ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: מיין ספר החיים 663 באזוכער

מיין ספר החיים י' כסלו התשע"ט 01:40 #251810

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
שלום עליכם, חברים וידידים, מבקשי השם..
איך בין א אלט-ניי מעמבער דא, אלט, וויל איך בין דא איינגעשריבען קרוב צי צוויי יאר, ניי, ווייל איך האב געשריבען דא ממש געציילטע מאל, אבער באמת, בין איך א תושב אויפן ענגלישע זייט, דארט האב איך א אשכול פין 38 בלעטער, אבער לבקשת החברים קום איך אריבער אהער, אין באמת, די סיבה פארוואס איך בין נישט געווען געהעריג דא ביז יעצט, ווייל עס איז מיר זייער שווער צי טייפען אידיש אויפן קאמפיאטער, אבער איך וועל מיך בלי נדר אנשטרענגען...
וזה החלי....
דאס איז מיין ספר החיים, פשוטו כמשמעו, מיין ספר פין לעבען, איך פיל אין איך ווייס אז דער נסיון איז מיין תפקיד אויף די וועלט, דאס איז וואס דער רבוש"ע וויל פין מיר, אין ער וועט מיר שיקען נסיונות כסדר, אפילו ווען איך וועל מיך איינרעדען אז איך בין שוין געהיילט, וועט פין אינטערען טיש קימען א פרישע נסיון, אין די סיבה פין די נסיונות איז ,ווייל דער רבוש"ע האט הנאה ווען איך בין מיך גובר אויף די נסיונות, אין איך בין זייער קלאר אז די נסיונות גייען אהנהאלטען ביז מיין לעצטען טאג אויף די וועלט, אפשר וועל איך נישט זיין קיין עדיקט, אבער די נסיונות גייען זיין, נאר איך וועל זיין אין קאנטראל, אין נישט מיין חלק הבהמיות וועט זיין אין קאנטראל, אין ממילא ווען איך פאל אדורך, מיינט נאכנישט אז עולם חשוך בעדי, איך ווער נאכנישט אויס יוד אדער אויס וועלט, ניין מען גייט אהן ווייטער בכל התוקף, ווייל אז מען איז קלאר וואס די מישען איז, ווייסט מען אז די ירידה איז א צורך לעליה, אין יתכן אז נאך א ירידה דארף מען ארויס גיין אין א טאנץ אז דער רבוש"ע איז נאך אינטערעסירט אין מיין עבודה, ממילא אין ארדער איך זאל וויסען ווי איך האלט אויף די וועלט, אין עס זאל מיר אביסעל גרינגער אנקומען, ווי מיין עקספיריענס האט געוויזען, מיז איך האבען דעים ספר, אין יעדער איז וועלקאם צי קאמענטען אויף מיינע פאסטס...
באמת בין איך נישט טאג 1# נאר איך וויס נישט קלאר ווי איך האלט, ממילא הייב איך אהן מיט 1#..

טאג #1
שבת קודש, ב"ה האב איך געהאט גאר א פיינע טאג, מיין טשאלענדש איז בעיקר אין בעט, אין ביותר צריך לזרז פרייטאג אין שבת נאכמיטאג, דעמאלטס איז מיין גרעסטע נסיון, אין ב"ה איך בין ריין, כולו לשם....
פרייטאג צי נאכטס נאך די סעודה בין איך געגאנגען אין גאס, פארנט פין מיר האט שפאצירט א נסיונה..... אין ב"ה איך האב געהאט די כח איר אויסציקראסען... איך האב געטראכט צי מיר אז דאס מאל גיב איך די הנאה פארן באשעפער, אין עס איז געלונגען...
ישר כח באשעפער, אהן דיין הילף קען איך גארנישט, אהן דיין השגחה בין אין ניטאמאל א שטיין.... ישר כח פארן העלפען זיך גובר צי זיין... איך גלייב באמונה שלימה אז נאר די העלפסט מיר לוחם זיין..
ישר כח פארן מיר צישיקען צי דעים גאלדענעם הדא... אהן דעים וואלט איך ווען נישט געהאלטען ווי איך בין יעצט... אין ישר כח פאר די טייערע חבירם דא, אין בפרט מיינע 2 אלטע פארטנערס אין מיין חשובע יעצטיגע חבר, מיר וועלען שטייגען אי"ה אינאיינעם..
יא מיר קענען אלע זיין ריין, אין מיר וועלען זיין ריין, אבער געדענקט! נאר מיט שמחה! שמחה ברענגט גיטס אין קדושה! עצבות ברענגט די פארקערטע!

ענטפער: מיין ספר החיים י' כסלו התשע"ט 01:53 #251812

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

איך האב באגעגנט די שטיקעל אין א צווייטע אשכול, איך האלט דאס דארף יעדער איד קענען אויסעווייניג, אין לעבען מיט דעם, א חלק פין אינזער פראבלעם אין די דור, אין פארוואס אינזער קדושה איז אזוי נידעריג איז, ווייל מיר טיען זיך אינטערשאצען, אז מיר זענען גארנישט ווערט, מיר זענען נידעריגע מענטשען, אבער באמת זענען מיר גאר שטארקע אין הויכע מענטשען...
די שטיקעל איז נורא נוראות...

ראוי לציין מש"כ בספה"ק טהרת ישראל - שמירת עינים פרק ד' ...אם תלך בשוק ויצרך בוער בקרבך להסתכל בנשים, או להגביה עיניך סתם וכו, ואתה עומד בנסיון שלא תשמע לדברי היצר, אז בזה השעה והרגע אתה נכלל בכללא דצדיק יסוד עולם וכו' וכו', בזה הרגע נשמתך זוכה ומקבלת פני השכינה ונעשה שמחה וחדוה בכל העולמות, ושכינת כבודו יתברך שמו מתעטרת בך ומנשקת עיניך הטהורים וכו' וכו' וכו' , ....רק תיכף בשעה שרואה דמות אשה ומעביר מחשבתו לבלי ליהנות ח"ו ובלי להרהר, תיכף ומיד זוכה ומקבל פני השכינה.... נורא נוראות

ענטפער: מיין ספר החיים י' כסלו התשע"ט 07:18 #251813

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 166 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 886
  • האט שוין געלייקט: 743 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

מזל טוב צו דיין נייע טרעד.
יא מיר כייען זוכה צושטייגן אינאיינעם.
יש״כ פאר דיין פאוסט, ס׳געט שטארקע חיזוק!!

נטע׳לע

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: מיין ספר החיים י' כסלו התשע"ט 10:14 #251814

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 332
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 693 מאל

שכוח באשעפער, פארן מיר שיקן נאך א הילף, פאר מיר, ווייל מיט דעים וואס איך האלט מיט, ווי נאך איינער גייט אויף די וועג, ארויף, געבט עס מיר חיזוק,

נאך א פלאץ ווי איך וועל קענען כסדר זען, ווי סאיז דא א מהלך צו גיין ווייטער, מיטן אייבערשטענס הילף.

ענטפער: מיין ספר החיים י' כסלו התשע"ט 11:59 #251815

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
מיין רב האט די וואך געזאגט א גיט ווארט, וואס איך וויל מיטיילען,
מען האט נאך קיינמאל נישט געזען אין די היסטורי אז א פערד זאל זיך לייגען באנאכט ווי א פערד אין ער זאל אויפשטיין ווי א לייב, א פערד לייגט זיך ווי א פערד אין שטייט אויף ווי א פערד, אלייב לייגט זיך ווי א לייב אין שטייט אויף ווי א לייב, האט ער נאכגעזאגט פין איינעם און יחשוב על משכבו, אז ווען מען פאנטעזירט אין טראכט פין נישט קיין גיטע זאכען באנאכט אין בעט, אין קל וחומר ווען מען טיט נישט קיין גיטע זאכען אין בעט, דעמאלטס, יתיצב על דרך לא טוב, רע לא ימאס, ווען מען שטייט אויף, שטייט מען אויף על דרך לא טוב, די נעקסטע טאג קען נישט גיין אויף א גיטע וועג, רע לא ימאס... די גאנצע טאג גייט מיטען פיטום אראפ...
אן אמתדיגע ווארט, איך קען מעיד זיין פין עקספירענס

ענטפער: מיין ספר החיים י' כסלו התשע"ט 12:42 #251816

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 124
  • האט שוין געלייקט: 19 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שלום עליכם שמע תפלתי באמת פאר מיר ביסטי נישט קיין נייער, מיר האבן שוין געהאט די זכיה צי ניצען דיין הילף אויף די ענגלישע סיייט
אין צי דיין קרעדיט בין איך יעצט דא מיט א פרישקייט 

די אייבישטער זאל העלפען עס זאל זאל מקיום די ברכה וואס חזל זאגען כל המזכה אז הרבים אין חטא בא על ידו, איך מיין עס נישטא קיין גרעסער ברכה פין דעם, פין אין חטא בא על ידו 

ענטפער: מיין ספר החיים י' כסלו התשע"ט 15:20 #251822

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 405
  • האט שוין געלייקט: 772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל

מזל טוב צו די נייע אשכול און שכח פארן זיין נעתר לבקשתינו.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין ספר החיים י' כסלו התשע"ט 19:15 #251841

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 35 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 451 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל

ישר כח פאר שמע תפילה 

מען זעט די האסט קלאר ארויס די גאנצע ענין 

דיין ערשטע פאסט אליין האב איך דעשעפט חזיק 

מיר ווארטן אויפ נאך אין ישר פארן זיך איבערשטרענגן צו טייפן אין אידש

ענטפער: מיין ספר החיים י"א כסלו התשע"ט 11:31 #251871

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
טאג #2
היינט איז טאג #2, אין ב"ה איך בין ריין, איך פיל אז איך בין דעם רבוש"ע א קינד, ער שטייט מיר צי די רעכטע האנט, אין איך בעט איהם אויף ווייטער ער זאל מיר שטיין צי די רעכטע האנט, עס איז קלאר אז אהן זיין הילף קען איך גאר נישט, אזוי אויך איז קלאר, אז ווען מען בעיט איהם העלפט ער, איך בין דאך זיין קינד, ווער דען וועט מיר העלפען אויב נישט מיין טאטע אבינו שבשמים.... ממילא בעט איך איהם ער זאל מיר העלפען אויף הייט אין אויף יעדע טאג, אז איך זאל מיך קענען גובר זיין אויף די נסיונות ופגעי הזמן... מיך אין אלע טייערע חבירים...

איך וויל מיטיילען א שטיקעל מסילת ישרים, וואס איך חזר מיר כסדר, עס קען אפשר העלפען אנדערע אויך, די מסילת ישרים איז פרק טו

דער מסילת ישרים ברעגט ארויס אין איין ווארט, אז "עדיקשען קימט פין נישט טראכטען"...
ער איז מבאר, אז ווען א מענטש זאל זיך מתבונן זיין אין אריין טראכטען אין יעדע זאך וועט ער זען אז א יעדע תאוה איז א דמיון, ער כאפט אן א דוגמא פין עסען, א מענטש ווערט זאט פין פת קיבר פינקט אזוי ווי ער עסט בשר בהמה ושמינה, נאר בשר בהמה איז בעסער פארן אויג, עס שמעקט בעסער, וכו, אבער די פועל יוצא איז אז ער ווערט זאט פינקט אזוי ווי פין ברויט, דער חיליק איז אבער, אז נאך א שעה 2, וועט דער וואס האט געגעסען די בשר בהמה ליידען פין מאגען ברענענישען, אין פין אלע מכאובות, ער וועט ווערן מיד, ער וועט ליידען פין בלאד פרעשער, וכו. וכו. משא"כ דער וואס האט געגעסען פשוטע ברויט וועט אנגיין כאילו לא היה,

די זעלבע זאך איז ביי אינזערע תאוות, ווען מיר זאל טראכטען בקביעות, אין מיט א ברירות, מיר זאלן זייער קלאר וויסען, אז דאס ברעגט אינז אלע מחלות אין מכאובות בגשמיות פינקט ווי ברוחניות, וואלטען מיר זיך ווען ארויסגעלאזט דערפין גערינגערהייט... נאר, דער שאור שבאיסה איז מעכב.
ממילא, זאגט ער ווען א מענטש זאל וויסען זייער קלאר פין דעם, וכשירגיל את עצמו "ויתמיד בעיונו" על האמת הזאת, וועט ער ציביסלעך ארויס קריכען פין דעם עדיקשען....

לייגט ער צי, אז ווען א מענטש זאל שוין וויסען בברירות, בענין תאוותו, אז די ריכטיגע וועג איז נאר צי טין וואס עס איז גיט, אויב וועט ער זיך אבער דרייען אויף א פלאץ ווי מען טיט די זאכען וואס ער ווייסט שוין אז עס טויג נישט, וועט ער זיך נישט קענען ארויס דרייען פין די מלחמה, מידי מלחמה לא יצא, ער וועט זיך דארפען דראפען אויף די ווענט נישט נכשל צי ווערן, ווייל ער ווייסט אז עס טויג נישט, אבער ער וועט מיזען פייטען נישט אדורך צי פאלען, אין אנדערע ווערטער, אפילו מיר וויסען זייער קלאר, אז זיך ארים שפילען, אין קיקען אויף פרויען צי אויף מענער במקומות לא טובים, איז זייער שלעכט פאר אינז, אויב וועלען מיר נישט האבען קיין ריכטיגע פילטערס אין גדרים אויף אינזערע קאמפיאטערס, וועט אינזער קלארקייט אינז גארנשט העלפען, מיר וועלען האבען א שטענדעגע מלחמה, א מלחמה כבידה, אין מיר וועלען האלטען אין איין דורכפאלען, משא"כ ווען מיר זאלן זיך נישט דרייען דארט, אין מיר וועלען זיין זייער זייער קלאר וואס עס איז באמת גיט אין וואס נישט, דאס וועט אינז ראטעווען פין אלעמען, ברור כשמש, וכדאי ר' משה חיים לוצאטו זצ"ל לסמוך עליו....
ער לייגט אבער צי, אז מען דארף האבען געדולד, עס גייט נישט אין איין טאג, אין אויב מען פרעשארט עס זאל גיין שנעל, גייט מען דארעכפאלן, עס גייט נישט שנעל, נאר ציביסלעך....

ישר כח פארן מיר צישיקען צי דעים גאלדענעם הדא... אהן דעים וואלט איך ווען נישט געהאלטען ווי איך בין יעצט... אין ישר כח פאר די טייערע חבירם דא, אין בפרט פאר מיין חשובער פארטנער שותף לדבר מצוה, מיר וועלען שטייגען אי"ה אינאיינעם..
יא מיר קענען אלע זיין ריין, אין מיר וועלען זיין ריין, אבער געדענקט! נאר מיט שמחה! שמחה ברענגט גיטס אין קדושה! עצבות ברענגט די פארקערטע!

ענטפער: מיין ספר החיים י"א כסלו התשע"ט 19:08 #251909

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 405
  • האט שוין געלייקט: 772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל

מזל טוב שמע-תפלתי פאר די נייע פראפייל-פיקטשער

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין ספר החיים י"א כסלו התשע"ט 21:03 #251912

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

רבותי חברים וידידים כל אחד בשמו יבורך...
איך וויל מיך דא אויף טין אין גרויס האלטען, איך וויל זיין שטאלץ, ויגבה בדרכי השם, אין טאקע ברבים...
היינט אינמיטען טאג, אינמיטען די ארבייט, טאקע ביי מיין דעסק, אין ביי א געפילטערטע קאמפיאטער, האט מיך אנגעכאפט א מוראדיגע תשוקה צי כאפען א בליק, עה, מער ווי א בליק, א געהעריגע ראיה אין הסתכלות, א תשוקה זיך צי זעצען ביי דעם איינעם נישט געפילטערטע קאמפיאטער אין קיקען וואס מען טאר נישט, אין פארשטייט זיך, מיט א חשבון ציציקימען צי טון וואס מען טאר נישט.... סאב קאנטשעס ווייס איך קלאר וואס איך האב זייער שטארק געוואלט טין... נעבעך... אבער איך האב געשיקט א מעסעדזש פאר חבירי היקר, מיין לייף סעווער,  אז דער יצר/עדיקשען וויל מיך פאנגען, אין איך זאג איהם צי, אז איך בין אין קאנטראל..... אין אויב קען איך נישט זיין אין קאנטראל, וועל איך אים לאזען וויסען,  אין יא, איך בין ריין... הודו לשם כי טוב.. באשעפער איך האב דיך ליב... ווייל די האסט מיך ליב....
ווער קימט טאנצען מיט מיר.... נא... אידאלאך... נא.... ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו... ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו... נישט דעי ניגון, נא וואס יא? הטוב הטוב הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם ........ אוי הייליגע באשעפער מיר האבען דיך אזוי ליב, הייליגע באשעפער, מיר האבען דיך אזוי ליב....
ישר כח באשעפער, די היטס מיך, איך בעיט דיך היט מיך אין אלע חברים יעדע איינציגע סקונדע....

ענטפער: מיין ספר החיים י"א כסלו התשע"ט 22:20 #251921

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 693 טעג
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 946
  • האט שוין געלייקט: 3875 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
 יישר כוח פאר מיטטיילן. דו ביסט אן אינספיראציע פאר אונז אלע.

קיפ איט אפ 

ענטפער: מיין ספר החיים י"ב כסלו התשע"ט 13:16 #251950

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 166 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 886
  • האט שוין געלייקט: 743 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

שטארק געשריבן!!!

איך גלייך דיין טאג בוך!!!

דו ביסט אונזער שטאלץ!!!

ווען איך האב אנגעהויבן האב איך געקומען ציילן דא ברבים יעדען טאג, דאס האט מיר געהאלטן ריין.

נטע׳לע

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: מיין ספר החיים י"ב כסלו התשע"ט 13:18 #251952

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 405
  • האט שוין געלייקט: 772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל
WOW!!!
שטארק!
ס'געט חיזוק.
שכח פארן פארציילן.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין ספר החיים י"ב כסלו התשע"ט 13:22 #251955

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
טאג #3

טאג #3 איז ב"ה געווען א ריינע, אביסעל טריגערס דא, אביעל דארט, אבער מען האט געמענעדש, ב"ה איך בין געווען אין קאנטראל, מח שליט על הלב, ישר כח פאר מיין שותף לדבר מצוה, ער האט א חלק אין דעים...

3 טאג איז דאך א חזקה, חזקה איז דאך א שטארקע זאך, חזקה מאכט א גרויסע רושם אין יעדע זאך, די פראבלעם איז אבער, אז עס איז א תרי ותרי, דער יצר/עדיקשען האט דאך אויך חזקה פין זיין זייט, ער איז דאך מכשיל יעדען טאג טויזענטער מענטשען מיט א גרויסע סוקסעס, האט ער דאך אויך חזקה, נא, וועמענס חזקה גייט גובר זיין?
סטעי טאנד, מיר וועלען האבען א תירץ אין די קימענדיגע טעג, וואכען חדשים יארן..

קשיא, וואס איז דער גדר צווישען אן עדיקט אין א עברין? באמת, וואס איז אן עדיקט, איז ער א שוגג אדער א מזיד, אין וואס טיט זיך אין ריקאווערי, איז מען דעמאלטס א מזיד אדער אויך א שוגג? ווי איז די חיליק...
למאי נפקא מינה? צי וויסען ווי מען האלט אויף דער וועלט... איז מען אן עדיקט אדער א פוטער עברין אדער א פלעינער שוגג, אדער חולם חלום.....

ישר כח פארן מיר צישיקען צי דעים גאלדענעם הדא... אהן דעים וואלט איך ווען נישט געהאלטען ווי איך בין יעצט... אין ישר כח פאר די טייערע חבירם דא, אין בפרט פאר מיין חשובע חבר, מיר וועלען שטייגען אי"ה אינאיינעם..
יא מיר קענען אלע זיין ריין, אין מיר וועלען זיין ריין, אבער געדענקט! נאר מיט שמחה! שמחה ברענגט גיטס אין קדושה! עצבות ברענגט די פארקערטע!
לעצט פארראכטן: י"ב כסלו התשע"ט 13:25 דורך שמע-תפלתי.

ענטפער: מיין ספר החיים י"ג כסלו התשע"ט 16:37 #252007

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

טאג #4
ב"ה טאג #4 איז אדורך מיט סוקסעס, ב"ה א ריינע טאג, מען קען נישט מסביר זיין די גיטע פילינג דערפין, מען פילט זיך ווי א מענטש, נישט ווי קיין בהמה, אין איך מיין טאקע בגשמיות, ווער רעדט נאך ברוחניות..
בהאי שתא וויל איך מודיע זיין פאר די אידען וואס זענען נאך נישט א חלק בהנהו חבורתא קדישא, עטס ווייסט נישט וואס עס פעלט ענק, יא אר מיססינג אייט ביג טיים, מען קען דאס נישט מסביר זיין, פינקט ווי מען קען נישט מסביר זיין פאר א גוי וואס עס מיינט א טשאלענט נאכען דאווענען... איך בעיט ענק טאנצט אריין, עטס וועטס נישט חרטה האבען.. טראסט מי... 

טאטע! ישר כח פאר דיין הילף, אהן דיין הילף קען איך גאר נישט, אין מיט מיין תפלה טי איך אויף א געוואלד, טאטע, איך גלייב אז די ביזט מוראדיג נאנט צי מיר, ביזט אין מיר אין די ביזט לעבען מיר... טאטע איך בעיט דיך אויף ווייטער פארלאז מיך נישט, ישר כח...

ענטפער: מיין ספר החיים י"ג כסלו התשע"ט 19:59 #252016

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 166 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 886
  • האט שוין געלייקט: 743 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

אמן!!!

שטארק געזאגט!!!

נטע׳לע

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: מיין ספר החיים י"ד כסלו התשע"ט 11:33 #252019

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
טאג #5
טאג #5 איז געווען געוואלדיג... א הערליכע אין גלאנצעדיג ריינע טאג. געווען זייער א ביזי טאג אין אפיס, דער רבוש"ע דער מסבב כל הסיבות דרייט אהן מיין טאג, איך זאל נישט האבען קיין רגע צייט צי זינדיגען....

טאטע איך בין בשמחה, האסט מיר געגעבען די זכיה צי וועלען זיין ריין, מיין רב ז"ל פלעגט זאגען, אז קודם מיז מען האבען די זכיה צי האבען א רצון צי וועלן מתפלל זיין, דער ערשטער רצון איז דער שליסעל. טאטע, האסט מיר געגעבען די זכיה צי קענען דיר בעטען די תפלה פין ויחד לבבינו לאהבה וליראה את שמך... אהבה אין נארמאלע אימשטענדען קימט ווען מען האט א קאנעקשען מיט איינם אימאשענעלי, מען קען נישט בעטען איינעם "האב מיך ליב", דער רבוש"ע האט מיר אבער יא געגעבען די אפשען איך זאל אים קענען בעטען ויחד לבבינו, "לאהבה" טאטע איך בעט דיך זיי מייחד מיין הארץ נאר דיך ליב צי האבען, ליראה, נאר פין דיר מורא צי האבען... רבותי, חברים וידידים, טראכטס אריין וואס מען בעט דא, טיטס עס נישט אינטערשאצען, ווען מען בעט אינזער טאטע גיט ער עס אינז, גלייבטס אין דעם.... גלייבטס אז אינזער טאטע איז נאנט מיט אינז, מען דארף נאר בעטן אין בעטן..... טאטע ישר כח פארן געבען מיר די זכיה צי זיין א חלק פין די הייליגע חבריא קדישא, לאו כל אדם זוכה דא אנציקימען..... חברה אינז האב מיר אן אויסטערלישע זכיה צי זיין דא... דא איז דער שביל צום דרך עץ חיים...
אקעי, דזשאסט מיינע געפילען...

איך האב אמאל געשריבען אויף די ענגלישע הדא די פאלגעדע, איך מיין עס איז א גיטע ליין:

remember “Failure should be our teacher, not our undertaker. Failure is delay, not defeat. It is a temporary detour, not a dead end. Failure is something we can avoid only by saying nothing, doing nothing, and being nothing”

טאטע! ישר כח פאר דיין הילף, אהן דיין הילף קען איך גאר נישט, אין מיט מיין תפלה טי איך אויף א געוואלד, טאטע, איך גלייב אז די ביזט מוראדיג נאנט צי מיר, ביזט אין מיר אין די ביזט לעבען מיר... טאטע איך בעט דיך אויף ווייטער פארלאז מיך נישט, ישר כח..

יא מיר קענען אלע זיין ריין, אין מיר וועלען זיין ריין, אבער געדענקט! נאר מיט אחדות אין מיט שמחה! שמחה ברענגט גיטס אין קדושה! עצבות ברענגט די פארקערטע!

ענטפער: מיין ספר החיים י"ד כסלו התשע"ט 18:05 #252026

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
לעצט פארראכטן: י"ד כסלו התשע"ט 18:14 דורך שמע-תפלתי.

ענטפער: מיין ספר החיים י"ד כסלו התשע"ט 19:02 #252029

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 332
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 693 מאל

ענטפער: מיין ספר החיים ט"ו כסלו התשע"ט 04:12 #252031

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 693 טעג
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 946
  • האט שוין געלייקט: 3875 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל

ענטפער: מיין ספר החיים ט"ו כסלו התשע"ט 05:50 #252032

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 166 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 886
  • האט שוין געלייקט: 743 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

זייער שטארק געזאגט!
דיין ענגלישע פאנטשליין האבעך זייער ליב...!

קיפ איט אפ
נטע׳לע

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: מיין ספר החיים ט"ו כסלו התשע"ט 11:23 #252033

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
טאג #6
טאג #6 איז געווען ב"ה א ריינער... אין איך האף אין בעיט אז היינט זאל אויך זיין א ריינער..
פרייטאג אין שבת איז מיין שווערסטע צייט, אין איך בעיט דא ברבים דעים רבוש"ע ער זאל שטיין צי מיין הילף, ואל תביאנו לידי נסיון בכלל...

טאטע! ישר כח פאר דיין הילף, אהן דיין הילף קען איך גאר נישט, אין מיט מיין תפלה טי איך אויף א געוואלד, טאטע, איך גלייב אז די ביזט מוראדיג נאנט צי מיר, ביזט אין מיר אין די ביזט לעבען מיר... טאטע איך בעט דיך אויף ווייטער פארלאז מיך נישט, ישר כח..

יא מיר קענען אלע זיין ריין, אין מיר וועלען זיין ריין, אבער געדענקט! נאר מיט אחדות אין מיט שמחה! שמחה ברענגט גיטס אין קדושה! עצבות ברענגט די פארקערטע!

ענטפער: מיין ספר החיים י"ז כסלו התשע"ט 21:26 #252055

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

טאג #7
טאג #7 איז געווען א דיזעסטער, איך בין נאך א ריינער, אבער וואס פאר א טעם האט דאס, ווען מען שטייט אויף שבת ציפרי, מיטן חשבון צי לערנען א שעה גמרא רשי תוס, מעביר סדרה זיין תהילים זאגען, אבער מען פארט אויף א ריזיגע יאמאנגעס ראלער קאסטער, יא עקטען אויט נישט עקטען אויט... איטס קרעזי רעדיקעליס... מען ליגט אין בעט ווי א פערד, מיט געשעפטען, אז אפשר יא, אפשר זאל איך יא טין וואס איך וויל באמת נישט טין... אבער ניין איך וויל נישט, עפטער אלל בין איך א איד, א מענטש, אין איך וויל נישט אין איך טאר נישט, א האלבע שעה פארברענט מיט נאנן סענס.... אקעי איך בין ריין, אבער דאס הייסט ריין? הזאת נעמי?....
רבותי, איך ווייס אז דאס אחז מיין ארבייט אויף די וועלט, אבער איך האב שוין מער נישט קיין כח צי דעים...
שוין... געניג זיך אפגערעדט... היינט איז געווען אסאך בעסער... 
זייטס מיר אלע געזינט אין ריין

ענטפער: מיין ספר החיים י"ז כסלו התשע"ט 22:37 #252057

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 166 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 886
  • האט שוין געלייקט: 743 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

ס׳ליגט דאך אזויפיל בלוט אין דעם מעסעדש.
אוי איז דאס אונז באקאנט...

אבער ב״ה האסט עס אויסגעפייט און ביסט ווייטער ריין!

אזויווי האסט עס מיר ארויף געברענגט וועל איך עס דא שרייבן.

איך בין געווען אויף וועקעישן פאריגע וואך, בינעך איינגעשטאנען אין אן האטעל וואס האט פארטשעס, און אנטקעגן איבער איז אויך דא פארטשעס, איך בין געווען באנאכט אויפן פארטש אליינס, געליינט קרי״ש וכו׳ אינמיטן זע איך מיר אריין קוקען אין די פענטסטערס פון די אנדערע זייט, יא נטע׳לע זיכט צו לאסטן... איך טריי מיך אוועק צורייסן, אבער ס׳גייט נישט... ב״ה כ׳האב גארנישט געפונען דארט, און איך האב מיך צום סוף אוועק געריסן מיטן באשעפערס הילף. 

אבער ס׳האט מיר געגעבן אוועק אויף. יא נטע׳לע דו ביסט נאך פעסט קראנק. שנעל גיי דיך העלפן פאר דו פאלסט פון דיין קראנקייט.

און יא איך גיי אי״ה אנהייבן מיט ריקאווערי די וואך בסיעתא דשמיא.

ביטע מתפלל זיין פאר מיר אז ס׳זאל זיין מיט הצלחה.

נטע׳לע

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: מיין ספר החיים י"ז כסלו התשע"ט 23:20 #252058

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
נטע געשריבן on י"ז כסלו התשע"ט 22:37:

ס׳ליגט דאך אזויפיל בלוט אין דעם מעסעדש.
אוי איז דאס אונז באקאנט...

אבער ב״ה האסט עס אויסגעפייט און ביסט ווייטער ריין!

אזויווי האסט עס מיר ארויף געברענגט וועל איך עס דא שרייבן.

איך בין געווען אויף וועקעישן פאריגע וואך, בינעך איינגעשטאנען אין אן האטעל וואס האט פארטשעס, און אנטקעגן איבער איז אויך דא פארטשעס, איך בין געווען באנאכט אויפן פארטש אליינס, געליינט קרי״ש וכו׳ אינמיטן זע איך מיר אריין קוקען אין די פענטסטערס פון די אנדערע זייט, יא נטע׳לע זיכט צו לאסטן... איך טריי מיך אוועק צורייסן, אבער ס׳גייט נישט... ב״ה כ׳האב גארנישט געפונען דארט, און איך האב מיך צום סוף אוועק געריסן מיטן באשעפערס הילף. 

אבער ס׳האט מיר געגעבן אוועק אויף. יא נטע׳לע דו ביסט נאך פעסט קראנק. שנעל גיי דיך העלפן פאר דו פאלסט פון דיין קראנקייט.

און יא איך גיי אי״ה אנהייבן מיט ריקאווערי די וואך בסיעתא דשמיא.

ביטע מתפלל זיין פאר מיר אז ס׳זאל זיין מיט הצלחה.

נטע׳לע


נטע נטע,
מיר וועלען אלע מתפלל זיין פאר דיר, נעמען טריעטמענטס איז נישט קיין גרינגע זאך, אבער סוף הכבוד לבא.
ישר כח פארן ענטפערען אויף מיין תגובה, עס גיט מיר חיות ווען איך טרעף מיך עמו אנכי בצרה....
אפשר ווילסטי אויסשמיסען וואספארא ריקאווערי די הייבסט אהן? אפשר קענען מיר דזשוינען?
אלענפאלס, ווינטשען מיר דיר א לחיים, אין א שלום עליכם... מיר האפען ביזט אהיים געקימען שלום גופו שלום בממונו שלום בתורתו ושלום בנשמתו....

ענטפער: מיין ספר החיים י"ז כסלו התשע"ט 23:50 #252060

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 405
  • האט שוין געלייקט: 772 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל

אוי נטע, נעקסטיים פאר דו טרעטסט אויף א אפענע נערוו פרעג מיך.
דעי קוקן אין פענסטער. דעיס איז דאך געווען איינע פון מיינע שווערסטע דורכגענג, דעיס פלעגט מיך אזוי צוקלאפן "אזוי משוגע ביסטו נעבעך?"
כמובן האט דעי צוקלאפטקייט נישט געברענגט קיין תשובה ותיקון המעשים, נאר דאס פארקערטע. בפרט אז אין די דמיונות זענען געלעגן וואס טוט זיך אלס אונטער יענע פענסטער. שוין, גענוג געווען.
נ.ב. די סיבה פארוואס איך נוץ לשון עבר איז נישט ווייל די תאוה איז שוין נישט דא נאר ווייל נאכן טוישן דירה איז עס פשוט נישט שייך ווי אמאל.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין ספר החיים י"ח כסלו התשע"ט 03:08 #252061

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 166 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 886
  • האט שוין געלייקט: 743 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

איך גיי עס שרייבן אין מיין טרעד

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

ענטפער: מיין ספר החיים י"ח כסלו התשע"ט 20:51 #252084

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • יעצט אנליין
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 89 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

טאג #8
טאג #8 שמונה ימי טהרה... איז ב"ה דורך מיט א סוקסעס, גארנישט קיין טריגערס, וואס געווענדליך מיינט דאס אז באלד קימט די ריכטיגע סחורה, אין מען דארף זיך אנוואפענען מיט גבורה, איך בין מתפלל עס זאל נישט ציקימען דערצו, ואל תבואינו לא לידי נסיון...

איך האב בעגעגנט די ליין, עס איז אן אמתער ווארט

Recovery is not for people who need it, it’s for people who want it.

צי מצליח זיין אין ריקאווערי, מיז מען עס עכט וועלען, מיט אלע פילטערס אין גדרים, גארנישט וועט נישט העלפען אויב עס איז נישטא קיין עכטע רצון.. יא מען מיז וועלען....

ענטפער: מיין ספר החיים י"ח כסלו התשע"ט 22:24 #252085

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 166 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 886
  • האט שוין געלייקט: 743 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

לאמיר חזרן.
וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן וועלן 

האסט געליינט?
הנאה געהאט?

לאז וויסן! דורך אן ענטפער. אדער א לייק!
הגה וכן נוהגין!!!

  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
צייט צו מאכן א בלאט: 0.82 סעקונדעס