ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה 4431 באזוכער

ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 14:38 #249969

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
fasten u seat beltsדער אלעמען באקאטער שגץ וואס זיין גאנצע חיות איז שמיץ וכל מרעין בישין גייט אי"ה מאכען U TUREN 
ער פארט צירוק אהיים, 

ער מאכט זיך יעצט גרייט ער נעמט יעצט ציזאם זיינע גארביזש ארויס ציןוארפען אין אויפקלינען מאכען זיכער אז מען פארט נישט מיט א שמיצגע קאר
stay tuned 

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 14:46 #249971

  • 5050
  • איצטיגע שטרעקע: 168 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 237
  • האט שוין געלייקט: 371 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
פארגעס נישט צו זאגען תפילת הדרך 
AND HAFE A SAFE TRIP

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 14:50 #249972

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 374 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 571
  • האט שוין געלייקט: 562 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 735 מאל

כי מאלכיו יצווה לך לשמרך בכל דרכך

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
רבונו של עולם בראת גן עדן, בראת גהינום, בראת צדיקים, בראת רשעים, יהי רצון מלפניך שיהא מורא שמים עלי כמורא בשר ודם ולא יכשלו בי בני אדם ויפסידו חלקם בגן עדן וירשו גיהנום ואפסיד אני שלא אזכה חס ושלום להיכנס במחיצתו של הקדוש ברוך הוא. יהי רצון שתתקן ברחמיך כל דבר שאינו כשורה שנעשה ונתקלקל על ידִי או שנגרם בסיבתי, הפוֹך רצונך לטובה ותמחול ותסלח ותכפר לאמתך. הצילני מעזי פנים ומעזות פנים וסייע בידי להיות כרצונך צנועה בכל דרכי, ותגדור פרצות כל עמך בית ישראל ברחמים אנא אלוקי.

 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 14:57 #249973

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

אפשר קען איך מיך מיטכאפן אויף די נסיעה?

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 14:58 #249974

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 374 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 571
  • האט שוין געלייקט: 562 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 735 מאל

אדרבה

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
רבונו של עולם בראת גן עדן, בראת גהינום, בראת צדיקים, בראת רשעים, יהי רצון מלפניך שיהא מורא שמים עלי כמורא בשר ודם ולא יכשלו בי בני אדם ויפסידו חלקם בגן עדן וירשו גיהנום ואפסיד אני שלא אזכה חס ושלום להיכנס במחיצתו של הקדוש ברוך הוא. יהי רצון שתתקן ברחמיך כל דבר שאינו כשורה שנעשה ונתקלקל על ידִי או שנגרם בסיבתי, הפוֹך רצונך לטובה ותמחול ותסלח ותכפר לאמתך. הצילני מעזי פנים ומעזות פנים וסייע בידי להיות כרצונך צנועה בכל דרכי, ותגדור פרצות כל עמך בית ישראל ברחמים אנא אלוקי.

 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 15:24 #249975

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

מיר אלע פארן מיט!!! 
איך שטיי דא פאר א היטש!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 15:44 #249976

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
איך בין נאך נישט ארויס גפארען איך האב נאך ציפיל גארביזש אויסציקלינען, אבער די רענציליך ליגען שוין גרייט פארן וועג

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 15:58 #249977

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

איך האף דו האסט גענוג פלאץ אין קאר סזעהט אויס ווי סקלייבט זיך צונויף א גרויסער עולם מיטרייזענדע.
(דרך אגב, איינמאל דו האסט אויסגעקלינט די שמוץ מיין איך אז דו קענסט שוין דא בלייבן)

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 17:44 #249983

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 600 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 600 מאל

אז די קאר איז קליען קען איך זיצן אין טראנק אויך אויב ס'מאנגל'צעך אין פלאץ...
משה'לע מיר וועלן דיך קיפן קאמפעני זאלסט נישט זיין לאנגווייליג אויפן וועג...
ס'וועט בע"ה זיין א געשמאקע רייזע!

לעצט פארראכטן: כ"ז אב התשע"ח 17:46 דורך כי בשמחה תצאו.

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 18:31 #249985

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

עני דיטעילס וועגן משה'ס נסיעה?

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 19:30 #249986

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל
איך מיין מ׳זאל קודם ארויס פארן, די גארביטש קען מען ארויסווארפן ביי די ערשטע רעסט עריע...!
וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 21:55 #249992

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 188
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

פשיהא וואס דא קומט נישט פאר... משה'לע איך בין שיכור פאר פרייד צו דיין נסיעה, אזויפיל פאזאטיווע רייזע פיבער שוין לאנג נישט פארזיכט. דיין התחדשות באנעמט אונז זייער, און מיר זענען מתפלל מעומק הלב פאר דיין\אונזער הצלחה, אפשר דאך קענסטו האלטן פאר מיר אפאר אינטשעס זיך מיטצוכאפן?...

משה'לע גרייט זיך צו שבירת הכלים, דאס נעמט אונז אלע ארויס פון די כלים... וואס זאל איך דיך שרייבן, איך בין דיך מקנא?! נע צו א שוואכע אויסדרוק, פארפאלן כ'טרעף פשוט נישט דעם ריכטיגן אויסדרוק וואספארא איינדרוק דיין שריט לאזט אויף אונז איבער, א שריט וואס נישט קיין סאך פון אונז קענען צו דעם רילעטן, אבער נאכדעם וועלן בלי שום ספק זיין צווישן אונז אזוינע וואס וועלן נעמען דעם חיזוק, און דיר נאכמאכן, אדער כאטש זיך דערנענטערן א טריט צו דעם.

צוברעכן א כלי ביים בימה פון ביהמ"ד בפני כל עם ועדה אונטערן רושם פון הילכיגע אפלעדאציעס איז באמת זייער חשוב אבער ס'איז מתן שכרה בצדה, אבער אוועק'פטר'ן א כלי וואס נאר גאט ב"ה ווייסט ווי צוגעבינדען דו ביזט דערצו, און ווי שטארק דו ביז 'איבערצייגט' אז דו ביזט אנגעוויזן דערויף, און דיינע ארומיגע - אויב זיי ווייסן בכלל אז דו באזיסט דעם כלי - האבן קיין השגה פון וואספארא 'צורך פרנסה' דו געזעגנסט זיך... איז מסירת נפש!! אין א ווארט: מסירת נפש אן ווערן אנגערופן א קדוש איז מסירת נפש ממש!...

אשרי לך ואשרי חלקך, זכות הרבים תלוי בך!

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 22:30 #249995

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 600 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 600 מאל
אברהם העברי געשריבן on כ"ז אב התשע"ח 21:55:

אין א ווארט: מסירת נפש אן ווערן אנגערופן א קדוש איז מסירת נפש ממש!...


פיין!!

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 22:30 #249996

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
ב"ה אויף געקלינט די גאנצע דירה אלע שמיצגע סייטס פארמאכט EMAIL ,FACEBOOK, TWIITER
ארויס געווארפען די גארביזש די סמארט פאן אין אנדערע מרעין בישין  (זייער נישט לייכט געווען), מיט א תפלה לקל עליון לאזען מיר זיך בעזר השם ארויס אויפן וועג, מיר ווייסן אז עס ווארט אינז זייער א שווערע וועג, מיר זענען אבער גרייט אויף דעם, אזוי פיל ווייסען מיר אז די וועטער יעצט איז זייער גיט עס איז די ארבעים יום פין ימי רחמים ורצון, וואס ער האט אינז ציגזאגט אז וועט אינז נישט קיינמאל נישט מחליף באומה אחרת, די טעג וואס די י"ג מידות של רחמים שיינען, דאס וועט אינז זיכער זיין א הילף אופן וועג 

אזוי  פיל בעטען מיר אלע חשובה חבירים וואס האבען שוין מיטגעמאכט די וועג זאלן מיט געבען צדה לדרך אביסעל טיפס וואס קען זיין בייהילפיג  אויפן שווערען וועג וועלען מיר זיכער אפרישיעטען

כִּי מַלְאָכָיו יְצַוֶּה לָּךְ לִשְׁמָרְךָ בְּכָל דְּרָכֶיךָ.

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ז אב התשע"ח 22:42 #249997

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 600 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 600 מאל

מזל טוב, מזל טוב, משה ! ! !


די פרייד איז העכער אלע ברעגעס

משה'לע מי ידמה לך, מי ישוה לך, ומי יערך לך!!


ווער קען אפשאצן דיין זכות?



וַיֹּאמֶר ה' אֶל משֶׁה אַל תִּירָא אֹתוֹ כִּי בְיָדְךָ נָתַתִּי אֹתוֹ וְאֶת כָּל עַמּוֹ וְאֶת ארצו וגו'

לעצט פארראכטן: כ"ז אב התשע"ח 22:52 דורך כי בשמחה תצאו.

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ח אב התשע"ח 04:36 #249998

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל
משה׳לע, דו פירסט אונז אלע אריין אין א העכערקייט!
דער גאנצער עולם גרייט זיך צו מיט פארן די בערג און טאלן.

ביטע קום אריין כאטשיג איינמאל א טאג צי גיבן א באריכט איבערן וועג.


כִּי מַלְאָכָיו יְצַוֶּה לָּךְ לִשְׁמָרְךָ בְּכָל דְּרָכֶיךָ:
וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ח אב התשע"ח 11:29 #250006

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 264
  • האט שוין געלייקט: 657 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל
download1.jpg
די ערעפלאן האט זיך ארויס געלאזט צי די הימלען

ב''ה אזא שמחה א איד האט אויפגעגעבן א ס'מ פאון די גאנצע פמליא של מעלה זינגט שירה
זיי זאגן קוק אויף דיינע ליבע קינדער זיי זענען דיר אזוי געטריי

עניוועי געדענק איין טאג אויף אמאל טראכט נישט וואס וועט זיין מארגען נישט וואס עט זיין באלד נאר יעצט אויף די סקונדע
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ח אב התשע"ח 12:10 #250007

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
רבותי די די קאר פארט שוין לעבעדיג 
סתם אינטערסאנט נעכטען ווען איך האב איך מיר שוין געהאלטען ביין אריין זעצען אין קאר זיך ארויס צי לאזן אויף מיין הייליגע וועג, פייפט ער מיר בעל דבר מיט מיט זיין מערדליכע פייפער ער שיקט מיר א טקסט פין איינעם וואס איך האב שוין נישט קייו שייכות פאר זייער א לאנגע צייט מיט די ווערטער   "u available tonight" אין דער בחור הייבט מיר אן מסביר זיין אז די האסט עניוועי נאך נישט אנגהויבן ציילן, אין בעסער הייב אן מארגען ער"ח, בפרט אז די האסט אזא אפערטאנטי וד"ל, גלייך געמאכט א גרויסע וימאן מיטן שלשלת אן אריין גיין אין וויכיחים, אין צירוק געשריבן "sorry worng address have nice day"

אז מען רעדט שוין יא דארפט מען פארשטיין וואספארא  רשעות עס ליגט אין דעם, איך לויפ שוין נאך דען יצר פאר חדשים פאר עפעס גיטע סחורה, אזוי פיל האט ער מיר געגעבן צי האלטען מיין נשמה אז איך זאל נישט אנטלויפן פין אים, איך דערמאן מיר יעצט ווי פאר עטליכע וואכן ציריק האט ער מיר געהאלטן ביז 3:00 באנאכט טויט מידערהייט, אז עפעס פאר מיר אינטערסאנט, אזוי האט ער געטריבן שפאס פין מיר, נאכדעם פארשיקט ער מירמיט ליידיגע הענט אין בישות, אין יעצט פליצלינג ווען איך וויל אים איבערלאזען האט ער פאר מיר די בעסט...וד"ל 

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ח אב התשע"ח 13:56 #250009

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

איך ווייס נישט אויב איך מעג אריינקומען אין די באס (א קאר איז שוין צו קליין פאר אזא גרויסארטיגע נסיעה) אן זיך מקדש זיין מיט תענתים און טבילות, די לופט איז אזוי הייליג דא.
רבותי!!! עטץ כאפטס נישט וואס דא גייט פאר!!! אונז האבן יוסף הצדיק צווישן אונז!!! וימאן מיט א שלשלת!!!
הייליגע ר' משה, מזל טוב מזל טוב!!! ספעלט נישט אויס צוצולייגן קיין ברכות, דו ביסט געבענטשט פונעם אייבערשטן אליין!!! (איך וואונטש דיר די מזל טוב ווייל איך וויל דו זאלסט מיר ענטפערן "אי"ה ביי דיר אויף שמחות)

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ח אב התשע"ח 14:33 #250011

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

איך גיי מיר מיטכאפען יעצט האב איך דא הילף גיי מיר היינט אנהייבען 

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ח אב התשע"ח 17:00 #250020

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 600 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 600 מאל

וואס תעניתים וואס טבילות... ביים ארויפשטייגן אויפן באס כאפט אן א רוח טהרה, זיך געפונענדיג אונטער איין דאך מיט א מקדש שם שמים בסתר!!!

און יעצט קומט אריין די נייעס אז מיר באקומען דא אויך כשר!!! אה! אשרינו!
כשר ס'איז גאר דערפרייענד אז מיר וועלן דיך האבן דא!

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ח אב התשע"ח 17:27 #250024

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

משה די שלעפסט אונז אלע מיט!!!

די כאפסט אז דו ביסט יעצט פון די וואס דער יצר הרע האט נישט קיין רשות!!!
אין חטא בא על ידם!!!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ט אב התשע"ח 12:39 #250042

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
גלויבט דער פין אויבן אז איך קען ציילן
היום יום אחד לטהרה
זייער שווער געווען אבער עס האט זיך געלוינט, לאנגט נישט געזאגט אזא יו"כ קטן ווי נעכטען, זיך געקענט אויסגיסען די הארץ פארן לעכטיגען באשעפער, קיין שום הנאה קימט נישט צי די געשמאק
יעצט בעטען מיר ביים קל חי געב אינז נאך איין טאג, די ווייסט דאך ווי שווער עס איז, וואס דאס הייסט פין אפענע אויגען פין קיקען אויף וואס עס גליסט זיך - צי קיקען נאר אויף לייסענס פלעיטס,פין טראכטען וואס עס קימט אריין אין מח - צי טראכטען נאר וואס די תורה לאזט, פארדעם בעטען מיר חזקני נא אך הפעם הזאת העלף אינז דע היינטיגע טאג צי בלייבן ריין

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ט אב התשע"ח 13:23 #250043

  • אידישע נשמה
  • איצטיגע שטרעקע: 100 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 22
  • האט שוין געלייקט: 22 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

באשעפער קוק זיך צו אויף דיינע קינדער אין יארע 2018 וואס זיי לעכצן צו דיר

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ט אב התשע"ח 13:29 #250044

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

משה דיינע לויטרע הארץ אין נשמה גיסט אמפערס פין חזיק חזק חזק 
מיר גיין טריט נאך טריט מיט דיר

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה כ"ט אב התשע"ח 16:01 #250049

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל
Wow!!!
ס׳איז מיר א זכיה צו זיין אין דיין חבורה!!!

קיפ אן טראקינג!!

געדענק מיר אלע זענען אין דעם זעלבען טראק צו טראקן היינט!!!
וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה א' אלול התשע"ח 10:08 #250055

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

ר׳ משה וויאזוי גייט דער נסיעה השנית לטהרה?

מיר אלע דא ווארטן צו מיט ציילן מיט דיר!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה א' אלול התשע"ח 12:31 #250059

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל
ב"ה מיט איין שמחה קען איך דערציילען אז דיר אייבישטער האט מיר געהאלפען, ממש ווי מען היינט געזאגט ביי הלל "מאשפות" ירים אביון במלא מובן המילה אז איך קען ציילן
היום יום שלשה ימים לטהרה
איך גדענק פאר זייער לאנג נישט אז איך זאל קענען זיין ריין פאר 3 טעג אין א צי, נישט געקיקט ווי מען טאר נישט, נישט געטאטשט ווי מען טאר נישט, אין נישט געטיען וואס מען טאר נישט
איך גיי אי"ה באלד מאכען א ספיצעלע  סעודת ר"ח פאר די שמחה
אין יעצט בעט איך פארן נורא עלילה געב מיר די היינטיגער טאג א מתנה איך ווויל זיין ריין איך וויל זיין נאנט מיט דיר טאטע טייערע העלפ מיר

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה א' אלול התשע"ח 14:08 #250060

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

אזא בשורה טובה!!

איך וועל מיך אויך וואשן היינט ביי סאפער ספעציעל פאר דיין 3 ריינע טעג!!!

איין טאג אויפאמאל!!!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: ר' משה השנית נסיעה קיין טהרה א' אלול התשע"ח 19:09 #250066

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 600 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 600 מאל
moshe11 געשריבן on כ"ז אב התשע"ח 22:30:
ב"ה אויף געקלינט די גאנצע דירה אלע שמיצגע סייטס פארמאכט EMAIL ,FACEBOOK, TWIITER
ארויס געווארפען די גארביזש די סמארט פאן אין אנדערע מרעין בישין  (זייער נישט לייכט געווען), 

מיך דערמאנט פון דיר משה'לע ביים מעביר-סדרה זיין.
אַבֵּד תְּאַבְּדוּן אֶת כָּל הַמְּקֹמוֹת (תרגום: אתריא, אתרים, וועב-זייטלעך בלע"ז) אֲשֶׁר עָבְדוּ שָׁם הַגּוֹיִם אֲשֶׁר אַתֶּם יֹרְשִׁים אֹתָם אֶת אֱלֹהֵיהֶם עַל הֶהָרִים הָרָמִים וְעַל הַגְּבָעוֹת וְתַחַת כָּל עֵץ רַעֲנָן: וְנִתַּצְתֶּם אֶת מִזְבְּחֹתָם וְשִׁבַּרְתֶּם אֶת מַצֵּבֹתָם וַאֲשֵׁרֵיהֶם תִּשְׂרְפוּן בָּאֵשׁ וּפְסִילֵי אֱלֹהֵיהֶם תְּגַדֵּעוּן וְאִבַּדְתֶּם אֶת שְׁמָם מִן הַמָּקוֹם הַהוּא:

און דערנאך.
לֹא תַעֲשׂוּן כֵּן לַה' אֱלֹהֵיכֶם: כִּי אִם אֶל הַמָּקוֹם (תרגום: אתרא, הד"א הוא דכתיב...) אֲשֶׁר יִבְחַר ה' אֱלֹהֵיכֶם מִכָּל שִׁבְטֵיכֶם לָשׂוּם אֶת שְׁמוֹ שָׁם לְשִׁכְנוֹ תִדְרְשׁוּ וּבָאתָ שָּׁמָּה...

והמבין יבין.

און משה'לע, מיר שפירן באמת מיט דיין שמחה מיט די דריי טעג ריין!!!
חזק ואמץ!
א געוואלדיגע חיזוק פאר אונז אלע!

צייט צו מאכן א בלאט: 0.72 סעקונדעס