ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: מיין ספר החיים 1726 באזוכער

ענטפער: מיין ספר החיים ו' טבת התשע"ט 12:05 #252475

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
נטע געשריבן on ו' טבת התשע"ט 03:24:

מזל טוב פאר דיין פיפטע טאג ריין. דער אייבישטער זאל ווייטער זיין מיט דיר!


איך מיין אז די חכמי הרופאים טענה׳נען אז מ׳קען נישט ווערן אויס עדיקט. מ׳קען לעבן דערמיט, אבער נישט ווערן אויס.

אבער ווער האט דיר געזאגט אז דו ביסט אן עדיקט?


זאג נאר נטעלע, די האלטס אז ווען איך קען זיצען אין אפיס מיט טאנס אויף זאכען וואס ברענען, עס מיז ווערען געטין היינט, אין איך זיץ ביי מיין דעסק, אין איך טי וואס איך טאר נישט טין, אלעס איז געפייגערט, אין פאבליק, אז איך בין נישט קיין עדיקט??

די האלסט אז איך קען פארן אויפן עף. די. אר. יאגענדיג צי די קאנטרי, סאיז שוין 10 ביינאכט, אין איך קען ארויס פארן פין די עקזיט, פאר איין סבה, צי טין וואס מען טאר נישט, אז איך בין נישט קיין עדיקט??

די האלסט אז איך קען זיצען ביי די גמרא 6 ציפרי אינמיטען א טיפע סוגיא, גאר געשמאק, א פיינע קאווע אינדערזייט, אין אינמיטען אויט אף די בלא, אריין גיין אין א סעקסיאל מאויד, פארגעסען פין די גאנצע ארום, דער גאנצער גמרא איז געשטארבען, קאווע ווערט קאלט, אז איך בין נישט קיין עדיקט??

איך האף אז די גייסט מיר זאגען אז ניין איך בין נישט קיין עדיקט, איןאין איך בין א נארמאלע מענטש.....

עס קוויטשעט אין שרייט.... "עדיקט עדיקט עדיקט"

קאמענטארן זענען איבריג

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ו' טבת התשע"ט 13:27 #252476

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 760 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 276
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שמע תפלתי,
יעצט געליינט דיין סיפור אויפן ענגלישען זייטל, רבותי ס׳איז ווערט צי ליינען סיי די תוכן און סיי ווי אזוי שמע ברענגט זיך ארויס מיטן פעדער.
 וואס זאל איך זאגען? אין מילים! 
מיין סיפור איז זייער ענליך און איך גלייב אזוי אויך אסאך חברים דא.
מיינע אויגן זענען פול מיט טרערען פון דיין סיפור. 
זאל השי״ת זיך מרחם זיין אויף דיר און דיר האלטן ריין טאג נאך טאג, און די זאלסט זוכה זיין צי זעהן די טובה און די אלטע 30 יאר.

אגב, דיין פאזעטיוועטי איז אנשטעקיג געוואלדיג עס גיבט מיר א וואל wave  פון פאזעטיוועטי. 

לעצט פארראכטן: ו' טבת התשע"ט 13:36 דורך holychaim. אורזאך: געמיזט צולייגען די פאזעטיוועטי ענין

ענטפער: מיין ספר החיים ח' טבת התשע"ט 00:47 #252481

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
holychaim געשריבן on ו' טבת התשע"ט 13:27:

שמע תפלתי,
יעצט געליינט דיין סיפור אויפן ענגלישען זייטל, רבותי ס׳איז ווערט צי ליינען סיי די תוכן און סיי ווי אזוי שמע ברענגט זיך ארויס מיטן פעדער.
 וואס זאל איך זאגען? אין מילים! 
מיין סיפור איז זייער ענליך און איך גלייב אזוי אויך אסאך חברים דא.
מיינע אויגן זענען פול מיט טרערען פון דיין סיפור. 
זאל השי״ת זיך מרחם זיין אויף דיר און דיר האלטן ריין טאג נאך טאג, און די זאלסט זוכה זיין צי זעהן די טובה און די אלטע 30 יאר.

אגב, דיין פאזעטיוועטי איז אנשטעקיג געוואלדיג עס גיבט מיר א וואל wave  פון פאזעטיוועטי.


יישר כח פאר די חיזוק רייד, דברים היוצא מן הלב, איך האב עס אראפ געשריבען אפאר טאג נאכדעם וואס איך האב אנדעקט הדא, דאס איז געשריבען ממש כפשוטו, מיט טרערען, איך האב עס קיינמאל פאר דעם נישט אראפ געשריבען אדער געטראכט דערפין, איך בין פלעין געווען געזינקען אין בלאטע, אין דא זעה איך מיך אראפ שרייבען מיין ארימע היסטאריע, ביי דע וועי, איך קען נאך שרייבען 2 מאל אזויפיל, דאס איז מיר נאר ארויף געימען במחשבה בשעת שרייבען...

איך האב דאס אראפ געשריבען 1) ווייל עס האט מיר מוראדיג ארויס געהאלפען, עס האט ארויס געברענגט מכח אל הפועל אויפן טיש, וווי טיף טיף איך בין, איך האב מיך דערזעהן שווארץ אויף ווייס, אזאך וואס איך האב אין מיין לעבען נישט געזען, דאס האט מיך געגעבען א שטויס קראפט אז איך מיז מיך נעמען אין די האנט אריין, וכאן הקריאה יוצאת, פאר יעדעם וואס האט נאך נישט דאס אראפ געשריבען, טיטס מיך נאך, עס העלפט 50% זיך ארויס צי זעהן פין די טינוף. 2) עס העלפט זייער אסאך חבירים, מען זעהט אז מען איז נישט דער איינציגסטער וואס לייד, מען זעהט אז נאך א היימישער חסידישער אינגערמאן האט זיך אהנגעליטען, אין עס איז דא א וועג ארויס, עמי אנכי בצרה, די גריסען וואס איך הער ציריק דערפין איז גאר גרויס.. וכן השכר, עס גיט כח אהנציגיין

ישר כח די גרינדערס די פירערס די מנהלים אין כל החבירים כאן, עטץ האטס גאר גרויסע זכותים.. שכרכם הרבה מאד.

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ח' טבת התשע"ט 00:59 #252482

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

טאג #7
טאג #7 איז ב"ה, ב"ה, געווען א הייליגער אין ריינער, איך בין אזוי גליקלעך דערפאר.... איך פיל אזוי גיט וועגען דעים, דער שבת איז אזוי אנדערש, מען פילט זיך ווי א מענטש, אין איך רעד פין גשמיות, מען קען אהן גיין, מען פילט זיך נישט ווי א פערד, מען איז א מענטש, מען קען רעדן צי די קינדער מיט די קאפ, אין נישט נאר מיט די צינג, מען איז דא, מען איז אויף די וועלט.... טאטע איך האב דיך ליב, די פארלאזט מיך נישט, די ביזט אויף מיין זייט, טאטע הייל מיך פין מיין מחלה, היט מיך פין ניסיונות, היט אלע חבירים דא וואס מיטשענען זיך זייער פין נפילות.... טאטע, פרוביר עס אויס איין מעת לעת, וועסטו זעהן ווי אזוי יעדער וועט זיך אויפירען.... וועסט נאר הנאה האבען פין אינז אלע...

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ח' טבת התשע"ט 02:16 #252483

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

שמע, פארוואס שרייבסטו נישט דא דיין סיפור במילואה?
האליחיים, ברענג א לינק ביטע, א דאנק.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין ספר החיים ח' טבת התשע"ט 02:28 #252484

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
ich vil zan ehrlich געשריבן on ח' טבת התשע"ט 02:16:

שמע, פארוואס שרייבסטו נישט דא דיין סיפור במילואה?
האליחיים, ברענג א לינק ביטע, א דאנק.


די לינק איז אין מיין אינטערשריפט

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ח' טבת התשע"ט 10:09 #252485

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

יא יא 100%. איך האב אויך אזוי געפילט נאכן אראפ שרייבן.

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים ח' טבת התשע"ט 12:33 #252494

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on ח' טבת התשע"ט 02:28:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ח' טבת התשע"ט 02:16:

שמע, פארוואס שרייבסטו נישט דא דיין סיפור במילואה?
האליחיים, ברענג א לינק ביטע, א דאנק.


די לינק איז אין מיין אינטערשריפט


געבלאקט דורך מיין פילטער.
די גאנצע ענגלישע סייט איז געבלאקט.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין ספר החיים ח' טבת התשע"ט 12:40 #252497

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
ich vil zan ehrlich געשריבן on ח' טבת התשע"ט 12:33:

שמע-תפלתי געשריבן on ח' טבת התשע"ט 02:28:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ח' טבת התשע"ט 02:16:

שמע, פארוואס שרייבסטו נישט דא דיין סיפור במילואה?
האליחיים, ברענג א לינק ביטע, א דאנק.


די לינק איז אין מיין אינטערשריפט


געבלאקט דורך מיין פילטער.
די גאנצע ענגלישע סייט איז געבלאקט.


קיק מיין היינטיגע פאסט פאר נטע'לע ווי אזוי מען קען אריין גיין דארטען אפילו מיט א פילטער,

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ח' טבת התשע"ט 12:41 #252498

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on ח' טבת התשע"ט 12:40:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ח' טבת התשע"ט 12:33:

שמע-תפלתי געשריבן on ח' טבת התשע"ט 02:28:

ich vil zan ehrlich געשריבן on ח' טבת התשע"ט 02:16:

שמע, פארוואס שרייבסטו נישט דא דיין סיפור במילואה?
האליחיים, ברענג א לינק ביטע, א דאנק.


די לינק איז אין מיין אינטערשריפט


געבלאקט דורך מיין פילטער.
די גאנצע ענגלישע סייט איז געבלאקט.


קיק מיין היינטיגע פאסט פאר נטע'לע ווי אזוי מען קען אריין גיין דארטען אפילו מיט א פילטער,


געזעהן, שכח

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין ספר החיים ח' טבת התשע"ט 14:22 #252502

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

אוזע ס׳ארבייט?

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים ח' טבת התשע"ט 14:37 #252503

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
נטע געשריבן on ח' טבת התשע"ט 14:22:

אוזע ס׳ארבייט?


נטע, פרוביר!

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ח' טבת התשע"ט 14:55 #252505

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין ספר החיים ח' טבת התשע"ט 17:11 #252512

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on ח' טבת התשע"ט 14:37:

נטע געשריבן on ח' טבת התשע"ט 14:22:

אוזע ס׳ארבייט?


נטע, פרוביר!


ביי מיר איז עס אפן דורך רעקוועסטן סאו קען איך נישט וויסן.

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים י' טבת התשע"ט 17:04 #252578

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
נטע געשריבן on ח' טבת התשע"ט 17:11:

שמע-תפלתי געשריבן on ח' טבת התשע"ט 14:37:

נטע געשריבן on ח' טבת התשע"ט 14:22:

אוזע ס׳ארבייט?


נטע, פרוביר!


ביי מיר איז עס אפן דורך רעקוועסטן סאו קען איך נישט וויסן.


טאג #9
נישט קיין קלייניקייט, 9 ריינע טעג, 9 איז דאך מספר קטן אמת, 3 מאל חזקה איז דאך שוין חזקה אויף חזקה.... געוואלדיג.... 

די שליסעלעך זענען 1) פארטנער 2) איין טאג אויף אמאל 4) זיין אקטיוו דא אויפן פוירעם, (מען כאפט נישט וואס עס טיט אויף, באט עס איז א גאר א גיטע טאל, מען געהערט צי די חבריא) 3) נאר מיטען אמת, סיי מיט די פארטנער אין סיי אויפן פארעם 4) אידישע 12 סטעפ פאוין מיטינג 5)תפלה תפלה תפלה, רעדן צים טאטען אין הימעל, רעדן מיט מאמע לשון, עס איז געזינט בגשמיות, אין עס העלפט ברוחנית...

ישר כח טאטע אין הימעל, ישר כח פאר די חבירים דא, אהן ענק וואלט איך נישט דא געהאלטען, עטס האטס זכותים

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים י"ב טבת התשע"ט 23:14 #252631

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

טאג #12

רבותי, איך טאנץ, יא איך טאנץ, איך קקען נאר נישט טאנצען בגופי, ווייל מיין בני בית וועט נאך מיינען אז יצא מדעתו, לויף איך יעצט טאנצען ביי א חתונה.....

איך בין גאר דערהויבען, 12 טעג, עטץ ווייסט וואס דאס מיינט? איך ווייס, 12 טעג טין דעם רצון הבורא, ווייל מיין פאלטשע איך וויל יא עקטען, אבער מיין עכטע איך לאזט נישט......

טאנץ אידאלאך, טאנץ.....


להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים י"ג טבת התשע"ט 12:18 #252645

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל

די פרוי פרעגט פארוואס איך טאנץ, גיי זיי איר מסביר אז איך טאנץ מיט שמע תפלתי
זה היום קיווינו לוזה היום קיווינו לו  נגילה ונשמחה בישועתו......

ענטפער: מיין ספר החיים י"ג טבת התשע"ט 13:50 #252650

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל
moshe11 געשריבן on י"ג טבת התשע"ט 12:18:

די פרוי פרעגט פארוואס איך טאנץ, גיי זיי איר מסביר אז איך טאנץ מיט שמע תפלתי
זה היום קיווינו לוזה היום קיווינו לו  נגילה ונשמחה בישועתו......


יישר כח פארן מיט טאנצען, עס גיט מיר חיזוק
גיט שבת

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים י"ג טבת התשע"ט 13:52 #252651

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

מיר האלטען שוין ווייטער ביי פרייטאג...

פרייטאג אין שבת נאכמיטאג איז מיין שווערסטע צייט..... איך גיי אי"ה פאקעסען אויף יעדע מיניט עקסטער...

האטס מיר אלע א ריינע גיט שבת

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
לעצט פארראכטן: י"ג טבת התשע"ט 13:52 דורך שמע-תפלתי.

ענטפער: מיין ספר החיים י"ד טבת התשע"ט 20:26 #252656

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

נא שמע, וויאזוי איז געווען דיין פרייטאג און שבת נאכמיטאג?

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: מיין ספר החיים י"ד טבת התשע"ט 22:36 #252660

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

טאג #14 - 2 וואכן

יא יא, עס איז צוויי וואכען וואס איך בין ריין, עס האט גארנישט מיט מיר, עס איז דיעם באשפערס הילף מיט ענקער חיזוק אין סאפארט... כן יעזור השם להלאה...

איך האב געהט א שבת צי געדענקען ב"ה, שוין לאנג נישט געהאט א שבת, ריין פין יעדע מין לאסט, אהן קיין שום מחשבה'לע פין לאסט... מיין הארץ שרייט יישר כח געטרייע חבירים, אהן ענק האלט איך וועין נישט דא... זאל דער רבוש"ע ענק באצאלען בכפלי כפלים, עטס זאלטס אייביג זיין ריין אזוי מיין שבת איז געווען, ענק מיט ענקערע קינדער עד סוף כל הדורות... גרינגערהייט...

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים ט"ז טבת התשע"ט 17:49 #252710

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

זייער שטארק!!!

מזל טוב!!!
קיפ אן טראקינג!!!

נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים י"ז טבת התשע"ט 11:39 #252723

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

טאג #16

ב"ה מען גייט אהן, מען האט 16 ריינע טעג, איך בין קאנווינסט אז דער רבוש"ע מיט מחנות אין מחנות, גאנצע באטאליענס מיט מלאכים טאנצען מיט שמחה... נעכטען האב איך געהאט ווי מען ריפט עס א סקער... אייט אף די בלא, בין איך געווארען געפערליך ב"לאסט"יג, איך האב עס ממש געדארפט ווי ליפט צי אטעמען, איך האב נישט געוואלט הארגענען מיינע ריינע טעג, אבער איך האב יא געהאט א שטארקע נטיה אויסציעקטען, אבער מיין טייערע חשובע הייליגע באליבטער טאטע, האט רחמנות געהאט אויף מיר, אין ער האט מיר אריינגעשיקט א מחשבה'לע... גיי דאווענען מנחה, עס גייט דיר העלפען, גיי, עס וועט זיך לוינען, אין אטע דאס האב איך געטין, אין ב"ה... איך בין ריין.... יישר כח טאטע, איך בין דיר זייער דאנקבאר דערפאר, איך אליינס קען נישט, איך קען גארנישט.. את חטאי אני מזכיר, אך האב מיך איינגערעדט אז איך קען, אבער ניין, איך קען נישט אליינס...

ישר כח אלע חבירים דא, ישר כח מיין פארטנער, עטס זענטס מיין חחזוק..

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים י"ז טבת התשע"ט 12:13 #252724

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

אין שכינות ווערט ארום גערעדט וועגען שובבים, מיין אפיניען, שובבים איז זייער א טייערע זאך, זייער א חשובע זאך, אבער נאר פאר נישט עדיקטס, אין אפילו פאר עדיקטס אבער נאר אויף אזויפיל צי ערפילען די הרגשים, אבער זיך צי איינרעדען אז שובבים גייט מאכען די זאך, אין ווייל שובבים איז מסוגל לתשובה גיי איך עדיקט ווערען אויס עדיקט, איז א שרעקליכער טעות, ווייל שובבים איז מסוגל לתשובה גיי איך עדיקט נישט מוצז"ל זיין איז א שקר, שקר מוחלט, ווייל, אינזער פראבלעים איז לעת עתה נישט מצד רוחניות, עס איז מער א קרענק ווי זינדיגען, מיר עדיקטס ווילען פינקט אזוי נישט זינדיגען ווי נישט עדיקטס, מיר עדיקטס ווילען פינקט אזוי נישט זינדיגען מיט דעים ענין ווי מיר ווילען נישט עסען אין מכדאנעלטס א גיטע האמבארגער, נאר וואס דען, פארוואס קענען מיר זיך נישט ציריק האלטען, ווייל מיר זענען קראנק, יא קראנק, אין שובבים גייט אינז נישט העלפען, יא, עס גייט אינז אנווארעמען צי זיין גיט, אבער אין די מיניט וואס אינז גיי מיר לאסטען, איז די גאנצע שובבים געשטארבען, מיר זענען פשוט נישט אויף די וועלט...... לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז מיר עדיקטס זינדיגען בכלל נישט, אינז וויל מיר באמת נישט אויסעקטען, עס איז נאר אינזער מחלה.... ודי בזה....

קאמענטארן זענען אקסעפטעט

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים י"ז טבת התשע"ט 20:19 #252729

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל
שמע-תפלתי געשריבן on י"ז טבת התשע"ט 12:13:

אין שכינות ווערט ארום גערעדט וועגען שובבים, מיין אפיניען, שובבים איז זייער א טייערע זאך, זייער א חשובע זאך, אבער נאר פאר נישט עדיקטס, אין אפילו פאר עדיקטס אבער נאר אויף אזויפיל צי ערפילען די הרגשים, אבער זיך צי איינרעדען אז שובבים גייט מאכען די זאך, אין ווייל שובבים איז מסוגל לתשובה גיי איך עדיקט ווערען אויס עדיקט, איז א שרעקליכער טעות, ווייל שובבים איז מסוגל לתשובה גיי איך עדיקט נישט מוצז"ל זיין איז א שקר, שקר מוחלט, ווייל, אינזער פראבלעים איז לעת עתה נישט מצד רוחניות, עס איז מער א קרענק ווי זינדיגען, מיר עדיקטס ווילען פינקט אזוי נישט זינדיגען ווי נישט עדיקטס, מיר עדיקטס ווילען פינקט אזוי נישט זינדיגען מיט דעים ענין ווי מיר ווילען נישט עסען אין מכדאנעלטס א גיטע האמבארגער, נאר וואס דען, פארוואס קענען מיר זיך נישט ציריק האלטען, ווייל מיר זענען קראנק, יא קראנק, אין שובבים גייט אינז נישט העלפען, יא, עס גייט אינז אנווארעמען צי זיין גיט, אבער אין די מיניט וואס אינז גיי מיר לאסטען, איז די גאנצע שובבים געשטארבען, מיר זענען פשוט נישט אויף די וועלט...... לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז מיר עדיקטס זינדיגען בכלל נישט, אינז וויל מיר באמת נישט אויסעקטען, עס איז נאר אינזער מחלה.... ודי בזה....

קאמענטארן זענען אקסעפטעט


פאר מיר איז פילען גילטי, -וואס דאס האט שובבים געטון צו מיר- ממש א קילער.

אבער יעדער דארף טון וואס ער פילט אז ס׳איז ריכטיג פאר אים, און וואס ער פילט אז ס׳קען אים האלטן ריין

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: מיין ספר החיים כ"ב טבת התשע"ט 17:55 #252823

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

טאג #21

אך טוב וחסד ירדפינו כל ימי חיי, דאס איז מיין ווילען אין מיין שטרעבען, עס זאל זיין נאר טוב מיט חסד, לאפוקי סעלפישנעס, אין טוב אלא תורה, אך איז א מיעוט, ממעט זיין מיט די פאלשע טוב, וואס אינזער פאלטשע איך זאגט אז עס איז טוב.. דער בורא עולם זאל מיך באגלייטען אז איך זאל מער קיינמאל נישט זיין ריין 21 טעג, נאר איך זאל שוין זיין ריין אייביג ביז מיין לעצטע טאג, ביז משיחס טאג, זאל ער שוין קימען.... 21 איז דאך 7 מאל חזקה, 3 וואכען....  שוין איך האף אז עס קימט שוין נאר גיטע צייטען.....

יישר כח פאר אלע חבירים דא, כל אחד בשמו יבורך, מיין חשובער שותף, עטס האטס א ריזיגע חלק אין מיין ריינקייט, שכרכם הרבה מאד, מען קען נישט אין מען טארנישט אינטערשאצען די גרויסקייט פין זיין ריין יעדע רגע... ביי סוכה ווייס מיר דאך אז יעדע רגע וואס מען זיצט אין די סוכה איז מען מקיים א מצוה, דא וואס די מצוה איז אין אינזער גוף, אין יעדע רגע וואס די יצר איז מיט אינז אין מיר זענען זיך גובר איז די שכר גאר גרויס.... אפילו, דאס איז מער א קרענק ווי א חטא, אינז זעמער פשוט קראנק, דארף מיר וויסען אין טראכטען דערפין, ווייל דאס גייט אינז געבען א שטופ פאראויס....

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: מיין ספר החיים כ"ז טבת התשע"ט 10:48 #252900

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

טאג #26
26 טעג ריין, וואוו, 26 איז א גיטער נאמבער, שם הויה איז 26.... 
באשעפער, טאטע אין הימעל, ישר כח פארן העלפען מיר זיין ריין
באשעפער, טאטע אין הימעל, ישר כח פארן מיר צישיקען דא צי הדא​.
באשעפער, טאטע אין הימעל, ישר כח פארן צישיקען מיין חשובע פארטנער.
​באשעפער, טאטע אין הימעל, ישר כח פאר צישיקען די ריכטיגע חברים דא וואס גיבן מיר די ריכטיגע סאפפארט.
באשעפער, טאטע אין הימעל, יישר כח פארן מיר געבן די ריכטיגע מחשבות צי וועלען זיי ריין
​באשעפער, טאטע אין הימעל, יישר כח פאר צישיקען אין העלפען טין די ריכטיגע פעולות צי זיין ריין אין טין דיין רצון.

​באשעפער, טאטע אין הימעל, איך בעט דיך, העלף מיר בלייבען ריין פאר אייביג.
באשעפער, טאטע אין הימעל, איך בעט דיך, מיינע קינדער זאלען קיינמאל נישט וויסען פין די מחלה אים די נסיונות בכל שום וחניכא דאית להו.
באשעפער, טאטע אין הימעל, איך בעט דיך, אז אלע חברים דא זאלן בלייבען ריין אויף אייביג, זיך היילען אויף אייביג פין די מחלה, אין נישט האבען די נסיונות,

האטס מיר אלע א הייליגע ריינע רואיגע גיט שבת

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
לעצט פארראכטן: כ"ז טבת התשע"ט 10:49 דורך שמע-תפלתי.

ענטפער: מיין ספר החיים כ"ט טבת התשע"ט 15:10 #252906

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

שמע תפילה 

איך הער דיין געבעט 

אסאך מאל ווייסט מען נישט ווי אזוי מען האט אויס געזען בשעתן שרייבן דא אויפן פארם 

סקען זיין מען איז געווען גאר בשמחה סקען זיין אז סאיז געפלאסן טרערען פין די אויגן 

אדער האט מען געשפירט א קאלטקייט א איינזימקייט 

אבער אין יעדנספאל איז מען דא ארויפגעקימען 

אין מען שרייבט אין מען איז זיך מחזיק 

אין יאר 2019 

ריבונו של עולם לייז אינז שוין אויס 

שמע תפילה מיר שפאנען מיט דיר טריט ביי טריט 

חזק 
דיין חבר 
כשר 

ענטפער: מיין ספר החיים א' שבט התשע"ט 17:54 #252937

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

ענקערע ווערטער זענען א אינספיראציע פון אונז אלע.

קיפ איט אפ.

ענטפער: מיין ספר החיים א' שבט התשע"ט 22:59 #252947

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

טאג #30

יא, עס איז עכטע טרערען, יא עס איז נאס, 30 טעג איז נישט קיין קינדער שפיל, עס איז ריכטיגע הארעוואניע, עס איז ארבייט, טאטע, קיק צי, איך מיין עס ערענסט, איך וויל זיין גיט, טאטע ישר כח, איך ווייס עס איז בכלל נישט מיין קרעדיט, איך קען גארנישט, גארנישט, גארנישט, אין נאכאמאל גארנישט, איך בין עפר ואפר, אין איך זאג עס פין איבערצייגונג, נישט פין גאווה אדער עניווה, איך ווייס אז איך האב שוין מיליאן מאל געטרייט צי זיין ריין, געניצט אלע פעולות, אבער גארנישט האט נישט געהאלפען אזוי ווי דאסמאל, זיך אינגאנצען איבערגעגעבען אין דיין הענט, טאטע, טאטע, געטרייע טאטע, דאס איז פינקט ווי קענסער, דער קליינע מענטשעלע קען גארנישט נאר זיך פארלאזען אינגאנצען אויף דיין רפואה, טאטע, איך זאג קלאר, איך קען נישט, נאר די טיסט מיך היילען פין די קענסער....

טאטע טאטע, איך בעט דיך, שטיי אייביג צי מיין האנט, לאז מיך נישט פאלען צי פארשטינקענע לאסט, עס טיט נאר איין זאך צי מיר, עס הארגעט מיך, טאטע איך בעט דיך האב שוין רחמנות איוף דיינע וואילע קינדער, מען מיטשעט זיך אזוי שטארק, קיק וויפיל מעמבערס עס איז דא אויף הדא, אידיש ענגליש אין עברית, יעדער איז דא נאר פאר איין סיבה, דיך ציפרידען צישטעלען, טאטע טי די דיין פארט אין אינז וועל מיר טין אינזער פארט....

טאטע, איך בין מוראדיג מרוגש, מיינע טרערן רינען ווי א קינד, 30 טעג, קלין קלין פין אלעס, נישט קיין פארן, נישט קיין מעסטערבעישאן, טאטע ישר כח, לאז מיך נישט אליינס, כאפ אהן מיינע 2 הענט, טראג מיך אויף דיינע פליגלען, על כפים ישאונך, פן תגוף באבן רגלך.... 

טאטע איך וויל דיר בעטן נאך א זאך, אאיך זאל מיך האבען אפגעליטען פאר אלע מיינע קימענדיגע דורות, קיינער פין מיינע קינדער אין איינקלעך זאלן זיך נישט מיטשענען מיט די קרענק, איך האב מיך אפגעמיטשעט גאנצע 30 יאר שוין פאר זיי אלע... טאטע, ביזט דאך מיין טאטע, וואס טיט נישט א טאטע ווען זיין קינד בעט.....

ישר כח טאטי.... פין דיין קינד וואס מיטשעט זיך מיט די רפואה

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
צייט צו מאכן א בלאט: 1.05 סעקונדעס