ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: מיין ספר החיים 1727 באזוכער

ענטפער: מיין ספר החיים ב' טבת התשע"ט 00:10 #252375

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

שכח פארן מיט טיילן!!!

מזל טוב פאר דיין ריינע טאג!!!

נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים ב' טבת התשע"ט 00:12 #252376

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
ich vil zan ehrlich געשריבן on ב' טבת התשע"ט 00:05:

דיין שטארקייט איז... שטארק!
גיי אן, בך יברך ישראל.


Im in the dumds, but ill go on, ill continue marching in hashems army
להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ב' טבת התשע"ט 00:15 #252377

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

ווען א סאלדאט פאלט אויפן פראנט, אויב בלייבט ער שטיין איז ער זיכער א פערטיגער, אויב אבער הייבט ער זיך אויף, אין מארשירט ווייטער, טאקע מיט יסורים, אבער ער גייט, האט ער נאך טשענסעס עס צי מאכען א לעבעדיגער, נאך דערצי ווען זיינע קאלעגעס העלפען אים צי....
וד"ל ודו"ק והמבין יבין......

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ב' טבת התשע"ט 00:19 #252378

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on ב' טבת התשע"ט 00:12:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ב' טבת התשע"ט 00:05:

דיין שטארקייט איז... שטארק!
גיי אן, בך יברך ישראל.


Im in the dumds, but ill go on, ill continue marching in hashems army

Nope, u aren't, the minute u will stop being around here that when u will be in the dumds
as long u still seek recovery, u are a fellow yid that hashem loves.

Add another tool to help u stay sober, and stay strong.
משה'לע.

goo.gl/qRFlmr

ענטפער: מיין ספר החיים ב' טבת התשע"ט 00:29 #252379

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
עד כאן געשריבן on ב' טבת התשע"ט 00:19:

שמע-תפלתי געשריבן on ב' טבת התשע"ט 00:12:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ב' טבת התשע"ט 00:05:

דיין שטארקייט איז... שטארק!
גיי אן, בך יברך ישראל.


Im in the dumds, but ill go on, ill continue marching in hashems army

Nope, u aren't, the minute u will stop being around here that when u will be in the dumds
as long u still seek recovery, u are a fellow yid that hashem loves.

Add another tool to help u stay sober, and stay strong.

יישר כח, טאקע פארדעים בלייב איך דא, אין איך גיי ווייטער, אין טי וואס איך דארף צי טין

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ב' טבת התשע"ט 21:27 #252386

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

טאג #2
טאטע טאטע, פארוואס? אבער פארוואס? פארוואס מיז איך דורך גיין די דורכגאנג, יא, איך ווייס אז עס איז פאר מיין טובה, אבער לוינט זיך דען די נפילות פאר די טובה? איז עס נישט יצא שכרו בהפסידו? פארוואס דארף איך זיין ביזי כסדר מיט די ניירישע מחשבות, יא אדער ניין, זאל איך יא עס טין אדער נישט, מסכים, איך בין געווען היינט דער געווינער, אבער וואס וועט זיין מארגען.....
טאטע, מיין ליבע טאטע, איך ווייס די ווילסט מיין טובה, אבער איך בעט דיך זייער, איך קען נישט אליין, לאז מיך נישט אליין, איך קען נישט

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ב' טבת התשע"ט 22:36 #252387

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

חזק ואמץ ליבער ברידער, מיר שטייען צוזאמען אויפן פראנט!!!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים ב' טבת התשע"ט 23:17 #252388

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

מי ראה את אלו יוצאים ואינו יוצא.
אז נטע און שמע שטייען אויפן פראנט שטיי איך מיט! הנני! איך בין מיט ענק פולי!

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 02:21 #252390

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on א' טבת התשע"ט 23:56:

טאג #1
ב"ה עס איז טאג #1, יא איך קקכן זאגען ב"ה, ווייל איך האב פינקט אזוי געקענט זאגען העק מיט די גאנצע פלאגעניש, איך האלט אין איין דורך פאלען, שוין ווער ברויך עס, אבער ניין ב"ה מיטען באשעפערס כח גיי איך אנגיין אין פראבירען זיך צי האלטען ריין, אין נאכגיין די הייליגע דרכים פין זייער אסאך חשובע אידען דא..
באמת, איז עס נישט ציגעקימען צי הוצז"ל, ווייל איך האב מיך ציריק געהאלטען די לעצטע רגע, נישט איבער צי גיין די ליניע, אין נישט יעדער ריפט עס אהן א דורכפאל, אבער פאר מיר הייסט עס יא א דורכפאל, אין איך הייב אהן טאג #1....
פאסירט האט עס פרייטאג צי נאכטס, אין בעט, פין מיינע שווערסטע זמנים.... 
דער אייבערשטער זאל זיך מרחם זיין אויף זיינע קינדער, ווייל אינז וויל מיר זיין גיט, מען דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט צי זיין גיט, דער מצב איז געפערליך, ר' יוחנן האט געזאגט אויף אינזער דור ייתיה ולא אחמיניה, ער האט נישט געוואלט לעבען אין אינזער דור,, אבער פין דיר אנדערע זייט זעט מען, טאקע ווייל די מצב איז געפערליך, וועט די שמחה זיין גאר געהויבען ווען מען וועט זען בחוש אז דער בורא עולם פירט די וועלט, אין אלעס האט געהאט א חשבון, אפילו אינזער דורך פעללער..

טאטע געטרייער, איך בעיט דיך דא ברבים, העלף מיר, העלף אינזער גאנצער חבריא, אינז וויל מיר זיין גיט, אין די ביזט דער איינציגסטער, יחיד ומיוחד וואס קען אינז העלפען....


איך האב שטארק מיטלייד מיט דיר און מיט וואס דו גייסט דורך. פון די אנדערע זייט ביסט א חיזוק און א אינספיראציע פאר אונז אלע .

מען פארט ווייטער.

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 10:55 #252392

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
בּיסטעך שׁוין פיין א לאנגע צייט בּיסט נאך אלץ אין אזא שוווערע מצב?

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 12:53 #252394

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
אויגן גלעזער געשריבן on ג' טבת התשע"ט 10:55:
בּיסטעך שׁוין פיין א לאנגע צייט בּיסט נאך אלץ אין אזא שוווערע מצב?

לדעתי איז די שאלה נישט אין פלאץ. אין אזא מצב איז ריכטיג צו מחזק זיין. אזוי אויך וואלט געווען כדאי צו מיטטיילן פון די אייגענע ערפארונג וויאזוי מען אליינס דרוכגעמאכט אזא אדער ענליכע סיטואציע. 

דאס איז נאר מיין מיינונג

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 14:04 #252397

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
ח'ו כהאבּ נישט געמיינט אים אראפּ צובּרענגען
געמיינט צוזאגן אז איך גלייבּ ער איז בּעסער ווי  ער טראכט

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 17:03 #252404

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
אויגן גלעזער געשריבן on ג' טבת התשע"ט 14:04:
ח'ו כהאבּ נישט געמיינט אים אראפּ צובּרענגען
געמיינט צוזאגן אז איך גלייבּ ער איז בּעסער ווי  ער טראכט

יישר כח פאר די קשיא, קודם כל, די ברענגסט מיך בכלל נישט אראפ, איך ווייס פינקטלעך מיין מצב, איך ווייס פינקטליך מיינע טריגערס, איך ווייס זייער קלאר וואס איך האב צי טיען סיי ווען איך בין ריין, אין סיי ביי א נפילה, איך בין ב"ה שטארק ווי אייזען, איך גיי ווייטער אין די וואנט אריין, איך לאז מיך נישט איבערעדען פין מיינע נפילות, וואס יא, די ווייטאג אז מען איז דורך געפאלען, אז מען פאלט טיט עס וויי, אפילו מען ווייסט פארוואס מען איז געפאלען, טיט עס נאך אלץ וויי, אפילו מען ווייסט וואסערע קרים אין בענד עיד צי לייגען, טיט עס נאך אלץ וויי... אין אז עס טיט וויי, שרייט מען, עס הלפט שרייען? געווענדליך יא.... אדרבא, גיי ארויס אין גאס אין שריי העעעעעעלפ, לאז מיך וויסען וואס עס פאסירט....

גערעכט, איך דריי מיך דא א לאנגע צייט, 2 יאר, איך קים פין א מצב פין עקטען אויט יעדע איינציגע טאג, אהן קיין שום פילינג פין א נארמאלע מענטש, אהן קיין שום חרטה, ממש ווי א 4 פיסיגע פערד, אין אפיס, אין קאר, אינדערהיים, אין מקוה, אין ווי נישט, ביז מיין היינטיגע מצב פין זיין ריין צווישען 30 טעג אין 120 טעג אין איין צי, אין ווען איך פאל, טיט עס מיר זייער ווי, אין קאנטראסט פין אמאל, וועןעס האט נישט געציפט קיין משהו נישט, סאוי, יא איך בין אין אסאך אסאך א בעסערע מצב ווי איך בין אמאל געווען אין ווי איך האלט יעצט, אבער איך האב נאך זייער אסאך ארבייט פארנט פין מיר.... איך ווייס אז מיין כח המעצור-קאנטראל איז ביי נאמבער 10 אנשטאט 100...
סאוי צי ענטפערען דיין קשיא? דער תירוץ איז, איך בין נישט מער אין אזא שווערע מצב, חוץ ווען איך האב א ריכטיגע טריגער אדער ווען מיינע מחשבות הייבען אהן צי פייניגען, יא אדער נישט, יא אדער נישט, דעמאלטס פעלט מיר די כח המעצור-קאנטראל.... (מיינט דאס נישט עדיקט?)
להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 18:26 #252408

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

זייער שיין געשריבן.
שכח. א שטארקע חיזוק!

אויב קענסטו שערן מיט אונז, וואס האסטו געטון די לעצטע יאר אז דו ביסט אזוי געשטיגן.

און וואס פלאנסטו צו טון צו האבן א כח המעצור פון 100 אנשטאץ 10?

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 18:26 #252409

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

וווער קען די יום טוב עהרליך יאקאב ניגון? איך געדענק נישט פינקטלעך די ווערטער, אבער איך פיל מיך היינט ווי יאקאב, איך זיץ דא היינט אין פראנט פין א נישט געפילטערטע לעפטאפ, אין מיינע מחשבות לויפען מיט אן אימפעט.... זאל איך יא קיקען פארן זאל איך נישט, ניין איך גיי נישט, איך גיי עס מאכען היינט, אבער איך וויל יא קיקען, עס ברענט, עס פלאקערט, שוין ענדליך די לעפטאפ איז אין מיין האנט.... געוווווווווואלד, וואס גייט דא געשען, אקעי, מען גייט זיצען דערמיט אין פאבליק, יעדער קען מיטהאלטען, נא, דעמאלטס פארוואס דארף איך עס?? דער שוטה לייגט עס ציריק אראפ.... אבער ניין, איך מיז קיקען פארן יעצט... איך דארף עס ווי ליפט.... (לידיעה בעלמא, איך האב נישט געקיקט אויף פארן זייט איך בין דא, מסתמא 2 יאר) עס איז געפערליך, ווען דאס וואלט געווען קארבען מאנאקסייט, וואלט איך מסתמא מער נישט געקענט שרייבען די ווערטער, אזוי געפערליך האט עס געברענט.....

רבותי די מלחמה איז אזוי אהנגעגאנגען היינט פין 9 ציפרי ביז יעצט 5:20 נאכמיטאג...... חברה, די לעפטאפ איז געווען אין מיין האנט דורכן טאג בערך 15 מאל, מיט די שרעקליכע מלחמה יא ניין, יא ניין, יא ניין, יא ניין איי, נעם די לעפטאפ, אין לייג עס ערגעץ אנדערש, אבער איך וויל דאך יא קיקען פארן..... בין איך דאך א פערד......

רבותי, איך האב עס געמאכט, איך האב עס געמאכט, אבער פערד בלייבט פערד... איך בין טאקע ווי יאקאב אויפן טראקטאר, אין נישט געזינדיגט, אבער נאכאלץ א פערד...ווי אזוי האט ער געזאגט, מקח בלייבט מקח, אין פערד בלייבט פערד....

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 18:28 #252410

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

איך זע נישט קיין שום פערד!!! איך זע דא יוסף הצדיק אליינס!!!
באמת א שכח פארן מיט טיילן מיט אונז!
קיפ אן טראקינג!!!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 18:35 #252411

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
נטע געשריבן on ג' טבת התשע"ט 18:26:

זייער שיין געשריבן.
שכח. א שטארקע חיזוק!

אויב קענסטו שערן מיט אונז, וואס האסטו געטון די לעצטע יאר אז דו ביסט אזוי געשטיגן.

און וואס פלאנסטו צו טון צו האבן א כח המעצור פון 100 אנשטאץ 10?


איך בין געשטיגען צי מיין היינטיגע דרגא, בעיקר דורך קימען צי די הכרה, 1)דאס איז מיין שטערקסטע יסוד....  אז איך קען גארנישט אליינס, סיי אז נישט איך פאל דורך, אין סיי אז נישט איך האלט מיך ציריק... עס איז בכלל נישט איך, its the upper me.. 2) איך קיק קיינמאל נישט ציריק נאך א נפילה, אין קיינמאל נישט פאראויס אז איך האב נאך זייער א לאנגע וועג צי מיין השלמה, טאקע וועגען נאמבער 1, 3) גאר א שטארקע יסוד איז צי האבען א פארטנער אין זיין אמתדיג 4) זיין אקטיוו אויפן פארעם, אין זיין אמתדיג. דאס איז די עיקר , עס איז דא נאך זייטיגע זאכען, וואס אין הזמן מספיק לזה לעת עתה

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 18:36 #252412

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
נטע געשריבן on ג' טבת התשע"ט 18:28:

איך זע נישט קיין שום פערד!!! איך זע דא יוסף הצדיק אליינס!!!
באמת א שכח פארן מיט טיילן מיט אונז!
קיפ אן טראקינג!!!


צי האלטען ברענעדיגע קוילען איינמאל אין נאכאמאל איז נאך ווי א פערד....

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
לעצט פארראכטן: ג' טבת התשע"ט 18:37 דורך שמע-תפלתי.

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 18:44 #252413

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 264
  • האט שוין געלייקט: 657 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

ווער האט דיר געגעבען רשות זיך צי ריפן פערד??
האסט געפרעגט די פערד צי די מעגסט?

אונז האמער דא א איש צדיק נישט סתם א יסוד אזוי ווי ביי יוסף הצדיק און ער רופט זיך פערד
חס ושלום
ביסט א גיבור קלאפט דיר און ריקן
(איך קען נישט קלאפן פאר דיר)

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 21:13 #252417

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

יעצט איבער געליינט איך בין ממש אן א לשון.

בד״וו פון אזא מין מציאות ציטער איך אימת מות.
צו האבן אין מיין באזיץ א כלי וואס איך קען וואטשן פארן, וועל איך מסתם ביז אפאר מינוט ווערן משוגע...
ממילא וואלט איך אנטלאפן פונעם אפענעם אינטערנעט ווי פונעם טויט אליינס.

איך קוק דיר זייער ארויף פארן זיך קענען האלטן.

אבער אויב איך מעג פרעגן, ווי אזוי האסטו נישט מורא געהאט צו עס האבן אין דיין באזיץ?

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 21:35 #252418

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
נטע געשריבן on ג' טבת התשע"ט 21:13:

יעצט איבער געליינט איך בין ממש אן א לשון.

בד״וו פון אזא מין מציאות ציטער איך אימת מות.
צו האבן אין מיין באזיץ א כלי וואס איך קען וואטשן פארן, וועל איך מסתם ביז אפאר מינוט ווערן משוגע...
ממילא וואלט איך אנטלאפן פונעם אפענעם אינטערנעט ווי פונעם טויט אליינס.

איך קוק דיר זייער ארויף פארן זיך קענען האלטן.

אבער אויב איך מעג פרעגן, ווי אזוי האסטו נישט מורא געהאט צו עס האבן אין דיין באזיץ?


מיר האבען אין אפיס איין אזא לעפטאפ על כל צרה שלא תבא.... אין היינט האט זיך מיר עס פארגליסט עס צי ניצען נישט ווי עס דארף צי זיין....... איך ווייס באמת נישט צי איך וועל מיך קענען גובר זיין א צווייטע מאל, איך פלאן ארויף צי לייגען וועב חבר אויף דעים

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ג' טבת התשע"ט 22:24 #252419

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on ג' טבת התשע"ט 17:03:
איך קים פין א מצב פין עקטען אויט יעדע איינציגע טאג, אהן קיין שום פילינג פין א נארמאלע מענטש, אהן קיין שום חרטה, ממש ווי א 4 פיסיגע פערד, אין אפיס, אין קאר, אינדערהיים, אין מקוה, אין ווי נישט.

משה'לע קוק אין שפיגל, זעהסט? יא קוק גוט משה'לע! דאס בוזטו געווען משה'לע! אקוראט אונזער משהלע, בוזט נישט דער איינציגער!!!! משה'לע נאך אידן האבן געהאט אקוראט די זעלבע מצב!!!

משה'לע קען האבן אומגעפילטערטע אינטערנעט ווען אימער עס גליסט אים, אבער משה'לע ווייסט היינט אז נישט קיין פילטער'ס איז זיין פראבלעם, ער איז אן עדיקט, און ווילאנג ער וועט טוהן און ארבייטן אויף ריקאווערי וועט ער זיך גרינגער מאכן, די רגע וואס ער וועט אויפהערן טוהן ריקאווערי מעג ער האבן די שטערקסטע פילטער'ס, משה'לע וועט האבן אלע וועגן צוקומען צו זינדיגן מיט די פילטער'ס אינאיינעם.

שמע איך פארשטיי באמת דיין מצב, איך בין אליין דארטן געווען, איך גלייך אז דו פארלירסט נישט דיין אנטשלאסנקייט ווייטער צו גיין, קיין חילוק אין וואסערע מצב דו בוזט, געב נישט אויף!!!! גיי ווייטער!!! טו פאר ריקאווערי!!! איין טאג אויפאמאל!!!

משה'לע

משה'לע.

goo.gl/qRFlmr
לעצט פארראכטן: ג' טבת התשע"ט 22:27 דורך עד כאן.

ענטפער: מיין ספר החיים ד' טבת התשע"ט 01:51 #252429

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

עד כאן-משה׳לע.
אויב קענסטו אונז מיט טיילן וואס דו טוסט יעצט פאר ריקאווערי. 

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים ד' טבת התשע"ט 10:43 #252431

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 24 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 127 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
נטע געשריבן on ד' טבת התשע"ט 01:51:

עד כאן-משה׳לע.
אויב קענסטו אונז מיט טיילן וואס דו טוסט יעצט פאר ריקאווערי.


אלעס וואס איך טוה פאר ריקאווערי שרייב איך אין "מיין וועג צו ריינקייט" עס ליגט ביי די יונגעלייט וואונקל, עיין שם ותמצא נחת. (תפסיק מעטאד איז נישט א זאך וואס איך האב געטוהן ממש אזוי ווי איך שרייב עס אראפ, איך האב אבער יא געמאכט א קבלה אז איך געב נישט אויף ריקאווערי קיינמאל, נישט קיין חילוק וויפיל מאל איך וועל אדורכפאלן וועל איך ווייטער טוהן ריקאווערי, ווי אויך אז איך מעג זינדיגן, אבער איך מוז צולייגן נאך א מעטאד פאר ריקאווערי יעדעס מאל וואס איך פאל א דורך, און פארדעם האט זיך מיר אנגעזאמעלט גאר אסאך זאכן וואס איך טוה פאר ריקאווערי, און איך האב נישט חרטה דערויף קיין איין רגע)

א גרויס חלק וואס איך טוה האב איך נאכנישט געשריבן, אבער מיט די הילף פון השי''ת וועל איך אלעס ארויפלייגן דארטן, און ווי אויך האף איך צו האבן ביי די לעצטע חלק א סך הכל פון וויאזוי איך בין אריינגעפאלן אין עדיקשאן, ביז'ן זיך האלטן ריין איין טאג אויפאמאל, פון וואס איך האב שוין יא געשריבן טו איך מעדיטעישאן יעדן טאג, שטארקע עקסערסייז, מוזיק טערעפי, און נאך אסאך זאכן וואס איך וועל נאך שרייבן ועוד חזון למועד.



משה'לע.

goo.gl/qRFlmr
לעצט פארראכטן: ד' טבת התשע"ט 10:48 דורך עד כאן.

ענטפער: מיין ספר החיים ד' טבת התשע"ט 11:35 #252432

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
עד כאן געשריבן on ד' טבת התשע"ט 10:43:

נטע געשריבן on ד' טבת התשע"ט 01:51:

עד כאן-משה׳לע.
אויב קענסטו אונז מיט טיילן וואס דו טוסט יעצט פאר ריקאווערי.


אלעס וואס איך טוה פאר ריקאווערי שרייב איך אין "מיין וועג צו ריינקייט" עס ליגט ביי די יונגעלייט וואונקל, עיין שם ותמצא נחת. (תפסיק מעטאד איז נישט א זאך וואס איך האב געטוהן ממש אזוי ווי איך שרייב עס אראפ, איך האב אבער יא געמאכט א קבלה אז איך געב נישט אויף ריקאווערי קיינמאל, נישט קיין חילוק וויפיל מאל איך וועל אדורכפאלן וועל איך ווייטער טוהן ריקאווערי, ווי אויך אז איך מעג זינדיגן, אבער איך מוז צולייגן נאך א מעטאד פאר ריקאווערי יעדעס מאל וואס איך פאל א דורך, און פארדעם האט זיך מיר אנגעזאמעלט גאר אסאך זאכן וואס איך טוה פאר ריקאווערי, און איך האב נישט חרטה דערויף קיין איין רגע)

א גרויס חלק וואס איך טוה האב איך נאכנישט געשריבן, אבער מיט די הילף פון השי''ת וועל איך אלעס ארויפלייגן דארטן, און ווי אויך האף איך צו האבן ביי די לעצטע חלק א סך הכל פון וויאזוי איך בין אריינגעפאלן אין עדיקשאן, ביז'ן זיך האלטן ריין איין טאג אויפאמאל, פון וואס איך האב שוין יא געשריבן טו איך מעדיטעישאן יעדן טאג, שטארקע עקסערסייז, מוזיק טערעפי, און נאך אסאך זאכן וואס איך וועל נאך שרייבן ועוד חזון למועד.




משהלע, איך מיז דיר זאגען, די טיסט א מוראדיגע ארבייט, ישר כח, קיפ איט אפ, עס עפענט די קאפ אביסעל, די "פישלעך" האט מיך געכאפט גאר שטארק...
זאל דיר דאס ציניצקימען...... האסט א חלק אין מיין ריינקייט

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ד' טבת התשע"ט 13:01 #252435

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

טאג #3
טאג #3 איז געווען א גאר א ריינער, מיט שטארקע נסיונות פין עפעס א לעפטאפ... ווי געשריבען אויבען, ב"ה איך האב מיך עכט מתגבר געווען, אין היינט בין איך שטאלץ דערמיט, עס גיט מיר א שטארקע שטויס צי גיין ווייטער...
יא יא, עס איז טאג #3 צים וויפילטען מאל, באט, איך געב נישט אויף, בשום פנים ואופן... עפטער אלל, 3 איז א חזקה... אין איך גיי עס מאכן דאס מאל....

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
לעצט פארראכטן: ד' טבת התשע"ט 13:02 דורך שמע-תפלתי.

ענטפער: מיין ספר החיים ד' טבת התשע"ט 13:08 #252437

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on ד' טבת התשע"ט 13:01:

טאג #3
טאג #3 איז געווען א גאר א ריינער, מיט שטארקע נסיונות פין עפעס א לעפטאפ... ווי געשריבען אויבען, ב"ה איך האב מיך עכט מתגבר געווען, אין היינט בין איך שטאלץ דערמיט, עס גיט מיר א שטארקע שטויס צי גיין ווייטער...
יא יא, עס איז טאג #3 צים וויפילטען מאל, באט, איך געב נישט אויף, בשום פנים ואופן... עפטער אלל, 3 איז א חזקה... אין איך גיי עס מאכן דאס מאל....


אוי גייט מען עס מאכן!
דיין שטארקייט איז נתפעל צו ווערן.
איך בין מיט דיר.
געב נישט אויף!!!

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין ספר החיים ו' טבת התשע"ט 00:39 #252465

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

טאג #5
טאג #5 איז ב"ה געווען א גאר ריינע, געהאט אין קליינע נסיון צי קיקען אויף א פרוי, אין איך האב עס געמאכט...... ישר כח טאטע אין הימעל, דאס איז דיין קרעדיט, ישר כח כל החבירום החשיבום כל אחד בשמו יבורך.....
5 טאג, ווייניג אדער אסאך? למאי נפקא מינה? פאר גארנישט, מאכט נישט אויס, איך גיי אין די וואנט אריין, איך גיי זיין אויס עדיקט אי"ה זייער שנעל.

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ו' טבת התשע"ט 03:24 #252467

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

מזל טוב פאר דיין פיפטע טאג ריין. דער אייבישטער זאל ווייטער זיין מיט דיר!


איך מיין אז די חכמי הרופאים טענה׳נען אז מ׳קען נישט ווערן אויס עדיקט. מ׳קען לעבן דערמיט, אבער נישט ווערן אויס.

אבער ווער האט דיר געזאגט אז דו ביסט אן עדיקט?

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים ו' טבת התשע"ט 11:56 #252474

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל

מזל טוב פאר דיין פיפטע טאג ריין , מיט שטארקייט וועסי עס אי"ה מאכען

צייט צו מאכן א בלאט: 0.90 סעקונדעס