ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: מיין ספר החיים 1729 באזוכער

ענטפער: מיין ספר החיים א' שבט התשע"ט 23:49 #252950

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

געוואלדיג!!!! 30 טאג דאס איז נישט פשוט, דעס שרייט מיט יאמערליכע קולות כי השם הוא האלוקים!!!!

גיי אן ווייטער, טרונק א גלעזל משקה, פארבייס א שטיקל קיכן לכבוד די שמחה, שעם זיך נישט געב לחיים פאר דיר אליין פאר'ן נעמען די קוראזש און גיין דעם לאנגן וועג פון 30 ריינע טעג, אלץ לכבוד שמו יתברך.

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: מיין ספר החיים ב' שבט התשע"ט 01:41 #252951

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
Wow!!

מזל טובטוב . קיפ איט 6.

הצלחה מרובהמרובה 

ענטפער: מיין ספר החיים ב' שבט התשע"ט 02:11 #252954

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

מזל טוב!!!!
דו ביסטנא העלד!!!!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים ב' שבט התשע"ט 02:51 #252955

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 760 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 276
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 713 מאל
עד כאן געשריבן on א' שבט התשע"ט 23:49:

געוואלדיג!!!! 30 טאג דאס איז נישט פשוט, דעס שרייט מיט יאמערליכע קולות כי השם הוא האלוקים!!!!

גיי אן ווייטער, טרונק א גלעזל משקה, פארבייס א שטיקל קיכן לכבוד די שמחה, שעם זיך נישט געב לחיים פאר דיר אליין פאר'ן נעמען די קוראזש און גיין דעם לאנגן וועג פון 30 ריינע טעג, אלץ לכבוד שמו יתברך.


שמע, 
מזל טוב מזל טוב אומגלויבליך ( אדער יא גלויבליך אז מ׳גיבט אלעס פארן טאטען און הימל איז שוין גארנישט קיין חידוש נישט) יא יא קלאפ דיר אין ריקן, גיב לחיים, עס א גוטן אייז קרעים לאז דיר וואילגיין עד-כאן איז גערעכט זיך אליין גיבן די היי פייוו איז א גרויסע הילף.

ענטפער: מיין ספר החיים ב' שבט התשע"ט 06:51 #252958

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

יישר כח פאר די אלע חיזוק, עס מיינט א געוואלד, מיר האבען אנגעהויבען דעם טאג מיט א פיינע קאווע, לכבוד די 30 טאג, עז איז א געלונגענע... אאאאאההההה....
מיר פלאנען צי מנדב זיין קאווע אין בית המדרש, מילך איז דאך אין שו"ע אויך א משקה המשכר, וועלען מיר מנדב זיין פאר אידעןס וועגען, לכבוד מיין פייערונגס טאג

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ב' שבט התשע"ט 11:46 #252967

  • moshe11
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל

שמע תפילתי דיינע ווערטער האבן נאס געמאכט מיינע אויגען ,

ענטפער: מיין ספר החיים ד' שבט התשע"ט 12:58 #252987

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

טאג #32
ב"ה איך האלט אויף די 32 טרעפעל אויפן לייטער, לב, דאס הערצעלע, מען דארף אים א ביסעלע בייגען צום מח... לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבינו לעבודתו יתברך שמו....
הערצעלע מיינער, איך ווייס אז די פירסט מיין לעבען, אהן דיר קען מיין בליט נישט פליעסען, אבער איך בעט דיך, בייג דיך אביסעלע צי מיין מח, הער דיך צי צו אים, וועט דיר זיין גיט, מיין מח'על וויל איין זאך, זאלסט אים פאלגען וואס ער בעט, ישר כח הערצעלע...

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ט' שבט התשע"ט 01:07 #253046

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

טאג #36

ב"ה מען האלט שוין 36 טעג ריין, ריין פין לאסט, ריין פין קיקען ווי עס קען גורם זיין טריגערס, ריין פין פאנטאזיעס, ב"ה ריין פין אלעם... ישר כח חברים טייערע, נאר מיט ענקער סאפארט האלט איך דא, ווען נישט ענק, וואלט איך נאך ווען געווען טיף טיף אין טינוף.... ישר כח...

איך ליין די ביג באק אין די ליינס איז מיר עפעס זייער גיט באקאנט:

Here are some of the methods we have tried: Drinking beer only, limiting the number of drinks, never drinking alone, never drinking in the morning, drinking only at home, never having it in the house, never drinking during business hours, drinking only at parties, switching from scotch to brandy, drinking only natural wines, agreeing to resign if ever drunk on the job, taking a trip, not taking a trip, swearing off forever (with and without a solemn oath), taking more physical exercise, reading inspirational books, going to health farms and sanitariums, accepting voluntary commitment to asylums—we could increase the list ad infinitum.

איך טרעף מיך אין די אלע זאכען, איך האב מער ווייניגער געטרייט אלעס, אין חברים וידידים, איך זאג ענק, עס ארבייט נישט... עס איז געקימען די צייט צי טין למעשה, אם לא עכשיו אימתי... די צייט לויפט, אין באלד דערזעט מען זיך מיט איר אייניקלעך ארום דעם טיש פין אן אלטען חזי........

מיר האבען ב"ה אנגעהויבען די 12 סטעפ א צייט ציריק, אין האפענטלעך גייט דאס זיין א ישועה, איך האב גאר א גגיטער פארטנער, אין יא, מיר גייען זיין קאנטראלט, מיט אייבערשטענס הילף, וויל איך קען נישט אליינס..... 

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ט' שבט התשע"ט 10:39 #253050

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

הערה פאר כבוד שמע, 

קאנטראלט מיט 12 סטעפססטעפס זענען א סתירה לחלוטין. 

(איך באציה זיך צו די לעצטע שורה)

קיפ אפ דיין שווערע ארבעט.  חזק ואמץ 

ענטפער: מיין ספר החיים ט' שבט התשע"ט 12:52 #253054

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
לומד געשריבן on ט' שבט התשע"ט 10:39:

הערה פאר כבוד שמע, 

קאנטראלט מיט 12 סטעפססטעפס זענען א סתירה לחלוטין. 

(איך באציה זיך צו די לעצטע שורה)

קיפ אפ דיין שווערע ארבעט.  חזק ואמץ


וועל איך עס אביסעל בעסער ארויס ברענגען וואס איך האב געמיינט...
איך טריי שוין יארען צי זיין ריין, אבער עס גייט נישט, איך האב שוין געטרייט אלעס ביני לבין עצמי, לאפוקי טערעפי 12 סטעפס וכדומה... איך האב געמיינט אז עס ווענד זיך נאר אין מיין רצון און אין מיין קאנטראל, אבער איך האב מיך אויס געלערענט מיט די צייט, אז ניין, עס איז א מחלה, אין א שווערע מחלה, אין נישט תפסיק, נישט קנסות, נישט מוסר, נישט צדקה, נישט פילטערס, גייט מיר העלפען, נאר די איינציגסטע וועג זיך צי היילען איז זיך אינטערווארפען אינטער דעם כל יכול, נאר ער קען מיר היילען, אין רעדען צי אים כסדר גייט מיר העלפען (מיט די צייט גיי איך געוואר ווערען אין מער דיטעל ווי אזוי אלע 12 סטעפס ארבייטען, ווייל אלע 12 סטעפס איז געקניפט אין געבינדען) אין איך אליין קען מיך נישט העלפען, אין נאר דער רבוש"ע קען מיך קאנטראלען... ער דרייט אין פירט מיך, אין איך האף אין ווייס אז נאר ער גייט מיך היילען אין ער גייט מיך האלטען אין קאנטראל.... אין ווען איך לאסט, ווייס איך אז איך קען גארנישט טין אויסער זאגען אין בעטען דעם באשעפער ער זאל מיך ראטעווען פין א פלאנטער...

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
לעצט פארראכטן: ט' שבט התשע"ט 12:53 דורך שמע-תפלתי.

ענטפער: מיין ספר החיים ט' שבט התשע"ט 17:22 #253058

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

מזל טוב שמע פאר דיינע 36 טעג, חי חי יודוך וישבחוך.
שכח פארן מיטיילן איבער די פאזיטיווע פארשריט וואס דו מאכסט (איך געדענק נישט אז דו זאלסט האבן געשריבן אז דו הייבסט אן די 12 סטעפס). אפשר דערציילסטו וויאזוי דו טוסט עס? (פאון קאנפרענס, טעראפיסט, לייוו גרופס וכדו')
הצלחה אין דיין רייזע.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין ספר החיים נעכטן 21:46 #253068

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
פין די ביג באק:

Most of us have believed that if we remained sober for a long stretch, we could thereafter drink normally. But here is a man who at fifty-five years found he was just where he had left off at thirty. We have seen the truth demonstrated again and again: “Once an alcoholic, always an alcoholic.” Commencing to drink after a period of sobriety, we are in a short time as bad as ever. If we are planning to stop drinking, there must be no reservation of any kind, nor any lurking notion that someday we will be immune to alcohol.

נאכאמאל שמע, גיט גיט חזרען 
Once an alcoholic, always an alcoholic 
רעד דיך נישט איין, 36 טעג ריין אין שוין, ביזט שוין א "נארמאלע" מענטש, ניין, נאכאמאל אין נאכאמאל Once an alcoholic, always an alcoholic
להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
צייט צו מאכן א בלאט: 0.57 סעקונדעס