו פרעגן, פון ווי האב איך געוויסט אז יעדער קען טאקע? אפשר קען קיינער נישט פונקט ווי מיך? איך האב נישט געקענט גלייבן אז אלע 'חשובע' מענטשן אין מיין לעבן מוטשען זיך פונקט ווי מיר. דאס רעד איך פאר איך בין אהער געקומען. 

נאך מעהר, ביים סוף פון מיינע 17 יאהר פון זיין אין דעם פראבלעם האב איך אהנגעהויבן צו מאכן החלטות אז מן הסתם רוב מענטשן טוהן די זעלבע ווי מיר, און ממילא האט עס מיר געגעבן מעהר ברען שטאף זיך צו ערלויבן צו פאלן טיפער.

דרך אגב, 

דאס געבט מיר די פילינג אז איך בין אנדערש ווי יעדער אבער פון די אנדערע זיין וויל איך זיך איינרעדן אז איך בין די זעלבע ווי יעדער איינער, און ממילא איז די שטארקע שאלה פארוואס יעדער קען און איך נישט אזא וויכטיגע טייל פון די פראבלעם. וואס וועט זיין אויב איך בין אנדערש ווי סתם נארמאלע מענטשן, מיינט דאס אז איך האב אנדערע כללים ווי נארמאלע מענטשן און איך דארף טוהן אנדערע פעולות ווי נארמאלע מענטשן צו בלייבן ריין.

איך קען אויך רילעיטן צו די זאך וואס דו האסט געשריבן אז: וואס זאל איך טיען אז איך ווייס צי גיט וויאזוי צי איבערקליגן אלע פילטערס אפילו גדר\משומר. כאטש איך בין נישט קיין גרויסע געלוגענע מענטש בנוגע טעכנעלאגיע, קוים וואס איך קען די בעסיקס, אבער ווען עס איז געקומען צו וואטשן שמוץ, האב איך ליידער מצליח געווען צו איבערקלוגן די פילטערס און גיין צו סייטס. אה"נ פאר מיר וועט פילטערס נישט העלפן צו פיל. אויב בין איך גרייט צו גיין זוכן שמוץ דעמאלס וועל איך שוין טרעפן א וועג צו איבערקלוגן די פילטער.

און דא קום איך צוריק וואס איך האב פריערד געשריבן. איך בין אנדערש. פילטערס זענען געמאכט פאר די געווענטליכע מענטש. דער געווענטליכע מענטש האט דער באשעפער געשאנקן מיט א תאות נשים אדער א תאוה צו סעקס בכל אופניה שהוא כל אחד כפום שיעוריה דיליה. דאס איז פאר קיום העולם אזויווי כך עלתה במחשבתו הקדומה, ונתאוה לו יתברך דירה בתחתונים. געווענטליכע מענטשן דארפן זיך היטן די מחשבות דיבורים ומעשים. זיי דארפן זיך אויסשטעלן אין מצב אז זיי זאלן נישט אריין אין א נסיון. געוונטליכע מענטשן קען זיך מאכן אז ער פאלט אמאהל. דעריבער פאר אים וועט א פילטער העלפן, איינס אז ער גייט נישט זעהן קיין שמוץ. און אפילו אז עס כאפט אים א תאוה און ער זוכט וועט נישט טרעפן.

אבער פאר מיר, איך דארף נישט זעהן קיין שמוץ בכדאי צו ווערן אהנגערייצט. צווייטנס אויב איך זיך וועל איך טרעפן. אויב איך טרעף נישט וועל זוכן ביז איך וועל טרעפן. 

איך קען זיך נישט ערלויבן צו 'טעסטן מיין פילטער' אויב עס ארבעט גוט אדער נישט. אויב איך פראביר צו טעסטן איז עס כמעט אין זיכערקייט אז איך גיי גיין ווייטער חס ושלום. פון אנדערע זיין וויל איך דיר\ענק זאגן אז דעם ווינטער האב איך געהאט א טעבלעט וואס פאר איבער דריי חדשים האט עס בכלל נישט געהאט א פילטער. ברוך ה' איך האב ניטאמאהל קיין איין מאהל געזוכט שמוץ. דאס איז נישט מיין כח, דאס די כח וואס איך האב באקומען מלמעלה אז איך בין גרייט אויפצוגעבן עני וועג פון זיך נאכגעבן די תאוה. און די סיבה דערצו איז ווייל איך ווייס אז איך בין אנדערש און איך קען נישט אהנהויבן אפילו קיין כל שהוא.

אלזא חברי וידידי הרב משה, לאמיר געבן א קוק וואס אנדערע האבן דא געשריבן:


  • אויגן גלעזער שרייבן פילטער\וועב חבר
  • מצליח שרייבן דו קענסט און ער איז מציע (כך נראה מדבריו) אז דו זאלסט טעגליך מאכן AFIRMATION אז דו קענסט יא.
  • הייליגע, מדבריו נראה אז מען קען פון די ערגסטע מצב ארויסנעמן א גוטע נקודה.
  • פראבירט זאגט עמו אנכי בצרה.
  • לומד זאגט אז דער באשעפער איז דא און ער איז גרייט צו העלפן.

איך וויל ארויסברענגן א כלליות'דיגע נקודה אויף אונזער נסיון:

ווי איך פארשטיי אז חברים וואס קומען צו אונזער סייט האבן אין א געוויסע זין, א שוועריגקייט. נישט קיין חילוק ווי שווער מען האט עס צו ווי לייכט מען האט עס. נישט קיין חילוק צו מען פאלט טעגליך צו מען פאלט איין מאהל א חודש, און נישט קיין חילוק צו מען פאלט נאר אויף ז"ל אדער אויף נאכקוקן פרוען אין די גאס, אדער אויף ערגערס שאין צריכין להאריך בזה. יעדער האט א שוועריגקייט אין דעם נסיון. 

יעצט לאמיר זאגן אז איינער האט א פראבלעם מיט א קינד. די מלמד רופט אראפ די טאטע און ער זאגט אז די קינד שלאגט זיך אסאך מיט אנדערע קינדער און ער קומט זיך נישט א דורך. דער טאטע קומט אהיים און נניח אז ער געבט א שטיקל שמועס צו זיין קינד, דער קינד זאגט צו אז ער גייט מעהר נישט זיך שלאגן, ער גייט זיין וואיל ממש א צדיק גמור. וועלכע נער טראכט דעמאלס אז דער מעשה האט זיך געענדיגט. סליחה, זה לא עובד ככה, זאגט מען אין עברית, עס ארבעט נישט אזוי. ניין און סארי פאר דעם. די איינציגסטע זאך וואס מען קען זיך ארויסנעמן פון די קינדס הבטחות איז , אז אין יענער מינוט, קען זיין אז ער וויל בכל לבו זיין וואיל. איך בין א טאטע פון אסאך קינדער און געווען אין חינוך. איך זאג דאס פון מיין אייגענע עקספיריענס.

וואס יא, מען דארף דאס באגלייטן, מיט תחבולות, אמאהל מיט גוטנס (ווי למשל מאכן פראגראמען צו מאטעווירן ער זאל ארבעטן אויף זיך) אמאהל מיט בייזנס (זיין שטרענג) אמאהל דארף מען גיין צו טעראפי, אמאהל דארף מען נעמען א מענטש זאל פשוט כאילו לערנען מיט אים אבער אין דער זייט ארבעטן מיטן קינד, והדברים ארוכים, ואין כאן מקומם.

איך מיין איך פארשטיי יעדנס ווייטאג. אבער דאס אז איינער האט זיך אויפגעסיינט אויף דעם סייט און ער קומט דא מפעם לפעם ווען ער איז צוקלאפט, איז נאר די ערשטע שריט. סארי פאר די נייעס. אבער אזוי איז עס. דאס אז איינער קומט דא, זאגט נאר אז אין יענער מינוט האט ער געהאלטן ביים זיין ריין. אבער איינס די זאך טוישט זיך נישט איבער נאכט. און צווייטנס, סארי עס קומט נישט בחינם. עס איז דא פרייז פאר דעם. 
  • וויפיל ביסטו גרייט צו באצאלן צו בלייבן ריין? (געלט? איך האב נישט. ניין דו האסט נישט? וויפיל געלט האסטו געספענדעט פאר דיינע תאוות?) גראדע מיין איך נישט געלט - זעה ווייטער.
  • וואס ביסטו גרייט צו טוהן צו בלייבן ריין?
  • וואס ביסטו נישט גרייט צו טוהן צו בלייבן ריין?

יעצט צום שלוס. זייענדיג א חבר דא אויף דעם סייט און אויף די ענגלישע סייט האב איך זוכה געווען מיטצוהאלטן פון הונדערטער מענטשן וואס זענען ארויסגעקראכן פון די בלאטע. טייל פון זיי הונדערט פראצענט, טייל פון זיי למחצה לשליש ולרביע, וואס דאס איז אויך א געוואלדיגע געווינס. וויאזוי יעדער איז געהאלפן געווארן איז א פרשה פאר זיך. יעדער האט זיין קב און זיין מהלך וויאזוי ער דראפעט זיך ארויס פון די שמוץ.

פן די אנדערע זייט, האב איך געזעהן ווי הונדערטע מענטשן וואס זענען געקומען דא און כמעט גארנישט האט זיך געריקט. (כאטש איך גלייב נישט אז גארנישט האט זיך געריקט, נאר עס וועט נעמען אביסל לענגער צייט).

על פי רוב די חילוק פון די מוצלחים און די פארקערטע איז איין זאך, צו איך בין גרייט צו טוהן אלעס אין די וועלט צו סטאפן מיין חזר'יי אדער נישט. ווען איינער קומט און טוהט אבער דער החלטה אז ער גייט טוהן אלעס וואס פעלט אויס געווענטליך דויערט נישט לאנג ביז די זאך איז מצליח. אלעס מיינט נישט אז יעצט מוז איך גיין צו ריהעב וכדומה. דאס מיינט אז איך גיי טוהן וואס עס פעלט יעצט אויס.

אויב פאר היינט פעלט אויס אז איך זאל שרייבן אויף די פארום וועל איך עס טוהן.

שוין, איך מיין אז איך האב שוין צופיל מאריך געווען. קען זיין אז איך וועל עס מגיה זיין און פראבירן צו מקצר זיין.

אלזא טייערע ידידים חברים מקשיבים, איך האב ענק אלע זייער ליב, און וואינטש ענק אז עטס זאלטס שנעל אהנקומען צו ריינקייט און צו א עהרליכע צופרידענע לעבן, וגם אני בתוככם.

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? י"ז אלול התשע"ח 16:26 #250494

  • moshe11
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
איך וויל נאכאמאל אנהייבן מיט שמירת עינים פראגראם,יעדע טאג וואס איך וויל נישט קיקען אויף א אשה( אין ווען איך זאג נישט קיקען מיין איך גארנישט קיקען אפילן אויף אירע זאקען) אדער אפילו אויף א צניעות'דיגע בילד אדער אין מקוה, אפילו איך פאל דורך מיט אנדערע זאכען, גיי איך מיר אוועק לייגן 5 דאלאר, וואס איך גיי מיר קויפן אזאך וואס איך וואלט מיר נישט סתם אזוי געקויפט, ווי למשל א זילבער שטיקעל פאר מיין שבת טיש
איך גיי אי"ה אריין שרייבן דא וויפיל געלט איך פארמאג שוין אין מיין קאסע , אזוי אויך יעדע טאג וואס איך בייגעשטאנען
לעצט פארראכטן: י"ז אלול התשע"ח 16:28 דורך moshe11.

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? י"ז אלול התשע"ח 16:33 #250498

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

משה געוואלדיג 

ווען איך וואלט נישט געווען אנאנעמיס וואלט איך דיר יעצט געשיקט שי ערשטע הינדרעטער

חזק 
כשר

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? י"ז אלול התשע"ח 16:33 #250499

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 264
  • האט שוין געלייקט: 657 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

זייער גוט משה
די איינציגסטע וועג איז קוק'ן אראפ ווען מען גייט אויף'ן גאס
ווייל אויב נישט אז מען באמערקט קוקט מען 

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? י"ז אלול התשע"ח 17:06 #250504

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

איך שפיר ווי לומד איז מדבר מתוך גרוני, ווארט ביי ווארט איך קען פשוט נישט קריגן אפילו מיט איין סטעיטמענט.

משה גיי ווייטער, איך משה'לע האב אויך אמאל געמיינט יעדער קען נאר איך נישט, איך בין היינט שוין איבערגעצייגט אז איך קען אויך, און דו קענסט אויך, מיר דארפן נאר הילף ווייל מיר קענען נישט אליין.

חזק ואמץ, השם אתך.

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? י"ז אלול התשע"ח 23:40 #250516

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

די ערשטע מאל זיך באגעגענט מיט דעם טרענד, מ׳האמער דאך געליינט ביי עד כאן אז נייגעריקייט קען/זאל מען נישט אויסרייסן נאר ליבערשט אריין לייגן אין תורה, היסטאריע,
עכ״פ וויבאלד איך בין דאך א נייגעריגער, האבעך אנגעהויבן פון אנהייב טרענד, זיך באגעגענט מיט לומד׳ס דרשה. צו וואס עד כאן האט צוגעשטימט.

וואס זאל איך ענק זאגן. דער איז מורא׳דיג! באמת א שכח!

צו דיר משה׳11 א ווארט. 
איך בין מיט דיר פולי, איך וואק אויכעט אין גאס, איך וואוין אין זייער א גויאישע אויסגעלאסענע שטאט (ה׳ מצעדי גבר כונני) און ס׳איז מיר אויכעט זייער שווער, איך פאל כסדר דורך מיט די ערשטע בליק (וואס איז דעם אייבירשטנס, כידוע לחברי הדא) אבער צוזאמען מיט דיר וועל איך מיר מער מזרז זיין צו קוקן ממש אויפן פלאר!

חזק וברוך (נוסח ספרד)
נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? י"ח אלול התשע"ח 09:54 #250518

  • moshe11
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
היינט גייט זיין אינזער ערשטע טאג, אויב די אייבישטער וועט העלפען  אז איך וועל שטיין אויף מיינע ניסיונות ביז מארגען אינדערפרי וועל איך באקימען 5 דאלער

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? י"ח אלול התשע"ח 10:47 #250522

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

משה חזק 
איך בין נתפעל פין דיר 
ביסט ווי יוסף הצדיק 
די אייבערשטער איז מיט דיר 

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? י"ט אלול התשע"ח 10:48 #250541

  • moshe11
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
ב"ה א ריינע טאג נעכטען 
אין קאסע 5.00$ 

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? י"ט אלול התשע"ח 11:12 #250543

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל
moshe11 געשריבן on י"ט אלול התשע"ח 10:48:
ב"ה א ריינע טאג נעכטען 
אין קאסע 5.00$ 

איך ווייס נישט אויב דו כאפסט, די $5 גייט נישט ארויס פון דארט נישט קיין חילוק וואס וועט זיין היינט אדער מארגן...!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? י"ט אלול התשע"ח 13:11 #250548

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

איך האף אז די וועסט אנקימען ביז אפאר טרילאן דאללער

נטע האט געזאגט שטארק 

די פינף דאללער בלייבט דארט נישט קיין חיליק וואס סוועט זיין מארגען 

די זעלבע זאך מיט א ריינע טאג די טאג איז ריין נישט קיין חיליק וואס סאיז געווען אדער וואס סגייט זיין די טאג בלייבט ריין 

חזק 
דיין חבר 

כשר

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? י"ט אלול התשע"ח 14:02 #250549

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

נישט נאר די געלט בלייבט דארט, ס'פארלירט נישט די ווערד, נישט קיין חילוק אויב מ'לייגט פרישע פינעווערס אדער.......... די פינעווער(ס) וואס איז דארט בלייבן מיט זייער ווערד.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ציילן אויף שמירת עניים? י"ט אלול התשע"ח 15:46 #250562

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

איך האב געהערט פין א איד וואס האט אויפגעגעבן זיין ארבייט ווייל ער האט געדארפט קיקען צופיל אויף פרויען 

דער איד האט נישט געהאט קיין קינדער פאר 5 יאר נאך זיין חתונה ער איז געהאלפען געווארן מיט א קינד אין די נעקסטע 12 חדשים 

  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.75 סעקונדעס