ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: מיין ספר החיים 7063 באזוכער

ענטפער: מיין ספר החיים ח' תשרי התש"פ 22:19 #260252

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 163 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 457
  • האט שוין געלייקט: 441 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1119 מאל
  • קאָרמא: 6

טאג #163
איך פייער היינט די 163טע ריינע טאג, גאר א שטארקע זאך, אבער פיל מיט סטראגעלס אין שטיינער.
נאך אזא יאר ציטער איך פארן יום הדין, ווי אזוי זעט מען זיך אדורך מיט א גיט קוויטעל? איך האלט טאקע אזוי ווייט, אין איך האב שוין כמעט פארגעסען פין מיינע אימריינע טעג, אבער דער רבוש"ע געדענקט דאך יא.... אבער דאך גלייב איך, איך בין א מאמין, אז כי ביום הזה יכפר עליכם, אין דער רבוש"ע גייט מיר מוחל זיין, איך האף נאר אז איך זאל האבען א ריכטיגע חרטה ועזיבת החטא, שיעיד עלי הבורא, כשאני לעצמי בין איך דאך א אלקאהאליק, אין איין מאל א אלקאהאליק אייביג א אלקאהאליק,  אבער איך ווייס אז באמת קען איך גארנישט אליינס, איך בין עכט פאויערלעסס, וועל איך מיך מיזען פארלאזען אויף מיין טאטע אז ער גייט מיר העלפען... ווייל אהן זיין הילף בין איך גיט טיף אין די אדמ....
בהאי שעתא וויל איך אנווינטשען יעדעם דא מחבריא קדישא הדין א גמר חתימה טובה, א זיס לעכטיג גיט געבענטשט יאר, א ריינע יאר, עס זאל אנקימען גרינג, א יאר פין שנת קיבול תפילות, א יאר וואס דאס רעדן צים בורא עולם זאל אנקימען גרינג, מיט די ריכטיגע דיבורים,  א יאר פין אפגעהיטענע מחשבות אין ראיות, א יאר פין אידיש נחת פין די קינדער, א יאר פין ריכטיגע שלום בית, א יאר פין פרנסה טובה קלה ונקיה, בריוח, בניקל, בכבוד, אין ועל כולם בהיתר.
איך וויל דא איבערבעטען יעדעם איינעם אויב האב איך איינעם געמאכט עפעס א טריגער, וואס איך האב באמת דאס הישט געוואלט, אדער איך האב איינעם דא פוגע בכבוד געווען, זייטס מיר אלע מוחל, אין איך בין א יעדעם איינע מוחל במחילה גמורה.
זאל מיר אלע זוכה זיין נאך היי יאר צי זען די רויט בענדעלע ווערען ווייס, אין הערען השם מפורש יוצא מפי כהן גדול..
האטס מיר אלע א גיט יום טוב אין א גרינגע תענית...

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים
צייט צו מאכן א בלאט: 0.17 סעקונדעס

Are you sure?

יא