ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: איך קען אויך 2524 באזוכער

ענטפער: איך קען אויך י"ז חשון התשע"ט 16:05 #251360

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

דו ביסט אונז אלע מחזק!
א יעדער פון די בני חבורה וואס שטארקט זיך, איז מחזק דעם גאנצן קהילה!

א גוט שבת
נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: איך קען אויך י"ט חשון התשע"ט 14:37 #251365

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

איך צייל היינט ב"ה נאך א ריינע טאג 

ערב שבת האב איך געהאט א שטארקע נסיון אין איך האב מחליט געווען אז איך גיי נישט זינדיגן ביז איך גיי אוועק פין דארט ווי איך בין געווען 

אין אויב איך וויל נאך אלץ שפעטער וועט מען זען שפעטער 
אין ב"ה ווען איך בין ארויס פין יענע פלאץ האב איך אנגעריפען אינעם אין געזאגט מיין שטארקייט וואס איך האב געהאט 

אין אז איך דיי מיר וויטער האלטן אין ב"ה איך בין דא יעצט 

אין יא איך בין ריין 

ישר כח פארן לאזן מיטטיילן 

כשר

לעצט פארראכטן: י"ט חשון התשע"ט 14:38 דורך kosher.

ענטפער: איך קען אויך י"ט חשון התשע"ט 15:08 #251366

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 188
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

פאראן אסאך מאל וואס חברים שטעלן ארויס דעם ציילונג פון 'נאך א טאג ריין', און מיר - כאטש וואס מיר ווייסן אז ס'ליגט צומאל באהאלטן אונטער דעם אומשולדיג-אויסקוקנדע אנאנס דעם נסיון העקידה, אבער ווען מ'לויפט עס אדורך אן התבוננות, קען עס אמאל באטראכט ווערן ווי א ready template וואו מ'ברויך בלויז אריינפילן וויפילטע טאג מ'האלט... דעריבער ווען דער 'איך צייל היינט ב''ה נאך א ריינע טאג' קומט באגלייט מיט א דעסקריפשאן אדער א שולדערונג איבער וואס ס'ליגט באהאלטן אונטער דעם טאג, הערט זיך עס אינגאנצן אנדערש, און ס'בלאזט אריין פיל חיזוק, און רצון פון מתי יגיעו מעשי למעשה kosher.

באמת א ריזן דאנק פארן מיטטיילן,
ידידיך אברעמעל

ענטפער: איך קען אויך י"ט חשון התשע"ט 16:55 #251369

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 760 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 276
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 713 מאל

כשר די שרייבסט שכח פארן לאזן מיטטיילען (קענען מיר דען אפהאלטן?) באמת קומט דיר די שכח, דיין פאזעטיוועטי און נישט יאוש מיינדסעט איז א חידוש.
יא יא איך ווייס אז ס׳איז בכלל בכלל נישט אזוי גרינג ווי די מאכסט דאס אויסזעהן, דאס איז פאר אונז אלע די גרעסטע חיזוק.

די האסט ריינע 9 טעג דאס איז די ט פון טהרה, מיר אלע וואס האבן געשעפט פון דיר חיזוק דארפן זיך צוזאמנעמען און דיר מאכן א גרויסע לחיים....

הצלחה 
חיים

ענטפער: איך קען אויך כ' חשון התשע"ט 12:29 #251374

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

ישר כח פאר די געוואלדיגע חזיק סגיט מיר ממש ליפט צו אטעמען 

אברהם העזרי זאגט געוואלדיג, ארויסשריבען איך האב נאך א ריינע טאג קיקט ממש אויס ן\ווי אקעי ווי לאנג ער האט נישט קיין ירידה ח"ו איז ב"ה אלעס לויפט ווי געפלאנט 

אבער ניין אינטער א נאך א טאג ריין ליגט אסאך מער ווי די ווערטער איך האב געהאט א נסיון אין דארכגפאלן 

סליגט אינטער די ווארט נאך א טאג ריין בליט אין בליט אידש בליט אין אסאך מאל טרערן 

אין אסאך מאל מער 
איך קען נישט שרייבען ווייטער מיינע אויגן איז פיל מיט טרערן 

ענטפער: איך קען אויך כ' חשון התשע"ט 12:30 #251375

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

אין יא ב"ה איך האב נאך א טאג ריין

ענטפער: איך קען אויך כ' חשון התשע"ט 12:51 #251376

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

א שכח כשר פאר דיין חיזוק!!

נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: איך קען אויך כ' חשון התשע"ט 18:05 #251384

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

כבוד ידידי וידיד בית ד' כשר שיחי'

איך וואינטש דיר מזל טוב פאר דיין נייע נסיעה צו ריינקייט. ברוך ה' אז דו האלסט שוין ביי ניין טאג.יעדעס טאג איז נאך א מתנה. נישט נאר א מתנה פאר דיר, נאר נאך א חיזוק פאר אונז אלע. די ריינקייט איז אביסל א קלעבעדיגע זאך. איינער ווערט ריין און דער צווייטער ווערט ריין, ממנו ילמדו וכן יעשו.

חזק ואמץ
חזק חזק ונתחזק.

מיר אלע קוקן ארויס אויף דיין ווייטערדיגע הצלחה, איין טאג אויף אמאהל בס"ד.

ענטפער: איך קען אויך כ"א חשון התשע"ט 11:37 #251394

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

נאך א טאג ריין

ב"ה איך דאנק דיר ריבונו של עולם 

ענטפער: איך קען אויך כ"א חשון התשע"ט 15:41 #251401

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 760 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 276
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 713 מאל
היום אחד עשר יום לעומר – נצח שבגבורה

ובחי' נצח שבגבורה הוא שמקבל בניצוח ועקשות קבלת עומ"ש וכמ"ש ויירא ויאמר מה נורא כו', פי' ויירא הוא שהמשיך עליו להיות מתיירא וכמ"ש שום תשים עליך מלך כי לאחר שנעשה מלך לעשות בהם כרצונו הרי ודאי תפול אימתו עליהם וזהו בחי' יראה ממש, אבל קודם שנעשה מלך רק שהוסכם להשימו למלך זהו תשים עליך מלך היינו שממשיך עליו היראה ומסכים ברצונו ע"ז אף שאין לו יראה בפ"מ עדיין וכך הוא ענין ויירא ויאמר מה נורא דאף שאין לו השגה כ"כ ברוממותו ית' עד שתפול עליו אימה מ"מ מתנצח לקבל עליו עומ"ש ונק' נצח שבגבורה שכך הוסכם הדבר קבלת עול מלכות שמים(ליקוטי תורה פרשה מסעי​)

ענטפער: איך קען אויך כ"א חשון התשע"ט 18:26 #251405

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 600 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 600 מאל

א שמחה באגיסט אונז כשר ביי די ווערטער נאך א טאג ריין, נאכדערצו אז די ריין שרייט אזוי ריזיג, ס'מיינט אז עס ליגט אסאך אין דעם.
תחזקנה ידיכם!!

האלי ביסט גוט פארן אהער שלעפן א תורה פון פ' מסעי אזוי אויפן פלאץ

ענטפער: איך קען אויך כ"א חשון התשע"ט 18:40 #251407

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל
כי בשמחה תצאו געשריבן on כ"א חשון התשע"ט 18:26:

א שמחה באגיסט אונז כשר ביי די ווערטער נאך א טאג ריין, נאכדערצו אז די ריין שרייט אזוי ריזיג, ס'מיינט אז עס ליגט אסאך אין דעם.
תחזקנה ידיכם!!

האלי ביסט גוט פארן אהער שלעפן א תורה פון פ' מסעי אזוי אויפן פלאץ


צדיקים האבן געזאגט אז אלע שוועריגקייטן וואס אידן גייען דורך ליגט אין פרשת מסעי

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: איך קען אויך כ"ג חשון התשע"ט 11:44 #251431

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

אפשער שוין געניג זיך איינגעהאלטן ? נאר איינמאל איך בין דעפרעסט נאר איין מאל אין נאך דעם גיי איך מיר נעמען איינמאל פאר אלעמאל 

ניין איך גיי נישט אזוי טראכטן ווייל סאיז זייער ביטער נאכדעם אויפ די וועלט אין ווער רעד נאך פין יענע וועלט 

די ביסט טאקע געטיגערט געווארן אבער וואס וועט מיר העלפן צו זינדיגען 

לאמיר קיקען אזוי יעצט איז מיר בעסער אויפן הארץ צו זינדיגען אבער וואס וועט מיר זיין בעסער נישט אין א יאר ארים נישט אין א וואך ארים 

וואס וועט מיר זיין בעסער אין א שעה ארים ???

איך וועל מיר בעסער שפירן אז איך האב ריליסט אדער איך וועל מיר עסען אז פארוואס פינקט איך פארוואס האב איך אזלכע נסיונות??

ישר כח פארן לאזן מיטטיילן

ענטפער: איך קען אויך כ"ג חשון התשע"ט 11:57 #251432

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 760 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 276
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 713 מאל

יישר כח פארן לאזן מיטטיילען. 
דיע ווערטער זענען גאר שטארק [הגם די יישר כח קומט פאר די אדמינעסטראציע, איך למשל קען דיר נישט אפהאלטען פון מיטטיילען] לעצטענס איז דער עולם דא מער אפען מיטציטיילען די געפילען, מחשבות און שווערעקייטען. דאס אליין ארויס גיבן די געדאנקען אין זיין קלאר דערמיט איז פארזיך א גרויס חלק פון די ישועה.

און צי דיר מיין ליבע חבר כשר,
פערזענליך איז מיר א גרויסע שמחה צי זעהן ווי די ריקסט זיך פאראויס.
דיין שטארקייט צי קוקן דעים אמת אין פנים און זיך שטעלען ציריק נאכן דורכפאלען איז א געוואלדיגער שטארקייט און איז א גרויסע חיזוק פאר מיר און פאר אנדערע.
און צי זעהן דיין הצלחה איז א ספעציעלע שמחה, מיין הארץ איז פּיל מיט פרייד פאר דיר.
השי״ת זאל דיר גיבן כח אז די זאלסט זיך קענען האלטען און נאר גיין העכער און העכער.

חיים

ענטפער: איך קען אויך כ"ג חשון התשע"ט 15:30 #251438

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

זייער שטארק געזאגט!!

באמת א שכח פארן מיט טיילן!

דו נעמסט אונז אלע מיט אויף דיין וועג ארויף!!!

קיפ אן טראקינג!!

נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: איך קען אויך כ"ג חשון התשע"ט 18:08 #251453

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

כשר!
איך קען גוט דעי מחשבות און מסתם אלע דא אויך, די Sad part איז אז נישט אייביג געוואונען דעי סארטן געדאנקען, אסאך מאל קען איך אפטראכטן די געדאנק ודכוותיה פאר א גאנצע טאג און אוועקשטופן די תאוה אבער סוף טאג (אדער נאך אינמיטן) פאל איך יא דורך (אזויווי ס'איז געווען מיט מיר אייער-נעכטן).
זעענדיג אז די שיינע דרייצענער פיגורירט מיט שטאלץ נעבן די "איצטיגע שטרעקע" פיעלד, איז עס מיר א שמחה אז דו באווייזט זיך יא צו שטארקן מיט דעי מחשבה און גיין ווייטער און ווייטער אויף די וועג וואס אונז אלע שטרעבן אנצוקומען בסייעתא דשמיא.
גיי ווייטער אן!

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: איך קען אויך כ"ג חשון התשע"ט 22:10 #251456

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
kosher געשריבן on כ"ג חשון התשע"ט 11:44:

אפשער שוין געניג זיך איינגעהאלטן ? נאר איינמאל איך בין דעפרעסט נאר איין מאל אין נאך דעם גיי איך מיר נעמען איינמאל פאר אלעמאל 

ניין איך גיי נישט אזוי טראכטן ווייל סאיז זייער ביטער נאכדעם אויפ די וועלט אין ווער רעד נאך פין יענע וועלט 

די ביסט טאקע געטיגערט געווארן אבער וואס וועט מיר העלפן צו זינדיגען 

לאמיר קיקען אזוי יעצט איז מיר בעסער אויפן הארץ צו זינדיגען אבער וואס וועט מיר זיין בעסער נישט אין א יאר ארים נישט אין א וואך ארים 

וואס וועט מיר זיין בעסער אין א שעה ארים ???

איך וועל מיר בעסער שפירן אז איך האב ריליסט אדער איך וועל מיר עסען אז פארוואס פינקט איך פארוואס האב איך אזלכע נסיונות??

ישר כח פארן לאזן מיטטיילן


די תאווה (פאר מיר מיינט עס די עדיקט שבקרבי) איז א פאלנע ליגנער. בכל פרטיה וכלליה פון די תאוה איז עס פיל מיט ליגנד.

ליגענד נומער איינס, אז נאר דעם איינע מאהל געב נאך, און דערנאך לאז איך דיר זיין ריין.
ליגענד נומער צוויי, דו קענסט סייווי נישט זיך איינהאלטן.
ליגענד נומער דריי, יעצט כאטש האב הנאה. שפעטער וועסטו זיך דעמאלס זארגן. אפילו בשעת מעשה האט מען נישט עכט הנאה.
ליגענד נומער פיר, אז ער רעדט נישט פון די קלינאפ פון לאחר המעשה, וואס יעדער פילט ווייניגער ווי א רגע כמימרא נאכן נאכגעבן די תאוה, ווי א שטיק זבל.
ליגענד נומער פינף, היינט איז אוממעגליך פאר דיר זיך איינצוהאלטן, עס איז צו שווער, קשה מנשוא.
ליגענד נומע זעקס, אז עס א טבעיות'דיגע תאווה. יעדער איינער טוהט עס.
ליגענד נומער זיבן, אז איך טוה קיינעם נישט וויי ווען איך טוה עס.
ליגענד נומער אכט, עס קומט מיר ווייל איך האב זיך איינגעהאלטן אזוי לאנג מעג איך כאטש היינט.
ליגענד נומער ניין, יעצט אז איך בין דיפרעסט, וועט דאס העלפן פאר די דיפרעסיע און מיר מאכן א גוטע פילינג.

הרבה יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן

ענטפער: איך קען אויך כ"ג חשון התשע"ט 23:46 #251460

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

וואףףף איז דאס שטארק!!!

א גרויסן שכח פארן שערן!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: איך קען אויך כ"ד חשון התשע"ט 13:57 #251475

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 600 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 600 מאל

ש'כוח לומד!
ס'קוקט אויס ווי סהאט ארויסגעליקט א רעקארדינג פון מיינע מחשבות.
אדער ביסטו א יודע מחשבות.

ענטפער: איך קען אויך כ"ו חשון התשע"ט 15:33 #251481

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

השי"ת איך קען נישט מער ראטווע מיר 

ענטפער: איך קען אויך כ"ו חשון התשע"ט 16:21 #251483

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

רבונו של עולם איך שפיר מיר דעטראנקען וועל איך נאך אמאל זוכה זיין ???

ענטפער: איך קען אויך כ"ו חשון התשע"ט 17:29 #251484

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל
kosher געשריבן on כ"ו חשון התשע"ט 16:21:

רבונו של עולם איך שפיר מיר דעטראנקען וועל איך נאך אמאל זוכה זיין ???


כי תעבור במים אתך אנו! כשר, איך בין מיט דיר, איך פארשטיי דיין געפיל פון פארלוירנקייט. איך ווייס נישט וואס האט געברענגט די פארלוירנקייט אבער פון די ליידיגקייט אונטער דיין נאמען (וואו ס'שטייט געווענליך די צאל ריינע טעג) דערציילן אז עפעס איז געשען מיט כשר. אבער זאלסט וויסן כשר טייערער אז ווען מ'זעהט א קערפער וואס ליגט אומבאוועגליך אין די וואסער ווייסט מען אז ס'איז געהאקטע ווי א בארג, אויב ווארפט זיך עס אבער איז נאך דא גוטע שאנסן אז ס'גייט בלייבן לעבן.
ווען איך זעה דיך ווען פאלן און דו בלייבסט זיצן מיט צאמגעלייגטע הענט ווי די אינגל וואס ווארט אז די רבי זאל אנקומען צו זיין פלאץ טיילן די זופ וואלט איך אריינגעפאלן אין א היסטעריע אז ס'איז שוין לאחר המעשה, אבער אז איך זעה אז דו ווארפסט זיך נאך יא ברוך השם און טראץ דיין פאל און פעסטע זעץ שרייסטו נאך פון טיפן הארץ פאר הילף ווייס איך אז ס'לעבט נאך ב"ה און ס'וועט נאך לעבן אסאך אסאך יארן (צאמגעשטעלט פון איינצעלנע טעג אויפאמאל).
איך לייקן נישט אז דו ביסט דערטראנקען, איך זאג אבער אז דו גייסט עס איבערלעבן!
קום ארויס, היס אויס די שמוציגע וואסער וואס דו האסט איינגעשלינגען, לייג דיינע וועש טרוקענען אויף די ווארעמע זון און..... טאנץ אריין נאכאמאל און נעם דיך שווימען!!!

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

לעצט פארראכטן: כ"ו חשון התשע"ט 17:30 דורך ich vil zan ehrlich.

ענטפער: איך קען אויך כ"ו חשון התשע"ט 17:42 #251485

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

שיין געזאגט. 
גא״מ. 

מיר זענען מיט דיר פולי!
מיר גייען עס דורך מאכן בסיעתא דשמיא!

דיין חבר 
נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: איך קען אויך כ"ו חשון התשע"ט 18:24 #251487

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

רבותי איך וויל לאזן וויסן בשער בת רבים אז "אוזע" און "כשר" האבן געשלאסן א דיעל און זיי גייען צוזאמען ארבעטן אויף אלע וועגן שייך זיך צו האלטן ריין. די פונקטליכע דעטאלן פון די דיעל זענען געהאלטן אין די מערכת כדי צו היטן אויך די כבוד פון די באטרעפנדע אבער אלע האפן אז די אפמאך וועט בעז"ה זיין פאר די בענעפיט פון אלע צדדים און אלע בני הקהילה דא וועלן קענען זעהן עין בעין די געוואונטשענע רעזולטאטן.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: איך קען אויך כ"ו חשון התשע"ט 19:28 #251488

  • 5050
  • איצטיגע שטרעקע: 168 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 237
  • האט שוין געלייקט: 372 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

ממזל טוב פארען דיל,זאל זיין מיט גרוס מזל אין מיו גרוס הצלחה .

ענטפער: איך קען אויך כ"ו חשון התשע"ט 19:36 #251489

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

מזל טוב מזל טוב!!!
יחי האַדיעל!!!

דער אייבישטער זאל ענק העלפן בתוך שאר הקהילה מיט לאנגע געזינטע ריינע טעג!!!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע
לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התשע"ט 09:58 דורך נטע.

ענטפער: איך קען אויך כ"ו חשון התשע"ט 20:35 #251490

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 600 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 600 מאל

מזל טוב!!!

חם, דאס איז וואס דער יצר וויל טוהן, מחמם זיין צו עפעס וואס מיר ווילן נישט, אבער אז צוויי ייד'עלעך שטעלן זיך צוזאם און מאכן א דיל צו ארבעטן אויף ריינקייט, ווערט "חיים".

חיים כמשמעו, חיים של אושר, חיים של נקיות, חיים של טהרה...!

די באשעפער זאל העלפן מיר זאלן אלע מצליח זיין, עוד ישמע בערי הד"א קול ששון וקול שמחה.

לחיים לחיים!!!!!

ענטפער: איך קען אויך כ"ז חשון התשע"ט 02:40 #251497

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

ייישר כח כשר מיט אווז"ע פארן מיטטיילן ענקער מצב. דער באשעפער זאל ענק באלייכטן מיט אונז אלע צוזאם צו נאך א ריינע טאג .

די שותפות זאל זיין מיט הצלחה, און לטובה, להרבות ריינע טעג פאר ענק, און ריינקייט פאר אלע חברים. 

איך וויל ענק בעטן אז עס זאלט מקבל זיין בלי נדר אז היות בעזרת השם גייט עטסעס ווערן און זוכה זיין צו ריינקייט, אז מהיום גייט עטס העלפן אנדערע וואס מוטשען זיך. סיי ביידע פון ענק אלץ א שותפות און סיי ביידע אלץ יחידים. 

ענטפער: איך קען אויך כ"ז חשון התשע"ט 11:34 #251498

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 264
  • האט שוין געלייקט: 657 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל
נטע געשריבן on כ"ו חשון התשע"ט 19:36:

מזל טוב מזל טוב!!!
יחי האַדיעל!!!

דער אייבישטער זאל ענק העלפן בתוך שאר הקהילה מיט לאנגע געזינטע ריינע טעג!!!

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: איך קען אויך כ"ח חשון התשע"ט 12:32 #251515

  • dz703
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 52
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"ו חשון התשע"ט 18:24:

רבותי איך וויל לאזן וויסן בשער בת רבים אז "אוזע" און "כשר" האבן געשלאסן א דיעל און זיי גייען צוזאמען ארבעטן אויף אלע וועגן שייך זיך צו האלטן ריין. די פונקטליכע דעטאלן פון די דיעל זענען געהאלטן אין די מערכת כדי צו היטן אויך די כבוד פון די באטרעפנדע אבער אלע האפן אז די אפמאך וועט בעז"ה זיין פאר די בענעפיט פון אלע צדדים און אלע בני הקהילה דא וועלן קענען זעהן עין בעין די געוואונטשענע רעזולטאטן.


קען איך אויך זיין א מעמבער אין ענקער חבורה?

צייט צו מאכן א בלאט: 0.81 סעקונדעס