ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: נאר היינט 260 באזוכער

נאר היינט ט"ז טבת התשע"ט 20:23 #252715

  • טראכט גוט וועט זיין גוט
  • איצטיגע שטרעקע: 72 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 60 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

געלויבט איז השי"ת, וואס האלט מיר ריין היינט (שוין 49 מאל ברציפות). ס'איז נישט פון מיין כח בכלל, איך האב שוין פראבירט הונדערטע מאל אליין און איך האב נישט מצליח געווען, אבער ער טוהט עס אויף א מויראדיגן אופן, פשוט נישט צו גלייבן.

איך וויל דא ארויף ברענגען א שיינע זאך וואס איך האב באקומען פאר אפאר חדשים ביים מייל פון PA אויף עברית. איך האב עס געטייטשט אויף יידיש, און איך האף אז ס'איז ארויס גענוג קלאר. אויב נישט - איך וועל זיך פרייען צו הערן.



אויב איך זאג "נאר היינט", ארבעט דאס נישט ווייל איך ווייס אז מארגן גיי איך זאגן די זעלבע זאך, און אויך איבער מארגן, איז דאס סתם א ליגנט וואס איך נאר זיך אליין אפ.

באקאנט? אינטערעסאנט אז מ'קען דאס זאגן אויף די ניצן אדער אויפ די געזונט ווערן, און משום מה ביי איינער פון זיי קוקט דאס אויס ריכטיג און ביים צווייטן קוקט דאס אויס שקר. לאמיר זעהן וויאזוי קוקט דאס אויס:

ווען איך וויל נאך אמאל גיין קוקן פארנאגראפיע, זאג איך פאר זיך "גענדיקט, דאס מאל איז דאס לעצטע מאל. מארגן הער איך הויף צו קוקן פארנאגראפיע אויף א גאנצן לעבן. נאר היינט וועל איך ניצן, און מארגן הייב איך אן ווערן א מענטש און איך קוק נישט מער קיין מאל". און ווען איך זאג עס פאר זיך ווער איך משוכנע און איך גלייב פאר זיך. איך ווער באמת משוכנע אז דאס גייט זיין דאס לעצטע מאל וואס איך וועל קוקן פארנאגראפיע, און שפעטער וועל איך אויפהערן אויף דעם גאנצן לעבן און קיין מאל וועל איך נישט צוריק קומען צו דעם נאך אמאל.

ווען ס'רעדט זיך פון תירוצים צו גיין אויף א נייע גאנג פון באניצוג, איך בין נישט מצליח צו דערקענן דאס ליגנט, אפילו ער איז אזוי קלאר. ווען זעה איך יא פלוצלונג די פראבלעם פון "נאר היינט"? ווען ס'רעדט זיך פון זיך אויסהיילן. דא טענע איך גלייך אז ס'שטומט נישט, און דאס איז נאר א טריק וועלעכער איז געמאכט געווארן צו מיר גורם זיין צו זיין ריין היינט, אבער קלאר אז מארגן וועל איך דארפן בלייבן ריין און אויך איבער מארגן...

אבער די אמת איז אז נישט. נאר היינט איז נישט קיין ליגנט, נישט ביים זיך אויסהיילן און נישט ביי די מחלה. נאר היינט איז די טייטש אז וואס ס'איז חשוב היינט דאס איז די זאך וואס איז באמת חשוב, און וואס ס'וועט זיין מארגן קיינער קען נישט וואוסן און קען נישט זאגן. אויב איך קוק פארנאגראפיע "נאר היינט" איז כמעט זיכער אז איך וועל אזוי טוהן אויך מארגן און אויך איבער מארגן און אויכעט נאך א טאג שפעטער, און אויב איך קוק נישט פארנאגראפיע "נאר היינט" איז כמעט זיכער אז אזוי וועל איך טוהן אויך מארגן און אויך איבער מארגן.

נישט ווייל ס'איז א געלונגענע טריק, ממש נישט, נאר ווייל איך דארף לעבן יעצט דער הווה, און דאס זאגט לעבן דעם טאג, און ווען ס'וועט קומען מארגן - וועל איך דארפן לעבן דער טאג נאך אמאל. איך קען נישט עסן היינט פאר מארגן, נישט שלאפן היינט פאר מארגן, און אודאי אז איך קען נישט אטעמען היינט פאר מארגן. היינט דארף איך אטעמען, און מארגן וועל איך דארפן נאך אמאל. און דאס איז ריכטיג אויך אויף ריינקייט און ניכטערקייט. יעדן טאג דארף איך טראכטן וועגן דעם טאג - נאר היינט.

לְבַד֙ רְאֵה־זֶ֣ה מָצָ֔אתִי אֲשֶׁ֨ר עָשָׂ֧ה הָאֱ-לֹהִ֛ים אֶת־הָאָדָ֖ם יָשָׁ֑ר וְהֵ֥מָּה בִקְשׁ֖וּ חִשְּׁבֹנ֥וֹת רַבִּֽים: (קהלת ז כט)
לעצט פארראכטן: י"ז טבת התשע"ט 08:12 דורך טראכט גוט וועט זיין גוט.

ענטפער: נאר היינט י"ז טבת התשע"ט 01:31 #252717

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

שלום עליכם טראכט גוט,
קודם א מזל טוב פאר דיין ספירה שלימה פון ריינע טעג.

איך זעה אז דו האסט זיך געעפנט דא א טרעד, דעיס ווייזט אויף א קביעות'דיגע תושב, ס'ווערט אויפגענומען מיט פרייד.
אונז ווארטן אלע צו הערן וועגן דיינע איבערלעבענישן, דורכגענג, התגברות, דורכפעלער וכו' וכו' לחזק ולהתחזק.

איך זעה אז ביי דיין נאמען שטייט נאכנישט קיין מספר פון דיינע ריינע טעג, איך מיין אז דו זאלסט אנהייבן אפדעיטן דיין טשארט כדי אנדערע זאלן נעמען א חיזוק פון דעם. דו קענסט זיך פארבינדן מיט די הנהלה אז די מספר פון טעג וואס דו האסט ביז דא זאל ערשיינען.

הצלחה רבה, אונז ווארטן צו הערן פון דיר.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: נאר היינט י"ז טבת התשע"ט 09:54 #252721

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 70 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 349
  • האט שוין געלייקט: 516 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

ברוך הבא טראכט גיט,

שכוח פארן נעמען די מי אין איבער טייטשען זייער שיין,

סקימט אריין פרישע כוחות, וואס ווערט געזיכט פין אלע מעמבערס דא כסדר,

מיר אלע קיען ארויס אויף כסדרדיגע באריכטן אין ארטיקלן

ענטפער: נאר היינט י"ח טבת התשע"ט 21:32 #252749

  • טראכט גוט וועט זיין גוט
  • איצטיגע שטרעקע: 72 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 60 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

ברוך ה', נישט פארשטעדליך בכלל, בין איך ריין היינט אויכעט. געלויבט איז גאט ברוך הוא. און א גרויסן יישר כח פאר די זיסע חברים וואס זענען מיט מיר אויפן וועג און געבן מיר דאס כח צו גיין ווייטער.

איך וויל דא ברענגען נאך א שיינע זאך וואס איך האב באקומען ביים מייל פון PA, וואס רעדט וועגן די חשיבות פון זיין אויפריכטיג (איך האפ איך האב געטייטשט די ווארט אליין ריכטיג). איך האב מורא אז איך האב נישט געטייטשט גענוג גוט. אבער איך האב געטוהן מיין בעסטע די איבעריגע לאז איך פארן אויבערשטן.

יישר כח אז ענק זענען מיט מיר ביי די וועג.



מ'האט אסאך גערעדט אויף צוויי זאכן וואס מ'מוז האבן כדי צו ארויף גיין אויפן וועג געזונט ווערן. דאס ערשטע איז די "קבלה", זיך אן נעמען אזוי ווי איך בין אין יעדע צייט. זיך אן נעמען מיינט נישט אז דער פלאץ וואס איך בין דארט איז גוט, פאר יעדער מענטש און בפרט פאר אזא "מושלם" ווי מיר איז דא וואס צו בעסער מאכן און פארעכטן. דאס זאגט נאר אז כל זמן איך בין אין א מלחמה אנטקעגן זיך האב איך נישט דאס רוהיגקייט וואס פעלט אזוי שטארק אויס כדי צו זיך באטראכטן און אנהויבן צו טאשן זאכן. ס'איז זייער שווער צו פירן א מלחמה אין צוויי פלעצער, ס'איז נאך מער שווער צו פירן א מלחמה ביים זעלבן פלאץ פון ביידע זייטן פון די מלחמה. דאס וועג פון זיך שלאגן מיט זיך אנטקעגן מיינע אייגענע פעלערס נישט נאר אז ס'העלפט מיר נישט נאר ס'שטערט אויך.

דאס צווייטע זאך וואס פעלט אזוי אויס איז דאס "אויפריכטיגקייט". אין דער "גרויסער בוך" שטייט אז ס'איז כמעט נישטא היימיצער וואס האט געמאכט וואס מ'האט איהם געהייסן טוהן און ער איז נישט ארויף אויף א וועג. דיע ביסל מענטשן וואס האבן נישט מצליח געווען, רובם זענען אזעלכע וואס זענען נישט מסוגל צו זיין אויפריכטיג. דאס אויפריכטיגקייט איז א קריטישע זאך וואס פעלט אויס כדי צו אויפדעקן יענע מסתרי הנפש וועלעכע דארט באהאלטן אונז נאך אלכאהאל פלעשער פון תאווה. אונזערע געדרייטע גייסט באהאלט אין זיך באהאלטענע לעכער און מערות וואס פארמאגן געווער לעת מצוא.

ס'איז באוואוסט דער מעשה אויף יענער נארישער פויער וואס האט פארקויפט זעק פון מעיל, און כדי צו וואוסן וויפיל זעק האט ער אריבער געפירט פון זיין וואוגן צו דעם קויפער'ס וואוגן, האבן זיי אפגערעדט צו לייגן אין דער זייט א מטבע פון א פרוטה און ציילן סוף טאג די מטבעות אזוי ווי דער נאמער פון די זעק וואס אויף זיי דארף דער קויפער צאלן. דא עקא, אז פחז עליו יצרו פונעם פויער ווען ער האט געזעהן א בארג פון פרוטות ליגט אין דער זייט. אין א רגע פון היסח הדעת פונעם קויפער האט ער אריין געלייגט ביי זיך אין טאש א האלב פון דער בארג פון די פרוטות. זיין מגושם'דיגע מוח האט נישט געקענט פארשטיין אז מיט זיין גרויסע "חכמה" האט ער א שאדן געהאט אסאך א גרעסערע סומע.

וואס קען מען טוהן אז מיר ווערן אויכעת פון מאל צו מאל נאריש אויף א שרעקליכער אופן אן קיין קשר צו אונזער שכל און קלוגשאפט וואס אונז האבן אין אנדערע פלעצער. איך וויל טאקע נישט צוריק גיין צו די זעלבע שרעקליכע פלעצער פון די תאוה. צו די געפערליכע ביטערע הרגשה נאך יעדע ניצונג, דאס מרה שחורה און די חולשה אנטקעגן נפילות וואס איך האב נישט שולט געווען אויף דעם, דאס שמוציגע וועטער פון דאס לעבן מיטן תאוה. איך האב געגעסן דיע ביטערע זאמד צופיל יאהרן. אבער ס'שטערט מיר נישט צו כאפן פון מאל צו מאל א קליינע בליק נישט חלילה כדי צו טוהן מיט דעם עפעס, נאר סתם אזוי ווייסט איר דאך... נו באמת וואס קען שוין א קליינע פאנטאזיע מיר מאכן נאך כמעט צוויי יאהר פון ריינקייט? דאס איז דאך נישט אויף צו גיין פאלן ח"ו נאר סתם אזוי צו הנאה האבן.

אבער דער אמת איז, אז ממש נישט. למעשה רעדט זיך דא פון א גאנץ א מיסע חברותא פון דאס אז ס'פעלט די צוויי זאכן וואס מיר האבן דערמאנט. קבלה מיט אויפריכטיגקייט. ס'איז מיר גאנץ שווער צו אן נעמען די מציאות אז היימיצער ווי מיר שלעפט זיך נאך אלץ צו פלעצער, וויאזוי צו זאגן, נישט אזוי... אז א מענטש וואס ווערט אויסגעמאלט ביי מענטשן ווי א נארמאלער מענטש אדער מער פון דעם קען זיך ארויף ברענגען אין קאפ מחשבות וואס געהערן צו דער אונטער וועלט... וואס זאל מען טוהן, אויב איך וויל אדער נישט ס'איז נאך אלץ פארהאנען אין מיר און מן הסתם וועט עס מיר באגלייטן לאורך ימים ושנים טובות. איך דארף האבן א אויפריכטיגקייט אזוי גענוג כדי צו מודה זיין אין מיינע שווערקייטן און מ'דארף זיין גרייט צו עס אן נעמען. ווען איך בין נישט מוכן צו אן נעמען וואס איך בין דעמלאטס הייב איך אן זיך פָאפּן כדי צו מיר ראטעווען. אויף אזא צורה קען מען נישט אנהויבן צו טוהן דאס וויכטיגע פעולות.

דאס פסיכאלאגיע דארקענט אין דאס פעלער פון קראנקע אין שווערע מחלות צו ארויס האבן זייערע מחלה. איינע פון די פעלער, איז דאס פאל פון זיך פאפן. ס'קען אריבער גיין א לאנגע תקופה און טייערע צייט וואס קען ראטעווען לעבן וואס גייט אין זיסט ביז ווען דער קראנקער כאפט זיך. כל זמן ער האט נישט פארשטאנען טיפ אין הארץ אז ער האט אין זיך א שווערע קרענק וואס פאדערט מ'זאל טוהן מיט איר עפעס, איז נישטא קיין סיבה ער זאל אנהויבן טוהן עפעס מיט דעם.

דאס אן נעמען איז אזוי ווי מסכים זיין מיט דעם אז איך האב א קרענק. דאס אייגנס פאפן איז מיר גורם צו אריין לייגן געוואלדיגע כוחות אין דאס פלאגעניש מיט א שרעקליכע געפיהל פון שולדיגקייט אן קיין שום פתרון, און אריין גיין און א ראד וואס מ'קען נישט פון דארט ארויס צו גיין. דווקא אן נעמען דאס מציאות אזוי ווי ס'איז עפנט די טיר צו קוקן ריכטיג אויף די פראבלעם.

לצורך העניין, ס'איז גענוג אויב פון מאל צו מאל וועל איך מאכן א קליינער חשבון וועגן מיינע מחשבות און די פלאץ וואס די תאוה מיט אירע אללע צווייגן און די צווייגן פון די צווייגן כאפן דארט א פלאץ. איז אמת אז מיטן באשעפערס חסד, נישט פארשטענדליג, רעדט זיך שוין נישט פון די שגעון וואס איז אמאל געווען. אמת אז דאס לאסט איז אראפ אויף א גרויסן מאס און ס'פארנעמט שוין נישט ביי מיר אזוי פיל פלאץ ווי אמאל. אבער מ'דארף דאך זיין אמת'דיג אויפריכטיג. און מיט אזא אויפריכטיגקייט וועט שון זיין גרינג צו דערקענען אז ס'איז דא מאל וואס איך בין אריבער פון נעמען אלכאהאל פון 40% צו עפעס מער אן איידעלע זאך. דאס גוטע וויסקי וואס איך האב אמאל געפלעגט ניצן האט געטאשט אין אנהויב וויין פון 14% און יעצט איז דאס א גלעזל ביר פון מאל צו מאל. ניין, ב"ה איך בין נישט עדיקט (ביזדערוואל) אויף אלכאהאל. אבער די תאוה איז נישט אסאך אנדערש פון דיע עדיקיאשן. נאר מיט אן אפנקייט און א אייגענע אויפריכטיגקייט קען זיין אז איך וועל מצליח זיין קוקן אויף מיין תאוה און זעהן צו ס'הייבט נישט אן צו ארויפקריכן.

אן נעמען מיינע חולשות ווי א נארמאלע זאך ביי מיר, אן זיך שעמען און באהאלטן, דאס איז דער זאך וואס געבט מיר די יכולת צו קוקן ריכטיג אויף מיין מצב, און מאכט מיר גרייט צו מאכן די פעולות וואס פעלן אויס אויף צו זיך אויסהיילן.

לְבַד֙ רְאֵה־זֶ֣ה מָצָ֔אתִי אֲשֶׁ֨ר עָשָׂ֧ה הָאֱ-לֹהִ֛ים אֶת־הָאָדָ֖ם יָשָׁ֑ר וְהֵ֥מָּה בִקְשׁ֖וּ חִשְּׁבֹנ֥וֹת רַבִּֽים: (קהלת ז כט)

ענטפער: נאר היינט י"ח טבת התשע"ט 23:49 #252751

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 70 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 349
  • האט שוין געלייקט: 516 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שכוח פאר די טירחא, זייער שיין

ענטפער: נאר היינט י"ט טבת התשע"ט 22:40 #252777

  • טראכט גוט וועט זיין גוט
  • איצטיגע שטרעקע: 72 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 60 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

געלויבט איז גאט ברוך הוא, וואס געבט מיר א מתנת חינם א טאג נאך א טאג, און איך בין היינט ברוך ה' ריין. איך האב אויכעט גערעדט מיט אסאך חברים, און זיך מחזק געווען גאר שטארק.

איך האב געהאט דיע וואך א נייע דערהער אין די חילוק צווישן וויאזוי איך האב געדאוונט אמאל און וויאזוי איך דאוון היינט.

ווען איך בין אנגעפאנגען מיין וועג צו ארויסגיין פון בלָאטע, האט מען מיר געזאגט אז איך דארף זיך בייגן און פארשטיין אז איך קען נישט אליין, און דאס איבערגעבן פארן אויבערשטן דאווענען פאר איהם ער זאל מיר אויסהיילן און געבן דאס ריינע טאג. איך האב נישט פארשטאנען און אפילו געווען אביסל ברוגז. מ'דארף מיר אויסלערנען צו רעדן מיטן אויבערשטן? וואס בין איך א בעל-תשובה? איך רעד שוין מיט דער אויבערשטן צענדיגע יאהרן אויף אללעס וואס איך דארף אין לעבן, אויכעט אויף מיינע נסיונות האב איך גערעדט מיט איהם, וויפיל מאל האב איך געגאסן טייכן טרערן פאר איהם זאל מיר העלפן נישט פארקריכן נאך מיין יצר, איך האב נאס געמאכט מיין קישן, און איך האב גערעדט מיט איהם בכל עת מצוא, פארן פאלן און נאכן פאלן. איך געדענק זיך אמאל וויינען ביי איהם: רבוש"ע, איך ווייס אז די זוה"ק זאגט אז ווער ס'נעמט ארויס ז"ל לא חמי אפי שכינתא, קען איך דיר נישט זעהן, אבער דו קענסט מיר דאך יא זעהן, נעם מיר ארויס פון דעם און געב מיר א ריינע הארץ. אין מיינע קביעות'דיגע טבילות אין מקוה האב איך אין זינען צו ארויס נעמען אללע שלעכטע מחשבות פון הארץ און אריינלייגן אין מיר א לב טהור. און מיט דעם אללעם דער באשעפער האט מיר נישט "געפאלקט", ער האט מיר נישט ריין געמאכט, מיין הארץ איז געבליבן פארדארבן, און איך בין ווייטער געלאפן צו אללע מיסע פלעצער (און יעדע מאל געוויינט מיט א פרישקייט). איז פארוואס זאל ער מיר יעצט העלפן מער פון אמאל???

היינט פארשטיי איך, אז איך האב איהם געבעטן ער זאל מיר באפרייען פון דעם, כדי איך זאל נישט דארפן מוותר זיין אויף דעם. דאס מיינט, איך וויל נישט מוותר זיין אויף די תאווה, און מצד שני לייד איך פון דעם שרעקליך (איך פיל זיך א רשע און א חוטא, איך שעם זיך, איך לעב ווי צוויי מענטשן (איך ווייס נישט וויאזוי רופט מען עס אויף יידיש, אויף עברית רופט מען עס "פיצול אישיות"), איך פיל זיך פוסט און ליידיג, וכו' וכו'), ממילא וויל איך אז דער באשעפער זאל מוותר זיין אויף דעם אנשטאט מיר. אבער דער אויבערשטער "משום מה" האט נישט געוואלט דאס טוהן, מן הסתם זעהט ער אז מיין טובה איז איך זאל דאס גלוסטן און עס נישט טוהן.

איז וויאזוי דארף מען יא בעטן? איך בעט פון באשעפער זאל מיר געבן רוהיגקייט צו אן נעמען די זאכן וואס איך קען נישט טוישן (פונקט פארקערט פון וואס איך האב געבעטן ביז יעצט, איך בעט נישט איך זאל זיך מיר נישט ציען צו דעם, איך וויל זיך אן נעמען מיט דעם), און שפעטער בעט איך פון איהם כח צו טוהן וואס איך קען יא טוהן, דאס מיינט מיט טיילן מיין שווערקייט מיט חברים וואס פארשטייען מיר, זיך שואל עצה זיין מיט איינער וואס איז אינדרויסן פון בילד און ער קען מיר ענטפערן אובייעקטיוויש וואס דארף איך טוהן אויף צו בלייבן ריין.

וואס קען איך זאגן, פלאי פלאים, פון ווען איך האב אנגעהויבן צו דאווענען אויף דיע אופן האט דער אויבערשטער "אנגעהויבן" צו הערן מיינע תפילות, און ער מאכט מיט מיר גרויסע ניסים.

איך וואונטש אן פאר אללע זיסע חברים, ואני הקטן בתוכם, נאך פיר און צוואנציג ריינע שעות. א גרויסן יישר כח פאר ווער ס'וועט ליינען און בכלל אויף דעם אז איך האב אייך מיט מיר, געלויבט איז דער זיסער טאטע פון היממעל.

לְבַד֙ רְאֵה־זֶ֣ה מָצָ֔אתִי אֲשֶׁ֨ר עָשָׂ֧ה הָאֱ-לֹהִ֛ים אֶת־הָאָדָ֖ם יָשָׁ֑ר וְהֵ֥מָּה בִקְשׁ֖וּ חִשְּׁבֹנ֥וֹת רַבִּֽים: (קהלת ז כט)

ענטפער: נאר היינט כ' טבת התשע"ט 10:29 #252779

  • אויגן גלעזער
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 333 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
א געשמאק צו ליינן  דיינע ווערטער

ענטפער: נאר היינט כ' טבת התשע"ט 10:47 #252780

  • moshe11
  • יעצט אנליין
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל

"טראכט גיט"זייער שטארקע ווערטער, מען דארף עס דורך ליינען א פאל מאל צי כאפען די עמקות דערפין.

אבער איין הגה, ח"ו צי זאגען אז די אייבישטער האט דיר נישט אויסגעהערט דענסמאל, נאר מיר קליינע מענטשליך האבן נישט קיין השגה אין הנהגת השם " ​לי יחיה גבר שנין אלפין,​ לא יעול גבורתך  בחושבניא".עס קען זיין די סיבה פארוואס די ביסט אנגעקימען צי ריכטיגע מהלך איז ווייל די האסט געבעטן פריער, באמת איז עס נישט קיין חילוק מען דארף גלייבן "הן ק-ל כביר לא ימאס" קיין שום תפילה פין א איד גייט נישט לאיבוד, איי מיר זען נישט תיכף עס זאל ארבערטען, אויף דעם זאגט מען שוין במופלה ממך לא תדרוש


צירוק צי אינזער ענין דיינע ווערטער אין דיין מהלך איז געוואלדיגט , איך שפעטער נאכאמאל איבער ליינע פשוט עס אריין צי נעמען אין די ביינער

א גיטן שבת

לעצט פארראכטן: כ' טבת התשע"ט 10:51 דורך moshe11.

ענטפער: נאר היינט כ' טבת התשע"ט 11:05 #252781

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 1382 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

יישר כח פאר די טירחא איבערזעצען די אימעילס!
געוואלדיגע לימוד וויאזוי צו דאווענען.
אגב די וואך אין אור החיים הק’ ברענגט ער די חילוק פון תפילות וואס געוויסע גייען אליין ארויף צום כסא הכבוד, און אנדערע נאר דורך מלאכים וואס זענען ממונה דערויף,
עי’ בפי’ פסוק וישמע אלוקים את נעקתם דארט דערמאנט ער נאר ברמז
וז"ל כג. מן העבודה. פירוש לא שצעקו לאל שיושיעם אלא צעקו מן הצער כאדם הצועק מכאבו. ומודיע הכתוב כי אותה צעקה עלתה לפני ה', והוא אומרו שועתם וגו' מן העבודה פירוש מצער העבודה, וישמע ה' את נאקתם, פירוש הרמת קול כאבם. 
אביסל ווייטער זאגט אזוי 
עוד אולי אומרו מן העבודה ירצה שלא הגיעה השועה לפני ה' על ידי אמצעי אלא ביושר עלתה מן העבודה אל האלהים שלא על ידי בעל כנפים יגיד דבר (קהלת י' כ'). 

פשט איז אז די תפילה וואס די אידן (אונז..) האבן דעמאלטס געשריגן איז ניטאמאל געווען געוואנדן צום אייבירשטן! אבער וויבאלד עס איז געקומען פון טיפעניש פון געוואלדיגע ווייטאג האט ער עס דערהערט! און נאכמער אן קיין שום ממוצע!!

לעצט פארראכטן: כ"א טבת התשע"ט 22:06 דורך יוסף המלך. אורזאך: אור החיים בלשונו הקוה"ט

ענטפער: נאר היינט כ"א טבת התשע"ט 19:11 #252806

  • טראכט גוט וועט זיין גוט
  • איצטיגע שטרעקע: 72 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 60 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

יישר כח פאר אללע ווארעמע ווערטער, ס'געבט מיר אסאך כח אויף ווייטער.

ברוך ה', נישט פארשטענדליך, בין איך היינט אויך ריין, ס'איז אריבער א געשמאקע דערהויבענע שבת, און איך בעט פון באשעפער זאל געבן פאר אונז אללע נאך 24 ריינע שעות.



"moshe11" post=252780 date=1546008435 catid=4

"טראכט גיט"זייער שטארקע ווערטער, מען דארף עס דורך ליינען א פאל מאל צי כאפען די עמקות דערפין.

אבער איין הגה, ח"ו צי זאגען אז די אייבישטער האט דיר נישט אויסגעהערט דענסמאל, נאר מיר קליינע מענטשליך האבן נישט קיין השגה אין הנהגת השם " ​לי יחיה גבר שנין אלפין,​ לא יעול גבורתך  בחושבניא".עס קען זיין די סיבה פארוואס די ביסט אנגעקימען צי ריכטיגע מהלך איז ווייל די האסט געבעטן פריער, באמת איז עס נישט קיין חילוק מען דארף גלייבן "הן ק-ל כביר לא ימאס" קיין שום תפילה פין א איד גייט נישט לאיבוד, איי מיר זען נישט תיכף עס זאל ארבערטען, אויף דעם זאגט מען שוין במופלה ממך לא תדרוש



איך האב שוין געשריבן אז איך בין נישט אזוי צוגעווינט צו שרייבן אויף יידיש, און וועגן דעם קען זיין אז מיינע זאכן איז נישט גענוג קלאר, איך אנטשולדיג זיך פאר אללע נאך אמאל.

איך האב חלילה נישט געמיינט צו זאגן אז דער באשעפער האט נישט צוגעהערט מיין תפילה, און אויך חלילה נישט געמיינט אז ער קען נישט ארויס נעמען פון מיר אינגאנצן דאס גלוסטעניש צו דיע זאכן. נאר, ער וויל עס נישט טוהן, ווייל ס'נישט מיין טובה.

איך דערמאן זיך ווען איך האב מסביר געווען פאר מיינע תלמידים, אז אפילו אויב זיי וועלן דאווענען מיטן גאנצן הארץ יעדן טאג אפאר שעות אז דער באשעפער זאל זיי מאכן תלמידי חכמים, איך קען זיי צו זאגן אז דער מלאך גבריאל וועט נישט קומען אין חלום זיי אויסלערנען די גאנצע תורה על רגל אחת!!! אבער אויב זיי וועלן בעטן פון באשעפער ער זאל זיי העלפן לערנען אויך ווען זיי ווילן נישט אזוי שטארק, און ער זאל זיי העלפן פארשטיין אויך די שווערע זאכן, אודאי און אודאי אז דער באשעפער וועט זיי דאס געבן, און אויב זיי וועלן טוהן זייערס ביזן סוף וועלן זיי וואקסן גרויסע תלמידי חכמים. פארוואס? נישט ווייל דער באשעפער קען זיי נישט אריינלייגן די גאנצע תורה אין איין מאל אין קאפ אריין, און נישט ווייל ער האט זיי נישט גענוג ליב, נאר ווייל פאר דעם האט ער שוין מיליאנע מלאכים אין היממעל, פון זיי וויל ער אן אנדערע עבודה.

און יא, איך מיין דו ביסט זיכער גערעכט, ס'איז ביי מיר קלאר אז דער אויבערשטער האט צו געהערט מיינע תפילות, און ער האט מיר געהאלפן מיט דעם וואס ער האט מיר צוגעברענגט צום ריכטיגן מהלך, איך האב נישט געקענט צוקומען צו דעם אליין, און איך בין נישט צוגעקומען צו דעם אליין.

און מיט אנדערע ווערטער, דער אויבערשטער האט מיר געגבן, נישט וואס איך האב געבעטן (ווייל ס'איז נישט מיין טובה), נאר די אמת'ע טובה וואס וועט מיר באמת העלפן און מיר ברענגען זיין נאנט צו איהם.

און נאך אמאל, א גרויסן יישר כח.
א גוטע לעכטיגע דערהויבענע און ריינע וואך פאר אללע ליבע חברים.

לְבַד֙ רְאֵה־זֶ֣ה מָצָ֔אתִי אֲשֶׁ֨ר עָשָׂ֧ה הָאֱ-לֹהִ֛ים אֶת־הָאָדָ֖ם יָשָׁ֑ר וְהֵ֥מָּה בִקְשׁ֖וּ חִשְּׁבֹנ֥וֹת רַבִּֽים: (קהלת ז כט)
לעצט פארראכטן: כ"א טבת התשע"ט 19:35 דורך טראכט גוט וועט זיין גוט.

ענטפער: נאר היינט כ"א טבת התשע"ט 22:07 #252808

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 1382 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

א גוטע וואך ברידערלעך!!
פארראכטן די אויבערשטע תגובה
הצלחה!

ענטפער: נאר היינט כ"ה טבת התשע"ט 21:57 #252875

  • טראכט גוט וועט זיין גוט
  • איצטיגע שטרעקע: 72 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 60 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

ברוך ה' בין איך היינט ריין.
די תאוה ברענט אין אללע ביינער. טאטע זיסער, געב מיר כח מוותר זיין אויף דעם נאר היינט. מארגן וועט מען זעהן עקסטער!!!

לְבַד֙ רְאֵה־זֶ֣ה מָצָ֔אתִי אֲשֶׁ֨ר עָשָׂ֧ה הָאֱ-לֹהִ֛ים אֶת־הָאָדָ֖ם יָשָׁ֑ר וְהֵ֥מָּה בִקְשׁ֖וּ חִשְּׁבֹנ֥וֹת רַבִּֽים: (קהלת ז כט)

ענטפער: נאר היינט כ"ו טבת התשע"ט 00:46 #252877

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל
טראכט גוט וועט זיין גוט געשריבן on כ"ה טבת התשע"ט 21:57:

ברוך ה' בין איך היינט ריין.
די תאוה ברענט אין אללע ביינער. טאטע זיסער, געב מיר כח מוותר זיין אויף דעם נאר היינט. מארגן וועט מען זעהן עקסטער!!!


דאס איז טייטש איין טאג אויפאמאל!!! נאר היינט!!!
דו ביסט אונזער העלד!!!
גיי אן!!!

נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: נאר היינט ג' שבט התשע"ט 09:10 #252977

  • טראכט גוט וועט זיין גוט
  • איצטיגע שטרעקע: 72 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 60 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

איך לויב און איך דאנק דער הייליגער באשעפער וואס האלט מיר ריין היינט, נישט פון מיין כח נאר פון זיין כח.
איך בין נעכטן געווען אויפן וועגן, און ס'איז געקומען אפאר שווערע נסיונות, איך האב געדאוונט צום טאטן אין הימל איך זאל זיך קענען אן נעמען אז דאס בין איך און דאס גלוסט איך, און איך האב איהם געבעטן כח צו טוהן וואס איך קען טוהן. איך האב געקלינגען צו חברים דערציילן מיין שווערקייט. און דער נס האט פאסירט, איך בין ב"ה ריין.
איך בעט דיר טאטע, געב מיר כח אויף נאך איין טאג, נישט מער!!!

יישר כח פאר אללע וואס ליינען מיינע באך שמערצן...

לְבַד֙ רְאֵה־זֶ֣ה מָצָ֔אתִי אֲשֶׁ֨ר עָשָׂ֧ה הָאֱ-לֹהִ֛ים אֶת־הָאָדָ֖ם יָשָׁ֑ר וְהֵ֥מָּה בִקְשׁ֖וּ חִשְּׁבֹנ֥וֹת רַבִּֽים: (קהלת ז כט)
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.54 סעקונדעס